ישר כח ר' מה הוא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7057 מאל

ישר כח ר' מה הוא

שליחה דורך כוכב »

מיט - ליטערלי - טרערן אויף מיינע באקן וויל איך זיך באדאנקען פאר אונזער געניטער און געטרייער גראפיקער [tag]מה הוא[/tag]
אצינד, ווען די ביינער הייבן זיך מיר אן אויפלאזן, קען איך אביסל ארויסברענגען מיינע אינערליכע הרגשים.
ווער נאך ווי איך ווייסט וויפיל עס איז אים צו פארדאנקען פאר'ן "פה-סח"; וויפיל אומגעהויערע כוחות און צענדליגער שעות ער האט אריינגעלייגט דערפאר, ווי שווער עס איז אנגעקומען, וויפיל פראבלעמען זענען אלץ אונטערגעקומען, וויפיל מאל מיר האבן געמיינט אז מיר ברעכן אונטער, און וויפיל אבסטיקעלס ער האט געדארפט דורכגיין ביז ער האט באוויזן דאס אומגלויביגע.
איך קען אייך זאגן בפה מלא אלס ערשטהאנטיגער עדות, מה הוא האט זיך פשוט מוסר נפש געווען פאר פה סח, איך האב נישט די פאסיגע ווערטער. ווי קען מען שילדערן אין א פאראגראף אדער צוויי וואכן פון שלאפלאזע נעכט.
גיטס אלע א האנט פאר אונזער העלד מה הוא. עס קומט זיך אים. נאר דער אויבערשטער קען אים באצאלן פאר'ן זיין אזא מזכה את הרבים.
און א פערזענליכן דאנק פאר'ן גיין די עקסטערע מייל, מיר פארשטייען זיך אויפ'ן ווינק ;).

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר