זר זהב האט געשריבן: העמער ווארטן אויפ'ן "איד" מארגן, איך זאג פאר א שרייענדע ווייס אויף שווארציגע העדליין.
און געווען בין איך ראנג... -- און אויך בין איך אביסל שאקט וויאזוי דער איד גיבט נישט מער ווי א לעק-לאסטער באריכט איבער די פטירה פון הרב אלישיב. זעהט אויס אז איך בין נאך טאקע צו אינג... און זיי האבן עלטערע קעפ וואס פירן דארט אין איד אפיס וואס יא און וואס נישט.
אין די לעצטע 3-2 יאר זענען אוועק אסאך גדולי ראשי ישיבה'ס/רבנים ווי ר' חיים שטיין טעלזא קליוולאנד אהייא, ר' מיכל יהודא לעפקאויץ פון ב"ב, ר' משה קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן, און נאך עטליכע וועלכע איך דענק נישט אויפן מינוט. ביי כמעט אלע פון זיי האט דער איד זיי געדעקט ווייס אויף שווארץ די טאפ העדליין און נאכדעם אינעם 2'טן אפטיילונג אויפן ערשטן זייט. דא ביי הרב אלישיב איז עס נישט נאר נישט באריכטעט אויפן טאפ נאר אפילו אינעם 2'טן חלק וואו דער באריכט הייבט זיך אן איז עס פארשטיפט ערגעץ וואו אויף זייט 54, און קוים באשריבן אויף 2 זייטן! איז דאס אלעס אויף א גאון וואס האט געלעבט 102 יאר? נאר 2 זייטן??
אלא מאי, וואס איך נעם ארויס דערפון איז אז "איי העוו סאם הואמווארק טו דא"... דא ליגט א פארווייטאגטע היסטאריע.
און א רחמנות אויפ'ן בלאט נעבעך וואס זיי האבן נישט געוואוסט וועלכן מהלך צו גיין, האבן זיי מסתם געוואלט זעהן וואס די איד וועט שרייבן. ס'אבער נישטא וואס נאכצושרייבן...!!