ארנאלד פיין, 91, פון דזשואיש פרעסס נפטר געווארן

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

אוי האט ער געשריבן געשמאקע ארטיקלן.

אויף א היימישערע סטייל ווי ער זעהט אויס.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

כטרעף נישט וואו צן פרעגן. דער דזואיש פרעסס ווערט פובלישט דורך ראבאטן אדער וואס? זיי האבן געהערט פונעם פייער מיט זיבן קינדער? וואס איז מיט זיי? זענען זיי טאקע אזוי אומרעלעווענט איינער ליינט זיי נאך? כ'גיי אריבער דעם ניוסטענד און איך האב זיך גערישט צו זען אלע פאפירן מיט די טראגישע נייעס פון ניו יארק, אבער ניין, נישט דער דזושאיש פרעסס סארי איינער אין ארץ ישראל האט אינמיטן דרייוון געהאט א פלעט טייער, ס'טאקע נאר א פלעט טייער אבער דער דרייוער איז אן איזרעילי און עההם ס'געשען אין ארץ ישראל סוי זאל די ששון טראגעדיי זיך רוקן אין די זייט.
איך פארשטיי עס נישט אזאנע אקסן.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מיטן אויסנאם פון דעם ענגלישן המודיע (און אפשר אויך עמי מאגאזין) האבן אלע ענגלישע און מאדערן העברעאישע אויסגאבעס די זעלבן פראבלעמאטישן באציאונג צו די צפון אמעריקאנער געמיינדע, כאילו מיר זענען עפעס א טריוויעל קאמיוניטי פון עטליכע טויזנט משפחת (ספעציעל די ענגלישן משפחה).
זיי אלע באציען זיך צום אמעריקאנער אידנטום ווי צו שטיף קינדער (פארשטייט זיך נישט אזוי בולט). אונזערע פראבלעמען זענען נישט אזוי וויכטיג (חוץ מציצה בפה אין די יתד, און אנטי סעמיטיזם/ציוניזם אויף קאלידזש קעמפוסעס אין די משפחה), און אונזערע שטארקייטן, פייערונגען און קאנווענשנס נישט אזוי פייערליך.

מילא די איזראעלי צייטונגען. זיי דארפן דאך דעקן זייערע נייעס. אבער פארוואס האט די ענגלישע משפחה וואך איין וואך אויס דריי פון די פיר הויפט פיטושרס איזראעל-צענטריק ארטיקלען און אפשר איינס אבער די אמעריקאנער יודנטום? רוב יתד רובריקן זענען כמעט עקסקלוסיוו איבער מדנ"י פארבינדענע נייעס, אפילו אפיניען איבער אמעריקאנער פאליטיק ווערט געדעקט כמעט אויסשלוסליך פון אן איזראעלי פראספעקטיוו.
ווער רעדט נאך פון דזשערוזאלעם פאוסט און דזשואיש פרעס וואס זענען כמעט גענצליך איזראעלי צענטריש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך גלייב אז דער יתד און משפחה די וואך קאווערן די פייער אויפן פראנט זייט, ניין?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך גלייב אז דער יתד און משפחה די וואך קאווערן די פייער אויפן פראנט זייט, ניין?

אוודאי.
איך רעד נישט פון אזא אויסנאם פאל, איך רעד פון סתם טאג-טעגליכע נייעס, פראבלעמען און אפערעס.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

נו איך רעד דייקא פון יעצט! די ווינדער איז סך גרעסער, זיי געבן נישט אויף זייערע ישראל פעטיש.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:נו איך רעד דייקא פון יעצט! די ווינדער איז סך גרעסער, זיי געבן נישט אויף זייערע ישראל פעטיש.

ריכטיג, אין יעצטיגן פאל איז עס מער ווי א וואונדער, עס איז א חוצפה, און עס ווייזט א גלייכגילטיגקייט צו 'אונזערע' געפילן עז עי קאמיוניטי. איך זאג נאר אז די פראבלעם איז סיסטעמאטיש, און נישט אויסשלוסליך צום דזשואיש פרעס, כאטש זיי זענען אפשר די עקסטרעמסטע.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מער ווי א גלייכגילטיגקייט צו אונזערע געפילן איז מיין שאלה מער פון א ביזנעס פערספעקטיוו זיי קומען דאך ארויס דא אין ניו יארק, וויאזוי פארקויפן זיי זיך וועם קעטערען זיי??
און דא איז די טראגעדיע גראדע פארגעקומען ביי אן איזרעלי אמעריקאנע פאמילע, מ'האט זיי אויך געפירט קיין אר''י.
אומפארשטענדליך.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע: דער דזשואיש פרעסס איז שוין צוויי צענדליג יארן נישט קיין רעלעוואנטע צייטונג. זיי מאכן דעם רושם ווי א נארישע, קינדערישע זשורנאל וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך קינדער, פאר קינדער.
איך געדענק נאך, ביי די יום כיפור מלחמה (אקטאבער'73) האבן זיי געשריבן זייער א נארישע העדליין. איבער וואס זיי האבן זיך שפעטער געמוזט פארענטפערן...(איבערזעצונג פון ענגליש)..."ישראל געווינט די מלחמה. וועט מארשירן קיין קאירא און דאמאסקוס"....ווען די איזראעלי ארמיי איז נעבעך געווען טיעף אין די אדמה. און די גרעסטע גענעראלן האבן מורא געהאט אז ס'איז לאחר יאוש. אזוי ווי דער פארשטארבענער משה דיין (דאמאלסדיגער דעפענס מיניסטער) האט זיך אויסגעדרוקט..."הנה הולך לנו הבית השלישי"...!
אויך זייערע קאלומס און אפ-עד'ס זענען זייער שטארק נאריש און קינדיש. זיי פארהוילן זיך פונ'ם אלוועלטליכן אנטיסעמיטיזם און אנטי איזראעל שטעלונגען, און לייגן אלעס אראפ ווי גלייך אלע גויים האבן נאר די בעסטע מיינונג איבער די מדינת ישראל פאליסיס. ווי ס'שטייט אין מגילת אסתר..."וכל עבדי המלך מנשאים את היהודים, כי נפל פחד מרדכי עליהם"...!
פארשפארט