שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....

שליחה דורך משה לייזער »

נו שוין! ב"ה מ'האט שוין אריינגעלייגט אין די קינדער די פולסטן מאס אמונה וואס שייך מיטן סיפור יציאת מצרים, מ'האט שוין אפגעגעסן די מצה וואס איז טאקע געווען לתיאבון מיטן פילן זין פון ווארט, די ציינער טוהן היבש וויי פון מצה און דעם כורך אבער למען האמת עס האט זיך געלוינט, די בויך רעדט אביסל פון די שארפע מרור וואס ווייקט זיך אין מאגן, מ'האט אפגעגעסן די פאלשע פיש מיט די געזאלצענע אייער מיט די פיינע פסח'דיגע לאקשן, און ס'איז שוין גערינען שמאלץ פון די ליפן ביים עסן די אפיקומען, אלעס גייט מיט געשמאקייט און א רואיגקייט, מ'האט אפגעבענטשט.

דער ראש המשפחה זינגט אזוי אונטער יראו את ה' קדו....שיו... (גראדע איינע פון די באקאנטע אליהו הנביא נגונים פןו מוש"ק) פלוצלינג! יעדער ווערט שטיל.... ס'ווערט ספאקי דער טאטע נעמט ארויס צוויי פרישע פארמאכטע באטלעך וויין פונעם באקס און אן קיין שום מורא דרייעט ער איבער דעם גאנצען באטל אינגאנצען איבערגעדרייעט העכער דעם ריזיגען כוס וואס ליגט פונקט אינמיטן טיש, יעדע קוקט צו דעם ספעקטאל ווי דאס קען זיין אז מען דרייעט איבער א 'גאנצע' באטל און מ'האט אפילו נישט מורא אז עס וועט איבערגיסן, דער טאטע א חסידישער איד טראכט ביי זיך אה! לאמיר אנגרייטן דעם כוס פאר דעם גרויסן גאסט איך פריי זיך אז איך קען איך מכבד זיין מיט אזא שיינעם בעכער און אסאך וויין, אודאי איז דאס העכערע זאכן, געט שנעל א דריי צוריק, אבער דאס איז דער מנהג ישראל און פריי זיך אז איך קען דאס טוהן מיט א שלימות, מען קען הערן די וויין זיך ארויסבאבלען פונעם באטל אריין אין דעם כוס של אליהו, ווען אין די זעלבע צייט שפרינגט אביסל אונטער די האנט פונעם טאטען ווען עס ווערט אים פליצלונג גרינגער אין גרינגער דעם באטל נאך יעדן באבל וויין וואס האט זיך ארויסדערווישט פונעם באטל אזוי דארף ער באלאנסירן די האנט פאר א שיינע צוויי מינוט, דער פרישער בחור חיים וואס האט עטוואס אנגעהויבן לייגן תפילין שפירט אז ער וויל לאכן, אבער ס'פאסט דאך נישט: איך בין דאך א ערנסטער בחור, טראכט ער צי זיך, לייגט ער ארויף די הענט אזוי אויפן מויל אז קיינער זאל נישט כאפן, דער עולם מיינט דאך נאר אז ס'קראצט אים די בארד אדער דארט אביסל פון די רעכטע זייט פון די נאז וואס טראגט צום מויל, די קליינע האבן נאכנישט קיין מורא איין מינוט לאכן זיי אויפן קול, די צווייטע מינוט פרעגן זיי פארוואס אליהו הנביא הערט נישט אויף צו זיין דארשטעריג און וויאזוי ער קען גיין אזוי שנעל גיין פון איין הויז צו די אנדערע, די וואס זענען אביסל מער געלערענטער וועלן מסביר זיין אז ער איז א מלאך וואס קען פליען מורא'דיג שנעל און ער קען טרינקן וויפול ער וויל אנדערע וועלן זאגן אז ער טרינקט נאר א פיצי ביי יעדע הויז.

די כוס איז פיל על גדותיו די דיבאטע איבער אליהו הנביא צווישן די קליינע איז פארטיג, און דער קליינער וואס האט זיך געבעטן אפאר טעג בעפאר דעם סדר אז ער גייט עפענען די טיר פאר אליהו הנביא האט באקומען קאלטע פיס ער מורא באקומען אז אפשר ווער ער נישט קענען ארויפקומען די שטיגן אזוי שנעל ווי אליהו הנביא קען וואקן, אויך האט ער מורא צו זיין אליין מיט אליהו הנביא, וואס וועט זיין אויב ער וועט אים זעהן? וואס זאל איך אים זאגן, ס'גייט זיין צו שרעקעדיג...

נאך א שטיקל דין ודברים שיקט מען מיט מיט אים זיין ברודער דער בחור'ל חיים, חיים איז אויך היבש צומישט איך גיי קענען דאס יאר זעהן אליהו הנביא? עכט האב איך אויך מורא אבער איך בין דאך שוין א בחור ער נעמט זיך די קאראש און גייט אראפ די שטיגן ער גייט אראפ שטייט אנכאפנדיג דעם קליינעמ'ס הענט ער קען שפירן די אנגעצויגנקייט אין די דערשראקענקייט פון זיין ברודער'ל, חיים זאגט אים אז מדארף נישט מורא פון אליהו הנביא ער איז א גוטע מלאך כאטש וואס ער אליין ציטערט אויך די הויזן, זיי קומען אן אונטן און חיים געט די אפציע פאר זיין ברודערל צו עפענען אבער ער האט מורא חיים זאגט אקעי לאמיר ביידע אויפאמאל עפענען, די טיר עפענט זיך און זעהט אויס אז דאס יאר האבן זיי נישט זוכה געווען צו זעהן אליהו הנביא (אפשר יא?) דער קליינער לויפט שנעל ארויס די שטיגן ער ווייסט נישט ווי ס'איז מער אינטערסאנטער מיטצוהאלטן דאס ארויפקומען צוזאמען מיט אליהו הנביא אדער זיין אויבן און זעהן וויאזוי ער קומט ארויף, חיים גייט ארויף שטאט ווי א גרויסער בחור, אויבן ווערט א צומישעניש אליהו הנביא איז שוין יא דא? ווייל דער קליינער איז ארויפגעלאפן? אדער איז נאכנישט דא ווייל חיים גייט שטאט, חיים גייט ארויף שטאט ער האט אינזין אז ער באגלייט ארויף אליהו הנביא מיטן גרעסטן מאס כבוד...

ער קומט אן אויבן און דער טאטע הייבט אן מיט א קול אדיר וחזק שפוך חמתך.... כי אכל את יעקב.... חיים קוקט אריין אין די הגדה ער וויל אינזין וואס ער בעט פון אליהו הנביא, דער קליינער האלט אן אויג אויפן כוס צו זעהן אויב עס ווערט אביסל ווייניגער, ווען מען קומט אן ווערטער פון 'מתחת שמי ה' ווערט דעם טאטנ'ס קול אביסל רואיגער און אין די זעלבע צייט גרייט ער זיך שוין אראפצולייגן דעם בעכער, און יעצט גוט חיים א שטופ דעם טיש און דער בעכער געט זיך א גיס אויס, חיים ווייסט אז מען האט געמאכט די זעלבע זשאוק מיט אים ווען ער איז געווען קליין, אבער ער האלט אז דאס ברענגט אריין אמונה, די טאטע קוקט זיך צו מיט א איינגעהאלטענע שמייכל וויאזוי די קליינע זעהן קלאר מיט די אויגן אז אליהו הנביא האט געטרינקן פון די בעכער, אבער דער קליינער איז נישט צופרידן ער טענה'ט אז נישט אזוי טרינקט מען, ער זאגט אז ווען איך גיס אויס ווען איך טרינק זאגט מען מיר אז איך בין שוין גרויס און איך דארף אביסל בעסער וואטשן, און אליהו הנביא קען נישט וואטשן? חיים דארף פארטייגן זיין שפיל, און ער טענה'ט צוריק אז אליהו הנביא האט געדארפט ארויפגיין אויפן טיש צו טרינקן און דאס האט אויסגעגאסן די בעכער, אזוי האט חיים אויסגעפירט זיין שליחות די קליינע גלייבן מיטן גאנצן הארץ אז אליהו הנביא איז דא געווען.

מיר גלייבן אלע באמונה שלימה ואמונת צדיקים אז אליהו הנביא קומט טאקע צו גיין און אז צדיקים האבן אים באמת געזעהן, אבער פארוואס דארף מען דאס טוהן דורכ'ן פאפן שאקלן דעם טיש וכדו'?
פארוואס דארפן מיט אויפוואקסן מיט די אבזארוואציע אז אפילו ווען מיר ווייסן אז מען רעדט פון א גוטע מלאך האט נאך אלס מורא (יראת הרוממות אפשר) וויאזוי קען מען מסביר זיין פאר די קינדער אז עס איז באמת א געשמאקע זאך צו האבן אליהו הנביא אלס גאסט און אונזער הויז איינמאל א יאר?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

יארן לאנג פרעג איך שוין.
וואו איז די מקור אז אליהו הנביא קומט צו יעדן יוד אין שטוב? די רמ"א ברענגט די מנהג פון אויפמאכן די טיר כדי צו ווייזן אז מיר ווארטן אויף די גאולה און מיר מאכן שוין אויף די טיר עם מקבל פנים זיין, אבער וואו שטייט בככל אזא זאך אז ער קומט???
ס'איז ידוע סיפורי צדיקים וואס האב געזען אליהו הנביא ביים סדר, אבער וואו איז די מקור אז יעדער יוד וואס עפענט די טיר קומט אליהו שוין צוגיין?

אז מ'וועט אויסלערנען פאר די קינדער אזוי ווי ס'שטייט אין די מקור די הייליגע רמ"א וועט מען שוין נישט דארפן שאקלן קיין טישן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....

שליחה דורך שמערל »

דער טעם וואס די ברענגסט, שטייט בערך אין מהר"ל. אין רמ"א שטייט א פשוט'ערער טעם, לזכור שהוא ליל שמורים.

וז"ל הגה: ויש אומרים שיש לומר שפוך חמתך וכו' קודם לא לנו (ר"ן פרק ערבי פסחים) ולפתוח הפתח כדי לזכור שהוא ליל שמורים ובזכות אמונה זו יבא משיח וישפוך חמתו על העכו"ם (מהרי"ב) וכן נוהגים
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

ירח בן יומו:
וואס פארשטייסטו דען נישט? דער שולחן ערוך איז דאך נאר פאר גרים און בעלי תשובה... ׳אונז׳ טוהן כאוות נפשנו און רעדן איין די יונגווארג (און זיך...) כל מיני קינדערישע זאכן וואס זענען בודאי נישט מקרב צו רעכטע אמונה. אדרבה, ס׳ברענגט נאר צו דאס ווען מ׳ווערט עלטער און מ׳ווערט אביסל רעאליסטיש הייבט מען און צו קווענקלן אין דעם גאנצן ׳מסורה׳. כ׳טענה שוין פון לאנג אז חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו איז א שטארקע חזקה און טאקע דערפאר זענען נעבעך אזויפיהל יודישע קינדער געשלאגן אין שוואכע אמונה בה׳ ותורתו. לאמיר איינמאהל פאר אלעמאהל מקבל זיין אויף זיך צו מחנך זיין די צוקונפטיגע דורות על דרך האמת אהנע פשרות.

חג כשר ושמח

בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל בב״א
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

איך האב געטראפן אזא מקור און ספר אור פני יצחק ראב"ד ווארשא דף ט"ז בשם החי' הרי"מ זי"ע בשם מרן הנוב"י זי"ע איך מיין אז דאס איז גענוג א גוטע מקור...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

משה לייזער האט געשריבן:איך האב געטראפן אזא מקור און ספר אור פני יצחק ראב"ד ווארשא דף ט"ז בשם החי' הרי"מ זי"ע בשם מרן הנוב"י זי"ע איך מיין אז דאס איז גענוג א גוטע מקור...

אבער מ'דארף נאך א מקור אז ער טרינקט אראפ פונעם בעכער.

רבי נחמן מברסלב זי"ע האט דערציילט פאר זיין תלמיד רבי נתן אז ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל אין די מערת אליהו, האט ער זיך אויסגע'משל'ט ווי אליהו איז דארט געשטאנען און גערעדט צום אייבערשטן. רבי נתן איז זייער נתעורר געווארן פון דעם ווארט. אנשטאט צו מאכן א גאנצע שרעקעדיגע זאך פון אליהו הנביא, האט ער פשוט זיך דערמאנט אז אליהו האט מצליח געווען צו ווערן וואס ער איז געווארן נאר ווייל ער האט זיך אויסגערעדט צום אייבערשטן. אליהו איז אויך געווען א בשר ודם פונקט ווי א צווייטער, נאר מיט אסאך תפלה האט ער מצליח געווען.
דאס איז א זאך וואס מען קען איבערגעבן פאר די קינדער, דאס איז א זאך וואס זיי קענען אויך נאכמאכן, אז זיי קענען אויך ווערן אזא גרויסער צדיק פונקט ווי אליהו הנביא.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

סתם אן עצה טובה, האלטן די באטל זייטיג (90 גראד) וועט עס גיסן שנעלער ווי איבערגעדרייט אינגאנצן (180 גראד)...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ריכטיג ווייל דעמאלטס קומט אריין לופט צוזמען ווען די וויין רינט ארויס, און עס באבלט נישט און שפריצט נישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברסלבער האט געשריבן:
משה לייזער האט געשריבן:איך האב געטראפן אזא מקור און ספר אור פני יצחק ראב"ד ווארשא דף ט"ז בשם החי' הרי"מ זי"ע בשם מרן הנוב"י זי"ע איך מיין אז דאס איז גענוג א גוטע מקור...

אבער מ'דארף נאך א מקור אז ער טרינקט אראפ פונעם בעכער.

די סיבה פון וואו עס נעמט זיך אז אליהו הנביא טרינקט איז וויבאלד עס איז דאך א מחלוקת ראשונים אין תוס' צו מען טרינקט א 5'טע כוס צו נישט , במילא אלטס פשרה געבט מען די פיפטע כוס פאר אליהו הנביא צו טרינקן ,
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....

שליחה דורך שמערל »

אייגענס? כ'מיין כ'גיי פון היינט און ווייטער אויך געבן פאר אליהו הנביא אנצוטוהן מיינע רבינו תם'ס תפילין
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

ירח בן יומו האט געשריבן:יארן לאנג פרעג איך שוין.
וואו איז די מקור אז אליהו הנביא קומט צו יעדן יוד אין שטוב? די רמ"א ברענגט די מנהג פון אויפמאכן די טיר כדי צו ווייזן אז מיר ווארטן אויף די גאולה און מיר מאכן שוין אויף די טיר עם מקבל פנים זיין, אבער וואו שטייט בככל אזא זאך אז ער קומט???
ס'איז ידוע סיפורי צדיקים וואס האב געזען אליהו הנביא ביים סדר, אבער וואו איז די מקור אז יעדער יוד וואס עפענט די טיר קומט אליהו שוין צוגיין?

אז מ'וועט אויסלערנען פאר די קינדער אזוי ווי ס'שטייט אין די מקור די הייליגע רמ"א וועט מען שוין נישט דארפן שאקלן קיין טישן.

קיין מקור אויף דעם איז נישט דא. אפילו די נאמען כוס של אליהו איז א שפעטער'דיגע זאך. כוס חמישי ווערט באהאנדלט אין די ראשונים צו ס'איז א מצווה צו טרינקן צו ס'איז נאר א רשות בלי קשר לאליהו.
א ספר וואס ברענגט א שמעתי בשם חי' הרי''ם וואס האט משבח געווען דעם נוב''י פאר'ן גלייבן אין דעם, איז - זייט מיר מוחל - גאר א שוואכע מקור.
קוק בספרי חקרי מנהגים וועסטו קענען נאכגיין ווי די לעגעדנע האט זיך צוביסלעך דעוועלאפט און פארשפרייט.
אבער - אין דא קומט א גרויסע אבער - ביי די סארט זאכן דארף מען נישט קיין מקור, דא איז דער פוק חזו מה עמא דבר די גרעסטע מקור.
וואלט עס נישט געווען אנגענומען און איינגעקריצט אין פסיכיק פון פאלק, וואלט'ן אפילו צוואנציג ספרים אויך נישט געווען א מקור. אויף אזא באמבע דארף מען א בפירוש'ע חז''ל.
אבער אז דער אידישער געפיל דיקדירט אז ס'דארף אזוי זיין, און ממילא איז באשלאסן געווארן אין דער קאלעקטיווער אידישער הארץ אז ס'איז טאקע אזוי, איז עס אוודאי אזוי בלי שום ספק. וכל המהרהר על זה כאילו וכו'.
אוודאי, נישט אין יעדער זאך קען מען קובע זיין לפי סענטימענטן. אבער ביי די עניני אליהו וכדומה איז דער אידישער געפיל דער גרעסטער מבין, מער ווי אלע צדיקים און ת''ח.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך האב שוין מורא איך בין א גר
מיין טאטע האט קיינמאל די טיש נישט געשאקלט
ער האט פשוט געזאגט אז אליהו הנביא קומט ער האט קיינמאל נישט געפראווט קוק די בעכער איז ווייניגער געווארן
אולי גאליציע שאני מאונגערן?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אולי??? וודאי!!!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

רעדענדיג וועגן כוס של אליהו וויל איך דא אויסשמועסען א מנהג וואס איך האב געזעהן ביי מיין שווער זאל לאזען לעבן. און הערן וואס עטץ האלטס
וכך המנהג: היות די ערשטע נאכט פסח האט מען אריינגעגאסען 6 פלעשער וויין מיין שונים אין די מעגא ריזיגע כוס של אליהו וואס האט א שיעור וואס איז כשר למקוה, בלייבט דאך איבער דערפון שיריים פירט זיך מיין שווער אז די צווייטע נאכט חוץ פון פרישע וויינען איז ער מקיים ונוסף גם הוא על יייני אין גיסט צו די שיריים פון די מלאך פון די נעכטיגע יין שלנו. איז דאס כבוד? מיין שווער האלט אז דאס איז די הייליגסטע געבענטשסטע וויין וואס ער קען נאר מכבד זיין אליהו הנביא מיט אבער יאך האלט אז עס איז נישט מענטשליך. וואלט מיין שווערס רבי אדער ראש ישיבה געקומען איהם באזיכען וואלט ער אויך ארויסגעברענגט איבריגע יין שלנו פון די לעצטע מאהל ער האט באזיכט?

עס האט מיר אזוי געבאדערט שנה ראשונה אז זינט דעמאלטס גיי איך צו מיין שווער נאר די ערשטע נאכט סדר און חבל אז איך קען נישט זיין זיסע נוסח אויף ואמרתם זבח פסח.......

בכלל די מנהג פון מכבד זיין א גאסט מיט 6 מיני וויינען אין איין כוס איז נישט קיין גרויס כבוד בכלל. אבער מנהג ישראל תורה הוא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין אויך פון אונגרישע אפשטאם, אויב דענק איך גוט, און כ'הער צום ערשטן מאל אזא מנהג פון שאקלען א טיש.
וירח ה' את ריח הניחוח
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין אויך פון אונגרישע אפשטאם, אויב דענק איך גוט, און כ'הער צום ערשטן מאל אזא מנהג פון שאקלען א טיש.



יאך בין א גאליציאנער און קיינמאל אזוינס נישט געזעהן אדער געהערט. אין נטעי גבריאל איז עס נישט דערמאנט בכלל. ברויך מען פרעגן די בעלעד'ער חסידים אויב ביי זיי איז דא אזא מנהג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפוזרי האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:

אפילו די נאמען כוס של אליהו איז א שפעטער'דיגע זאך.
איך האב נישט נאך געקוקט , אבער וואס איך געדענק איז אז מהרי"ץ דושינסקי זצ"ל פלעגט פארציילן פסח די מעשה פונעם אברבנל מיטן טייערן באצירטן כוס של אליהו ,
כוס חמישי ווערט באהאנדלט אין די ראשונים צו ס'איז א מצווה צו טרינקן צו ס'איז נאר א רשות בלי קשר לאליהו.
דאס וואס איך האב פריער דערמאנט בקשר זה אל זה ווערט געברענגט אין ספר מעינה של תורה בשם הפלאה , נישט אז ער טרינקט עס טאקע נאר היות מחלוקת הוא וועגן דעם לאזט מען עס פאר אליהו הנביא פושט צו זיין תשבי יתרץ ,

און דאס אז ער טרינקט טאקע איז אינטערעסאנט צו צו צייכנען וואס הגרי לאנדו זצ"ל רבה של בני ברק שרייבט אז פאר מען גיסט צוריק די וויין פון כוס של אליהו זאל מען מוזג זיין וויבאלד די וויין איז פגום בשתייתו של אליהו ,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נתן מנחם האט זיך באקלאגט איבער זיין שווער'ס מנהג צו מאכן יין שלנו ,
איך וועל זיך נישט אריין מישן אין ענקער משפחה. אבער יש סמך למנהג זה מה'חתם סופר ,דער חתם סופר האט זיך געפירט צו באדעקן די כוס של אליהו און געלאזט אזוי ביז מארגן צופרי פאר קידוש. ונימוקו עמו - אז הואיל ונעשה בו מצוה אחת נעביד בו מצוה אחריתי ,
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:נתן מנחם האט זיך באקלאגט איבער זיין שווער'ס מנהג צו מאכן יין שלנו ,
איך וועל זיך נישט אריין מישן אין ענקער משפחה. אבער יש סמך למנהג זה מה'חתם סופר ,דער חתם סופר האט זיך געפירט צו באדעקן די כוס של אליהו און געלאזט אזוי ביז מארגן צופרי פאר קידוש. ונימוקו עמו - אז הואיל ונעשה בו מצוה אחת נעביד בו מצוה אחריתי ,


ער רעדט דא לגבי מכבד זיין אליהו הנביא מיט דעם, די נעקסטע נאכט.
.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נו, סעים טינג
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

[tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag]א סיפור פון הרב דושינסקי אויפ'ן אברבנאל גייט נישט ארויס מגדר לעגענדע. אחוץ מזה הייסט אברבנאל אויך א שפעטער'דיגע מקור פאר אזא אינטעגראלער חלק פון סדר.
הפלאה איז נישט קיין מקור פאר שורש המנהג, נאר נאך א טעם ורמז אויף אן אנגענומענער זאך, כנהוג בכל ענייני הסדר להרבות בטעמים. און אה''נ בדורו איז שוין געווען אזוי אנגענומען. (ער איז שוין געווען נאכ'ן נוב''י)
פון הרב לאנדא זעהט מען סה''כ אז ער האט געגלייבט אין וואס אונז אלע גלייבן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

אגב אז מ'רעדט שוין פון כוס חמישי איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין קאצק און איזשביצע האט מען טאקע געטרינקן חמשה כוסות געהעריג.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א דערציילט אז ער האט אמאל געפרעגט אביו הק' זצוק''ל,
וואס איז דער מקור וואס אידישע קינדער זאגן אז אליהו הנביא קומט צו שפוך חמתך?
האט אים דער טאטע געענטפערט,
האסט דאך אליין פארענטפערט די שאלה, דאס אליין אז אידישע קינדער זאגן אזוי דאס אליין איז דער מקור (וכידוע דברי הרשב''א ומובא בבני יששכר וכו') און אז די ווילסט זיכן וועסטו טרעפן,
און ער האט עס טאקע געפונעט פון מהר''ם חאגיז א מקור אויף דעם, ודפח''ח.
פארשפארט