איך קוק מיר דא אום אין דיזע אשכול, און איך זעה דא צו די גאנצע קרעטשמע-קש סומעטאכע. איך האב באשלאסן אז איך וועל פרובירן צו ברענגען א פארשטענדעניש צווישן די צוויי פראקציעס פון היימישע אינטערנעט.
קודם כל, איך פארשטיי און איך ווייס אז מען קען נישט אינגאנצן אפטון די צארן, און דאס איז די דרך העולם מיט קאמפעטישן, ועאכו'כ ווען ביידע זענען גרויס איך האף אי'ה איין טאג אפצושרייבן אן ארטיקל איבער די היסטארישע מחלוקת צווישן קש און קרעטשמע, וואס דאס וועט פארשטייט זיך פארשריבן וטערן אין זכור ימות עולם מיט זילבערנער פעדערן און גרויסע פאפירן, ועוד חזון למועד.
איך וועל אנהייבן מיט א מעשה וואס איז באקאנט. עס איז געווען איינער פון די קעניגן, איך געדענק נישט אויב ס'איז געווען ינזריאל המלך אדער א אנדערע, אבער די מעשה גייט אז ער פלעגט זיך איינשפארן יעדער טאגאין א שטוב אליין, פאר בערך א שעה. די גבאים פלעגן זיך אלעמאל וואונדערן וואס דער קעניג טוט דארט. איין טאג האט איין גבאי זיך גענומען די חוצפה, און ער האט זיך באהאלטן אין די צימער. עס גייט דורך אפאר מינוט, און די קעניג קומט אריין, און ער פארשפארט די טיר.
די גבא. האט זיך מיט גרויס צרות פרובירט איינצוהאלטן זיין אטעם, היות ער האט געהאט א שווערער גוף. ער פלעגט אסאך עסן, כידוע ליודעי חן. די קעניג שטעלט זיך אוועק אינמיטן צימער, און ער הייבט אן רעדן צו זיך. דער גבאי האט זיך זייער דערשראקן, אפשר איז די קעניג אראפ פון זינען.
מיטאמאל האט די גבאי געמאכט א גניחה. די קעניג גייט צו, און פרעגט עם 'וואס טוסטו דא? האט ער זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז ער איז געווען נייגעריג. די קעניג האט באשלאסן אז ער וועט עם מסביר זיין פארוואס ער טוט דאס, אבער ער האט געזאגט קום צום אנדערע צימער, צוליב דער שמעק פון די גניחה.
אין די אנדערע צימער, האט זיך די קעניג אוועקגעזעצט, און ער האט געהייסן די גבאי שטיין, משום חשש אז די בענקל וועט ווערן אויס בענקל. די קעניג האט אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין אז יעדער מענטש דארף זיך אויסגעבן די ביסל 'משוגא ' וואס מען האט אין זיך. און צוליב דעם האט ער דאס געטון. אבער אודאי, האט די קעניג פארגעזעצט, דאס איז ביי איינער וואס דארף עס באמת, נישט סתם רעדן אין וועלט אריין, וואס דעמאלס ווערט מען טאקע משוגא.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל דא איז אזו . נישט יעדער האט ליב די זעלבע עסן, און נישט יעדער האט ליב די זעלבע וועבסייט. דא איז איין סטיל פון רעדן און שרייבן, און ביי אונז אין קרעטשמע מהו, זענען דא מענטשן וואס דארפן זיך אויסגעבן, און ממילא קומט מען אין קרעטשמע, ווי מען קען רעדן צו זיך.
איך דארף שוין ענדיגן, און איך וועל נאך צוריק קומען צו דעם, אבער דערווייל קענט איר דא פרעגן סיי וועלכע פראגן איר האט.