יהא זכרו ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א שטיקל צייט ציריק איז געוועין דא א אחד מבני חבורה אלערט אויף יענקי, קען מען שוין וויסן וועלכע ניק יענקי איז געוועין, און דאן אים געהעריג באוויינען.
לויט ווי איך הער אויפ אים איז ער געוועין גאר א באליבטער מאן, איך האב אים פערזעינליך נישט געקענט, אבער איך האב פיל חברים וואס דרייען זיך ארים שבירים מיט די נאז דרום זייט, אבער אולי איז ער געוועין דא א באליבטער ניק, וואלט איך געבעיטן מען זאל עס מגלה זיין.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ניין. מ'זאל נישט מגלה זיין.
Under influence
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

דאס הארץ שוידערט פון טרייסל און אנגסט ווען די ביטערע בשורה קשה פון איין שטיק מרור אז א טאטע פון אינגע קינדער ר' יעקב הכהן כ"ץ איז ליידער אוועק נאכן זיך צוזאמליידן פון א שווער פעקל און זיין קראנק אויף א שווערע פארנעם.

ווי קען מען הערן אזעלכע בשורות? ווי קענען די אויערן אויסהערן אזאנע ווייעדיגע מעלדונגען? עס וויל זיך לויפן ערגעץ ווייט אין א צווייטע פלאנעט ווי דארט עקזיסטירט נישט דער שווערד פונעם מלאך המוות, עס וויל זיך אוועקווארפן דער פעדער אין א מוצאי יום טוב ווי איין שבר ברענגט נאך און טרערן גליטשן זיך אויף די בעקעלעך אהן א מינוט פון קענען קומען צו זיך.

עס איז אוועק א איד, א באליבטע מענטש, א טאטע פון קליינע קינדער, א מענטש וועלכע'ס האנט ברויכן גענוצט ווערן צו אונטערפירן א חתן אונטערן חופה אין א צייט ארום, א נגיד וועלכע האט פארמאגט און געשאנקען פאר צדקה מער וויפיל עס לאזט זיך גלייבן, א "בעל מדות" וואס האט פארמאגט גאלדענע געפילן צו א צווייטע איד, איינער וועלכע האט דערפריידט אנדערע מיט זיין אומבאשרייבליכער צוגעלאזנקייט.

עס שרייבט זיך נישט, און פליסט נישט קיין ווערטער, מיין צימישטן מח ווארפט זיך אהן קיין סדר, און עס וויל זיך נאר ארויסשטופן הייסע שנירלעך פון די שערי דמעות, מען וויל מיטוויינען מיט די יונגע קול'כלעך וועלכע שרייען מיט ווייטאג צום כסא הכבוד דעם איינעם ציפעדיגן ...פארוואס? מען וויל פארגיסן טרערן, און קלאגן, מקונן זיין, און זיפצן, מען וויל שפאלטן הימלען מיט הייזעריגע שטום בענדער און ארויפקוקן מיט אומקלארע ראיה באנעצט מיט וואסער צו די שווארצע הומלען און איינרייסן מיט די גרעסטע כוחות פאר בעסערע צייטן ביי אידישע קינדער, די ערד האט שוין גענוג איינגעזאפט און נאר זי קען עדות זיין צום רבונו של עולם אז עס איז ביטער די מצב.

ערד!..ערד?! פארוואס לאזטו צו אז אין דיינע גרעניצן זאלן אזויפיל ווייטאג אריינגיין? שליס דיך אהן אינעם ווייטגרייכענדע שאגה פון די יתומים וואס זייער וועלט האט זיך פארשלאסן מיט א מאנסטערישע פינסטערקייט און ענטפער אמן אויף זייער ערשטע קדיש ביים מיטה פון זייער באליבטע פאטער.

די פיס טופענען, די הערצער זענען פארקלעמט, מענטשן זענען פארזאמלט ביים לויה צו אפגעבן כבוד האחרון, טרערן גיסט זיך ווי א קוואל וואס מען קען נישט אפשטעלן, די התרגשות און ציפעדיגע סצענע לאזט זיכער נישט צורוה די גאנצע פעמליא של מעלה.

מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.

זאל דער נפטר זיין א גוטע בעטער און ער זאל איינרייסן ביים בית דין של מעלה פאר גוטע יארן און נאר פריידן ביי די בני המשפחה און גאנץ כלל ישראל אמן נצח סלה ועד.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

הרב ישכר כץ שרייבט היינט אויף פעיסבוק וועגן זיין קאזין:

Ysoscher Katz
Cousin Yanky (40) died yesterday, the second day of Pesach, killed by cancer, a violent and indiscriminate illness.

Yanky's life was off to a rough start. He was a Satmar teenage bum, difficult and rebellious. He would get into trouble quite often, either doing something wrong or behaving inappropriately. Someone was always either angry at him or upset with him. It was a hard-knock life. He went around this world constantly feeling rejected and ignored. He became a stiff and rough-edged young man.

Then luck shined its kind rays on him. He was set up in his early twenties with a nice demure Satmar girl. She immediately fell in love with him. Her sweet love was strong and potent, it cracked his defensive armor and penetrated his stiffened heart. Yanky was transformed.

The rough-edged Yanky was gone, replaced by a sweet teddy bear of a man who was a loving husband to his gorgeous wife, a doting father to his five sons and a generous friend to his neighbors and community.

He also went on to become a successful businessman who used his good fortune to make the world nicer for the needy and kinder for the less fortunate.

Now he is gone. Time to say thank you and goodbye.

Yanky, I have no doubt that God will send your bruised and cancer ridden soul straight to Gan Eden so that the healing can begin. I know exactly what is going to happen once you get there. You will walk into a room filled with Rabbis and Rebetzins, all of them hunched over an ancient manuscript, debating the intricacies of some obscure verse. With your irreverent streak, you will ignore the setting and mischievously crack one of your subversive jokes. I have no doubt that the whole room will light up, laughing uproariously.

God, please be good to this young man. He tried so hard to make it up for you the last twenty years, You decided not to give him a chance, You took him back-prematurely.

Ribono Shel Olam, he is in Your custody now. Please make sure they know to cherish him up there. Do not let them repeat the mistake we made down here when we undervalued the aesthetic of his adorable soul. You owe it to him.

Cousin, Chay Raizy, thank you for enabling us to enjoy a version of your husband Yanky we were oblivious to for the first twenty years of his life. It is a shame that twenty years later his beautiful soul was violently taken from us by this vicious malady.

Finally, goodbye sweet cousin and friend : תנוח בשלום על משכבך.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ווער איז דער שרכר כ"ץ

פארוואס פאדערט זיך אז אין פעיסבוק זאלן זיך וואשן זייני חטאות נעורים.
ווער האט אים געפרעיגט, מסתם איז ער דער באם פון וועים ער רעדט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

Re: יהא זכרו ברוך

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער שרייבט גראדע זייער שיין
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ואתא כלבא ונשך ל׳שונרא׳...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מתוך גנותו בא לשבחו
Under influence
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

פארוואס איז עס שיין צי שרייבן אויף א קאזען וואס איז שוין נישטא סארא באם ער איז געוועין, ווי שלעכט ער האט אלע מאל געשפירט, און ווי ער איז געוועין פיל מיט האס, ביז ער האט געפינען בלע בלע, עס איז נישט שיין ארויפציברעינגען אלטע חטאים ווען ער ווערט געדעינקט אלס א זעלטענע ליבליכער מאן, ופשוט הוא.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ישכר האט פאלוירן מיין רעספעקט, כ'פליקער. אויך למאי נפקא מינא אז זיין ווייב איז gorgeous? אה ער רעדט פון אירע מידות מסתמא, אקעי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראשעקאל האט געשריבן:ער שרייבט גראדע זייער שיין

ראשעקאל:דאס שיינקייט פון זיין שרייבן ווערט פארלוירן אין די השפלות מיט וואס ער באגיסט איהם. דערמאנען זיין יוגנטליכע נישט גלענצנדע פארגאנגענהייט האט אבסאלוט נישט אויסגעפעלט כדי ארויס צו הייבן די מעלות פון דעם נפטר.
ס'כאפט זיך אריין א פארדאכט אז ראביי יששכר כ"ץ האט געהאט עפעס אלטע חשבונות מיט זיין פארשטארבענעם קאזין...נאר יעצט איז נישט געווען די ריכטיגע צייט דאס ארויסצוברענגען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

מתוך גנותו בא לידי שבחת אשתו?
הודו לה׳איך בין נישט געווארן אזא ״אויפגעקלערטע״ מיט ׳מענערס׳. אם אין דעת הבדלה מנין וואס צו רעדן ביי אן עניווירסטי פארטי און וואס ביי א לויה... והה״ד אתא כלבא ונשך ל׳שונרא׳
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

ראשעקאל האט געשריבן:ער שרייבט גראדע זייער שיין


You gotta be kidding me! Is there a single line that isn't cliché-ridden? The writing is absolutely awful. And I'm not even commenting on the content. I'm seriously disappointed
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ער שרייבט עס פאר'ן מאדערן ארטאדאקס עולם, פאר זייער מענטאליטי מאכט עס א רושם ווי מ'זעהט פון די קאמענטס.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

ביבער האט געשריבן:ער שרייבט עס פאר'ן מאדערן ארטאדאקס עולם, פאר זייער מענטאליטי מאכט עס א רושם ווי מ'זעהט פון די קאמענטס.


That's not an excuse. Just because they are morons doesn't mean he has to stoop to their level. He's smarter than that
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

פארוואס זענען זיי מאראן'ס? ביי זיי איז נישט קיין בושה צו האבן א שווערע עבר, עס-לאנג ער איז עס איבערקומען און געפירט דערנאך א סוקסעספול לייף, די סארט עקס בושות און קאוועראפס איז נישטא מיין איך נאר ביי קלאוז ניט קאמיוניטיס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ביבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

א.bum מיינט א געטרייע איבערגעגעבענע מענטש
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בעל מדות האט געשריבן:
מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.


דיין ארטיקל איז זייער הארציג אבער ביי דעם שטיקל האסטי נאכגעשריבן א וועלט'ס טעות. עליה השלם כל הקרבנות כולם מיינט אז אויף דעם קרבן (תמיד של שחר) זאל מען מקריב זיין אלע אנדערע קרבנות.

ס'זעהט זיך אן אז די האסט נישט געלערענט חומש רש"י פאריגע וואך:

וערך עליה העלה: עולת תמיד היא תקדים:
חלבי השלמים: אם יביאו שם שלמים. ורבותינו למדו מכאן עליה, על עולת הבוקר השלם כל הקרבנות כולם. מכאן שלא יהא דבר מאוחר לתמיד של בין הערבים:

אל תפתח פה לשטן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף:במחכת"ה איז עס דאך יא דער ריכטיגער פשט. כאטשיג אומדירעקט. אבער די כוונה פון רש"י הק' איז דאך געווען, אזוי ווי ער איז מפרש אז נאך דעם קרבן תמיד של בין הערביים זאלל מען מער נישט מקריב זיין גארנישט...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בערעלע, וואס מיינט אל תפתח פה לשטן?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אל תפתח שה לפטון
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הרב_שלום האט געשריבן:א.bum מיינט א געטרייע איבערגעגעבענע מענטש

און וואס מיינט רעבעליעס?...
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שמעון וואלף האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:
מיר ווענדן זיך צום רבונו של עולם מיטן לעצטן ביסל ערנערגיע און וויינען אז "עליה השלם כל הקרבנות כולם" ער זאל אפווישן די טרערן וועלכע קומען אהן אפשטעל, ער זאל שוין מאכן א ענדע צו צרות ביי כלל ישראל, און פארשטייט זיך געבן די כוחות פאר די פריש געווארענע יתומים צו קענען איבערטראגן די ביטערע ליידן.


דיין ארטיקל איז זייער הארציג

ס'נישט זיין ארטיקל, סאיז פון וואטסעפפ. (באקומען נאך נעכטן)
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט