מיין רבי, מוהרא"ש - "פה-סח" #8
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
מיין רבי, מוהרא"ש - "פה-סח" #8
הגהות והערות זענען וועלקאום אויף מיין ארטיקל "מיין רבי, מוהרא"ש", וואס מען קען ליינען אינעם "פה-סח" אויסגאבע.
און אויך ווייטער אין דעם אשכול, חלק א', חלק ב'.
דער ארטיקל איז געשריבן געווארן גלייך פון הארץ ארויס. כ'האב נישט נאכגעקוקט אדער זיך נאכגעפרעגט אויף קיין איין דעטאל אינעם באשרייבונג. כ'האב זיך בלויז געזעצט שרייבן וואס עס איז מיר געליגן אויפן הארץ. די איבריגע הוספות ומילואים וועלן נאכפאלגן בעז"ה נאכדעם וואס איך וועל ארויפשטעלן דעם גאנצן ארטיקל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
יישר כוח!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
Re: מיין רבי, מוהרא"ש ("פה-סח" אויסגאבע)
הערליכע הערליכע ארטיקעל. בעיקר האט מיך געכאפט זיין פראקטישקייט און גרייטקייט צו העלפען יעדעם
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]עס איז א געוואלדיגע ארטיקל. עס איז געווען דער ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט און איך האב מיך באלעקט די פינגער מיט א יעדע איינציגע שורה. האסט ארויסגעברענגט אסאך ריכטיגע און וויכטיגע נקודות, און עס איז געשריבן געווארן גאר מקיף'דיג. נישט סתם שטותים און בלעבערייען ווי א חסיד שוטה. די הסבר פארוואס ער איז נישט קיין רבי איז זייער פארשטענדליך און קלאר. אגב, כ'האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער ווי דו שרייבסט אז ער פירט זיך נישט בטכסוסי רעביסטעווע ווייל ער איז נישט געגאנגען אויף וואקאציע. טאמבס אפ פאר דער שורה.
אויב עפעס קריטיק, איך וואלט מציע געווען אז אין דער נעקסטע טייל זאלסטו אריינשרייבן כאטש אפאר נעגאטיווע אספעקטן פון דיין רבי. עס וועט אים גארנישט קלענער מאכן, אדרבא עס וועט שטערקער ארויסברענגן זיינע מעלות אין קאנטראסט, און עס וועט מאכן דיינע ווערטער מער believable.
איך מוז אבער מעורר זיין אז די זהר וואס דו דערמאנסט בשם דיין רבי עקזיסטירט נישט. עס שטייט נישט אין ערגעץ אין די זהר אז "אלע צרות קומען אויף א שטוב וואו די פרוי שערט זיך נישט". די זהר זאגט אז די צרות קומען ווייל די האר איז אויפגעדעקט. מיר אלע ווייסן אז דאס האט גארנישט מיט שערן. עס זענען דא פרויען וואס זייער אפגעגאלטע טריפל זיראו האר שטעקט זיך ארויס ביי די זייטן, ביים מקום התפילין והעורף. ווידער זענען דא פרויען מיט לאנגע לאקעלעך וואס מען זעהט נישט זייער האר ווייל זיי גייען צוגעדעקט מיט שייטלען, סנודס, באנדאנעס וכדומה, אנשטאט די אומ'צניעות'דיגע טורבאנס און שפיצלעך. דיין ציטוט פון די זהר איז א סילוף.
פארוואס זאג איך דאס? ווייל עס איז וויכטיג צו מאכן זיכער אז אידן ווערן נישט חלילה נכשל מיט דער שרעקליכע מנהג פון פארעקלן א פרוי בעיני בעליה.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- ר' שלמה אבן גבירול
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
פישלע העררינג האט געשריבן:עס איז געשריבן אזוי גוט, אז כ'האב מיך גענומען ריוח בין פרשה לפרשה צו "דערהערן" וואס דו זאגסט וועגן איהם. לדוגמא, דאס וואס ער האט מעדיף געוועהן רעדן צום כלל ענדערש ווי צום פרט. אדער, לדוגמא, דאס וואס ער'ט זיך געפרעגט ביי אנדערע וויאזוי זיי טייטשען איהם אפ, וסיבר את אזנם אז זיין דרך איז פראקטישקייט וכו'. יישר כוח!
ייש"כ. אן אויסנאם האט ער געמאכט פאר מענטשן אין וועם ער האט געזען אז זיי וועלן ווייטער ממשיך צו פארשפרייטן זיינע לימודים, פאר זיי האט ער יא אוועק געגעבן צייט, וויסענדיג אז דאס איז לתועלת אויף ווייטער.
הוגה האט געשריבן:אויב עפעס קריטיק, איך וואלט מציע געווען אז אין דער נעקסטע טייל זאלסטו אריינשרייבן כאטש אפאר נעגאטיווע אספעקטן פון דיין רבי. עס וועט אים גארנישט קלענער מאכן, אדרבא עס וועט שטערקער ארויסברענגן זיינע מעלות אין קאנטראסט, און עס וועט מאכן דיינע ווערטער מער believable.
איך מוז אבער מעורר זיין אז די זהר וואס דו דערמאנסט בשם דיין רבי עקזיסטירט נישט. עס שטייט נישט אין ערגעץ אין די זהר אז "אלע צרות קומען אויף א שטוב וואו די פרוי שערט זיך נישט". די זהר זאגט אז די צרות קומען ווייל די האר איז אויפגעדעקט. מיר אלע ווייסן אז דאס האט גארנישט מיט שערן. עס זענען דא פרויען וואס זייער אפגעגאלטע טריפל זיראו האר שטעקט זיך ארויס ביי די זייטן, ביים מקום התפילין והעורף. ווידער זענען דא פרויען מיט לאנגע לאקעלעך וואס מען זעהט נישט זייער האר ווייל זיי גייען צוגעדעקט מיט שייטלען, סנודס, באנדאנעס וכדומה, אנשטאט די אומ'צניעות'דיגע טורבאנס און שפיצלעך. דיין ציטוט פון די זהר איז א סילוף.
ביזט גערעכט. איך האב זיך נישט גוט אויסגעדרוקט. אין יעדע בריוו וואו ער שרייבט וועגן זיך שערן ברענגט ער אראפ דעם זוהר ככתבו ולשונו, וועגן גיין מיט אויפגעדעקטע האר. ער לייגט נאר צו אז צוליב דעם איז בעסער אויב מען שערט זיך אינגאנצן וואס אזוי קען מען עס גרינגער פארדעקן.
האסטו שוין איין חסרון פון אים... אז ער האט געוואלט אז די פרויען זאלן שערן די האר..
לדוגמא איין בריוו איבער די נושא.
שאלה:
מאת צבי:
לכבוד הצדיק שלום וברכה.
יש לי רצון גדול שאשתי תעשה תגלחת, היא יודעת שזה מאוד חשוב לי והרבה פעמים אנחנו מדברים על זה. איך מסבירים לה את חשיבות הדבר? תודה, אשמח לתשובה. בקרוב
תשובה:
בעזה"י יום ג' לסדר וישב י"ז כסליו ה'תשע"ה
שלום וברכה אל צבי נ"י
לנכון קבלתי את מכתבך.
ידוע איך שהזוהר מקפיד מאוד מאוד שאישה לא יראו את שערות ראשה בחוץ, עד כדי כך שאמרו (זוהר נשא קכ"ה:) תונבא ליתי [קללה תבוא] על ההוא בר נש [על אדם] דשבק לאנתתיה [שמרשה לאשתו] דתתחזי משערה דרישה לבר [שיהיו שערות ראשה מגולות ויראו אותן בחוץ]. ודא הוא חד מאינון צניעותא דביתא [וזה אחד מהיסודות של הצניעות של בית יהודי], ואתתא דאפיקת משערא דרישה לבר [ואשה שמגלה את שערות ראשה לחוץ] לאתתקנא ביה [ליפות את עצמה בזה] גרים מסכנותא לביתא [גורמת עניות לבית] וגרים לבנהא דלא יתחשבון בדרא [וגורמת שהילדים לא יהיו מוצלחים, ולא יהיו חשובים בדור] וגרים מלה אחרא דשריא בביתא [וגורמת שהסטרא אחרא והחיצונים ישרו בבית, שהם מביאים מריבות]. מאן גרים דא? [מי גורם את כל הצרות האלו?] ההוא שערא דאתחזי מרישה לבר [השערות של האשה שרואים את זה בחוץ]. ומה בביתא האי [ואם כל הקללות האלו מדוברות כשהאישה הולכת מגולת שערות בבית] כל שכן בשוקא [על אחת כמה וכמה כשיוצאת בחוץ בגילוי שער, היא גורמת לעצמה ולבעלה ולהילדים צרות משונות] וכל שכן חציפותא אחרא [על אחת כמה וכמה כשהאישה הולכת בחציפות אחרת, היינו שמסתובבת על הרחוב בבגדים צמודים ושקופים וכו' כדי לגרות גברים, הרי זה גורמת שהחיצונים יתאחזו בה].
הרי שלך לפניך איך שהזוהר הקדוש מקפיד שלא יראו את השערות של האישה בחוץ שזה מעורר דינים ומביא את כל הצרות בבית, לזאת כל הנשים הכי חרדיות עושות תגלחת לגמרי וכו', וכדי שלא יתביישו הולכות עם פאה או עם מטפחת, וזה דבר גדול מאוד מאוד, אבל אי אפשר להכריח את האישה בשום פנים ואופן לעשות תגלחת, אלא לבקש ולהסביר לה בצורה יפה מאוד, ואם תרצה מה טוב ומה נעים, ואם לא תרצה גם כן לא כדאי לעשות בשביל זה מחלוקת בבית.
המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
זייער שיין און מסודר'דיג געשריבן.
קען מען אריינשיקן פראגעס פאר די נעקסטע חלק?
עס איז מיר געווען א שטיקל חידוש אז האסט נאר געשריבן איבער זיינע באציאונגען מיט רי"ל בענדער און נישט מיט רמ"ש קרעמער

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משולם שטיינפעלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
וועגן הוגה'ס נקודה פון חסרונות. איז שווער דאס צו בעטן פון א חסיד. חסרונות זענען על פי רוב נישט קיין פאקט וואס מען לאזט אויס אדער ווייסט נישט, נאר א וועג פון פארטייטשען א פאקט. אסאך זאכען למשל וואס ברסלבער איז משבח דארט קען דאך זיין א צווייטער זאל דאס אנקוקען פאר חסרונות. איך פאר זיך למשל אז ער שרייבט אז ער האט נישט ליב געהאט זיך אפצוגעבן מיט פריוואטע מענטשען נאר ליבערשט רעדן ברבים אדער שרייבען, בין איך געווען מסופק אויב דאס איז א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך, מ'קען עס אנקוקען פון ביידע וועגן. די זעלבע אנדערע פרטים. נאר אביסעל מער לשון הרע פון די מחלוקת וואלט נישט געשאדט.. עס איז זייער אומקלאר וואס איז בכלל געווען דער מדובר אויב איז עפעס געווען.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זייער שיין און מסודר'דיג געשריבן.
קען מען אריינשיקן פראגעס פאר די נעקסטע חלק?
עס איז מיר געווען א שטיקל חידוש אז האסט נאר געשריבן איבער זיינע באציאונגען מיט רי"ל בענדער און נישט מיט רמ"ש קרעמער
אדרבה ואדרבה, אויב דער עולם וועט שטעלן פראגן פאר די קומענדיגן חלק וועט עס מיר פיל פארגרינגערן דאס שרייבן, עס איז נאך דא אזויפיל צו שרייבן אז איך ווייס נישט וואו ממשיך צו זיין. אז דו וועסט פרעגן אויף געוויסע פרטים וועל איך גיין ווייטער אויף דעם מהלך.
ר' לוי יצחק בענדער איז א טייל פון די ביאגראפיע פון מוהרא"ש, ר"מ קרעמער איז אריינגעקומען אין בילד שפעטער, און האט נישט אזויפיל שייכות מיט די לעבנ'ס געשיכטע פון מוהרא"ש, ונוסף לזה בין איך נישט צופיל באקאנט מיט אים און מיט זיין שייכות צו מוהרא"ש.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ברסלבער האט געשריבן:אויסגערוט האט געשריבן:1) מיין רבי, מוהרא"ש
זייער שיין און פראפעשינאל באשריבן. הגם איך האב אים קיינמאל פערזענליך געטראפען איז אינטערעסאנט געווען זיך צו באקענען מיט זיין היסטאריע. איין זאך נאר, לויט די ארטיקל האט ער זיך נאר געשלאגן מיט מענטשן ווען ער האט געפילט אז מען וויל אים צוריקהאלטן פון דערהייבען אנדערע. אויב אזוי וואס איז פשט פון דער גאנצער חלק וואו ער שרייבט זייער שארף קעגן די וואס האבן זיך געשלאגען מיט אים "פערזענליך"
ער האט קיינמאל נישט גערעדט און געשריבן קעגן איינעם וואס האט אים פערזענליך געטשעפעט (כאטש וואס עס איז געווען גענוג אזעלכע).
אין צוואה שרייבט ער, וז"ל אני ברור שכל מי שמדבר עלי הוא פגום מאוד בפגם הברית וריח ניאוף נודף ממנו יהיה מי שיהיה, וכל מי שרק ידבר עלי בצואה רותחת ירתח.
און לפי השמיעה האט ער דאס געזאגט אויף הרה"צ ר' משה קרעמער,
אגב אז מען רעדט שוין פון די צוואה וואס איז פשט פון נישט דערמאנען שם אביו אויף זיין מצבה,
איך האב שטארק הנאה פון די בילדער פון הגרי"ם מורגנשטרן שטייט מיט אזא הכנעה ביי מוהרא"ש ווי אן אמת'ע תלמיד,
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[center]מיין רבי, מוהרא"ש
ערשטער טייל[/center]
[justify]"א שאד אז איך האב נישט געקענט דעם איד פערזענליך", "איך האב דאך געוואוינט אין איין שטאט מיט אים, א שאד אז איך בין נישט אמאל אריין געגאנגען צו אים", "א שאד אז איך בין נישט געגאנגען אמאל צו זיינס א שיעור". דאס זענען די אויסדרוקן וואס איך הער פון מענטשן די לעצטע חודש, נאכדעם וואס די ליכט האט זיך אויסגעלאשן, נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן אונזער רועה נאמן, א געטרייער פאסטוך וואס האט זיך אוועק געגעבן זיין לעבן, זיין משפחה, זיין געלט, זיין נאמען, אלעס כדי צו העלפן נאך א איד, צו געבן פאר נאך א איד דאס וואס ער האט באקומען פונעם הייליגן צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע.
דאס איז א דראסטישער טויש פון די וועג ווי אזוי מען האט גערעדט צו מיר איבער מיין רבי'ן, כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, די עטליכע צענדליג יאר ווען איך האב געהאט די זכי' זיך צו דרייען ביי דעם צדיק און נהנה זיין מאור תורתו, האב איך געהאט צו הערן און צו זינגען פון פילע א.ג. גוטע פריינד, וועלכע האבן מיר באמת נאר געוואלט ארויס העלפן און מיר אויפקלערן אז דאס איז נישט פאר מיר, דער פלאץ איז נישט געמאכט פאר מיר, דאס איז אפשר געמאכט פאר ספרד'ישע בעלי תשובות, דו ביזט דאך א נארמאלער היימישער אינגערמאן, עס שטייט דיר בכלל נישט גוט.
אבער די אלע גוטע אידן, וועלכע האבן מיר נאר געוואלט אויפקלערן אז איך זאל אוועקגיין פון מוהרא"ש, האבן נישט געהאט פאר מיר עפעס בעסערס, זיי האבן מיר נישט געקענט צושטעלן אן ערזאץ צו דאס וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש, זיי האבן נאר געוואוסט וואס נישט. וואס יא, האבן זיי מיר נישט געקענט געבן.
מענטשן האבן זיך געוואונדערט פארוואס איך גיי אזוי אין פייער פאר מוהרא"ש, אבער דער פאקט איז אז איך בין בכלל נישט געגאנגען אין פייער פאר אים, איך בין געגאנגען אין פייער פאר מיר אליין. אזוי ווי יעדער מענטש, האב איך אויך געוואלט האבן א געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות, און דאס האב איך באקומען במדה גדושה ביי מוהרא"ש, און דאס איז די סיבה פארוואס איך בין געגאנגען צו אים. נישט פאר זיין טובה, ער האט גארנישט געהאט פון דעם וואס איך בין געגאנגען צו אים, איך בין געווען ביי אים נאר פאר מיין אייגענע טובה. זיינע לימודים, זיינע דיבורים, זיינע ספרים, זיינע עצות אין לעבן, האבן מיר ממש אויפגעראכטן, עס האט מיר געשטעלט אויף די פיס.
צו באשרייבן מוהרא"ש איז ממש נישט מעגליך צו טון אין די ראמען פון איין ארטיקל, מען קען שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן צו שרייבן. אבער אויף וויפיל עס איז יא מעגליך וועל איך פרובירן צו שרייבן עטליכע קורצע שטריכן איבער דעם גרויסן מענטש.
מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אלס קינד האט ער נישט געהאט קיין חשק צו לערנען, ער איז געווען א גרויסער אנדרייער סיי אלס אינגל אין חדר אין ארץ ישראל און דערנאך אלס בחור אין ישיבה אין אמעריקע. כאטש וואס זיין טאטע איז געווען א גרויסער גאון. זיין טאטע, דער טאקאי'ער רב ז"ל, איז געווען א גרויסער ערליכער איד אשר לא פסיק פומיה מגירסא, ער פלעגט אויף זיין יעדן פארטאגס שוין אום צוויי אזייגער, ער פלעגט לערנען יומם ולילה ממש, אבער מוהרא"ש האט אלס קינד נישט געהאט צופיל געדולד צו זיצן ביי די גמרא, ער פלעגט אנפירן אלע קופקעס מיט בחורים און איז געווען דער הויפט פון אלע רעדלעך און שפיצלעך.
דאס אלעס האט זיך אבער געטוישט ווען ער האט געטראפן א ברסלבע ספר "משיבת נפש" ביי די עלטער פון זעכצן א האלב יאר, דער ספר האט געטוישט זיין לעבן אויף אייביג, ער האט אנגעהויבן זען אז עס איז דא עפעס בעסערס אויף דער וועלט, אז עס דא א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט אויף א גרינגע און געשמאקע וועג, עס איז דא א וועג פאר יעדן מענטש אן אויסנאם אז ער זאל אויך קענען אנקומען צו דאס מערסטע צו וואס א מענטש קען אנקומען אויף דער וועלט. און דערנאך האט ער צוביסלעך געטראפן נאך און נאך ברסלב'ע ספרים, און עס האט זיך געעפנט פאר אים א נייע וועלט.
מוהרא"ש האט דאן נישט געקענט קיין אנדערע ברסלב'ע חסידים, ער האט נאר געהאט די ברסלב'ע ספרים און דאס האט געלערנט און גע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, ער האט זיך געלייגט מיט דעם און אויפגעשטאנען מיט דעם, ביז עס איז אים געבליבן איינגעקריצט אין די בלוט, ער פלעגט זאגן אז ווען מען וועט אויפשניידן זיינע אדערן וועט נישט ארויס קומען בלוט, נאר ליקוטי מוהר"ן. ווען איך האב אים אמאל געפרעגט וויפיל מאל ער האט דורכגעלערנט ליקוטי מוהר"ן, האט ער מיר געענטפערט: "שער דיר אפ די האר פון קאפ, און צייל אפ די הארלעך, אזויפיל מאל האב איך געענדיגט ליקוטי מוהר"ן"...
מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט נישט געקענט פון אנהויב קיין ברסלב'ע חסידים, און אזוי האט ער געקענט אפלערנען די לימודים פון ברסלב אויף זיין אייגנארטיגע וועג, אן דעם וואס איינער זאל אים דארפן מסביר זיין וואס רבי נחמן האט געמיינט צו זאגן.
עס איז נישט קיין סוד אז אלע חסידות'ן האבן געטוישט זייער מהות אין די עטליכע הונדערט יאר וואס איז פארלאפן זינט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, דער גרינדער פון חסידות, האט געלעבט אויף דער וועלט. מיט די יארן איז צוגעקומען פארשידענע מנהגים און לבושים וועלכע האבן אוועק געשטעלט דאס חסידות, אזעלכע זאכן וועלכע האבן נישט פארנומען קיין שום פלאץ אין די פריערדיגע דורות אין חסידות.
היינט-צו-טאגס קען מען געווענליך זייער גרינג דערקענען אויף א חסידי'שן איד צו וועלכע חסידות ער באלאנגט, מען דארף נאר זען ווי אזוי ער גייט אנגעטון, וואס ער עסט שבת ביי די סעודה, און וועלכע נוסח ער דאווענט. עס איז זייער גרינג צו דערקענען אויף א מענטש צו וועלכע חסידות ער איז פארבינדען.
עס איז אבער איבריג צו זאגן אז דאס איז נישט חסידות, נישט דאס איז געווען דער ציל פונעם הייליגן בעל שם טוב ותלמידיו זי"ע, זיי זענען נישט געקומען אויסלערנען פאר אידן וועלכע סארט קוגל צו עסן, אדער אויף וועלכע זייט מען זאל שטעלן דעם שלייף אויפן הוט. זיי זענען געקומען אויף דער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, יעדער פון זיי האט געהאט אנדערע סארט מהלכים ווי אזוי דאס צו טון, און כולם אהובים כולם ברורים, אלע וועגן זענען גוט, ווי לאנג זיי ציען אלע צו איין ציל, צו אנקומען צו זיין נאנט צום אייבערשטן.
ברסלב'ע חסידות האט זיך אויך איר אייגענע מהלך ווי אזוי מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים, און ברסלב האט זיך גראדע מער געהאלטן צו די ליניע, און ווייניגער געווארן איבערגעמאכט צו א מאטריאלישע סיסטעם פון זמירות/לבושים/מנהגים, אבער נאך אלץ איז פאקטיש כמעט אוממעגליך אז א חסידות זאל זיך האלטן נאר צו עבודת ה', אן אריינמישן זייטיגע זאכן, און דאס האט מוהרא"ש אויסגעמיטן דורך דעם וואס ער האט בכלל נישט געקענט קיין ברסלב'ע חסידים. ממש אין אנהויב האט ער בכלל נישט געוואוסט אז עס דא אזא זאך ווי א גרופע ברסלב'ע חסידים, ער האט געמיינט אז דאס זענען נאר ספרים וואס דערציילן און דעקן אויף גוטע פיינע לימודים, אבער אפילו אביסל שפעטער האט ער נישט געקענט קיין ברלסב'ע מענטשן, ער האט נישט געוואוסט צו זאגן פון קין שום ברסלב'ע מנהגים, ער האט זיך נאר אריינגעטון אין די ברסלב'ע ספרים, און מיט דעם האט ער זיך אליין אויסגעשניטן א וועג צו דינען דעם אייבערשטן, און דער וועג האט ער אנגעהאלטן עד ליומו אחרון.
דער וועג וואס ער האט זיך אויסגעטרעטן פון רבי נחמנ'ס ספרים, האט ער נישט געהאלטן בלויז פאר זיך, ער האט דאס ווייטער געוואלט איבערגעבן פאר נאך אידן. אין יענע יארן איז ברסלב געווען זייער אומבאקאנט, אין ארץ ישראל איז נאך געווען עטוואס א גרעסערע אנוועזנהייט פון ברלסב'ע חסידים, אבער אין אמעריקע האט מען כמעט גארנישט געוואוסט איבער ברסלב.
ראש השנה, אין די יארן ווען דער שטאט אומאן איז געווען פארשלאסן אונטערן אייזערנעם פורהאנג, זענען זיך צאמגעקומען אלע ברסלב'ע חסידים פון אמעריקע און קאנאדא צו דאווענען אינאיינעם, און די אלע אידן צוזאמען האבן קוים משלים געווען צו א מנין.
ווען מוהרא"ש האט אלס בחור געוואלט שאפן א ליקוטי הלכות האט עס אים גענומען עטליכע יאר ביז ער האט געקענט צאמקראצן דעם גאנצן סעט, און דעריבער האט אים זייער געברענט אז אזוי ווי ער איז געוואויר געווארן פון אזא געוואלדיגע ליכט, פון אזא רבי'ן וואס קען אזוי שטארק ארויס העלפן מענטשן, זאלן נאך אידן אויך וויסן פון דעם.
די ערשטע זאך וואס ער האט אנגעהויבן צו טון דערצו איז געווען צו דרוקן די ברסלב'ע ספרים, אין גאר אלטע ברסלב'ע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין אמעריקע קען מען נאך זען ביי די פרעמונאנטן אז הבחור אליעזר שלמה האט ארויסגעהאלפן מיט די הוצאות הדפוס. נאך די חתונה האט ער זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן צו דרוקן אלע ברסלב'ע ספרים, אין איין יאר האט ער געלאזט דרוקן פינף-און-אכציג טויזנט ספרים, ער האט דאן אפגעדרוקט אלע ברסלב'ע ספרים, און עס פארקויפט פאר אונטער די קאסט פרייז, מיטן איינעם ציל אז עס זאל זיין בנמצא צו קויפן דכל מאן דבעי.
ער האט זיך דאן אריינגעלאזט אין חובות פון ניינציג טויזנט דאלער, דאס איז גאר אסאך געלט אפילו פאר א היינטיגער פרישער אינגערמאן, און זיכער אין די דעמאלט'דיגע צייטן ווען א פלאש מילך האט געקאסט א קוואדער, און צו פארן מיט די טרעין האט געקאסט פופצין צענט. קיין לחם לאכול האט ער נישט געהאט, ער פלעגט דערציילן אז אסאך מאל האט ער געפראוועט דעם שבת מיט מצות און סארדינס-פיש, נישט האבענדיג דאס געלט פאר עפעס מער ווי דעם.
עס איז אים אבער גארנישט אנגעגאנגען, ער האט נאר געהאט איין ציל פאר די אויגן. אז די לימודים פון רבי נחמן מברסלב זי"ע זאל אריינגיין אין די וועלט, און ער איז גרייט געווען צו צאלן סיי וועלכע פרייז עס פארלאגט זיך נאר פאר דעם.
די מהלך פון מוהרא"ש
ווי געזאגט האט מוהרא"ש געהאט זיין אייגנארטיגן מהלך, ווי אזוי ער האט אפגעלערנט רבי נחמנ'ס ספרים, און ווי אזוי ער האט עס איבער געגעבן ווייטער.
רעדן צום אייבערשטן - דער הויפט זאך איז פארשטייט זיך התבודדות, צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש. אנדערש אבער ווי עס איז געווען אנגענומען אין די טראדיציאנעלע ברסלב אז התבודדות מיינט דוקא צו גיין ביינאכט אין וואלד און דארט רעדן צום אייבערשטן, האט ער עס אפגעלערנט אז מען זאל רעדן צום אייבערשטן וואו אימער מען געפונט זיך, מען זאל פארבינדען דאס גאנצע לעבן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס מען טוט זאל מען עס טון מיטן אייבערשטן, איידער מען טוט עפעס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל מצליח זיין, און דערנאך זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן, און אזוי ביי יעדע מצב, ביי סיי וועלכע פאסירונג אין לעבן זאל מען זיך פארבינדען און עס דורכרעדן מיטן אייבערשטן.
באמת זאגט דאס רבי נחמן אן א שיעור מאל אין זיינע ספרים, עס איז אבער דא איין תורה אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א נ"ב) וואו רבי נחמן רעדט דארט פון דעם ענין צו רעדן צום אייבערשטן דוקא אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט אפילו בייטאג. און ווי עס זעט אויס איז דוקא די זייטיגע זאך געווארן אנגענומען אין ברסלב אז דאס איז וואס מיינט התבודדות.
מוהרא"ש פלעגט דאס אייביג אוועק מאכן זאגנדיג אז דאס איז זייער נאריש צו ווארטן צו רעדן צום אייבערשטן דוקא נאר ווען מען גייט אין וואלד, און ספעציעל אז היינטיגע צייטן איז דאס זייער שווער מקיים צו זיין. און נאכדערצו אז מען טוט דאס מיט א גאנצע גרופע אינאיינעם אז מען לאזט זיך ארויס מיט א ווען צום וואלד, וואס דאס נעמט אוועק פון דעם עיקר יסוד פון התבודדות, וואס דאס איז אז דער מענטש איז זיך מייחד מיטן אייבערשטן מיט אן אמת, נאר דער מענטש מיטן אייבערשטן אליינס, און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צו אים, וואס ווען מען גייט א גאנצע גרופע אינאיינעם איז דאס זייער ווייט פון אמת.
סדר דרך הלימוד - די צווייטע זאך מיט וואס מוהרא"ש האט זייער שטארק אריינגעארבעט איז געווען מיטן "סדר דרך הלימוד". אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו) ברענגט רבי נתן אז רבי נחמן האט געהאט א דרך הלימוד ווי אזוי צו לערנען אויף א שנעלע און גרינגע וועג, מער בכמות ווי באיכות, ער זאגט אז ווען מען לערנט און מען ענדיגט אסאך מאל א ספר וועט מען מער מצליח זיין דאס גוט צו קענען, ווי ווען מען וועט זיך אפשטעלן ביי יעדן שטיקל באזונדער און נישט גיין ווייטער ביז מען פארשטייט עס. רבי נחמן דרוקט זיך דארט אויס נאך מער, אז מען דארף נאר זאגן די ווערטער אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, און צום סוף, נאך אסאך לערנען, וועט מען שוין סיי ווי פארשטיין.
מוהרא"ש האט אנגענומען די שיחה פשוטו כמשמעו אז מען קען טאקע זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט. דער דרך הלימוד איז אפיציעל נישט געווען אנגענומען אין די מעינסטרים ברסלב פאר לאנגע יארן, כאטש וואס טייל האבן גע'טענה'ט אז רבי נחמן האט נישט ממש געמיינט אז מען זאל נאר זאגן די ווערטער אן פארשטיין, ער האט נאר געמיינט אז מען זאל נישט לערנען גאר בעיון, צו מאכן א סטאנציע ביי יעדע שטיקל גמרא, אבער דער אמת איז אז אויף סיי וועלכע וועג מען זאל נאר וועלן אפטייטשן די שיחה, איז עס נישט געווארן אנגענומען אין ברסלב, און דאס האט מוהרא"ש צוריק מחדש געווען. ער האט זייער אסאך גערעדט פון דעם אז מענטשן גייען ליידיג און עס קען דורכגיין טעג און וואכן, חדשים און יארן, און מען זאל נישט עפענען א אידיש ספר, ווייל ווי לאנג א מענטש וויל זיך מסדר זיין אז ער זאל האבן א נארמאלע צייט און א נארמאלע חברותא אז ער זאל זיך קענען געהעריג זעצן לערנען, דערווייל גייט דורך יארן און מען טוט גארנישט. אבער מיט דעם דרך הלימוד, דארף מען נישט זיין מסודר, מען דארף נישט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, מען דארף בלויז עפענען דעם ספר און זאגן די ווערטער.
די אלע וועלכע האבן אים געפאלגט און אויספרובירט דעם סדר דרך הלימוד, זיי קענען עדות זאגן אז זיי האבן גוט אויסגענוצט די צייט און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים און בקי בכל מקצועות התורה, בלויז פון זאגן אליין.
מוהרא"ש אליין איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל אויף דעם, עס איז ברייט באקאנט אז ער איז געווען א בקי נפלא בכל מכמני התורה, די גאנצע תורה איז געווען אפן פאר זיינע אויגן. ער האט געהאט א מנהג דורכצולערנען יעדע איינציגסטע ספר וואס איז נאר ארויסגעקומען אויף דער וועלט. ער האט געהאט אן אפמאך מיט עטליכע גרויסע דיסטריביוטערס פון ספרים, וועלכע האבן אים געברענגט יעדע ספר וואס איז נאר ארויסגעקומען. אזוי ווי רבי נחמן האט געזאגט אז א איד דארף דורכגיין יעדע ספר, אז ער זאל קענען זאגן אויף יענע וועלט אז ער איז געווען אין אלע ווינקלען פון די תורה.
אויסער דעם האט ער זייער שטארק גערעדט פון זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דאס איז אן ענין וואס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן קפ"ה) אז רבי נחמן האט געגעבן א תיקון פאר אסאך אנשי שלומינו, אריינגערעכנט פאר רבי נתן, אז זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות. די תלמידי היכל הקודש קען מען דערקענען מיט דעם וואס זיי האלטן שטענדיג ביי זיך א משניות און ווען זיי האבן א מינוט ליידיג וועלן זיי אריינכאפן עטליכע פרקים משניות. איך קען פערזענליך אינגעלייט וועלכע האבן שוין געענדיגט ששה סדרי משנה הונדערטער מאל, און זיי קענען קלאר פון אויסענווייניג גאנץ משניות. פון אזויפיל זאגן און זאגן ווערט מען קלארער און קלארער ביז מען קען עס שוין גוט בעיון אויך.
פראקטישע לעבן - מוהרא"ש האט אויך זייער שטארק מדריך געווען זיינע מענטשן צו א פראקטישע לעבן, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אינעם טאג טעגליכן לעבן, און נישט ווערן פארלוירן אין קיין שום מצב. עס איז זייער שווער אראפצושרייבן אלעס וואס ער האט געלערנט זיינע מענטשן אין דעם הינזיכט, יכלה הזמן והם לא יכלו, אבער דאס איז קלאר אז איינער וואס איז רעגלמעסיג געגאנגען צו זיינע שיעורים האט געהאט גאר אן אנדער סארט לעבן, זיינע ארומיגע האבן באווינדערט ווי אזוי דער מענטש קען זיך אן עצה געבן אין יעדע סארט מצב און ווערט קיינמאל נישט פארלוירן.
קודם כל דאס רעדן צום אייבערשטן אליין געבט פארן מענטש א געוואלדיגע זעלבס-זיכערקייט, עס שטעלט אים אויף די פיס ער זאל וויסן אז ער איז נישט אליין, ער האט א סעד לתומכו, דער אייבערשטער איז שטענדיג צו זיין זייט און ער קען זיך אייביג ווענדען צו אים.
דערנאך האט מוהרא"ש זייער אסאך גערעדט וועגן שלום בית. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אז ווער עס איז א ברסלב'ער אפעקטירט עס זיין שלום בית צום שלעכטן, איז אבער ביי די תלמידי היכל הקודש געווען פונקט פארקערט. א תלמיד היכל הקודש האט זיך אייביג אויסגעצייכנט אין שלום בית און איז געווען א מוסטער פאר אסאך אנדערע ווי אזוי צו האנדלען מיט א ווייב אויפן שענסטן און בעסטן אופן. דאס איז געווען א נושא פון וואס מוהרא"ש פלעגט גאר אסאך רעדן, ער האט מדריך געווען זיינע תלמידים אלע עצות און וועגן ווי אזוי צו האבן א גליקליכע פאמיליע לעבן, דאס איז א זאך וואס מען קען נישט באצאלן, דער וואס האט עס באקומען פון אים.
אויסער דעם זענען געקומען צו אים אסאך פרעמדע מענטשן אויף הילף אין שלום בית, און ער האט קיינמאל נישט אפגעזאגט קיינעם, ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין גבאי וואס זאל שטיין ביי זיין טיר, יעדער האט געקענט אריינקלאפן ווען מען האט געוואלט, און אים אויפהאלטן ווי לאנג מען האט געוואלט, און ער האט פרובירט זיכער צו מאכן אז יענער גייט ארויס צופרידן און באקומט א גליקליכע לעבן.
ער האט געהאלטן אז שלום בית איז דער יסוד פון א מענטש, אן שלום בית האט דער מענטש נישט קיין מח, ער קען נישט טראכטן גלייך, און ער קען נישט אנגיין אין לעבן, א מענטש וואס האט נישט קיין גוטע שלום בית, קען נישט מצליח זיין נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.
ער פלעגט זאגן אז אהרן הכהן, וועלכער פלעגט מאכן שלום בית, האט געדארפט אפוואשן קודם זיין הענט און די פיס ביים כיור. דאס מיינט אז איינער וואס מאכט שלום בית דארפן זיינע הענט זיין ריין נישט צו נעמען קיין געלט פארן העלפן א צווייטנס שלום בית. און אויך דארף מען וואשן די פיס, נישט צו שוינען קיין טירחא, אפילו מען דארף דערפאר אסאך גיין און קומען מיט די פיס, זאל מען אלעס אוועק געבן אויף צו העלפן א צווייטן איד. און דעריבער איז ער זייער ברוגז געווען אויף די שלום בית מאכערס וועלכע נעמען געלט, ער האט גע'טענה'ט אז איינער וואס נעמט געלט האט דאך נישט קיין שום אינטערעסע צו מאכן שלום בית, אדרבה, ווי לענגער ער ציהט אויס די סעשאנס, אלץ מער געלט ווער ער דאך מאכן.
און דאס האט ער טאקע אליין מקיים געווען. ער האט אוועקגעגעבן זייער אסאך צייט צו העלפן אידן מיט שלום בית פראבלעמען, און ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין פרוטה דערפאר. ער האט געהאלטן אז כמעט יעדע שלום בית קען מען צוריק שטעלן. כאטש וואס יעדער כלל האט אויך א יוצא מן הכלל, עס איז געווען געציילטע פעלער וועלכע ער האט אויך געהאלטן אז מען דארף זיך גט'ן, אבער רובו דרובו פעלער האט ער מצליח געווען אויסצוהאמערן א שלום בית.
ער האט געזאגט אז אפילו ווען נאר איינער פון די פאר-פאלק האט אביסל שכל און קען אביסל נאכגעבן, קען מען אלעס פארגלייכן. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה וואס איז געווען נישט לאנג פאר זיין הסתלקות, ווען א אינגערמאן איז געקומען מיט א ויצעקו אז ער מוז זיך גט'ן ווייל זיין ווייב וויל זיך נישט שערן די האר, און מוהרא"ש האט אים געזאגט אז פאר דעם גט מען זיך נישט, ער זאל איר לאזן טון ווי אזוי זי פארשטייט און ער זאל נאר בעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך יא וועלן שערן.
דאס איז געווען טראץ דעם וואס מוהרא"ש איז געווען גאר גאר שארף אז פרויען מוזן זיך שערן, ער האט איינגעפירט אפילו ביי די ספרדים אין ארץ ישראל אז זיי זאלן זיך אלע שערן, כאטש וואס ביי זיי איז נישט געווען אזוי די מסורה, ער האט כסדר נאכגעזאגט דעם זהר אז אלע צרות קומען אויף א שטוב ווי די פרוי שערט זיך נישט. אבער ווען עס איז געקומען צו שלום בית האט ער געהאלטן אז מען דארף טון אלעס וועס מעגליך צוריק צו שטעלן א שטוב.
מוהרא"ש אליין נאך זיין חתונה האט זיין ווייב געוואלט אז ער זאל גיין מיט די פיאות אויף די אויער, אזוי ווי עס איז געווען גלייך נאך די מלחמה און זי האט זיך געשעמט אז ער גייט מיט אראפגעלאזטע פיאות. און טראץ דעם וואס ער האט זייער שטארק געוואלט גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות, א זאך וואס רבי נחמן האט גערעדט דערוועגן, האט ער אבער יא ארויפגעלייגט די פיאות צו צופרידן שטעלן זיין ווייב, און ער האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל מסכים זיין צו אראפגעלאזטע פיאות, ביז זי האט זיך געטוישט.
דאס איז נאר קליינע דוגמאות אחד מני אלפי אלפים, וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי אזוי ער האט מדריך געווען זיינע אינגעלייט צו שלום בית. זיינע עצות און הדרכות קען מען זען אין דעם ספר "אוצר שלום בית".
א אינגעמאן, וואס באלאנגט צו אן אנדערע פראקציע אין ברסלב, האט מיר אמאל געפרעגט פארוואס ער מיט זיינע חברים מוטשענען זיך אזוי שטארק צו פארן אויף אומאן, די פרויען זענען זייער ברוגז אז די מענער פארן אויף אומאן, און זיי פרובירן דאס צו שטערן מיט אלע מיטלען, ווידער ביי תלמידי היכל הקודש, זענען כמעט אלע פרויען אזו שיין מסכים, זיי שטעלן זיך אזוי שיין צו צו די מענער.
האב איך אים געזאגט אז דאס איז זייער פשוט, אויב דער מאן פירט זיך אויף שיין די גאנצע יאר, און זיין ווייב זעט און פארשטייט אז ברסלב העלפט אזויפיל ארויס צו זייער שיינע לעבן, דעריבער ווען עס קומט ראש השנה וועט זי זייער גערן מסכים זיין אז ער זאל פארן. אויב אבער דער מאן פירט זיך אויף ווי א חי' א גאנץ יאר, און עס קומט ראש השנה און ער וויל פארן אויף אומאן, וועט זי אוודאי אויסנוצן די געלעגנהייט אים צוריק צו לערנען.
און אזוי האט ער מדריך געווען זיינע מענטשן אין יעדע פרט אין לעבן, ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אז זיי זאלן מצליח זיין אין לעבן. ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט געלט זאכן נישט אריין צו פאלן אין חובות, און אויב מען איז יא אריינגעפאלן ווי אזוי ארויסצוקריכן. עס וועט זיך פארלאנגען עטליכע באזונדערע לענגערע ארטיקלען אראפצושרייבן זיינע עצות והדרכות אין יעדע פרט אין לעבן, וואס ווען א מענטש האט דאס אריינגענומען אין קאפ האט דאס אים געשטעלט אויף די פיס, און אים ארויס געהאלפן צו יעדע צייט, און אין יעדע מצב אין לעבן.
אויך האט ער זייער אסאך גערעדט פון כיבוד אב ואם. כאטש וואס ליידער זענען אסאך עלטערן נישט מסכים אז זייערע קינדער זאלן זיך דרייען אין ברסלב, צוליב דעם שלעכטן נאמען וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף די ברסלב'ע, און ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע האט יעדער מענטש די רעכט צו גיין צו וועלכן רבי'ן ער פילט אז דארט וועט ער קונה זיין תורה ויראה, כאטש וואס זיין טאטע איז נישט מסכים, האט אבער מוהרא"ש אייביג געזאגט אז דאס מיינט נישט אז מען דארף נישט מכבד זיין די עלטערן. און דאס איז אויך איינס פון די זאכן מיט וואס א תלמיד היכל הקודש שטארט ארויס אז זיי זענען גאר שטארק מכבד די עלטערן.
אזוי ווייט אז אפילו די בעלי תשובה אין ארץ ישראל, וואס זייערע עלטערן זענען נאך ליידער זייער ווייט פון אידישקייט, האט מוהרא"ש אייביג זיי געזאגט אז זאלן נישט אפהאקן מיט די עלטערן, נאר ווייטער גיין צו זיי און זיי מכבד זיין. עס איז דא פילע בריוון אין אשר בנחל פון אזעלכע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן מוהרא"ש ווי אזוי זיי זאלן זיך פירן ביים גיין צו די עלטערן אויף פסח ווען די עלטערן האבן ליידער חמץ אין שטוב וכדומה. מוהרא"ש האט אייביג געזאגט אז מען דארף זיך האלטן נאנט מיט פאמיליע אפגעזען די דיפערענסן וואס איז דא צווישן זיי.
די גרינגסטע און די פראקטישסטע
איך בין געווען אמאל אין שטיבל ביי מוהרא"ש אינאיינעם מיט נאך עטליכע תלמידים, אינמיטן די שמועס האט מוהרא"ש געפרעגט פון איינעם: "וואס איז מיין עיקר זאך?", יענער האט געענטפערט צו רעדן צום אייבערשטן, אבער מוהרא"ש האט אים געזאגט אז נישט דאס מיינט ער. "אפשר זיך נישט צו לאזן נארן אויף דער וועלט?" – האט יענער פרובירט צו זאגן, אבער מוהרא"ש האט דאס אויך אפגעווארפן, אזוי האט ער ווייטער פרובירט ארויפצוברענגען נאך טעמעס פון וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן, אבער מוהרא"ש האט אויסגעפירט און געזאגט: "מיין זאך איז צו מאכן דאס לעבן די גרינסטע און די פראקטישסטע.
מען האט אים דאן געברענגט א ניי-געדרוקטן "תיקון ליל שבועות". יעדעס יאר פאר שבועות פלעגט מוהרא"ש רעדן איבער די גרויסקייט פון זיין אויף די הייליגע שבועות ביינאכט, און איבער דעם ענין אז מען זאל אין די נאכט דורכגיין תורה נביאים וכתובים די ערשטע און די לעצטע פסוק, מוהרא"ש האט דאס גענוצט אלס משל פון וואס מען קען זען אז כל המוסיף גורע. גוטע אידן האבן געוואלט צולייגן נאך צו זאגן אין די נאכט, אז מען זאל האבן מיט וואס אנצופילן די נאכט, האט מען צוגעלייגט צו זאגן די ערשטע דריי פסוקים און די לעצטע דריי פסוקים פון יעדע פרשה, אויסער דעם האט מען אויך צוגעלייגט נאך גאר אסאך שטיקלעך וואס האבן עטוואס א שייכות מיט שבועות אדער מיט קבלת התורה, אז דאס זאל מען אויך זאגן, דערנאך איז צוגעקומען צו זאגן די משניות און אזוי ווייטער.
דאס איז זיכער צוגעלייגט געווארן מיט גוטע כוונות, אבער דער פאקט האט געוויזן אז ווייניג אידן האבן געדולד צו זאגן דעם גאנצן גראבן תיקון, און דעריבער זאגט מען גארנישט. פלעגט מוהרא"ש זאגן אז מען זאל צוריק גיין צו די ארגינעלען תיקון ליל שבועות, און זאגן נאר איין פסוק פון אנהויב פרשה און איין פסוק פון סוף פרשה, און משניות קומט בכלל נישט אריין דא צום תיקון. העכסטנס קען מען זאגן די תרי"ג מצות, אזוי ווי מען גייט מקבל זיין די תורה זאל מען מקיים זיין דעם ונשלמה פרים שפתינו, דורכן זאגן די תרי"ג מצות.
מיט עטליכע יאר צוריק האט איינער אפגעדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט געהאלטן מ'זאל עס זאגן, און ער האט דאס דאן אריבערגעברענגט פאר מוהרא"ש, פון וואס ער האט געהאט גאר גרויס הנאה, און דאן האט ער ארויסגעברענגט אז דאס איז זיין זאך צו מאכן דאס אידישקייט דאס גרינגסטע און פראקטישסטע וואס מעגליך.
דאס איז אזוי ווי רבי נחמן פלעגט אלץ זאגן און ער שרייבט דאס אויף אסאך פלעצער אז הלוואי זאל מען זיין כאטש א פשוטער איד און מקיים זיין בלויז די תרי"ג מצות אן צולייגן סיי וועלכע הוספות.
מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן פון מעביר סדרה זיין, וואס אין שו"ע איז גע'פסק'נט אז מען קען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, מען קען זאגן יעדן טאג א שטיקל חומש שנים מקרא ואחד תרגום, און ביז סוף וואך איז מען פארטיג. דאס וואלט יעדער געקענט באווייזן, נאר אזוי ווי מען האט צוגעלייגט די חומרא פון אריה"ק אז מען זאל עס טון דוקא פרייטאג, א צייט וואס יעדער איז זייער פארנומען, דעריבער זענען רוב מענטשן בכלל נישט מעביר סדרה. ווען מען זאל ווען אבער טון בלויז ווי די טרוקענע שו"ע וואלט מען אסאך בעסער געשטאנען.
און די זעלבע האט ער נישט געהאלטן פון קיין שום חומרות, אפילו אויף פסח, אזוי ווי רבי נחמן האט געזאגט אז חומרות נעמען נאר אוועק פונעם אייבערשטן, מען ווערט ביזי מיט אלע טפלים און מען פארגעסט פונעם עיקר אז די תורה און מצות דארף דערנענטערן א מענטש צום אייבערשטן.
אויך איז מוהרא"ש געווען זייער ברוגז אויף די מדריכים פון חתן-כלה וועלכע לייגן צו בערג מיט מנהגים און חומרות שלא שערים אבותינו, און דאס הרג'ט אפ גאנצע דורות, ער פלעגט זיך זייער שארף אויסדרוקן קעגן די אלע מדריכים. ער פלעגט נאכזאגן וואס רבי אברהם ב"ר נחמן, איינער פון די פריערדיגע ברסלב'ע מנהיגים, פלעגט זאגן פאר חתנים וועלכע זענען געקומען צו אים בעטן הדרכות: "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות" - דאס איז די גאנצע וואס מען דארף זיך היטן, נאר פון כריתות. ער פלעגט זאגן אין קורצן: "ווען מען טאר נישט, טאר מען גארנישט, און ווען מען מעג, מעג מען אלעס".
מוהרא"ש האט אויך נישט געהאלטן פון כוללים, ער האט געזאגט אז א אינגערמאן וואס האט אונטער געשריבן א כתובה, דארף ארויסגיין ארבעטן א טאג נאך די שבע ברכות און אהיים ברענגען געלט אין שטוב. א כולל איז נישט געמאכט צו לערנען נאר צו פארברענגען די צייט. איינער וואס האלט ביי לערנען וועט לערנען אויך אן א כולל, און איינער וואס האלט נישט ביים לערנען וועט אים די כולל גארנישט צוהעלפן.
ברסלב איז נישט קיין חסידות
איינע פון די סאמע יסודות וואס מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט איז געווען אז ברסלב איז נישט קיין חסידות און נישט קיין פארטיי, ברסלב איז נאר עצות און לימודים ארויסצוהעלפן א מענטש אין לעבן, אז ער זאל קענען אויף א גרינגע וועג ווערן נאנט צום אייבערשטן און מצליח זיין אין לעבן. און דעריבער האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין שום פון די היינטיגע מהלכים אין חסידות, זיינע מענטשן זענען געבליבן מיט אלע זייערע מנהגים וואס זיי האבן געהאט פון זייער מסורה און חסידות, נאר זיי האבן אריין גענומען אין זיך אויך די לימודים וואס האט זיי געהאלפן אין לעבן.
עס איז זייער שווער צו דערקענען אז איינער באלאנגט צו מוהרא"ש, נאכדעם וואס א תלמיד פון מוהרא"ש וועט גארנישט טוישן אינען טאקטישן לעבן, נאר דאס אז ער וועט ווערן מער ערליך און וואויל, ער וועט זיין מער א נוח לשמים ונוח לבריות. דאס איינציגסטע וואס מען קען עכט דערקענען איז דאס פארן ראש השנה אויף אומאן.
פון די אנדערע זייט האט דאס אבער געמאכט אז זייער ווייניג מענטשן זענען געבליבן ביי מוהרא"ש, צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך דורך געדרייט ביי מוהרא"ש במשך די יארן, אבער זייער ווייניג זענען געבליבן מקושר צו אים, נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין סטרוקטור, א פרעים וואס זאל צוזאם האלטן זיין עולם.
מענטשן וועלכע זענען געווען צובראכן, זיי זענען דורך געגאנגען שוועריקייטן אין לעבן, זענען געקומען צו אים און זיך אנגעפילט מיט חיזוק, און איינמאל זיי האבן זיך געשטעלט אויף די פיס, האבן זיי שוין נישט געהאט וואס צו זוכן דארט, זיי האבן גענומען די חיזוק און זיך ווייטער געגאנגען זייער וועג. דאס איז געווען בעיקר ביי אשכנזים, ביי די ספרדים אין ארץ ישראל איז אנדערש ווייל זיי זענען געווענליך געקומען פון פרייע שטובער, און זיי האבן נישט געהאט וואו צוריק צו גיין, און כאטש וואס א חלק פון זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין אנדערע פראקציעס אין ברסלב, וועלכע האבן יא א פרעים און א סיסטעם, זענען אבער א גרויס טייל יא געבליבן ביי מוהרא"ש.
מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די וואס גייען אוועק פון אים, ער פלעגט זיך בארימען אז יעדער וואס האט זיך נאר דורך געדרייט ביי אים האט למעשה אריינגעכאפט צום ווייניגסטנס איין מאל ששה סדרי משנה, און נאך פולע גוטע זאכן, קיינער איז נישט אוועק געגאנגען מיט ליידיגע הענט. אבער דאס האט יא געברענגט דערצו אז מוהרא"ש זאל ווי ווייניגער וועלן רעדן פריוואט צו מענטשן, ער האט געהאלטן אז עס איז א שאד צו פארברענגען די צייט מיט א פריוואטע מענטש וואס וועט ווארשיינליך מארגן אוועקגיין, ענדערש האט ער גערעדט זיינע זאכן ברבים, וואס ווערט אפגעטעיפט און קען ווערן ווייטער פארשפרייט, און רוב פון זיינע שיעורים ברבים איז געווארן אפגעשריבן און געדרוקט אלס א קונטרס, וואס דאס איז ווייטער צושפרייט געווארן פאר אסאך מענטשן, און ער האט זיך אסאך פארנומען מיט שרייבן ספרים.
אין זיין שטוב וואו ער האט אויפגענומען מענטשן און געשריבן ספרים האט ער שטענדיג געהאט א צעטל אויפן טיש: "הדיבור הולך לכל הרוחות, והכתב נשאר לדורי דורות", דאס איז געליגן אונטער די גלאז וואס האט איבערגעדעקט זיין טיש, וועלנדיג זיך שטענדיג דערמאנען אז עס איז א שאד יעדע מינוט צו פארברענגען מיט מענטשן אין די צייט וואס מען קען שרייבן נאך ספרים און דאס וועט בלייבן אויף אייביג.
און ער האט טאקע געשריבן גאר אסאך ספרים, גוזמאות פון ספרים, פון וועלכע נאר א קליין חלק איז דערווייל געדרוקט געווארן. ער האט געשריבן ספרים אויף זייער אסאך פארשידנארטיגע אופנים, אז עס זאל זיין פאר יעדן מענטש וואס צו טרעפן. פון איין זייט איז דא די קונטרסים וועלכע זענען געשריבן אויף גאר אן איינפאכע שפראך, א שפראך וואס רעדט טייל מאל נאר צו פרייע וכדומה, אדער צו איינעם וואס איז גאר שטארק צובראכן. דערנאך איז דא די בריוון אין "אשר בנחל" וועלכע זענען אויף אביסל א העכערע לעוול, זייער קאלירפול מיט פארשידענע עצות און הדרכות אויף אלע אספעקטן אין לעבן.
די בריוון אין אשר בנחל זענען געדרוקט נאר די תשובות און נישט די שאלות, אבער אין די לעצטע עטליכע יאר האט מוהרא"ש געענפערט בריוון אויף די וועב-זייטל פון ברסלב סיטי, און דאס איז יא געדרוקט געווארן מיט די שאלות אינאיינעם, דאס מאכט עס מער אינטערעסאנט אז מען קען זען וואס יענער האט געפרעגט, און מען קען זיך צומאל אינדענציפירן מיט די שאלה, און טרעפן די ענטפערס וואס מען זוכט.
דערנאך האט מוהרא"ש געשריבן א ריזיגע אויסוואל פון אסאך סארט ספרים, אויף אלע ימים טובים זענען דא עטליכע ספרים, אויף פרקי אבות איז דערווייל געדרוקט געווארן אכט בענדער אויסער פילע וועלכע זענען נאך בכתב יד, ספרים על התורה, ספר פעולת הצדיק א וואונדערליכע ליקוט פון די לעבנס געשיכטע פון רבי נחמן, און נאך פילע ספרים, און דאס איז אויסער די צענדליגע ספרים וואס תלמידים האבן געשריבן פון זיינע שמועסן און מאמרים.
בכתב יד איז דא נאך א שלל פון ספרים אויף ש"ס, שו"ע, זוה"ק ותיקונים, און נאך פילע ספרים. מוהרא"ש האט נישט געוואלט דרוקן בחייו די אלע ספרים וואס זענען נישט קיין חיזוק והתעוררות לעבודת ה', ער האט זיך נאר קאנצעטרירט צו דרוקן די ספרים וואס ער האט געהאלטן אז עס קען העלפן מענטשן, די איבריגע ספרים האט ער געלאזט פאר זיינע יורשים צו דרוקן, און מען ארבעט טאקע יעצט אויף די אלע ספרים וואס וועלן מיט די צייט געדרוקט ווערן.
געוויסע האבן אנגעקוקט מאדנע דער וועג ווי אזוי זיינע מפיצים זענען ארום געגאנגען טיילן די ספרים, ער האט געוואוסט אז מ'קוקט דאס אן מאדנע, און ער האט אויך געוואוסט אז א גרויס טייל פון די ספרים און קונטרסים וועלן עווענטועל אנקומען אין שמות אדער אין די מיסט, אבער ער האט אויך געוואוסט אז אויב וועט ער פארקויפן זיינע ספרים אין ספרים געשעפט וועלן ווייניג מענטשן אריינגיין עס קויפן, ער האט מסכים געווען אויף אלעס אבי אז די ספרים זאלן כאטש אנקומען צו איין איד און עס זאל אים מחזק זיין און אים ארויף פירן אויפן ריכטיגן וועג.
איינער איז אמאל אריינגעקומען צו אים א איד און געזאגט אז ער האט יעצט געזען עטליכע קונטרסים צוריסן אין שול. האט אים מוהרא"ש געפרעגט וויפיל ער האט צוריסענע קונטרסים ער האט געזען, האט יענער געזאגט א פינף צען שטיק. האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך האב געדרוקט דאס יאר א מיליאן ספרים און קונטרסים, לאמיר זאגן אז 900,000 שטיק דערפון איז געגאנגען אין מיסט, איז אבער געבליבן א הונדערט טויזנט ספרים וואס זענען יא אנגעקומען צו מענטשן און זיי מחזק געווען.
רבי נחמן האט דערציילט א משל אז א קעניג'ס קינד איז זייער קראנק געווארן, אזוי קראנק אז ער האט שוין אפילו נישט געקענט עפענען דאס מויל אריינצונעמען די מעדעצינען, און דער דאקטער האט געזאגט אז מען וועט דארפן נעמען אסאך פעסער פון גאר טייערע מעדעצינען און עס אויסגיסן אויפן קינד, אפשר אזוי וועט זיך כאטש אריין כאפן איין טראפ אין זיין מויל און דאן וועט ער געהיילט ווערן, און אזוי האט מען טאקע געטון און ער איז געהיילט געווארן. און דאס האט מוהרא"ש טאקע מקיים געווען, ער האט געגאסן אזויפיל ספרים, אז ווי נישט ווי זענען געווען טויזנטער אידן צו וועם די קונטריסים זענען אנגעקומען און זיי אויפגעלאכטן די אויגן.
מוהרא"ש אלס רבי
איינס פון טענות וואס מען האט געהאט אויף מוהרא"ש איז געווען אז ער פירט זיך ווי א רבי, אין די צייט וואס אין ברסלב איז דאס נישט געווען איינגעפירט. פאקטיש איז אבער מוהרא"ש געווען גאר ווייט פון א רבי, לויט די היינטיגע מושג וואס א רבי מיינט.
מוהרא"ש איז געווען זייער א געלונגענער מענטש, סיי אין תורה איז ער געווען א גאון אדיר, סיי אין הדרכה האט ער געהאט א געוואלדיגע צוגאנג צו מענטשן, און סיי אין קבלה האט ער געקענט זייער גוט, און ער האט געקענט חכמת היד והפרצוף. אלס בחור איז אים אויסגעקומען צו העלפן א ברסלב'ער איד וואס איז געקומען נאך געלט פון ארץ ישראל און יענער האט מיט אים געלערנט חכמת היד.
ווען מוהרא"ש וואלט געהאט חשק, וואלט ער געקענט ווערן פונקט אזא גרויסער רבי ווי אלע אנדערע רבי'ס, סיי ביים היימישן ציבור, זייענדיג גאר א געלונגענער מענטש, און סיי אלס בעל מקובל צו ווערן א "חכם" אזוי ווי עס איז לעצטנס מער אין סטייל. ער האט דאס אבער אלעס אוועק געווארפן און זיך נאר אריינגעלייגט צו העלפן מענטשן, אויף די וועג וואס ער האט פארשטאנען.
כמה פעמים האב איך געהערט פון מענטשן וועלכע זענען אריין געפאלן צו א שיעור, אז מוהרא"ש נישט קיין רבי, ער איז פשוט א פארשטענדליכער באלעבאס וואס האט קלאר ארויס די נאטורן פון א מענטש, און ער קען געבן די ריכטיגע הדרכה פאר מענטשן ווי אזוי אומצוגיין אין לעבן.
ער האט טאקע אנגעטון רבי'שע בגדים, דאס איז געווען צו קענען האבן א כח ההשפעה אויף ספרדים, אבער אויסער דעם האט ער נישט געהאט קיין שום סימני רעביסטעווע, ער האט זיך געפירט ווי א פשוטער מענטש, און געהאט א שפראך מיט יעדן איינעם. ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין רבי'שע תנועות וכדומה, ער איז קיינמאל נישט געפארן אויף וואקאציע, ער האט נישט געהאט קיין גבאים, ער האט זיך אויפגעפירט זייער פשוט, ער האט זיך נאר אוועק געגעבן יום ולילה לא ישבותו צו העלפן נאך אידן.
ווען ער איז געקומען צו א מסיבה אדער צו א שמחה א.ד.ג. האט ער אייביג גערעדט לויטן רוח וואס האט דארט געהערשט, ער האט אייביג געהאט נאכצוזאגן עפעס פון די רבי'ס צו וועמען די אנוועזענדע האבן באלאנגט, ער איז געווען גוט מיט יעדן איינעם, און ער האט פרובירט צופרידן צו שטעלן יעדן איינעם, ער האט נאר געוואלט אריינברענגען איין זאך, אז די אלע מענטשן וואס הערן אים אויס זאלן אנהויבן נוצן די געוואלדיגע עצות פון ברסלב צו מצליח זיין אין לעבן.
די מחלוקת אויף מוהרא"ש
מוהרא"ש האט אנגעהויבן שרייבן זיינע אייגענע ספרים אין יאר תשכ"ד, דאס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט אפגעדרוקט די פילע ברסלב'ע ספרים און עס פארשפרייט, דאן האט זיין נאמען אנגעהויבן ווערן מער פאפולער און דאן האט זיך אנגעהויבן א פרישע ווענדפונקט אין זיין שטורעמישן לעבן, עס זענען אנגעקומען א גרופע בחורים פון א ישיבה וואס האט זיך געפונען נעבן מוהרא"ש, זיי האבן זיך אויסגערעדט פאר אים וואס עס גייט אויף זיי דורך, די פילע שמוציגע מאגאזינען וועלכע דרייען זיך אין דארמעטארי פון ישיבה. דאס איז געווען א נייע זאך פאר מוהרא"ש, ער האט אנגעהויבן זען וואס עס גייט פאר אין די רעאליטעט, ווי אזוי דער אמת'ער וועלט זעט אויס אונטער די קוליסן, און דאן האט ער אנגעהויבן מחזק זיין בחורים און אינגעלייט, ער האט אנגעהויבן שרייבן בריוו און ספרים צו מחזק זיין אידן, ער האט פארשטאנען אז די טיפע ספרים פון רבי נחמן און רבי נתן וועלן נישט אזוי שטארק ציען אז מענטשן זאלן אריינקוקן דערינען, האט ער ארויסגענומען די סמעטענע, די פשוטע דיבורי חיזוק וואס זענען מחזק און שטארקן יעדן איד אז עס נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א מענטש איז אריין געפאלן האט ער אייביג א וועג ארויס, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, אפגעזען ווי אזוי ער זעט אויס, און מען קען אייביג זיך ווענדן צו אים, און זיך אויסרעדן צו אים.
די סוף פון די מעשה איז געווען אז דער ראש ישיבה פון יענע ישיבה איז געוואויר געווארן אז די בחורים האבן ברסלבע ספרים באהאלטענערהייט, און ער האט געהאלטן א שארפע דרשה פאר די בחורים אז מען טאר ח"ו נישט אריין קוקן אין די ספרים, און בפני כל עם ועדה האט ער ארויס גענומען עטליכע ברסלב'ע ספרים און זיי צוריסן רח"ל פאר די אויגן פון די בחורים, צו דעמאנסטרירן מיט דעם די הארבקייט פון לערנען ברסלב'ע ספרים.
די אינטערעסאנטע צוגאנג פון די ראשי ישיבות, מחנכים און עסקנים, גייט נאך אן מער ווייניגער ביזן היינטיגן טאג. דאס אז די בחורים טוהן אפ כל דבר אסור באהאלטענהייט, פון דעם וועט מען נישט רעדן, דאס באהאלט מען טיף אונטער די קארפעט, און מען פארשטייט אז א בחור איז נאר א בחור, מען פרובירט דאס מערסטע אז פון אויבנאויף זאל דער סיסטעם ווייטער פארן ווי געהעריג. אבער ווען א בחור ווערט פארכאפט אין ברסלב, דרייט מען איבער די וועלט, אז מען דארף באצייטנס ראטעווען דעם בחור, אז ער זאל ח"ו נישט הערן עפעס חיזוק ווערטער וואס זאל אים אויפלייכטן זיין וועלט.
די התנהגות פון מוהרא"ש, וואס האט נישט ממש געשטימט מיט די אנגענומענע סיסטעם וואס איז געווען אויסגעטראטן ביי די זקנים אין ברסלב, האט געצויגן זייערע בייזע בליקן. כאטש אין אנהויב ווען מוהרא"ש איז אנגעקומען אין די ברסלב'ע שול אין מאה שערים, האט מען אים אויפגענומען מיט ברייטע ארעמעס, זיי האבן געזען פאר זיך א מענטש וואס איז מלא וגדוש מיט תורת ברסלב, אלע ספרים פון רבי'ן און פון רבי נתן זענען שגור על פיו, א זאך וואס איז געווען א גרויסע זעלטנהייט, ער פלעגט זאגן דארט שיעורים, ביי וועלכע אלע ברסלבע משפיעים האבן זיך משתתף געווען, און געשלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער.
דאס האט זיך אבער געטוישט מיט די צייט, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אפגעדרוקט די אלע ברסלב'ע ספרים און עס פארשפרייט פאר פרוטות. צום ביישפיל, א ליקוטי מוהר"ן האט דעמאלט געקאסט צען דאלער, א הון תועפת פאר א ספר בימים ההם, און מוהרא"ש האט עס פארקויפט פאר איין דאלער. דאס האט אויפגערעגט די וועלכע זענען געווען ממונה אויף צו דרוקן די ספרים, אז ער האקט זיי אונטער די פיס. מען האט אים גערופן צו דין תורה, וועלכע ער האט גראדע געווינען, ער האט גע'טענה'ט אז קיינער האט נישט די רעכט אויף ברסלב, ווער עס וויל קען דרוקן און פארשפרייטן די ברסלב'ע ספרים און לימודים.
די רייבעריי צווישן מוהרא"ש און די אלטגעזעסענע ברסלב'ע האט זיך מער און טיפער צושפרייט, פון אנהויב האט מוהרא"ש נאך פרובירט זיך צו טענה'ן מיט זיי און זיי אויפווייזן אז ער זאגט נאר וואס דער רבי און רבי נתן זאגן, ער לייגט עס נאר אראפ אויף א גרינגערע וועג אז עס זאל זיין צוגענגליך אויך פארן היינטיגן דור, אבער דאס האט וווייניג געהאלפן. ביז מוהרא"ש האט אפגעמאכט אז ער וועט מאכן שבת פאר זיך, און דאן האט ער געעפנט זיין קהלה "היכל הקודש ברסלב" און ער האט אנגעהויבן צו פארקויפן וואס ער האט געהאט צו פארקויפן איבער די ברלסב'ע חסידות, כאטש וואס די זקני ברסלב האבן אנדערש פארשטאנען אין ברסלב.
מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז די עלטערע ברסלב'ע משפיעים זענען געווען באמת ערליכע אידן, אויסגעהארעוועטע אידן, זיי זענען געווען כל כולם דבוק צום אייבערשטן, זיי האבן אבער נישט פארשטאנען צום דור, זיי האבן נישט געקענט אראפ ברענגען די לימודים פון ברסלב אז עס זאל קענען צוניץ קומען פאר די פשוטע עמך אידן, אז זיי זאלן אויך קענען נוצן די הייליגע לימודים און עצות אין זייער טאג טעגליכן לעבן.
לדוגמא איז געווען אין ברסלב א גרויסער צדיק רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, מוהרא"ש איז געווען זייער נאנט צו אים, ער האט גאר אסאך מקבל געווען פון אים, ווען מוהרא"ש איז אנגעקומען אין שול אין מאה שערים, האט ער געזען אז דארט הערשט אן הפקירות, אזוי ווי עס איז געווען אנגענומען אין ברסלב אז עס טאר נישט זיין קיין מנהיג, נאר דער רבי אליין איז דער מנהיג, אויטאמאטיש האט יעדער געצויגן צו וועלכע זייט ער האט געוואלט, און קיינער האט דאס נישט געקענט אפשטעלן. מוהרא"ש האט אבער געהאלטן אז דאס איז נישט ריכטיג, כאטש טאקע דער רבי איז דער מנהיג, און ער פירט אונז און לערנט אונז זיינע לימודים, מוז אבער זיין א לעבעדיגער מענטש וואס זאל האלטן די לייצעס אין די האנט. ער האט דאן אנגעהויבן מאכן א קאמפיין צו גרויס מאכן רבי לוי יצחק ז"ל אז ער זאל ווערן דער ארויפגעקוקטער און זאל זיין א שטיקל מנהיג. ער פלעגט גאר אסאך פארברענגען מיט רבי לוי יצחק.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן די לשון הרע'ס און די פארפירעכצער קעגן מוהרא"ש האט רבי לוי יצחק פארגעהאלטן מוהרא"ש איבער דעם וואס ער שרייבט צופיל מעניני קדושה, דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות אויף מוהרא"ש. האט אים מוהרא"ש מסביר געווען אז מען דארף קענען דעם היינטיגן דור, און וויסן וואס עס גייט פאר פון אונטער די קוליסן, און אזוי ווי רבי לוי יצחק איז ממש געווען אויסגעטון פון דער וועלט, האט ער נישט מיטגעהאלטן וואס גייט פאר אויפן גאס, עפעס א בחינה ווי עס גייט היינט ווייטער, אז די מנהיגי הדור האבן נישט קיין מושג וואס עס גייט פאר אויפן גאס. אבער רבי לוי יצחק האט אים צוריק געענפערט "אפשר נארט איר זיך?". מוהרא"ש האט גאנץ גוט געוואוסט אז ער נארט זיך נישט, אבער דאס האט אים פארט געשטופט צו גיין מאכן התבודדות און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אז אפשר נארט ער זיך טאקע, ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן דערוועגן, און דאן האט אים דער אייבערשטער צוגעפירט צוויי באזונדערע מענטשן פון צוויי אנדערע ריכטונגען, און ביידע האבן זיך אים אויסגערעדט דאס הארץ ווי אזוי זיי זענען דורכגעפאלן מיט הארבע עבירות אין א געוויסע דירה וואס האט זיך געפונען אינעם זעלבן בנין וואו ר' לוי יצחק האט געוואוינט, דארט איז געווען א מקום מיועד לעבירות. און דאן האט מוהרא"ש געזען אז ער נארט זיך טאקע נישט, ער דארף רעדן די זאכן וואס מענטשן דארפן באמת האבן, ובפרט ווען יעדער שטעקט אריין דעם קאפ אין זאמד, און וויל נישט אנערקענען די ריכטיגע פראבלעמען פונעם דור.
דאס איז געווען לגבי די ערליכע אידן וועלכע האבן זיך נישט פארשטאנען מיט אים, ווען עס איז אבער געקומען צו די יונגאטשעס, טיילמאל אנגעטון בטליתא דרבנן, וועלכע האבן געפירט א מחלוקת קעגן זיינע ספרים און קונטרסים, זייערע שיטות און מהלכים זענען געווענליך געווען געבויעט אויף די דריי יסודות פון הקנאה והתאווה והכבוד. ביי די חברה האט זיך מוהרא"ש ארויס געשטעלט קעגן זיי בחרב וחנית און גערעדט קעגן זיי מיט די שארפסטע לשונות. דאס האט געהויבן די אויגן ברעמען פון געוויסע וועלכע האבן דאס אנגעקוקט זייער מאדנע, פון איין זייט רעדט מוהרא"ש אז מען דארף זיין גוט מיט יעדן, זיך נישט קריגן מיט קיינעם, און דא רעדט ער אזוי שארף קעגן זיינע מתנגדים.
מוהרא"ש האט זיך אבער כמה פעמים זייער גוט מסביר געווען, ער האט געזאגט אז ער שפירט זיך ווי א רעטונגס-מאן וואס שטייט ביים ים און זעט ווי מענטשן דערטרינקען זיך אין וואסער, און ער ווארפט זיי שטריק זיי ארויס צו שלעפן, און דאן קומט אן איינער און שניידט אפ די שטריק און די מענטשן פאלן נעבעך צוריק אין וואסער. ער פלעגט זאגן אז ער האט געזען מיט די אויגן ווי מענטשן האבן זיך שוין געהאלטן ביים נעמען דאס לעבן, מענטשן וועלכע האבן זיך שוין לאנג מייאש געווען אז זיי וועלן נאך אמאל קענען מצליח זיין אויף דער וועלט, און דורך די ספרים און קונטרסים, ווען די מענטשן האבן געזען די געוואלדיגע לימודים פון ברסלב, האט דאס זיי אויפגעלאכטן די אויגן און זיי געמאכט פאר נייע מענטשן וועלכע האבן אנגעהויבן צו לעבן אויף דער וועלט.
און דאן זענען אנגעקומען די גוטע אידן און אנגעהויבן אפצורעדן אז דאס איז נישט פאר זיי, דאס איז נישט די עכטע ברסלב, און דאס האט געמאכט אז די מענטשן זאלן צוריק פאלן צו זייער דעפרעסיע, די ערשטע שטיק צייט איז נאך געבליבן ביי זיי דער רושם פון וואס זיי האבן געהערט און געלערנט, אבער מיט די צייט זענען זיי געווארן אינגאנצן אפגעקילט, און זיי האבן ווייטער פארלוירן זייער חשק צו לעבן.
דאס האט ער נישט געקענט פארשווייגן, און דעריבער האט ער פרובירט אויפצודעקן די שלייער פון די חולקים, צו זאגן אז זיי מיינען גארנישט קיינעמ'ס טובה, נאר צו אונטערהאקן יענעם. ער פלעגט איבער'חזר'ן כמעט ביי יעדן שיעור אז א מענטש דארף שטענדיג האלטן פאר די אויגן אז ער זאל נאר אויסהערן איינעם וואס געבט אים עפעס אין לעבן, איינער וואס קען אים עפעס צוהעלפן ברוחניות ובגשמיות, ווען איינער קומט דיר אפרעדן אז דו זאלסט אוועק גיין פון א פלאץ פון וואו דו שעפסט חיות, זאלסטו אייביג זען אויב יענער קען דיר ריפלעיסן און געבן די זעלבע מאס התחזקות, אויב יענער האט בעסערע עצות און מהלכים זאלסטו זיכער גיין צו יענעם, אויב אבער יענער קען דיר נאר זאגן וואס איז נישט גוט, און ער האט נישט עפעס בעסערס צוצושטעלן, זאלסטו וויסן אז יענער איז סתם א שגץ וואס וויל דיר אונטערהאקן די פיס, און זאלסט אנטלויפן פון יענעם באצייטנס.
המשך--->[/justify]

[justify]<---המשך
ספר ארך אפים
איינע פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט ארויס געגעבן איז געווען דער ספר "ארך אפים", אינעם ספר האט מוהרא"ש געשריבן איבער אלע סארט ענינים וואס קענען מאכן טרויעריג א מענטש, און ווי אזוי מען קען זיך שטארקן ביי יעדן ענין. ווען מוהרא"ש האט עס געדרוקט צום ערשטן מאל, האט דאס אנגעהויבן א גרויסע מחלוקת אויף אים.
מוהרא"ש האט דאן דערציילט די מעשה וואס רבי נחמן האט דערציילט אז עס איז אמאל געווען איינער וואס זיין קינד איז אוועקגעפארן צו די מרחקים און ער האט זיך דארט אויפגעהאלטן א לאנגע צייט, ביי אנדערע מענטשן. ווען דער זון איז אהיימגעקומען האט ער דערציילט פאר זיין טאטע אז ער האט זיך געלערנט דארט ווי אזוי צו מאכן אן הענג-לייכטער, דער טאטע האט צוזאמגערופן אלע פאכלייט וואס קענען מאכן הענג-לייכטער'ס, אז זיי זאלן זעהן די קלוגשאפט פון זיין זוהן וואסערע געלונגענעם זון ער האט.
ווען די פאכלייט זענען זיך צוזאמגעקומען, האט דער זון ארויסגענומען א הענג-לייכטער וואס ער האט געמאכט, און ער האט זיי עס געוויזן, אבער עס איז זיי בכלל נישט געפאלן דעם לייכטער, אלע האבן געקרימט מיט די נאז. און ווען דער טאטע האט זיי געפרעגט פארוואס זיי קרומען מיט די נאז האבן אים געזאגט דעם אמת אז דער לייכטער איז בכלל נישט שיין, עס איז גאר מיאוס.
דער טאטע האט זיך זייער מצער געווען אויף דעם און ער האט פארגעהאלטן זיין זון אויף דעם, האט דער זון געענטפערט: "טייערע טאטע, זאלסט וויסן אז אין דעם לייכטער ליגט א געוואלדיגע חכמה, ווייל אויב דו האסט באמערקט, האט יעדער פון די פאכלייט געקרימט אויף איין אנדערע טייל פונעם לייכטער, ביי איינעם איז דער טייל געווען מיאוס און אן אנדער טייל גאר שיין, און ביים צווייטן איז געווען פארקערט, דער טייל איז אים געווען שיין און דער אנדערע טייל איז אים געווען מיאוס, און ער האט געקרומט דערויף". און דער זון האט אויסגעפירט: "איך האב צוזאמגעשטעלט אזא לייכטער פון יעדנ'ס חסרונות, איך האב גענומען אלע חסרונות וואס יעדער האט, און נאר פון דעם האב איך געמאכט דעם לייכטער, און דערפאר האבן זיי אלע געקרומט דערויף, ווייל יעדער האט דארט געטראפן זיין חסרון, אבער באמת קען איך מאכן גאר גאר שיינע הענג-לייכטער'ס".
האט מוהרא"ש געזאגט אז די זעלבע איז מיט דעם ספר "ארך אפים", אזוי ווי ער האט דארט אפגעשריבן אלע חסרונות פון יעדן, ווי אזוי מען דארף האבן סבלנות אויפן יעדן פרט וואס גייט דורך אין לעבן, איינער פון זיך אליין, איינער פון די ווייב, איינער פון די קינדער, איינער פון פרנסה, איינער פון שכנים, און איינער פון חברים, ביי יעדע זאך דארף מען האבן אסאך סבלנות, און דערפאר האט יעדער געטראפן אינעם ספר זיין פראבלעם, און דאס האט אים געמאכט קריגן אויפן ספר, ווייל דער איז געווארן געטשעפעט ווען ער האט געזעהן ווי דער ספר רעדט פון שלום בית, און ער האט דאך אן ערנסטע פראבלעם אין שלום בית, און אזוי א צווייטער האט א פראבלעם מיט קינדער, און דערפאר האט יעדער רעאגירט אויף אן אנדער וועג, און אזוי איז געווארן די מחלוקת.
נאכן זען אבער אז מיטן רעדן און מסביר זיין קומט ער אינערגעץ נישט אן, האט ער אפגעמאכט אז ער וועט זיך מער נישט טענה'ן מיט מענטשן, ער וועט קיינעם נישט זוכן צו איבערצייגן, ער וועט נאר גיין זיין וועג, צו רעדן און שרייבן וואס ער האט צו פארקויפן, והבוחר יבחר.
תם ולא נשלם
נאכן אפשרייבן דעם גאנצן ארטיקל, שפיר איך אז איך ממש נאכנישט אנגעהויבן צו באשרייבן מוהרא"ש. א לעבן פון פינף און זיבעציג יאר פון אומאויפהערליך טון און טון נאכאמאל טון, איז נישט במציאות אפצושרייבן אין איין ארטיקל, איך האב געשריבן גאר אין קורצן, ממש אויפן שפיץ גאפל, עטליכע נקודות איבער מוהרא"ש. איך מוז אבער ענדיגן דעם ארטיקל אז עס זאל נאך קענען אריינגיין באצייטנס אינעם פה-סח אויסגאבע, מיטן אייבערשטנ'ס הילף האף איך ממשיך צו זיין אינעם קומענדיגן ארטיקל.
אחרי מות קדושים אמור, ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט דאן הויבט מען אן צוריק צו קוקן וואס ער איז געווען, און ב"ה אז מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א געוואלדיגע ירושה פון ספרים, און יעצט האבן מיר די געלעגנהייט אריינצוקוקן אין זיי מיט אן אמת'דיג אויג, און זען וואס טוט זיך אויף דער וועלט, ווי אזוי א מענטש קען האבן א גליקליך לעבן אויף דער וועלט, און אויסנוצן דאס לעבן אויפן בעסטן אופן.
וואס האב איך מיט די זקנים פון ברסלב? וואס האב איך מיט סיי וועמען? אז איך האב געטראפן א איד וואס רעדט צו מיין הארץ, וואס פארשטייט מיינע איבערגייעכצער, וואס האט פאר מיר א וועג צום אייבערשטן, וואס האט פאר מיר א וועג צו מצליח זיין אין לעבן, וועל איך נישט קוקן אויף קיינעם נאר לאורו נסע ונלך עד ביאת משיח צדקינו בב"א.[/justify]

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אלע רבי'ס בעלי מחלוקות זאגן אז זיי נעמען זיך אן קעגען די וואס טשעפנען "די מוסדות", אדער צומאל די כבוד פון "די רבי זי"ע דער מייסד". ס'איז אלטע אויסגעדראשענע באבע-תירוצים וואס אונז ברעכן שוין דערפון.
נישט חלילה פערזענליך, דיין ארטיקל איז באמת א שיין שטיקל ארבייט ארויסצוברענגן די גרויסקייט פון הרב שיק ז"ל, ס'פשוט אז די מחלוקות חלק איז נישט פון זיינע מעלות. צו מאכן פון יעדע שלעכטע מדה א מעלה גאר וויבאלד עס ליגט ביי א רבי איז נישט עפעס וואס מאכט א מענטש פאר אן אדם גדול. כבודו במקומו מונח, לשבח, אבער מחלוקות דאס איז געווען זיין downside נישט די פארקערטע.
און וואס וואלסטו געטון ווען דו שטעלסט אויף א ביזנעס מיט בלוט און שווייס און עס שטייט איינער און האקט דיר אונטער די פיס אויף יעדן טריט און שריט? מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין גרויס כבוד פון די מוסדות אין יבניאל, די מוסדות דארט איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו דאס וואס מען רופט אן דא מוסדות. ער האט דארט געהאט אן עולם פון הונדערטער בעלי תשובה און ער האט זיי געדארפט צושטעלן די געברויכן אויף צו זיין אידן. עס איז נישט געווען, און ס'איז נאכאלץ נישטא קיין שום אנדערע מוסדות אין יבנאל, און די אידן דארפן האבן וואו צו שיקן די קינדער, מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט דארט מוסדות מיט בלוט און שווייס, ער האט גארנישט געהאט פערזענליך פון דעם, נאר דאס אז ער האט געהאלפן די אלע בעלי תשובות צו קענען פירן אן ערליכן לעבנס שטייגער, און עס שטייט איינער און רודפ'ט אים טאג איין טאג אויס. אדרבה, לאמיר הערן וואס דו וואלסט געטון אין אזא פאל.
ס'איז שוין געווארן אזא טרענד אז יעדע רבי קריגט זיך מיט זיין ברודער איבער כבוד און געלט אז מען קען שוין נישט אנקוקן א זאך מיט נארמאלע ברילן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
עמעזאן האט געשריבן:אין צוואה שרייבט ער, וז"ל אני ברור שכל מי שמדבר עלי הוא פגום מאוד בפגם הברית וריח ניאוף נודף ממנו יהיה מי שיהיה, וכל מי שרק ידבר עלי בצואה רותחת ירתח.
און לפי השמיעה האט ער דאס געזאגט אויף הרה"צ ר' משה קרעמער,
אגב אז מען רעדט שוין פון די צוואה וואס איז פשט פון נישט דערמאנען שם אביו אויף זיין מצבה,
איך האב שטארק הנאה פון די בילדער פון הגרי"ם מורגנשטרן שטייט מיט אזא הכנעה ביי מוהרא"ש ווי אן אמת'ע תלמיד,
דו דארפט קוקן אין די צוואה פארדעם און נאכדעם, ער שרייבט קלאר דארט אז מיט דעם וואס מען האט גערעדט האט מען גורם געווען צוריק צו האלטן אידן פון תשובה טון, דורך דעם וואס מען האט געוואוסט אז אין די קונטרסים טאר מען נישט אריינקוקן, און אסאך אידן וואלטן געקענט תשובה טון ווען זיי קוקן ווען יא אריין אין די ספרים מיט אן עין האמת.
ווי געזאגט בין איך נישט באקאנט מיט ר' משה קרעמער, און איך ווייס נישט וועמען מוהרא"ש האט אינזין געהאט ביים דאס שרייבן. ווי אויך ווייס איך נישט פארוואס מוהרא"ש האט נישט געשריבן שם אביו אויף די מציבה, איינער האט אנגעמערקט אז זיין טאטע איז נאך דאן געווען פריש און געזונט און דעריבער האט ער דאס נישט אינאכט גענומען, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז די אמת'ע סיבה. מוהרא"ש איז געווען זייער נאנט מיט זיין טאטן, און ער פלעגט אסאך דערמאנען און נאכזאגן פון זיין טאטע. מוהרא"ש האט מיר פערזענליך געגעבן א מתנה די ספרים פון זיין טאטע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[justify]איך וויל פארשטיין, דערפאר פרעג איך, [tag]ברסלבער[/tag]. האסט מיך מורא'דיג אינטרעאיגט מיט דיין ארטיק'ל. ס'איז זעלטן גוט געשריבן, טאקע וויבאלד ס'נישט געשריבן דורך א צייטונג אאינטערוויו'ער, נאר דורך א תלמיד חביב מיט א לייכטע פעדער. למשל, אין פסח'ס בקהילה, האבן זיי באשריבן ר' יעקב מאיר. גארבעדזש ארטיק'ל. איך "קען" נאכאלטס נישט דעם מענטש. אבער נאך דיין מוהרא"ש ארטיק'ל פיל איך אביסל אינטים באקאנט מיט מוהרא"ש. וויל איך דיך פרעגן, איז ר' יואל ראטה'ס מהלך גענוי וויאזוי מוהרא"ש האט אנגעהויבן? איז ער בכלל ראוי לאותו איצטלא? איז זיין תכונת הנפש געאייגנט איבער צו נעמען און ממשיך זיין מוהרא"ש? און נאך א פראגע, איך בין לעצטענס (זייענדיג דעם ווינטער אין פלארידע) באקאנט געווארן מיט ר' מוטה פראנק פון ברסלב. זיינע שיעורים באצויבערן. וואס איז זיין שטעלע אין ברסלב? איז ער ארויפגעקוקט בכלל?[/justify]
(- - -)
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
די סיבה פארוואס איך האב נישט באשריבן מוהרא"ש בחייו איז וויבאלד עס איז שווער צו רעדן און באשרייבן א מענטש בחייו, און דעריבער איז מיר נישט ניחא צו רעדן פון לעבעדיגע מענטשן. אבער אז דו פרעגסט אזוי שיין מוז איך בהכרח ענטפערן, כאטש אויפן שפיץ גאפל.
ר' יואל ראטה גייט אקוראט אויפן זעלבן מהלך פון מוהרא"ש, כאטש וואס יעדער פארשטייט אז צוויי מענטשן קענען נישט זיין די זעלבע, יעדער האט אנדערע נאטורן און אן אנדערע צוגאנג צו א זאך, מוהרא"ש איז געווען מער אין שרייבן און ר' יואל איז מער אין רעדן, איז ער אבער ממש אויף די זעלבע בלאט פון מוהרא"ש. עס איז נישט שייך "איבערצונעמען" מוהרא"ש, עס איז אבער יא שייך צו טון די זעלבע זאך וואס מוהרא"ש פלעגט טון, און יעדער איינער איז בארעכטיגט דאס צו טון, און דאס איז וואס ר' יואל טוט.
איינס פון די יסודות'דיגע חילוקים פון מוהרא"ש ביז אנדערע משפיעים אין ברסלב איז אז מוהרא"ש האט אייביג פרובירט אראפצוברענגען ר' נחמן ווי נידריגער, אז רבי נחמן האט טאקע געמיינט אויך דעם נידריגסטן מענטש אויף דער וועלט. יעדע תורה, שיחה און ווארט פון רבי נחמן האט מוהרא"ש אראפגעברענגט אויף א פראקטישן לעוול אז עס זאל גרייט צום באנוץ פאר יעדן איד אן אויסנאם, און דעריבער האט ער זיך געווענליך נישט געקאכט אין די הויכע תורות פון רבי נחמן, וועלכער עולם העליון רבי נחמן האט מרמז געווען מיט וועלכע בחינה, ער האט בעיקר גענומען יעדע תורה, און עס אראפגעברענגט ווי אזו עס איז שייך צו נוצן אינעם טאג טעגליכן לעבן אויף למעשה. און מיט דעם איז ער געווען אנדערש פון אנדערע משפיעים וועלכע האבן יא פרובירט צו מאכן רבי נחמנ'ס תורות ווי העכער און מער ספּאָקי.
עס זענען דא עטליכע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן יא אויף א העכערע לעוול, צום ביישפיל ברית שלום, נר להצדיק, א חלק פון זיין סידור, און נאך. אבער רוב מנין ובנין פון זיינע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען בחייו, זענען געשריבן זייער פשוט.
ר' מוטה פראנק איז גראדע אויך גוט מיט דעם וואס ער לאזט זיך אראפ און ער זיצט מיט יעדן איינעם, ער פירט קומזיצן וכדומה צו מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, וואס דאס איז באמת א געוואלדיגע זאך הראוי לברכה. אבער מיט דעם חלק פון רעדן, רעדט ער אויך מער א הויכע שפראך וואס איז שווער צו פארשטיין פאר א פשוטן עמך איד (דיסקלעימער, איך האב נישט אזוי סאך געהערט דרשות פון אים, איך רעד נאר פון די ביסל וואס איך האב יא געהערט).
מוהרא"ש האט גערעדט זיינע דרשות אויף זייער אן איינפאכן לעוול וואס זאל קעטערן פאר יעדן מענטש, מוהרא"ש פלעגט מתבל זיין זיינע דרשות מיט שיינע מעשיות, מיט ווערטלעך, איך געדענק כמעט נישט א דרשה וואס דער עולם זאל זיך נישט צולאכן כאטש איינמאל אינדערמיט, און דאס אלעס מיטן ציל צו נעמען רבי נחמנ'ס תורות און עצות און עס קעטערן פאר יעדן איד.
ר' יואל ראטה גייט אקוראט אויפן זעלבן מהלך פון מוהרא"ש, כאטש וואס יעדער פארשטייט אז צוויי מענטשן קענען נישט זיין די זעלבע, יעדער האט אנדערע נאטורן און אן אנדערע צוגאנג צו א זאך, מוהרא"ש איז געווען מער אין שרייבן און ר' יואל איז מער אין רעדן, איז ער אבער ממש אויף די זעלבע בלאט פון מוהרא"ש. עס איז נישט שייך "איבערצונעמען" מוהרא"ש, עס איז אבער יא שייך צו טון די זעלבע זאך וואס מוהרא"ש פלעגט טון, און יעדער איינער איז בארעכטיגט דאס צו טון, און דאס איז וואס ר' יואל טוט.
איינס פון די יסודות'דיגע חילוקים פון מוהרא"ש ביז אנדערע משפיעים אין ברסלב איז אז מוהרא"ש האט אייביג פרובירט אראפצוברענגען ר' נחמן ווי נידריגער, אז רבי נחמן האט טאקע געמיינט אויך דעם נידריגסטן מענטש אויף דער וועלט. יעדע תורה, שיחה און ווארט פון רבי נחמן האט מוהרא"ש אראפגעברענגט אויף א פראקטישן לעוול אז עס זאל גרייט צום באנוץ פאר יעדן איד אן אויסנאם, און דעריבער האט ער זיך געווענליך נישט געקאכט אין די הויכע תורות פון רבי נחמן, וועלכער עולם העליון רבי נחמן האט מרמז געווען מיט וועלכע בחינה, ער האט בעיקר גענומען יעדע תורה, און עס אראפגעברענגט ווי אזו עס איז שייך צו נוצן אינעם טאג טעגליכן לעבן אויף למעשה. און מיט דעם איז ער געווען אנדערש פון אנדערע משפיעים וועלכע האבן יא פרובירט צו מאכן רבי נחמנ'ס תורות ווי העכער און מער ספּאָקי.
עס זענען דא עטליכע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן יא אויף א העכערע לעוול, צום ביישפיל ברית שלום, נר להצדיק, א חלק פון זיין סידור, און נאך. אבער רוב מנין ובנין פון זיינע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען בחייו, זענען געשריבן זייער פשוט.
ר' מוטה פראנק איז גראדע אויך גוט מיט דעם וואס ער לאזט זיך אראפ און ער זיצט מיט יעדן איינעם, ער פירט קומזיצן וכדומה צו מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, וואס דאס איז באמת א געוואלדיגע זאך הראוי לברכה. אבער מיט דעם חלק פון רעדן, רעדט ער אויך מער א הויכע שפראך וואס איז שווער צו פארשטיין פאר א פשוטן עמך איד (דיסקלעימער, איך האב נישט אזוי סאך געהערט דרשות פון אים, איך רעד נאר פון די ביסל וואס איך האב יא געהערט).
מוהרא"ש האט גערעדט זיינע דרשות אויף זייער אן איינפאכן לעוול וואס זאל קעטערן פאר יעדן מענטש, מוהרא"ש פלעגט מתבל זיין זיינע דרשות מיט שיינע מעשיות, מיט ווערטלעך, איך געדענק כמעט נישט א דרשה וואס דער עולם זאל זיך נישט צולאכן כאטש איינמאל אינדערמיט, און דאס אלעס מיטן ציל צו נעמען רבי נחמנ'ס תורות און עצות און עס קעטערן פאר יעדן איד.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
נאך א עובדא'לע וואס ווארפט א שיין אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט מקרב געווען אידן.
ניקלשבורגער רבי הרב יונגרייז איז געווען אמאל ביי מוהרא"ש, ער האט דערציילט פאר מוהרא"ש אז ער איז אויך מקרב צובראכענע נשמות, מוהרא"ש האט אים זייער מחזק געווען אז ער טוט אויף גוטע זאכן. בתוך הדברים האט אים מוהרא"ש געזאגט: "דער חילוק צווישן מיר און דיר איז אז ווען איך בין מקרב א איד פרוביר איך צו זען אז יענער זאל לכבוד דעם אנהויבן לערנען און דאווענען און ווערן מער נענטער צום רבש"ע, דו ביזט מקרב אידן סתם אזוי, וואס דאס איז אויך א געוואלדיגע זאך".
ווען סיי ווער איז געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש אוועק געגעבן צייט פאר יענעם צו רעדן מיט אים און אים מקרב זיין, אבער ווען ער האט געזען נאך א שטיק צייט אז יענער האט זיך גארנישט גערוקט צום בעסערן, האט ער אויפגעהערט צו פארברענגען צייט מיט יענעם פערזענליך.