"געדאנקן" אין ליכט פון שלום דינ'ס נייער בוך

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

"געדאנקן" אין ליכט פון שלום דינ'ס נייער בוך

שליחה דורך מאטי »

קוקענדיג אויפן קליפ ווי שלום דין פארציילט זיין לעבנס געשיכטע ווי ער זאגט צווישן אנדערע, אז ער האט באמת נישט געוואוסט וואס ער גייט אלס אדורכגיין בעת ער האט פארלאזט זיין אלטן וועג, און ווי ער רעדט זיך אפ אז זיינע אייגענע אינגלעך, -- וועמען ער קען אפילו נישט באזוכן -- רעדן/ליינען נישט קיין ענגליש, און באקומען נישט קיין שום סעקולארע עדיוקאציאן איז מיר בייגעפאלן די פאלגענדע געדאנקן.

זיין איבערלעבעניש איז א קווינט-עסאנטואלע דוגמה פון א אלטרא-רעליגיעז-חסידישע לעבנס שטייגער, ווי ער לייגט אזוי לעבהאפטיג אראפ אייניגע שטריכן פון זיין בוך ווי אזוי זיין שידוך איז צושטאנד געקומען. איך וואלט געזאגט אז די מאיאריטעט פון די טראגי-קאמישע עפיזאדן וואס ער דערציילט ביי זיין צערעמאניע (וואס איך בין משער זענען די הויעך-פונקטן פון זיין בוך, וואס כ'האב נאכנישט געליינט) זענען נישט פארהאן ביי א מערהייט פרומע אידן, און אפילו חרדי'שע אידן.

וויל איך פארשטיין, צו איז אפשר נישט דער עקסטרעם-פאנאטישע סביבה וואס לאזט נישט צו קיין שום אלטרנטיבה, גאר דער גורם דאס גענצליך פארלאזן דעם וועג, ווייל אויב נישט וועגן רוחניות'דיגע סיבות איז דאך פארהאן גשמיות'דיגע סיבות וואס וואלטן געפאדערט נישט אפצוהאקן מיט די קינדער משפחה חברים וכדומה, וואס נאר אויב מ'איז סטאק אין אזא אומאויסהאלטענדע סביבה וואס שיכון סקווירא שטעלט מיט זיך פאר, ווערט דאס שכל'דיג צו פארלאזן דעם וועג, אפילו מ'לאזט איבער באליבטע, והא ראיה, דאס זענען טאקע די עיקר טענות וואס שלום ברענגט ארויף, לכאורה ווי א באלאנס, ווען ער רעדט פון זיינע קינדער וואס ער האט פארלוירן. און ס'לאזט זיך טראכטן; וואלט דען נישט א מער מאדערן-געשטימטע געזעלשאפט וועלכע לאזט אירע מעמבערס טון "כמעט" אלעס וואס די סעקולארע וועלט שטעלט מיט זיך פאר יא געווען א שעלטער פאר אזא איינער וואס האט פארלוירן קאנפעדענס אין זיין געזעלשאפט, וואוסענדיג אז, ווי נישט ווי, איז נאך דא א צוקונפט פאר אים און זיין משפחה צו כמעט אלעס וואס זיין נפש שטרעבט פאר.

און יעצט צו שלום'ן דירעקט; אייערע קינדער אויף וועמען איר האט קיין שום שליטה איבער זייער צוקונפט זענען געבליבן, זיכער צו אייער גרויס ווייטאג, סאציאלע איגנארעמעסעס מיט די שווארצטע פארבן וואס שיכון סקווירא שטעלט מיט זיך פאר. וואלט איר נישט גע'עצה'ט פאר עימיצן וואס גייט אדורך אן ענדליכן מצב ווי אייערס, צו פרובירן אויב מעגליך מפשר זיין ערגעץ אינדערמיט און אזוי כאטשיג אפראטעווען די קינדער פון ניינציג פראצענט איבלען, הגם מ'גלייבט נישט אין די איבריגע צען?

באמת איז שווער צו זאגן לאחר המעשה אז מ'האט געדארפט טון אזוי אדער אזי, יעדער עפיזאד האט זיך אירע אייגענע דינאמיקס וואס איז נישט דומה צו א צווייטע, אמאל וויל דער צד שכנגד נישט נאכלאזן א משהו, ס'ווערט אריינגעצויגן אין נצחון.

אבער מיינע געדאנקן זענען, מיינעך, ווערד אן אויסליפטערונג אין ליכט וואס כמעט א יעדער אין די "או טי די געמיינדע" איז טיילווייז אדער גענצליך אפגעריסן פון זיינע טייערסטע און באליבסטע, וואס מוז שכל'דיג זיין א פאקטאר ווען מ'באשליסט אז מ'פארלאזט יא דעם וועג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ברענגסט ארויף א גוטע און ברייטע נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דו פרעגסט עס נאר מצדו, אבער דער זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן מצדה אויך, און ביידע דארפן א צופרידנשטעלענדע ענטפער. וואלט זיך נישט געלוינט פאר די קינדער ווען די מאמע איז מפשר און מופט צו א מאדערן-ארטעדאקסישע קאמיוניטי?

אגב, איך האלט אז עס קומט אונז אויך א געהעריגע בוק לאונטש איווענט, שלום זאל קומען איבערשמועסן מיט אונז זיין בוך. מיר האבן געצאלט דערפאר דער זעלבע ווי אלע.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

הוגה האט געשריבן:ברענגסט ארויף א גוטע און ברייטע נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דו פרעגסט עס נאר מצדו, אבער דער זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן מצדה אויך, און ביידע דארפן א צופרידנשטעלענדע ענטפער. וואלט זיך נישט געלוינט פאר די קינדער ווען די מאמע איז מפשר און מופט צו א מאדערן-ארטעדאקסישע קאמיוניטי?

אגב, איך האלט אז עס קומט אונז אויך א געהעריגע בוק לאונטש איווענט, שלום זאל קומען איבערשמועסן מיט אונז זיין בוך. מיר האבן געצאלט דערפאר דער זעלבע ווי אלע.


.

ניין, די קשיא איז נישט אויף איר ווייל זי ווערט נישט געפירט דורך אייגענע נאר דורך מכלומפרש'טע רעליגיע איז אויף רעליגיע קען מען נישט מפשר זיין משא"כ שלום
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הוגה האט געשריבן:ברענגסט ארויף א גוטע און ברייטע נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דו פרעגסט עס נאר מצדו, אבער דער זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן מצדה אויך, און ביידע דארפן א צופרידנשטעלענדע ענטפער. וואלט זיך נישט געלוינט פאר די קינדער ווען די מאמע איז מפשר און מופט צו א מאדערן-ארטעדאקסישע קאמיוניטי?

אגב, איך האלט אז עס קומט אונז אויך א געהעריגע בוק לאונטש איווענט, שלום זאל קומען איבערשמועסן מיט אונז זיין בוך. מיר האבן געצאלט דערפאר דער זעלבע ווי אלע.


.

כ'פארשטיי גענצליך נישט דיין טענה.
זי האט נישט פארוואס מפשר צו זיין. סיי ווייל די קינדער זענען ביי איר, און סיי ווייל די קינדער ווערן ערצויגן כאוות נפשה [ונפש השיכון וכו'...].
ער איז דער וואס דארף מפשר זיין, מאותם הטעמים. ווייל יעצט ווען זיי זענען נישט צוזאמען: סיי די קינדער זענען ביי איר, און סיי די קינדער ווערן ערצויגן כאוות נפשה [ונפש השיכון וכו'...].

שוין אפגערעדט פון חסיד'ס פשוטע נקודה.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'איז פאר קיינעם נישט גוט אז מ'שנייד ארויס דעם טאטן פון די קינדער'ס לעבן. זאגן אז זי דארף נישט מפשר זיין ווייל די קינדער זענען סיי ווי ביי איר, איז, מיטן גרעסטן מאס רעספעקט, א סעלפיש עגאיסטישע סטעיטמענט. מ'דארף מקריב זיין קינדער פון קענען זען א טאטן אויפן מזבח פון סקווירא חינוך, בעת מ'קען אויסארבייטן א מהלך אז זיי זאלן בלייבן שומת"צ און ביידע עלטערן וועלן זיין צופרידן? שומו שמים...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: "געדאנקן" אין ליכט פון שלום דינ'ס נייער בוך

שליחה דורך נופת צופים »

מאטי האט געשריבן:ס'איז פאר קיינעם נישט גוט אז מ'שנייד ארויס דעם טאטן פון די קינדער'ס לעבן. זאגן אז זי דארף נישט מפשר זיין ווייל די קינדער זענען סיי ווי ביי איר, איז, מיטן גרעסטן מאס רעספעקט, א סעלפיש עגאיסטישע סטעיטמענט. מ'דארף מקריב זיין קינדער פון קענען זען א טאטן אויפן מזבח פון סקווירא חינוך, בעת מ'קען אויסארבייטן א מהלך אז זיי זאלן בלייבן שומת"צ און ביידע עלטערן וועלן זיין צופרידן? שומו שמים...

עי' תגובת חסיד ופשוט היא, ואין להרהר אחרי' כלל וכלל.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אינטרעסאנט, ביים ארויס געבן די בוך האט [tag]שלום דין[/tag] גענטפערט יעדער זייערע שאלות מיט א פריינטשאפט זיך אפי געבעטן מ׳זאל לאזן ענטפערן נאך איינער אין נאך איינער, אבער דא איז ער נעלם ער ענטפערט נישט - זאגט נישט - שרייבט נישט.
קען זיין פשוט ווייל ער האט נאכנישט געכאפט די breath, ער וואשט נאך אויס זיין טריקען מויל פונעם מעמד
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

chusid האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ברענגסט ארויף א גוטע און ברייטע נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דו פרעגסט עס נאר מצדו, אבער דער זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן מצדה אויך, און ביידע דארפן א צופרידנשטעלענדע ענטפער. וואלט זיך נישט געלוינט פאר די קינדער ווען די מאמע איז מפשר און מופט צו א מאדערן-ארטעדאקסישע קאמיוניטי?

ניין, די קשיא איז נישט אויף איר ווייל זי ווערט נישט געפירט דורך אייגענע נאר דורך מכלומפרש'טע רעליגיע איז אויף רעליגיע קען מען נישט מפשר זיין משא"כ שלום


די קשיא איז נישט נאר אויף די מאמע, די קשיא איז אויף די רעליגיע טאקע. וואלט נישט געווען מער שכל'דיג אז מען איז זיך מפשר אינדערמיט ווי איידער גיין עקסטרעם צו איין צד?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאטי האט געשריבן:ס'איז פאר קיינעם נישט גוט אז מ'שנייד ארויס דעם טאטן פון די קינדער'ס לעבן. זאגן אז זי דארף נישט מפשר זיין ווייל די קינדער זענען סיי ווי ביי איר, איז, מיטן גרעסטן מאס רעספעקט, א סעלפיש עגאיסטישע סטעיטמענט. מ'דארף מקריב זיין קינדער פון קענען זען א טאטן אויפן מזבח פון סקווירא חינוך, בעת מ'קען אויסארבייטן א מהלך אז זיי זאלן בלייבן שומת"צ און ביידע עלטערן וועלן זיין צופרידן? שומו שמים...

בפועל ביסטו אפשר גערעכט, אבער פון איר שטאנדפונקט קען זי נישט, מפשר זיין. הלכה'דיג.
דו קריכסט אריין אין א זייטיגע נקודה, פון 'וואס וואלט דאס קינד באמת געוואלט'. דארט האסטו רעכט.

אבער די נקודת הבוך, וואס שלום באוויינט איז, אז די קינדער זעען אויס אזוי אנדערש ווי ער האט געוואלט, און אז ער האט כמעט נישט קיין השפעה אויף זיי. איבער די וויי געשריי פון אים, איז דער תשובה דיינע ערשטע ווערטער. 'נעקסטיים' זאל ער פרובירן מפשר צו זיין. וועט ער זיך נישט דארפן שיידן פלוס צוזען מיט ווייטאג ווי אנדערש זיינע קינדער ווערן ערצויגן פון זיינע חלומות.

משא"כ זי, געב מיר איין סיבה פארוואס זי זאל טוישן איר לעבנסגאנג מיט א האר, אויב די קינדער בלייבן סייווי מיט איר, און מיט איר השקפה?! און נאכאמאל, דאס איז בעפאר די טענה אז ס'איז פשוט גוט פאר קינדער צו האבן א טאטן מיט א מאמען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

1. קודם כל ליין איבער די גאנצער ביכל. עכ"פ לויט ווי ער דערציילט, איז די ווייב און קינדער מיטגעגאנגען מיט עם בדרך פשרה אנושית זייער א לאנגע וועג, סיי נאך זייענדיג חתונה געהאט און סיי נאך דער גט, ביז געוויסע וואס פארשטיין בעסער האבן זיך אריינגעמישט און אריינגעלייגט כוחות אפצוהאקען. דאס ווייזט אז טאקע מיט מענטשען אפילו טיפישע חרדישע חסידישע פרומע קען מען האנדלן על פי רוב נארמאל טאקע בדרך פשרה, נאר ווען געוויסע עסקנים צו רע-בנים וואס האבען נישט קיין מענטשליכע געפיל מישען זיך אריין דאן איז ביטער. די זעלבע דינאמיק זעהט מיר אויס ביי אנדערע פעלער וואס איך האב געזעהן. כל זמן מען האנדלט מיט די מענטש אליינס נארמאל גלייך און אפן איז בסדר. ברגע וואס גאנצע דרויסענדיגע מענטשען מיט זייערע אינטערעסן באקומען שליטה איז ביטער.

2. שלום אליינס זאגט דאס וואס איר ווילט ער זאל זאגן, אוודאי יעדער נארמאלער מענטש מאכט די חשבון אז עס לוינט נישט אזוי אפהאקן פון קינדער און עס לוינט צו צאלן אסאך פאר דעם. פארשטייט זיך די טענה איז נישט אויף עם נאר אויף דער וואס האט מחליט געווען זיך פירען מיט אזוינע רשעות, וואס ער וואלט זיך נישט פארגעשטעלט עס איז אזוי ווען ער האט געמאכט דער שריט. איך מיין אז עס איז נארמאל זיך נישט פארשטעלן אז עס וועט זיין אזעלכע רשעות און אין אסאך פעלער איז אוודאי קומט מען זיך טאקע דורך מער שכל'דיג.

3. די טענה פון קינדער בלה בלה שרייט מען דאך ביי יעדער גט, אפגעזעהן צו עס האט מיט רעליגיע אדער נישט. איך האב שוין געזעהן גיטין ווי ביידע צדדים זענען וואוילע פארפרומטע אידען ווי אן קיין ספעציעלע גוטע סיבה האקט זיך אפ כמעט די גאנצע קשר פון קינדער און עלטערן. איך האב אויך געזעהן פעלער ווי מען האט נישט געלאזט א טאטע קומען צו זיין טאכטער'ס חתונה. אדער אמאל ווי מען האט עם געלאזט ברחמים פאר א שעה קומען ווי עפעס א פרעמדער גאסט. דאס האט גארנישט מיט דער אט"ד שמועס דאס האט אבער מיט די זעלבע דינאמיק פון צענדליגע מישערס און טוערס וואס דארפן זיך אריינמישען אין יעדער משפחה דיקטירען ווי זיי פארשטיין אן קיין טראפ מענטשליכע געפיל. די זעלבע זאך געשעהט ביי אט"ד ווי ביי נישט אט"ד.

4. סקווער איז טאקע עקסטערם אבער די מעשה וואס ער דערציילט געשעהט נישט פונקט אזוי אין אלע חסידישע קרייזן? אויף וויפיל איך ווייס יא. ביי ליטווישע איז טאקע אנדערש.

5. די טענות פון רעליגיע מיט הלכה זענען דאך שטותים. וועלכע הלכה שטייט אז מען טאר נישט וואוינען אין מאנסי? אדער אפילו אז מען טאר נישט ליינען א גוייש ביכל? אדער לערנען ענגליש? עס פארשטייט יעדער אז די נושא דא האט גארנישט מיט הלכה אדער רעליגיע, אפשר מיט די סקווערע רעליגיע.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אדנירם האט געשריבן:געב מיר איין סיבה פארוואס זי זאל טוישן איר לעבנסגאנג מיט א האר, אויב די קינדער בלייבן סייווי מיט איר, און מיט איר השקפה?!


איין סיבה? צו טון וואס איז ריכטיג און מענטשליך און שכל'דיג אויך.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

מ'זאל מיר מוחל זיין, איך בין שטארק פארנומען די טעג, אבער עטליכע הערות זענען כדאי איבערצוגעבען, אז מ'רעדט שוין.

1. ערשטנס, לייען דעם בוך מתחילה ועד סוף פאר איר פרעגט. פון עטליכע פראגן/קאמענטארן דא קוקט אויס אז מ'פרעגט נאר נאכ'ן וואטשן די קליפ, וכדו', אבער דאס איז נישט דעם גאנצן סיפור.

2. אויב זענען דא כאטש צען מענטשן וואס ווילן מאכן אן IAMA-סטיל שאלות ותשובות, בין איך גרייט צו באשטימען א צייט.

3. זייער וויכטיג: איבער דעם ענין פון פשרות. איך בין א חסיד פון פשרות--סתם אזוי אין לעבן, אבער ספעציעל ווען מ'רעדט פון די אינטערעסן פון קינדער. ווען איך בין דורכגעגאנגען מיין דורכגאנג זענען פשרות געווען אויפ'ן טאפ פון די ליסט. איך בין גרייט געווען אויף כמעט אלעם צו חתמ'ען. איך האב געזוכט מיט ליכט א רב וואס זאל מיר העלפן מתווך זיין אבער דאס רוב האבן מיר געזאגט אז זיי קענען נישט, ווילן זיך נישט מישן, האבן נישט קיין צייט, פארשטייען נישט גוט די נושא, וכו', וכו'. (נישט קיין סקווערער -- נאר פון די גאר אויפגעקלערטע קרייזן סאטמאר, וויזניץ, סתם עמך רבנים, און אפילו עטליכע ליטווישע) די באטאם ליין איז געווען ווי איין מאנסי'ער אדם חשוב האט מיר געזאגט, א סאטמארער איד: "האלטסו דען נישט אז ס'איז בעסער פאר דיינע קינדער זיי זאלן נישט האבן מער מיט דיר קיין שייכות?"

סוכ"ס האט מיר איין רב געזאגט: יא--איך טו עס. הרב יעקב הורווויץ. א איד א שותו"מ וואס פארשטייט גוט צו חינוך און גייט נאך שטריימל-בעקישע אויך. איך בין גרייט געווען אנצונעמען **אלעס** וואס ער וואלט מיר געהייסן טון, ווילאנג עס האט מיט די קינדער א שייכות. איך האב אים גע'טראסט' ווייל איך האב געהאלטן ער האט א שכל הישר אויף די זאכן. צום סוף האט די אנדערע צד נישט מסכים געווען צו גיין צו אים--אן געבן א סיבה. סתם "ניין."

ווילט איר א בלעטל פון יענעם תקופה, קענט איר אויפמישט אויף הורווויץ'ס בלאג פון תשס"ט, ווי ער לייגט אראפ אז אן או.טי.די. האט אים געבעטן מתווך זיין בנוגע די קינדער, און ער פילט ער דארף האבן חכמת שלמה אויף דעם, אבער ער איז גרייט זיך עס אונטערצונעמען.

http://www.rabbihorowitz.com/PYes/Artic ... oup_ID=262

(זיין סייט זעט אויס איז 'דאון' אויף די מינוט, אבער איר קענט זען זיינע טוויטס פון עטליכע טעג צוריק.
https://twitter.com/yakovhorowitz/statu ... 6600866817
https://twitter.com/yakovhorowitz/statu ... 2122444800

פון מיין זייט האב איך אים איבערגעגעבן א שטיקל איבערבליק פון מיין מהלך, וואס איך האב דעמאלס אויך געשריבן אלץ א קאמענט אויף זיין בלאג. זעה דאס אונטערשטע. למעשה האט די אנדערע צד נישט מסכים געווען. און אויב נישט-סקווערער ווילן זיך קלאפן אין פלייצע און זאגן אז נאר אין סקווירא געשעהט אזאנס, זאג איך אייך איר זענט פשוט נישט באקאנט מיט די פאקטן, ווייל איך קען או.טי.די.'ס איינס נאכן צווייטן פון אלע חרדי'שע קרייזן וואס האבן אזאנס מיטגעמאכט. מיין קעיס איז ווי מ'זאגט 'היי פראפייל', אבער איך בין נישט דער איינציגסטע.

די פאלגנדע האב איך איבערגעגעבן פאר הורווויץ ווען איך האב מיט אים דורכגעשמועסט מיין פערזענליכע שיטה און צוגאנג אויף די נושא.

a) Kashrus. My children were born and raised in the ultra-Chasidish community. The standard of kashrus with which they were raised was very high. Pursuant to that, I have always been committed not only to fully observe all laws of kashrus within my home (as regards meat and milk dishes and utensils, only kosher products for non-disposable kitchenware, etc.) – whether my children are present or not – but also to observe it at the level that is expected of them in their community. While I’m fully aware of legitimate leniencies, such as OU-D, 3 hours after meat, etc., I have always maintained that I have no interest in cutting corners anywhere my children are concerned. My belief is that my children are best served with a single religious hashkafah, and I have no intention of interfering or compromising the coherence and purity of their religious worldview.

b) Davening; brachos; kriyas shma; etc. I have made clear to all parties that when my children are with me I adhere to all religious observances to which they are accustomed, and have acted in this manner without compromise. That includes taking them to shul on shabbos and overseeing their davening (which I do alongside them, of course), preparing shabbos seudos, singing zemiros, making sure they wash for bread, say brachos, bentch, say kriyas shma before bedtime, etc.

c) Movies, sporting events, exposure to popular culture: While my ex-spouse and I had allowed our children to watch carefully selected movies in the past, she has grown more sensitive to the issue since we split, and as a result forbids them to play computer games, watch movies, and even view Judaica-themed audio/visual presentations commonly sold in Judaica stores. In response, I made it clear to my children that their mother sets the tone for their level of religious observance, and we will therefore abide by her rules.

d) Personal appearance. While I am sensitive to the fact that children may be embarrassed with a parent’s outwardly non-conformist appearance, I don’t believe a parent should allow their children’s preferences to dictate their personal choices as long as those choices are not in conflict with halacha. Having said that, I have always maintained utmost sensitivity to the children’s potential embarrassment, and refrain from appearing at their place of residence in, say, jeans and a t-shirt.
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: "געדאנקן" אין ליכט פון שלום דינ'ס נייער בוך

שליחה דורך נופת צופים »

א לייק פאר'ן זיך אנרופען. יעצט לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שלום דין האט געשריבן:ווילט איר א בלעטל פון יענעם תקופה, קענט איר אויפמישט אויף הורווויץ'ס בלאג פון תשס"ט, ווי ער לייגט אראפ אז אן או.טי.די. האט אים געבעטן מתווך זיין בנוגע די קינדער, און ער פילט ער דארף האבן חכמת שלמה אויף דעם, אבער ער איז גרייט זיך עס אונטערצונעמען.

http://www.rabbihorowitz.com/PYes/Artic ... oup_ID=262

(זיין סייט זעט אויס איז 'דאון' אויף די מינוט, אבער איר קענט זען זיינע טוויטס פון עטליכע טעג צוריק.

נאט איין גוגל'ס קעשש'ד פעידזש. שלומ'ס קאממענטאר איז #25, האראוויץ'נס ענטפער איז #30.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זייער אינטערעסאנטע קאמענטס דארט, און איך מוז זאגן, איך האב ריספעקטירט דר. בנציון טווערסקי אסאך מער באפארן ליינען זיינע שמאלקעפיגע קאמענטס דארט.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שלום, זייער אן אינטערעסאנטער בוך. איך גיי נישט יעצט אריין אין די דעבאטע וועגן קינדער וכו', נאר אזוי לייענענדיג דעם בוך טראכט איך צו מיר: טאקע זייער שיין, גוט און אמת'דיג געשריבן אבער פארט שפירט עס נישט ווי א געוועזענער-חסיד האט דאס געשריבן.

א צייט צוריק, ביים ערשיינונג פון זשאסעף בערגער'ס בוך, האט מען דא געשמועסט וועגן דעם און דער עולם האט זיך אונטערגעהאלטן ווי אפילו אזא איינער וואס האלט זיך ווי א גאנצער מבין אויף די חרדי'שע קולטור, מאכט אזעלכע נארישע קולטורע-גריייזן ביים דעפענירן אונזער געזעלשאפט. דו, פארשטייט זיך, ביסט אנדערש. הגם דו טענה'סט כל באיה לא ישובון ביסטו דאך נאך אלס איינער פון אונזערע... איז טאקע דערפאר גאר אינטערעסאנט צו לייענען דיין מאמאור. און ס'דיר, כמובן, נישט שייך צו פארגלייכן צו בערגער.

דעט סעיד, אזוי לייענענדיג דעם בוך טראכט איך ביי מיר, "רעדט ער טאקע וועגן מיר דא, לייגט איינער דא אראפ מיך, חסיד'ישער- דרעלער, וויאמסבורגער יונגערמאן, אדער א גאנץ אנדערע ווילד-פרעמדע געזעלשאפט"? און נישט וויבאלד איך בין נישט קיין סקווערער, אדער מיינע בישאוס האבן גענומען מער ווי "זיבן מינוט" (נישט אז ס'איז צו פיל בעסער) ווייל איך גלייב אז אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת ויציב און ס'מאכט גראדע סענס.

אבער די וועג וויאזוי דו לייגסט אראפ, למשל, ווי אזוי חסידים מאכן ברכות "king of kings, command your ministering angles to to command me with mercy" וכן הלאה, כ'ווייס נישט ווי נאנט דאס איז צו אונזער געזעלשאפט. מחמת איזה סיבה קלינגט עס מער ווי א קאטוילישער תפילה. פארוואס קענסטו נישט שרייבן מער ווי א חסיד'שער דרעלער, מער היימיש און יאכניש וואס זאל אונז אפשפיגלען כמו שהוא?

כ'ווייס נישט צי כ'בין גערעכט, איך רעד מסתם שטויות, אבער יו געט דע פוינט.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אלס פותח האשכול וויל איך קלאר מאכן מיין פראגע, וואס איך האב מיר לכאורה נישט גענוג קלאר אויסגעדריקט ביים ערשטן מאהל, מיט די פאלגענדע אילוסטראציע.

חיים, א טיפישער היימישער חסדי'שער אינגערמאן, וואוינט אין מאנסי, שיקט זיינע קינדער אין סאטמאר, זיין ווייב; אן עווערעדש היימישע ווייבל, נישט עפעס מורא'דיג פארפרומט, פירן צוזאמען א געווענדליכע חסידיש לעבן.

ביז... ס'האט זיך געמאכט אז חיים דינן האט זיך אנגעשטויסן אין א געוויסע "פ.ב. דף" וואו מ'שמועסט דורך האקעלע עניינים צו וועלכע ער איז ביז דאן נישט געווען אויסגעשטעלט צו הערן.

דאס צו מאכן בקיצור, ער'ט זיך געטראפן א האלבע יאר שפעטער געפאנגען אין זיין אייגן נפש, ממש אלעס וואס ער האט אנגענומען אלס א given רעדט מער נישט צו אים. אין זיינע אויגן, פארשווענדן זיינע קינדער זייער יוגנט מיט ענינים וואס ברענגט נישט צו גארנישט.. א גענצליכער אומגלויביגער, אדער ווי שלום זאגט; אן אגנאסטיק וואס ליענט צו די נישט גלויביגע זייט.

יעצט האט ער צוויי אפציעס - און מיינע אויגן - נאך איידער ער גייט פובליק און אלע גוט-הארציגע כלל טוערס מישן זיך אריין, און מ'דארף זיך ענדליך גט'ן, און באשטימען וויזיטינג רייטס.

אדער ארויסקומען אפן וואס ער האלט באמת, און דאן אנהייבן א וועלט מלחמה וואס, גערעכט צו נישט גערעכט, ענדיגט זיך בדרך הטבע מיט ידו על התחתונה פון דעם נישט-גלויביגער, מילד גערעדט, ווי דאס מציאות ווייזט.

אדער, -- און דא קום איך צו צום עיקר פון מיין ארגומענט -- אנהייבן פרעדיגן אינדערהיים אלס אן אנהייב, א פאזיטיווער סארט אידישקייט, אזא וועלכע קינדער מעגן זיך אביסעלע אויסגעבן, און אפילו עלטערע אויך, און אזוי צוביסלעך עוואלוון בלויז צום גרעניץ ווי בערך 90 פראצענט פון די זאכן וואס די פריערדיגע אידישקייט לאזט נישט אנקומען ווערט א חלק פון דעם מציאות.

מיין משל הערט זיך מער ווי מוציא מיט האניג, איך פארשטיי אז למעשה איז דאס אסאך שווערער געטון ווי געזאגט. אבער דער עיקר פאינט מיינע איז; זאג נישט אז דו ביסט פריי, זאג אז דו האסט ליב אידישקייט, אבער אן אנדערע מין אידישקייט. דו מיינסט אלעס לשם שמים, דו האלטסט באמת אז די שיטה איז רצון השם.

וואס מ'טוט אויף דערמיט, מ'באקומט די סימפאטיע פון די מער ליבעראלע וועלכע וואלטן נישט געקענט זיין אויף דיין זייט אלס א גענצליכער אט"ד, אבער א מאדיפיצירטע ארטאדאקסישע אידישקייט איז פאר זיי נישט אומדערהערבאר.

כ'האב באמת נישט קיין עקספיריענס אין דעם, איך בין אבער נייגעריג צו הערן פון די וואס זענען דורכגעגאנגן דעם וועג צו ס'איז אן אויסגעהאלטענער מהלך וואס קען ארבייטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

אפטעמיסט: יא, איי געט דע פאונט, פארשטייט זיך. ס'נעמט אוועק פון די היימישקייט. אבער כ'האב געדארפט טרעפן א וועג מממש צו זיין דעם לעבנסשטייגער פאר די וואס ווייסן גארנישט דערפון, דער גוי אין קענטאקי צו איידעהאו.

נאך אזא משל איז ווי איך רוף א ראש חודש סעודה א "New Moon Feast". ס'נישט קיין פונקטליכע אפטייטש, און עס הערט זיך מאדנע צווישן אונז, אבער א גרויס חלק פון דעם בוך איז געווען נישט סתם אויף גוט צו שרייבן, נאר *איבערזעצן* א פרעמדן קולטור. ס'נישט געווען קיין פשוט'ע אונטערנעמונג, און אויף געוויסע פרטים צווייפל איך נאך צו כ'האב געקליבן דאס בעסטע אויסדריק. נו, מ'קען דאך נישט צופרידנשטעלן יעדן 100% סייווי. (און די גוים אויף עמעזאן באקלאגן זיך אפילו אזוי אז עס האט צופיל יידיש/לשו"ק. נו. אז קיינער איז נישט טאטאל צופרידן, מסתם האב איך עפעס א מיטל-וועג יא אנגעטראפן.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום דין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

איך דארף אבער צולייגן, אויב האט מען נישט אויפגעכאפט....

דעם King of kings תפילה איז דאך 'אנא מלך מלכי המלכים, צוה למלאכיך מלאכי השרת... שיפקדוני ברחמים ויברכוני בבואם לביתי... וכו'.'

גארנישט קאטויליש.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה האט געשריבן:ברענגסט ארויף א גוטע און ברייטע נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דו פרעגסט עס נאר מצדו, אבער דער זעלבע שאלה קען געפרעגט ווערן מצדה אויך, און ביידע דארפן א צופרידנשטעלענדע ענטפער. וואלט זיך נישט געלוינט פאר די קינדער ווען די מאמע איז מפשר און מופט צו א מאדערן-ארטעדאקסישע קאמיוניטי?

אגב, איך האלט אז עס קומט אונז אויך א געהעריגע בוק לאונטש איווענט, שלום זאל קומען איבערשמועסן מיט אונז זיין בוך. מיר האבן געצאלט דערפאר דער זעלבע ווי אלע.


.

אבער פאר אונז פארציילט ער נישט קיין חידושים. אז שיכון סקווער איז צוריקגעשטאנען אין אלע בחינות, דאס דארף מען נישט הערן פון שלום דיען אין א בוך. א יעדער נארמאלער מענטש ווייסט דאס. נאר אזוי קען די רבי אנגיין מיט די הנהגה. אפשר ביים נעקסטן מנהיג וועלן שוין בעל כרחך אריינקומען פאזיטיווע טוישונגען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי: דיין אנאליז איז זייער נאנט צום פינטל. און דיינע עצות זענען בדרך כלל פאלגבאר. אבער דו דארפסט געדענקען אז אין סקווירא, וואו שלום דיען האט זיך דאמאלס געפונען, איז אלעס הערמעטיש פארמאכט. און אויף אלץ און אלעמען איז דא 150% קאנטראל. און קיין מיטלוועג איז דארט נישט פאראן. וויבאלד איינער גייט נישט אינגאנצן אין שפאן. אדער פאר די שטעטל'שע כלבים און ליידיגייערס דאכט זיך אז דער יונגערמאן איז עפעס א ביסל אנדערש ווי די דארטיגע נארמע, ווארפט מען שוין א פארדעכטיג אויג אויף איהם און זיין גאנצע הנהגה.
די איבריגע זאכן פאלגן שוין נאך. דו זאלסט נישט מיינען אז איך רעד סתם אין די וועלט אריין. איך ווייס פון איין ספעציפישן פאל וואו א יונגערמאן וואס איז געבוירן און אויפגעוואקסן, אין שטעטל, האט זיך פארגלוסט צו גיין אמאל אויף א שבת אדער יו"ט צו א צווייטן רעבי'ן. וויבאלד דעם ארטיגן רבינ'ס כלבים האבן דאס דערשמעקט האטציך אנגעהויבן א קייט פון רדיפות און השפלות. ממש אן איבערשפיעל פון ראטנבערג. נאר ביי איהם איז עס ב"ה נאכנישט געקומען צו שריפת נפשות, ח"ו. ער האט זיך ב"ה באצייטנס ארויסגעראטעוועט פון דארט מיט נסים...!
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך אפשר »

לגבי מאטי'ס שאלה וועגן אנעמען א מיטל וועג וואס ערלויבט מער, האט דאס שלום שוין אדרעסירט א קנאפע צוויי יאר צוריק אין אן ארטיקל אינעם פארווערטס. שלום לייגט דארט אראפ ווי א סאטמארער יונגערמאן האט אים געפרעגט, אז אויב איז סקווער אזוי צוקוועטשט דאן פארוואס האסטו געדארפט ווערן פריי? קענסט דאך קומען צו אונז. און די זעלבע קשיא פרעגט אים די מאדערן ארטאדאקס איד, פארוואס ביזטו נישט געווארן מאדערן ארטאדאקס, וכן דער קאנסערוועטיוו און דער רעפארמער.

לויט ווי שלום לייגט אראפ איז די תירוץ אז איינמאל מ'האט אן אמונה קריזיס איז די גאנצע קשיא נישט שייך, עס אינטערסירט שוין נישט קיין איינס פון די אלע מהלכים וכו' עיין שם ותמצא נחת.
זייער אינטערסאנט אדורך צו ליינען, אבער מען דארף נאך אלץ נעמען אין באטראכט אז אפשר לוינט זיך דאך צו טוהן דער מהלך, ווייל אינגאנצן אוועקגיין קאסט דאך אזויפיהל.
עכ"פ חומר למחשבה
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאטי'ס שאלה איז די נישט זעלבע, דארט איז עס א טעאלאגישע שאלה, אויב דולדסטו נישט די עקסרימיזם פארוואס האסטו נישט געקענט אויסוועלן א ווערסיע פון אידישקייט וואס רעדט יא צו דיר. מאטי'ס שאלה איז נישט אז ער זאל אדאפטירן דעם אדער יענעם גלויבן, נאר אז ער זאל זיך אקלימירן צו א אפענערע, אבער רעליגיעזע, סאסייעטי וואו סיי ער און סיי זיין פאמיליע וואלטן זיך געשפירט עטוואס באקוועם.
פארשפארט