פאעזיע: "אין דעם קרעטשמע אויפן באנק"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
פאעזיע: "אין דעם קרעטשמע אויפן באנק"
"אינעם קרעטשמע אויפ'ן באנק ליגט א שיכור דארט ,
אן אנדערער מיט א געטראנק זויפט פון יעדן סארט.
איוואן, אלעקס, וולאדימיר,
וויין מיט ברוינפן אהן א שיעור.
ריקט אריין א גלעזעלע וויין......
און פון די זייט .
כראפעט הויעך און שטאט
א אידל מיט א בערדל לאנג און ווייט.
אויפן באנק אויסגעשטרעקט
די פנים מיט די הענט צוגעדעקט
די רעקל נאך אנגעטוהן האט ער געהאט..
דו האסט גענומען א אידישע נשמה.
געלייגט אויף אינטערנעט, ער האט נישט קיין נחמה
יעדער דארף מיטהאלטן ווי ער שלאפט אויסגעצויגן
אויף א באנק אין גאס מיט פארמאכטע אויגן....
טייערע אידעלע שטארק דיך לאך דיך אויס
שלאפדיך וואויל ווייטער, גאר גוט אויס.
קוק נישט וואס אנדערע טוען לאכן און זיך דערקוויקן.
דער עיקר איז אז דיין קערפער האט באקומען דעם תיקון.