געוואלדיג האט געשריבן:ווען די ישיבה גדולה זיינע האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן אינמיטן יאהר ווייל די הנהלה האט געסטאפט צו באצאהלן האט ער דאס גענומען אויף זיין עול, כאטשיג ער האט זיי נישט אויפגענומען און ווער עס ווייסט ווייסט אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין ווארט אויף וועם צו אויפנעמען און צו מען זאל האלטן אפן וכדו' אבער ער האט נישט געוואלט אז די בחורים זאלן זיך טרעפן אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער דאס אנגעהאלטן און באצאלט פון זיין אייגענע טאש, די אלע אומבאצאהלטע מגי"ש און כלי קודש זענען געווארן אפגענארט דורך די אלטע הנהלה אזוי ווי ער איז געווארן אפגענארט דורך זיי, און די טענות דארף זיין אויף זיי,ער איז אין פעקל נאך מער פון זיי און פאר איהם מאכט קיינער קיין קמחא דפסחא קאמפעין כאטש וואס זיי האבן איהם אריין געפירט אין ריזיגע הוצאות וואס ער דארף אליין באצאהלן,
די סארט שפראך זאלסטו לאזן פארן סקיוורא'ן רבין וואס ווייסט קיינמאל גארנישט וואס זיינע בריונים טוען צאם אונטער זיין נאמען. וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געטראכט איז נישט קיין נפקא מינא אלס ניקלשוברגער רבי און אלס בעל הבית פון די מיליאנען דאללער פראפערטיס איז ער אחראי וואס עס טוט זיך אפ און זיינע מוסדות און איז מחויב צו באצאלן פאר די ארבעטארער. ער האט אלע יארן פיין הנאה געהאט פון די ישיבה געפירט טישן און געמאכט לג בעומר סעודות מיט זיי וכו' ווען עס קומט צו באצאלן די בילל זאל ער נישט אנטלויפן.
איך פארצייל דיר א מעשה ווי ער האט ברבים מוחה געווען און דו ברענגסט מיר ביליגע רעטאריק פון סקווירא, יעדער וואס איז אריינגעמישט אין די פרשה און וואס קען איהם ווייסט אז ער האט טאקע נישט געוואוסט, און איך וועל נאר צולייגן אז אויב וועסטו רעדן טאקע מיט די מנהל פון זיין ישיבה קטנה וועט ער דיר פארציילן וויאזוי ער האט מיטגעהאלטן איינמאל פאר ווען דער ניקלשבורגער רבי איז געקומען אין זיין אפיס ווייל ער האט געהערט אביסל פון וואס עס גייט פאר, און ווי מען האט שנעל צוריסן און אויסגעמעקט פילע דאקומענטן כדי ער זאל נישט געוואר ווערן דעם אמת מען ווערט נישט פטור פון קיין ריספאנסביליטיס מיט א מחאה.
ריכטיג אבער מיט וואס איז עס בכלל געווארן זיין ריספאנסעביליטי? האט איינער פון זיי גערעדט מיט איהם פאר ער האט אנגענומען די דזשאב? האט ער אונטערגעשריבן מיט זיי א קאנטראקט?, אויב ביסטו טאקע אין מכון להוראה ווייסטו זייער גוט אז מען האלט קיינמאל נישט א רבי ריספאנסיבל פיינענשעלי אויף חובות פון זיין מוסד און בפרט די מוסד וואס מען האט אלעמאל באהאלטן פון איהם און ער האט עכט קיינמאל נישט געהאט קיין שום ווארט אויף זיי, און אלע איינגעשטעלטע האבן קיינמאל מיט איהם קיין שייכות נישט געהאט, פליז איך האלט אז דו ביסט גענוג באקאנט צו וויסן דאס, און ער האט יא גענומען דאס אויף זיך
געוואלדיג האט געשריבן:און יא כאטש ער האט נישט געדארפט האט ער זיך אונטער גענטומען אז אין די ערשטע געלעגנהייט וועט ער באצאהלן אלע חובות וואס יענע האבן אנגעמאכט
קען זיין אז איך בין נישט גענוג באקאנט אבער לויט וויפיל די שטאט רעדט (עכ"פ ביי אונז אין מכון להוראה וואס מען איז געווען אביסל פארמישט אין די דין ודברים) האט דער ניקלשבורגער גע'חתמ'ט א שטר אז ער נעמט זיך אונטער צו באצאלען אלע חובות ווייל ער האט געוואלט אז די אלטע הנהלה זאל זיך אפזאגן פון די בארד, ער האט עס נישט געטוען צוליב גוטסקייט.
שוין איך וויל נישט צופיל רעדן מחשש גילוי אבער ער האט געקענט רוהיגערהייט זיי זעהן אראפ פון די באורד אן די שורה כידוע ליודעים ער האט נישט געקענט.
פארדעם האב איך געשריבן כידוע ליודעים, און דו שרייבסט אז דו ווייסט נאר פון וואס מען שמועסט אין מכון להוראה דאס וואס די זאגסט אז ער האלט ביים באצאלען, דאס ווייסט איין באשעפער, ווייל ער וואלט שוין לאנג געקענט באצאלען ווען ער האלט ווען ערענסט ביים פארקויפן כיודע לכל העוסקים בריעל עסטעיט במאנסי.
פארדעם ברענג איך דיר די מעשה פון די ישיבה גדולה כדי דו זאלסט זעהן אז נישט נאר איין באשעפער ווייסט נאר אויך כמה וכמה אידן ווייסן דאס
בכל אופן אני חוזר לדברי הראשונים ווען ער וועט באצאלן דעם ערשטן טויזענעטער (פאר דעם איד וועם איך קען) וועל איך עס לאזן וויסן דא בשער בית רבים.
אויב ווילסטו נעמען פון ווער עס איז געווארן באצאלט קום אין אישי
שרייב ברבים איך וועל דיר ברענגן א ליסט פון הונדערט בעלי חובות (אינקלאדינג זעכציג כולל יינגעלייט) און די וועסט מיר זאגן וויפיל פון זיי ער האט שוין באצאלט א פענני.
איך קען ריעל עסטיט דיוועלאפארס וואס האבן געוואלט קויפן פונעם ניקלשבורגער (און ער האט נישט געוואלט פארקויפן) און איך ווייס אויך פארוואס מען האט נישט געוואלט פארקויפן
און איך קען בעלי חובות. און איך ווייס אויך פארוואס מען האט נאכנישט באצאהלט דאס מאכט מיך נישט האבן עפעס מיט דעם חסידות. און איך קען נישט דעם ניקלשבורגער פערזענליך אבער אזויפיל האב איך קענען געלערנט אז די מעשה איז נישט פשוט ווי די חסידים דא אויפן געוועב פרובירן עס אראפצולייגן. איך קען איהם יא פערזענליך און איך בין אויסדריקליך נישט קיין ניקלשבורגער חסיד ווייט ווייט פון דעם, אבער אין די פרשה בין איך באקאנט מיט די פאקטן,
נאכאמאל קען זיין אז ער איז גערעכט קען זיין אז ער איז א צדיק אבער די מעשה איז נישט גלאטיג.
אונטערשטע נקודה, ערווארט נישט צו פארשטיין א פארוויקלטע פרשה אויף קאווע שטיבל נישט דארט שמועסט מען אויס הייקעלע נושאים, אז דו ווילסט עכט פארשטיין פארבינד זיך מיט מיר אין אישי און דארט וועלן מיר ממשיך זיין, אז דו ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן דאן באשמוץ נישט, העכסטנס שרייב אז דו ווילסט פארשטיין פארוואס ער באצאהלט נישט אבער באשמוצן ווייל דו ביסט נישט באקאנט? ווילסט עכט העלפן דיין באקאנטן לייג זיך אריין, ווער געוואר דעם אמת און זעה וואס דו קענסט טוהן, בברכת הצלחה מרובה
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
סתם דרך אגב ווען די הנהלה דארט האט אנגעטראגן פאר די מנהל פון ישיבה קטנה די דזשאב איז ער געגאנגען פרעגן די ניקלשבורגער רבי און ער האט איהם מיעץ געווען ער זאל נישט אנעמען די דזשאב ווייל די מצב מיט די געלט איז שוין נישט געווען דעמאלטס אזוי איי איי איי, אבער ער האט נישט געפאלגט און טאקע חרטה געהאט,
נ. ב. אויב דארפסטו זיין נאמבער צו קענען קאנפערמען די פאקטן בעהט אין אישי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
לאמיתו של דבר איז נישט אינטערסאנט דא אריינצוגיין אין פרטים ווייל דאס איז א מים שאין להם סוף, וואספארא ראיות מען וועט נאר ברענגען זענען זיי מלומד צו פארטושן די מוחות מיט אויסגעזויגענע בלבלים און פרעכע שקרים.
איך וויל נאר וויסן איין זאך, פארוואס האט מען קיינמאל נישט געהערט ביז די די לעצטיגע פרשה אז האדמו"ר מניקלשבורג האט געהאט א געלט סכסוך מיט סיי וועם? אלטס איינער וואס האט דורכגעדרייט אסאך געלט וואלט זיך כאטש ערגעץ ווי געדארפט אנשטאלפערן מיט געלט סכסוכים, דין תורות וכדו'
נאר וואס דען? ער איז אן איש ישר, ווער עס קען אים נאר פערזענדליך וועט מעיד זיין אז יענעמ'ס געלט איז ביי אים אסור בתכלות האיסור און טאקע דערפאר פלעגן מענטשן האלטן געלט ביי אים וויסענדיג אז דאס וועט ער נישט צורירן, נאך מער ער נעמט נישט קיין שטאטישע הילף האלטענדיג אז דאס איז נישט 100% אויסגעהאלטן, איך וועל נישט מאריך זיין אין דעם ווייל די וואס ווילן אים אראפרייסן וועלן טרעפן פון אינטער די ערד מעשיות מיט שקרים מיך אפציווענדן, אבער דאס שרייב איך פאר ווער עס וויל וויסן די אמת, זאל זיך אליינס גיין נאכפרעגן פון דיע וואס פלעגן האבן א שייכות מיט אים אין געלט ענינים.
משא"כ די פריערדיגע הנהלה, איז ארויסגעגבען גאווארן אנקעגן זיי א פאבליק רעקארד - און דאס איז עוועלעבל לכל מאן דבעי לראות - אז זיי זענען גנבים פון ערשטע קלאס און אז זיי האבן געגנב'ט פון א קהלה קדושה געלט וואס איז נישט זייערס, און דאס האבן זיי גאר אליינס מודה געווען פאר א לויער וואס אלעס איז רעקאדירט געווארן און אויפגעוויזן גאווארן אין געריכט, נו מער פעלט נישט אויס צו זאגן, עס רעדט זיך פון זיך אליינס...
רבי מיכל זאגט אז ער איז זיכער אז רבי בעריש האט נאר געמיינט לשם שמים, ער איז געוועהן א מוראדיגער בעל חסד וירא שמים, און ער האט זיכער געמיינט לשם שמים, נאר סוף כל סוף האט ער וויי געטוהן פאר יודן,
ער בעהט אויך זיינע חסידים וואס האבן געליטען אז מזאל אים מוחל זיין, ער האט מסביר געווען באריכות אס פון נישט מוחל זיין פארדינט מען גארנישט.
ער אליין האט אויך געבעטן מחילה פון זיין עולם זאגענדיג אז סוף כל סוף די אלע וואס האבן געליטן האבן נאר געליטן וועגן אים.