קאווע שטיבל קאנספיראציע טעאריעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

קאווע שטיבל קאנספיראציע טעאריעס

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]דערווייל ווייסט נאך קיינער וואס איז די מעשה וואס מען פויקט שוין דא צוויי טעג, אלץ איינער פון די איינציגסטע וואס זייער נאמן איז באוווסט הערט מיין טעלעפאן נישט אן צו באזען מיט הודעות און אישיס און וואצאפס און הענגאוטס ווי מען פרעגט מיר אן וואס טוהט זיך מיט דער קאווע שטיבל, ענטפערן ענטפער איך כרצון איש ואיש, אבער אין אמת'ן ווייס איך בערך וואס א צווייטער ווייסט, דאס איז איינמאל קלאר אז די זאך איז נישט כפשוטו איך נוץ נאר מיין שכל עס איז מיר איינגעפאלן כמה טעאריעס וואס טוהט זיך דא. וויל איך מיטטיילען מיט דער עולם עטליכע פון מיינע טעאריעס, תן לחכם ויחכם עוד.

דער גילוי טעאריע

ווי באקאנט איז געווען אין שטיבל לעצטנס עטליכע ערנסטע שמועסן איבער די מעלות און חסרונות פון זיך באהאלטען אונטער ניקים, ווי עס זענען ארויסגעברענגט געווארען שטארקע סברות אז אפשר לוינט זיך נישט די גאנצער שפיל. געוויסע אזוינע וואס זייער גאנצער חיות איז פון קענען שפילן טויזנט פרצופים מיט צוויי טויזנט ניקים האבען זיך געשפירט זייער באדראעט, וואס וועט דא זיין, עס קען גאר זיין עס וועט געלונגען דער עולם וועט זיך מגלה זיין און שרייבן מיטן נאמן ווי נארמאלע מענטשען.

איר דארפט פארשטיין, דער גאנצער מהלך פון ניקים איז בעצם אליינס א קאנספיראציע. די מוסדות און משתלטים על הציבור ווייסען אז א גרויסער עולם האט טענות אויף זייערע שטותים, און ווייסען אז טאמער וועלן עטליכע צענדליגע אדער הונדרעטער מענטשען ארויסגעבן זייער מחאה, וועלן זיי נישט קענען בכלל ממשיך זיין מיט די טעראר. איז געזעצן די גדולי העסקנים והחכמים ביי א מיטינג און אויסגעטראכט א געניאלער פלאן. מען וועט עפענען א פורום, ווי מען וועט אוועקשטעלן כלומרשט אלס די אויבער חכמים און די וואס האבען טענות, אבער מען וועט לייגען אלץ א גרויסער יסוד אז דאס איז ממש א סכנה מען זאל שרייבן די נאמען און מען מוז זיך באהאלטען און גילוי איז די גרעסטע עבירה פון די תורה. אזוי וועלן די קאמפלעינערס זיך ארויסגעבן דא, אבער עס וועט גארנישט קענען אויפטוהן ווייל זיי אליינס האבן מורא צו רעדן.

דריי יאר האט דער פלאן געארבעט געשמירט, ויהי היום און דער לעיקוואד האט מחליט געווען גענוג ער גייט דערציילן זיין נאמען. נאך עטליכע ניקים האבען מיטגעשטימט עכ"פ אין טעאריע און די העדקווארטערס פון טעג און די מוסדות האט געהערשט א ציטערניש. וואס טוהט מען דא. נאך אביסעל איז מען מגלה עס איז פארהאן היימישע חסידישע אינגעלייט פון די בעסטע שטובער וואס פארשטיין אז מיר זענען עוסק און שטותים און טעראר אין די וועלט אריין.

ויאמר ממוכן לפני המלך והשרים ער האט א מורא'דיגע פלאן. מען וועט מאכען נייע גבאים, זיי קענען דאך זיי זענען די אריגענעלע גבאים. מען וועט אנשטעלן א גאנצער שפיל אריינלייגען דער עולם אין סוספענס וואס טוהט זיך דא. צוביסלאך וועט מען לאזן ארויסרינען וארט אז מען סטראשעט די מנהלים פון סייט פארוואס זיי לייגן אזוינע דברי ביקורת. וועט דאך יעדער זאגן נו זעהט איר דער לעיקוואד איז נישט גערעכט געווען, עס איז ממש א סכנה ווער ווייסט וואס קען געשעהן. קוקטס ווי איין מנהל אפילו אן מען זאל וויסען ווער עס איז אטאקירט מען. אזוי האפן זיי אראפנעמן דער חשש אז דער גילוי וועט חרוב מאכן זייער גאנצער פלאן.

דער מילקשעיק טעאריע

אנדערע האבען מיר געטענה'ט אז דאס האט גאר מיט דער באוווסטער מילקשעיקער פאליטיק, עפעס האט גנדי מרמז געווען קעגן איין צד אין די מחלוקה, האבען די גבאים פון מילקשעיק אנגעקלונגען מיט גרויס כעס אז זיי ווילן אויסגיסען אלע מילך עס זאל נישט זיין קיין פלאץ פאר קאווע. איך האב מיך אבער מקבל געווען נישט צו נעמען קיין צד אין פאליטיק האב איך נישט קיין קאמענט אויף דעם.

איך האב נאך אפאר טעאריעס געהערט איך וויל אבער הערן וואס דער עולם קלערט.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און מיין טעאריע איז אז לעיקוואד איז א חלק פון די קאנספיראציע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

לעיקוואד האט געשריבן:[justify]אבער מען וועט לייגען אלץ א גרויסער יסוד אז דאס איז ממש א סכנה מען זאל שרייבן די נאמען און מען מוז זיך באהאלטען און גילוי איז די גרעסטע עבירה פון די תורה. אזוי וועלן די קאמפלעינערס זיך ארויסגעבן דא, אבער עס וועט גארנישט קענען אויפטוהן ווייל זיי אליינס האבן מורא צו רעדן.[/justify]

אבער סיריעסלי-דזשאוקינגלי, וואס אויב די סיבה פארוואס די עסקנים האבן געעפנט דעם פארום איז אויסצוגעפינען די אמת'ע לאקעישענס און דיטעליס עד כמה שאפשר פון די קאמפלעינערס, שמוציאנען, גאסיפערס, משפיעים, מקרבים און א.ג. משכילים בכדי זיי צו שאנטאזשירן און פאטענציעלי פארשמירן? אצינד ווען לעיקוואד האט אויפגעברענגט די איידיע פון גיין אפן, ווילן זיי אונז אלע אויסכאפן און ברענגען א ענדע דערצו ה"י. וואס אויב די רבנים אין התאחדות וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען צו אזא סעינט פיטערס לאנגע אנדערקאווער אפעראציע און וועלן גיין באנקעס אויב וועט זיך עס נאך ענדיגן מיט א פלאפ אויכעט?

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

טאמבל סאס האט געשריבן:

אויף דעם בין איך דאך עדות מען ווייסט ווער איך בין און קיין שום עסקן האט זיך נאכנישט געמאלדן.
I have a dream
Martin Luther King ~
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך מנחם »

חכם, דו ביסט דאך א חלק פונעם קאנספעראציע, דער גאנצער א.ג. לעיקוואד גילוי איז אויך נאר געווען א חלק פון די רבנים קאנספארציע.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ששש זאג נישט אויס..
I have a dream
Martin Luther King ~
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך מנחם »

דו מיינסט אונז גיימיר זיך עפעס לאזן דא פון ארה"ב וקאנאדא?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לעיקוואד האט געשריבן
ווי באקאנט איז געווען אין שטיבל לעצטנס עטליכע ערנסטע שמועסן איבער די מעלות און חסרונות פון זיך באהאלטען אונטער ניקים, ווי עס זענען ארויסגעברענגט געווארען שטארקע סברות אז אפשר לוינט זיך נישט די גאנצער שפיל. געוויסע אזוינע וואס זייער גאנצער חיות איז פון קענען שפילן טויזנט פרצופים מיט צוויי טויזנט ניקים האבען זיך געשפירט זייער באדראעט, וואס וועט דא זיין, עס קען גאר זיין עס וועט געלונגען דער עולם וועט זיך מגלה זיין און שרייבן מיטן נאמן ווי נארמאלע מענטשען.

איר דארפט פארשטיין, דער גאנצער מהלך פון ניקים איז בעצם אליינס א קאנספיראציע. די מוסדות און משתלטים על הציבור ווייסען אז א גרויסער עולם האט טענות אויף זייערע שטותים, און ווייסען אז טאמער וועלן עטליכע צענדליגע אדער הונדרעטער מענטשען ארויסגעבן זייער מחאה, וועלן זיי נישט קענען בכלל ממשיך זיין מיט די טעראר.

שטימט דאך נישט, אדער זענען דא בסך הכל פינף מענטשן מיט עטליכע טויזט ניקס, אדער זענען דא טויזנטער מענטשן מיט הונדערטער טויזענטער ניקס?

בכלל דיין שפעקולאציע פארוואס מענטשן ווילן נישט ארויפשטעלן זייערע ריכטיגע נעמען איז נישט פעיר. איך פערזענליך האב נישט קיין אנדערע ניקס דא.

(...Don't underestimate the other nicks, (don't overestimate yourself.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
שטימט דאך נישט, אדער זענען דא בסך הכל פינף מענטשן מיט עטליכע טויזט ניקס, אדער זענען דא טויזנטער מענטשן מיט הונדערטער טויזענטער ניקס?

(...

ביידע. וואס איז די סתירה?

ישראל קאפקע האט געשריבן:
בכלל דיין שפעקולאציע פארוואס מענטשן ווילן נישט ארויפשטעלן זייערע ריכטיגע נעמען איז נישט פעיר. איך פערזענליך האב נישט קיין אנדערע ניקס דא.

(....

ווייל דער וואס האט נאך זעקס ניקס גייט מודה זיין ברבים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לעיקוואד האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:בכלל דיין שפעקולאציע פארוואס מענטשן ווילן נישט ארויפשטעלן זייערע ריכטיגע נעמען איז נישט פעיר. איך פערזענליך האב נישט קיין אנדערע ניקס דא.

(....

ווייל דער וואס האט נאך זעקס ניקס גייט מודה זיין ברבים.

איך קען דיר נישט איבערווייזן אז איך האב נישט קיין אנדערע ניקס, (פאקטיש האב איך נישט), אבער עס איז נישט ריכטיג צו באשולדיגן אז די וואס זענען קעגן עכטע נעמען איז עס בלויז ווייל זיי ווילן קענען פארדרייען א קאפ מיט זייערע אלטערנאטיווע ניקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואס איז פונקט דער חילוק פון איין אלטערנעטיווער ניק (אלטערנעטיוו צו דער מענטש) מיט צוויי אלטערנעטיווע ניקס?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז פונקט דער חילוק פון איין אלטערנעטיווער ניק (אלטערנעטיוו צו דער מענטש) מיט צוויי אלטערנעטיווע ניקס?

איינער מיט איין ניק ווייל קענען אנטיילנעמען אין די שמועס ערנסטערהייט, ער האט פשוט נישט די שטארקייט זיך ארויסצושטעלן מיט זיין עכטע נאמען. איינער מיט זיבציג ניקס וויל סתם פארדרייען א קאפ.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אפשר האט ער זיבעציג דעות און האט נישט די שטארקייט זיך מתחייב זיין צו איינס?

עניוועיס, אפשר דו האסט נישט נאך ניקס, האסטו אן אנדערע טעם. איך רעד דאך פון יענער וואס האט מחדש געווען דער מושג פון איסור גילוי אז דאס איז געווען זיין סיבה. אפשר איז דאס נישט דיר. (כ'האב נישט קיין אהנונג. מבחינתי איז יעדער איינער דא חוץ די וואס איך ווייס פרעזנליך ווער זיי זענען די זעלבע מענטש..)
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

Re: קאווע שטיבל קאנספיראציע טעאריעס

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מין חכם דער לעיקוואד, צו טרעפן וויאזוי די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום אים,
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: קאווע שטיבל קאנספיראציע טעאריעס

שליחה דורך נופת צופים »

איי איי איי דער לעיקוואד.
אויפ'ן מציבה גייט מען דיר שרייבן הרב לעיקוואד בעל הגילוי דק"ק קאווע שטיבל והגלילות.
( פארשטייט זיך אין ארום הונדערט יאר)
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נופת צופים האט געשריבן:איי איי איי דער לעיקוואד.
אויפ'ן מציבה גייט מען דיר שרייבן הרב לעיקוואד בעל הגילוי דק"ק קאווע שטיבל והגלילות.
( פארשטייט זיך אין ארום הונדערט יאר)

נע, ס'וועט זיין גענוג 'הרב לעקיוואד והגלילות'. ס'איז שוין מילא מרומז דערין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך מיין אז אויף יעדן פאל דארף איך איבערטראכטן מיין אנוועזנהייט דא אין שטיבל.
אויב איז לעיקוואוד'ס טעאריע אמת וויל איך זיכער נישט האבן א חלק במעל הזה.
אויב די מילקשעיקער טעאריע איז אמת, מי אנכי להכניס ראשי בין שני ההרים האלו.
אויב די הנהלה'ס ווערסיע איז אמת, ווער ווייסט צו די עסקנים וועלן נישט געוואויר ווערן אז איך בין געווען דא גבאי א גאנצער חודש און מאכן א משכנתא אויף מיר.
ווי זאגט דאס ווייסע הויז? ווערטער האבן קאנסעקווענצן.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט