"דער איד אין ראקלענד"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

"דער איד אין ראקלענד"

שליחה דורך אפטעמיסט »

א ווידיאו ארויסגעגעבן דורך OJPAC, מיט'ן קעפל "דער איד אין ראקלענד", פארגליייכט די מצב פון אידן אין רעמפא, ניו יארק, צו די מצב פון אידן אין נאצי-דייטשלאנד.

אן אומבאקאנטער פארשוין מיט א שווערע חסיד'שע אקצענט, מאלט אפ א שרעקליך בילד און ווארענט ניו יארק'ערס אז די חסיד'ישע געמיינדע איז אונטער אטאקע.

איינער קען ביטע מיטיילן אמת'ע דעטאלן, נישט איבערגעטריבענע גוזמאות? אויב איז די מצב טאקע אזוי ביטער ווי קענען מיר זיצן גלייכגילטיג?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

שווערע חסידישע אקצענט? אויב דאס איז שווער וויאזוי דעסקרייבסטו די ריכטיגע חסידישע אקצענט?
hopefully
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך hopefully »

אלץ איינער וואס איז געבוירן און לעבט אלע יארן דארטן קען איך דיר זאגן און אויך מסביר זיין באריכות גדול אז לא מיני' ולא מקצתי' די איינציגסטע וואס מאכן די עכטע חורבנות און רופן ארויס בייז בלוט זענען אזעלעכע קורץ קעפיגע טוטערס וואס האבן גרויס ערפארונג אין גארנישט.. אלץ א קורצע דוגמה קוק אויף קרית יואל וואס לעבט אויך כשושנה בין החוחים וואס טוען זיי. זיי בויען זיך זיי פארשפרייטען זיך זיי פרובירן צו טאן וואס מען דארף אבער ארויסגעבן אזא עקלהאפטיגע קליפ איז א גרויל און א שאנדע. איך פארלאנג א מחאה פון די ערענסטע עסקנים און רבנים און אן עפאלאדשי פון די שוטים. פוי
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

עס איז זיכער אז אידן זענען נישט און א רוהיג פלאץ דארט, די שונאים האבן זיך זייער געהויבן ס'קאפ דארט, און ס'איז געווארן זייער סטייליש ביי די פאליטיקער צו זיין א אנטי-חסיד, און דאס איז זייער שלעכטע נייעס און זייער אלאמירנד

למעשה לויט די רעספאנדס פון די פרעזערוו חברה איבער די ווידיאו שטעלט זיך ארויס אז ס'איז גיעווען גאנץ א פיינע טאקטיק אויפצוועקן דעם דעת הקהל און די חברה שפרינגען היבש דערוועגן, לאמיר האפן ס'זאל ברענגען בעסערינגען און נישט פארקערט
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

hopefully האט געשריבן:אלץ איינער וואס איז געבוירן און לעבט אלע יארן דארטן קען איך דיר זאגן און אויך מסביר זיין באריכות גדול אז לא מיני' ולא מקצתי' די איינציגסטע וואס מאכן די עכטע חורבנות און רופן ארויס בייז בלוט זענען אזעלעכע קורץ קעפיגע טוטערס וואס האבן גרויס ערפארונג אין גארנישט.. אלץ א קורצע דוגמה קוק אויף קרית יואל וואס לעבט אויך כשושנה בין החוחים וואס טוען זיי. זיי בויען זיך זיי פארשפרייטען זיך זיי פרובירן צו טאן וואס מען דארף אבער ארויסגעבן אזא עקלהאפטיגע קליפ איז א גרויל און א שאנדע. איך פארלאנג א מחאה פון די ערענסטע עסקנים און רבנים און אן עפאלאדשי פון די שוטים. פוי


פליז נישט פארגלייכן צו קרית יואל וואס איז א איסטעבלישט ווילעדש און דארף נישט אנקומען צום גוי פאר כמעט גארנישט, חוץ יעצט פאר אנעקסעישן ווי זיי שפייען טאקע בלוט, vs מאנסי וואס איז אונטער א גויאישע פירערשאפט וואס טוט די לעצטע יארן וואס אימער צו ענג מאכן אידן דארט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אלעס איז רעלאטיוו ,קוק למשל וואספארא דאגות זיי טראגן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ווידיאו האט געמאכט יוסי געשטעטנער מיט בעני פאלאטשעק וואס האבן זיך זעלבסט ערקלערט עסקני מאנסי, זיי גייען ארום צו די מידיע פארקויפן זייערע טעאריעס, פאר די עכטע עסקנים אין מאנסי (וואס זענען נישט עסקנים פאר כבוד) שטערט עס גאר שטארק, סשטערט זיי אויף טריט און שריט, ובפרט די ווידיאו יעצט וואס איז ארויס געקומען אין א קריטישע צייט פאר אידן אין ראקלענד, סטוט זיך יעצט עטליכע מערכות אויפן אין אונטערן טיש, די עסקנים דארט האבן דייקא נישט געוואלט פובליסיטי יעצט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

מ'קען גאראנטירן אז אזעלכע ווידיאס וועלן אי"ה ברענגען אנטיסעמיטיזם צווישן אידן אין ניו יארק. זייער א מיאוס'ע זאך.
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

א 25 מינטיגע אינטערוויא מיט יאסי געשטעטנער און פאלאטשעק ווי זיי זענען מסביר פארוואס זיי האבן ארויסגעגעבן דעם קליפ.
http://youtu.be/nUz81n5t_U4
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

א בילד פון א קליינעם חלק פון די קאממענטס אויף דעם פעיסבאק פעידזש אויף וואס דער קליפ באציט זיך.
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

די דיסקריפשען אויף דעם פעידזש וואס זייער מיסיע איז.
און ווי זיי זאגן קלאר אז ״אלע״ עקנאמישע פראבלעמען און ראקלענד זענען נאר וועגן די אידן.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איש צדיק תמים האט געשריבן:א 25 מינטיגע אינטערוויא מיט יאסי געשטעטנער און פאלאטשעק ווי זיי זענען מסביר פארוואס זיי האבן ארויסגעגעבן דעם קליפ.
http://youtu.be/nUz81n5t_U4

די אינטערוויו איז נישט קיין צוואנציג מינוטיגע הסבר 'פארוואס' זיי האבן ארויסגעגעבן דעם ווידיאו, עס איז זעלבסט די הסבר...
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

די ווידעא איז א בושה, ללא תועלת,

געשטעטנער, פאלאטשעק און ווידער זענען ציהיצטע שארפטאנס וואס פירן די ציבור אין באד אריין
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: "דער איד אין ראקלענד"

שליחה דורך נופת צופים »

אין איין ווארט - גרויליג
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א פחד עצום צו לייענען די גרויליגע קאמענטארן.
איך האלט אז דער ווידעאו פון געשטעטנער און קא. איז א פאטאלע טעות וואס קען נאר בעקפייערן.
מיר זענען אין גלות. מיר דארפן משיח NOW, נישט סוף שמיטה.
און דערווייל זאל מען זיצן איינגעלייגט און נישט זיך רייצן מיט די רשעים.
האבן גאנ'ס וועט נישט העלפן.
זיך בעטן ביי די אפישעלס וועט אויך קיין סאך נישט העלפן אויב דער פאלק איז אקעגן אונז, ווי שוין איבערגעצייגט אין די היסטאריע אן א שיעור מאל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איינער דארף קויפן א פעקל קליקס און אפאר לאליפאפס פאר בעני פאליטשעק און יאסי געשטעטנער און לאז זיי אראפקריכן פון אונזער קאפ. עס איז שוין בעסער געווען ווען געשטעטנער האט רעפרעזענטירט וועבערמאן און ווען פאלעטשעק איז געווען ביזי אטאקירן רבי יענקל האראוויץ. דאס איז איין גרויסע דזשאוק, מען דארף זיי נישט נעמען סירעעסלי.

לעצם הענין. איך וואוין אין מאנסי שוין לאנגע יארן. ביידע זייטן האבן ערענסטע קאנסערנס. די נישט היימישע איינוואוינער זענען קאנסערנד אז די פאפולאציע צואוואקסט זיך צו פיל און דער אינפעסטראקטור קען עס נישט דערהייבן, אזוי ווי מען קען קלאר זעהן ווי אנגעלייגט די הויפט גאסן ארום מאנסי און ספרינג וואלי זענען. זיי זענען אנגעצויגן אז מען בויט גרויסע בנינים ארום זייערע הייזער, ווען זיי האבן געוואלט וואוינען אין א סובאורבען ענוויראמענט. זיי זענען אנגעצויגן אז אויף זייער גאס בויט מען א שול וואס וועט האבן א זאל און א יעדע נאכט וועלן דארט זיין חובבנות מכמה סיבות. גיי רעד נאר מיט די שכנים פון סטאלין, תפארת גדליה, טאשנאד וכו'. זיי זענען אנגעצויגן איבער די גרויסע פאפערייען וואס קומען פאר מיט די שטאטישע פראגראמען. עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז אזא גרויסע צאל מענטשן מיט סעקשאן אכט און פודסטעמפס, און אזא גרויסע צאל מענטשן מיט ברענד נייע קארס, גרויסע משפחות און שיינע דירות, מאכט נישט קיין סענס. עס מעג זיי באדערן, ספעציעל ווען די קאונטי מוטשעט זיך מיט געלט.

פון די אנדערע זייט באדערט דער היימישע עולם אז זיי צאלן גאר הויכע פראפערטי טעקס, און רוב פון די געלט גייט נישט לטובתם. (כאטש מען קען זיך טענה'ן אז עס איז לטובת כולנו אז ראקלענד האט גוטע שולעס.) די היימישע עולם דארף מער דירות כדי אז אלע טעכטער זאלן קענען וואוינען לעבן די מאמעס, דאס איז אן עכטע קאנסערן. די היימישע עולם דארף מער שול'ן, ווייניגער טעקס וכו'.

אנשטאט מען זאל פון ביידע זייטן פרובירן צו קומען צו קאמפרעמייזעס, האבן זיך אוועק געשטעלט צוויי עקסטרעמע גרופעס (נישט נאציס אבער גאר עקסטרעם.), פון איין זייט די עקסטרעמע בעבישע פרעזערוו רעמעפאו, פון די אנדערע זייט די עקסטרעמע בעבישע פרעזערוו קנאקערישע חרדיזם. רוב המון עם פון ביידע זייטן זענען נארמאל און ערגעץ ממוצע'דיג. די פראבלעם איז אז נאר די עקסטרעמע זענען אין פאליטיק, די רואיגער רוב פון די המון עם האבן נישט קיין רעפרעזענטאציע.

די סאלושען וועט זיין ווען ביידע זייטן וועלן ארויסשטעלן פרישע רעפרעזענטאציע וואס וועלן זיין אפען צו דיאלאג און קאמפראמיס.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

[tag]הוגה[/tag], גערעכט, נישט געקענט בעסער ארויסברענגען

און דאס איז טאקע די פראבלעם, די רואיגע המון עם, האט געווענליך נישט צופיל צייט, ווי אויך נישט די עסקנישע בלוט
דעריבע בלייבן איבער די אימפולסיווע קינדער אלץ די רעפזענטאטן ביי די אידישע און די נישט אידישע געמיינדע
און די רואיגע בלייבן איבער מיט א שיינע תגובה אויף קאווע שטיבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ארויס געבן אזא קליפ איז א פאטאלע טעות !

איך מיין אז עס איז שוין העכסט צייט פאר אינזער קאמיוניטי זיך אויף צוכאפן און זען די חרבנות וואס מיר האבן אפגעטון מיט די יוגענד ווען מיר טוען וואס מיר ווילן און דערנאך מלבש באיצטלא דאידישקייט ,הן במילה דחסידותא וואס מיר פראקטעצירן דזשיהאד אנשטאט חסידות , והן במילה דעלמא אז יעדער וואס האלט נישט וואו מיר . איז א שגץ , ר'משה פיינשטיין איז געווען א אויסגעוועפטע יוד. הע..אימתא דשבת עליו ... בעלזע רב א טיפש געווען ... ליבאוויטשע רעבי הע... ער פלעגט גיין מיט קורצע הויזן ..וכו.וכו.
דער קינד וואקסט אויף און גייט ארויס צום ברייטן וועלט און פלוצלינג ווערט ער געוואהר וויפיל באלאני און פיסטע שטרוי מען האט אום געפיטערט די אלע יארן , די תוצאות דערפון שרייט א שטומע געשריי וואס מאכט טויב א שטומער ! אבער אין פוצה פה ..

לדעתי , טוען מיר בידיים פארלייקענען די האלאקאוסט פאר אינזערע אייניקלעך !!

אז ער מאלט אראפ א גרופע. ובראשם עד דעי אלטץ נאציס און דער אומשילדיגער פאליציאנטקע וואס האט אריין געבלאנדזשעט אין מאה שערים ווערט באטיטלט נאצי נאצי ..נו , וואס וויל מען אז אינזערע אייניקלעך זאלן גלייבן ברשעות הנאציס ? סך הכל וועלן זיי גלייבן אז עס איז אמאל געווען נאציס וואס זענען געווען שלעכט צו אידן אזוי שלעכט וואו עד דעי ...

רבותי , מען דארף פארדאמען א יעדעס מאל איינער דערמאנט נאציס ! דאס איז נישט קיין קינדער שפיל !

(אפשר איז טאקע צייט שוין מיר זאלן זיך פאראייניגן אינטער דעם ארגאן פונעם אמעריקאנע אידענטום ר'מאיר אמסעל שליט"א, וואס פירט א מלחמת חרמה אנטקעגן די אזוי געריפענע זעלבסט געקרוינטע פאסקוסטווע כאליערע עסקים פון מאנקי/מאנסי , בילאמסבערג , באריפארך , קרית דזשוליק , סקוועריקאקא , טושי/טעשי , קוטשי /קאטשי ,און עמאלייקוואד ...
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

טרעסאנט אז יעדע שמועס דא ווערט פארפירט צו פארפירן קעגן דעם חרידישן לעבנס שטייגער.

אבער מען קען מחולק זיין מיט די לשונות וואס זיי האבן געניצט און די קליפ, אבער רעדענדיג צו אן עסקן וואס איז באמת באקאנט בתוך הדברים און איז נישט קיין יונגערמאן מיט א ברענענדיג ליכט אונטערן זיצער, זאגט ער מיר אז טאקע אמת אז די אפעציעלער פירערשאפט און מאנסי קען נישט ארויסגעבן אזא קליפ, אבער אז יונגערלייט האבן דאס געטאן קען דאס נאר אויפטאן.

אראפ קען דארט שוין נישט גיין, עט ליעסט האט זיך די מידיע אויפגעוועקט, מען רעדט טאקע פון די קאנטרעווארשל חלק פונעם קליפ, אבער אז גרויס חלק פון די נייעס באריכטן זענען בעיקר וועגן די האס וואס גייט פאר און ראקלענד וואס איז אפען געשטיצט דורך די קאונטי גאווערמענט.

מען האט אסאך פראבירט צו ברענגען מידיע אטטענטשען צו די האס פראבלעם, ווי אויך זיך פראבירט זיך צו זעצן מיט דעם דעי סיי פארן עלעקשאן און סיי נאכדעם, און דער האט געזאגט בלא מיט אן אלעף.

זאגט מיר דער עסקן אז ער פערזענדליך איז גראדע דאנקבאר פאד די קליפ ארויסגעבער.

איך אליין וואלט קאן זיין מער ליב געהאט ווען זיי ניצן ווען נישט דעם האליקאויסט, (גראדע זאגן זיי קיינמאל אז ראקלענד איז ווי נאצי זשורמעניע, זיי זאגן אז די פיקטשערס וואס דער רשע ניצט אויף זיין פעיסבאק פעידזש איז א קאפי פון די סטייל פיקטשערס וואס מען האט געניצט און די יארן ״פאר״ דעם האליקאויסט, קוקט איבער וועט איר זעהן אז איך בין גערעכט.

אבער איך זיץ דא און אפיס און שרייב אויף קאווע שטיבל און זיי טוען פארן כלל ממילה ווער בין איך זיי צו קריטעקירן?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

קען דער עולם אויפהערן מיט די ווארט 'פאטאל'?
פאטאל מיינט טויט, פאטאלע טעות מיינט א טעות וואס קאסט א לעבן.

מיר, פונקט ווי OJPAC מעגן זיך האלטן אין די גלייזן. מען דארף נישט באנוצן מיט דעמאגאגיע ווען מען וויל ארויסברענגען א פונקט, ווי ריכטיג און לעגיטים עס זאל נאר זיין.

די בלאק-די-בלאק-וואוט גרופע זענען פילייכט געריבענע אנטיסעמיטן, אבער זיי זענען נישט קיין נאציס, און זיי פארגלייכן צו נאצי דייטשלאנד אויף סיי וועלכע אופן איז אידיאטיש און קאנטער-פראדוקטיוו, עס בארואיגט נישט די מצב, און מאכט די אטמאספער מער אנגעצויגן נישט ווייניגער. דאס מאכט נאכנישט די OJPAC ווידיאו א פאטאלע טעות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך בין אויך נישט קיין יונגערמאן מיט א ברענעדיגע ליכט אונטער מיין זיצער און איך ווייס פונקטליך וואס גייט פאר, איך דארף נישט קיין עסקן זאל מיר זאגן. עס איז דא האס? יא. אבער די רעספאנס פון די דאזיגע חברה, פון די ארגינעלער סקול בארד מעמבערס, פון די א.ג. עסקנים וואס זארגן זיך צו בויען אזויפיל דירות וואס א יעדע רעכטדענקיגע מענטש ווייסט אז עס איז נישט נארמאל, איז פונקט אזוי ראנג. די אופן וויאזוי מיר אידעלעך (עטליכע, נישט אלע) טוען זיך ככל העולה על רוחינו אן זיך רעכענען מיט די מינאריטעט שכנים א כהוא זה, איז אן עוולה גדולה וואס צינדט אן די האס ביי די קעגנער, כאטש עס בארעכטיגט עס נישט. ממילא, זיץ איך אויף קאווע שטיבל און איך זאג פאר זיי, איר טוט גארנישט קיין טובות פאר די כלל, לאזט אונז אפ, גייטס און ווערט באפערס ושלום על ישראל.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טרעסאנט אז יעדע שמועס דא ווערט פארפירט צו פארפירן קעגן דעם חרידישן לעבנס שטייגער.
געהאקט און קאפ, דער יו טוב קליפ איז נישט קיין חרדישער לעבנס שטייגער
אבער רעדענדיג צו אן עסקן וואס איז באמת באקאנט בתוך הדברים און איז נישט קיין יונגערמאן מיט א ברענענדיג ליכט אונטערן זיצער,
איך ווייס נישט ווער אבער רוב עסקני מאנסי זענען זייער בייז
זאגט ער מיר אז טאקע אמת אז די אפעציעלער פירערשאפט און מאנסי קען נישט ארויסגעבן אזא קליפ, אבער אז יונגערלייט האבן דאס געטאן קען דאס נאר אויפטאן.
בעני פאלאטשעק מיט יוסי געשטעטנער האבן זיך דערקלערט און די מידיע אלץ די אפציעלע ווארט זאגער. מילא דבריך סותרים
אראפ קען דארט שוין נישט גיין,
ווערט זאגט?
עט ליעסט האט זיך די מידיע אויפגעוועקט,
אויפגעוועקט לרע, זעה די קאמענדס
מען רעדט טאקע פון די קאנטרעווארשל חלק פונעם קליפ, אבער אז גרויס חלק פון די נייעס באריכטן זענען בעיקר וועגן די האס וואס גייט פאר און ראקלענד וואס איז אפען געשטיצט דורך די קאונטי גאווערמענט.
ווען סקומט צו קוקן אויף א מענטש וועם מ'קוקט אן שווארץ וועט מען נאר ארוסנעמען די שלעכטע חלק
מען האט אסאך פראבירט צו ברענגען מידיע אטטענטשען צו די האס פראבלעם, ווי אויך זיך פראבירט זיך צו זעצן מיט דעם דעי סיי פארן עלעקשאן און סיי נאכדעם, און דער האט געזאגט בלא מיט אן אלעף.
ועכשיו? דעקן א יו טוב קליפ מיינט נישט אז זיי גייען יעצט ווערן דיינע פריינט, דאס גייט קיינמאל נישט געשהן, פארגעס, news 12 האט א אגענדע פאר יארן, סיי מיט מאנרא סיי מיט סקווירא און סיי מיט מאנסי
זאגט מיר דער עסקן אז ער פערזענדליך איז גראדע דאנקבאר פאד די קליפ ארויסגעבער.
לפי ידיעתי זענען די עכטע עסקנים וואס טוהן למעשה זייער בייז
גראדע זאגן זיי קיינמאל אז ראקלענד איז ווי נאצי זשורמעניע, זיי זאגן אז די פיקטשערס וואס דער רשע ניצט אויף זיין פעיסבאק פעידזש איז א קאפי פון די סטייל פיקטשערס וואס מען האט געניצט און די יארן ״פאר״ דעם האליקאויסט, קוקט איבער וועט איר זעהן אז איך בין גערעכט.
נישט קיין חילוק וואס ער זאגט, די קליפ פאר זיך זאגט אבער יא, די זעלבע די מידיע ווען זיי דעקן די קליפ
אבער איך זיץ דא און אפיס און שרייב אויף קאווע שטיבל און זיי טוען פארן כלל ממילה ווער בין איך זיי צו קריטעקירן
זיי מאכן חרוב דעם כלל
פארשפארט