מיט א טיפערן בליק פסח ע"ה – דער הייליגער קרבן פסח זאגט אונז!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

מיט א טיפערן בליק פסח ע"ה – דער הייליגער קרבן פסח זאגט אונז!

שליחה דורך א שעפעלע »

מיט א טיפערן בליק
פסח – זמן חרותינו תשע"ה
ושחטו אותו כל קהל עדת ישראל..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר בסייעתא דשמיא זוכה געווען צו פארשטיין און דערהערן אז די עומק פונעם קרבן תודה - דער טיפקייט פון א ש'כח איז דאס אנערקענונג אין בורא עולם, ווען א איד דאנקט און לויבט טוט ער אנערקענען און מודה זיין אז דער מענטש פארמאגט נישט קיין שום אייגענע כוחות, ס'איז הקב"ה וואס געבט מאכט און טוט "ואין עוד מלבדו", אלעס וואס מיר האבן און פארמאגן איז א בלויזע מתנת חנם פון דער מלך העולם... דערנאך זענען מיר אריין אין א טיפע שמועס איבער דעם קרבן תודה און קרבן פסח, מסביר געווען אז דערפאר ווערן ביידע געגעסן אין דעם קורצן צייט פון ביז חצות, ווייל כידוע אז ביי די קרבנות טאר מען גארנישט איבערלאזן אלעס דארף ווערן אויפגעגעסן, אין אזא קורצע צייט, אויפעסן אזא גרויסע קרבן וועט עס מיזן זיין צוזאמען מיט די חברים בחבורה, און ווען מען קומט זיך צוזאם אינאיינעם בחבורה עסן א קרבן תודה/פסח, איז דאך זעלבס פארשטענדליך אז ס'וועט זיך פון די הערצער ארויסגיסן א גרויסע שבח והודאה פארן מלך העולם איבער די אלע געוואלדיגע נסים וואס מיר זענען כסדר זוכה, צוזאמען וועט די גאנצע חבורה לויבן און דאנקן הקב"ה אָן אויפהער...

מיר זענען בעזרת ה' ממשיך אונזער שמועס איבער די קרבנות, און טאקע מיט די זעלבע נקודה וואס מיר האבן זיך לעצטע וואך אפגעשטעלט, ביים קרבן תודה [אויב א איד האט זוכה געווען צו א נס ברענגט ער א קרבן און דערמיט דאנקט ער הקב"ה אויף זיינע געוואלדיגע חסדים] געפינען מיר אז ס'ווערט געברענגט מיט פערציג ברויטן, דרייסיג זענען געמאכט חַלוֹת מַצוֹת, און נאך צען זענען געמאכט חַלֹת לֶחֶם חָמֵץ, בקיצור מען ברענגט דעם קרבן תודה מיט ברויטן וואס זענען געמאכט פון חמץ און מצה, אנדערש איז ביים קרבן פסח וואס ווי פארשטענדליך טאר זיך מיט איר נישט געפינען קיין ברעקל חמץ, און נאכמער בשעת דער הייליגער יו"ט פסח קען מען דעם קרבן תודה נישט ברענגן... לאמיר פארשטיין, וואס איז טאקע פשט אז מיטן קרבן תודה ברענגט מען ברויטן פון חמץ און מצה, וואס לכאורה
זענען זיי צוויי פארקערטע זאכן? בכלל וואס פעלט אויס אז די קרבן תודה זאל פארמאגן חמץ אין זיך? און פארוואס ווען ס'קומט יו"ט פסח איז נישט פארהאן קיין קרבן תודה?

טייערע ברידער, די הייליגע יו"ט איז א שפאן אוועק, די ליל הסדר וואס איז געקריצט ביי אונז אין נשמה, די נאכט וואס כלל ישראל איז געבוירן געווארן, ווי די פסוק זאגט לֵיל שִׁמֻּרִים הוּא לה'... לְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְדֹרֹתָם ס'איז פאר אלע דורות די נאכט וואס מיר גייען ארויס פון אונזערע אייגענע גלות'ן, די אלע אותות ומופתים וואס הקב"ה האט אונז געוויזן אין מצרים קומט אריין אין מחשבה און ס'רופט אויס מיט א קלארקייט "ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו", לאמיר נישט זיין נאריש און לאזן די טעג אדורך גיין אומזיסט, ס'איז א צייט וואס אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה זיצן מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון אונז אמונה בטחון און חיזוק, ס'איז דער נאכט וואס מיר פרעגן דעם מה נשתנה?! (ווי עס ווערט געפסקנט אז אויב איז נישט דא ווער ס'זאל פרעגן, דארף מען זיך אליין פרעגן), מיר מאכן אויף די אויגן און פרעגן טאטע לעבן! א גאנץ יאר לעבן מיר אין א מצב פון שעובד מיר זענען אונטערדריקט דער אידעלע איז פאריאגט און פארפלאגט בכלל ובפרט, אבער היינט נאכט טוען מיר כל מיני זאכן וואס דערמאנען אונז פון חירות, דער איד שטעלט זיך אפ פונעם טעגליכן געלויף און ברענגט ארויס כל מיני לעכטיגע סמני חירות, ד' כוסות, אכילת מצה, אכילת אפיקומן, אמירת הלל און פיל נאך, מיר שפירן א מעין פון פרייהייט, א מעין פון אמת'דיגע חירות, און דער איד בענקט פאר נאך... ער בעט זיך טאטע זיסע ווי אזוי קען איך מיט נעמען פון די חירות אז ס'זאל מיט מיר בלייבן אויף א גאנץ יאר?! דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג, צו באגיסן 'זיך' און די בני משפחה מיט אמונה בה', בטחון שמחה און ישועה, לאמיר זיך צוזאמען אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס איז כדי ארויס צו נעמען פון אזא גרויסע יו"ט וכל המרבה לספר הרי זה משובח...

אויף איינע פון די ירושלים'ע צדיקים וואס האט יארן לאנג זוכה געווען צו זיין בראש פון א חשובע תלמוד תורה דערציילט מען: אז איעדן אינדערפרי ווען די טייערע קינדערלעך די זיסע תינוקות של בית רבן פלעגן קומען אין חדר פלעגט ער זיך פירן צו שטיין ביים טיר, זיי אפווארטן באגריסן און ווארעם אויפנעמען, ס'איז נישט געווען א טאג וואס ער האט עס פארפאסט...

זייענדיג א גרויסע גאון וצדיק האט קיינער נישט געקענט פארשטיין וואס איז פשט אז איעדן טאג טוט די רבי פארברענגן א האלבע שעה – צו א שעה מיט אויפנעמען די קינדערלעך?!?! מיט די גרעסטע כבוד און דרך ארץ האט אים זיין זוהן געפרעגט ..טאטע וואס עפעס דארפסטו שטיין ביים ת"ת איעדן איינציגסטע טאג, איז נישט גענוג אז די קינדער זאלן דיר זעהן איינמאל א וואך אדער חודש? קינד מיינס וואס דארפסטו פרעגן קשיות קום איין טאג און שטיי דארט צוזאמען מיט מיר וועסטו שוין בעזרת ה' אלעס אליין פארשטיין... אומר ועושה, דעם קומענדיגן טאג שטייט דער זוהן צוזאמען מיטן טאטן און טוט אויך ווארעם אויפנעמען און באגריסן די טייערע קינדערלעך, נאך א וויילע שטאלצירט דער זוהן אז יא, ער האט עס ארויס, יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס דער טאטע דארף איעדן טאג שטיין דארט, און טאקע דער טאטע אליין און נישט קיין צווייטער, מיט ווארעמקייט פרעגט אים דער טאטע ..זאג מיין קינד וואס פארשטייסטו? וואס האסטו געזעהן?!

טאטע איך ווייס גאנץ גוט אז די גאנצע עול פונעם תלמוד תורה ליגט אויף דיינע פלייצעס, ווען ס'מאכט זיך א פראבלעם מיט א קינד סוף כל סוף קומט עס צו דיר אָן, ווען די שטייסט דארט גלייך אינדערפרי באמערקט זיך גאנץ קלאר ווער ס'קומט שוין אינדערפרי מיט א איידעלע מהות אדער די וואס קומען מיט א צעווילדעוועטער מהות, מען זעט שוין גלייך די אלע וואס לויפן שטיפן און קראכן אויף דעם טיר מיט א ווילדקייט, ווי אויך זעט מען די קינדער וואס שפאצירן אריין פארשלאפן פארגלייזט אויסגעפיצט און צוגעלייגט, ווען די זעסט דאס אינדערפרי האסטו שוין גאנץ א גוטן בילד אויף אלעס וואס שפילט זיך אפ שפעטער אין דעם טאג, אזוי אז ווען מען קומט פאר הילף איז שוין די בילד גאנץ קלאר ווער די חברה צרה לייט זענען, און די קענסט זיך אפגעבן מיט די קינדער הכל לפי מדרגתו און מסדר זיין דעם עסק גאנץ שנעל...

דער טאטע קוקט אויף זיין באליבטע זוהן מיט וואונדער, איי מיין טייערער זוהן וואס זאגסטו?! וואס זאגסטו?! ניין, ניין און נאכאמאל ניין, ס'איז לגמרי נישט דאס אמת... ווען איך שטיי דארט איעדן אינדערפרי זעה איך אפגעריסענע שיך, אויסגעוואקסענע הויזן, אראפגעלאזטע קעפ, כ'באמערק די עלענדע אינגלעך אָן קיין חברים, די וואס אין שטוב גייט מען אריבער שוועריגקייטן, יא מיין קינד איך באמערק עס גאנץ שנעל, דערנאך פאנגט זיך אָן די ארבעט גוט צו מאכן פאר די נויטבאדארפענדע קינדער, דעם מיט אביסל מזונות, דעם אנדערן זעה איך אז די חברים זאלן זיך אויף אים אומקוקן און אריינעמען אין געזעלשאפט, דעם דריטן פעלט סתם אפאר ווערטער פון חיזוק, פאר די וואס האבן ליידער נישט גיי איך אריבער צו זיי אין שטוב און איך זעה אז ס'זאל זיין, אז מען זאל קענען איינקויפן... ס'האנדלט זיך פון הייליגע תינוקות של בית רבן ס'איז אונזער אחריות אז איעדעס קינד זאל וואקסן און בליען, נו אויב אין שטוב איז פארהאן שוועריגקייטן קען ער לערנען רואיג? אויב האט ער נישט געהעריג געגעסן קען ער שטייגן? אָן חברים קען א קינד וואקסן? ס'איז אונזער אחריות ווי חז"ל זאגן אונז 'והלכת בדרכיו'. מה הוא רחום - אף אתה היה רחום, מה הוא חנון - אף אתה היה חנון, געדענק ס'איז אונזער אחריות...

ס'איז אומגלויבלעך! דעם זעלבן בילד, שטייעדיג אויפן זעלבן פלאץ, אינעם זעלבן מינוט, אבער זיי זעהן צוויי וועלטן, איינער זעט פראבלעמען און שוועריגקייטן, ער באמערקט די ווילדע צרה לייט וכדומה, און דער צווייטער זעט לעכטיגקייט און ברידערשאפט, ער זעט קינדער פונעם מלך העולם וואס דארפן הילף, ער זעט די אחריות וואס ליגט אויף אונז... ברידער טייערע לאמיר זיך אליין פרעגן ווי אזוי ארבעט עס, ווי אזוי קען זיין אז דאס זעלבע בילד ווערט ביי איינעם געזעהן טינקל און ביים צווייטן איז עס לעכטיג? איינער זעט צרה לייט און דער צווייטער זעט געלעגנהייט? איינער זעט קינדער וואס לויפן שטיפן און קראכן און דער צווייטער מה הוא רחום – אף אתה היה רחום?!

די תירוץ איז גאנץ פשוט: דאס וואס דער מענטש זעט און טראכט איז א תוצאה פון דעם מענטש'ס גאנצע לעבנסשטייגער, ס'פאנגט זיך נישט אָן מיט זיין יעצטיגע בליק און מיינונג, ס'פאנגט זיך אָן אסאך פריער ביי דער מענטש'ס גאנצע מהלך החיים, ווען א איד איז זוכה צו לעבן א לעבן פיל מיט אמונה און בטחון אין הקב"ה, א לעבן וואס ער איז כסדר פארנומען דאנקן און לויבן בורא עולם מיט אַן אמת, און ווי מיר האבן געשמועסט אז ער דאנקט מיט א טיפקייט, ער איז מכיר און מודה אין דעם אין עוד מלבדו, ער אַנערקענט אז אלעס וואס דער מענטש האט און פארמאגט איז א בלויזע מתנת חנם פון דער מלך העולם, וועט זיין גאנצע מהלך המחשבה צוביסלעך ווערן א לעכטיגע, זיינע אויגן וועלן כסדר נאר זעהן גוטס און חסדי ה'!

..ווייל ער לעבט מיט אמונה און בטחון אז אלעס וואס ער זעהט באקומט פארמאגט און גייט אדורך איז צום גוטן, אלעס האט א לעכטיגע בליק צו זיך, און אפילו ווען עפעס זעט אויס דאס פארקערטע... צוביסלעך געוואוינען זיך די אויגן צו, צו באמערקן דאס פינטעלע ליכטיגקייט דעם "נקודה טובה" וואס שיינט ארויס פון איעדע מצב, זיין שטארקע אמונה און בטחון דינט אלץ דער פארגרעסערונג גלאז איבער דער קליינע נקודה טובה און פלוצלינג זעט ער שוין נישט קיין צוויי זייטן, דער אידעלע ווערט איבער גענומען מיט א געפיל פון אהבת ה' און הכרת הטוב, ער האט א געוואלדיגע ליבשאפט צו הקב"ה, ער ווייסט אז ער איז אזוי פיל שילדיג, ס'איז אים קלאר אז דאס וואס ער איז זוכה צו האבן איז א מתנת חנם פון השי"ת, און ווען דער הארץ איז פיל מיט די אלע געוואלדיגע מידות אמונה בטחון אהבת ה' און הכרת הטוב ערוועקט זיך ביים איד א בענקשאפט צוטוען, א תשוקה משפיע צו זיין, רצונות צוהעלפן, ער ווייסט וויפיל ער אליין באקומט, וויל ער צוריק געבן כאטש עפעס א קליין טראפל פאר השי"ת, ער וויל לעבן דעם מה הוא רחום אף אתה היה... פאנגט ער אָן מיטן טוען פאר 'זיך', פאר די אייגענע נשמה ער לעבט דעם גמל נפשו איש חסד, אבער ס'איבערצייגט זיך גאנץ שנעל אז ס'מאכט אים נישט זאַט, זיין הארץ גיסט איבער מיט געפילן פון אהבת ה' אז ער קען זיך נישט צוריק האלטן, ס'דארשט אים צו געבן פאר אנדערע, פאנגט ער טאקע צוביסלעך אָן טוען, פארשטייט זיך אז ער געבט פאר זיין משפחה און קינדערלעך, און דערנאך גייט עס ווייטער ער העלפט און לייגט צו א פלייצע צום חבר'ס שוועריגקייטן, ער זארגט און שפירט די גרויסע משפחת כלל ישראל ווי דאס אייגן, צוביסלעך ווערט זיין גאנצע בליק און מהלך המחשבה איבערגעדרייט צו א אויג וואס זעט נאר לעכטיג, ס'זעט נאר געלעגנהייט, ס'באמערקט נאר ווי מ'קען צוגעבן עפעס, ווי מ'קען משפיע זיין!

מען זאגט נאך פון צדיקים אז ..ווען א איד וויל בודק זיין ווי ער האלט אין זיין אהבת ה' - זאל ער בודק זיין ווי אזוי קוקט אויס זיין אהבת ישראל... ווי אזוי שפירט ער ווען א צווייטער גייט אריבער א שוועריגקייט, ווי אזוי שפירט ער ווען זיין חבר איז אין א צרה, און ווי אזוי שפירט ער ווען פארן חבר גייט גוט?! ווייל דאס מער אהבת ה' ס'הערשט ביים איד דאס מער סענסעטיוו ווערט ער צו איעדן דבר שבקדושה, ער פלאמט און קאכט מיט א געוואלדיגע ליבשאפט פאר איעדע זאך וואס האט א שייכות מיט הקב"ה, ובפרט ווען ס'קומט צו א קינד פון הקב"ה ווען ס'קומט צו א צווייטע איד וועט ער גרייט זיין במסירת נפש ווייל ער האט ליב איעדן איד אהבת נפש! זיי זענען דאך מיינע ברידער קינדער פון איין גרויסע טאטע הקב"ה... ס'איז נישט סתם געזאגט דאס לעבט ער, ער שפירט עס אין אלע זיינע רמ"ח אברים שס"ה גידים, ער ווייסט מיט א קלארקייט אז איעדע אידישע נשמה איז א אות אינעם ספר תורה, און פונקט ווי דער ספר תורה איז פסול אויב פעלט אפילו נאר א קליין חלק פון א אות אט דאס זעלבע איז עס ביי עם ישראל, ער שפירט די אחריות וואס ליגט אויף אים און ער נעמט עס מיט א שמחה און געשמאק, זיין אויג זעט נאר דאס!

מען פארציילט אז ביים הייליגען צמח צדיק אין שטוב האט זיך געמאכט א גרויסע צרה ר"ל, די רבי'ס טאכטער איז געשלאגן געווארן מיט א ביטערע מחלה און די לאקאלע דאקטורים האבן נישט געהאט די מעגליכקייט איר צו היילן, בלית ברירה האט מען פאר בעסערע מעדעצינישע באהאנדלונגען איר געשיקט צו א גרויסע שפיטאל אין א צווייטן שטאט, און די פלאן איז געווען אז איעדן טאג וועט מען שיקן פארן רבי'ן א טעלעגראם מיט די פונקטליכע מצב הבריאות... אזוי איז טאקע געווען, איעדן טאג איינס אזייגער איז דער טעלעגראם אנגעקומען, די רבי האט עס געליינט און פיל מאל צוריק געענטפערט דעת קדשו.

ויהי היום, די זייגער האט שוין געקלאפט 2:30 און דער טעלעגראם איז נאכנישט אנגעקומען, די מצב אין שטוב איז געווארן גאר אנגעצויגן ..ווער ווייסט וואס האט מיט די הייליגע רבי'ס טאכטער פאסירט?! אזוי האט זיך די זייגער געריקט, ס'איז געווארן שפעטער און שפעטער אבער אין קול ואין עונה דער טעלעגראם איז נישט דא... אינגאנצן פארטראכט האט די רבי ארום שפאצירט אין שטוב, ווען פון זיינע הייליגע אויגן גיסן זיך טרערן צו הקב"ה... נאך עטליכע אנגעצויגענע שעות איז דער טעלעגראם ענדליך אנגעקומען, און מיט א שמחה האט די רבי אויפגענומען די גוטע נייעס אז ב"ה די מצב גייט צום בעסערונג, אבער נאך עטליכע מינוט האבן אלע באמערקט אז די רבי איז ווייטער פארטראכט און די הייליגע טרערן שטעלן זיך נישט אפ, אלע האבן זיך געוואונדערט מה הפשט?!

דערנאך וואס די רבי'ס זוהן רבי ברוך (אמרי ברוך) האט מיט די גרעסטע מאס יראת הכבוד פרובירט בארואיגן דעם טאטן, זענען אלע שאקירט געווארן צו הערן ווי די רבי זאגט ..מאכט נישט קיין טעות כ'וויין נישט איבער די מצב הבריאות, איך וויין וועגן דעם אז איעדן טאג קומען אידן זיך מזכיר זיין פאר ישועות און רפואות, אבער היינט ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון מיין אייגן טאכטער האב איך עס געשפירט אביסל אנדערש, כ'האב געדאווענט און געהאפט אביסל אנדערש, און דאס טוט מיר זייער וויי, ווי קען זיין אז נאך יארן פון ארבעטן אויף אהבת ישראל, נאך יארן פון הארעווען אויף ואהבת לרעך כמוך זאל איך שפירן מיין אייגענע צער מער ווי א צווייטע איד'ס צער, פארוואס שפיר איך עס נישט די זעלבע, מיר זענען דאך אלע איין משפחה קינדער פון אבינו שבשמים!

אַה די הייליגע צמח צדיק, מיר האבן נישט קיין שום השגה וואס דאס מיינט האבן א טאכטער וואס איז ביטער נישט געזונט, און מען וויינט פארוואס מען שפירט נישט יענעם'ס צער די זעלבע ווי דאס אייגן?!?! אבער וואס דאס לערנט אונז איז די געוואלדיגע אהבת ה' און אהבת ישראל וואס צדיקים פארמאגן, זייער אויסטערלישע סענסעטיווקייט צו א צווייטע איד, מען שפירט א צווייטע איד ווי זיך אליין ממש, יענעם'ס שמחה אדער ר"ל יענעם'ס צרה איז דאס אייגן ממש, מען לעבט נישט פאר זיך, איעדע ריר אין לעבן איז מיטן מחשבה פון בשם כל ישראל, מען האט אינזין אנדערע, און דאס אלעס איז א דירעקטע תוצאה פון זייער ריינע אמונה ובטחון און אהבת ה', פון זייער אויסגעהארעוועטע ליבשאפט צו בורא עולם און צו עם ישראל!

טייערע ברידער, ווען מען גייט אריין אין די טיפקייט פון א יעדע איד, איז פארהאן א ארט וואס דארט איז אלעס ריין, די אמונה בטחון און אהבת ה' איז אויפן העכסטן שטאפל, דארט גיסט זיך ליבשאפט צו הקב"ה, צו די תוה"ק, צו איעדע אידיש קינד... ס'איז דער ביטערע שעבוד גליות וואס ליגט אויף אונז וואס מאכט אונז פארגעסן, ס'איז דער טעגליכע געלויף וואס קילט אפ דעם מענטש, לעבנדיג אין א וועלט פון השתא עבדי, אין א מצרים ממש, וואס דאס מיינט "מצר-אונטערדרוקט", מיר האבן נישט קיין צייט א מינוט'קלע פאר א מחשבה, אביסל התבוננות... די עולם הטעכנעלאגיא האט אונז גארנישט פארגרינגערט, נאר גאר די פארקערטע, מיר זענען געבינדן מיט די גאנצע וועלט 24 שעה, מען לעבט מיט פרעשער און אנגעצויגנקייט, די נסיונות ווערן גרעסער און שטערקער... און צוביסלעך ווערט דער אמתע הייליגע ווארעמע איד פארדעקט דאס אהבת ה' זיינע לאזט נאך, און דער מענטש מאכט זיך באקוועם אויף א פלאץ וואס האט נישט מיט אים קיין שייכות, ער לעבט זיך א לעבן פאר זיך, פאר זיין משפחה וזהו, ער פארגעסט אז ער איז א חלק פון עם ישראל, ס'ליגט אויף אים אַן אחריות, די גאנצע וועלט ווארט פאר אים..?!

זמן חרותינו
קומט אבער דער הייליגער יו"ט פסח דער זמן חרותינו און דאס אמתע פרייהייט טוט זיך אין אונז ערוועקן, דער איד פאנגט אָן בענקן פאר דאס אמתע זיך, ער בענקט נאך א קלארע אמונה, א שטארקע בטחון, א אמתע אהבת ה', ער וויל ליב האבן איעדע איד, ער וויל שפירן א צווייטן... דאס איז אונזער ארבעט במשך די הייליגע יו"ט טעג צוריק צוברענגן דעם ארגינעלן ריינקייט און סענסעטיווקייט וואס ליגט אין אונז, אין איעדע אידישע נשמה, און ווי געשמועסט פאנגט זיך עס שוין אָן פאר פסח ווען דער אידעלע טוט אויסרוימען די חמץ ער ווערט פטור פון די אלע זאכן וואס ברענגן אין אים אריין פאלטשקייט שעובד וכו', און ערשט דערנאך קומט יו"ט ווען מען ברענגט אין זיך אריין חירות, מען דערמאנט זיך ווער מיר זענען באמת, ווער אונזער טאטע איז, ווער אונזערע ברידער זענען, ענדליך נאך אזוי לאנג באקענט מען זיך מיט דאס אמתע 'זיך'!

גאולת מצרים האט זיך אנגעפאנגען מיט די אלע געוואלדיגע אותות ומופתים וואס הקב"ה האט געוויזן, ווי די פסוק זאגט ולמען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצרים ואת אתתי אשר שמתי בם וידעתם כי אני ה', ס'איז פאר אלע קלאר געווארן אז די וועלט האט א בעל הבית, ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו, און צוביסלעך האבן זיך די אידישע קינדער ערוועקט, די אמונה און אהבת ה' האט אנגעפאנגען ארויסקומען מער און מער, ביז זיי זענען אנגעקומען צום דרגה גרייט צו ווערן אויסגעלייזט, אז מען קוקט אריין אין פסוק זאגט אונז די תוה"ק ויהי בעצם היום הזה יצאו כל צבאות ה' מארץ מצרים אין די קלארקייט פון טאג זענען די אידישע קינדער ארויס פון לאנד מצרים, אבער אז מען באטראכט ריכטיג די לשון הפסוק באמערקט מען אז ס'שטייט נישט בני ישראל נאר צבאות ה', די תוה"ק איז אונז מרמז אז זיי זענען אנגעקומען צום העכסטן שטאפל אין אהבת ה', וואס דאס איז א "צבאות ה' – א מיליטער פאר השי"ת", עם ישראל איז געווארן איין גרויסע מיליטער וואס זענען גרייט כאיש אחד בלב אחד צו טוען דעם רצון ה', זיי זענען געווארן איין און ווען עם ישראל איז זיך ריכטיג מאחד, ווען מיר ווערן איין שטיק איין חברה זענען מיר צו א גאולה זוכה!

קרבן פסח
ווען מיר זענען ארויס פון מצרים, ווי מיר שמועסן מיט די גרעסטע מאס אחדות און געטריישאפט איין איד צום צווייטן ווי סאלדאטן אין אַן ארמיי, האבן מיר זוכה געווען צו באקומען דעם געוואלדיגן מצוה פון קרבן פסח, ס'איז געווען דאס ערשטע קרבן ציבור וואס 'עם ישראל' האט צוזאמען געברענגט, אז מיר באטראכטן די הלכות און דינים פונעם קרבן פסח, שטעלט זיך ארויס אז אסאך דערפון זענען אונז מרמז אט די זעלבע ענין פון אחדות און גאנצקייט... (פארשטייט זיך אז מיר דערמאנען עס נאר בקיצור ממש מה שנוגע צו אונזער שמועס, ס'איז אוודאי כדי צו נעמען עטליכע מינוט און אפלערנען די פרשה בשלימות).
א) "ושחטו אותו כל קהל עדת ישראל" - די גאנצע פארזאמלונג פון די געמיינדע פון די אידן זאלן אים שעכטן, ס'מיינט נישט אז אלע אידן צוזאמען זאלן שעכטן - ווייל דאס קען דאך נישט זיין, נאר פשט איז אז דורך דעם וואס איינער שעכט ווערט דאס גערעכנט אזוי ווי אלע האבן געשאכטן, שליח של אדם כמותו.
ב) "קהל עדת ישראל" – לערנען אונז חז"ל אז די קרבן פסח האט מען געדארפט שעכטן אין דריי כיתות (גרופעס), איעדע כתה האט געדארפט זיין צוזאם געשטעלט פון דרייסיג מענטשן וכו'.
ג) "שה תמים זכר בן שנה יהיה לכם" – א לעמעל וואס איז א גאנצער, א זכר, אינעם ערשטן יאר פון זיין געבורט - דאס ערשטע יאר רופט זיך אחת.
ד) "כי אם צלי אש" – איר זאלט נישט עסן פון אים נאר אויב ס'איז געבראטן פון פייער - ווען א מאכל ווערט געבראטן האלט ער זיך אסאך שטערקער צוזאם, אנדערש ווי ביים קאכן וואס ס'צופאלט.
ה) "על כרעיו ועל קרבו" - ס'דארף זיין גאנץ נישט צושניטן אויף שטיקער.
ו) "בבית אחד יאכל" - ס'דארף געגעסן ווערן אין איין שטוב, אין איין חבורה, מען טאר זיך נישט צוטיילן אין צוויי באזונדערע חברות, אדער עסן אויף צוויי באזונדערע פלעצער.
ז) "ועצם לא תשברו" – און א ביין זאלט איר נישט צוברעכן פון אים...

די תוה"ק איז אונז קלאר מרמז אז מיר האבן זוכה געווען צום קרבן פסח בזכות פון אונזער אחדות, בזכות וואס מיר זענען געווען צוזאמען, און ווי מיר האבן אנגעפאנגען אמתע אחדות איז א דירעקטע תוצאה פון א ריינע אמונה בה' און אהבת ה', ס'איז א תוצאה פון א ווארעמע אידיש הארץ וואס ברענט פאר בורא עולם און פאר זיינע קינדערלעך...

דערמיט פארשטייען מיר געוואלדיג פארוואס ביים קרבן תודה האט מען עס געברענגט מיט חמץ און מצה - אנדערש ווי ביים קרבן פסח וואס איז כולו מצה, כידוע פון די ספה"ק אז חמץ איז מרמז אויף אויפגעבלאזנקייט שעובד און שוועריגקייטן, ווידעראום מצה איז מרמז אויף אמתדיגקייט חירות און פרייהיייט, ווען א איד איז זוכה צו א נס ברענגט ער א קרבן תודה - א קרבן יחיד און דערמיט טוט ער אויסדריקן זיין הכרת הטוב צו הקב"ה, אבער בשעת ער ברענגט עס פארלאנגט זיך אז ער זאל מיט ברענגן א קליין ביסל חמץ ווייל ער דארף געדענקן אז ..אמת אז איך האב צו א נס זוכה געווען, איך בין געהאלפן געווארן, אבער ס'איז נאך נישט א דבר השלום ס'זענען נאך פארהאן אנדערע אידישע קינדער וואס פאר זיי איז די ישועה נאך נישט אנגעקומען, זיי האבן נאכנישט זוכה געווען, און ווילאנג ביים חבר איז די ישועה נישט דא קען מען זיך נישט פרייען בשלימות... אנדערש איז אבער ביים קרבן פסח – וואס איז א קרבן ציבור עם ישראל האט געברענגט א קרבן דעמאלטס דארף עס געברענגט ווערן כולו מצה ווייל ס'איז עם ישראל וואס לויבט און דאנקט, ווען אלע אידן זענען זוכה, ווען אלע אידן דאנקן הערשט א שלימות קען מען עס ברענגן כולו מצה!

הא לחמא עניא
דערפאר פאנגן מיר אָן דעם סדר מיטן הָא לַחְמָא עַנְיָא דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם כָּל דִּכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכוֹל כָּל דִּצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח, ווייל דאס איז דאך אונזער גרעסטע סגולה אויף ברענגן די גאולה, אויפמאכן דאס הארץ און טיר פאר אנדערע אידישע קינדער, טוען און זארגן פאר אנדערע, שפירן דעם חבר ווי זיך אליין, זיין שטארק סענסעטיוו ווען ס'קומט צו א צווייטע אידיש קינד... דאס איז דער למען תספר, זאגן פאר זיך און פאר אונזערע קינדער ..יא אמת אז במשך דעם יאר קענען מיר אפגעקילט ווערן, יא דער מענטש קען פארגעסן, אבער מיר האבן א וועג ארויס, ס'איז פארהאן א וועג צוריק צוברענגן דאס אמתע חירות, ווען דער איד לאזט זיך ארויס אויף א מיסיע צו העלפן און מחזק זיין אונזערע ברידער, שפירן דעם חבר ווי זיך אליין, זיין סענסעטיוו ווען ס'קומט צו א צווייטע איד, און טאקע מיט די ריכטיגע מחשבה פון אהבת ישראל ליב האבן דעם חבר בלויז ווייל ער איז א איד א קינד פון בורא עולם פלאמט צוריק אויף דעם נאטירליכע אהבת ה', דאס נאנטן קשר מיט אבינו שבשמים, ווייל ער טוט פאר הקב"ה'ס קינדערלעך, און צוביסלעך וועלן מיר אליין דערהויבן ווערן פון די טעגליכע הכבדת הלב וואס הערשט אויף די וועלט, און זוכה זיין צו א גאנץ יאר חירות, צו א לעבן וואס מען זעט נאר
גוטס און לעכטיגקייט...

טייערע ברידער, זאג צו זיך און פאר די קינדערלעך: אז ס'מיינט נישט אז מיר דארפן ווערן מחנכים און עפענען גרויסע קירוב ארגעניזאציעס ס'מיינט פשוט געבן א שמייכל, א גוט ווארט, פרעגן פינעם חבר וואס ער מאכט, ווי אזוי גייט עס, ווי האלסטו אין עבודת ה', ווי אזוי גייט דיר דיין עבודת התפלה וכדומה, מיר וועלן זיך מער נישט שעמען נאר צוגיין צום חבר מיטן גאנצע הארץ און זאגן ..איך שפיר אז מיר ביידע דארפן חיזוק אין דעם ענין אפשר קענען מיר זיך צוזאמען שטארקן, אפשר קען איך דיר צושטעלן א שיעור אדער א חברותא וכו', וואס דאס אלעס ליגט אין דעם כל דצריך ייתי ויאכל אידישע קינדער זענען הינגעריג צו טוען דעם רצון ה'... רעד נאר מיטן חבר צוויי דריי מינוט וועסטו זעהן ווי ער וועט דיר צוריק פרעגן אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי איך קען זיך מחזק זיין אין דעם ענין, ווי אזוי קען איך פארשטערקערן מיין התמדה, איך דארף הילף אין עניני אמונה ובטחון וכו' וכו', און ווען מען דארף זאגן, ווען מען דארף געבן דעמאלטס ווערט דער מענטש געוואר ווי פארפארן ער אליין איז, וויפיל חיזוק ער אליין דארף, און צוזאמען שטארקט מען זיך, צוזאמען שטייגט מען, צוזאמען איז מען זוכה! טייערע ברידער עם ישראל איז שוין גענוג אריבער איין גלות נאכן צווייטן ס'איז צייט פאר די גאולה, מיט אחדות קען מען אלעס פועלן ווי חז"ל זאגן אונז לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, שנאמר ה' עז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום, לאמיר אריין ברענגן אין אונזער לעבן דעם קרבן פסח, לעבן גאנצקייט חבורה און אחדות וועלן מיר זיכער גאר בקרוב זוכה זיין צו קענען שעכטן דעם קרבן פסח אין בית המקדש צוזאמען מיטן גאנצן עם ישראל, השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין, בביאת מלך המשיח בב"א!

לסיכום געדענק:
• זמן חרותינו – ס'איז צייט צוריק צוברענגן דעם ארגינעלן ריינקייט און סענסעטיווקייט וואס ליגט אין אונז, אין איעדע אידישע נשמה.
• קרבן פסח – ס'פארלאנגט זיך אחדות און גאנצקייט, ווען גאנץ עם ישראל טוט צוזאמען לויבן און דאנקן איז עס כולו מצה.
• כל דצריך ייתי ויפסח – לאמיר אויפמאכן דאס הארץ פאר השי"ת'ס קינדער, לאמיר בויען א אייביגן קשר מיט אבינו שבשמים, און זיך גרייטן צום גאולה שלימה בב"א.

א חג כשר ושמח..!
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט