רבותי! אונז מיזען אויפקומען מיט א שיינע באלוין פאר אונזער חבר ר' כוכב. א איד וואס איז זיך ממש מוסר נפש בכל נפשו ומאודו פאר כלל ישראל, אין די סאמע שווערסטע סעזאן פון די יאר. א צייט וואס אפילו די פוילסטער פון אונז ברויכען פסח'דיג מאכען לכל הפחות די ספרים שאנק. גיבט ער זיך אוועק שעות על גבי שעות אונז צו דערלאנגען א הערליכע מעשה חושב פון די שיינע ליין מאטריאל "פה-סח" לכבוד יום טוב.
יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח בגלוי
יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח באישי
יא יעדע וועט איהם געבען א לייק
אבער דאס טוט מען דאך יעדע שני וחמישי ווען איינער שרייבט א שיינע ארטיקעל אדער איינער שרייבט גוטע תקנות פאר די מנהלי המוסדות. אונז מיזען טראכטען פון עפעס עקסעפשינאל!
א פופציג דאלערדיגע עמעזאן קארד איז נישט די ענטפער. איהם באקרוינען מיט ווערען א מנהל, איז אויך א שוואכע מעשה, נאכדערצו דער עולם ערהוילט זיך נאך פון די "נייע מנהל עקספיריענס" .
וואס קען מען טוהן עפעס איהם צו באלוינען בבחינת "ככה יעשה לאיש" ?
יישר כח ר' כוכב
דער אשכול פארמאגט 25 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן