פלאוויוס האט געשריבן:זורח, איך שטוין פון די זאכליכע און שכל'דיגע ווערטער אין יעדעס איינס פון די תגובות. את חטאי אני מזכיר אז כ'האב גערעכנט זורח אלס אן אידעאליסטישע ארגאניזאציע וואס האט נישט קיין פוס אין דער פראקטישער וועלט. דער אשכול איז א הערליכער טריט! ירבו כמותכם בישראל.
כ'מיין אז ווען מיין אשת-חיל וואלט צוגעשטימט וואלט איך געמאכט דעם למעשה'דיגן טריט (אזוי דאכט זיך מיר בכל אופן), אבער דערווייל זע איך נישט וויאזוי דאס זאל זיך טוישן אינעם עתיד. איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגער, אסאך אנדערע וואלטן געפארן קיין ארץ-ישראל וואוינען ווען נישט דעם אפהאלט פונעם ווייב. אפשר האט זורח א לעזונג צו דעם אויך?
מיט דאנק פלאוויוס פאר דיינע פאזיטיווע לויב ווערטער.
אויב די ווייב וויל נישט גיין איז דא פארשידענע מהלכים, נישט גאראנטירט אבער עס ארבעט ביי אסאך
קודם דארף דער מאן עכט ווילן, דער רצון דארף זיין מיט אן אמת , אמת פאר זיך, אמת אינעם אייגענעם הארץ אז דאס וויל איך, די מוטב ללון במדבריות של ארץ ישראל ווי איידער בפלטרין של חוץ לארץ דארף זיין מיט א קלארקייט אין אייגענעם לאגיק און געפיל, פרויען האבן א בינה יתירה צו קענען שמעקן אויב דער מאן וויל אמתדיג אדער נישט.
תפלה, תפלה, תפלה, דאווענען, בעטן, זיך אויסרעדן מיטן טאטן אין הימל, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל נישט אויפגעבן אז מען זאל זוכה זיין צו ווערן אפגרעיטעט צו ארץ זבת חלב ודבש מיט די גאנצע משפחה אן צער ומניעות, מען קען אויך בעטן צו וועלן האבן אמת'ע רצון, נישט אויפהערן צו בעטן פונקט ווי אונזער רבי משה.
נישט אויפהערן רעדן אינדערהיים וועגן די מעלות פונעם הייליג לאנד (מען קען דאס טוען אפילו ווען מ'איז אן אנטי-ציוני בהשקפה) ווי דער של"ה שרייבט אז ער האט געזעהן יודן עמי הארצים ווען מ'האט דערמאנט ארץ ישראל האבן טרערן גענומען גיסן פון זייערע אויגן פון גרויס ליבשאפט אדער ווי דער חרדים שרייבט אז א יוד דארף וועלן גיין קיין ארץ ישראל פונקט ווי קינד וויל גיין אויף די מאמעס שויס.
וון מ'רעדט דערפון אינדערהיים (צו סייווי) דארף עס זיין בלויז פאזיטיוו נישט חלילה נעגאטיוו, נעגאטיווע ענערגיע שטופט אוועק אן אדעיאל נישט דערנענטערט, מען קען עס אלץ פארבינדען שבת ביים טיש צו די פרשה פון די וואך, ממילא רעדן רוב פרשה'ס פון א"י, אלע ימים טובים ווי השתא הכא אדער לשנה הבאה ביים סדר וכדומה.
גיין מיט די ווייב פאר א באזוך צו זעהן אויב און וואו איז כדאי צו וואוינען, רוב פרויען וועלן מסכים זיין צו גיין "נאר צו זעהן" ווילאנג עס איז נישט דא קיין אבליגעשאנס, פארשטייט זיך אז אזא טקיפ מוז לכתחילה זיין בכוונה פאר דעם מען קען נישט נוצן א טוריסט טריפ פאר דעם צוועק ס'איז אינו דומה.
בעיקר דארף מען געדענקן אז פרויען זענען זייער שטארק גראונדעט, זיי זענען זייער צוגעבונדן צום פלאץ וואו זיי וואוינען יעצט אסאך שטערקער פון מענער (עקרת הבית), דארף מען דערפאר האבן אייזערנע געדולד און וויסן אז עס קען נעמען א יאר צוויי אפשר גאר 5, 10 אדער 20. אבער צוביסלעך וועט זיך די הארץ עפענען און די ליכטיקייט וועט שיינען.
איך ווייס פון א שיין ביסל וואס האבן אנפאנג געמיינט אז "זי" וועט קיינמאל נישט ווילן לבסוף איז זי די וואס וויל מער ארויפגיין ווי ער.