שמו יגער האט געשריבן:1)לויט ווי אזוי ביזנעס מבינים זאגן דארף מען האבן גענוג א קעש פלאו צו קענען פירן אזא ביזנעס וואס די זאגסט אז די האסט נישט 2) לויט ווי מען פארציילט (אדרבה ווער געוואויר די פרטים אויב עס איז אמת...) איז היינט די ראוט א לעגאלע ראוט וואס ער האט א פערמיט,לייסענס וכדומה. איז שווערער צו באקומען יעצט א לייסענס אויף דער ראוט 3) והעיקר צו קענען צושטעלן פאר די עולם האלב פרייז פון וואס עס איז יעצט מיט בעסערע באסעס איז כמעט נישט מעגליך צוצושטעלן סאו ווי אזוי האסטו א פלאן אים צו מאכן ענג אפילו די האסט נישט מורה פאר זיין טעראר?? נ.ב. מען זאגט אז פאריאר איז זיין ריוח געווען א מעלאנא!!!!!
1)ליין וואס כ'האב געשריבן "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" ופשוט היא. 2) אז מ'נוצט נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם, א שטייגער ווי די האניקאוו און קראון הייטס באס אין ב''פ וואס פארט אויף זעכצן, און ניצט די זעלבע סטאפס ווי די (געוועזענע) שטאטישע באס b23, אבער היות ס'נישט ממש די זעלבע רוט איז נישט קיין פראבלעם. 3) שאלת חכם חצי תשובה. דו אליין ענדיגסט צו אז ער האט געמאכט א מיליאן ריווח. נא איך בין גרייט צו רעכענען האלב פרייז, ועוד צו אינוועסטירן נאך 200 אלפים אין בעסערע סערוויס, און לפי חשבון וועל איך נאכאלץ ארויס מיט 300 טויזענט דאללאר ריווח.

1)לדעתי מיין איך (אפשר האלסטו אנדערש) אז "ווען איך האב ווען די נויטיגע געלטער" איז עס נישט אזוי פשוט ודו"ק 2)איך קען מיך נישט אויס מיט די לעגאלע אישוס אין מיט די שטאטישע לאוס ווען אין ווי אזוי מען קען באקומען אזא פערמוט אבער אם קבלה הוא נקבל. אין הלואי ביסטו גערעכט ווייל דאס וועט אפשר צוהעלפן מענטשן צו וועלן אפילו צו קלערן פראבירן אנצוהייבין מיט אזא ריזן פראיעקט 3) קודם כל יישר כח פאר די קאמפלימענט..... אבער דיין גאנצע געלט חשבון איז לכאורה א שטיקל סתירה מיט וואס אונז שמועסן אין נומבער איינס הנזכר לעיל (איך מיין אזוי, ניין?)
היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן. אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.
כוכב האט געשריבן:היות דער פרייז פון געז איז דראסטיש נידריג איז דאך נישט מער מן היושר אז דער פרייז פון די באס זאל שטייגן. אזא גרייזיגן צעטל איז סתם אזוי א דערנידערונג קעגן די מענטשהייט.
כוכב: איינס פון די טעמים פאר דעם גרייזיגן צעטל איז, ווייל דער בעה"ב פון די קאמפאני, חוץ פון---- און ---- אינטרעסירט איהם גארנישט. נאר איך גיי דא נישט בארעדן אזא גרויסן און חשוב'ן נדבן ווי עים...וואס האט עפעס מנדב געווען (כ'ווייס נישט פונקטליך וואס...) ביי די לעצטע הכנסת ספר תורה, וואו די קינדער האבן מארשירט...!
וואס איז די פשט אז ער קומט אליין קאלעקטן אנהייב חודש די 100$ פין יעדען ישיבה בחורל ? ער ווערט געצאלט פול פרייז פין די אפטיילונג פין ניו יארק סיטי עדויקעישן - קען איינער צילייגען א לינק צי זעהן וויפיל ער ווערט געצאלט?
איך בין געווען יארען ציריק א מיטרייזענדער אויף די באסעס יעדען טאג אין איך האב מיך באקאנט געמאכט דעמאלטס מיט די אלטע דרייווערס הרב בלוי אין אויך הרב לאנדא אין פרענקי מיט אוביץ ווער עס געדענקט זיי
געדענק איך אז דעמאלטס האט ער געטרייט ארויפצילייגען נייע באסעס אויף די בארא פארק ליין אביר ער האט געהאט א גרויסע פראבלעים עס האט נאר געהאט איין טיר פין פארענט
למעשה האט ער עס דעמאלטס ארויפגעלייגט אפילו אפאר יודעלעך אין וויליאמסבורג האבען פארפירט אז עס איז נישט קיין צניעות ער האט נאר געוואלט ציפרידען שטעלן די רייזענדע אבער דעמאלטס האט ער געפלאנט צי אריינברענגען אגד באסעס פין ארץ ישראל אבער אין די זעלבע צייט האט ער געוואלט האלטען די באסעס נאר מיט איין טיר פאר ביז די אגד באסעס קימען אן קיין אמעריקע אין עס ווערט אפראווד ביי די DOT צי טראגען מענטשען
למעשה זענען די ווילימסבורגע קנאים געגאנגען אין מלחמה מיט עם. מהאט עם געשניטען די זיצען אין אלע נייע באסעס טויזענטער דאלארען אים שאדענס מהאט אין ציקראצט די פענסטערס אין נאך זאכען דעמאלטס אלע ס אין די נאמען פין צניעות האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך מער נישט צישטעלין צי קיינעם
איך פארצייל נאר וואס איז געווען מיט כמעט צוויי אין צוואנציג יאר ציריק אין זיך עם בכלל נישט צי פארענטפערן אבער איך קען אים פארשטיין אביסעלע