"דער איד אין ראקלענד"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

זיי האבן זיך באצויגן צו די בילדער...

דארף מען ״פארשטיין״ צו די גוי׳ס קולטור צו וויסן אז דאס איז ריין אנטעסעמיזם?

פראביר נאר צו זאגן עפעס ענדליך צו דאס אויף די שווארצע געמיינדע, שארפטן קומט צו פליען מיט א סופערסאניק זשעט.
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

דער אוי זשעי פעק (געשטעטנער) לייגט דאס אויף טוויטער, אז דאס האט דער פעידזש פירער היינט געפאויסט...


זעהט אויס אז דער האט יא געכאפט דעם קדחת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט קיין חילוק ווער סשטייט אונטער די בריוו, די תוכן איז just to the point
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: "דער איד אין ראקלענד"

שליחה דורך יידל »

איש צדיק תמים האט געשריבן:
דארף מען ״פארשטיין״ צו די גוי׳ס קולטור צו וויסן אז דאס איז ריין אנטעסעמיזם?

א. אבער נאך ווי!
ב. לאמיר שוין זאגן אז ניין, מ'דארף נישט, דארף מען אבער יא פארשטיין וויאזוי דאס צו קריטיקירן. דאס פארגלייכן צו קאריקאטורן פון דער שטורמער ווייזט אויף אזא קולטוראלע בלינדקייט און פארטעמפקייט, אז דו האסט נישט קיין השגה. דאס צו טון מיט א חסידיש-אקצענטירטער ענגליש קומט ווידער פון נישט טראכטן פאר קיין סעקונדע וויאזוי דאס גייט ווערן אויפגענומען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זעט אויס ער האט נישט געכאפט די נקודות!
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

פיטער קץ איז נישט בלאק די בלאק וואויט!
האסט טאקע עכט געמיינט אז יעדער אייציגסטער גוי גייט איצטערט אנהייבן צו באהאלטן זיין שנאה.
דאס בילד וואס איך ביילייג איז יא פון בלאק די בלאק וואויט און ליינט אפ דאס קדחת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער איז נישט בלאק די בלאק אבער פון די הויפט ממזרים וואס פירן אן די העיט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ווער איז דער נערעיטער פונעם ווידעא? לאוער-האדסען שרייבט אז עס איז בעני פאלאטשעק, אבער אין פיטער קאטץ'ס אימעיל איז משמע אז עס איז אהרן ווידער. נו, ווער זאגט דער אמת?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

וואס מיינט ״נערעיטער״?
באניצער אוואטאר
איש צדיק תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 152
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

שליחה דורך איש צדיק תמים »

ווידער האט גארנישט געהאט מיט דעם ווידיא לויט מיין אינפארמאציע, און אלס א שטענדיגער צוהערער צו ווידער אויף קול מבשר קען איך עדות זאגן אז ווידער איז עס נישט.

ברעיקינג: די OJC די ריפארם מאוומענט און ראקלענד האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז זיי דיסעגריען טאקע מיט די פיקטשערס פונעם האליקאויסט וואס מען האט געניצט אינעם ווידיא, אבער צום ערשטן מאל און היסטאריע גיבן זיי ארויס א שטארקע רוף אז די שנאה קעגן ארטאדאקסישע אידן און ראקלענד מוז זיך אויפהערן, און זיי רופן זייערע מענטשען "to shut down" האס קעגן ארטאדאקסן אויף סאציאלער מידיא.

זעהט אויס אז די ווידיא האט יא עפעס געטאן....
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך וויל נאך איין מאל צונעמען אביסל די נושא און פארציילן וואס קומט באמת פאר אין מאנסי, כדי אז די וואס ווערן פארקויפט פון די נויזמעיקערס זאלן פארשטיין פארוואס די חברה זענען די פראבלעם און נישט די פיקסערס פון די פראבלעם. דער וואס האט עפעס אפצוענטפערן מיינע טענות, בין איך גרייט צו הערן, אויב אבער איז אייער איינציגסטע אפפרעג קערעקטיר עסעסינעישאן, האב איך נישט וואס צו רעדן מיט אייך.

די חברה טענה'ן אז די מאנסי/ראקלענד אידישע איינוואוינער לעבן אונטער אנטיסעמיטיזם אזוי ווי אין נאצי דייטשלאנד. לאמיר כאפן א שפאציר ארום די גאסן פון ראקלענד און לאמיר זיך באקענען נאנט מיט די נאצישע אנטיסעמיטיזם וואס די אידן דארפן נעבעך פארטראגן.

1) אויף א יעדע לאט וואו עס איז - לויט די געהעריגע געזעצן פון ראקלענד - ערלויבט צוי בויען איין דירה, ווערן געבויט איבער די היימישע געגענטער צווישן 8 און זעכצן דירות מיט די פולסטע הסכמה פון די לאקאלע רעגירונג. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

2) אויף בלאוועלט ראוד אליין, ווי אמאל האבן געוואוינט אכציג משפחות, ווען אלע דעוועלעפמענט וועט זיין פארטיג בקרב הימים, וועלן וואוינען אכט הונדער אין פופציג היימישע משפחות!!! דאס איז אזויפיל היימישע משפחות ווי עס וואוינען אין מאנטריאל, און דאס איז אויף איין גאס. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

3) א יעדע היימישע איד וואס וויל א פערמיט אויף סיי וועלכע זאך, ארויסצובויען א שטוב וואס וועט אויסזעהן ווי א פארפאלטע ווארצל אויף א האריגע נאניע, דארף ער נאר אריינוואקן אין די ראמעפאו טאון און עס ווערט גרינגערהייט באשטעטיגט, אפגעזעהן צו די שכנים זענען מסכים אדער נישט. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

4) אזויפיל הייזער און אויך בנינים פון מוסדות, ווערן געבויט מיט געפערליכע פייער העזערדס און ערגער ווי דעם, ואין פוצה פה ומצפצף, די אינספעקטאר מאכט נישט קיין שום פראבלעמען. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

5) סיי פריוואטע מענטשן און נאך מער ציבור'ישע בנינים בויען ארויס ביז כמעט די עק פון די לאטס, שטעלן נישט צו גענוג פארקינג וואס ברענגט שרעקליכע טראפיק אין די גאנצע געגנט, על אפם ועל חמתם פון די שכנים. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

6) אויף סוזען ראוד גייען באלד זיין צוויי גרויסע בתי מדרשים איינס אקעגן די אנדערע (פפא און צאנז), ביידע בויען אסאך מער ווי די ערלויבטע מאקסימום, ביידע גייען נישט צושטעלן געהעריג פארקינג. סוזען און מעיפעל גייט ווערן א געפערליכע טראפיק אינטערסעקשאן. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

7) הצלחה סופערמארקעט מאכט אן א געפערליכע טרעפיק אין די גאנצע געגנט, ואין פוצה פה ומצפצף. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

8) רוט 59 איז אנגעזעצט כמעט א יעדע טאג און עס איז געפערליך בערבי שבתות וערבי חגאות, און דערווייל לאזט מען ווייטער בויען סופערמארקעטס און דעוועלאפמענטס אן קיין שום חשבון. דאס איז עפעס וואס אידן און גוים צוגלייך ליידן דערפון. אין די לעצטע יאר אליינס האט מען געענדיגט בויען ארום 350 דירות ביי די איין אינטערסעקשאן פון אגאסטע און 59, און מען גרייט זיך שוין צו בויען נאך א 150 אויף די אנדערע זייט אגאסטע. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

9) ביי פארק און רייד האבן די אידן צוזאמען מיט די נישט אידישע שכנים (די א.ג. אנטיסעמיטן) זיך געשלאגן און בלאקירט וואל מארט פון עפענען א סופער סטאר דארט, ווייל מען האט געטענה'ט אז עס וועט אנמאכן א שרעקליכע טרעפיק אין די געגנט. דערווייל האבן עס דעוועלעפארס אפגעקויפט און די טאון האט באשטעטיגט א רייע זעקס שטאקיגע געביידעס וואס גייען געבויט ווערן דארט פאר היימישע אידן. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

10) איך בין נעכטען נאכט געווען ביי ניו סיטי באולינג, עס זענען דארט געווען פול מיט אידן פון מאנסי און קרית יואל, ואין פוצה פה ומצפצף. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

11) די פינקעלשטיין לייברערי, טראץ דעם וואס די אידן וואוטען אקעגן די באדזשעט, שטעלן זיי צו טויזענטער אידישע ביכער (אין די אידישע, ענגלישע און העברעאישע שפראך), סידיס, אוצר החכמה און בר אילן פראגראם, ווידיאוס וכדומה. די לייברערי איז אלעמאל פיל מיט אידן. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

12) די נעניועט מאלל, די פאליסאיידס מאלל און אלע גרויסע געשעפטן אין די געגנט זענען פול מיט היימישע אידן מיט הוט און רעקלעך פאות אראפ, סיי מיט דזשעלי און סיי אן דזשעלי, ואין פוצה פה ומצפצף. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

13) רוב פון די סטריפ מאללס און אפיס בילדינגס אויף די לענג פון 59, פון נייעק ביז סאפערן באלאנגן צו היימישע אידן. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

14) מען האט צוגעלייגט סיידוואקס צו רוב גרויסע גאסן אין מאנסי און ספרינג וואלי, נישט אין אנדערע געגנטער אין ראקלענד. מען האט איבערגעמאכט גאנץ מעיפעל עוויניו און נאך גאסן פון די היימישע געגנט. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

15) מען טיילט פערמיטס און מען איז פיין מסדר שריפת חמץ, הדלקות ל"ג בעומר, רעבישע פראצעסן, הכנסות ספר תורה וכו' וכו'. וואו איז די אנטיסעמיטיזם?

מיין נקודה איז אז עס איז נישט דא קיין אנטיסעמיטיזם פראבלעם אין ראקלענד. אידן אין ראקלענד זענען פרייער צו טון וואס אימער עס געפעלט זיי ווי סיי וועלכע אנדערע היימישע געגנט איבער די גאנצע וועלט. דאס ארויסגעבן א ווידיאו וואס implied אז עס הערשט דא אן אנטיסעמיטיזם פראבלעם וואס פארלאנגט די אטענטשאן פון די וועלט און פון די רעגירונגס באאמטע איז אין בעסטע פאל א קינדערישע שגעון אויב נישט א פשע עצום מאוד.

אויב איז ראקלענד נאצי דייטשלאנד דאן וואס וועלן מיר רופן בארא פארק און וויליאמסבורג, וואו א היימישע איד האט נישט קיין פרייע האנט צו טון און בויען ככל העולה על רוחו. איר ווילט וויסן וואס מיינט אז אידן לעבן אונטער האס? רעד צו די פראנצויזישע אידן, רעד צו די מאנטריאלע אידן. אין ראקלענד לעבן די אידן פראנק און פריי, אויב עפעס לעבען די נישט אידישע שכנים אונטערדרוקט.

איר וועט אוודאי טענה'ן אז דאס איז דעמאקראטיע, דער וואס האט די רוב דער געוועלטיגט. גערעכט, אבער ערשטענס, פארשטיי אז דער שכן פילט זיך באקריווידעט און צוליב דעם גיבט ער ארויס זיי (אנעקסעפטיבל) האס, קען זיין אז ער פילט אז דאס איז זיין איינציגסטע אפציע צו באקומען וואס ער וויל. לייג דיך אריין אין זייער שיך פאר איין מאמענט, שטעל דיך פאר ווען דו ביזט די מינאריטעט, און וואס אימער דו ווילסט אויספירן געשעהט קיינמאל, און דיין צד שכנגד פירט אלעמאל אויס על אפך ועל חמתך. וויאזוי וואלסטו געפילט? וויאזוי וואלסטו רעאגירט?

צווייטענס, אפילו די מיאריטעט וואס וועהלן אריין סעינט לארינס וחבריו, אפילו די מיאריטעט וואס וועלן אריין די היימישע סקול בארד מעמבערס ווילן דאס נישט!!! רוב עולם וויל נישט אז מען זאל בויען אזוי פיל. רוב עולם וויינט צוליב די געפערליכע אנגעלייגטקייט אין די גאסן. רוב עולם שטערט די געוואלדיגע שטינקעריי וואס די סקול בארד מעמבערס ובראשם אהרן בן ציון ווידער (היינט שוין א געעהרטע לעגיסלאטור) מאכן אן. רוב עולם וויל אז מען זאל זיך רעכערנען מיט די שכנים. אבער מען פייפט אונז אלע אין פנים אריין, מען רעכנט זיך בכלל נישט מיט אונזער דעה. אבער פאר א יעדע עלעקשאנס גיבן זיי ארויס פרישע פראפעגאנדע בדומה צו דער עקל'דיגע יוטוב קליפ און מען דערשרעקט די המון עם צו וואוטען נאך אמאל און נאך אמאל פאר די חברה. מען זאגט צו אז דער מאל וועט מען זיך יא רעכענען מיט די מענטשן אבער א טאג נאך די עלעקשאנס איז אלעס פארגעסן.

יעצט לאמיר צוריק גיין צו די קליפ וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך יוסי און בעני. דער אינטערוויוער פרעגט אים פארוואס ער נוצט אזא harsh לשון פון עס צוגלייכן צו נאצי דייטשלאנד, בשעת ווען א יעדע ווייסט אז עס איז דא פיינע באציאונגען צווישן די שכנים אין ראקלענד. יוסי ענטפערט אז ער האט עס געטון צו מישן די טאפ און צו ברענגן אויפמערקזאמקייט פון די מידיע און פאליטישאנס. הייסט אזוי, יוסי מעג נוצן עקל'דיגע רעטאריק צו ברענגן אויפמערקזאמקייט פאר זיין cause און ער איז אפילו נישט די באקריווידיטע זייט, אבער די גוים מעגן נישט נוצן עקל'דיגע רעטאריק צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צו זייער cause? איך וויל קלאר שטעלן, אז אין מיין אפיניאן מעגן עס ביידע נישט טון, אבער יוסי אליינס באניצט זיך מיט די זעלבע טאקטיק פון די צד שכנגד, איז וואס קאמפלעינט ער?

יוסי און בעני זאגן אז זיי און זייער ארגעניזאציע OJPAC (כמעט קיינער אין מאנסי ווייסט פון אזא ארגעניזאציע צו זאגן) זענען דא צו ברעגען דיאלאג און פארשטענדיניש. אזוי ברענגט מען דיאלאג און פארשטענדיניש? דורך רופן יענעם נאצי? אין וועלכע וועלט איז דאס אקצעפטבאר? רופן יענעם נאצי, בפרט ווען עס איז ארויסגענומען פון קאנטעקסט, איז א רוף אויף מלחמה נישט א רוף צו פארשטענדיניש.

לאמיך אייך זאגן וויאזוי נארמאלע ערוואקסענע קלוגע מענטשן רופן צו פארשטענדיניש. מען זעצט זיך אראפ מיט מעסיגע מענטשן פון די צד שכנגד און מען מאכט פשרות. איר ווילט נאר סינגעל פאמיליע הייזער, מיר ווילן 10 דירות פער לאט, לאמיר איינגיין אויף 5. איר ווילט אז די הייזער זאלן זיין געבויט 25 פוס אוועק פון די עק פון די לאט, מיר ווילן 5 פוס. לאמיר איינגיין אויף א פשרה פון 15 פוס. איר ווילט בעסערע קאריקולום אין אייערע שולעס וואס וועט קאסטן א מיליאן דאלער, מיר ווילן ספעשעל עד פראגראמען וואס וועלן קאסטן א מיליאן דאלער, לאמיר דערווייל אפראוון פינף הונדערט טויזנט פאר ביידע. דאס הייסט דיאלאג און פארשטענדיניש.

האט מען דאס אמאל געטון? א פייג! מען פייפט די שכנים אין פנים אריין. איך בין געווען ביי א מיטינג מיט עסקנים נאכן רעדן מיט די רעמעפאו און ספרינג וואלי באאמטע. די עסקנים האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער זאגנדיג, וואס אונז ווילן קענען מיר טון. די פאליטישאנס זענען אין אונזער טאשן.

לאמיך דא צוענדיגן ווייל איך רעד שוין צו לאנג. איך ווייס נישט אויב יוסי און בעני טוען דאס סתם ווייל זיי האבן א תאווה צו זיין רייסערס, רעדן אויף די קעמערא און זיך דרייען מיט פאליטישאנס, אדער אויב זיי האבן עכט גוטע אינטענטשאנס, אבער עס איז נישט א נפקא מינה. גוטע אינטענטשאנס איז נישט גענוג ווען מען וויל פארטרעטן א גאנצע קאמיוניטי און מען מאכט פון זיי חוזק, און איך רעד פון די היימישע קאמיוניטי. גוטע אינטענטשאנס קענסטו האבן ווען די פירסט א קרן חתנים קאסע אבער נישט ווען דו רופסט אן א פרידליכע געמיינדע נאציס.

דערווייל אין ראקלענד לעבן זיך די אידן איש תחת גפנו ותחת תאנתו, עס איז נישט דא קיין שום fear פון אנטיסעמיטיזם, קיינער איז נישט באזארגט. אפילו יוסי און בעני זענען נישט באזארגט. אויב איז מען באזארט און אונטערדרוקט איז עס פון די אומנאטירליכע וואוקס און אויפבוי פון אונזער אייגענע קאמיוניטי. אויב באדערט עפעס דעם היימישע עולם איז עס די חילול השם וואס די סקול בארד מאכט אן אין די לעצטע פאר יאר. זאגן אז "זיי האבן נישט קיין גוטע פי אר" איז נישט קיין תירוץ. דאס איז דער אמת'ע סיטואציע פון א יוד אין ראקלענד.





.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט אינדערפרי אויף 1300AM איז געוועהן א געפערליכע העצע קעגן די ווידיאו, זיי האבן ארויס געברענגט אז בעני האט עס געמאכט אבער ער איז ווידערס מיט ארבעטער, זיי זאגן אז אויף זיין סאושל מידיע איז ער אייביג מיט ווידער מילא קומט דער מעסעדזש מיט ווידערס הסכמה.
אויך האבן אריין געקאולט עטליכע היימישע עסקנים וואס האבן עס פארדאמט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוגה זייער שיין געשריבן, אסאך גערעכטע מיט אסאך נישט גערעכטע טענות, אויף די גערעכטע לייק איך דיר, אויף די נישט גערעכטע גיי איך מיר נישט קריגען ווייל עפטער אלל די ביזט הוגה און איך בין נאר עזריאל, דיין טעאריע וועט מען גלייבן מער ווי מיין, (יא דאס איז א פראבלעים און שטיבל ווער סהאט א בעסערע פעדער איז גערעכט)
איין זאך אבער יא, די בתי מדרשים מיינסטו לכאורה אויף פרענסיס און אויך פון די אלע אום ליגאלע געבויעריי וואס די רעדסט, מוזט פארשטיין אז די אלע ווערן געבויעט ליגעל, אלעס איז אפראווד! יעדער וואס בויעט האט א אפראוועל! נאר און די לעגאלע געביידעס לייגט מען צו איליגעל אפארטמענטס, דאס איז דער איינציגסטע עוולה, און דאס ווערט געטוהן דורך די גוים אויך.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עזריאל, יו מיסד מיי פוינט. איך האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז עס איז נישט לעגאל. איך האב ארויסגעברענגט אז די אידן אין ראקלענד קאונטי האבן די שליטה, זיי טוען וואס זיי ווילן (אפי' אויף א לעגאלע אופן), משא"כ די נישט אידן קענען גארנישט טון דערוועגן, קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי, אויסער אויב עס איז א קאר עקסידענט אין די נייעס.

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דא האט איר קלאר וואס די עסקנים האלטן וועגן דעם ווידיאו
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

מדינת ישראל איז מער נישט די מערסטע מסוכנ'דיגע פלאץ פאר א איד צו וואוינען ווייל ראקלענד קאונטי איז ערגער..... נאך א מזל אונז האמיר א מדינה .
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הוגה האט געשריבן:ווי א פארפאלטע ווארצל אויף א האריגע נאניע

.

מאי האי ? :shock:
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוגה האט געשריבן:עזריאל, יו מיסד מיי פוינט. איך האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז עס איז נישט לעגאל. איך האב ארויסגעברענגט אז די אידן אין ראקלענד קאונטי האבן די שליטה, זיי טוען וואס זיי ווילן (אפי' אויף א לעגאלע אופן), משא"כ די נישט אידן קענען גארנישט טון דערוועגן, קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי, אויסער אויב עס איז א קאר עקסידענט אין די נייעס.

.

יו מיסט מיי פאונט 2, איך מיין נישט צו זאגן אז די אפראוועל באורד האט עס אפראווד, מיין נקודה איז אז סאיז אפראווד לויט די זאונינג געזעצען, במילא האט די אפראוועל באורד ווי סזיצען יודן און גוים דאס געמוזט אפראווען.
דאס איז די זאונינג געזעצען, און מאנסי, פארשטייט זיך אז ביזט יעצט האט נישט אזוי געבויעט, אבער אז דאס איז ליגעל לויטן געזעץ קען קיינער גארנישט טוהן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עזריאל טייערע, איך בעט דיר, לאמיר זיך האלטן צום ענין דא און נישט פארדרייען דער נושא מיט פרטים וואס זענען נישט נוגע. די נושא דא איז איבער "דער איד אין ראקלענד" און איר צוגלייך צו דער איד אין נאצי דייטשלאנד. איז דא נאך ערגעץ אין דער גאנצע וועלט וואו דער היימישע איד ריגירט מיט א פרייע האנט אזוי ווי "דער איד אין ראקלענד"? איז דא נאך ערגעץ אין דער גאנצע וועלט וואו דער נישט היימישע איד איז אזוי אומבאהאלפן ווי אין ראקלענד קאונטי, און קען גארנישט, זילטש נאדא עקאמפלישען? דאס איז די מצב פון "דער איד אין ראקלענד קאונטי", עס האט גארנישט מיט נאצי דייטשלאנד.


.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט דעם אז דער וידיאו איז מופרך מתחלתו ועד סופו אגרי איך מיט דיר אינגאנצען (קוק מיינע פאריגע posts)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מענטשן וועלכע שטעלן צו יעדע 'אידישע/נישט אידישע' מחלוקה'לע צו נאציס, זענען פשוט'ע נאציס...

און יא...שיעור פארגעסן. די חסידים... הוי זיי זענען ממש ראסיסטן.

2015-03-27 15.20.27.jpg
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'האב נאכנישט געליינט די אשכול און נישט געזעהן די ווידיאו אבער צו פירן א קאמף מיט אינטערנעט קאמענטס שיינט מיר אז איימיצער זיכט א בר פלוגתא מיט לעכט לעכצענדיג פאר א קאריער אין פאליטיק.

ווען איז דאס לעצטע מאל איינער האט זיך אפי' געקימערט מיט א ראסיסטישע, אנטיסעמיטישע, זענאפאביק, האמאפאביק אדער מיסאזשאניסטיק פעיסבוך גרופע אדער וועבזייטל וואס איז נישט אפעלירט מיט גאווערנמענט אדער אן אפעציעלע אינסטיטוציע? זיי עקזעסטירן אין די מיליאנען. ס'איז טראגיש אז מענטשן מיט האס עקזיסטירן און פארשפרייטן עס ווייטער (אריינגערעכנט חרידישע זלזול לגבי די "אייניגע" מענטשליכע ווערט פון "גוים") אבער הייבן זייער פראמענענץ העכער ווי ס'איז איז א טעות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סאשי פיש האט געשריבן:וואס מיינט ״נערעיטער״?

סאשי פיש: איך האב פאר דיר זעקס ניקס: והנה: איש צדיק תמים: התם ומתמם עם תמימים: גראדעמעכעלע: מאכצעכ טאמעוואטע" פאלאטשעק---פי' פלאטשיק:שאינו יודע לשאול: פארצייטיגער יוד:...אפשר איז דא זיבן...! דו ווילסט איינעם דא איינרעדן אז (אזא סאפיסטיקירטער חכם מחוכם, בליעה"ר) ווייסט נישט וואס "נערעיטאר" מיינט...וואס ביסטו...? נעכטן אראפגעקומען פון די שיף...! דו קומסט פון אונגארן...אדער אפשר פון רוסלאנד...?...הא...? גיי פארקויף די לאקשן פאר א צווייטן...! אפשר אין איי-וועלט איז דא אזאלכע תמימים וואס וועלן דיר גלייבן... :lol: :roll:
פארשפארט