מיט א טיפערן בליק פרשת צו-שבת הגדול - "קרבן תודה-קרבן פסח"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מיט א טיפערן בליק פרשת צו-שבת הגדול - "קרבן תודה-קרבן פסח"

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פרשת צו – שבת הגדול תשע"ה
אם על תודה יקריבנו..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

דערנאך וואס די לעצטע פאָר וואכן האבן מיר בסייעתא דשמיא זוכה געווען אויסצושמועסן באריכות דער ענין פון 'ביטול הדעת', וואס דאס מיינט אז דער איד לעבט נישט מיט קיין שכל מחשבות און חשבונות, נאר איז זיך אינגאנצן מבטל צו הקב"ה, ער ווייסט און אטעמט די איין מחשבה פון "אין עוד מלבדו", ס'איז ביי אים קלאר אז דער מענטש מאכט נישט און טוט נישט, ס'עקזעסטירט נישט קיין שום אנדערע כח אויף די וועלט נאר בורא עולם אליין, און אלעס וואס מיר זענען זוכה צו פארמאגן, אלע אונזערע הצלחות איז א בלויזע מתנת חנם פון הקב"ה... איז יעצט שטייענדיג אין די טעג וואס מען רייניגט אויס דעם שטוב פון חמץ איז דאך דער ריכטיגע זמן מסוגל פטור צו ווערן פון די חמץ – די אויפגעבלאזענע גאווה'דיגע מחשבות וואס ליגן אין אונז, די אלע מחשבות וואס דערהייבן דעם מענטש און מאכן אים פארגעסן פון אונזער באליבטע טאטע, ס'איז צייט צו קומען צו דעם ריינעם אמתע הכרה אז חמץ איז אסור במשהו, אפילו א קליין טראפעלע קען שעדיגן, און ווען דער אידיש הארץ ווערט אויסגערייניגט קומט מען צוריק צו דעם נאטורליכן קלארקייט וואס ליגט ביי אונז איינגעפלאנצן אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו...

ברידער טייערע ביז אהער האבן מיר געשמועסט איבער דעם חלק פון 'סור מרע' אז מיר דארפן פטור ווערן פון די חמץ – מיר דארפן אויסרייניגן דעם מח און הארץ... לאמיר זיך אבער אפשטעלן און באטראכטן ווי אזוי קענען מיר זיך נעמען צום 'עשה טוב' אריין ברענגן דעם יו"ט, ווי אזוי קענען מיר זיך איינגעוואוינען צו לעבן און אטעמען אז אלעס איז א בלויזע מתנה פון הקב"ה, יא פשוט גערעדט אויף א פראקטישע געשמאקע פארנעם אז מיר זאלן לעבן מיט השי"ת און וויסן אז אלעס וואס מיר האבן יא אדער נישט איז נאר בורא עולם..!

צווישן די פילע קרבנות וואס די תוה"ק רעכנט אויס אין די וואכעדיגע פרשה געפינען מיר דעם 'קרבן תודה', ווי די פסוק זאגט אִם עַל תּוֹדָה יַקְרִיבֶנּוּ וְהִקְרִיב עַל זֶבַח הַתּוֹדָה חַלּוֹת מַצּוֹת בְּלוּלֹת בַּשֶּׁמֶן וּרְקִיקֵי מַצּוֹת מְשֻׁחִים בַּשָּׁמֶן וְסֹלֶת מֻרְבֶּכֶת חַלֹּת בְּלוּלֹת בַּשָּׁמֶן, עַל חַלֹּת לֶחֶם חָמֵץ יַקְרִיב קָרְבָּנוֹ עַל זֶבַח תּוֹדַת שְׁלָמָיו וכו' – אויב א איד איז זוכה צו א נס [אדורך געפארן א ים, אריבער געגאנען א מדבר, באפרייט געווארן פון תפיסה, אויסגעהיילט געווארן] ברענגט ער א קרבן תודה, א קרבן וואס דערמיט דאנקט ער הקב"ה אויף זיינע געוואלדיגע חסדים, אנדערש ווי אנדערע קרבנות ברענגט מען דעם קרבן תודה באגלייט מיט פערציג ברויטן, דרייסיג זענען געמאכט חַלוֹת מַצוֹת, און נאך צען זענען געמאכט חַלֹת לֶחֶם חָמֵץ, בקיצור מען ברענגט דעם קרבן תודה מיט ברויטן וואס זענען געמאכט פון חמץ און מצה, די תוה"ק זאגט אונז פונקטליך ווי אזוי מען מאכט עס און וויפיל די שיעורים זענען... דערנאך זאגט אונז די תוה"ק אז אנדערש ווי אלע אנדערע קרבנות שלמים זאל מען די פלייש און די אלע ברויטן פונעם קרבן תודה נאר עסן אינעם טאג וואס ס'איז געשאכטן געווארן און אין די נאכט נאכדעם, לֹא יַנִּיחַ מִמֶּנּוּ עַד בֹּקֶר מען זאל נישט איבערלאזן דערפון ביז אינדערפרי ביים עמוד השחר, חז"ל הקדושים האבן צוגעלייגט אז כדי צו דערווייטערן דעם מענטש פון אַן עבירה זאל מען עס נאר עסן ביז חצות הלילה.

לאמיר פארשטיין, א) וואס איז טאקע פשט אז מיטן קרבן תודה ברענגט מען ברויטן פון חמץ און מצה, וואס לכאורה זענען זיי צוויי פארקערטע זאכן? ב) פארוואס טאקע איז ביים קרבן תודה נאר פארהאן איין טאג און א נאכט אויפצועסן דעם קרבן, אנדערש ווי ביי די אנדערע קרבנות שלמים אז מען האט צוויי טעג און א נאכט? ג) וואס לערנט אונז דעם קרבן תודה יעצט אין די טעג וואס מיר האבן ליידער דערווייל נישט קיין בית המקדש? לאמיר זיך ריכטיג פארטיפן אין דעם 'קרבן תודה', און דערפון ארויסנעמען דעם ריכטיגן הדרכה פאר אונזער טאג טעליכן לעבן...

משפחת שטיינבערג איז אונטערוועגנס קיין מאנטריאל קאנאדע – מען גייט בעזהשי"ת פארברענגן יו"ט ביי די עלטערן, נאך עטליכע שעה פארן פאנגט זייער נייע מיניווען אָן מאכן פראבלעמען, זיי האפן אז אפשר דאך וועט עס נאך אָנציען ביז קאנאדע, אבער ס'נעמט נישט לאנג און ר' לייבל באמערקט אז די מאטאר האט זיך פשוט גענצליך אויסגעלאשן, ער טראכט נישט קיין צוויי פארט אין די זייט און מען פאנגט אָן פרובירן נאכאמאל אָנצוצינדן, מען פרובירט איין מאל און נאכאמאל און פלוצלינג אאמממ... ס'איז געלונגען דער מאטאר ארבעט, אבער נאך א מינוט ווארטן זעט ר' לייבל אז ס'איז א יענע געארבעט די לייטס בלינקן און די גאנצע מיניווען טאנצט, בקיצור מ'קען אזוי נישט פארן... שטאַטערהייט איז ער צוגעפארן ביז צום נעקסטן 'עקסיט' און זיך אפגעשטעלט אין די זייט!

..מודים אנחנו לך - כ'דאנק דיר הייליגע טאטע! רופט ר' לייבל אויס מיט פרייליכקייט, און דערנאך ברימט ער זיך אונטער דעם באקאנטן ניגון טאטע כ'דאנק דיר טאטע כ'לויב דיר... דער קליינע אכט יעריגע אלי פרעגט מיט וואונדער טאטי מיין רבי האט געזאגט אז ווען עפעס גייט נישט גוט דארף מען זאגן 'גם זו לטובה' פארוואס האסטו געזאגט מודים אנחנו לך, פארוואס האסטו געדאנקט?! די גאנצע משפחה האט זיך אביסל צושמייכלט ווי זיס איז צו הערן אזא תוכנ'דיגע פראגע פון א קליין אכט יעריג אינגל... זייענדיג שוין באלד ביי קאנאדע האט אינטערסטעיט חברים זיי געזאגט אז ס'וועט געדויערן בערך א פינעף און פערציג מינוט ביז א וואלאנטיר וועט בעזהשי"ת דארט זיין... נו א שיינע טאג מיט אביסל צייט גייט מען ארויס כאפן א שפאציר און אריין אטעמען פון די געשמאקע לופט, די בערג און די ביימער ס'איז געוואלדיג! ארויסקומענדיג פון קאר זאגט ר' לייבל קינדער איר ווייסט אז אלי האט אויפגעברענגט א געשמאקע נושא, פארוואס טאקע דאנקט א איד השי"ת אפילו ווען ס'גייט אים נישט גוט?! און בכלל וואס זאגט דער מענטש ווען ער דאנקט, איז עס סתם א שיינע זאך צו זאגן ש'כח א דאנק וכדומה, אדער ליגט עפעס טיפער דערין?! לאמיר זיך אויסשמועסן...

זיי זעצן זיך אוועק אויף די פרישע גראז און ר' לייבל איז בטוב טעם מסביר: קינדערלעך כדי מיר זאלן ריכטיג פארשטיין דעם עומק פון אונזער שמועס פארלאנגט זיך אז מיר זאלן באטראכטן דעם ווארט 'תודה', בפשטות טייטשט עס דאנקן, אבער אז מען קוקט אריין אין חז"ל געפינען מיר די ווארט הודאה אויף איינער וואס איז זיך מודה ביים בית דין וכדומה (הודאת בעל דין), וואס לכאורה מיטן ערשטן בליק האבן די צוויי נישט קיין שום שייכות, דאנקן מיט מודה זיין זענען דאך צוויי אנדערע זאכן... אבער אז מען טראכט אריין אביסל טיפער באמערקט זיך גאנץ קלאר אז ס'איז איין זאך ממש, ווען א מענשט דאנקט מיט אַן אמת, ווען ער דאנקט מיט א טראפל מחשבה וואס ער זאגט איז אז איך אַנערקען אז די ביסט דער וואס האט מיר געהאלפן, און אָן דיר וואלט איך נישט געקענט אדער געהאט, ער איז מודה צו יענעם אז ס'איז די טובה וואס האט אים געהאלפן, ער אנערקענט ער איז מכיר טובה!

קינדערלעך טייערע, ווען א איד דאנק הקב"ה טוט ער נישט נאר זאגן א פשוטע יישר כח פארן רבש"ע, וואס ער זאגט בעומק איז אז רבש"ע אָן דיר קען איך נישט, אָן דיר איז גארנישט פארהאן די ביסט אלעס און נאר מיט דיר קען איך, ער איז מודה אז באמת איז דער מענטש מאכטלאז, ער איז מודה אז "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" ס'איז נישט פארהאן קיין ריר וואס מען געבט אויף די וועלט וואס איז נישט מיט די הילף פון הקב"ה, ווייל אלעס וואס מיר האבן יא אדער נישט איז אלעס השי"ת, און ממילא פאסט זיך צו זאגן ישר כח פארן הייליגע טאטע איעדע רגע און איעדע סעקונדע, אלי טייערע ווען א איד זאגט 'גם זו לטובה' איז עס אויך די זעלבע געדאנק, וואס ער זאגט איז אז אפילו די שוועריגקייט די צרה - איז אויך גוט, ווייל אלעס ווערט געפירט אויף טריט און שריט פון הקב"ה אליין אלעס אויף די וועלט איז השי"ת - נו אויב אזוי איז שייך עפעס נישט גוט?!?! ביים רבש"ע איז אלעס גוט, און נישט סתם גוט די רבש"ע ווייסט גענוי וואס איז די בעסטע פאר זיינע באליבטע קינדערלעך, און דאס אלעס ליגט אין די ווארט תודה, א דאנק, אין דעם באקאנטן ש'כח...

ר' לייבל איז ממשיך צו די עלטערע קינדער: מען פארציילט אז חסידים זענען אמאל געזיצן צוזאמען ביי א פארברענג האט זיך איין חסיד אויפגעשטעלט און געפרעגט ..וואס האט אונז די רבי געלערנט וואס פארדעם האבן מיר עס נישט געוויסט?! האבן די חברים געענטפערט: אמת אז דאס וואס די רבי לערנט אונז זענען זאכן וואס מיר האבן שוין פון פריער געוויסט – אבער די רבי ווייזט אונז אז ס'איז באמת אזוי! יא אמת אז וואס מיר שמועסן הערט זיך גאנץ פשוט ..דאנקן השי"ת ווייל ער איז אלעס וכדומה, גם זו לטובה - אלעס וואס ער טוט איז דאס בעסטע, ס'הערט זיך גאנץ באקאנט, אבער קינדערלעך וויסן זאלט איר אז ס'איז באמת אזוי, מיר דארפן עס לעבן און אטעמען, מיר דארפן באמערקן אז איעדע מאל מען זאגט ארויס פון מויל א מודים, א יישר כח, א תודה רבה, טוט מען באמת אנערקענען מיט אלע רמ"ח איברים ושס"ה גידים אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו..!

פלוצלינג הערט זיך פון די זייט ..ר' איד ס'ארבעט איר קענט פאָרן, וואס הייסט ווען האט איר עס פארראכטן? ס'איז געווען א געשמאק צו זעהן א טאטע ארום גענומען מיט זיינע קינדערלעך פארזינקן אין א געשמאקע שמועס כ'האב אייך נישט געוואלט שטערן, פאָרט לחיים ולשלום!

ברידער טייערע, די קרבן תודה און דער קרבן פסח זענען ביידע גלייך אז מען מעג זיי נאר עסן ביז חצות, און מען טאר דערפון גארנישט איבערלאזן, און ווי געשמועסט ברענגט מען דעם קרבן תודה מיט פערציג גרויסע ברויטן, יעצט פארשטייט זיך אליין אז אין אזא קורצע צייט איז דאך נישט מעגליך אויפצועסן דעם גאנצע קרבן, וועט דאך דער איד איינלאדענען זיינע חברים און גוטע פריינד זיך משתתף זיין אין דעם סעודה, נו וואס וועט מען שמועסן ביי אזא סעודה? ביי א סעדות קרבן תודה, ביים עסן דעם קרבן פסח? אוודאי וועט עס זיין איבער די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס דער איד האט צו הקב"ה, דער איד וועט ברבים לויבן און דאנקן אויף די געוואלדיגע נסים ונפלאות וואס הקב"ה האט מיט אים/אונז געמאכט! וואלט אבער געווען דער דין ווי ביי די אנדערע קרבנות שלמים אז מען קען עס עסן צוויי טעג און א נאכט וואלט דער איד זיך אליין געקענט מסדר זיין און עסן די גאנצע קרבן אליין, נו ווי קוקט אויס א קרבן תודה אדער א קרבן פסח אָן ארויסברענגן די געפילן, אָן פארציילן די גרויסקייט פון הקב"ה..?!

דערמיט פארשטייען מיר געוואלדיג פארוואס ביים קרבן תודה האט מען עס געברענגט מיט חמץ און מצה, כידוע פון די ספה"ק אז חמץ איז מרמז אויף אויפגעבלאזנקייט שעובד און שוועריגקייטן, וואידעראום מצה איז מרמז אויף אמתדיגקייט חירות און פרייהיייט, דער איד ווען ער ברענגט דעם קרבן תודה זאגט ער ..רבש"ע איך קום פון א מצב פון חמץ-שעובד כ'בין געווען אין א צרה און א דאנק דיינע געוואלדיגע חסדים האב איך זוכה געווען אויסגעלייזט צו ווערן, כ'האב זוכה געווען צו שפירן דעם טעם פון מצה-חירות, יעצט ביים סעודת קרבן תודה נעם איך ביידע צוזאם און איך דאנק דיר אויף אלעס, איך בין מכיר אז אלעס פון אנפאנג אָן ביסטו געווען, ווייל ס'עקזעסטירט גארנישט אויסער דיר!

טייערע ברידער כאטש מיט געוויסע זאכן איז די קרבן תודה און די קרבן פסח גלייך, איז אבער פארהאן איין יסודות'דיגע חילוק צווישן די צוויי, ביים קרבן פסח טאר זיך נישט געפינען קיין ברעקל חמץ, און נאכמער מיר געפינען אז גאנץ פסח האט מען בכלל נישט געקענט ברענגן א קרבן תודה, ווייל דאס דאנקן השי"ת פסח איז גאר העכער ווי א גאנץ יאר, ס'גאר עפעס אנדערש! פסח אויף דער נאכט איז אזוי לעכטיג ביים איד אז ניטאמאל געדענקט ער פון די חמץ - שעובד און שוועריגקייטן, ס'איז דער איינציגסטע נאכט אין דער יאר וואס דער איד זאגט הלל "השיר יהיה לכם כליל התקדש חג" (ישעיה ל כט), דאס דאנקן הקב"ה ברענגט אריין אזא ליכטיגקייט אין די וועלט אז די נאכט ווערט איבערגעדרייט צו טאג, יא ס'ווערט ממש ווי טאג, די אלע חמץ און שוועריגקייטן ווערן נעלם, און ס'ווערט אים פלוצלינג קלאר אז ס'עקזעסטירט גארנישט אויף די וועלט נאר קודשא בריך הוא ושכינתיה, ס'איז "הארת הלילה הזה, לילה כיום יאיר" ווי נאר דער איד פאנגט אָן דאנקן, ווי נאר ער פאנגט אָן זאגן דעם מודים, ווערט דער גאנצע נאכט איבערגעדרייט צו טאג און ס'ווערט קלאר אז די אלע שוועריגקייטן פון א גאנץ יאר איז אלעס לעכטיג, ס'איז אלעס א שטיק בורא עולם!

טייערע ברידער, ווען מיר זיכן און ארבעטן אריינצוברענגן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן דער געדאנק פון ביטול הדעת, דער איד וויל לעבן א העכערע לעבן וואס איז זיך אינגאנצן מבטל צו הקב"ה, און דער "אין עוד מלבדו" איז קלאר ווי טאג אין סיי וועלכע מצב ער געפינט זיך, איז פארהאן דעם פשוטע עצה וואס די תוה"ק לערנט אונז מיטן "קרבן תודה" און דאס זעלבע מיטן "קרבן פסח" - לויבן און דאנקן הקב"ה, אויסשמועסן מיט זיך און מיט די בני משפחה חברים און גוטע פריינד די געוואלדיגע חסדים נסים ונפלאות וואס הקב"ה טוט מיט אונז... מיר דארפן זיך צוגעוואוינען צו דאנקן הקב"ה אָן אויפהער זינגן און טאנצן און ארויסגעבן די געפילן, אבער נישט סתם ארויסזאגן א שיינעם דאנק, יישר כח וכדומה, נאר זיך אויפמאכן דאס הארץ און מחשבה - און מכיר זיין אין די געוואלדיגע חסדים וואס הקב"ה מאכט מיט אונז איעדע רגע, אנערקענען אז אָן הקב"ה איז גארנישט דא, אָן הקב"ה קענען מיר נישט עקזעסטירן, ס'איז נאר מיט זיין הילף, ס'איז נאר מיט זיינע רחמים וחסדים...

ברידער טייערע געב א טראכט אריין ווי אזוי וואלט אויסגעקוקט דעם מארגנדיגע טאג, ווען השי"ת זאל דיר נאר געבן די זאכן וואס די האסט געדאנקט דעראויף היינט??!! ס'כאפט א פחד ווען מען טראכט אריין ווי ווייניג מיר דאנקן און ווי ווייניג מיר טוען אנערקענען די אלע געוואלדיגע חסדים וואס מיר זענען זוכה איעדע רגע פון טאג, קומט אבער דעם הייליגן יו"ט פסח א גאנצע וואך וואס עם ישראל איז צוזאמען עוסק אין שבח והודאה צו הקב"ה, און ווי געשמועסט הודאה מיינט מכיר זיין מודה זיין אז מיר קענען גארנישט נאר אלעס איז בורא עולם, ווי מיר זאגן ביים דאווענען איעדן טאג מוֹדִים אֲנַחְנוּ לָךְ שֶׁאַתָּה הוּא ה' אֱלֹקֵינוּ וֶאֱלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ לְעוֹלָם וָעֵד דאס איז אונזער גרעסטע לויב אז הקב"ה איז אלעס און אויסער אים עקזעסטירט גארנישט, ווען דער איד דאנקט און לויבט, ער טוט זיך איינגעוואוינען דערין ווערט דאס לעבן באלאכטן מיט די גרעסטע ברכות ברחניות ובגשמיות, דאס גאנצע לעבן ווערט אים בבחינת ליל הסדר אז ס'איז לילה כיום יאיר, לאמיר אויסניצן די גרויסע טעג און זיך טאקע ריכטיג גרייטן צו קענען אויסגיסן אונזערע הארציגע געפילן פון לויב פאר זיך און פאר די קינדערלעך, קענען איינקויפן די מדה פון הודאה, די מדה פון הכרת הטוב אז במשך דעם יאר זאל זיך כסדר ארויסגיסן פון דאס אידיש הארץ ברכות והודאות לשמך הגדול והקדוש, און אז מיר וועלן דאנקן וועט אונז השי"ת באגיסן מיט השפעות אז מיר וועלן ווייטער קענען דאנקן, ווי מיר זאגן ביים סוף הלל אנא ה' הושיעה נא טאטע העלף אונז ווייטער ווייל מיר ווילן דיר דאנקן ווייטער... און אט לאמיר זיך גרייטן צו קענען געבן די גרויסע שבח והודאה ווען די גאנצע וועלט וועט צוזאמען אנערקענען אז ה' הוא האלוקים בביאת מלך המשיח בב"א..!

לסיכום געדענק:
• סור מרע - ווער פטור פון די חמץ - די גאוה וואס בלאזט אויף דעם מענטש, אז ער האט און פארמאגט...
• עשה טוב – דאנק און לויב אָן אויפהער, אנערקען אז אלעס וואס די האסט איז א מתנת חנם פון דער מלך העולם.
• טו זיך איינגעוואוינען צו דאנקן און לויבן, און זיי זוכה צו א באלאכטן לעבן פיל מיט ברכות ברחניות ובגשמיות.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די ווארט וועגן די קרבן תודה שטייט אין העמק דבר פון די נצי"ב.
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט