לשנה הבאה בירושלים?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל

לשנה הבאה בירושלים?

שליחה דורך מאטי »

איבערגעזעצט פון ענגליש מיטן רשות פון מחבר, הרב נחמן כהנא שליט"א ( ברודער פון ר' מאיר ע"ה)


חלק א'

נ.י. ליל פסח ראשון.

די שטוב פון ר' סנדר און רייזל איז, ווי מ'זאגט,  ציכטיג ריין, די ארבייט פון אזויפיל וואכן און שעות, כוחות, נישט אפילו רעדנדיג פון די הוצאות,  וואס די געלונגענע עקרת הבית האט אהערגעשטעלט, שמעקט ארויס פון אלע ווינקלען.

די סאפעס, די בענקלעך זענען איבערגעצויגן מיט פרישע דיקע פלאסטישע איבערציעכץ צו פארזיכערן אז די ניי-מאדישע אפואלסטערי איז באשיצט און בלייבט ניי-אויסזענד. די פארלענגערטע דיינונג-רום טיש איז שוין איבערגעדעקט מיט די איידעלסטע איירישע לינען טישטוכער. פונקט אינמיטן טיש פראלט ארויס דאס פריש איבערגעפוצטע גלאנציגע לייכטער, א ירושה אין די משפחה שוין פון דורות מאמע צו קינד. א ראזענטאל טשיינע סעט איז מסודר'דיג אויסגעלייגט ביי אלעמענס פלאץ, מיט א קענטליכן רינדכיגע גאלדענע באנד ארום דעם גרעסטן טעלער. די געווענדליכע זילבערנע עסצייג איז יעצט ערגעץ אוועקגעלייגט און אויף איר פלאץ, א גאלדענע סעט בלויז לכבוד דעם איצטיגן נאכט. איבערן נאז פון טיש הענגט אראפ  די הויעכפונקט פון רייזל'ס לעצטע באזוך אין פראג, דאס פראכטפולער טשאנדאליער.

ביים אויבן אן, אונטער א זילבערנע קערה פארדעקט מיט א האנט-גענייטע האריגע האנטוכל, ליגן די אויסדערוועלטע תנור ראשונ'דיגע דריי מצות וואס איינע פון די בחורים'ליך האבן מיט גרויס מיה און פראטעקציע ערלעדיגט פאר א נישט-קשה'דיגע פרייז.

דער מלך אליינס,  ר' סנדר, איז באצירט מיט א קיטל פארנייט מיט זילבערנע פעדעמער, א גאלדענע גארטל נעמט ארום זיין בכבוד'גער געשטעל. די מלכה רייזל תחי' האט נארוואס פארענדיגט א הייסע פארטרערטע שהחיינו, נישט פארגעסנדיג צו אינזין האבן איר נייע טויזענט דאלערדיגן ראוב, די בחורים'ס נייע ברייט באברימטע היטן, דאס נייע קלייד וואס די כלה-מיידל (קע"ה ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין) האט זיך דערמיט באצירט צום סדר.

דער סדר גאלאפירט ממש ווי געראכטן, הא לחמא עניא... כל דכפין יתי ויפסח .... דערהערט זיך ארויס די זינגענדיגע שטימעס ביז אינדערויסן אין גאס וואו קיין נויטבאדערפענדע עלעמענט איז נישטא צום טרעפן אין א מיילן-ראדיוס. די אינגלעך העקלן כסדר אריין מיט תורות איינס שענער פון צווייטן צו די הונגעריגע בליקן פון די איבריגע מיטגלידער. דאס אפיקומן ווערט פארכאפט דורך דעם קליינעם מיילאך מיט ווירבעלנדע מחשבות פון טייערע אפיקומנ'ס וואס טאנצן אים אין מוח'ל.

די סעודה גייט אדורך מיט א פארהעלטניסמעסיגע רואיגקייט, ניגונים וואס כאראקטעריזירט דעם נאכט, ממצרים גאלתנו.... אלא שבכל דור ודור... ברעכן ספאנטאניש אויס ביי יעדן ליידיגן געלעגענהייט, ביז מ'קומט אן צום ברכת המזון און דערנאך הלל, די איבריגע זמירות, און ענדליך דעם חד גדיא, ווי הקב"ה לייגט אוועק דעם מלאך המוות אויף אייביג.

און דאן, שטעלן זיך די זכרים אויף פון די פלעצער,  מ'רינגט ארום דעם טיש זינגענדיג דעם באקאנטן דריי ווערטער ליד "לשנה הבאה בירושלים."   העכער און העכער מישן זיך די קול'כלעך אויס מיט די אנדערע זינגערס פון די נארוואס פארענדיגטע סדרים אין די שכנים'ס הייזער אויפן בלאק.

אבער, אן א ווארענונג פאנגן אן טריפן שנירעלאך טרערן פון די מאמעס אויגן, קודם האט ר' סנדר געטראכט אז דאס זענען זיסע טרערן פון עקסטאז, אבער פון איר מינע אויפן פנים האט זיך דערקענט געזאלצענע טרערן וואס קומען פון אומעט.

דערשראקנערהייט לויפט ר' סנדר צו זיין באליבטע, וואס האט שוין געקענט פאסירן נאך אזא לעכטיגע פרייליכע סדר.

נאך א מינוט פון שטילקייט, כליפעט זי ענדליך ארויס;  "וואס מיינט דאס "ל..לשנה הבאה בירושלים?" מיר וועלן טאקע אלעס איבערלאזן? דעם שיינעם הויז, דעם טשאנדאליער,  די צוויי אוטו'ס, דעם גרויסן בעקיארד, אלעס אלעס איבערלאזן, און גיין קיין ירושלים?"

"אוי וויי נשמה'לע" רופט זיך אן ר' סנדר, מיט א רואיגע געוויסן, "דארפסט נישט זיין באזארגט, וויין נישט מיין טייערע;

"ס'איז בלויז א ניגון!"

חלק ב'

ארץ ישראל, ערב פסח.

טויזענטער מיילן אוועק אין הייליג לאנד וואוינט ר' סנדר'ס א ברודער ר' קלמן, ר' קלמן האט געמאכט עליה יארן פריער, און איז יעצט געבענטשט מיט א ליבליכע פאמיליע און גענוג פרנסה דורכצוקומען דעם חודש.

זיין זון יוסי וועט אבער היי יאר נישט זיין ביים סדר צוזאמען מיט די משפחה, יוסי איז דאס יאר אריין אין א ישיבת הסדר, און פון דארט, צוזאמען מיט זיינע חברים, באשטימט געווארן צו דינען אין צה"ל.  זיינע עלטערן זענען אבער נישט באזונדער באזארגט וויסענדיג אז זייער יוסי איז סטאנציאנירט אין צפון פון לאנד, און צום קומענדיגן יאר וועט ער שוין יא קענען זיין ביים סדר אינדערהיים מיט אלע.

אבער, אין דעם פערצנטן טאג פון ניסן זענען יוסי מיט זיינע חברים אריינגערופן געווארן צום מפקד אין משרד צוליב א געהיימע מיסיע וועלכע איז צוגעטיילט געווארן צו זייער בריגאדע ממש בליל הסדר, די מיסיע האט זיי באאויפטראגט אריבערצושפרייזן דעם גרעניץ אינעם פיסק פון לייב, "חיזבאללה" אין דרום לבנון צו פארפיגן אויף א געהיימע ישראלי'שע איזאלירטע בונקער באוואוסט אין די מיליטערישע איינהייטן מיטן נומער 432.

יוסי איז געווען היפש באקאנט מיט דעם בונקער, ער איז אין די פארגאנגענהייט שוין געווען עטליכע מאהל דערין, ער האט געוואוסט אז סארקאסטיש רופט מען דאס טאקע בונקער, אבער אין אמת'ן איז דאס א פוקס-לאך! פונקט גענוג  פלאץ פאר פיר סאלדאטן. די מיסיע אינעם בונקער איז געווען צו נאכזוכן טעראריסטישע באוועגונגן און זיי עלימינירן גלייך מיט איר בארירונג.

דער לאך איז געווענדליך געווען צום אויסהאלטן, חוץ אין רעגנדיגע צייטן, וואס דאן האט דאס אנגעמאכט א נאסע מאראסט. איראניש האבן די פיר חברים דאס מאהל אבער יא געווארט אויף א רעגן, כאטש צופיל האפענונג האבן זיי נישט געהאט דערפאר זייענדיג ביים ענדע פון דעם רעגן סעזאן,  אבער אינמיטן חודש מיט א פולע לבנה ווען די סכנה איז פיל גרעסער, וואלט א רעגן גוט צוניץ געקומען אריבערצוקריכן פיינטליכע טעריטאריע.

ערב יו"ט נאכמיטאג האבן זיי באקומען זייערע ספעציעלע עקוויפמענט, צווישן די  פארשידענע כלי נשק האט זיך דערקענט פיר סדר פעקעלעך, דערינען דריי מצה'לעך און די איבריגע מינימאלע ריסיורסן וואס מ'ברויך האבן צו א סדר, פיר מיליטערישע הערמעטיש פארפאקטע וויין באטלעך פונקט גענוג צום שיעור ארבע כוסות, און פארשטייט זיך, הגדות.

לעבאנעזער גרעניץ, ערב פסח פארנאכטס.

פארנאכטס זענען זיי אלע געשטאנען ביים צוים ווארטענדיג אז דאס חשמל זאל ווערן אויסגעלאשן כדי זיך אריבער שווערצן דעם גרעניץ בחשאי צום שונא אין לאגער. יוסי האט געהאלטן א מאפע ווי ער האט אידענטיפיצירט א מינע-פעלד  ווי זיי וועלן דארפן דורשפרייזן, "ס'איז איראניש" האט יוסי געטראכט צו זיך, "דיזע שטיק לאנד איז געגעבן געווארן פאר שבט נפתלי, און דא מוזן זיי קריכן אויפן בויך אריינצוקומען אין דעם שטח."

ענדליך בערך 6:15 אין אווענט איז א קליינער לאך אינעם צוים געעפנט געווארן, די אידישע סאלדאטן זענען אריבערגעגאנגען, צו זייער מזל האט א לייכטער רעגן געקלאפט אויף זייערע העלמעטן, דער נעפל האט פארגרינגערט די ארבייט.

נ.י. ערב פסח כחצות היום.

און יענע גורל'דיגע מינוטן טויזענטער מיילן אוועק איז שוין געווען נאענט צו ערב פסח כחצות היום, יוסי'ס קוזינס זענען יעצט אריין אין מקווה צוגרייטענדיג זיך צום הייליגן יום טוב, זיי זענען אריין ווי א העכערע פאזע, זיך גערייניגט דעם גוף און נשמה צו ווערן נענטער צו ה'.

לבנון. פסח ביינאכט.

די פיר סאלדאטן זענען אנגעקומען צום בונקער 432 נאכן קריכן פינעף קילאמעטאר. זיי האבן זיך אויסגעטון דעם קאמופלאדזש, זיך באקוועם געמאכט אינעם לאך, צו וויפיל ס'איז געווען שייך און צוריקגעלייגט דעם גראזיגן דעקל פון אינעווייניג אויפן עפענונג.

יעדער סאלדאט איז דירעקטירט געווארן צו אן אנדערן עק, רעדן הויעך איז נישט געווען ערלויבט, אויב אקטיוויטעטן ווערן אידענטיפיצירט פון שונא איז א קלאפ אויפן חבר'ס פלייצע דער איינציגער סימן פאר אקשאן. שטילערהייט האבן די חברים אנגעהויבן א פסח'דיגע מעריב, דערנאך א סדר, וועלכע האט גענומען צוזאמען א קנאפע האלבע שעה,  א נס האט פאסירט אז די פיר כוסות וויין האט נישט עפעקטירט זייער געוויסן.

נ.י. פסח ביינאכט.

ס'איז אכט אזייגער ביינאכט, ר' סנדר שפאצירט געמיטלעך אהיים פון שול ארומגענומען מיט זיינע יוצא חלציו אפרעכטן א סדר, א הימלישע מראה האט זיך אנטפלעקט אריינקומענדיג אין שטוב, אלעס איז געווען אין פלאץ שיין מסודר מיט א געטליכקייט. די מצות איז געווען שיין אויסגעלייגט, אפילו די מרור האט זיך געזען אפעטיטלעך נאכן גארנישט טועם זיין פון מיטאג.

לבנון. פסח שפעט אין דער נאכט.

ס'איז שוין איצט דריי אזייגער פארטאגס די סאלדאטן זענען אין א געשלעג, א געשלעג מיטן שר החלום וואס האט זיי ווי באצווינגען איינצושלאפן, די מינוטן זענען געקראכן שטייטלעך, ענדליך ווען ליכטיגקייט האט זיך געוויזן אויפן האריזאנט האבן זיי זיך ערלויבט ארויסצוגיין  פון ארט, און צוריגעקערט צוריק דורך דעם מינע-פעלד, דערנאך צום צוים און פון דארט צום באזע.

נאכן איבערגעבן די באריכטן צום מפקד זענען די פיר אויסגעמוטשעטע נשמות אריינגעלאפן אין זייער טענט און אריינגעפאלן אין בעט אריין צוזאמען מיט די אוניפארם און די שטיוול, קיין צייט אויסצוטון איז נישטא, ביז א שעה וועקט מען שוין צו שחרית.
~~~~~~~~~~~~~~~
מיר זאגן אין די הגדה "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו 'הוא' יצא ממצרים," פון די בעסטע וועגן ווי אזוי מיר קענען זיך דאס פארשטעלן איז, דורך קוקן אין שפיגל אריין און דמיונ'ן אז מיר זעען א געשטאלט פון א אידישער קנעכט.

אבער אפשר נאכן ליינען דעם ארטיקל וועלכע אילוסטרירט די עפיזאדן פון די צוויי ברודער, וועט איר בעת'ן אריין קוקן אין שפיגל צו טרעפן א קנעכט, זיך אליינס פרעגן: וועלכע פון די צוויי ברודער מיט זייערע פאמיליעס קענען זיך בעסער פארשטעלן דעם "לראות את עצמו" אין וועלכע פון די צוויי משפחות ווילט איר זיך באמת זען.


חג כשר ושמח

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר