איך בין אן אונגארישע חתונה געהאט צו א גאליציאנער. נישט ביי מיין טאטע, נישט ביי מיין שווער האב איך געזעהן א טיש געשטופעכטס ביי כוס של אליהו. די ערשטע מאל איך הער אזא מנהג איז דא אויף ק"ש
מפוזרי האט געשריבן:א ספר וואס ברענגט א שמעתי בשם חי' הרי''ם וואס האט משבח געווען דעם נוב''י פאר'ן גלייבן אין דעם, איז - זייט מיר מוחל - גאר א שוואכע מקור. קוק בספרי חקרי מנהגים וועסטו קענען נאכגיין ווי די לעגעדנע האט זיך צוביסלעך דעוועלאפט און פארשפרייט.
ביסט גערעכט ווען מען קוקט דאס אן פון אן אקאדעמישער קוק ווינקל אבער ווען עס קומט צו ענטפערן איינעם וואס זאגט אז ער וואונדערט זיך אלע יארן פון דאס קומט בכלל אז עס איז דא אזא מציאות אז אליהו הנביא קומט און יעדע אידישע שטוב פסח אויפדערנאכט, קלער איך אז א מעשה פון נוב"י איז זייער א שיינע מקור עכ"פ צו ווייזן אז עס איז א זאך וואס 'צדיקים' האבן אזוי געהאלטן פאר אפאר הונדערט יאר, אבער למען האמת ביסטו גערעכט עס קען זיין אז פון א אקאדעמישער קוק ווינקל איז נישטא קיין געהעריגע מקור און דער מגיד מראשית אחרית האט אזוי געפירט אז דאס זאל צוביסלעך אריינקומען און די הייליגע סדר נאכט אויף אזא פארדרייעטע אופן אזוי ווי עס איז דא אסאך מנהגי ישראל וואס האבן זיך אריינגעדרייעט צוביסלעך אן קיין ספעציעלע תירץ 'פארוואס'
אזוי וואו איך זע אז עס הערשט א שטיקל אומקלארקייט און די נושא וועל איך פראבירען בקיצור צו ערקלערן די נושא כיד הטובה עלינו ,
ראשית כל דארף מען וויסן אז א מנהג שמנהגים כן בכלל ישראל דארף מען זיכן צו מתרץ זיין נישט צו טוישן חלילה. אזוי וואו מפוזרי@ האט שוין דערמאנט, און אזוי זעט מען פון צענדליגער קדושים וטהורים אשר מפיהם אנו חיים מהראשונים כהרמב"ם ר"ן וב"ח עד אחרוני אחרונים כהחתם סופר והצאנזער רב זצ"ל ואטי כי רוכלי ...
כדאי אבער צו צו צייכענן א מעשה רב פון טשעבינע רב זצ"ל ,דער טשעבינער רב האט א שטיק צייט געדאווענט אין ביהמ"ד פרושים בשכינת שערי חסד. איין טאג האט זיך געטון א מהפכה דארט אין ביהמ"ד צו איינער האט געטון זיינס א מנהג שלא כדין , דער טשעבינער רב האט גלייך שטיל געמאכט דעם ציבור און ער האט זיי צוגעצייכענט דער ערשטע תוס' אין ש"ס , תוס' פרעגט כיצד אנו קוראים קרי"ש כהיום (בזמנם) און תוס' פראבירט מיט אלע דוחקים צו פארענטפערן , נו,פארוואס זאגט נישט תוס' רבותי ! זה שלא כדין ? , אלא מאי פירט טשעבינער רב אויס אז א איד טוט עפעס דארף מען מיט אלע כוחות זען צו פארענטפערן ,
כוס של אליהו איז א זאך וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל , אינטערעסאנט איז אבער אז דער מנהג ווערט נישט דערמאנט בכלל און די פריערדיגע דורות. נישט בזמן התלמוד , נישט אין מדרשים , און נישט אין די ראשונים וכן הלאה די טור מחבר רמ"א און אפילו די נושאי כלים על השולחן ערוך דערמאנען נישט דער מנהג ,צוליב דעם איז משמע אז דאס שטאמט פון שפעטער דורך די אשכנזים און דערנאך אויך ביי די ספרדים
וואו ווערט עס דערמאנט די ערשטע :
א) דער ערשטע מקור אויף די מנהג איז רבינו זעליקמאן מבינגא זצ"ל , מחותנו ותלמידו של המהרי"ל , וזה לשונו : והנה ראיתי יש בני אדם בליל הפסח שמוזגין כוס מיוחד ומעמידין על השולחן ואומרים שזה הכוס לאליהו הנביא , ולא ידעתי מאין זה הטעם , פון זיינע ווערטער איז משמע אז עס איז מקורו מאשכנז , און אז עס איז נאך נישט געווען אונגאנצען פארשפרייט ,
ב) מיט בערך 200 יאר נאך דעם זעט מען אויך אין די ספארדישע מקורות די מנהג און עס ווערט פאררעכענט וואו עס קומט פון די אשכנזים , דאס איז פון הגאון ר' חיים בנבנשתי בעל כנסת גדולה ,דארט אין זיין ספר פסח מעובין מאכט ער א חילוק צווישן די אשכנזים און די ספרדים ,(די חילוק ברענגט אויך ר' חיים פאלאגי זצ"ל) דהיינו די אשכנזים פילן אן דעם כוס של אליהו פון אנפאנג סדר און נאכן סדר לייגט מען עס נעבן די בעט וואו דער בעל הבית שלאפט ! לעומת זה די ספרדים פילן עס אן פון די שיורי הכוסות של המסיבים , און מען טרינקט עס אינמיטן די סעודה ,
ג) מקור שלישי איז דער מהר"ם חגיז אויך א מקור ספרדי , אבער און יענע דור טרעפט מען שוין פיל מקורות וואו למשל דער חוק יעקב , חוות יאיר , בסידור של ר' יעקב עמדין זצ"ל , א מקור איז אויך דא מהגדת המהר"ל . אבער עס איז נישט מקורות'דיג ויש בה הרבה זיופים ,
פון וואו זעט מען אז אליהו הנביא קומט לבתי ישראל אין די נאכט :
א) דער ערשטע מקור אויף דעם איז פון א מדרש ! אין שמות רבה (פרק י"ח אות י"ב לפי כת"י אקספורד , שיש שם שינויים מדפוס שלנו ,) וזה הלשון : ליל שימורים הוא שבו עשה גאולה לצדיקים וכו. ובו המשיח "ואליהו מתגלים" שנאמר אמר שומר אתא בוקר וגם לילה ,
ב) מהר"ם חגיז ,
ג) חוות יאיר , נאך שרייבט ער דארט אז מען טוט עס צו פארטרייבן די מזיקים (ליל שימורים?) ומטעם זה פירט מען זיך בקצת מקומות צו מצייר זיין און ממחיש זיין פאר די קינדער אליהו (אפשר א שטיקל מקור לההיא סבתא דהונגריה וואס פלעגט שאקלען די טיש )
פארוואס גרייט מען צו א כוס של אליהו :
א) מהר"ז מבינגא , ווייל אינז האף מיר אויף אליהו אין די נאכט , און אפילו עני בישראל דארף האבן ד כוסות יין און אויב גרייט מען אום נישט צו א כוס (4 כוסות ?) דילמא ימנע מסדר של פסח ,
ב) מהר"ם חגיז, ווייל אליהו זעט דאך אז מען איז מקיים מצוה אחת שהיא שתיים. פסח ומילה און אזוי ווי ער קומט צו א ברית מילה און דא איז דאך וכל ערל לא יאכל בו וכו. ,
ג) דער גר"א (וכן בשם הפלאה) , וויבאלד עס איז דא א מחלוקת בראשונים אויב עס איז דא א חיוב אויף א פיפטע כוס אדער נישט, לייגט מען עס פאר אליהו ותשבי יתרץ ,(למעשה פון רב שולחן ערוך איז משמע אז כוסו של אליהו און כוס חמישי זענען 2 אנדערע זאכן , )
ד) מהר"ם חגיז , וויבאלד די ד כוסות זענען אנטקעגן די ד לשונות של גאולה. גרייט מען צו א כוס לאליהו הנביא וואס ער וועט מבשר זיין די גאולה האחרונה, (באמת די ראב"ד בשם ירושלמי דערמאנט שוין אז דער לשון והבאתי איז קעגן דער פיפטע כוס)
ה) קדושת לוי , תעיין שם ,
ו) בספר מאורי אור (לרבי אהרן מוירמוש , מיץ תקפ"ב) ווייל עס איז דרך חירות און דער מאן איז זיך נישט טורח מוזג צו בני ביתו , ע"כ לייגט מען א גרויסע כוס פיל מיט וויין און פון דעם פילט מען אן די כוסות, און אויב די קינדער פרעגן זאגט מען זיי אז עס איז פאר אליהו הנביא ,
ווען פילט מען אן די כוס של אליהו :
א) פון די ערשטע אשכניזישע מקורות וואו דער הגר"ז מבינגא והמר"ם חגיז איז משמע אז מען פילט עס אן אנהייב סדר,
ב) לויט די ספארדישע מקורות וואו ר' חיים בנבנשתי איז משמע אז מען פילט עס אן פון די שיורי הכוסות פון די מסובים , איז לויט די אשכנזים א) פילט מען עס אן אנהייב סדר, ב) עס בלייבט ביז נאך הלל, די ספרדים א) מען פילט עס אן אינמיטן סדר ,ב) מען טרינקט עס אינמיטן די סעודה ,
ג) למעשה איז נשתנה געווארן אפילו ביי די אשכנזים און מען פילט עס אן פאר שפוך חמתך ווען מען פילט אן די פערטע כוס,וכן מנהג בעלז לעלוב באבוב ועוד, און סקווירא פילט מען עס אן פאר ברכת המזון וכן נהג מהרמ"מ מליובאוויטש זצ"ל ,
וואס טוט מען מיט די וויין פונעם כוס של אליהו :
א) מהר"ם חגיז , נאכן סדר לייגט מען עס ביים בעט של ראש המסיבין און מען זאגט "לשם אליהו" בלא שתייה כלל,
ב) מען גיסט עס צירוק נאכן סדר , ומרשימת הגר"י לאנדו ע"ה שרייבט ער ביים מהרש"ב מליובאוויטש האט ער קודם מוסף געווען וויין , בנתינת טעם על זה. "עס איז זיכער פגום" בשתייתו של אליהו , בסקווירא מחזירים אחר חד גדיא וכן מנהגי אליק ,
ג) לר' חיים בנבנשתי טרינקט מען עס אינמיטן סדר, פארשטייט זיך נאר מיט די שיריים פון די ערשטע 2 כוסות, ווייל די דריטע אין פערטע זענען שוין נאכן סעודה שאסור אז לשתותם ,
ד) יש נוהגים אז מען לאזט עס פיל ביז מארגן פאר קידוש, וכן נהג החתם סופר. וטעמו עמו אז הואיל ונעשה בו מצוה אחת נעביד ביה מצוה אחריתי ,
ה) עס איז דא וואס לאזען עס צום פערטען כוס און מען גיבט אריין אין יעדע כוס אביסעל פאר אלע מסיבין ,כן הוא בקאמארנע ספינקע ועוד, (און בויאן געבט מען עס לבעל חזקה וואס יענער איז זיך נוהג צו טרינקען 5 כוסות ,)
ו) עס זענען דא וואס פילען צירוק אן דעם כוס של אליהו און לאזן עס אזוי ביז מארגן (תעיין בויגד משה טעם על זה) וכן נוהג חותנו של נתן מנחם@
תמצית קומט ארויס אז מיט די צייט התמזגו המנהגים והטעמים למנהג אחד ,די אמונה אז ליל שימורים איז א זמן גאולה פארדעם עפענט מען די טיר און אליהו פארטרייבט דעמאלדס די מזיקים, און אז די צווייטע האלב סדר איז פארבינדן מיט די גאולה העתידה ,ובמיוחד די פערטע כוס , ובצירופים אלו מאכט עס אז כוסו של אליהו באלאנגט דארטן נעבען שפוך חמתך/ ברכת המזון,
זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין צום גאולה העתידה במהרה , אמן
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:תמצית קומט ארויס אז מיט די צייט התמזגו המנהגים והטעמים למנהג אחד ,די אמונה אז ליל שימורים איז א זמן גאולה פארדעם עפענט מען די טיר און אליהו פארטרייבט דעמאלדס די מזיקים, און אז די צווייטע האלב סדר איז פארבינדן מיט די גאולה העתידה ,ובמיוחד די פערטע כוס , ובצירופים אלו מאכט עס אז כוסו של אליהו באלאנגט דארטן נעבען שפוך חמתך/ ברכת המזון,
ריכטיג, דער מנהג האט זיך אויסגעבויט דורך צאמשמעלצן פארשידענע באזונדערע ענינים, אבער ס'מיינט נישט ס'איז א טעות. דער אידישער אונטער-באוואוסטזיין האט באוואוסטזיניג באשלאסן אז אויב גיסט מען אן א בעכער וואס מ'רופט כוס של אליהו און מ'עפנט אויף די טיר, איז עס נאר דערפאר אז אליהו זאל אריינקומען און אביסל טרינקן. איי אלע חכמים זאגן אז מ'רעדט דא פון דברים נפרדים ומטעמים שונים? זאלן זיי זיך אליינס דרייען די קאפ, כלל ישראל ווייסט בעסער. ובדומה צום פרה אדומה, דער רבש''ע אליינס זאגט חוק הוא ולא גיליתי טעמי, אבער אידן ווייסן צו זאגן אז ס'קומט כדי זיי צו פארגעבן דעם חטא העגל. איי שלמה המלך דער חכם מכל אדם שרייט אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני? דער אידישער געפיל גייט אבער אסאך טיפער און פארשטייט יא. און ממילא, אז אידן גיסן אים אן די בעכער און מ'עפנט אים אויף די טיר און מ'שטייט און מ'ערווארט אים מיט א הילכיגער ברוך הבא, האט ער, דער ר' אליהו זז''ג, נישט קיין ברירה און ער מוז זיך אונטער גארטלען און ארום לויפן אין אלע אידישער שטובער טרינקן פונ'ם בעכער, צו ער וויל צו ער וויל נישט. (פארשטייט זיך אז ער וויל יא)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
ענליך צו וואס איך האב פריער דערמאנט פונעם חוות יאיר אז עס זענען דא וואס זענען ממחיש פאר די קינדער אליהו הנביא, שטייט אויך אין ספר יוסף אומץ אז עס זענען דא וואס שטעלן אינטער איינעם ביי שפוך חמתך און ווען מען עפענט די טור געבט יענער א שפרינג אריין מיט א בהלה .... און אזוי האט ער געזען אצל כמה צדיקים ,(?)
אין "מנהגי הסדר על יואטוב" (זעה לינק שפעטער) דערמאנען זיי די מנהג של ילדים אז מ'איז בודק אויב אליהו הנביא האט אראפגעטרינקן, אבער ס'ווערט נישט דערמאנט דאס טיש שאקלן, הגם מיר האבן זיך יא אזוי געפירט.
די גאנצע אויברויז אויף די טיש שאקלן איז מעיקרא ליתא, אפי' אויב ס'איז בלויז א לעצטיגע הוספה אין די קייט פון הוספות וועלכע זענען אלעמאל צוגעקומען און וועלן ווייטער צוקומען צו אונזערע מנהגים. די זעלבע היסבר פארוואס מ'ברויך פיזיש עפענען א טיר פאר א רוחניות'דיגע באגריף מיטן נאמען אליהו, כאילו אן דעם באקומען מיר נישט די בחינה פון אליהו הנביא, איז אויך גילטיג אויפן טרינקן און שאקלן. התגשמות אויף רוחניות'דיגע באגריפן (ווי אויך פארקערט) איז איבעראל צו געפינען. פשוט פשט איז אז דאס איז theatrics צו אריינבאקן אין קינדער, צו לאזן א שטארקע impression די באגריף פון גאולה, הנני אני שלוח לכם את אליהו, וכו'
למעשה האט קיינער נישט אהערגעשטעלט א געהעריגער קראנטער מקור אז אליהו ז"ל קומט בכלל צום סדר
געוואגטער יונגל האט אהערגעברענגט א מדרש בנוסח אחד וואס זאגט סך הכל ובו המשיח "ואליהו מתגלים" דאס קען רואיג מיינען איז זייער אור איז נתגלה ווייל יודן רעדן פון אמונה און גאולה
אפילו דער מהר"ם חאגיז שרייבט נישט מיט קלארע ווערטער בעיקר רעדט ער פארוואס מ'גרייט אן א כוס ווי חסיד האט נאכגעברענגט פון שתי הלחם
דער מהר"ל האט א גאנצע לאנגע שמועס וועגן פתיחת הדלת ווי ער איז מסביר אז דאס איז נאר וועגן ארומרעדן פון ביאת אליהו ומשיח, איינצופלאנצן אמונה און ביאת המשיח פאר די יונגערע דורות, קיין איין ווארט אז אליהו קומט צום סדר טיש! (ער האקט אויך אויפן מנהג פון זאגן שפוך חמתך)
מה שאין כן ביי ברית מילה דארט שטייט מיט מער קלארערע ווערטער "אנת תזדמן תמן" אין זהר: א"ל הקב"ה חייך בכל אתר דהאי רשימא קדישא די ירשמון ליה בני בבשרהון אנת תזדמן תמן ופומא דאסהיד דישראל עזבו, הוא יסהיד דישראל מקיימין האי קיימא (שם צ''ג.) חייך שאין ישראל עושין ברית מילה עד שאתה רואה אותה בעיניך, מכאן התקינו חכמים להיות עושין מושב כבוד (למלאך) [לאליהו] שנקרא מלאך הברית שנאמר ומלאך הברית אשר אתם חפצים (ילקו"ש בראשית - פרק יג - רמז עא, במדבר - פרק כג - רמז תשסו, יהושע - פרק ה - המשך רמז טו, פרקי דרבי אליעזר פרק כ"ח)