א וועג צו פארמיידן: נייע שטודיע איבער קראונס/קאלייטיס
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:

[center]עול"ם-JCCSG שטעלט זיך צוזאם מיט מאונט סיני שפיטאל אין א נייע שטודיע פאר קראונס און קאלייטיס, האפענדיג צו טרעפן א רפואה[/center]
[center]אווענטן איבער דעם שטודיע וועלן אפגעהאלטן ווערן אין אלע חרדישע געגענטער אין די קומענדיגע וואכן - ערשטע צוזאמקום וועט פארקומען זינטאג בחוקותי אין מאנסי[/center]
מיט גרויס אינטערעסע האבן די ליידענדע פון קראונס דיזיס און אלסעראטיוו קאלייטיס, צוזאמען מיט זייערע משפחות, אויפגענומען די פאזעטיווע נייעס אז די בארימטע דאקטוירים, די וועלט ריזן אינעם געסטרא פעלד, פון די באקאנטע מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק האבן זיך יעצט אריינגעלייגט מיט אן ערענסקייט צו דערגיין פארוואס ס'דא אזויפיל מענטשן וואס ליידן אויף קראונס און קאלייטיס, ספעציעל אחינו בני ישראל. גלייכצייטיג, זעהן וואס מ'קען טוהן אפצוהאלטן פון עס באקומען, ספעציעל זייערע קינדער צו אנדערע געשוויסטער, משפחה מיטגלידער פון באטרעפענדע., און האפענטליך איינמאל פאר אלעמאל אויפקומען מיט א גענצליכע היילונג בעזהשי"ת פאר די וואס ליידן שוין דערפון.
[center]וואס איז קראונס/קאלייטיס?[/center]
וואס קראונס איז, איז שוין באשריבן געווארן עטליכע מאל ספעציעל נאך די סוקסעספולע פארגאנגענע זעקס צוזאמקומען וואס זענען אראנדזשירט געווארן דורכן ארגענעזאציע "עול"ם" (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים) צו ווי ס'איז באקאנט אין די אלגעמיינע וועלט אלס JCCSG (דזשואיש קראונס און קאלייטיס סופפארט גרופ).
אין קורצן, די דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס/קאלייטיס" איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז גורם אז די קושקע/פארדייאונגס-סיסטעם פונעם מענטש באקומט אן אינפלימאציע, ביי קראונס קען דאס זיין אויף סיי וואספארא חלק פון די פארדייאונגס ליניע, און ביי קאלייטיס איז דאס דייקא אויפן גרויסן קישקע. די סיפמטאמען זענען ממש די זעלבע, די דיאגנאזן זענען זייער ענדליך, און אפילו די מעדעצינען און חלקי הרפואה זענען געווענדליך גלייך.
"אינפלאמאטארי באוועל דיזיס", וואס איז דער שם הכולל פאר קראונס און קאלייטיס, איז ס'ערשטע מאל באשטעטיגט געווארן דורך דזשאַוואַני באַטיסטאַ מאָרגאַגני, און שפעטער אין יאר 1913 דורך א סקאַטישע דאקטער טי קעננעדי דאַלזיעל. אין יאר 1904 איז דאס באטיטעלט געווארן דורך א פוילישער כירורג אנטאני לעסניאווסקי אלס "איליאייטעס טערמינאלס". אריבער דריי און אכציג יאר צוריק, אין יאר 1932 האט דר. בורריל קראון פון מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק צוזאמען מיט צוויי אנדערע דאקטוירים לעאן גינזבורג און גארדאן אפפענהיימער דיאגנאזירט פערצן קעיסעס, און האבן דאס איבערגעגעבן פארן אמעריקאנעם מעדיקל אסאסיעישאן אונטערן נאמען "טערמינאל איליאייטעס - א נייע קלינישע ענטיטי", דערנאך האבן זיי פאבליצירט א בוך איבער דעם פראבלעם, ווי זיי רופן דאס אן "רידזשענעל איליאייטעס". דר. קראון איז געווארן זייער פאפולער, זייענדיג דער ערשטער הויפט געסטראאינטעראלאדזשיסט אין מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק, און מ'איז געקומען צו אים פון איבעראל זיך אדורך רעדן איבער דעם נייעם קרענק, אריינגערעכנט אין יאר 1956 ווען דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אייזענהאוער האט געליטן אויף קראונס און איז אדורך אן אפעראציע, און טאקע צוליב זיין וויסענשאפט און ארבייט איבער דעם דיזיס האט מען עס אנגעהויבן צו רופן "קראונס" על שמו, און אזוי איז דאס היינט באקאנט.
[center]שטודיעס איבער קראונס/קאלייטיס[/center]
וואס עס ברענגט דערצו אז איינער זאל באקומען קראונס, איז נאך א מיסטריעזע זאך, די גרעסטע ספעציליסטן און דאקטוירים זענען דורכאויס די יארן געזיצן און פרובירט אויפצוקומען מיטן סיבה, מ'האט טאקע געמאכט אסאך פארשריט דורך די יארן און שטודיעס, אבער קיינמאל נישט צוגעטראפן די פונקטליכע סיבה, און ליידער צוליב דעם איז נאכנישט דא קיין רפואה אויך נישט, אלעס וואס די דאקטוירים געבן איז נאר מעדעצינען וואס קאנטראלירט דעם אינפלימאציע, אבער נישט קיין היילונג.
וואס זיי האבן אבער יא געזעהן דורך מעדעצינישע און וועלטליכע שטודיעס, אז ס'דא עטליכע "דזשינס" וואס קראונס פאציענטן האבן, און ס'איז דא דערפון א מיאריטעט אין די אידישע אשכנזישע פאלק, מערסטענס וואס קומען פון אייראפע. געוויסע (מער עלטערע) שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי אין אלגעמיין ביי אנדערע עטענישע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס צו אפילו מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע. (און פארדעם איז קראונס היינט מער באקאנט ביי דאקטוירים אלס א אידישע מחלה ה"י).
אין די לעצטערע פאר יאר, האט עול"ם פרובירט אריינצונעמען אידישע פאציענטן אין געוויסע קלענערע שטודיעס, האפענדיג אז מיט דעם וועט מען אביסל קלארער ווערן, און אפשר אפילו אפשאקלן דעם סטעמפל פון "עס איז א אידישע קרענק!". ווען אין פאקט זענען דא איבער 1.6 מיליאן מענטשן אין די פאראייניגטע שטאטן וואס ליידן אויף קראונס/קאלייטעס, און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די מיאריטעט זענען אידן.. און טאקע ווי די דאקטוירים געבן איבער זענען זיי אסאך נענטער געווארן דורכן אידענטעפעצירן געוויסע דזשינס אז דאס איז עס.
[center]די איצטיגע שטודיע "א וועג צו פארמיידן"[/center]
די ריסורטשער גלייבן היינט אז ס'איז א געוויסע " גאט פלארא באקטיריע" וואס סיי טריגערט דעם חלק צו ווערן דיאגנאזירט, און סיי מ'קען אפילו פאראויסזעהן צו ווער ס'האט דאס באקטיריע האט א שטערקערע שאנס צו ווערן אפעקטירט. אזוי אויך האבן זיי אן אויג אויף געוויסע מיקראבן וואס דאס איז מסתמה א שטארקע אורזאך פונעם פראבלעם.
דאס צו באשטעטיגן דארף מען נאך מאכן אסאך ריסורטש, סיי אויף מענטשן וואס זענען אפעקטירט מיט קראונס/קאלייטעס, און סיי אויף זייערע נאנטע פאמיליע וואס ב"ה ליידן נישט דערויף, אזוי האפן זיי צו קענען אינדעטעפעצירן דעם סיבה פארוואס דער האט דאס יא באקומען, און די געשוויסטער נישט.
דעריבער האט די נייע פארברייטערטע "אינפלאמאטארי באוועל דיזיס" צענטער אין מאונט סיני שפיטאל מיט די צוזאמארבייט פון כמעט אלע דאקטוירים וואס האבן טאקע זייערע פריוואטע אפיסעס אבער זענען אנגעשלאסן אין די מאונט סיני שפיטאל נעץ געעפענט א נייע שטודיע "א וועג צו פארמיידן" צו דערגיין מער ווי אזוי מ'קען פארמיידן דעם קרענק.
אדורך צו גיין די שטודיע איז קריטיש וויכטיג, סיי פאר די אפעקטירטע, וואס האפענטליך מיטן טרעפן דעם פראבלעם וועט דאס נעמען צום נעקסטן שטאפל אז מ'וועט אי"ה אויפקומען מיט א גענצליכע היילונג, און סיי פאר די משפחה, וואס די דאקטוירים גלייבן אז מיטן וויסן פון פאראויס אז איינער האט די באקטיריע צו מיקראבן וועלן זיי קענען אפהאלטן פון ווערן אפעקטירט מיט קראונס/קאלייטעס.
די שטודיע איז א גרינגע, זיי בעטן נאר אביסל בלוט, און שפייאכטץ פון סיי די וואס האבן קראונס און קאלייטיס, און סיי פון זייערע בלוט-פאמיליע. ווי מער משפחות עס נעמען אנטייל אינעם שטודיע, אלס גרעסער זענען די שאנסן אויפצוקומען מיטן לעזונג.
[center]עול"ם ווערט אקטיוו אינעם שטודיע - אווענטן ווערן אראנדזשירט[/center]
צוצוקומען צום אידישן פאלק, האבן די ריסורטשערס און דאקטוירים פון מאונט סיני שפיטאל זיך פארבינדן מיט 'עול"ם' און פארופן א זיצונג אדורכצושמיעסן וויאזוי צוצוגיין צום שטודיע ביים היימישן עולם, ביים מיטונג האט מאונט סיני קלאר געמאכט אז זיי ווילן אז די 'עול"ם' ארגענעזאציע זאל ווערן א שותף אין דעם שטודיע, דארטן זענען געזיצן פון די גרעסטע דאקטוירים פון מאונט סיני, וואס אגב, א חלק פון זיי האבן שוין אנטייל גענומען און אויפגעטרעטן ביי די פארגאנגענע אווענטן אראנדזשירט דורך 'עול"ם', און ארבייטן האנט ביי האנט גרינגער צו מאכן און סערווירן דעם היימישן ציבור מיט געטריישאפט. עול"ם איז דערנאך געזיצן מיט רבנים און דיינים (ספעציעל מיט הרבנים הגאונים וואס האבן קראונס/קאלייטעס, אדער אין די משפחה) און מיט אנדערע עסקנים אינעם מעדיקל פעלד, און דן געווען די מעלות און חסרונות פון אזא שטודיע, למעשה האט מען איינגעזעהן אז דאס קען נאר ארויסהעלפן סיי די אפעקטירטע, און סיי האפענטליך אפהאלטן פון זייערע געשוויסטער דאס צו קריגן און מ'האט באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם שטודיע און ארבייטן האנט ביי האנט מיט די ריסורטשערס און דאקטוירים.
די ערשטע זאך האט 'עול"ם' גענומען אויף זיך צו אראנדזשירן א פרישע סעריע פון אויפקלערונג אווענטן, ווי די בארימטע דאקטוירים וועלן אראפקומען צו אויפטרעטן און פארשטיין געבן מער פרטים איבער דעם שטודיע, זיי וועלן איבערגעבן ווי מ'האלט שוין, און אויף וואס מ'קוקט ארויס. די אווענטן וועלן אפגעהאלטן ווערן אין די נאנטע וואכן, אין עטליכע פלעצער ווי עס איז באוואוינט מיטן היימישן ציבור.
די ערשטע אווענט וועט אי"ה פארקומען זינטאג פרשת בחוקותי, אין מאנסי, ניו יארק, מיטן ציל צוזאמצונעמען אחב"י פון די מאנסי, קרית יואל און שיכון סקווירא געגענטער, וואס וועט גלייכצייטיג אויך דינען אלס דער ערשטער אווענט פון עול"ם אין מאנסי, נאך די געוואלדיגע סוקסעסן אין וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל.
אין א בריוו געשיקט צו עול"ם, ווענדן זיך די דאקטוירים צום ציבור, ווי זיי בעטן זיך ביי די אשכנזי'שע אפשטאמיגע אנטייל צו נעמען אין דעם וויכטיגן שטודיע, און זיי ארויסהעלפן אז זיי זאלן אונז קענען העלפן (זעהט בייגעלייגט).
פאר די אלע וואס קענען נישט אדער זענען נישט באקוועם אנטייל צו נעמען אין אזא אווענט, ווענדן זיך די עסקנים פון 'עול"ם', ביטע רופט אונז אן און נעמט אנטייל אינעם שטודיע. ווי פארשטענדליך בלייבט אלעס אין שטרענגסטן געהיים.
מ'קען זיך פארבינדן מיט סייוואספארא פראגע, אדער זיך אנטראגן אנטייל צו נעמען אינעם שטודיע, רופענדיג 718-635-2274 אדער Info@JCCSG.org

יין שרף האט געשריבן:איך האב ערשט יעצט גענומען א ״סולייווע״ טעסט פון די גאנצע משפחה. פאר א אוניווערסיטעט אין לאנדאן. א שייכות?
ניין.
יענע טעסט איז אויך איבער דזשענעטיקס, אבער ווערט אנגעפירט אדורך א ריסורטשער אין לאנדאן (האסט עס גענומען דורך אונז..??)
דאס איז מער א דאקטערישע שטודיע, רוב דאקטוירים פון מאונט סיני זענען דא אינוואלווד. זיי האפן מיט דעם שטודיע אויפצוקומען סאאאאך מער
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
דאכט דיך די שטודיע האב איך געזעהן דורך אייך, אבער איך האב אליין גערעדט מיט די פרוי פון לונדון.
היתכן נישט דר. קארנבלי און נישט דר. דזעימס ד׳זארדש זענען אויף די ליסטע...?
משום איזה סיבה האט איר אויסגעלאזט די ״סטול סעמפל טעסט״ פון די ליסטע... און פארשטייט זיך צוליב געוויסע פארשטענדליכע סיבות קען איך נישט תובע זיין אזא טעסט פון כל בני משפחתי, איז עס ווערט אז נאר איך פון מיין משפחה נעמט די אלע טעסטס?
(קענסט מיר שיקן אין אישי די נעמען פון רבנים וואס ליידן דעראויף, אויב זיי האלטן עס נישט קאנפידעטשול)
היתכן נישט דר. קארנבלי און נישט דר. דזעימס ד׳זארדש זענען אויף די ליסטע...?
משום איזה סיבה האט איר אויסגעלאזט די ״סטול סעמפל טעסט״ פון די ליסטע... און פארשטייט זיך צוליב געוויסע פארשטענדליכע סיבות קען איך נישט תובע זיין אזא טעסט פון כל בני משפחתי, איז עס ווערט אז נאר איך פון מיין משפחה נעמט די אלע טעסטס?
(קענסט מיר שיקן אין אישי די נעמען פון רבנים וואס ליידן דעראויף, אויב זיי האלטן עס נישט קאנפידעטשול)
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:
די ליסטע אויף די בריוו איז די נייע "סוזען און לענארד פיינשטיין איי בי די קליניקל סענטער" וואס מאונט סיני האט לעצטענס געעפענט/פארברייטערט.
איך בין געזיצן פאריגע וואך מיט דר. קארנבלו, דזשאורדש און לעגנאני איבער דעם. אין פאקט וועט זייער אפיס מסתמה אריינקומען די שטערקסטע אין אריינברענגן פאציענטן, פשוט ווייל כ'מיין אז זיי האבן ליידער די מערסטע פאציענטן פונעם היימישן עולם... אבער זיי בלייבן פרייוועט-פרעקטעס, וועגן דעם זענען זיי נישט אויפן לעדער-העד.
איך האב טאקע נישט געשריבן וועגן די סטול-טעסט צוליב דעם טעם... צום האפן אז כאטש פאציענטן וועלן נישט האבן קיין פראבלעם צו געבן, און האפענטליך וועלן זיי קענען פועל'ן ביי זייערע געשוויסטער אויך צו געבן...
איך בין געזיצן פאריגע וואך מיט דר. קארנבלו, דזשאורדש און לעגנאני איבער דעם. אין פאקט וועט זייער אפיס מסתמה אריינקומען די שטערקסטע אין אריינברענגן פאציענטן, פשוט ווייל כ'מיין אז זיי האבן ליידער די מערסטע פאציענטן פונעם היימישן עולם... אבער זיי בלייבן פרייוועט-פרעקטעס, וועגן דעם זענען זיי נישט אויפן לעדער-העד.
איך האב טאקע נישט געשריבן וועגן די סטול-טעסט צוליב דעם טעם... צום האפן אז כאטש פאציענטן וועלן נישט האבן קיין פראבלעם צו געבן, און האפענטליך וועלן זיי קענען פועל'ן ביי זייערע געשוויסטער אויך צו געבן...
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:
יין שרף האט געשריבן:א פאציענט אליינס געבט א טעסט אן זיין משפחה טוט עפעס אויף?
יא. פשוט צו קענען זעהן געוויסע מיקראבן און דזשינס וואס דער פאציענט האט, און זיי קענען דאס נאך אלס זעהן אויף אנדערע מענטשן (נישט פאציענטן) האבן עס נישט.
פארשטייט זיך, אז לכתחילה איז דאס נאכאלץ בעסער אויב די משפחה שטעלט זיך צו, אזוי קענען זיי באמת זעהן די חילוקים
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:
ס'פילט זיך גוט מיטצוטיילן פארן עולם אז צענדליגע משפחות האבן זיך שוין פארבינדן מיט עול"ם-JCCSG און איבערגעגעבן זייער גרייטקייט אנטייל צו נעמען אין דעם שטודיע. קינדער און געשוויסטער פון אפעקטירטע האבן דאס גוט אויפגענומען און זענען גאר אפטאמיסטיק און שטעלן זיך צו.
ווי אריינרופער האבן איבערגעגעבן, האבן זיי אויסגעניצט דעם יום טוב, וואס איז א זמן ווי משפחות קומען זיך צוזאם, און אויסגעשמועסט דעם נחיצות הענין, א גרויס חלק זאגן אז ס'איז געווארן ממש א חיוב צווישן די משפחה אז יעדער מוז אנטייל נעמען, ארויסצוהעלפן דעם ליידענדער, און זעהן וואס מ'קען פארמיידן אנדערע משפחה מיטגלידער פון ווערן אפעקטירט.
די עסקני הארגון ארבייטן יעצט אויס מיט מעדיקל צענטערן אין אלע געגענטער ווי אשכנזי'שע אידן, בעיקר אייראפישע אפשטאמיגע וואוינען יעצט, איבער באשטימען צייטן און פלעצער ווען מ'וועט קענען נעמען די בלוט טעסטן, און די נומערן פון די אנטיילנעמער ווערן איבערגעגעבן פאר די ריסורטשער וואס וועלן זיך פארבינדן מיט די אנטיילנעמער דירעקטלי און זיי שיקן דאס פעקל וואס מ'דארף אליינס צוריקשיקן (אויף די קאסטן פון די שפיטאל) .
איבערן אווענט איז אויך ארויסגעקומען אן אפדעיט, ווי געשריבן וועט דאס פארקומען זונטאג פרשת בהר-בחוקותי, מאי דער צענטער למספרם, אינעם נייעם הערליכן "ווילחאוויץ" זאל, (געוועזענער ישיבה אוו ספרינג וועלי) אויף 230 מעיפל עוועניו אין מאנסי. אום 7:15 פארנאכטס שארף.
וואספארא טאג עס גייט אדורך שטעלן זיך צו מער און מער דאקטוירים, וואס ווייזן אינטערעסע אנטייל צו נעמען און זיך אראפשלעפן קיין מאנסי, ארויסצוווייזן פארן ציבור ווי ערענסט זיי נעמען דאס, און גלייכצייטיג צו ווייזן דאנקבארקייט פאר די באטייליגטע מיטן אוועקגעבן זייער "מוטערס-טאג"...
א ספעציעלע נומער איז געשטעלט געווארן פאר סיי וואספארא פראגעס און אזוי אויך צו נעמען די מינימאלע אינפארמאציע פון ווער עס אינטערסירט אנטייל צו נעמען אינעם שטודיע 845-670-4522. ווי פארשטענדליך בלייבט אלעס אין שטרענגסטן געהיים (מען מוז ניטאמאל געבן א נאמען פאר די עול"ם ארגענעזאציע.. א פאון נאמבער ווי די ריסורטשער קענען זיך פארבינדן איז געניג).
יעדער העלפט יעדעם..!!!

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
- עולם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 113
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2013 11:09 am
- געפינט זיך: אינדערהיים, נישט אין שפיטאל ב"ה
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- קאנטאקט:
[center]עול"ם-JCCSG שפאנט פאראויס מיט מאונט סיני שפיטאל אינעם נייע שטודיע פאר קראונס און קאלייטיס, האפענדיג צו טרעפן א רפואה[/center]
[center]צווייטע אווענט איבערן שטודיע וועט פארקומען מאנטאג פרשת תולדות אין "ספינקא זאל" אין בארא פארק, ברוקלין[/center]
מיט גרויס אינטערעסע האבן די ליידענדע פון קראונס דיזיס און אלסעראטיוו קאלייטיס, צוזאמען מיט זייערע משפחות אין ברוקלין, אויפגענומען די פאזעטיווע נייעס אז "עול"ם" (ע'זרה ו'חיזוק ל'חולי מ'עיים) צו ווי ס'איז באקאנט אין די אלגעמיינע וועלט אלס JCCSG (דזשואיש קראונס און קאלייטיס סופפארט גרופ) אראנדזשירט ווידער אן אווענט אין ברוקלין, ספעציעל איבער די נייע שטודיע וואס ווערט אנגעפירט דורך די בארימטע דאקטוירים, די וועלט ריזן אינעם געסטרא פעלד, פון די באקאנטע מאונט סיני שפיטאל אין ניו יארק וואס האבן זיך א שטיק צייט צוריק אריינגעלייגט מיט אן ערענסטקייט צו דערגיין פארוואס ס'דא אזויפיל מענטשן וואס ליידן אויף קראונס און קאלייטיס, ספעציעל אחינו בני ישראל. גלייכצייטיג, זעהן וואס מ'קען טוהן אפצוהאלטן פון עס באקומען, ספעציעל זייערע קינדער צו אנדערע געשוויסטער, משפחה מיטגלידער פון באטרעפענדע., און האפענטליך איינמאל פאר אלעמאל אויפקומען מיט א גענצליכע היילונג בעזהשי"ת פאר די וואס ליידן שוין דערפון.
[center]שטודיעס איבער קראונס/קאלייטיס[/center]
וואס עס ברענגט דערצו אז איינער זאל באקומען די דיסארדער וואס רופט זיך "קראונס דיזיס" אדער "אלסערעטיוו קאלייטיס" וואס איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז גורם אז די קושקע/פארדייאונגס-סיסטעם פונעם מענטש באקומט אן אינפלימאציע, ביי קראונס קען דאס זיין אויף סיי וואספארא חלק פון די פארדייאונגס ליניע, און ביי קאלייטיס איז דאס דייקא אויפן גרויסן קישקע. די סיפמטאמען זענען ממש די זעלבע, די דיאגנאזן זענען זייער ענדליך, און אפילו די מעדעצינען און חלקי הרפואה זענען געווענדליך גלייך, איז נאך א מיסטריעזע זאך, די גרעסטע ספעציליסטן און דאקטוירים זענען דורכאויס די יארן געזיצן און פרובירט אויפצוקומען מיטן סיבה, מ'האט טאקע געמאכט אסאך פארשריט דורך די יארן און שטודיעס, אבער קיינמאל נישט צוגעטראפן די פונקטליכע סיבה, און ליידער צוליב דעם איז נאכנישט דא קיין רפואה אויך נישט, אלעס וואס די דאקטוירים געבן איז נאר מעדעצינען וואס קאנטראלירט דעם אינפלימאציע, אבער נישט קיין היילונג.
וואס זיי האבן אבער יא געזעהן דורך מעדעצינישע און וועלטליכע שטודיעס, אז ס'דא עטליכע "דזשינס" וואס קראונס פאציענטן האבן, און ס'איז דא דערפון א מיאריטעט אין די אידישע אשכנזישע פאלק, מערסטענס וואס קומען פון אייראפע. געוויסע (מער עלטערע) שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן "אשכנז'ישן" ציבור איז עס פארהאן "דריי מאל מער" ווי אין אלגעמיין ביי אנדערע עטענישע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינס צו אפילו מערערע פון "קראונס-קאלייטעס" ליידענדע. (און פארדעם איז קראונס היינט מער באקאנט ביי דאקטוירים אלס א אידישע מחלה ה"י).
אין די לעצטערע פאר יאר, האט עול"ם פרובירט אריינצונעמען אידישע פאציענטן אין געוויסע קלענערע שטודיעס, האפענדיג אז מיט דעם וועט מען אביסל קלארער ווערן, און אפשר אפילו אפשאקלן דעם סטעמפל פון "עס איז א אידישע קרענק!". ווען אין פאקט זענען דא איבער 1.6 מיליאן מענטשן אין די פאראייניגטע שטאטן וואס ליידן אויף קראונס/קאלייטעס, און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די מיאריטעט זענען אידן.. און טאקע ווי די דאקטוירים געבן איבער זענען זיי אסאך נענטער געווארן דורכן אידענטעפעצירן געוויסע דזשינס אז דאס איז עס.
[center]די איצטיגע שטודיע "א וועג צו פארמיידן"[/center]
די ריסורטשער גלייבן היינט אז ס'איז א געוויסע " גאט פלארא באקטיריע" וואס סיי טריגערט דעם חלק צו ווערן דיאגנאזירט, און סיי מ'קען אפילו פאראויסזעהן צו ווער ס'האט דאס באקטיריע האט א שטערקערע שאנס צו ווערן אפעקטירט. אזוי אויך האבן זיי אן אויג אויף געוויסע מיקראבן וואס דאס איז מסתמה א שטארקע אורזאך פונעם פראבלעם.
דאס צו באשטעטיגן דארף מען נאך מאכן אסאך ריסורטש, סיי אויף מענטשן וואס זענען אפעקטירט מיט קראונס/קאלייטעס, און סיי אויף זייערע נאנטע פאמיליע וואס ב"ה ליידן נישט דערויף, אזוי האפן זיי צו קענען אינדעטעפעצירן דעם סיבה פארוואס דער האט דאס יא באקומען, און די געשוויסטער נישט.
דעריבער האט די נייע פארברייטערטע "אינפלאמאטארי באוועל דיזיס" צענטער אין מאונט סיני שפיטאל מיט די צוזאמארבייט פון כמעט אלע דאקטוירים וואס האבן טאקע זייערע פריוואטע אפיסעס אבער זענען אנגעשלאסן אין די מאונט סיני שפיטאל נעץ געעפענט א נייע שטודיע "א וועג צו פארמיידן" צו דערגיין מער ווי אזוי מ'קען פארמיידן דעם קרענק.
אדורך צו גיין די שטודיע איז קריטיש וויכטיג, סיי פאר די אפעקטירטע, וואס האפענטליך מיטן טרעפן דעם פראבלעם וועט דאס נעמען צום נעקסטן שטאפל אז מ'וועט אי"ה אויפקומען מיט א גענצליכע היילונג, און סיי פאר די משפחה, וואס די דאקטוירים גלייבן אז מיטן וויסן פון פאראויס אז איינער האט די באקטיריע צו מיקראבן וועלן זיי קענען אפהאלטן פון ווערן אפעקטירט מיט קראונס/קאלייטעס.
די שטודיע איז א גרינגע, זיי בעטן נאר אביסל בלוט, און שפייאכטץ פון סיי די וואס האבן קראונס און קאלייטיס, און סיי פון זייערע בלוט-פאמיליע. ווי מער משפחות עס נעמען אנטייל אינעם שטודיע, אלס גרעסער זענען די שאנסן אויפצוקומען מיטן לעזונג.
[center]עול"ם ווערט אקטיוו אינעם שטודיע - אווענטן ווערן אראנדזשירט[/center]
צוצוקומען צום אידישן פאלק, האבן די ריסורטשערס און דאקטוירים פון מאונט סיני שפיטאל זיך פארבינדן פארגאנגענעם אנפאנג זוממער מיט 'עול"ם' און פארופן א זיצונג אדורכצושמיעסן וויאזוי צוצוגיין צום שטודיע ביים היימישן עולם, ביים מיטונג האט מאונט סיני קלאר געמאכט אז זיי ווילן אז די 'עול"ם' ארגענעזאציע זאל ווערן א שותף אין דעם שטודיע, דארטן זענען געזיצן פון די גרעסטע דאקטוירים פון מאונט סיני, וואס אגב, א חלק פון זיי האבן שוין אנטייל גענומען און אויפגעטרעטן ביי די פארגאנגענע זיבן אווענטן אראנדזשירט דורך 'עול"ם', און ארבייטן האנט ביי האנט גרינגער צו מאכן און סערווירן דעם היימישן ציבור מיט געטריישאפט. עול"ם איז דערנאך געזיצן מיט רבנים און דיינים (ספעציעל מיט הרבנים הגאונים וואס האבן קראונס/קאלייטעס, אדער אין די משפחה) און מיט אנדערע עסקנים אינעם מעדיקל פעלד, און דן געווען די מעלות און חסרונות פון אזא שטודיע, למעשה האט מען איינגעזעהן אז דאס קען נאר ארויסהעלפן סיי די אפעקטירטע, און סיי האפענטליך אפהאלטן פון זייערע געשוויסטער דאס צו קריגן און מ'האט באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם שטודיע און ארבייטן האנט ביי האנט מיט די ריסורטשערס און דאקטוירים.
די ערשטע זאך האט 'עול"ם' גענומען אויף זיך איז געווען צו אראנדזשירן א פרישע סעריע פון אויפקלערונג אווענטן, ווי בארימטע דאקטוירים זענען אראפגעקומען און אויפגעטרעטן און געגעבן צו פארשטיין מער פרטים איבער דעם שטודיע, זיי האבן איבערגעבן ווי מ'האלט שוין, און אויף וואס מ'קוקט ארויס.
די ערשטע אווענט איז פארקומען פאריאר זינטאג פרשת בחוקותי, אין די "ווילחאוויץ זאלן" אין מאנסי, ניו יארק, ווי אריבער הונדערט פרויען פון די מאנסי, קרית יואל און שיכון סקווירא געגענטער, זענען צאמגעקומען און געהערט די רעדע'ס פון די עלעף דאקטוירים וואס זענען אראפגעקומען, עס איז אויסגעשמועסט געווארן וואס איז דאס קראונס/קאליטייס, און וויאזוי קען מען דאס קאנטרעלירן, איז דא מער קראונס/קאלייטיס ביי די אשכנזי'שע אידן? וויאזוי די דיעטע און ענווייערמענט אפעקטירט די באקטיריע אין אונזער גוף, וויאזוי קען מען פארמיידן פון באקומען קראונס/קאלייטעס?, וויאזוי קענען מיר העלפן פארמיידן?, דערנאך איז פארקומען א לענגערע 'פראגעס און ענטפערס' סעסיע, מיט די עלף באטייליגטע דאקטוירים.
[center]משפחות שרייבן זיך איין[/center]
נאכן אווענט האבן זיך שוין אנגעשלאסן אינעם שטודיע צענדליגע משפחות, פאציענטן מיט זייערע נאנטע געשוויסטער אפילו נישט אפעקטירטע, די דאקטוירים זענען גאר צופרידן געווען און גלייכצייטיג זייער איבערגענומען געווארן פון די געטריישאפט פון די פאמיליעס וואס זענען גרייט פאר אלעמען מיטן האפענונג ארויסצוהעלפן זייערס א משפחה מיטגליד.
ווי די איינגעשריבענע געבן איבער איז דאס א שנעלע און גרינגע פראצעס, און מ'האט זיך צו זיי צוגעשטעלט מיט די גרעסטע באקוועמליכקייטן און פריוואטקייט.
[center]מ'שפאנט פאראויס – צווייטער אווענט באשטימט[/center]
יעצט אראנדזשירט נאכאמאל עול"ם אן אווענט, דאס מאל אין ברוקלין, ווי מ'האפט אנצושליסן נאך משפחות און גיין פאראויס מיטן וויכטיגן שטודיע, דער אווענט וועט פארקומען מאנטאג פרשת תולדות, November 9 למספרם, אין "ספינקא זאל" אין בארא פארק. ווי גאר באקאנטע דאקטוירים וועלן אראפקומען, אויפקלערן די באטייליגטע איבערן אן אנגייענדע שטודיע און ברענגן פרישע פאזעטיווע נייעס
עס וועט ווערן אויסגעשמועסט:
וואס איז דאס קראונס/קאליטייס, און וויאזוי קען מען דאס קאנטראלירן?
איז דא מער קראונס/קאלייטיס ביי די אשכנזי'שע אידן?
וויאזוי די דיעטע און ענווייערמענט אפעקטירט די באקטיריע אין אונזער גוף
וויאזוי קען מען פארמיידן פון באקומען קראונס/קאלייטעס?
אז מיר האבן דאס אין די משפחה, וועלן דאס מיינע קינדער האבן?
וויאזוי קענען מיר העלפן פארמיידן?
דערנאך וועט פארקומען א לענגערע 'פראגעס און ענטפערס' סעסיע, מיט די ניין באטייליגטע דאקטוירים