איך אויך האט געשריבן: ביזט כשר גערעכט ביי אינז ערליכע יודען איז שווער צו טרעפן א כשר דאלער פריי פון חשש גזל.
דערמאנסט מיך, איך האב געזעין א קליף פון בערני מעדיף ווי ער רעדט אז די אלע וואס זענען נישט געווארען אויפגעצויגען אויף אזא היי לעויל וי אים למשל זאגט ער דארט די חסידים (ווי באקאנט האט ער ב"ה נישט געוואלט נענען געלט פון די חסידים) זענען אזלכע גנבים..... א גאנצע דרשה ווי גרויסע גנבים די חסידים זענען, היינט וויסען אינז אלע ווער איז די גרויסע גנב, סך הכול יעדער גנבט נאר די חילוק איז אז ביי אונז רעדט מען פון קליינע געלטער און ביי זיי איז עס שווערע מיליאנען.... איך האב נישט קיין טענות צו זיי זיי זענען בסך הכול מענטשען וואס האבען א יצר הרע פונקט ווי אונז....