אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

הילף, עצות און טיפס
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

שליחה דורך משה לייזער »

ב"ה איך בין שוין חתונה געהאט א שיינע פאר יאר אבער אזוי ווי די מנהג איז דאך אז און די ערשטע פאר יאר פון די חתונה גייט מען נאך צום טאטען און שווער אויפן סדר האב איך נאך אין מיין לעבן נישט איינגערישט א סדר אליינ'ס אבער בכלל אריינגעברענגט א פסח פול פארס, למעשה דאס יאר זעהט אויס אז מען גייט אי"ה פירן א סדר אליינ'ס און איך און מיין בני גרייטן זיך צו פראווען א פסח מיטן גאנצן קנאק איז מיר בייגעפאלן אז איך וויל אפשרייבן מיין ליסטע וואס מיר איז בייגעפאלן אז מען דארף קויפן ערלעדיגן אדער זיך שאפן צו קענען אריינברענגן דעם פסח און אז אינמיטן פסח זאל איך זיך נישט דערזעהן אז איך האב פארגעסן צו קויפן א וויטיגע אייטעם. און איינוועגס וועלן שוין אנדערע וואס הייבן אן א פסח אויך הנאה האבן, און אנדערע וואס האבן שין עקספירינענס וועלן קענען אריינווארפן זייער טא סענטס

איך האב אפגעמאכט אז איך גיי בויען מיין פסח מעניו אויף די הגדה, איך עפענען די הגדה פונעם ערשטן בלאט און פראבירן צו ברעין סטארמען וואס מען דארף אלס האבן צו קענען אויספירן אלעס וואס שטייט אין די הגדה

1) קויפן הגדות פארן עולם

סדר בדיקת חמץ

2) קויפן א בדיקת חמץ סעט
3) נישט פארגעסן צו טראגן די אוועקגעלייגטע חלה פארן שמש פאר עס ווערט צו שפעט
4) אנגרייטן דעם פארטריקענטער לולב צום פארברענגן
5) אנגרייטן דעם באהאלטענעם אפיקומען פון פאריאר צו פארברענען
6) פארקויפן די חמץ פאר א גוי
7) שיעור פאגעסן ענדיגן א מסכת פאר ערב פסח
8) קויפן מאטריאל צו פארדעקן די שענק פון די פריזשעדער, פענטרי, קאבינעט'ס, סינק'ס, טישן, קויפן אזאלכע שטימפעלעך צו פארדעקן דעם סינק רינער (איך האב נישט קיין פסח קאך)
9) קויפן נייע עסצייג, דישעס און טעפ פאר פסח
10) קויפן א רעשזו מיט א פארטעבל אויווען צו קענען קאכען
11) קויפן א פסח'דיגע האט-פלעיט
12) קויפן א נייע גארביזש קען
13) נייע בעזעם און שאוועל
14) כשר'ן געצייג, א שטיין, כשר טאפ וכו', (אפשר די נר מצוה סעט?)



סדר עירוב תבשילין

15) נישט פארגעסן צו מאכן אן עירוב תבשילין
16) שיעור נישט פארגעסן זעהן צו מאכן ערובי חצירות פאר מיין בילדינג (אפשר וואוין איך און מאהעטן וואס לכולי עלמא איז נישטא קיין עירוב)

סדר הפרשת חלה

17) שאפן דעם קארטל פאר די ערב פסח מצות

סדר הדלקת הנרות

18) קויפן פסח'דיגע סעט פון לעכט און אלע צוגעהערן, אריינגערעכנט קנויטליך, שמן זית, מעטשעס, זילבער פאויל לעכט האלטער'ס, טרעווילינג לעכט
19) מה נשתנה לעכט
20) פסד'דיג מאכן די לייכטער
21) יקנה"ז לעכט

ברכת שהחיינו

22) זעהן אז מיין ווייב זאל זיך קויפן א שיינעם עלעגאנטן קלייד אויף פסח

פרשת קרבן פסח

23) קויפן און בראטן דעם זרוע
24) בראטן דעם איי פאר די קערה (אזוי איז די מנהג ביי מיין טאט'ן אינדערהיים)

סדר הקערה

25) קויפן א ביליגע קערה (ווען איך וועל זיין א שטיקל איז מאומד וועט מען דאס טראגן צו די נעקסט לעוועל)
26) מצה טאש
27) אויפפיקן די ערב פסח מצות
28) זרוע און ביצה האמער שוין גערעדט
29) קויפן מרור
30) קויפן א פסח'דיגע רייבער צו צומאלן די מרור, (אפשר איז כדי א מאשין האנט גרינדער?)
31) קויפן א פסח'דיגע שיילער אפצושיילן די שאלאכטץ פון די מרור
32) קויפן א פסח'דיגע מעסער אפצושניידן דעם קאפ פון די מרור פאר די קערה
33) קויפן עפעס א כלי אין וואס אריינצורייבן די מרור
34) קויפן א גוטן זשאר צו פארסטעמפלען די מרור אז עס זאל גיין א רויעך ווען מען עפענט דאס אויף ביים סדר
35) שיינעם טעללער אריינצולייגן די מרור ווען מען ברענגט דאס ביים סדר
36) חרוסת אינגרידיענס, עפל, אגוזים, וויין, אינגבער, צימרינג
37) א שיינעם טעלער אריינצולייגן די חרוסת ביים סדר
38) כרפס, קויפן פאטעטא'ס (איך גיי משנה זיין דא פון מיין טאטע וואס ער מאכט דעם כרפס מיט רעטאך ווייל דאס טויג נישט פאר די משך פונעם סדר נאכט צו עסן א קליין שטיקל רעטעך ווייניגער ווי א כזית אויף א ליידיגן מאגן)
39) חזרת, קויפן סאלוט און דאס בודק זיין פון ווערים בעפאר פסח. א שיינעם טעלער דאס אריינצוברענגן צום סדר
40) קויפן א שיינע פאר בעקעלעך אריינצולייגן די כרפס מיט די חזרת און פריזשעדער

קדש

41) צוגרייטן דעם ווייסע קיטל
42) קויפן א באקס וויין און גרעיפ זשוס, און מאכן מאסט
43) קויפן בעכערס פאר דעם גאנצען געזונדל
44) כשר'ן די חמץ'דיגע בעכער'ס
45) נייע הבדלה לעכט

ורחץ

46) קויפן א סילווער פלעטעד נעגל וואסער סעט (איך בין נישט קיין עושר איך קען נאכנישט ערלויבן א עכט זילבערנע ועוד חזון למועד)

כרפס

47) כשר זאלץ צו מאכן זאלץ וואסער
48) א שיינע כלי אריינצולייגן די זאלץ וואסער

יחץ

49)...

מגיד

50) שבכל הלילות וכו' כלנו מסובין א שיינע היסב בעט עכפ אפאר גוטע קישענעס
51) וכל המרבה לספר ביציאת מצרים וכו' זיך גוט פארקוקן די הגדה און מדרשים צו טרעפן שיינע מעשה'לעך אויף יציאת מצרים

רחצה

52) ...

מוציא מצה

53) זיך פארקוקן פינקטליך וועלכע מצות מען דארף געבן פאר וועם און פינקטליך וויאזוי דאס גייט צו ווייל איך ווער צומישט יעדעס יאר עקסטער

שלחן עורך

54) אפקאכען גענוג אייער און מאכן גענוג זאלציגע זאלץ וואסער אז דער עולם זאל הנאה האבן
55) קאכן פאלשע פיש (אפשר וועל איך מיט דעם אויך אביסל אוועקקריכן פון די מסורה איך האב זייער ליעב פיש נאכדעצו קארפ פיש)
56) קויפן פארטעבל מצה טאשן אז די מצה פון די קינדער זאלן זיך נישט בראקען ח"ו
57) לערנען אפאר ספרים אויף מדת הכעס אז אויב עס גיסט זיך אויס בטעות עפעס אויף די מצות זאל איך נישט ארייפאלן אין כעס (ווי אויך וועט דאס העלפן אז אויב מען קריגט זיך אויף די בעכערס, פלאץ אדער וועלכע קישן די קינדער ווילן ניצן ביים סדר אז איך זאל נישט ארויסגיין פון די גלייזן)
58) קאכן די פיינע פסד'דיגע לאקאשן
59) צו איינמאכן די בארשט א וואך פאר פסח (שיעור פארגעסן...)

צפון

60) צוגרייטן גענוג געלט פאר אפיקומען'ס
61) זיך אנגארטלן מיט עקשנות מיט די פרייז וויפול אפיקומען מעג קאסטן אז דער עולם זאל נישט בעטן אין די וועלט אריין

ברך

62) כוס של אליהו
63) זעהן צו מאכן די טיש אביסל שאקעלדיג בעפאר פסח אז מען זאל קענען גרינג מאכן די זאך וועל אליהו הנביא טרינקט פונעם כוס און אז קיינער זאל נישט כאפן אז די בעכער איז געווארן ליידיגער ווייל איך האב געשטופט דעם טיש

הלל

64) זיך איינ'חזר'ן דעם ניסוח פון די פסח'דיגע הלל ביים סדר און זיך נישט פארמישן מיט די ראש חודש'דיגע

נרצה

65) נישט פארגעסן אנצוזאגן די קינדער און איך אליין זאל נישט פארגעסן אויסצוניצן די געלעגהיינט און נישט ליינען די גאנצע קר"ש שעל המטה

יעצט ווערט דער עולם געבעטן צוצולייגן אלעס וואס איך האב פארגעסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א שיינע ליסטע, מיט אביסל הומאר אריינגעפלאכטן..

וועגן א מצה טאש (26) מיט א היסב בעט און קישענעס (50), דאס קויפט מען אינאיינעם אלס א גאנצע סעט. ס'דא היינט הערליכע סעטס פון מלכות, מפואר, פארקאש, וכו'
סיום מסכת ער"פ (7) איז נאר פאר בכורים, און דאס איז לאו דוקא ווען מען מאכט אליינס א סדר אינדערהיים...
ווי אויך בדיקת ושריפת חמץ, בידקת חמץ סעט, טראגן חלה צום שמש, פאריעריגע אפיקומן, פארקויפן די חמץ, איז שייך בכל שנה ושנה.
49 און 52 פארשטיי איך נישט.
57 איז זייער וויכטיג און איך קען נוצן הילף פון אנדערן'ס עקספיריענס... ווי אויך 61...
64 איז נישט קיין אישו, ס'איז היינו הך....

עירוב תבשילין דארף מען נישט היי יאר פאר די ערשטע טעג (קיינמאל נישט ווען מען דארף יקנה"ז ליכט), אבער די צווייטע טעג יא.

האסט עטליכע מאל דערמאנט אז דו האסט נאך נישט גענוג געלט, איז א וויכטיגע זאך צו וויסן וואס איך האב זיך אויסגעלערנט פון מיין עקספיריענס, זוך נישט צו כאפן די גאנצע וועלט אין איין יאר! עס איז צו שווער.
מעגסט אריינלייגן דיין כרפס מרור חרוסת אין פשוט'ע פלעסטיק טעלערס, מען וועט דיר נישט שמייסן דערויף, עלי ועל צוארי.
וכן מיט אנדערע זאכן, שיינע וויין פלאש, אדער אפילו די סעט הנ"ל - מעגסט זיך אלאנען אויף א פשוט'ע קישן די ערשטע יאר, און קויפן א שיינעם סעט נעקסטע יאר.
עס איז אפילו מער עקסייטינג ווען יעדע יאר קויפט מען צו נאך עפעס א שיינע זאך לכבוד יו"ט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

פארוואס טאר מען זיך נישט רעגן פסח ביינאכט? עכ"פ אנדערע נעכט מעג מען מער ווי פסח ביים סדר? מען דארף נישט עקטען ווי א סינטעטישע ראבאט ביים סדר, מען דארף זיין נארמאל.

עס איז העכסט נאטירליך אז פסח ביים סדר, פונקט ווי יו"כ ביי כל נדרי, אדער א בר מצוה בחור'ל ביים ערשטע תפילין לייגן, אז מ'פילט דערהויבן מער ווי געווענטליך און ממילא איז מען איידלער, מער פרייליך, ווייניגער בהקפדה וכדומה. אבער עס איז נישט דא קיין מצוה צו זיין דערהויבן, נישט צו רעגן וכו'.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשוט ווייל ביים סדר נאכט קען אויסקומען 101 סיבות מער זיך צו רעגן ווי א גאנץ יאר,
און אויכעט א גאנץ יאר אז מען בייזערט זיך קען מען זיך צומארגנס בארוהיגן; משא"כ ביים סדר קען עס חרוב מאכן די גנצע נאכט אויף וועלכע די קינדער קוקן שוין אזוי ארויס .
וירח ה' את ריח הניחוח
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

49 און 52 האב איך פשוט נישט וואס צו שרייבן האט איך עס געלאזט ליידיג אז אויב איינער וועט יא אפירקומען מיט עפעס אז מען זאל דאס קענען צולייגן צו די ליסטע

איך האב לאו דוקא אראפגעשריבן זאכן וואס האט צוטוהן מיטן סדר און זיין דאס ערשטע יאר אליינ'ס איך האב שוין מיטגעשריבן אלעס וואס איז מיר בייגעפאלן

הוגה'לע ניין עס איז נישט קיין ספעציעלע מעמד וואס מען דארף ספעציפיש 'מקפיד זיין' נישט זיך צו רעגן אבער עס איז א ספעציעלע מעמד וואס קען ארויסנעמען (ווי רבי אברהם ישעי' ווייס פלעגט זאגן) פון די דישעס
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]שמעקעדיג[/tag], איך בין ממשיך דער שמועס איבער זיך רעגן בליל הסדר אין א באזונדערע אשכול.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שטארק הנאה געהאט פון די ליסטע. א דאנק!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

6) קויפן א סילווער פלעטעד נעגל וואסער סעט (איך בין נישט קיין עושר איך קען נאכנישט ערלויבן א עכט זילבערנע ועוד חזון למועד)

צו וואס פעלט דאס אויס בכלל?? פארוואס קען איך נישט פלעין גיין צום סינק??
אויב וועגן די קינדער זאלן זעהן האב איך א סינק אין דיינונג רום,
איז דא א מקור דערויף??
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

זיך צו פאר׳חובות׳ן פאר׳ן דרך חירות לכאורה...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

שליחה דורך נופת צופים »

איך קען נאכנישט ערלויבן א עכט זילבערנע


יין שרף האט געשריבן:זיך צו פאר׳חובות׳ן פאר׳ן דרך חירות לכאורה...



ער זאגט דאך אז ער גייט זיך נישט פאר'חובות'ן פאר דעם.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט אינגאנצן גערעכט ווייל מיט אסאך צוואנציגער'ס קען מען זיך אויך פאר'חובתן עס ענדיגט זיך נישט ביי דעם,
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

שליחה דורך נופת צופים »

אינגאנצן נישט גערעכט. עס איז נישט שייך זיך צו פאר'חובות'ן אהן אויסגעבן געלט וואס מען האט נישט.

עניוועי, גייט דעיס אריין אין ביזנעס אדער העמק דבר?
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מען קען נוצן א פלעינע טעפל און שיסל...
וכן אנו נוהגים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

שליחה דורך גראף »

ארויף געברענגט צוליב וואס דער יאר איז עס נאך מער נוגע.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פארשפארט