א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פלאוויוס האט געשריבן:זורח, איך שטוין פון די זאכליכע און שכל'דיגע ווערטער אין יעדעס איינס פון די תגובות. את חטאי אני מזכיר אז כ'האב גערעכנט זורח אלס אן אידעאליסטישע ארגאניזאציע וואס האט נישט קיין פוס אין דער פראקטישער וועלט. דער אשכול איז א הערליכער טריט! ירבו כמותכם בישראל.

כ'מיין אז ווען מיין אשת-חיל וואלט צוגעשטימט וואלט איך געמאכט דעם למעשה'דיגן טריט (אזוי דאכט זיך מיר בכל אופן), אבער דערווייל זע איך נישט וויאזוי דאס זאל זיך טוישן אינעם עתיד. איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגער, אסאך אנדערע וואלטן געפארן קיין ארץ-ישראל וואוינען ווען נישט דעם אפהאלט פונעם ווייב. אפשר האט זורח א לעזונג צו דעם אויך?

פלאוויוס: איך מיין אז ס'דא א גמ' אין מסכת גיטין. אז אויב איינער וויל גיין וואוינען קיין ארץ ישראל און זיין ווייב וויל נישט מעג ער זיך גט'ן און חתונה האבן מיט אן אנדערע ווייב וועלכע וויל יא גיין וואוינען אין ארץ ישראל. און אויב נישט. האב איך עס אויף געמאכט. דאמאלס, יהי רצון ווי גלייך ס'שטייט אין די גמרא... :lol: :roll:

נ.ב.: כל האמור לעיל איז נאר געזאגט געווארן ליופי הדרוש. אבער למעשה דארף מען זיך נישט אזוי פיהרן... :lol: :o
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

יא, ס'איז א משנה (תצא בלא כתובה), אבער חלילה דאס אנצונעמען למעשה ;)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

כתובות ק"י עמוד ב'.

הוא אומר לעלות והיא אומרת שלא לעלות כופין אותה לעלות ואם לאו תצא בלא כתובה

היא אומרת לעלות והוא אומר שלא לעלות כופין אותו לעלות ואם לאו יוציא ויתן כתובה

היא אומרת לצאת והוא אומר שלא לצאת כופין אותה שלא לצאת ואם לאו תצא בלא כתובה

הוא אומר לצאת והיא אומרת שלא לצאת כופין אותו שלא לצאת ואם לאו יוציא ויתן כתובה:
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פסססי...! איך האב נישט געוואוסט אז אונז האבן ב"ה דא אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים, וועלכע זענען בקי בכל מקצועות התורה...(וואס ווייסט דען א בעל עגלה. חוץ וויאזוי צו געבן עסן פאר די פערד. און אויסשמירן די רעדער פונ'ם וואגן... :lol: )...און בעלי דרשנים איינס אין א וועלט...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וואס פאסירט אין אזא פאל?
http://www.jpost.com/page.aspx?pageid=7 ... eid=395065
גבעת זאב איז ווייניגסטנס פיר מאל אזוי ווייט אריין אין די פאלעסטינער טעריטאריעס ווי הר חומה.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'האט נישט צו טון ווי ווייט אריין ס'איז. ס'האט צו טון מיט ווי אזוי די אראבער קוקן דערויף. גבעת זאב איז עסטאבלישט, און ווערט נישט אנגעקוקט מיט א קרום אויג ביי די קעגנערישע צדדים. בדרך הטבע וועט דאס נישט אפעקטירט ווערן ביי קיין שום איינגעפרירעכץ.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מאטי האט געשריבן:
ס'האט נישט צו טון ווי ווייט אריין ס'איז. ס'האט צו טון מיט ווי אזוי די אראבער קוקן דערויף. גבעת זאב איז עסטאבלישט, און ווערט נישט אנגעקוקט מיט א קרום אויג ביי די קעגנערישע צדדים. בדרך הטבע וועט דאס נישט אפעקטירט ווערן ביי קיין שום איינגעפרירעכץ.


אוודאי וועט עס עפעקטירט ווערן פון אן איינפרירונג.
עס גייט נישט פאר קיינע געשלעגן ווייל עס איז גענוג ווייט פון ירושלים אז עס גייט זיין א חלק פון א פאלעסטינער שטאט (אויב מדינת ישראל גייט אמאל טאקע אויספירן וואס זי האלט אין איין איבער'חזר'ן איז איר ציל). הר חומה איז סאך נענטער צו די פערעפערי פון ירושלים אז עס קען ווערן אינקארפערעיטעט עווענטועל וועגן דעם איז דארטן דא מער קאנטראווערסיע.
אויב גייט קומען צו א גענצליכע איינפרירונג פון בויען אין די אקופירטע געביטן גייט מען נישט קענען בויען אין גבעת זאב.

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 28,00.html

אגב האט זורח שוין דערמאנט איז עס נישט אין גבעת זאב ממש נאר דערנעבן. עס קען דעריבער האבן עטוואס אנדערע הלכות.


גבעת זאב איז אויבן לינקס.
די רויטע ליניע איז די 'זיכערהייט-צוים', די גרויע ליניע איז די פארגרעסערטע (אינדערויסן פון די גרינע ליניע) מוניציפאלע גרעניץ פון ירושלים, הר חומה איז אין די גרעניץ, גבעת זאב איז ווייט ארויס פון די גרעניץ און די געגנט פון וואס מען רעדט איז נאך ווייטער (צו מערב-צפון פון ג"ז).
east jerusalem.png


די גרינע ליניע איז גלייך העכער מבשרת ציון. רעכטס אונטן איז רמות אלון (נעבן ירושלים, אינדרויסן פון בילד). גבעת זאב איז לינקס אויבן, און די נייע געגנט איז אונטער די קאמפאס-בלום, אינצווישן איז פול מיט פאלעסטינער געגנטער. עס איז א זידלונג ווי אלע זידלונגען.
Screenshot_2015-03-26-03-23-14~01~01~01~01~01.png
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך נופת צופים »

לאמיך ענק אלע פרעגן, איז דא איינער פון ענק וואס האט א דשאב? מ'האט נאכנישט גערעדט קיין איין ווארט וועגן פרנסה.
דער גאנצע מעשה סאונדט זייער גוט צו מיר, אבער וויאזוי לאזט מען דען אפ א דשאב און דארפן גיין זיכן עפעס פון פריש?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

קאפקע אויף אזא פאל ווערט געזאגט מתעבר על ריב לא לו...

האסט שוין מגלה געווען דיין מיינונג ביים אנפאנג פונעם אשכול, יעצט ווער עס איז אנטקעגן זידלונגען ווייסט שוין דערפון, ער/זי קען זיך דורכרעדן מיט זיין/איר מורה דרך און אויב ס'איז נישט לפי רוחם הטהורה איז דא אנדערע פלעצער וואו צו וואוינען למשל ניו יארק, מאנטריאל, ארגענטינע, אנטווערפן, וכו'.

ביטע לאז אפ און גיי צום נעקסטן אשכול.

און להוי ידוע אז מיר יודן מאמינים בני מאמינים ווייסן קלאר אז עווענטועל גייט אלעס זיין פאר יודן, עם ישראל גייט נישט נאכאמאל פארטריבן ווערן ווי דער פסוק זאגט לא יוסיף ה' שנית לגלותך (עיין מאמר הגאולה לרמב"ן) איז ממילא נישטא עכט וואס צו זיין אזוי באזארגט, נאכמער נישט נאר די חלקים פון ארץ ישראל וועט זיין אונזערס נאר אויך חלקים פון ירדן, סיריע, לבנון, איראק און טורקיי אזוי ווי הקב"ה האט מבטיח געווען פאר אונזער טאטן אברהם ע"ה.

ועוד להוי ידוע אז קיין שום ישוב אין ארץ ישראל איז נישט אויסגעהאלטן לפי השקפתך, א קליינע דוגמא קען מען זעהן פון די שטאט צפת ווי אלע יודן פיהלן זיך באקוועם צו וואוינען, אבער אז מען ווייסט די היסטאריע פון די שטאט זעהט מען קלאר אז דאס אלעס איז נאר אדאנק די כיבוש פון פרייע ציונים ווי ההגנה און הפלמ"ח וואס האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל צו אקופירן דאס פון די אראבערס אין 1948 און צענדליגער זענען אומגעקומען, היינט איז דא דארטן תלמוד תורה'ס "על טהרת הקודש" וואס וואלט קיינמאל נישט עקזעסטירט ווען נישט די "ציונים".

עס איז צום האפן אז דע פאר ווערטער וועלן העלפן אז די נושא זאלן נישט ווערן אקופירט פאר מחאות געברויכן, לעב און לאז לעבן, מיט פיל דאנק
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

נופת צופים האט געשריבן:לאמיך ענק אלע פרעגן, איז דא איינער פון ענק וואס האט א דשאב? מ'האט נאכנישט גערעדט קיין איין ווארט וועגן פרנסה.
דער גאנצע מעשה סאונדט זייער גוט צו מיר, אבער וויאזוי לאזט מען דען אפ א דשאב און דארפן גיין זיכן עפעס פון פריש?


יפה שאלת
מיר האבן אלע דזשאבס, דא רעדט מען פון משפחות מיט קינדער וואס דארפן ווערן אויסגעהאלטן, און פארשטייט זיך אז מען דארף דערפאר מאכן א פלאן.

די עקאנאמיע אין ארץ ישראל איז זייער שטארק היינט צוטאג, און אז מען זוכט מיט אן אמת קען מען טרעפן גוטע ארבעט, בפרט אז מען רעדט אפאר שפראכן, זייער אסאך לאקאלע דזשאבס וועלן ווערן עוועליבעל, עס בויעט זיך יעצט נאך א ישוב ממש דערנעבן פון ענגליש רעדענדע אמעריקאנע פון למשל פייוו טאונס פלעטבוש אדער קווינס די פראיעקט הייסט "רמת גבעת זאב", דאס גייט צוגעבן אפציעס פאר דזשאבס, די לאקאלע חרדים לויפן נישט כאפן די דזשאבס ווייל ביי זיי איז נישט אזוי איינגעפירט צו ארבעטן, ס'איז נישט אזוי פאפולער ווי ביי אונז, חוץ פון דעם איז א"י א יונגע לאנד און עס איז דא נאך אסאך מיני סערוויס דזשאבס וואס קענען ווערן צוגעלייגט, ויש גם אינטערנעט ווי מען קען ארבעטן רימאטלי פאר אן א אמעריקאנע קאמפאני און נאך פארשידענס וואס דאס אלעס גייט שוין אריין אין מער דעטאלן און וועט ווערן מער ברייטער אויסגעשמועסט בהמשך הימים בעזר השם
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

איז שוין דא אין גבעת זאב א we kasher סערוויס?
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

פלאוויוס האט געשריבן:זורח, איך שטוין פון די זאכליכע און שכל'דיגע ווערטער אין יעדעס איינס פון די תגובות. את חטאי אני מזכיר אז כ'האב גערעכנט זורח אלס אן אידעאליסטישע ארגאניזאציע וואס האט נישט קיין פוס אין דער פראקטישער וועלט. דער אשכול איז א הערליכער טריט! ירבו כמותכם בישראל.

כ'מיין אז ווען מיין אשת-חיל וואלט צוגעשטימט וואלט איך געמאכט דעם למעשה'דיגן טריט (אזוי דאכט זיך מיר בכל אופן), אבער דערווייל זע איך נישט וויאזוי דאס זאל זיך טוישן אינעם עתיד. איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגער, אסאך אנדערע וואלטן געפארן קיין ארץ-ישראל וואוינען ווען נישט דעם אפהאלט פונעם ווייב. אפשר האט זורח א לעזונג צו דעם אויך?


מיט דאנק פלאוויוס פאר דיינע פאזיטיווע לויב ווערטער.

אויב די ווייב וויל נישט גיין איז דא פארשידענע מהלכים, נישט גאראנטירט אבער עס ארבעט ביי אסאך

קודם דארף דער מאן עכט ווילן, דער רצון דארף זיין מיט אן אמת , אמת פאר זיך, אמת אינעם אייגענעם הארץ אז דאס וויל איך, די מוטב ללון במדבריות של ארץ ישראל ווי איידער בפלטרין של חוץ לארץ דארף זיין מיט א קלארקייט אין אייגענעם לאגיק און געפיל, פרויען האבן א בינה יתירה צו קענען שמעקן אויב דער מאן וויל אמתדיג אדער נישט.

תפלה, תפלה, תפלה, דאווענען, בעטן, זיך אויסרעדן מיטן טאטן אין הימל, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל נישט אויפגעבן אז מען זאל זוכה זיין צו ווערן אפגרעיטעט צו ארץ זבת חלב ודבש מיט די גאנצע משפחה אן צער ומניעות, מען קען אויך בעטן צו וועלן האבן אמת'ע רצון, נישט אויפהערן צו בעטן פונקט ווי אונזער רבי משה.

נישט אויפהערן רעדן אינדערהיים וועגן די מעלות פונעם הייליג לאנד (מען קען דאס טוען אפילו ווען מ'איז אן אנטי-ציוני בהשקפה) ווי דער של"ה שרייבט אז ער האט געזעהן יודן עמי הארצים ווען מ'האט דערמאנט ארץ ישראל האבן טרערן גענומען גיסן פון זייערע אויגן פון גרויס ליבשאפט אדער ווי דער חרדים שרייבט אז א יוד דארף וועלן גיין קיין ארץ ישראל פונקט ווי קינד וויל גיין אויף די מאמעס שויס.

וון מ'רעדט דערפון אינדערהיים (צו סייווי) דארף עס זיין בלויז פאזיטיוו נישט חלילה נעגאטיוו, נעגאטיווע ענערגיע שטופט אוועק אן אדעיאל נישט דערנענטערט, מען קען עס אלץ פארבינדען שבת ביים טיש צו די פרשה פון די וואך, ממילא רעדן רוב פרשה'ס פון א"י, אלע ימים טובים ווי השתא הכא אדער לשנה הבאה ביים סדר וכדומה.

גיין מיט די ווייב פאר א באזוך צו זעהן אויב און וואו איז כדאי צו וואוינען, רוב פרויען וועלן מסכים זיין צו גיין "נאר צו זעהן" ווילאנג עס איז נישט דא קיין אבליגעשאנס, פארשטייט זיך אז אזא טקיפ מוז לכתחילה זיין בכוונה פאר דעם מען קען נישט נוצן א טוריסט טריפ פאר דעם צוועק ס'איז אינו דומה.

בעיקר דארף מען געדענקן אז פרויען זענען זייער שטארק גראונדעט, זיי זענען זייער צוגעבונדן צום פלאץ וואו זיי וואוינען יעצט אסאך שטערקער פון מענער (עקרת הבית), דארף מען דערפאר האבן אייזערנע געדולד און וויסן אז עס קען נעמען א יאר צוויי אפשר גאר 5, 10 אדער 20. אבער צוביסלעך וועט זיך די הארץ עפענען און די ליכטיקייט וועט שיינען.

איך ווייס פון א שיין ביסל וואס האבן אנפאנג געמיינט אז "זי" וועט קיינמאל נישט ווילן לבסוף איז זי די וואס וויל מער ארויפגיין ווי ער.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איז שוין דא אין גבעת זאב א we kasher סערוויס?


:lol:
דאכט זיך אז ערכים שטעלט צו כשר'ן סערוויס אגאנץ יאר
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך שמערל »

קאפקע האט כלומר'שט נישט גענוצט קיין אידיאלאגישער טענה, נאר א גאר פראקטישער.
לטענתו שטייט אזא פראיעקט אויס ערענסטע שאנסן צו ווערן געפרוירן, און אין אזא פאל קען מען בלייבן אנגעזעצט מיט די דיפאזטס.
קיינער איז נישט גרייט צו זיין א מניח מעותיו על קרן הצבי, בלויז אויפן סמך פון א אויסטייטש אין א נביאה.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

[tag]שמערל[/tag], די זאגסט 'קיינער'...

ממש אזוי? האסט זיי אלע אויסגעפרעגט?
און די אלע וואס וואוינען אין די אקופירטע שטחים האבן אויך נישט געוואלט?
.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שמערל האט געשריבן:קאפקע האט כלומר'שט נישט גענוצט קיין אידיאלאגישער טענה, נאר א גאר פראקטישער.
לטענתו שטייט אזא פראיעקט אויס ערענסטע שאנסן צו ווערן געפרוירן, און אין אזא פאל קען מען בלייבן אנגעזעצט מיט די דיפאזטס.
קיינער איז נישט גרייט צו זיין א מניח מעותיו על קרן הצבי, בלויז אויפן סמך פון א אויסטייטש אין א נביאה.


פראקטיש, ווי אויבן געזאגט, איז נישטא פון וואס מורא צו האבן אז גבעת זאב גייט ווערן אפעקטירט אין פאל פון א טויש אין פאליסי. ישראל מעג שרייען "א זידלונג ווי אלע זידלונגען," אבער אין מציאות איז דאס נישט אזוי.

פון וויקיפעדיע
Giv'at Ze'ev is one of five settlement "blocs" that, according to the Jewish Virtual Library, "[m]ost Israelis believe [] should become part of Israel when final borders are drawn"[8] and "both Prime Minister Sharon in 2005 and Prime Minister Benjamin Neyantahu in 2010 have repeatedly said the large settlement blocs will “remain in our hands.”"[8]

אגב; אין דעם נייעם געגנט וואוינען שוין בערך 30 בעלזע חסידים, און זיי האבן דארטן א בעלזע שטיבל.

בקיצור, " א זידלונג ווי אלע זידלונגען...."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך שמערל »

האסטעך אפגעשטעלט ביי די ערשטע ווארט? ליין ביטע שיין ווייטער
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך בר-כוכבא »

יישר כוח, זורח, פארן בלייבן רואיג און קאלט-קעפיג, און האלטן די באלאנץ פון דעם וויכטיגן אשכול, אז ער זאל נישט פארשלעפט ווערן לארץ מרחקים.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

זע בייגעלייגט
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך וואלט זייער שטארק געוואלט גיין אבער איך אסאך ספקות אלץ אן אמעריקאנער צי איך וועל מיך קענען צוגעוואוינען צו זייער אסאך זאכן וואס עס זענען שווערער דארט. איך בין שוין דארט געווען און שטארק הנאה געהאט אבער איך האב געזען אז אלעס וואס קומט נישט דאמעסטיק איז זייער טייער. איך האב אסאך געשמיעסט און ארום געפרעגט וועגן אסאך אינדוסטריס און וויפיל איך האב געהערט איז, אז סיי וועלכע זאך אויב מען דארף אנקומען צו די רעגירונג איז א גיהינום. דארט דארף מען סאך מער אנקומען צו די רעגירונג ווי דא. עס איז דא אינדוסטריס וואס מען קען אפילו נישט טראכטן פון אריינגיין ווייל עס איז קאנטראלירט דורך גרופעס אדער מאנאפאליס. אימפארט עקספארט איז זייער שווער. דארט איז די הסתדרות זייער שטארק און איינמאל מען ווערט אביסל גרעסער דארף מען דילען מיט זיי און ווער עס האט שוין אמאל געדילט מיט א יוניאן זאל וויסן אז דארט איז עס אזוי ווי דילען מיט יוניאנס און גאווערמענט צוזאמען. טעקסעס זענען דארט זייער הויך. פאר די אלע וואס זענען אין ריעל עסטעיט דעוועלאפמענט דא אין אמעריקע זאלן זיך נישט איינרעדן אז זיי ווערן קענען באווייזן די זעלבע דארט.

איך האב שוין גערעדט מיט אסאך ישראלים, פרומע און נישט, וואס זענען געקומען. וואוינען קיין אמעריקע רובא דרובא ווילן נישט צוריקגיין וואוינען דארט.

אדרבה, רעכן אויס אין דיטעיל וואס פארא מין דזשאבס זענען דא דארט פאר חסידישע יונגעלייט. רעכן אויס די טעקסעס וואס מען צאלט, וויפיל דארף מען צאלן פאר א דיסענט הויז אזוי ווי אין מאנסי. וויפיל דארף צו קאסטן א קאר מיט עוורידזש עקספענסעס, שכר לימוד, געז, עלעקטריק.

די נעקסטע זאך וואס איז נישט פרעקטיקעל איז די מציאות אז ווען מען וויל ארויספארן פון לאנד דארף מען באקומען וויזעס צו אסאך לענדער. ווען איינער וויל נאר אוועקפארן פאר אביסל מיז מען פליען צו אנדערע לענדער. משאי''כ אין אמעריקע וואס איז אזא ריזיג לאנד ווען איינער וויל פארן בלייבט ער אין זעלבן לאנד, שפראך און מער ווייניגער געזעצן און סעיפטי וואס די אלע זאכן מאכן פשוט דאס לעבן אסאך גרינגער.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

א שמועס וועגן די דעטאלן פון פרנסה און דזשאב אין ארץ ישראל פארלאנגט א באזונדערע אשכול ווייל ס'איז א לענגערע נושא, אבער וואס אמאל זיכער איז יא עס איז שייך און עס ארבעט, אוודאי איז עס נישט גרינג און קומט נישט צופיס, אבער א"י איז א לאנד פון אפארטאניטי, ס'איז באקאנט די צונאמען "סטארט-אפ נעישאן" וואס איז באזירט אויף די בוך וואס שמועסט אויס די עקאנאמישע סוקסעס פון א"י מיט זייער א שטארקע GDP ראטע און זייער א נידריגע אנעמפלאמענט ראטע.
http://www.forbes.com/sites/zackmiller/ ... irca-2014/

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Economy_of_Israel

נישט אומזיסט האבן אלע גרעסטע טעכלאנאגיע פירמעס הויפקווארטירערס דארטן, עקספארט פון תבואות פירות ירקות מינעראלן וואקסט פון יאר צו יאר.

ס'איז אוודאי דא זאכן וואס זענען שווערער און טייערער דארטן ווי א לדוגמא א קאר, פון די אנדערע זייט איז דא זאכן וואס זענען אסאך ביליגער ווי שכר לימוד און מעדיקעל הוצאות, ווען מען קריכט אריין לעמקי הקורה וועט מען טרעפן אסאך פראבלעמען ווייל למעשה איז עס א יונגע לאנד וואס ווערט געפירט דורך יודן וואס האבן זייע. פארשידענארטיגע אפיניענס, אבער בדרך כלל איז זייער שטארק און סוקסעספול.

ביזט גערעכט אז מען פארדינט בדרך כלל ווייניגער, אבער מען דארף ווייניגער, אוודאי איינער וואס זוכט א לאנד וואס שטעלט צו ברייטן לייף סטייל מיט אן אדעסי מיט א באגאבא מיט א קאנטרי מיט א טשילאר ועוד כהנה חסידיש-אמעריקאנע לוקסוסען וועט א"י נישט זיין די ריכטיגע דעסטינאציע, אבער די שאיפה צו וואוינען דארטן דארף קומען פון אסאך א טיפערע און העכערע פלאץ, פון א רוחניות'דיגע שטאנדפונקט און ווען עס קומט פון דארט צוזאמען מיט די פאקט אז עקאנאמיש איז עס גאר אן אויסגעהאלטן לאנד, עס איז זייער לאגיש צו וואוינען דארט.

עס וועלן אלץ זיין מענטשן וואס וועלן אנקוקן ארץ ישראל מיט מרגלישע אויגן, מיר קומען שוין פון דארט, רוב פון אונזערע ברודער ישראלים וואס פארלאזן דאס לאנד פארשטייען נעבעך נישט וואס דאס לאנד מיינט און דערפאר זעהן זיי נאר די חסרונות, מיר יודן ווייסן אבער פיל בעסער און די עקאנאמיע טוט עדות זאגן דערויף.

איך ווייס נאך נישט וואס דער חסידישע יונגערמאן טוט אין ניו יארק ווען ער דערזעהט זיך צען חדשים נאך די חתונה מיט א קינד אן קיין שום נארמאלע מעגליכקייט פון א חיונה וואס וועט אים קלעקן צו באצאלען דעם דעכל איבער זייער קאפ מיט די צוויי דריי טויזענט דאללאר רענט א חודש, ער קען נישט קיין שום פאך, ווייסט נישט וויאזוי מען נוצט א קאמפיוטער און קען נישט ריידן קיין ווארט ענגליש, וואס זענען אונזערע צו אונזערע דורות סיכויים דא אין דעם רייכע לאנד???

ס'איז היינט א גלאבאלע עקאנאמיע מען קען זיצן אין א"י אין ארבעטן פאר א קאמפאניע אין ניו יארק, די גאווערמאנט דארט שטעלט צו זייער אסאך הילף פאר נייע עולים, און בכלל וויבאלד א"י איז א קליין לאנד איז אסאך גרינגער צו נעטווארקען און אנקומען צו די גרעסערע חברה ווי אין אמעריקע, עפענען א ביזנעס און פרי לענסינג איז זייער גרינג דארט.

און יא עמעזאן האט נאך נישט געפענט א ברענטש דארטן, און די גוטע נייעס איז אז ישראלים זענען שטארקע איינקויפערס אנליין...

פאר דיין זארג וועגן וואקאציע איז דא ברוך השם אין דעם ארץ חמדה טובה ורחבה אלע מיני קלימאטן פון קריכן אויף פארשנייטע בערג ביז דזשיפן אין מדבריות ביז שפאצירן אין פרוכטבארע פעלדער און סקובע דייווינג אינעם רויטן ים, ארץ שהכל בה ווי חז"ל זאגן מען דארף נישט לויפן אין ערגעץ.
פארשפארט