שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

נתן מנחם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין אויך פון אונגרישע אפשטאם, אויב דענק איך גוט, און כ'הער צום ערשטן מאל אזא מנהג פון שאקלען א טיש.



יאך בין א גאליציאנער און קיינמאל אזוינס נישט געזעהן אדער געהערט. אין נטעי גבריאל איז עס נישט דערמאנט בכלל. ברויך מען פרעגן די בעלעד'ער חסידים אויב ביי זיי איז דא אזא מנהג.


איך בין אן אונגארישע חתונה געהאט צו א גאליציאנער.
נישט ביי מיין טאטע, נישט ביי מיין שווער האב איך געזעהן א טיש געשטופעכטס ביי כוס של אליהו.
די ערשטע מאל איך הער אזא מנהג איז דא אויף ק"ש
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס ווילסטו, אז א גאליציאנער זאל פארפאטשקען אפאר טראפענ'ס וויין פאר א מנהג'ל? זאל אליהו הנביא צאלען דערויף, וועט מען אביסל אויסגיסען.

ביי מיין טאטע און זיידע האב איך געזען ווי דער מנהג החת"ס צו לאזען די וויין אויף קידושא רבא. אבער ביי מיין שווער האט מען גלייך געטיילט פון די בעכער אינ'ם כוסות פונ'ם עולם פאר כוס רביעי. וויבאלד די אנגיסען די כוסות ביים סדר טוט מיין ווייב און נישט איך, ממילא זאל זי אנהאלטען אירע מנהגים און מוז נישט נאכגייען מיינס, כדוגמת מנהגי נרות שבת (דרך אגב, נאכ'ן ערשט'ן קינד'ס געבורט'ס, ווען מיין שוויגער איז געווען ביי מיר אין שטוב צו 'העלפען', האט מייין שוויגער זי געהייסען צינדען נאך א לעכט פאר'ן קינד, אע"ג אז ס'איז נישט איהר מנהג, ווייל זי האט 'ליב דער מנהג' פון מיין מאמע, אבער מיין טאטע האט שטארק מקפיד געווען נישט מאכען קיין עסק פון מנהגימ'לעך, להוציא מלבן פון סקווער (אן אינסטיטוציע וואס ער האט אין זיין לעבען נישט געהערט דערפון, אבער מזליה חזי דער קליפה) בעלז וכת דילהו, ע"כ לאז איך די זאכען וואוילגייען) ועוד, וואס מ'לאזט די ווייבער טוהן וואס זיי ווילען, ווייל מ'האלט נישט ביים זיך אריינמישען.

פאר מיין קינדער, אזוי ביי מיר ביי מיין טאטע, איז דער אליהו הנביא מעשה לכתחלה אזא האלב אמונה האלב וויץ. מיין טאטע זז"ג האט גאנץ ווייניג געקימערט מיט די זאכען, און אז איינער האט עפעס געזאגט האט ער געמאכט א 'נו נו' און אז א קינד האט געוואלט שאקעלען דער טיש, האט ער\זי געכאפט א שטארקען בליק. אבער ביי שפוך חמתך איז ער שטארק נתעורר געווארען, פשוט אלס דער תפלה שבו, און די אמונה אין ביאת המשיח.

פארשטייט זיך דאס איז אלס פאר חצות, ווייל מ'האט פראבירט אריינצוכאפען הלל און כוס רביעי פאר חצות אויך, וכמו"ש הרמ"א.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך בארא פארקער »

משה, זייער שיין אין זיס אראפ געלייגט די סדר נאכט, כה לחי מיר ווארטן אויף נאך
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

מפוזרי האט געשריבן:א ספר וואס ברענגט א שמעתי בשם חי' הרי''ם וואס האט משבח געווען דעם נוב''י פאר'ן גלייבן אין דעם, איז - זייט מיר מוחל - גאר א שוואכע מקור.
קוק בספרי חקרי מנהגים וועסטו קענען נאכגיין ווי די לעגעדנע האט זיך צוביסלעך דעוועלאפט און פארשפרייט.


ביסט גערעכט ווען מען קוקט דאס אן פון אן אקאדעמישער קוק ווינקל אבער ווען עס קומט צו ענטפערן איינעם וואס זאגט אז ער וואונדערט זיך אלע יארן פון דאס קומט בכלל אז עס איז דא אזא מציאות אז אליהו הנביא קומט און יעדע אידישע שטוב פסח אויפדערנאכט, קלער איך אז א מעשה פון נוב"י איז זייער א שיינע מקור עכ"פ צו ווייזן אז עס איז א זאך וואס 'צדיקים' האבן אזוי געהאלטן פאר אפאר הונדערט יאר, אבער למען האמת ביסטו גערעכט עס קען זיין אז פון א אקאדעמישער קוק ווינקל איז נישטא קיין געהעריגע מקור און דער מגיד מראשית אחרית האט אזוי געפירט אז דאס זאל צוביסלעך אריינקומען און די הייליגע סדר נאכט אויף אזא פארדרייעטע אופן אזוי ווי עס איז דא אסאך מנהגי ישראל וואס האבן זיך אריינגעדרייעט צוביסלעך אן קיין ספעציעלע תירץ 'פארוואס'
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

אה''נ, ס'איז שוין מסתמא אנגענומען פאר א פאר הונדערט יאר.
מפוזרי האט געשריבן:הפלאה איז נישט קיין מקור פאר שורש המנהג, נאר נאך א טעם ורמז אויף אן אנגענומענער זאך, כנהוג בכל ענייני הסדר להרבות בטעמים. און אה''נ בדורו איז שוין געווען אזוי אנגענומען. (ער איז שוין געווען נאכ'ן נוב''י)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

בירור קצר על כוסו של אליהו הנביא זכור לטוב והמסתעף

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי וואו איך זע אז עס הערשט א שטיקל אומקלארקייט און די נושא וועל איך פראבירען בקיצור צו ערקלערן די נושא כיד הטובה עלינו ,

ראשית כל דארף מען וויסן אז א מנהג שמנהגים כן בכלל ישראל דארף מען זיכן צו מתרץ זיין נישט צו טוישן חלילה. אזוי וואו מפוזרי@ האט שוין דערמאנט, און אזוי זעט מען פון צענדליגער קדושים וטהורים אשר מפיהם אנו חיים מהראשונים כהרמב"ם ר"ן וב"ח עד אחרוני אחרונים כהחתם סופר והצאנזער רב זצ"ל ואטי כי רוכלי ...

כדאי אבער צו צו צייכענן א מעשה רב פון טשעבינע רב זצ"ל ,דער טשעבינער רב האט א שטיק צייט געדאווענט אין ביהמ"ד פרושים בשכינת שערי חסד. איין טאג האט זיך געטון א מהפכה דארט אין ביהמ"ד צו איינער האט געטון זיינס א מנהג שלא כדין , דער טשעבינער רב האט גלייך שטיל געמאכט דעם ציבור און ער האט זיי צוגעצייכענט דער ערשטע תוס' אין ש"ס , תוס' פרעגט כיצד אנו קוראים קרי"ש כהיום (בזמנם) און תוס' פראבירט מיט אלע דוחקים צו פארענטפערן , נו,פארוואס זאגט נישט תוס' רבותי ! זה שלא כדין ? , אלא מאי פירט טשעבינער רב אויס אז א איד טוט עפעס דארף מען מיט אלע כוחות זען צו פארענטפערן ,

כוס של אליהו איז א זאך וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל , אינטערעסאנט איז אבער אז דער מנהג ווערט נישט דערמאנט בכלל און די פריערדיגע דורות. נישט בזמן התלמוד , נישט אין מדרשים , און נישט אין די ראשונים וכן הלאה די טור מחבר רמ"א און אפילו די נושאי כלים על השולחן ערוך דערמאנען נישט דער מנהג ,צוליב דעם איז משמע אז דאס שטאמט פון שפעטער דורך די אשכנזים און דערנאך אויך ביי די ספרדים

וואו ווערט עס דערמאנט די ערשטע :

א) דער ערשטע מקור אויף די מנהג איז רבינו זעליקמאן מבינגא זצ"ל , מחותנו ותלמידו של המהרי"ל , וזה לשונו : והנה ראיתי יש בני אדם בליל הפסח שמוזגין כוס מיוחד ומעמידין על השולחן ואומרים שזה הכוס לאליהו הנביא , ולא ידעתי מאין זה הטעם ,
פון זיינע ווערטער איז משמע אז עס איז מקורו מאשכנז , און אז עס איז נאך נישט געווען אונגאנצען פארשפרייט ,

ב) מיט בערך 200 יאר נאך דעם זעט מען אויך אין די ספארדישע מקורות די מנהג און עס ווערט פאררעכענט וואו עס קומט פון די אשכנזים , דאס איז פון הגאון ר' חיים בנבנשתי בעל כנסת גדולה ,דארט אין זיין ספר פסח מעובין מאכט ער א חילוק צווישן די אשכנזים און די ספרדים ,(די חילוק ברענגט אויך ר' חיים פאלאגי זצ"ל) דהיינו די אשכנזים פילן אן דעם כוס של אליהו פון אנפאנג סדר און נאכן סדר לייגט מען עס נעבן די בעט וואו דער בעל הבית שלאפט ! לעומת זה די ספרדים פילן עס אן פון די שיורי הכוסות של המסיבים , און מען טרינקט עס אינמיטן די סעודה ,

ג) מקור שלישי איז דער מהר"ם חגיז אויך א מקור ספרדי ,
אבער און יענע דור טרעפט מען שוין פיל מקורות וואו למשל דער חוק יעקב , חוות יאיר , בסידור של ר' יעקב עמדין זצ"ל , א מקור איז אויך דא מהגדת המהר"ל . אבער עס איז נישט מקורות'דיג ויש בה הרבה זיופים ,

פון וואו זעט מען אז אליהו הנביא קומט לבתי ישראל אין די נאכט :

א) דער ערשטע מקור אויף דעם איז פון א מדרש ! אין שמות רבה (פרק י"ח אות י"ב לפי כת"י אקספורד , שיש שם שינויים מדפוס שלנו ,) וזה הלשון : ליל שימורים הוא שבו עשה גאולה לצדיקים וכו. ובו המשיח "ואליהו מתגלים" שנאמר אמר שומר אתא בוקר וגם לילה ,

ב) מהר"ם חגיז ,

ג) חוות יאיר , נאך שרייבט ער דארט אז מען טוט עס צו פארטרייבן די מזיקים (ליל שימורים?) ומטעם זה פירט מען זיך בקצת מקומות צו מצייר זיין און ממחיש זיין פאר די קינדער אליהו (אפשר א שטיקל מקור לההיא סבתא דהונגריה וואס פלעגט שאקלען די טיש )

פארוואס גרייט מען צו א כוס של אליהו :

א) מהר"ז מבינגא , ווייל אינז האף מיר אויף אליהו אין די נאכט , און אפילו עני בישראל דארף האבן ד כוסות יין און אויב גרייט מען אום נישט צו א כוס (4 כוסות ?) דילמא ימנע מסדר של פסח ,

ב) מהר"ם חגיז, ווייל אליהו זעט דאך אז מען איז מקיים מצוה אחת שהיא שתיים. פסח ומילה און אזוי ווי ער קומט צו א ברית מילה און דא איז דאך וכל ערל לא יאכל בו וכו. ,

ג) דער גר"א (וכן בשם הפלאה) , וויבאלד עס איז דא א מחלוקת בראשונים אויב עס איז דא א חיוב אויף א פיפטע כוס אדער נישט, לייגט מען עס פאר אליהו ותשבי יתרץ ,(למעשה פון רב שולחן ערוך איז משמע אז כוסו של אליהו און כוס חמישי זענען 2 אנדערע זאכן , )

ד) מהר"ם חגיז , וויבאלד די ד כוסות זענען אנטקעגן די ד לשונות של גאולה. גרייט מען צו א כוס לאליהו הנביא וואס ער וועט מבשר זיין די גאולה האחרונה, (באמת די ראב"ד בשם ירושלמי דערמאנט שוין אז דער לשון והבאתי איז קעגן דער פיפטע כוס)

ה) קדושת לוי , תעיין שם ,

ו) בספר מאורי אור (לרבי אהרן מוירמוש , מיץ תקפ"ב) ווייל עס איז דרך חירות און דער מאן איז זיך נישט טורח מוזג צו בני ביתו , ע"כ לייגט מען א גרויסע כוס פיל מיט וויין און פון דעם פילט מען אן די כוסות, און אויב די קינדער פרעגן זאגט מען זיי אז עס איז פאר אליהו הנביא ,

ווען פילט מען אן די כוס של אליהו :

א) פון די ערשטע אשכניזישע מקורות וואו דער הגר"ז מבינגא והמר"ם חגיז איז משמע אז מען פילט עס אן אנהייב סדר,

ב) לויט די ספארדישע מקורות וואו ר' חיים בנבנשתי איז משמע אז מען פילט עס אן פון די שיורי הכוסות פון די מסובים ,
איז לויט די אשכנזים א) פילט מען עס אן אנהייב סדר, ב) עס בלייבט ביז נאך הלל, די ספרדים א) מען פילט עס אן אינמיטן סדר ,ב) מען טרינקט עס אינמיטן די סעודה ,

ג) למעשה איז נשתנה געווארן אפילו ביי די אשכנזים און מען פילט עס אן פאר שפוך חמתך ווען מען פילט אן די פערטע כוס,וכן מנהג בעלז לעלוב באבוב ועוד, און סקווירא פילט מען עס אן פאר ברכת המזון וכן נהג מהרמ"מ מליובאוויטש זצ"ל ,

וואס טוט מען מיט די וויין פונעם כוס של אליהו :

א) מהר"ם חגיז , נאכן סדר לייגט מען עס ביים בעט של ראש המסיבין און מען זאגט "לשם אליהו" בלא שתייה כלל,

ב) מען גיסט עס צירוק נאכן סדר , ומרשימת הגר"י לאנדו ע"ה שרייבט ער ביים מהרש"ב מליובאוויטש האט ער קודם מוסף געווען וויין , בנתינת טעם על זה. "עס איז זיכער פגום" בשתייתו של אליהו ,
בסקווירא מחזירים אחר חד גדיא וכן מנהגי אליק ,

ג) לר' חיים בנבנשתי טרינקט מען עס אינמיטן סדר, פארשטייט זיך נאר מיט די שיריים פון די ערשטע 2 כוסות, ווייל די דריטע אין פערטע זענען שוין נאכן סעודה שאסור אז לשתותם ,

ד) יש נוהגים אז מען לאזט עס פיל ביז מארגן פאר קידוש, וכן נהג החתם סופר. וטעמו עמו אז הואיל ונעשה בו מצוה אחת נעביד ביה מצוה אחריתי ,

ה) עס איז דא וואס לאזען עס צום פערטען כוס און מען גיבט אריין אין יעדע כוס אביסעל פאר אלע מסיבין ,כן הוא בקאמארנע ספינקע ועוד, (און בויאן געבט מען עס לבעל חזקה וואס יענער איז זיך נוהג צו טרינקען 5 כוסות ,)

ו) עס זענען דא וואס פילען צירוק אן דעם כוס של אליהו און לאזן עס אזוי ביז מארגן (תעיין בויגד משה טעם על זה) וכן נוהג חותנו של נתן מנחם@

תמצית קומט ארויס אז מיט די צייט התמזגו המנהגים והטעמים למנהג אחד ,די אמונה אז ליל שימורים איז א זמן גאולה פארדעם עפענט מען די טיר און אליהו פארטרייבט דעמאלדס די מזיקים, און אז די צווייטע האלב סדר איז פארבינדן מיט די גאולה העתידה ,ובמיוחד די פערטע כוס , ובצירופים אלו מאכט עס אז כוסו של אליהו באלאנגט דארטן נעבען שפוך חמתך/ ברכת המזון,

זאלן מיר שוין טאקע זוכה זיין צום גאולה העתידה במהרה , אמן
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

@געוואקטער יונגל זייער א שיינע ליקוט, קענסט אפשר צוצייכענען די סימנים אדער דפים פאר די מקורות אז מיר זאלן דאס קענען נאכקוקן?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....

שליחה דורך מפוזרי »

א ייש"כ פאר די הערליכע ארבייט [THUMBS UP SIGN]
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:תמצית קומט ארויס אז מיט די צייט התמזגו המנהגים והטעמים למנהג אחד ,די אמונה אז ליל שימורים איז א זמן גאולה פארדעם עפענט מען די טיר און אליהו פארטרייבט דעמאלדס די מזיקים, און אז די צווייטע האלב סדר איז פארבינדן מיט די גאולה העתידה ,ובמיוחד די פערטע כוס , ובצירופים אלו מאכט עס אז כוסו של אליהו באלאנגט דארטן נעבען שפוך חמתך/ ברכת המזון,

ריכטיג, דער מנהג האט זיך אויסגעבויט דורך צאמשמעלצן פארשידענע באזונדערע ענינים, אבער ס'מיינט נישט ס'איז א טעות.
דער אידישער אונטער-באוואוסטזיין האט באוואוסטזיניג באשלאסן אז אויב גיסט מען אן א בעכער וואס מ'רופט כוס של אליהו און מ'עפנט אויף די טיר, איז עס נאר דערפאר אז אליהו זאל אריינקומען און אביסל טרינקן. איי אלע חכמים זאגן אז מ'רעדט דא פון דברים נפרדים ומטעמים שונים? זאלן זיי זיך אליינס דרייען די קאפ, כלל ישראל ווייסט בעסער.
ובדומה צום פרה אדומה, דער רבש''ע אליינס זאגט חוק הוא ולא גיליתי טעמי, אבער אידן ווייסן צו זאגן אז ס'קומט כדי זיי צו פארגעבן דעם חטא העגל. איי שלמה המלך דער חכם מכל אדם שרייט אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני? דער אידישער געפיל גייט אבער אסאך טיפער און פארשטייט יא.
און ממילא, אז אידן גיסן אים אן די בעכער און מ'עפנט אים אויף די טיר און מ'שטייט און מ'ערווארט אים מיט א הילכיגער ברוך הבא, האט ער, דער ר' אליהו זז''ג, נישט קיין ברירה און ער מוז זיך אונטער גארטלען און ארום לויפן אין אלע אידישער שטובער טרינקן פונ'ם בעכער, צו ער וויל צו ער וויל נישט. (פארשטייט זיך אז ער וויל יא) 
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

דער עולם איז אויסגעמוטשעט פון נאך א האלבן טאג ארבייטן, לעצט מינוטיגן פסח שאפינג, באקן מצות, צוגרייטן דעם סדר, פאר א נויט האט מען נאך אריין גערוקט הלל נאכן דאווענען, דערנאך זיצט מען איבערן עסן א שעה און מ' קען נישט צורירן דערצו און מ' רוקט אריין גרויסע כזיתים מצה און חריין תוך כדי אכילה, מ' דעקט עס צו מיט אייער און מ' לייגט א פרישע לעיער פון אכילה און נאך כזיתים מצה צו כאפן חצות
מ' פרייט זיך מ' האלט שוין דא מ' פרובירט וואס מ' קען נישט איינצושלאפן, (ס' דא וואס כאפן א דרימל נאך ברך זאל יעדער פלאצן ) שיקן די קינדער בארגן א קניידל פארעם קעמען נישט ווארעם עס אידאך חמץ גמור ביז אחרון, מאכט מען א ווערטל און מען גיט א שאקל און מ' פרעגט אויב איינער האט געזען טרינקען, און דא ווערט א גאנץ געטועכטס אויב דער מנהג געט ארין אמונה אדער נישט, טשיל פיפל ס' נאר א ווערטל
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

דברי המהרם חאגיז

שליחה דורך חסיד »

דברי המהרם חאגיז
בייגעלייגטע פיילס
mhram Chagiz.jpg
mhram Chagiz.jpg (155.34 KiB) געזען געווארן 1098 מאל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ענליך צו וואס איך האב פריער דערמאנט פונעם חוות יאיר אז עס זענען דא וואס זענען ממחיש פאר די קינדער אליהו הנביא, שטייט אויך אין ספר יוסף אומץ אז עס זענען דא וואס שטעלן אינטער איינעם ביי שפוך חמתך און ווען מען עפענט די טור געבט יענער א שפרינג אריין מיט א בהלה .... און אזוי האט ער געזען אצל כמה צדיקים ,(?)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אין "מנהגי הסדר על יואטוב" (זעה לינק שפעטער) דערמאנען זיי די מנהג של ילדים אז מ'איז בודק אויב אליהו הנביא האט אראפגעטרינקן, אבער ס'ווערט נישט דערמאנט דאס טיש שאקלן, הגם מיר האבן זיך יא אזוי געפירט.

די גאנצע אויברויז אויף די טיש שאקלן איז מעיקרא ליתא, אפי' אויב ס'איז בלויז א לעצטיגע הוספה אין די קייט פון הוספות וועלכע זענען אלעמאל צוגעקומען און וועלן ווייטער צוקומען צו אונזערע מנהגים. די זעלבע היסבר פארוואס מ'ברויך פיזיש עפענען א טיר פאר א רוחניות'דיגע באגריף מיטן נאמען אליהו, כאילו אן דעם באקומען מיר נישט די בחינה פון אליהו הנביא, איז אויך גילטיג אויפן טרינקן און שאקלן. התגשמות אויף רוחניות'דיגע באגריפן (ווי אויך פארקערט) איז איבעראל צו געפינען. פשוט פשט איז אז דאס איז theatrics צו אריינבאקן אין קינדער, צו לאזן א שטארקע impression די באגריף פון גאולה, הנני אני שלוח לכם את אליהו, וכו'

Stuff People Say At The Seder: https://youtu.be/W9r6dQ57x34
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

למעשה האט קיינער נישט אהערגעשטעלט א געהעריגער קראנטער מקור אז אליהו ז"ל קומט בכלל צום סדר

געוואגטער יונגל האט אהערגעברענגט א מדרש בנוסח אחד וואס זאגט סך הכל
ובו המשיח "ואליהו מתגלים"
דאס קען רואיג מיינען איז זייער אור איז נתגלה ווייל יודן רעדן פון אמונה און גאולה

אפילו דער מהר"ם חאגיז שרייבט נישט מיט קלארע ווערטער בעיקר רעדט ער פארוואס מ'גרייט אן א כוס ווי חסיד האט נאכגעברענגט פון שתי הלחם

אבער וואס טוט זיך ביז דער מהר"ם חאגיז, ער איז דאך קנאפע 300 יאר צוריק??? פארוואס רעדט מען נישט דערפון פארדעם?

דער מהר"ל האט א גאנצע לאנגע שמועס וועגן פתיחת הדלת ווי ער איז מסביר אז דאס איז נאר וועגן ארומרעדן פון ביאת אליהו ומשיח, איינצופלאנצן אמונה און ביאת המשיח פאר די יונגערע דורות, קיין איין ווארט אז אליהו קומט צום סדר טיש!
(ער האקט אויך אויפן מנהג פון זאגן שפוך חמתך)

מה שאין כן ביי ברית מילה דארט שטייט מיט מער קלארערע ווערטער "אנת תזדמן תמן" אין זהר: א"ל הקב"ה חייך בכל אתר דהאי רשימא קדישא די ירשמון ליה בני בבשרהון אנת תזדמן תמן ופומא דאסהיד דישראל עזבו, הוא יסהיד דישראל מקיימין האי קיימא (שם צ''ג.)
חייך שאין ישראל עושין ברית מילה עד שאתה רואה אותה בעיניך, מכאן התקינו חכמים להיות עושין מושב כבוד (למלאך) [לאליהו] שנקרא מלאך הברית שנאמר ומלאך הברית אשר אתם חפצים (ילקו"ש בראשית - פרק יג - רמז עא, במדבר - פרק כג - רמז תשסו, יהושע - פרק ה - המשך רמז טו, פרקי דרבי אליעזר פרק כ"ח)

וצריך עיון גדול

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 21_346.pdf
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

פשט אין מדרש איז פשוט, ליל הסדר איז דער נאכט וואס אליהו און משיח וועלן זיך מתגלה זיין כשיגיע עת הגאולה, נישט יעדער יאר.
דאס מיינט צו זאגן אז ס'איז אן עת מסוגל לגאולה ותו לא. און בד''וו שטייט שוין אזוי אין די תורה, ליל שמורים הוא שמורים לבני ישראל לדורותם. עיי''ש בספורנו והוא מחז''ל עי' ת''י.
מ'האט שוין אויבן גערעדט דערפון, ס'נישטא קיין מקור. נישט אז מ'ווייסט נישט אוואו איז דער מקור, נאר מ'ווייסט יא אז ס'האט נישט קיין מקור.
מ'קען געהעריג נאכגיין ווי ס'האט זיך נאטורליך דעוועלאפט דורך צאמשמעלצן פארשידענע ענינים. עיין למעלה ותמצא נחת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מפוזרי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

[tag]יואליש[/tag] עפענען די טיר איז טאקע א גשמיות'דיגער פעולה, אבער עס טוט סימבאליזירן אונזער אמונה און האפענונג אין זיין קומען.
און סימבאלן איז שוין אן אלטער איינגעפירטער זאך ביי אידן. ביים ערשטן סדר אין מצרים האבן אידן געגעסן בחפזון מתניכם חגורים ונעליכם ברגלכם אלס סימבאל צום קומענדען חירות.
ווידער, שאקלען די טיש כדי ס'זאל אויסזעהן ווי אליהו טרינקט איז אדער אן אפנארעריי אדער א נארישע וויץ, אבער קיין סימבאל.
ולפי ידיעתי איז עס נאך דערווייל נישט נהוג אין קיין שום פלאץ בתורת מנהג. (קען זיין ס'וועט נאך ווערן...)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט