מורינו הרב האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איך וויל וויסן מער איבער די חסידות סלאנים
נישט געוואוסט אז ס'דא א ווייסע און א שווארצע!
שוין באלד מער קאלירן ווי אין קאווע שטיבל.
סלאנים איז א שטילע חסידות וואס בלאזן נישט איבער די וועלט (ביידע סלאנימ'ס) די בילדער פון די רבי'ס וועסטו טרעפן אויפן נעט, פיל ווייניגער ווי אנדערע קלענערע רבי'ס מיט ווייניגער חסידים. עס איז זייער אן אנגעצויגענע חסידות, וואס פאדערט פון זייער עולם זייער אסאך, בעיקר פנימיות'דיגע עבודה, לאנגע דאווענענ'ס מיט טיפע מחשבה.
זייערע ניגונים איז אויף א סטייל וואס מען דארף פארשטיין דערצו. מען דארף ליגן דערין כדאי צו האבן א געשמאק דערין, אבער עס איז זייער טיפע ניגונים, וואס נעמט ארויס די נשמה פון א מענטש (א בחינה פון שטילע וואסערן גראבן טיף).
די מחלוקת צווישן די ווייסע און שווארצע, האט זיך אנגעהויבן ווען דער פריעדיגע רבי - דער ברכת אברהם - פלעגט מאכן פון זיך גארנישט, בשעת זיין איידעם - בעל נתיבות שלום - איז געווען זייער כאריזמיסטיש און אנגעפירט מיט די פעולות און די ישיבה פון די חסידות. דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן פאליטיק, וויבאלד מענטשן האבן געשפירט אז דער איידעם וויל איבערנעמען דעם שווער. עס איז געווארן צוויי חבורות: די חסידים פונעם רבי'ן, וועמען מען האט גערופן 'די שווארצע', און חסידים פונעם ראש-ישיבה וועלכע האבן באקומען דעם נאמען 'די ווייסע'. שפעטער, ווען דער איידעם איז בפועל געווארן רבי בחייו פון זיין שווער (א מיסע טעות לדעתי), האבן זיך די שווארצע אפיציעל אפגעטיילט, קודם האט מען געדאוונט אין שטוב פון רבי'ן, און ווען דער רבי איז נסתלק געווארן איז געווארן דערפון צוויי חסידית'ן.
עווענטואל האבן די שווארצע אויפגענומען א רבי, אן אייניקל פונעם פריעדיגן רבי, מיטן נאמען רבי אברהם וויינבערג, וועלכע פירט זיין חסידות מיט א שארפקייט, מיט א פולן קאנטראל. די ווייסע האבן געהאט זייער רבי, דער נתיבות שלום וואס איז ברייט באקאנט אין די וועלט צוליב זיינע תוכנ'דיגע ספרים, וואס איז געווארן א נחלת הכלל, אויך ביי נישט סלונימער חסידים.
גאנץ גוט מנתח געווען.
כיהודה ועוד לקרא עבעך צולייגן אפאר נקודות:
קודם כל, דער נתיבות שלום האט זיך בעיקר אפגעגעבן - נאך בחייו פון ר' מאטל סלאנימער - מיטן מבסס זיין חסידות סלאנים אין ארץ ישראל, נאכדעם וואס מאיז געווען צוקנאקט נאכן קריג אן קיין רבי ומנהיג. ער האט אוועקגעשטעלט די ישיבה, איבערגעדריקט די ספרי סלאנים, און אלעס אנדערש.
ער איז געווען אזוי פאפולער, אז מאנכע טענה'ן אז מ'האט אים געוואלט אויפנעמען אלס סלאנימער רבי נאך רבי מאטל סלאנימער, נאר מפני כבודו פון זיין שווער האט ער אים צוגעריקט צום בענקל. והבוחר יבחר. יהי' איך שיהי', האט ער געמאכט א געפערליכן טעות מיטן איבערנעמען בחייו פונעם שווער וואס איז שוין געווען קראנק. ווייל א חודש צוויי נאכדעם, איז דער שווער ממילא אוועק. אזוי האט דער נתיבות שלום אנגעוואוירן די רבי'סטעווע ללא עוררין.
מ'האט פארגעסן אנצואמערקן אז דער נתיבות שלום איז געווען א שטיקל 'מאדערנער', וואס איז געווען א דארן אין די אויגן פון די עכטע פארצייטישע סלאנימע חאניאקעס, כפי שאפשר לראות אצל רבי מאטל סלאנימער וחבורתו. עד היום זענען די ווייסע [חסידי הנתיבות שלום] באוואוסט מיטן זיין מער באפוצט, און די שווארצע [חסידי ר"א] זענען חאניאקיש. ועל דא קאמרי, אז די שווארצע זענען פארשווארצט וכו'. כאטשיג די פשוטע טעם איז געווען, ווייל די נתיבות שלום איז שוין געווען אן עלטערע איד, און ר"א האט נאך געהאט א פעך [מיטן פינטל אינעם פ'] שווארצע בארד.
די ווארט גייט, אז דער נתיבות שלום האט זיך אויסגעדריקט, אז וויבאלד חסידים האבן געמאכט אזא טראסק פון די חיצוניות'דיגע מלבושים - האט דאס געשאדט צום פנימיות. ווייל מ'איז שוין געווארן ביזי מיט חיצוניות'דיגע נארישקייטן. דערפאר האבן זיך די סלאנימע אנגעטון מער 'מאדערן'. זיין זון אבער [אן איידעם אין וויזשניץ, און א שטיקל 'פרומער' פאר זיך], האט צוביסלעך אנגעהויבן צוריקברענגען פרומע לבושים צו סלאנים זאגנדיג אז היינט צוטאגס מאכן שוין די סלאנימע צו א גרויסע עסק פונעם 'נישט מאכן אן עסק' פון די לבוש... און אויב אזוי, איז שוין צייט פאר א יוטירן.
למעשה ציט דער שווארצער א ריזיגער פרעמדער ציבור, כאטשיג רוב מקוריות'דיגע סלאנימע זענען געבליבן ביים נתיבות שלום. דער שווארצער געט זיך אפ מיט זיינע יונגעלייט, און זייענדיג א לוחם נגד הכבוד ווערן אסאך פרעמדע געשוואוירענע חסידים זיינע [דאס זעט זיך אן אינעם מספר אמעריקאנע וואס זענען געווארן שווארצע סלאנימע. און קיין ווייסע איז קיינער נישט געווארן]. נאך א טעם איז, זיין ישיבה אין בני ברק וואס כל באיה -כמעט- ישארו ביני עמודי דחסידותא דסלאנימותא. והטעם כנ"ל, ער געט זיך מורא'דיג אפ מיט בחורים וואס קומען אן אהין.