"דער איד אין ראקלענד"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

[tag][/tag]הוגה די אלע וואס רעדן דא וואוינען נישט אין ראקלענד סאו ווייסן זיי נישט

איך וואוין אויך נישט דארט אבער איך דריי מיך דארט אסאך כמעט יעדן טאג און איך דאוון אין מאנסי און איך פארברענג אביסל דארט זייער זייער אפט די אלע וואס האלטן מיט די געשרייען יעדן צווייטן טאג די צימעשיניש צווישן די רבנים עסקנים הויפן והמסתעף פארשטייען דיך זייער גוט אויב איבעראל זענען די עסקנים האלב משוגע איז עס אין מאנסי פיל ארגער און איך סטאפ דא דער ראלניצקי מיט דעם ווידער האבן סתם אזוי א האבי צו זיין יעדן שני וחמישי אויף קול מבשר און אזוי ווייטער סאו רעד נאר צו מאנסי איינוואוינער איבריגע האבן א גרויסע חסרון ידיעה וואס דארט טוט זיך
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ישראל קאפקע האט געשריבן:קען דער עולם אויפהערן מיט די ווארט 'פאטאל'?
פאטאל מיינט טויט, פאטאלע טעות מיינט א טעות וואס קאסט א לעבן.

יא. איך האלט עס איז פאטענציעל פאטאל! עס איז בכלל נישט קיין דעמאגאגיע.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:קען דער עולם אויפהערן מיט די ווארט 'פאטאל'?
פאטאל מיינט טויט, פאטאלע טעות מיינט א טעות וואס קאסט א לעבן.

יא. איך האלט עס איז פאטענציעל פאטאל! עס איז בכלל נישט קיין דעמאגאגיע.

ווער געדענקט די חילול השם אין ארץ ישראל ווען מ'האט אנגעטוען די קינדער געילע לאטעס, היינו הך
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אוי זעמער אינז גוט אהערגעשטעלט, ווען ח"ו עפעס נישט גוט, גלייך הערט מען שרייען, ווי זענען די עסקנים מ'דארף דאך דא הילף, זאלעס זיין הצלה שומרים צו עני פובליק סערוויס עסקנים, די רגע נאכן זיי נוצן הייבט מען שרייען עה סתם בעיביס וויכטיג מאכערס ליידיגייערס
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

דער וואס זאגט אז ער האט גערעדט צו די עסקנים און זענען זייער בייז האקט אויף די עסקנים און די ״אפיציעלער״ פירערשאפט און מאנסי תוך כדי דיבור, ממילה ווייס איך נישט וועם ער רופט עסקנים.

אבער איינער האט מיר דא אריינגעשיקט און אישו א צוויי און צוואנציג מינוטיגער אינטערוויא מיט פאלאטשעק און געשטעטנער מיט עפעס א טעלעוויזיע סטאנציע (ווייס נישט וועלעכע דאס איז, זעט נישט אויס ווי ניוס 12, אויב איינער ווייסט זאל ער מיר ביטע זאגן) ווי זיי זענען גראדע גאנץ שיין און ציוויל מסביר די מטרה פונעם קליפ, און ענפערן אפ די וואס זאגן אז די האס איז די שולד פונעם היימישן ציבור.
http://youtu.be/nUz81n5t_U4
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

זיי מאכען פונעם האלעקאסט א סלאגאן ווי 'יהרג ועל יעבר' 'מינות וכפירה' 'כופר בעיקר' וכו'.. .. טיפיקל קורץ קעפיגע טראכט.....
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]יישר כח פארן ברענגען דער קליפ, מען דארף נישט מער ווי דעם צו זעהן קלאר אז מ'האנדלט דא מיט צוויי פופצן יעריגע בחורים'לעך. די פראבלעם איז אז נישט היימישע מענטשן כאפן דאס נישט און מיינען אז זיי רעפרעזינטירן איינעם.

זיי פארקויפן זיך ווי מענטשן וואס זוכן צו האבן דיאלאג מיט די אנדערע זייט, אבער זיי בלעימען אלעס אויף די "אנטיסעמיטיזם". וויאזוי פלאנען זיי צו האבן דיאלאג? זיי האבן אמאל גערעדט מיט סעינט לארינס אז ער זאל אפשטעלן בויען אזויפיל דירות? האבן זיי גערעדט מיט מענטשן צו העלפן לינדירען פראבלעמען וואס די שכנים האבן? אזא ווידיאו ברענגט נישט קיין דיאלאג, עס האקט אפ דיאלאג. יוסי אליינס זאגט אז דער ווידאו האט ער געמאכט "to stir up conversation and debate", הייסט ער האט עס נישט געטון אונז צו ווארענען פון די שרעקליכע סכנה וואס שוועבט אויף אונז, נאר צו מישן א הייסע טאפ.

יוסי זאגט אינמיטן בנוגע נעמען אומערליך שטאטישע פראגראמען, "they have never provided any evidence"... ביזט אינגאנצן משוגע? דו בעטסט דיר אז זיי זאלן פראוויידען עווידענס? אך און וויי! האט שוין איינער אמאל געהערט נאך א אידישע עסקן מאכן אזא asinine סטעיטמענט? דאס אליינס איז גענוג צו צייגן אז מ'האנדלט דא מיט קליינע קינדער.

יוסי זאגט כסדר איבער, "there's no divide in the community, it's the fringe". יא, ער איז גערעכט. אבער ער און זיינע פרענדס זענען א טייל פון דער פרינדזש.

יוסי און בעני, קריכט אראפ פון אונז, קיינער האט אייך נישט געבעטן.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

בנין נערים סתירה
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

הוגה איצטערט קוקענדיג אויף דיינע אלטע קאממענטס פארשטיי איך שוין אלעס

יאסי געשטעטנער איז פסול ווייל ער האט גערעדט ביי די וועבערמאן פרשה.
בעני פאלאטשעק ווייל ער האט געשריבן א בריוו קעגן יעקב האראוויץ.
אויף די עסקני מאנסי (די עלטערע) שעלטסטו שוין לאנג.
דעם היימישן חרידישער ציבור האסטו ממילה נישט ליב.

אלעס שטימט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

יישר כח פארן אזוי גוט אפענטפערן מיינע טענות. אויב דאס איז די בעסטע וואס דו קענסט אויפקומען מיט, איז דאס די בעסטע הסכמה.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

איינמאל די האסט א נגיעה קעגן מענטשען דאן וואס זיי טוען טרעפסטו וואס צו קריטעקירן.
פארשטאנתא?

איך מיין אז יעדער וואס קוקט אויף דעם ווידיא וועט פארשטיין אז די רעדסט שטותים, צו זיי האלטן אז די ווידיא איז א ישועה אדער נישט.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

יעצט האסטו עם לגמרי אפגעפרעגט!
.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

דו פארשטייסט זיכער אז איך רעד שטותים, אבער פאר סאם ריזען קענסטו נישט ארטיקילעיטען און אפענטפערן מיינע טענות. איך וועל ממשיך זיין מיין דיסקוסיע מיט דיר ווען דו וועסט רעדן צו דער נושא און נישט וועגן מיך פערזענליך. אדערווייל וועל איך ווייטער מודיע זיין פאר א יעדעם אז די קינדער האבן נישט קיין רעכט צו היידזשעקן אונזער פלאטפארמע.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:http://www.fios1news.com/lowerhudsonvalley/rockland-orthodox-jews-controversial-video

אפטעמיסט: ייש"כ פאר אויפברענגען די שאלה. אבער איך האלט אז די אידן האבן א רעכט צו זיין באזארגט. אוודאי איז די ווידעא און די איידיעס וועלכע ווערן דארט ארויסגעברענגט א ביסל מוגזם. אבער די נקודה העיקרית איז אז מ'מאכט דעם איד פאר דעם שעיר לעזאזל. פאר אלע פראבלעמען וועלכע שפילן זיך אפ אין ראקלענד קאונטי ווערט דער איד געבלעימט. אין דייטשלאנד האט זיך עס אויכעט נאר אנגעהויבן מיט קלייניגקייטן און די איינגעזעסענע אידן האבן פארשריגן די וועלכע האבן אלארמירט איבער דעם מצב אז זיי טרייבן איבער און זיי מאכן אן א פאניק ווען ס'איז נישטא פאר וואס צו זיין באזארגט. ספעציעל דער עד דעי איז א כיטרער אנטי-סעמיט וועלכער זאגט נישט אן קיין גוטס פאר די אידישע באפעלקערונג אין ראקלענד...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קען איינער מיר א טובה טוהן און ארויף לייגן די ווידיאו דורך טעפלאק מיט א לינק אזוי ווי ראשעקל טוהט, אזוי אז אויך איך זאל קענען זעהן די ווידיאו, יישר כח,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הוגה ,כ'פארשטייט אביסל וואס דער צדיק זאגט. ביז דו האסט דיך גענומען צום עווידענס חלק האב איך דיר אויסגעהערט אבער פון דארט און ווייטער פארשטייען מיר ביידע אז מ'קען עס ליידער נישא אויספראקן ברבים מכוח די פילע ניזל לאכול קורצא ביה מלכא נידריגע יונגן בתוכינו (אינקלודינג אויף ק''ש).

אז דו האלסט אז מען קען יא דאן זיי דו דער נחשון ,לייג ארויס דיין סאושל ,פארדינסט ,און פרטים פון וועלכע בענעפיטן דו ביסט נהנה און לאמיר דן זיין דיין קעיס תחילה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך וויל אויך נישט דן זיין אין דער נושא, און א יעדע רעכטדענקיגע מאן פארשטייט אז if we know what's good for us זאל מען נישט צורירן דער נושא. נאר צוויי בנין נערים'דיגע רייסערס האבן אזוי ווייניג שכל זיך צו שטעלן אויף לייוו טעלעוויזיע און מאכן אזא אומפאראנטווארטליכע סטעיטמענט וואס קען קיין גוטס נישט ברענגען. אשר על כן נוץ איך דאס אלץ איין ראיה צו ווייזן פארוואס מען דארף די צוויי חברה עמערדזשענסי טרעפן א נארמאלע דזשאב, בעפאר עס איז צו שפעט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

האסט מיר געמאכט אויסהערן די ערשטע צעהן מינוט (ועוד חזון לחול המועד פאר די איבריגע) און כ'מוז דיר זאגן זיי רעדן זייער זייער צום דבר מיט א געמאסטענע איינגעהאלטנקייט.

דאס איז אן אריינגיין אין די עצם טענות ומענות בין הצדדים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך אויך האט געשריבן:אלעס איז רעלאטיוו ,קוק למשל וואספארא דאגות זיי טראגן.

ס'איז סאטירע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מיינע צוויי צענט בנוגע דעם ווידעא. חסידישע אידן האבן א פראבלעם, און דאס איז אז זיי פארשטייען גאר ווייניג צום קולטור פונעם אלגעמיינעם אמעריקאנעם. יא, אפילו מ'האט געוואטש 24 אין כולל, מ'האט געלאכט פון די וויצן אין 2 ענד ע העף מען, מ'איז א לאנג טיים שאן העניטי פען, און אפילו מ'קאלט אפילו אריין צו מייקל סעוועדזש אין א גוטע מינוט, נאך אלע מעשיות פארשטייען די איבערוויגנדע רוב פון חסידישע אידן גאר ווייניג צום קולטור און באנעמונג פון די המון עם ארום זיי, און אין די איבערוויגנדע רוב זענען אריינגערעכנט לאו דווקא אמאטעורישע עסקנים ווי געשטעטנער און פאלאטשעק, נאר אויך וועטעראנען ווי נידערמאן און מענצער. טראץ זייערע לאנגיעריגע עסקנות פארן כלל (ווי, לאמיר זיך נישט נארן, זיי האנדלן מיט פאליטיקלי קארעקט פאליטיקאנטן און זשורנאליסטן און נישט מיטן עמך) פארשטייען זיי נאדא ווען עס קומען צום דרויסנדיגער בליק.
מיר קענען זיך טענה'ן ארויף און אראפ איבער דעם תועלת פונעם ווידעא, אבער איין זאך איז שווער צו פארלייקענען: דער ווידעא ליידט פון דעם קולטור-מיספארשטענדעניש פראבלעם בגדול. עס איז שווער מסביר צו זיין פונקטליך פארוואס (פונקט ווי עס איז שווער מסביר זיין וואס איז ראנג מיט הייקינד'ס זיך פארשטעלן פאר א שווארצער אין פורים), אבער דרויסנדיגע - צו וועם דער ווידעא זעט אויס צו זיין געצילט - קוקן אן דעם ווידעא גאר אנדערש פון וויאזוי די פראדוצירער דערפון קוקן דאס אן, און דער קולטור קלעש איז אן אומגינסטיגער זאך וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

יידל האט געשריבן:מיינע צוויי צענט בנוגע דעם ווידעא. חסידישע אידן האבן א פראבלעם, און דאס איז אז זיי פארשטייען גאר ווייניג צום קולטור פונעם אלגעמיינעם אמעריקאנעם. יא, אפילו מ'האט געוואטש 24 אין כולל, מ'האט געלאכט פון די וויצן אין 2 ענד ע העף מען, מ'איז א לאנג טיים שאן העניטי פען, און אפילו מ'קאלט אפילו אריין צו מייקל סעוועדזש אין א גוטע מינוט, נאך אלע מעשיות פארשטייען די איבערוויגנדע רוב פון חסידישע אידן גאר ווייניג צום קולטור און באנעמונג פון די המון עם ארום זיי, און אין די איבערוויגנדע רוב זענען אריינגערעכנט לאו דווקא אמאטעורישע עסקנים ווי געשטעטנער און פאלאטשעק, נאר אויך וועטעראנען ווי נידערמאן און מענצער. טראץ זייערע לאנגיעריגע עסקנות פארן כלל (ווי, לאמיר זיך נישט נארן, זיי האנדלן מיט פאליטיקלי קארעקט פאליטיקאנטן און זשורנאליסטן און נישט מיטן עמך) פארשטייען זיי נאדא ווען עס קומען צום דרויסנדיגער בליק.
מיר קענען זיך טענה'ן ארויף און אראפ איבער דעם תועלת פונעם ווידעא, אבער איין זאך איז שווער צו פארלייקענען: דער ווידעא ליידט פון דעם קולטור-מיספארשטענדעניש פראבלעם בגדול. עס איז שווער מסביר צו זיין פונקטליך פארוואס (פונקט ווי עס איז שווער מסביר זיין וואס איז ראנג מיט הייקינד'ס זיך פארשטעלן פאר א שווארצער אין פורים), אבער דרויסנדיגע - צו וועם דער ווידעא זעט אויס צו זיין געצילט - קוקן אן דעם ווידעא גאר אנדערש פון וויאזוי די פראדוצירער דערפון קוקן דאס אן, און דער קולטור קלעש איז אן אומגינסטיגער זאך וויאזוי מ'זאל דאס נאר אנקוקן.

פארשטיין א צווייטענ'ס פראבלעם מיט דיין הרחבת גבולי הקדושה דארף נישט אז מען זאל פארשטיין די גוי'שע קולטור, וואס האט פשוטע $$ אישוס מיט קולטור? אבער דאס ביזטו גערעכט אז אונזער קולטור איז זייער אוםטאלעראנט צו סיי וואספארע אנדערע מיינונגען און אינטערעסן אפילו עס איז נישט שווער צו פארשטיין.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך רעד נישט פון אוניווערסאלע מענטשליכקייט און עטיק. איך רעד פון די אופן וויאזוי דער קליפ איז אראפגעלייגט, רייטנדיג אויף נאצי-דייטשלאנד, פארגלייכן קאריקאטורן, א.ד.ג
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

דאס קומט ווייל זיי קענען אזוי נישט פארשטיין א צווייטן ממילא האבן זיי הנחות אז יעדע מאטיוו אדער טענה איז ריין אנטי סעמיטיזם און אזוי פארט זיי די קאפ היציג און שמאל ביז.......
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
פארשפארט