אדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שעפטל האט געשריבן:איינס פין די מלחמות פון וואס מען וויל (סאטמאר בפרט) עס זאל פארגעסען ווערן איז די מלחמה קעגן ר' מעכל אין זיינע חסידים

עס זענען דא וואס זאגען אז די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען ווען נאך דעם רבין'ס פטירה האט מען האט איינגעזען אז אויב וועט מען אים נישט אינטערברענגען וועלן א גרויס חלק אינגעלייט ווערן זיינע חסידים אדער ווי מען האט זיי א נאמען געגעבן "מעכעליסטען"

איך האב געלייגט א האנט אויף אן ארגינעלן קונטרס מתי שוא (ס'שטייט טאקע חלק א', כ'מיין אבער ס'איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען חלק ב') עס האט 50 בלעטער וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א לויפער מיט א פילאפף געבעקט דורך סאטמאר
מתי שוא 1
מתי שוא 2
מתי שוא 3
מתי שוא 4
מתי שוא 5
מתי שוא 6
מתי שוא 7
מתי שוא 8
מתי שוא 9

איך האב אויך דערווישט דעם ספר דברי שלום ואמת עס האט 500 בלעטער ארויס געגעבן דורך די מעכעליסטן אבער כ'מיין האט מען עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן פארן פאבליק
ספר דברי שלום ואמת

פארוואס זענען די מתי שוא קונטרסים אויסגעמעקט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווייל שיקרא לא קאי.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייל סקריבד האט אפגעשפארט די אקאונט פונעם פירער פונעם למען ידעו פארום און דארט האט זיך די בוך געפונען.
דער פירער האט מבטיח געווען אז ער וועט צעביסלעך איבערלייגן אלעס אויף גוגל דרייוו אבער דער צוביסלעך נעמט זייער לאנג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט ווי די אמאליגע הייליגע רודפים קענען זיך קלאפן שישו מעי שישו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

ריכטיג האט געשריבן:ווייל סקריבד האט אפגעשפארט די אקאונט פונעם פירער פונעם למען ידעו פארום און דארט האט זיך די בוך געפונען.
דער פירער האט מבטיח געווען אז ער וועט צעביסלעך איבערלייגן אלעס אויף גוגל דרייוו אבער דער צוביסלעך נעמט זייער לאנג.

און האפענטליך וועט עס אנקומען צי איהר פארדינטע פלאץ אויפן אייביגער רוה - לנוקבא דתהומא רבא
קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:10 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך קאפשטיק »

עס איז באקאנט אז ביי די לויפער פרשה האט ער גארנישט געלאזט צוריקטון פאר זיינע רודפים, (ער האט אפי' נישט מחזק געווען זיינע מענטשן, ער איז געגאנגן און גייט נאך היינט מיט דעם כלל, אז דו ווילסט קום צו מיר, אבער איך קום דיר גארנישט) לדעתי איז דאס געווען א טעות וואס האט אים ליידער טייער אפגעקאסט, ווען ער וואלט זיך ווען דאן נישט געלאזט וואלט ער היינט ווען געווען א וועלטס-רבי, זייענדיג א חד בדרא מיט אזויפיל כשרונות און געלונגענקייטן וואס ווייניג קענען זיך פארגלייכן, ער האט אבער ליידער נישט געוויסט אז די חברה זענען עלול אויף שפיכות דמים וואס דאס איבריגע איז היסטאריע...

די לעצטע 20 יאר איז געווען גאנץ רואיג, ער האט זיך געפירט זיין ביהמ"ד אין מאנסי, און צוביסלעך האט די וועלט אנגעהויבן איינזעהן אז ער איז פונקט ווי עני אנדערע היינטיגע רבי ביז דער בעל דבר האט זיך ווייטער אריינגעמישט כידוע, אבער אזויווי דער אייבישטער האט אים געהאלפן ביז אהער דורכשוויצן די אלע שווערע זמנים, העלפט ער אים ווייטער, און ווי ס'איז יעצט באקאנט געווארן האבן זיינע שנאים פאריגע וואך געליטן א שרעקלעכע מפלה וואס דאס ווייזט אז דער וואס גייט באמת און מיט א תמימות היט מען אים פון אויבן.

איין שטארקע לעקציע האט ער זיך געלערענט, און דער כלל גילט פאר יעדעם: מען טאר נישט זיין צו גוט, און אז מען לאזט זיך טרעטן וועט דיר יענער אינגאנצען צוטרעטן, ער האט זיך 20 יאר געלאזט טרעטן אבער די וועלט האט דאס נישט איינגעזעהן און ער האט נאר פארלוירן פון דעם, יעצט ביי די לעצטע פאליטיק האט מען אים מייעץ געווען אז ער זאל זיך נישט לאזן, נאר פאדערען ע"פ תורה וע"פ דינא וואס עס קומט זיך אים, און נאר אזוי איז ער געבליבן מיט זיינע נכסים וואס די יעניגע האבן אים געוואלט באראבעווען.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

מאך אים נישט פאר אזא גרויסע רחמנות און אזא שעפעלע. ער אונט בנינים און ווערט פון צוואנציג מיליאן דולער און האט נאך נישט באצאלט א פענני פון די צוויי מיליאן דאללער וואס ער איז שולדיג פאר האלבע שטאט צווישן זיי מגידי שיעורים און כלי קודש וואס בלוטיגן נאך א שטיקל ברויט אלעס מיטן תירוץ אז די שונאים האבן אים צוגענימען א בנין. קאט די קרעפ.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

טאקע א פארגלייך ר' חיים קנייבסקי וואס איז א לעבעדיגע ספר תורה און האט אלע דינים פון א תלמיד חכם וואס מען ברויך נוהג זיים בכבודו כמבואר בשו"ע יורה דעה (נישט קיין חילוק צו ער איז א וועלטס חכם צו א תם ומתמם תמימים). צו ר' מעכעלע ניקלשבורגער וואס האט זיך ערקלערט רבי פאר צען אידן פאר פערציג יאר צוריק.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יתרו האט געשריבן:מאך אים נישט פאר אזא גרויסע רחמנות און אזא שעפעלע. ער אונט בנינים און ווערט פון צוואנציג מיליאן דולער און האט נאך נישט באצאלט א פענני פון די צוויי מיליאן דאללער וואס ער איז שולדיג פאר האלבע שטאט צווישן זיי מגידי שיעורים און כלי קודש וואס בלוטיגן נאך א שטיקל ברויט אלעס מיטן תירוץ אז די שונאים האבן אים צוגענימען א בנין. קאט די קרעפ.

יתרו: איך ווייס נישט וואס צו זאגן. איך קען איהם (די ניקלסבורגע רבי שליט"א) אלס א וואוילע, טייערע איד, וועלכער ברענגט אריין חיזוק אין אלע אידן אן אויסנאם. לאמיר נישט מאכן די חשבונות פון זיין עשירות אן דעם בעה"ב. אפשר האט ער חובות אויף די אלע בניינים און פראפערטיס וואס זענען לכאורה אויף זיין נאמען. איך בין זיכער אז ער האלט נישט במזיד צוריק געלטער פון מענטשן וועלכע האבן געארבעט פאר איהם. נאר מסתמא האט ער נישט. ער איז דאך סוכ"ס נישט פון די מענטשן וועלכע לעבן א טאג און לאכן זיך אויס פון א יעדן. נאר ער איז אדורך ערנסטע רדיפות און גזילות פון אזוי גערופענע וואוילע און שיינע אידן.. הווי דן את כל האדם לכף זכות...!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

לעגאל קען ער דערווייל גארנישט פארקויפן!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

////
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יתרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

אחד העם האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:טאקע א פארגלייך ר' חיים קנייבסקי וואס איז א לעבעדיגע ספר תורה און האט אלע דינים פון א תלמיד חכם וואס מען ברויך נוהג זיים בכבודו כמבואר בשו"ע יורה דעה (נישט קיין חילוק צו ער איז א וועלטס חכם צו א תם ומתמם תמימים). צו ר' מעכעלע ניקלשבורגער וואס האט זיך ערקלערט רבי פאר צען אידן פאר פערציג יאר צוריק.

פארוואס איז עס נישט קיין פארגלייך? איך זעה נישט קיין חילוק.

ביזט צו'חושט?
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אחד העם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

berlbalaguleh האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:מאך אים נישט פאר אזא גרויסע רחמנות און אזא שעפעלע. ער אונט בנינים און ווערט פון צוואנציג מיליאן דולער און האט נאך נישט באצאלט א פענני פון די צוויי מיליאן דאללער וואס ער איז שולדיג פאר האלבע שטאט צווישן זיי מגידי שיעורים און כלי קודש וואס בלוטיגן נאך א שטיקל ברויט אלעס מיטן תירוץ אז די שונאים האבן אים צוגענימען א בנין. קאט די קרעפ.

יתרו: איך ווייס נישט וואס צו זאגן. איך קען איהם (די ניקלסבורגע רבי שליט"א) אלס א וואוילע, טייערע איד, וועלכער ברענגט אריין חיזוק אין אלע אידן אן אויסנאם. לאמיר נישט מאכן די חשבונות פון זיין עשירות אן דעם בעה"ב. אפשר האט ער חובות אויף די אלע בניינים און פראפערטיס וואס זענען לכאורה אויף זיין נאמען. איך בין זיכער אז ער האלט נישט במזיד צוריק געלטער פון מענטשן וועלכע האבן געארבעט פאר איהם. נאר מסתמא האט ער נישט. ער איז דאך סוכ"ס נישט פון די מענטשן וועלכע לעבן א טאג און לאכן זיך אויס פון א יעדן. נאר ער איז אדורך ערנסטע רדיפות און גזילות פון אזוי גערופענע וואוילע און שיינע אידן.. הווי דן את כל האדם לכף זכות...!

איך האב כמה פעמים שוין געליינט קאפשטיק'ס דברי הבל אבער געשוויגן ווייל איך האב נישט ליב צו שרייבן אויף צובראכענע אידן אבער יעצט פאר פסח ווען איך האב מיך געברויכט משתתף זיין אויף קמחא דפסחא פאר א איד וואס ער איז שולדיג שווערע געלטער האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן. און בלי נדר וויבאלד איך וועל הערן אז ער האט באצאלט אפילו איין טויזענטער פאר דעם איד וועל איך עס בל"נ דא לאזן וויסן בפני כל הקהל ועדה.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כבוד ר' יתרו איהר האט דאך אין די תורה חשוב'ע פרשה פון ואתה תחזה און געגעבן גוטע עצות, אבער איינער וואס גיבט עצות דארף אויך קענען הערן פון אנדערע,

גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט אבער יעדער פארשטייט אז מען קודם דארף מען האבן כדי צו קענען באצאהלן, און פארקויפן קען ער נישט יעצט צוליב די לעגאלע זאכן וואס גייט יעצט פאר דארט און זיי האבן א פונקטליכע חשבון אויף די חובות און ער וויל דאס באצאהלן ווי שנעלער.

סא פאר דו ביסט אזוי ברוגז אויף איהם פארשטיי די סיטואציע און נאכדעם האב טענות אויף א איש צדיק און א נרדף וואס איינע פון די שווערסטע זאכן יעצט איז אז טוביה חטא וזיגוד מינגיד, זיי האבן אנגע'חובות'ט און אויף איהם האט מען טענות.
וה' הטוב יכפר
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

געוואלדיג האט געשריבן:גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

געוואלדיג האט געשריבן:ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.

געוואלדיג האט געשריבן:און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.
בעל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך זייגער »

איך זעה אז די טיפישע סטיל דא איז אז ווען מ'וויל בארעדן א רבי, זאגט מען 'איך האב גארנישט מיט דער און דער חסידות, אבער' און דא הייבט מען אן בארעדן.

טאמער האסטו גארנישט מיט זיי, ווי אזוי ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ פון הונטער די קוליסן??

צוליב דעם זאג איך, איך האב גארנישט מיט ניקלושבורג, און דעריבער וועל איך גארנישט צולייגן.
אוהב ישראל
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יתרו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

עס איז געווען מיט זיין פולע צושטימונג און הסכמה און חיזוק אויב וואוינסטו טאקע אין מאנסי קענסטו איהם אליין פרעגן, יא ער איז געווען אויס מענטש אז עס איז צוגעקומען לידי זה אבער מיט זיין פולע הסכמה און שטיצע

געוואלדיג האט געשריבן:ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.

איך פארצייל דיר א מעשה ווי ער האט ברבים מוחה געווען און דו ברענגסט מיר ביליגע רעטאריק פון סקווירא, יעדער וואס איז אריינגעמישט אין די פרשה און וואס קען איהם ווייסט אז ער האט טאקע נישט געוואוסט, און איך וועל נאר צולייגן אז אויב וועסטו רעדן טאקע מיט די מנהל פון זיין ישיבה קטנה וועט ער דיר פארציילן וויאזוי ער האט מיטגעהאלטן איינמאל פאר ווען דער ניקלשבורגער רבי איז געקומען אין זיין אפיס ווייל ער האט געהערט אביסל פון וואס עס גייט פאר, און ווי מען האט שנעל צוריסן און אויסגעמעקט פילע דאקומענטן כדי ער זאל נישט געוואר ווערן דעם אמת

געוואלדיג האט געשריבן:און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

שוין איך וויל נישט צופיל רעדן מחשש גילוי אבער ער האט געקענט רוהיגערהייט זיי זעהן אראפ פון די באורד אן די שורה כידוע ליודעים

דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.

פארדעם ברענג איך דיר די מעשה פון די ישיבה גדולה כדי דו זאלסט זעהן אז נישט נאר איין באשעפער ווייסט נאר אויך כמה וכמה אידן ווייסן דאס

בעל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.

אויב ווילסטו נעמען פון ווער עס איז געווארן באצאלט קום אין אישי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
לייב פאללאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 28, 2012 9:52 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייב פאללאק »

רעב מעכל מיט זיין זוהן פעסטער רב זינגען הארציג והשיב ביי א מסיבה פון אחים בדרך
https://vimeo.com/123382463
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

געוואלדיג האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע בין איך אביסל באקאנט אין די יעצטיגע פאליטיק און איך וועל דיר מסביר זיין אין קורצן, דער ניקלשבורער רבי האט אלס געהאלטן אז אויב קען מען נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע זאל מען צומאכן די מוסד, און ער האט דאס געזאגט הרבה פעמים ביי עפנטליכע פארזאמלונגען און אויך ביי פארמאכטע מיטינגס, און פארדעם פלעגט די אלטע הנהלה דארט באהאלטן פון איהם אז מען איז שולדיג און וויפיל, כדי ער זאל נישט רודערן קעגן זיי, און איינמאל ווען איינע פון די מגי"ש איז געקומען איהם פארציילן אז מען איז שוין שולדיג זייער אסאך איז ער געקומען אין ישיבה און ברבים ארונטער געריסן די הנהלה פאר באהאלטן פון איהם דאס און עס האט איהם זייער געקרענקט,

עס האט אים טאקע געקרענקט אבער לויט מיין אינפארמאציע האט ער עס נישט געוואלט פארמאכען. והא ראי' יענע יאר האט דער מנהל פון ישיבה קטנה פארמאכט די ישיבה קטנה אן דעם רבי'נס הסכמה און דער ניקלשבורגער איז געווען אויס מענטש כידוע ליודעי חן.

עס איז געווען מיט זיין פולע צושטימונג און הסכמה און חיזוק אויב וואוינסטו טאקע אין מאנסי קענסטו איהם אליין פרעגן, יא ער איז געווען אויס מענטש אז עס איז צוגעקומען לידי זה אבער מיט זיין פולע הסכמה און שטיצע
פרעכע ליגענט.

געוואלדיג האט געשריבן:ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,

די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.

איך פארצייל דיר א מעשה ווי ער האט ברבים מוחה געווען און דו ברענגסט מיר ביליגע רעטאריק פון סקווירא, יעדער וואס איז אריינגעמישט אין די פרשה און וואס קען איהם ווייסט אז ער האט טאקע נישט געוואוסט, און איך וועל נאר צולייגן אז אויב וועסטו רעדן טאקע מיט די מנהל פון זיין ישיבה קטנה וועט ער דיר פארציילן וויאזוי ער האט מיטגעהאלטן איינמאל פאר ווען דער ניקלשבורגער רבי איז געקומען אין זיין אפיס ווייל ער האט געהערט אביסל פון וואס עס גייט פאר, און ווי מען האט שנעל צוריסן און אויסגעמעקט פילע דאקומענטן כדי ער זאל נישט געוואר ווערן דעם אמת
מען ווערט נישט פטור פון קיין ריספאנסביליטיס מיט א מחאה.

געוואלדיג האט געשריבן:און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט

קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.

שוין איך וויל נישט צופיל רעדן מחשש גילוי אבער ער האט געקענט רוהיגערהייט זיי זעהן אראפ פון די באורד אן די שורה כידוע ליודעים
ער האט נישט געקענט.

דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.

פארדעם ברענג איך דיר די מעשה פון די ישיבה גדולה כדי דו זאלסט זעהן אז נישט נאר איין באשעפער ווייסט נאר אויך כמה וכמה אידן ווייסן דאס

בכל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.

אויב ווילסטו נעמען פון ווער עס איז געווארן באצאלט קום אין אישי

שרייב ברבים איך וועל דיר ברענגן א ליסט פון הונדערט בעלי חובות (אינקלאדינג זעכציג כולל יינגעלייט) און די וועסט מיר זאגן וויפיל פון זיי ער האט שוין באצאלט א פענני.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

זייגער האט געשריבן:איך זעה אז די טיפישע סטיל דא איז אז ווען מ'וויל בארעדן א רבי, זאגט מען 'איך האב גארנישט מיט דער און דער חסידות, אבער' און דא הייבט מען אן בארעדן.

טאמער האסטו גארנישט מיט זיי, ווי אזוי ווייסטו וואס עס טוט זיך אפ פון הונטער די קוליסן??

צוליב דעם זאג איך, איך האב גארנישט מיט ניקלושבורג, און דעריבער וועל איך גארנישט צולייגן.

איך קען דיינים וואס זענען געווען אינוואלוואד, איך קען ריעל עסטיט דיוועלאפארס וואס האבן געוואלט קויפן פונעם ניקלשבורגער (און ער האט נישט געוואלט פארקויפן) און איך קען בעלי חובות. דאס מאכט מיך נישט האבן עפעס מיט דעם חסידות.
און איך קען נישט דעם ניקלשבורגער פערזענליך אבער אזויפיל האב איך קענען געלערנט אז די מעשה איז נישט פשוט ווי די חסידים דא אויפן געוועב פרובירן עס אראפצולייגן. נאכאמאל קען זיין אז ער איז גערעכט קען זיין אז ער איז א צדיק אבער די מעשה איז נישט גלאטיג.