נייע אידישע געגענטער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

טאראנטא איז די גרעסטע סיטי אין קאנאדא, סיי אין לאנד (שטח) סיי אין פאפולאציע. סאיז אין די פראווינץ פון אנטאריע. -- טאראנטא איז א ריזיגע שטאט, ס'איז א שיינע שטאט, די גאסן זענען שיין קליען, מ'רעדט דארט אין ענגליש נישט אזוי ווי אין מאנטריאל (קויבעק פראווינץ) וואו מ'רעדט פראנצויזיש. און אנדערש פון מאנטריאל איז אין טאראנטנא נישטא כמעט קיין אנטיסעמיטיזם.

אין איין ווארט: טאראנטא איז א מאדערנע כמו אמעריקאנער סיטי נאר אן די אמעריקאנע איבלען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

זר זהב די פארסט דאך אסאך ארום אפשר ביסטו מציע עפעס א גיטע פלאץ?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לאנדאן איז א גוטע פלאץ, מ'דארף נישט צאלן רענט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

טאראנטא איז א שטאט מיט די איבלען פון טאראנטא, יעדע שטאט האט זיך זיינע איבלען, ווען מען קומט קיין ניו יארק אויף א קורצען וויזיט זעהט מען אויך נישט תיכף אלע איבלען.

טאראנטא איז טייער בערך אזוי ווי ניו יארק צו וואוינען, סאו האט מען גארנישט אויפגעטאהן, אז מען זוכט אוועק צו גיין פון ניו יארק וויל מען גיין ווי עס איז ביליגער. ווידער די אידישע קאמיוניטי אין טאראנטא איז זייער מאדערן און זייער ציוני'סטיש געשטימט. סאו לויף נאך נישט אויף אלע פיר...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב נישט מציע געווען טאראנטא פאר קיינעם.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

לאס אנדזעלעס האט שוין היינט א שיינע חסידישע קאמיוניטי. נישט אזוי?
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

זר זהב האט געשריבן:לאנדאן איז א גוטע פלאץ, מ'דארף נישט צאלן רענט.

נאר אויב מ'איז א לאנדאן געבוירענער אויב מ'קימט אהין צו וואנען מיין איך באקימט נישט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

לאס אנדשעלעס האט א שיינע חרד'ישע קאמיוניטי, און אויך שיקאגא, אבער די ביידע פלעצער זענען נישט ביליג. לאס אנדשעלעס איז שרעקליך טייער, נאך מער ווי ווילי (די חרד'ישע געגענט) ווידער שיקאגא איז אויך נישט ביליג.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

לעמיל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:לאנדאן איז א גוטע פלאץ, מ'דארף נישט צאלן רענט.

נאר אויב מ'איז א לאנדאן געבוירענער אויב מ'קימט אהין צו וואנען מיין איך באקימט נישט

נישט נאר לאנדאן, פון גאנץ EU
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

נו.... אונזערע עלטערען קומען פון EU? נישט געניג גוט?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נוי יארק האט געשריבן:נו.... אונזערע עלטערען קומען פון EU? נישט געניג גוט?

ניין. דו אדער דיין ווייב דארפן געבוירן זיין (געבוירן זיין ?) אין יוראפ
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

מיט שתדלנות קען מען פועל'ן...?
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קענסט פרובירן פעלשעווען א בוירט סוירטיפיקאט פון אונגארן אדער רומעניע, הו קנויז ? אבאמא האט עס באוויזן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

איך האב מורא אז ווען איך וועל לויפן פאר פרעזידענט וועט טראמפ טרעפן מיין ארגינעלע
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אין דייטשלאנד דארפסטו לכאורה קענען באקומען בירגערשאפט, זיי געבן גרינג בירגערשאפט פאר אידן, בפרט אז דו קומסט פון אמעריקא.

סאו אויב ביסטו גרייט צו ווערן פריער א דייטשער בירגער, קען עס דיר געלונגען
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

זר זהב האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:נו.... אונזערע עלטערען קומען פון EU? נישט געניג גוט?

ניין. דו אדער דיין ווייב דארפן געבוירן זיין (געבוירן זיין ?) אין יוראפ

עלטערן איז אויך גוט, ביז ווי ווייט ארויף ווייס איך נישט
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

איך מיין אז די מאונטענס איז די ביליגסט רענט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

town1 האט געשריבן:איך מיין אז די מאונטענס איז די ביליגסט רענט

למשל ווי לוינט זיך צו גיין?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

לאק שעלדריק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך לאך און איך וויין,
ווי נאריש און געמיין,

שוין דורך דריי יאר,
זיך נישט געריקט קיין האר,

נאכאלס אינעם שמעלץ-טאפ
אן א אייגענעם דאך איבערן קאפ,

ווער האט געמאכט א כישוף,
אז אונז בלייבן אינעם סרוח'דיגן ישוב,

נייע געגנטער מטוט שפעקולירן,
אבער למעשה מ'טוט זיך נישט רירן,

יעדן טאג זאגט מען 'הגיע השעה',
אבער דערווייל 'אין קץ לימי הרעה',

צו די ווייבער קלאגט מען: וואס ארט-דיך,
ארויסצוקריכן פונעם מאמע'ס פארטוך,

אבער ווען וועט מען שוין טאקע ארויס
פון אונזער אייגן געמאכטע געטוי'ס?!

החותם בצער - באין עזר
הצעיר שבחבורה - אדנירם.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

וואויל געזאגט ר' שש,
מיר שפירען עס אויף די אייגענע פלייש,

מ'זיצט אין די מויזען לעכער,
ווען ס'רעגענט אראפ פון די דעכער,

לאמיר נישט שפעקולירען אסאך,
ס'יז צייט צו טוהן צו די זאך,
נאך פאר ס'קומט די קראך,
און די טשאנסען ווערען דעמאלץ שוואך,

כ'הער אז א שטיקעל ישועה קומט, הגיע עתי,
ס'קאכט זיך אין עפעס אין זשערזי סיטי,

יודען זענען שוין אריינגעשפרינגען צו אינוועסטען,
מיר האפען ס'זאל זיך אויסלאזען צום בעסטען,

הארט נעבען סיטי אף ניו יארק הבירה,
מ'דארף בלויז אריבערגיין דעם ים און מ'קען זאגען שירה,

פון יוניאן סיטי בלויז א שפאן,
אינגאנצען צוויי סטאפס מיט די באן,

פון בארא פארק און וויליאמסבורג בלויז קארגע פופצען מייל,
א נייע פלייץ פון דירות ווי א נייער קוואל,

א קאצען שפרינג פון מאנסי און ניי סקווער,
אזוי אז ס'יז געאייגענט פאר אבי ווער,

אויב ווילסט פון דארט קיין קרית יואל מאנרא פארען,
וועסטו אויך אסאך צייט שפארען,

א ביהמ"ד איז דארטען שוין אויפגעשטעלט,
א געהעריגע בנין - נישט קיין צייטווייליגע געצעלט,

מיט א שטאב עסקנים וואס שטייען צו האנט,
אז מ'זאל זיך נישט טרעפען רעדען צו די וואנט,

אפילו מומחים אין ריעל עסטייט, מארגיזש וכדומה,
צו פארגרינגערען די קנין הבית והחומה,

מיר האפען ס'זאל זיך שוין איינמאהל אויסארבעטען פאר אלעמאהל,
ווייל אז נישט איז די מצב באמת שמאהל,

אט אט און זיכער אז משיח קומט שוין,
קיין ירושלים וועל'מיר לויפען זעהן דעהם קרוין,

דירות בריוח ווע'מיר דארטען באקומען,
אלע חשבונות וועלען פלוצלינג אנפאנגען שטימען,

אבער דערווייל ביזען קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק,
ווייל צו וואוינען אין לעכערלעך אזי גארנישט אזוי גרינג,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

- א' -

א גערויש און געטומל און געפילדער,
מענטשן דיסקוסירן - די טענער ווערן ווילדער,

מאסנווייז לאזן זיך ארויס שיירות,
לויפן קיין דזשערסי סיטי כאפן דירות,

ווילאנג ס'נאך דא פאר ביליג צו באקומען,
החכם עיניו בראשו טוט יעדער איינשטימען,


- ב -

"א מינוט" - שרייט מען צום 'קילער מאן',
איר שרייט אז ס'איז פון שטאט ממש א שפאן,

ווי אויך א שפאן אוועק פון אפסטעיט,
זעט אויס ס'זיצט פונקט צווישן אלע שטעט,

כ'וויל נישט ווארפן א שטיין אינעם 'בירא מיניה שתית',
אבער: 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא קאתית',

וואס טוט זיך פונקט יעצט ענדערן,
אז מען קען אהין אריינוואנדערן,

נאכמער, רבותי - הערט און שטוינט,
איך ווייס נישט צו די געגנט איז באוואוינט,

וואו איז דאס אויפן מאפע,
זיי'זשע אויף גארנישט מחפה,


- ג -

נעווער מיינד, ס'איז א שאד,
פארוואס גייט מען נישט קיין לעקוואד,

און וואס איז שלעכט מיט עירמאנט,
מקום רחבת ידים בזיל הזול ווי באקאנט,

און באפאל מיר נישט מיט אינטריגעס און שטיקעס,
אז דארטן וואוינען נאר באמעס מיט שטריקעס,

הרי ליפא הצדיק איז שוין אויסגעשפילט,
און מיט נארמאלע מענטשן ווערט די געגנט אנגעפילט,

אנשטאטס זיך צו שפירן ווי חלק פון די 'מיירעס',
לאמיר שפירן א טעם אינעם 'חג החירות',

ארויסגיין פון די ב"פ-וומס"ב חומה בצורה,
דאן וועלן מיר זינגען שירה בשפה ברורה.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

שליחה דורך אייניקעל »

אפשר וואלט באמת געווען כדאי אז מען זאל צוזאמשטעלען א ליסטע פון אלע מעגליכע עקזעסטירענדע געגענטער, חסידישע קהילות, חסידישע געגענטער, וירא החכם וישפוט צו ער האט וואוהין צו גיין אדער נישט

לדוגמא איך זוך א 4 בעידרום דירה פאר $1500 איז דאס א מעגליכקייט סיי וואו און ארצות הברית וקאנאדא???
אוודאי דארף איך א געגענט וואס האט כאטש איין תלמוד תורה און שולע פאר די טעכטער

בסך הכל א געגענט וואו מען קען זיך ארויסציען מיטנעמען די ביזנעס, צאלן ווייניגער פאר א דירה פשוט אז מען זאל נישט לעבן איינגעטונקן ביז איבער די אויערן אין חובות און פארשטייטזעך אויך אביסל שיריים צו קענען מאכן חתונה פאליסיס פאר די קינדער
מיר דארפן נישט קיין קאנטריס קיין טשילארס מיט קיין פורניטשור טשייניק קלאזעט אדער די אלע אנדערע טו-מיך-נאך לוקסוס משוגעת'ן, א פיצעלע גראסערי איז אויך פיין, א קליין שולכל מה טוב ומה נעים דאס די גאנצע

כולי האי ואולי
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
פארשפארט