שלאף-שטונדע / פה-סח העפט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שלאף-שטונדע / פה-סח העפט

שליחה דורך בן נריהו »

ביטע זייט וויסן, געערטע פריינט, דאס איך האב - מיט די הילף פון זיין געבענשטער נאמען - די עהרע געהאט דאס מיין שרייב ווערק - שלאף-שטונדע - איז ערשינען אין דעם פה-סח העפט, דורך "כוכב".

ווער האט געקענט וויסן - איך בעשטימט אז נישט - דאס פון שלאפען קען א שמועס, אויף פאפיר, זיך אנטוויקלען.

זייט געווינטשען, ליבע יידן, מיט א לוסטיגע און גרינגע יום טוב, מיט פרייליכע - כאטש מידע - הערצער.

---
קאמענטור איז אלץ ווילקאמען.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

א כשר לעכטיג יו''ט, פאר אייך, איך ווינטש.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: שלאף-שטונדע / פה-סח העפט

שליחה דורך נופת צופים »

בן נריהו דעם ארטיקל - דיין שרייב ווערק - אויף שלאף שטונדע באהאלטן - מארגען נאכמיטאג ליינען וועל איך עס - מעגליך אז דאס שלאף - אויף מיר וועט לייכטער ארויפפאלן.

דעריבער זייט געוואונטשען - אייך אויך - מיט א לוסטיגע יום טוב - און מיין קאמענטור וועט נאכפאלגן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן נריהו האט געשריבן:
נופת צופים האט געשריבן:בעני - דיין ארטיקל - דיינס - מאכן מאכט עס מיר עקסייטעד - גאר עקסייטעד.

זיי רואיג, מיין פריינט, עס קען דיך נאך איינשלעפען.

:lol: :like
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

יישר כוח [tag]בן נריהו[/tag],
זייער נוצליכע אינפארמאציע
און דערצו זייער געשמאק אראפגעלייגט
[NAMELESS]

Re: שלאף-שטונדע / פה-סח העפט

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, געליינט די ארטיקעל. זיין הנאה געהאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין בן נריהו@ ניצליך און אינפארמאטיוו , געליינט און טאקע תיכף דערנאך געכאפט א דרימל. פארשטייט זיך אז עס האט זיך שוין געדרימלט גאר אנדערש וואו ביז איצטערט..
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: שלאף-שטונדע / פה-סח העפט

שליחה דורך נופת צופים »

בן נריהו, מיין פריינט - פארגעהבן דו מוזט מיר - דאס א געלעגענהייט - דיין ווערק ליינען - האט זיך ביי מיר נישט געמאכט, ביז יעצט - דאס שלאף איז מיר באפאלן - א טיפער שלאף - נאך פון פאר ווען איך האב דאס קושן בארירט.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן נריהו, דיין ארטיקל איז אזוי מאכטפול, אזוי אינספרירנד, און אזוי איבערצייגנד, אז נאך איידער איך האב עספיעט אפצוליינען דעם ערשטן פאראגראף, האב איך שוין געפונען א נוצבארע געדאנק - און עס אויסגעפאלגט:

כ'בין איינגעשלאפן... :lol:
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א שיינער אינטערעסאנטער ארטיקל, א דאנק בן נריהו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שלאפ-שטונדע [1'טע טייל]

שליחה דורך בן נריהו »

[justify]געשריבען דורך בן נריהו. בעארבעט אויף פליסיג יידיש - מיט ערלויבערניש - דורך דער רעדאקטער, מיט דאנק.

[center]שׁלאַף-שׁטוּנדע[/center]

"איך גיי כאפן א דרימל" - זאגט זיך ביי לייט, פון מויל ארויס. גיכער איז ריכטיגער - "דער דרימל כאפט דיך", ווארום אזוי איז עס אין פאקט... דער באשאפענער מענטש איז נישט אומשטאנד צו אנגיין מיט א טאג ארבעט - מיט די פולע קראפט - אויב ווערט עס נישט צובראכן דורך א דרימל. דער קערפער מאנט עס, און א קלוגער מאן גיבט זי עס.

עס ווילט זיך מיר באשרייבן די גענויע שטודיעס איבער דרימלען, ווען איז די בעסטע צייט צו כאפון א דרימל, און פארוואס איז דענסטמאהל די בעסטע צייט, וואס די בענעפיטן זענען פון דרימלען, ווען און וויאזוי א איד געהער צו דרימלען, און אזוי ווייטער, אבער מיין צייט איז שטארק באגרעניצט. דעריבער וועל איך די מער סייענטיפישע טייל לאזן פאר אן אנדערע מאהל, און דא וועלן מיר בלויז אנצייכענען עטליכע אינטרעסאנטע פונקטען וואס אנטבאלאנגט א דרימל - מיט האפענונג דאס די לעז מאטריאל וואס איך שטעל צו וועט נישט פארדרימלען די ליינער.

[center]חילוק צווישען א דרימל און א שלאף[/center]

ווען מען פארשטייט דער פארשידנארטיגקייט צווישען א דרימל און א געהעריגע שלאף, ערלויבט עס צו בענעפיטירן דאס מערסטע פון שלאף און שניידן די מערסטע איינקומפט פון א דרימל.

געווענליך ווען מען שלאפט, גייט דער קערפער פאריבער 5 שטאפלען פון שלאף טיפקייט. ווען מען דרימלט פאר בלויז א קורצע וויילע, ערלויבט מען די קערפער פאריבערגיין בלויז 2 שטאפלען פון שלאף. די דאזיגע ערשטע צוויי שטאפלען פון שלאף נעמט געווענליך נישט מער פון 20 ביז 30 מינוט, לויט ווי דר. מייקל בראייס שרייבט אין זיין בוך "ביוטי סליפ". אן עכטע שלאף געשעהט ווען מען ערלויבט די קערפער צו רוען גענוג לאנג צו פאריבערגיין אלע 5 שטאפלען פון שלאף אין איין ציה.

Sleep a.jpg


א גוטע דרימל טאר נישט פארטרעטן א ריכטיגע טיפע שלאף, כאטש א גוטע דרימל שפילט א וויכטיגע ראלע אינעם דויערהאפטקייט פון די טאג.

קעררי סנאוי, אין א מינוט פון ערלייכטערונג, האט געזאלט האבן געזאגט: "קיין טאג איז נישט גענוג שלעכט - דאס א דרימל זאל עס נישט קענען פאררעכטן..."

[center]בעסטע פלאץ צו דרימלען[/center]

פאלגענד איז וואס דער ניו יארק טיימס, דעצעמבער דעם 7'טן, 2011, האט געשריבען וואס אנטבאלאנגט דרימלען אויף א באן:

א רייזע אויף דער ניו יארק'ער באן קען זיין א איבערפלוס אויף די חושים פון א מענטש; מוזיקאנטן שפילן פאר אביסל רעשט געלט, קאנדאקטערס בעטן זיך צו אפלאזן די טירן, און פאסאנזשירן זעלבסט, שטייענדיג צאמגעשמאלצן איינס צום אנדערן, טיילן ארום אלע סארטן זעאונגען, הערונגען, שמעקונגען, און אנרירן.

אבער אין די מיטן פון דעס אלעס, זענען דא אפאר ניו יארקערס וועלעכער באווייזן פארט צו כאפן א דרימל. מען טרעפט א זיץ, די באן הייבט אן גיין אין א ריטמישע גאלאפ, און די אויגן פארמאכן זיך. הערמאטיש פארמאכטע מיילער אנטלויזענען זיך, צוקנייטשטע שטערענס לאזן נאך, און די קעפ פאלן ארונטער.

מענטשן פון אויסער ניו יארק וואונדערן זיך אפשר, וויאזוי עס קען געמאלט זיין אז אין די שטאט וואס שלאפט קיינמאהל קענען אזויפיהל ניו יארקערס באווייזען צו איינדרימלען אויף די באנען. עס איז נישט פאראן א געזעץ קעגן דרימלען אויף די באנען, אבער די וואס טוען עס טוען עס אויף די אייגענע אחריות; א לעצטיגע שטודיע, דורכגעפירט דורך די עם. טי. עי. קאמיטעט, ווארענט אז רויבערס זוכן באשטימט אויס שלאפענדיגע רייזענדע צו אויפשניידן זייערע טאשן צו בארויבן טייערע אייפאונען און דאס גלייכן.

טא, זענען די דרימלס ווערד?

דר. קארל בעיזיל, דער דירעקטאר פון די "עפילעפסי און שלאף דעוויזיע" אין "ניו יארק פרעסבייטעריען שפיטאל - קאלאמביע יונעווירסעטי מעדיקל צענטער", האט זיך אנגעטראגן אויסצוגעפינען.

Sleep 9.gif


DrBazil_NY1.jpg


נאך וואס דר. בעיזיל איז אויפגעשטיגן אויף א "עי" באן ליניע איין אינדערפרי, האט ער פראבירט צו טרעפן אין וועלכע שטאפל פון שלאף די דרימלערס געפינען זיך. ער האט געזאגט, אז צו דערגרייכן די נידריגסטע - און ווייניגסטע אויפרישענדע - שטאפל פון שלאף, שטאפל 1, דארף א רייזענדע ערמעגליכן זיינע אויגן צו פארשטאטערן דאס ארומרוקן זיך. צו דערגרייכן שטאפל 2, מוז א רייזענדע בארואיגן אויך די מוסקעלן און אויפהערן גענצליך צו באוועגן די אויגן.

דר. בעיזיל האט חושד געוועהן אז די רייזענדע דערגרייכן בלויז שטאפל 1 פון שלאף, און דעריבער איז עס א שאד צו שלאפן, ווייל עס דערפרישט איבערהויפט נישט.

אויף די פארלאנג פון א רעפארטער, האט דר. בעיזיל איינגעווייערט א שלעפעריגע באן רייזענדע כדי צו שטודירן זיינע מח כוואליעס דאדורך זיין דרימל. ער האט באוואויגן דר. ברענדאן פארמאן, א 30 יעריגע ניורעלאגיע פעללאוי, וועלכער האט שוועריגקייטן ביים איינשלאפן ביינאכט און איז זייער שלעפעריג בייטאג.

דר. פארמאן שלאפט כסדר איין אויף די באן, האבענדיג זיך צוגעוואוינט דערצו ווען ער פלעגט רייזן טעגליך פון ברוקלין קיין מאנעהעטן ווען ער איז נאך געוועהן א רעזידענט, און ער האלט טייער יעדעס מינוט שלאף וואס ער באווייזט אריינצוכאפן.

דר. בעיזיל האט אויסשטאפירט דר. פארמאן מיט 25 דראטען, און זיי איינגעלייטעט אין א קאנטראל מאניטאר נישט גרעסער ווי א אייפעד.

SLEEP2-popup.jpg


די צוויי האבן אויפגעשטיגן אויף א באן, א "עי" באן גייענדיג זיד, אויף די 207'סטע סטריט. דר. פארמאן האט אויסגעקליבן א ווינקל זיץ, און דר. בעיזיל האט זיך געזעצט קעגן איבער כדי צו צייכענען נאטען. דער באן האט אפגעצויגן פון די סטאנציע אום 6:09 פארנאכטס, און עס האט נישט אויסגעזעהן ווי דר. פארמאן וועט עספיען אריינכאפן עפעס שלאף. דער באן דרייווער האט שטארק געווילדעוועט מיט די באן, און געמאכט שנעלע מאניעווערס אויף די שינעס, שרייענדיג אין דער מייקראפאן סיסטעם אז די באן איז געשפעטיגט און מוז אנקומען צייטליך צו די נעקסטע סטאנציעס.

דר. פארמאן האט געגעניצט, איבערגעלייגט די הענט איינס איבער'ן צווייטן, צאמגעלייגט די פיס, און צוגעמאכט די אויגן. ער האט געעפנט די אויגן ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט. ער האט געפלאטערט מיט די אויגן ווען אנדערע לייט האבן געשמועסט איבער זיין רוקן. די באן האט זיך א ווארף געטוהן, און ער האט אינגאנצן געעפנט די אויגן - און טיף געגעניצט.

אום 6:18 פארנאכטס, ווען דער באן איז געפארן א לענגערע שטרעקע, האט דר. פארמאן געכאפט א ריכטיגע דרימל. זיין קאפ איז טאקע געפאלן אויף ארונטער. אבער אזוי ווי דער קאנדאקטער האט אויסגערופן אז מען האלט ביי די 59'סטע גאס, איז דר. פארמאן אויפגעשפרינגען און שנעל אראפגעשטיגן.

פון א רייזע וואס האט גענומען 23.5 מינוט, האט דר. פארמאן באוויזען צו דרימלען פאר 10 מינוט. נאר 3 מיט א האלב מינוט האט דר. פארמאן דערגרייכט שטאפל 2 שלאף.

08sleep2-blog480.jpg


"זעהט אויס אז מען קען יא שלאפן א שטאפל 2 שלאף אויף א באן", האט דר. בעיזיל קאמענטירט, "אבער בלויז אביסלע." ער האט צוגעלייגט, אז "אפילו א קליינע מאס פון שטאפל 2 דרימל קען העלפן פארבעסערן די טעגליכע פונקציעס".

אבער דר. פארמאן איז נישט איינגעגאנגען אויף זיינע רייד. "איך שפיר הויפטזעכליך נישט אויסגערועט" האט ער געזאגט, צולייגענדיג "עס קומט נישט נאנט צו א דרימל אין א בעט."

[center]*[/center][/justify]
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שלאף-שטונדע [2'טע טייל]

שליחה דורך בן נריהו »

[justify]עס איז ווערד צוצילייגען, אז ניו יארקע'ר באן רייזענדע האבן די בענעפיט פון נוצן א גאר גוטע "עפפ", "מֶעטראָ-נֶעפּ-עֶפּפּ", נאר גאנגבאר אויף אנדראויד מאשינען, וואס האלט חשבון, דורך די עקסעלראמעטער וואס איז איינגעבויעט אין די סמארטדיווייס, וויפיהל מאל דער באן האט זיך אפגעשטעלט און ווי עס האלט שוין, דאדורך דעם ווייסט עס צו וועקן דעם רייזענדע ווען די באן האלט אט ביים דערגרייכן די אפשטייג ציל. דער חידוש פון די עפפ איז, לויט איר ערצייגער טוביאס דאמהען, אז עס נוצט נישט דזשי. פי. עס. טעכנאלאגיע וואס ארבעט נישט אונטערערדיש!

Sleep app-composite-614x338.jpg


[center]*[/center]

עס איז אויך וויכטיג צו וויסן ווי צו דרימלען, בשעת ווען מען פירט אן אויטא. ווען מידקייט נעמט איבער א דרייווער אינמיטן טאג, איז נישטא וואס צו טוהן דערגעגן. א דרימל איז קריטיש, כאטש נאר אויף אפאר מינוט. אבער זיך אפשטעלן אינמיטן די שטראסע אדער הייוועי איז אויך נישט אויסגעהאלטן, דעריבער זאל מען האבן די שכל צו געדענקן א גוטע פלאץ וואס איז פארזיכערט און געאייגענט צו דרימלען.

1) וואל-מארט פארקינג לאט, אדער א גרויסע ריטעיל געשעפט ווי צום ביישפיל סטעיפלס אדער האום דיפאו. אזעלכע פארקינג לאטס האבן געווענליך סעקיוריטי לייט וועלכע פארן ארום אין אלע שטונדען פונעם טאג צו פארזיכערן אז די פארקינג לאט איז פארזיכערט.

Sleep Walmarthqdefault.jpg


2) קאוטשסורפינג.ארג, א מער פארזיכערטע ווערסיע פון קרעיגסליסט, לאזט דרייווערס טרעפן א שנעלע געלעגער ווי אראפצולייגן די קאפ פאר א וויילע. "פארזיכערט" איז רעלאטיוו, און א קלוגע האט די אויגן אין קאפ.

Sleep Coach download.jpg


3) הייוועי רעסט עריע און טראק סטאפס, כאטש עס פארמאגט געווענלדיך נישט קיין סעקיוריטי, און טייל טראק דרייווערס קענען זיין גאר געמיין, פארמאגן זיי אבער אמערסטענס א שויער, א בית הכבוד, און אפילו א מאשין ווי מען קען זיך אויפפרישן מיט א קאלטע געטראנק.

4) אריינפארן אין א זייטיגע ווילעדזש אדער דערפעלע און דרימלען אין א שטילע זייטיגע גאס. מען דארף אבער זיין גרייט אז א איינוואוינער וועט עס אנקוקן אויפפאלענד און עס איז מעגליך א די פאליציי וועט גערופן ווערן צו אונטערזוכן די ערשיינונג.

[center]*[/center]

טייל ארבעטסגעבער, זיך איבערצייגענדיג אין די ווערדפולקייט פון א דרימל, שטעלן צו דרימל צענטערן אין די ארבעטס פלאץ פאר ארבעטער צו דרימלען. אזעלכע קלוגע ארבעטסגעבער, זענען די וואס פארשטייען אז עס לוינט צו אויפפרישן אן ארבעטער דורך אראפגעבן 20 מינוט צייט פון די ארבעט, ווייל אזוי איז די ארבעט פון די קומענדיגע פאר שטונדען מער פראדאקטיוו.

google-nap-pod.jpg


אויב אן ארבעטסגעבער איז אבער דערגעגן, און ערלויבט נישט צו דרימלען אויף די צייט פון די ארבעט, דארף מען פארזיכטיג זיין צו ארויסקלאקען פון די ארבעט, און דערנאך זיך גיין זוכן ערגעץ וואו אהינציטוהן דעם קאפ. אן ארבעטסגעבער האט נישט ליב צו זעהן שלאפענדיגע קעפ ווען ער ווייסט אז יעדע מינוט קאסט איהם געהאלט.

דרימלען אויף דער טיש אינמיטן די ארבעט קען האבן שווערע נאכפאלגן. ליינט וואס האט פאסירט אין דייטשלאנד, פארגאנגענעם אפריל, 2013:

וואס האט פאסירט איז דער שרעק חלום פון יעדעס באנק מענעדזשער: א דייטשער באנק איינגעשטעלטער האט איינגעדרימלט אויף זיין קאמפיוטער אינמיטן וואס ער האט געהאלטן ביים דורכפירן א קליינע געלט טרענספער, און האט אומוועלענדיג אויסגעליידיגט 222 מיליאן דאללער פון איינעם'ס באנק אקאונט, נישט באמערקענדיג וואס ער האט אפגעטוהן.

דער ארבעטער איז ערשינען בעפאר א ביזנעס טריביונעל אין "העסס", צו ערקלערן וואס עס האט פאסירט. ער האט דערציילט פאר דער טריביונעל אז ער האט געוואלט אריבערפירען 62 יורא פון די אקאונט פון א רעטייערטער ארבעטער, נאר ער איז מאמענטאל איינגעשלאפן און אריבערגעפירט אנשטאטס דעם 222,222,222.22 יורא.

ער זאגט אז לויט ווי עס שיינט איהם איז עס געשעהן ווען זיין פינגער האט געדריקט אויף די 2 קנעפל ווען ער איז איינגעשלאפן. די טריביונעל האט אויסגעהערט וויאזוי עס האט פאסירט אזא טעות, נאר צו ווערן פארראכטן פילע שטונדעס שפעטער דורך אן אנדערן איינגעשטעלטער.

sleeping.jpg


א קאלעגע פון דער ארבעטער, א 48 יעריגע פרוי, וועמענס אויפגאבע עס איז צו פארזיכערן און איבערקוקן אלע געלטער וועלכע פארן ארויס פון דער באנק'ס קאנטע, האט מען פארשיקט פון איר שטעלע צוליב וואס עס האט פאסירט. דער טריביונעל איז געזיצן צו הערן איר אנקלאגע אז זי איז נישט פאראנטווארטליך פאר אזא טעות, און האט איר טאקע צוריקגעשטעלט אויף איר שטעלע. דער דרימלדיגע ארבעטער איז בלויז געווארנט געווארען דורך זיינע אויבערהארן, אבער קיינמאהל האט איהם נישט געדראעט זיין שטעלע.[/justify]
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שלאף-שטונדע [3'טע טייל]

שליחה דורך בן נריהו »

[justify][center]פאפולערע דרימלערס[/center]

די וועלט איז געוואוינט זיך צו ווערטלען: "ווען דאס גאנג ווערט פארהארטעוועט, די פארהארטעוועטע כאפן א דרימל..."

יאנואר דעם 21'סטן, היי יאר, האט פרעזידענט אבאמא געהאלטן זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע אין קאנגרעס. עס איז איינגעפירט אז אלע פליגלען וועלכע מאכן אויס די אמעריקאנער רעגירונג סיסטעם באטייליגן זיך, ביידע הייזער פון קאנגרעס און די סופרים קאורט מיטגלידער. - א רעדע פון באלד א שטונדע איז הפנים א גוטע צייט אריינצוכאפן א דרימל, אדער כאטשיג אזוי האט געמיינט די סופרים קאורט ריכטערין רות בעידער גינזבורג, 81 יאר אלט, דאדורך די רעדע פון פרעזידענט אבאמא. איר קאלעגע ריכטער, אנטוניא קענעדי, זיצענדיג צו איר רעכטס, האט איר גערעטעט פון שאנד בילדער דורך איר געבן א קליינע דזשאכע מיט די עלבויגן, איר אויפוועקענדיג דערביי. דאס איז נאך 8 מאהל וואס איר קאלעגע ריכטער, סטעפען בראייער, האט איר לייכטערהייט געטאפט אויף די האנט, אומערפאלגרייך.

Sleep Ginzb.jpg


[center]*[/center]

א צייט צוריק, איז אנטשטאנען א שיינע ג-ט פארעהרונג, ווען אן ארטאדאקסישער איד האט ערלויבט אן אפריקאנער אמעריקאנער צו כאפן א דרימל אויף זיין פלייצע, רייזענדיג אויף א ניו יארק באן. - אנהויב נאוועמבער פון 2013, א דאנערשטאג נאכמיטאג, האט אייזיק טהייל, א 65 יעריגע ברוקלינער איינוואוינער, געמאכט זיין רייזע אהיים פון די ארבעט אויף די "קיו" באן ליניע, ווען זיין מיטרייזענדע, אן אפריקאנער-אמעריקאנער, האט איינגעדרימלט אויף זיין פלייצע. און דארט איז יענער פארבליבען פאר די קומענדיגע 30 מינוט. פאר אן אנדערע מיטרייזענדע, ווען יענער האט אנגעטראגן צו וועקן דעם דרימל'דיגע פאסאנזשיר, האט אייזיק געזאגט: "געוויס האט ער געהאט א לאנגע טאג, לאז איהם שלאפן... מיר האבן אלע געהאט אזוינע טעג, נישט אזוי?"

איבעראשט און בא-איינדרוקט, האט דער מיטרייזענדע געכאפט א שנעלע בילד און עס אריינגעקלעבט אין "רעדדיט", א סאציאלע פראגראם געווידמעט פאר בילדער, פון ווי עס איז געגאנגען "וויירעל".

סיטי לעב, א ניו יארק'ער אויסגאבע, האט געשריבן: "די זיסע בילד פון א מיטל-יעריגע פרומע איד, און א שלאפענדע שווארצע מאן, איז עפעס וואס מ'קען אויפהייבן און אנווייזן דערמיט אז אלעס איז גוט אין אונזער געמישטע שטאט." דער אריגענעלע בילד כאפער, שרייבענדיג דערוועגן אויף רעדדיט, האט דעס געשריבען: "טאקע א מינדערוויכטיגע טאט, אבער א ליבליכער. איך האב ליב ניו יארק'ערס!"

Nap 2.jpg


דער שלעפעריגע מאן - נאכ'ן זיך ערוועקן - האט געליינט איבער זיין שלאף אויף א וועב זייטל, און איז געוועהן ערשטוינט צו זעהן זיין בילד. אין די קאמענטארן, האט ער אנטדעקט זיין אידענטיטעט, זיך אנגעבנדיג אלץ גארווי דעיוטס, און געשריבען דאס פאלגענדע: "דאס בין איך, און איך בין נישט געוועהן אויף דראגס. איך בין געקומען פון א לאנגע טאג אין קאלעדזש, זייער מיד, און איך האב איינגעדרימלט אויף דעם באצופאלדיגע מאן. איך געדענק גראדע ווען איך בין אנטדרימלט געווארן. הא הא! דאנקע צו דיך, און זאל ג-ט בענטשן דער מאן וועלכער האט מיך געלאזט דרימלען."

[center]*[/center]

טאמעס האדזשקינס האט צו א געלעגנהייט זיך אויסגעדרוקט: "פוילקייט ארבעט. און די בעסטע וועג עס צו איינגלידערן אין דיין לעבן מיט וואונדערליכע געזונטהייט בענעפיטן - פשוט כאפ א דרימל..."

ווינסטאן טשורטשיל, דער באקאנטע ענגלישע פרעמיער, האט געזאגט: "נאטור האט נישט אינזינען געהאט פאר מאנספערשוינען צו ארבעטן פון אכט אינדערפרי ביז האלבע נאכט אן די דערפרישענקייט פון א געבענטשטע אויסגאנג, וואס כאטש עס נעמט בלויז 20 מינוט איז עס שטאנדקראפטיג צו באנייען א קרעפטן פון די קערפער."

churchillportrait1.jpg


דרימלען איז געוועהן אזוי הייליג ביי טשורטשיל, אז ער האט אפילו געהאט א בעט אין די פארלימענטארעישע הויז! ער האט שטארק געגלויבט אז זיין זיג אין די שלאכט פון בריטאניע איז צו פארדאנקען די דרימל סעסיעס.

[center]*[/center]

טהאמעס עדיסאן האט זיך פיינט געהאט פאר זיינע דרימלעך. ער פלעגט ליב האבן זיך צו גרויסן ווי שווער ער ארבעט, וויאזוי ער שלאפט בלויז 3 אדער 4 שטונדעס א נאכט, און וויאזוי ער קען צומאהל ארבעטן פאר 72 שטונדעס אין א ציה! אבער וואס איז וואר, דאס שליסל צו זיין אויסטערלישע שעפערישקייט איז געוועהן עפעס וואס ער האט פיינט געהאט אויסצוזאגן און ער האט עס באהאלטן פון אנדערע: ער פלעגט דרימלען. יעדן טאג אן אויסנאם. איימאהל, ווען זיין פריינט הענרי פארד האט איהן אפגעשטאט א באזוך אין זיין לאברעטאריע, האט א העלפער פאר עדיסאן אפגעהאלטן פארד פון אריינגיין צו עדיסאן אין ארבעטס צימער, זאגענדיג אז עדיסאן שלאפט יעצט. זאגט פארד: "אבער איך האב געמיינט אז עדיסאן שלאפט זייער ווינציג?" אויף וואס דער העלפער האט געענטפערט: "יא, ריכטיג, ער שלאפט ווייניג, אבער דרימלען דרימלט ער אסאך..." - אן אנדערע ארבעטער פון עדיסאן האט צו א געלעגנהייט געזאגט דאס "עדיסאן'ס געניוס פאר שלאף איז גלייך צו זיין געניוס פאר אויפטרעפונגען!", ווייל עדיסאן האט געקענט איינשלאפען ווי איממער ער האט געוואלט, אויף א טיש, באנק, אדער אין א קלאזעט.

sleeping Edison (1).jpg


[center]*[/center]
פרעזידענט רעיגען, צוליב זיין הויכע עלטער ווען ער האט אמטירט אלס פרעזידענט, האט געהאט אויסצושטיין קריטיק פון מאנכע וועלעכע האבן געהאלטן אז ער האט נישט די לייצעס אין זיינע הענט, נאר ער שלאפט אפ זיין פרעזידענסי מיט אלט-מאן דרימלען. ווען פרעזידענט רעיגען האט פארלאזט זיין אמט, האט ער איבערגעלאזט א קליין צעטעלע אויף זיין בענקל אינעם אוועל אפיס, וואס האט זיך געליינט, מיט זיין טיפישע הומאר, "פּרעזידענט רעיגען סלעפּט היער"...

1986OvalOffice.jpg
[/justify]
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

הארציגער בן נריהו - א דאנק אייך! פון אייער ווערק, גענאסן - האב איך.
דאס צעטיילן אין דריי איז - ווארשיינליך - כדי לייקס מערער צו זאמלען, א יא? כ'האב טאקע אלע דריי געלייקט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

מפוזרי האט געשריבן:דאס צעטיילן אין דריי איז - ווארשיינליך - כדי לייקס מערער צו זאמלען, א יא? כ'האב טאקע אלע דריי געלייקט.

ניין. די וועבזייטל ערלויבט נישט שטעלן מער פון 5 בילדער פער אשכול.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

איך בעט אייך איבער! די לייקס האט איר פארדינט ערליך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

בן נריהו האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:דאס צעטיילן אין דריי איז - ווארשיינליך - כדי לייקס מערער צו זאמלען, א יא? כ'האב טאקע אלע דריי געלייקט.

ניין. די וועבזייטל ערלויבט נישט שטעלן מער פון 5 בילדער פער אשכול.

דא זע איך אז איר קענט יא א פליסיגן אידיש
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 553 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

Re: שלאף-שטונדע / פה-סח העפט

שליחה דורך נופת צופים »

קענען קען ער - דער בן נריהו - שוין איינמאל א אידיש - א נארמאלע - ווילן ווילט זיך אים - געווענליך - מיט א ספעציעלע טעם - שרייבן
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אי משום הא אינו ראי', דער ארטיקל איז היבש געטוישט און רעדאגירט געווארן דורך פישעלע הערינג און שמעקעדיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א הערליכע אינפארמאטיווע ארטיקל.

מי יתן והי' אז א באנק טעלער זאל איינדרימלען אויף דעם זערא קנעפל בשעת ער ווייערט אריין א פעימענט צו מיין באנק קאנטע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

Sleep has profound importance in our lives, such that we spend a considerable proportion of our time engaging in it. Sleep enables the body—including the brain—to recover metabolically, but contemporary research has been moving to focus on the active rather than recuperative role that sleep has o...

http://qz.com/380479/while-you-were-sle ... -overtime/
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

שמעקעדיג האט געשריבן:אי משום הא אינו ראי', דער ארטיקל איז היבש געטוישט און רעדאגירט געווארן דורך פישעלע הערינג און שמעקעדיג.

מיין ראיה איז געווען פון זיין תגובה אויף מפוזרי
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א זיסע ארטיקל, מקען זיך לייגן שלאפן מיט דעם..
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט