"ווארשע" דראמאטישע שפיל חול המועד פסח תשע"ה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

למעשה הער איך עס איז אין פולן קראפט, הערליך שיין. גאר שפאנענד.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס אוו נאו האלט מען פאר די צווייטע האלב שפיל , ביז דערווייל איז געווען א שאד די בילקע (אוי חמץ..איך מיין א שאד די מצה...) לאמיר האפן די צווייטע האלב וועט זיין א תשובת המשקל.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אלע זאגן טאקע די שפיל איז שיין, אבל קומט נישט צו צי א אינטערן שפיל.
ועוד די שפיל קאסט פיל מער ווי א אינטערן שפיל, אן קיין פארוואס, נאר פארשידענע אויסריידן,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אונטערן האט איין בעל הבית, ווארשע צוויי. ס'דארף זיין גענוג מצה און בארשט פאר ביידע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

C/P. אזוי ווי איך בין מיך נהוג נאך יעדע שפיל דאס צו רעיטין איז יעצט געקומען די רייע אויף ווארשע... איז לאמיר גיין שטאפל ווייז....

די הכנות צום פלעי. ⭐
בלויז איין סטאר, קודם זענען די פרייזן געווען הימל שרייענדיג הויך אזש אז איך האב באצאלט איבער פיר הונדרט דאלער פאר מיין משפחה. אבער וואס האט מיר נאך מער פארדראסן איז די פאקט אז יעדן צוןייטען וועם איך האב געטראפן ביים פלעי האט געזאגט אז ער האט באקומען פאר בחינם אן איינטריט קארטעל... נו פארדעם בעט מען אזאליכע געפעפערטע געשוואלנע פרייזן? צו קענען טיילן לכל דכפין פרייע טיקעטס? און צו קענען האלטן א דריטל פונעם זאל ליידיג? און א זייטיגע דיסאפוטנמענט האבן זיי נישט צוגעשטעלט קיין באסעס פון מיין שטעטלע מאנסי אין איך האב אליינס געמוזט ארויסדרייווען.
און בכלל איז די בילדאופ צום פלעי געווען זייער נישט עקסייטינג... מיינע קינדער זענען געווען דיסאפונטעט מיט זייער האטליין וואס אויסער א פאר בחורים רעדט נישט דארט קיינער... זייער ווידיאו פראומא'ס זענען געווען זייער נישט צו דער זאך... זייער טווטער בכלל נישט אינטערסאנט און איפארמאטיוו... יעדען טאג איז ארויסגעקומען אנדערע קאנפליטינג באריכטן פון זיי... און צוגאב האט זיך דער שפיל אנגעפאנגן מיט א שעה שפעטער ווי גערשיבן דאס איז א געפערליכע געמיינקייט פון זיי צו לאזן מענטשען ווארטן אזוי לאנג און זייער נישט פרפעשינאל...

קאסטיומס ⭐⭐⭐
זייער שיין און צוגעפאסט די מעשה. (דאכצעך אז זיי האבן גענוצט די זעלבע פרוי וועם אונטערן האט אריינגעברענגט) אגב האט אבער אויסגעקוקט ווי די עקטיארן שפירן עפעס נישט קאמפטערבאל מיט זייער קאסטים (אפשר די סייזעס זענען נישט גוט געווען )

מעשה⭐⭐
זייער געמישטע געפילן ווי אזוי צו רעיטען די מעשה... טאקע געווען 'צווייטע וועלט מלחמה' אבער לדעתי אז מנעמט אזא האקלע נושא וואלט עס געדארפט זיין מער איבער געשיכטעס וואס אונזערע עלטערין האבן מיט געמאכט... און נישט עפעס ארויסגעזויגן פון פינגער. און האבענדיג דערביי פאקטן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט'ן מציאות... ווארשע אידן זענען נישט אנגעקומען קיין אויסשוויץ וכו'. ווי אויך איז די מעשה נישט געווען זייער ציענד עס איז עפעס נישט געפארן מ'האט זיך נישט געהאלטן די אטעם, ס'איז נישט געווען די דראמא און סוספענס, סופרייז פאקטאר, עס איז געווען געפערליך באורררררראינג און אויסגעצויגן דער עולם האט געפילט ווי מ'שלעפט די צייט אין די וועלט אריין... פון די אנדערע זייט איז עס אבער געווען זייער עמאצינאל אבער עמאשאן אליינס איז נישט גענוג... (להערה בעלמא) איז די שפיל געווען מיט א גוטע שעה קערצער פון די אונטערן פלעיס...

פראפס ⭐⭐⭐
הערליכע שיינע פארפס די באן, די באראקן, די ארבעט מאכט פריי, די באב ווייערס, די וואך טורעם וכו' הערליך שיין, נו דעמאלטס פארוואס געב איך עס נאר דריי סטאר'ס ווייל זיי האבן געהויבן די עקספיטעשאן אז עס קומט עפעס אזוינס און אזעלעכס וואס די וועלט האט נישט געזעהן אבער לענית דעתי האט אונטערן בילד געהאט אסאך אסאך מער פראפס גרעסערע און שענערע וואס האט באצויבערט יעדעם... כ'האב ערווארטערט זיי זאלן עס ביטן אדער עטליסט די זעלבע אבער נאופ זייער ווייט פון עפעס דראסטיש.

עקטארס
באמת וואלט איך געדארפט רעיטען יעדעם איינעם עקסטאר אבער 'אי אפשר לפרטם כי רבים הם' דעריבער וועל איך נאר געבן מיין אנאליז אויפן שפיץ גאפל. שטייטצעך אז דער שלמה פערל איז געווען די מעין עקטאר אויפן סטעידזש ער האט זייער איבערגענומען דעם עולם... שלמה פערל באקומט ⭐⭐⭐⭐⭐ יא פינף סטארס! ארי אבראמוויטש האט לדעתי גארנישט עקסטאר פארקויפט קען זיין דאס איז געווען זיין פארט דער עולם האט עפעס נישט קאנעקטאט דערצו און איז געווען אזוי בארדינג און אויסגעצויגן ווי ביי די אונטערן פלעי'ס. עס איז געווען צוויי דריי גאנץ כמעשה'דיגע קינדער. פיני פריד איז ווי אלעמאל געווען גוט, אבער לדעתי האט ער באקומען צו א קליינע פארט. האלצמאן איז געווען אלרייט. די אלע איבריגע עקטארס זענען געווען מענטשען וועם זושא שמעלצער וואלט גענוצט... קיינער האט גארנישט מחדש געווען ממש גארנישט. איך וואונדער מיך אז דער אזויגערופנער מייסטער ווי שלמה פערל האט נישט געקענט צאמקראצן בעסערע אקטיארן...

קאמעדי קיין איין סטאר

דא ברויך מען זיך אפשטעלן און דאס האט מיר עכט ארויס גענומען פון די גלייזן... יעדע אידישע פלעי אין היסטאריע האט קאמעדי פארנומען א שיינע ראלע, די קינדער קוקן דאך אזוי ארויס אויף דעם! און דא ביי ווארשע גארנישט? זירוא קאמעדי... עפעס א בחור'ל שטעלט זיך אויף זאגן אפאר נארישע קארני וויצן און מען איז יוצא? מיר מיינע קינדער זענען געווען אזוי דיסאפונטעט.( אזוי ווי די ווערטל לויטערט דראמא האבן מיר גענוג אינדערהיים אז מ'גייט ארויס ווילן מיר א שמייכעל...)

און וואדע פאדערט זיך א מחאה אויף די געוואלדיגע עוולה פון אנהייבן דעם שפיל מיט א סוואסטיקע אויפן וואנט! א סוואסטיקע איז פון אלאמאל געווען א זאך פון וואס אידן און להבדיל גוים האבן זיך אפגעהאלטן פון נוצן און דאס איז זיכער נישט פאסיג אנצוהייבן א שפיל דערמיט און דאס איבערווייזן צווישן יעדע צענע! כ'האב גראדע הנאה געהאט ווי די אינגע קינדער האבן מוחה געווען און געשריגן ווען זיי האבן דאס געזעהן! ובזה יצאתי ידי חובתי למחות...

וכו' וכו' ⭐⭐
אין זאל איז געווען שטרעבליך הייס יעדער ארום מיר איז ממש אויסגעגאנגען פון היץ( אפשר צוליב דעם האט מען געטיילט די טישו'ס... )
צווישן איין צענע אין צוויטען איז די פירהאנג געפאלן און גענומען אפאר מינוט אזאך וואס איז נישט פראפעשנאל מער, קיינער טוט עס נישט מער, מענטשען האבן נישט קיין געדולד! די פראדוקשען האט אויסגעקוקט זייער נישט פראפעשנאל א שיף אן א רידער...
די זינגען איז געווען pre recoeded וואס דאס איז געווען זייער אויפאלנד... און בעבי'ש. שוין אפגערעדט אז די ריקארדינג זעלבסט האט עפעס נישט געקלאפט.

צו מאכן א סך הכל... יא כ'שפיר מיך אפגע'נער'ט! נישט פארדעם האב איך באצאלט די געשוואלנע פרייזן! געווענדליך נאך א פלעי קייען מיינע בנים איבער און איבער די שפיל אבער ווארשע גלייב איך נישט אז זיי וועלן דאס אפילו וועלן געדענקן...

שלמה פערל און ארי' פרענקל האבן זיך זעלבסט גקרוינט אלץ דער מייסטער און קעניג פון אידשע שפילן( קען זיין זענען אמאל געווען) זאל זיי נאר איינער גיין זאגן אז זייער שטערן איז שוין אונטעגעגאנגען כ'האב א פילינג אז דאס איז זייער לעצטע פלעי... נישט די דיירעקשאן חלק פון שלמה פערל און נישט די טעקניקאל
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער@ די האסט שוין מער ווייניגער אלעס מסביר געווען ,
איך וועל נאר מוסיף זיין מיינע צוויי קאפיקעס ,

די קאסטיומס געב איך א * * , א חלק קאסטיומס האט אויס געקוקט ארויס געשלעפט פונעם פורים באקס ,

די מעשה * * , בנוסף צו וואס די האסט שוין געשריבן קען מען צו לייגן 1) אז די מעשה האט נישט געהאט קיין פאנטש ליין , 2) רוב מעשה האט מען שוין געקענט פאראויס זאגן וואס עס קומט נעקסט , 3) דער סטעפאן איז אריין געקומעןאין די מעשה וואו דער קאץ איבערן וואסער.. 4) א גרויס חלק פונעם שפיל האט זיך געהערט גאר פאלש ! די פרי רעקארדעט מיוזיק , די מייקס , די געוויינען פון די עקטערס האט זיך געהערט פאלש דורך און אדורך און עס האט
סתם ארויף געברענגט די נאך ברעטשען פון די אודיענס .. ובעיקר די אומארגינעלקייט אין די קרעכטצן פון שלמה פערל ..

וכו וכו. ניטאמאל איין סטאר , די לאזן ווארטען א שעה און א פערטל ! אין זיך ניטאמאל אנטשולדיגט פאר די ציבור כאטש וואלטן זיי געקענט שפילן מוזיק אין די צייט צו האלטן רואיג די פארזאמעלטע, כאטש זיך וויסענדיג מאכן כאטש מעלדן ווען עס גייט זיך יא אנהייבן , די היץ איז געווען א דורך פאל , די נאכאנאנדע געשרייען אין פארפירן פון די פארזאמעלטע גייט אויף דעם חשבון , די אומקארדאנירטקייט באקומט א הויכע פראצענט ראטע ,

יא איך שפיר מיך אויסגעשפילט ,אין א געוויסע זון האט עס מיר דערמאנט פון די "פראפעשנל פלעי" אין כיתה ח' אין קעמפ .. אבער נאך אלעם צו וואס זיך באקלאגן , איך האב מיר כאטש געשפארט וואשן די דישעס...

די פראפס * * *

די עקטערס אין טאטעל * ומחצה , ארי אבראמעוויטש ***** , שלמה פערל א חלק ***** און א חלק * משה אליעזר פרענקל **** שמעון בלומענבערג *** יענקי לאנדא ** פיני פריד *** נחמן גאלדרינג ** והשאר * ,
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

ארי אבראמאוויטש * שלמה פערל די ערשטע סין ***** איבעריגע *
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

קוקט אויס ווי דער קאקורענץ גאנצע שטאב האט מיטגעהאלטן, און יעדע דארף אראפמאלען דער פלעי ווי מער שווארצער.

אשר על כן א סוד, דער פראפעשענעל וועג ווי אזוי מ'מאכט אקאונטעאטאקע איז, ווען מ'לייגט אריין דא דארט עפעס א גוט ווארט אויך.

העמיר ווארטען ביז דער עולם גולם המון עם עמך יודען וועט אפ געבען זייער באריכט.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
קלערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:14 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך קלערק »

נאכן זיצן אין פארברענגן די טאג ביים שפיל א פינסטערע נאכט אין ווארשע, דאס איז מיין אנאליז.


מעשה:
פון איין זייט איז די מעשה געווען זייער באלערנט פאר די אינגערע דור וועלכע האט שוין נישט זוכה געווען צו קענען אידן מיט די בלויע נאמבערס אויף זייער האנט. עס איז געווען זייער א באלענרטע מעשה פאר יענע דור, און זייער וויכטיג אויפצושפילן.

די מעשה איז געווארן אראפגעלייגט זייער דראמאטיש און טייל מאהל הארצרייסענד. צוטיילן די קינדער פון די עלטערן, זיך געזעגענען פונעם בית המדרש, נישט אויפגעבן די אמונה וכו איז געווען זייער שפאנענט און הארציג.

אבער פון די אנדערע זייט, זייער אסאך שטיקלעך זענען געווען זייער פארנעפלט און נישט פארענטפערט געווארן. למשל:
ווי אזוי האט טוביה איבערגעלעבט די שיסעריי אין לאגער? מהאט דאך אים שוין ארויסגעטראגן מיט א וועגעלע?
פארוואס טאקע איז יוסי נעלם געווארן פאר צוויי טעג און נישט צוריקגעקומען צום בונקער?
וואס איז געווארן מיטן גוי'ס קינד?
ווי אזוי איז האט א איד געהאט א רעוואלווער אין לאגער און זיך נאך ארויסגעכאפט א גאנצע גרופע אידן?
פארוואס איז יוסי געקומען אנגעטוהן מיט גלחישע קליידער אויב ער איז געווען אין א קינדער לאגער?


חוץ פון דעם וואס די מעשה קען נישט שטימען מיט די מציאות.
ווי אזוי האט דוד זיך אריינגעשווערצט און ארויסגעשווערצט פונעם ארבייטס לאגער ביים זיכן זיין טאטע?
ווי אזוי האט א דייטש געקענט אנרירן די צוים ווען יעדער ווייסט אז עס עלעקטעראניש אז ווער עס כאפט עס אן ווערט געהרגט אויפן פלאץ?
זייט ווען האבן די קאפוס געהאט אזא כוח?
גיין פון לאזדש ביזן פארטן איז ארום 350 קילאמעטער. און דער וועלוול הייסט זיי לויפן שנעל אהין ווייל די שיף פארט שוין באלד?
ווי אזוי האט יענע אינגל'ס ביידע עלטערן געווארן געשאסן פאר זיינע אויגן און זיין טאטע געשיקט געווארן קיין אוישוויץ?
די אידן אין ווארשע זענען געהאלטן געווארן אינעם געטאו מיט די גאנצע משפחה ביזן שיקן קיין אוישוויץ, נישט אין אן ארבייטס לאגער.
זייט ווען איז מענגעלע ימש געווען אליינס א וועכטער?
נישט אמעריקא האט באפרייט יענע חלק פון פוילן, רוסלאנד האט.

פראפס.
פראפס זענען געווען אייזן! אודאי איז געווען קליינע פלאפס, ווי למשל אז די באן איז נישט געהעריג אריינגעקומען היינט, אבער די שפיל פראפס חוץ פון דעם איז געווען אויסטערליש שיין. די ספר תורה, די לאגער, וכו וכו פון די קליידער איז אפגערעדט אז עס איז געווען מעכטיג מיט אלע פיטשעווקעס( חוץ פון איין טעות, קיין איין עס עס אפיציר האט נישט געהאט קיין פאליציי אויפשריפט אויף זיין ריקן).


די עקטערס.
פרענקל, אינדיג( רב), פערל, אבראמאוויטש, פיני פריד, מאשקאוויטש( דוד) זענען געווען אייזן גוט, אראפגעלייגט א שפיל לעילא ולעילא. חיים שווארץ וואלט געמעגט באקומען אסאך בעסערע חלק( ווי למשל מענגעלע ), באמת א שאד צו לאזן אזא געלונגענע שפילער מיט אזא נערישע ראלע. דער הויפט דייטש איז נישט געווען גענוג ארגענעל שטרענג. מזעהט עס איז געמאכט.

די אלע אנדערע שפילער זענען געווען איינער בעסער און איינער שוואכער.


די שפיל אליינס.
די ערקאנדישן איז געווען א חורבן, אפילו היינט געווען ביטערלעך הייס.
עס איז געקומען די צייט אז ווען משלאגט זאל מען באמת שלאגן, עס איז זייער נעריש די כמו געשלאגן.
די טוישן צווישן די בונקער און גאס איז געווען נישט בסדר, מוואלט געקענט מאכן א ספליט סקרין.
די מייק סיסטעם האט פיין געארבעט.
קליינע מינדערוויכטיגע פלאפס, א מייק נישט געארבעט וכו דאס הרגט נישט קיין שפיל.

די חורבן אין מיינע אויגן, אז נאכן פארברענגען אגאנצן טאג דארט, אויפן וועג אהיים האט מען געפרעגט צו עס האט זיך געלוינט די געלט, קיינער האט נישט געזאגט בפה מלא אז יא. דאס איז א חורבן פאר זיי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קלערק האט געשריבן:עס איז געקומען די צייט אז ווען משלאגט זאל מען באמת שלאגן, עס איז זייער נעריש די כמו געשלאגן

וואלסט מסכים געווען צו זיין דער געשמיסענער און מקבל זיין באהבה די שמוץ?
וירח ה' את ריח הניחוח
קלערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:14 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך קלערק »

קודם כל זיי באקומען באצאלט.
שנית, עס איז דא היינט פאטענטן דערפאר, אריינספרעין פאום אז עס איז זאל נישט אזוי ווייטוהן. וכו'
[NAMELESS]

Re: "ווארשע" דראמאטישע שפיל חול המועד פסח תשע"ה

שליחה דורך [NAMELESS] »

Cp
אל כבוד ידידיי החשובים.

כאטש מ'האלט שוין ביי אנדערע טעמעס, מען האלט שוין אינמיטן העפטיגע דעבאטעס איבער אנדערע ענינים, פיל איך אבער א פליכט, אלס "אל תמנע טוב מבעליו", צו דאנקען די אנפירער און פראדוצירער פון דעם הערליכן שפיל "די פינצטערע נאכט אין ווארשא" וואס כ'האב מיטגעהאלטן היינטיגן דינסטאג צופרי מיט מיינע קינדער אין ברוקלין קאלעדזש.

כ'גיי נישט דא מאכן קיין גרויסן פארצווייגטן אנאליז, נישט ווייל כ'האב דאס געדולד, און נישט ווייל כ'האב די צייט אין דעם פארנומענעם חול המועד. אבער א פאר שורות מוז איך פארט שרייבן, ספעציעל נאך די פילע אטאקעס וואס דער שפיל האט אריינגעכאפט אויף די בלאגס, וואצעפ און טעלעגראם גרופעס, וויבאלד די עירקאנדישאן האט נישט געהעריג געארבעט ביי די מאנטאגדיגע שפילן, וויל איך אויסנוצן מיין רשות הדיבור און ארויסגעבן רחשי לבי וואס איך האב געשפירט.

אין געציילטע ווערטער: סיי איך און סיי מיינע אלע קינדער, גרויסע און קליינע, האבן מורא'דיג שטארק הנאה געהאט! לדעתי איז דער שפיל אין אלע הינזיכטן געווען א מייסטערשטיק פון א פלעי!

כ'ווייס נישט וואס דארט איז געווען מאנטאג, אבער דינסטאג האב איך עס מיטגעלעבט, צוזאמען מיט עטליכע פון מיינע קינדער, און ממש יעדע זאך האט געקלאפט אויפ'ן זייגער, אייזן-שטארק. עס האט געהאלטן געשפאנט קינדער צוגלייט מיט ערוואקסענע. מ'האט נישט געזען קיין אומגעדולדיגע בחורים צי קינדער גענעצן און אויסווארטן ווען די שפיל ענדיגט זיך שוין. פארקערט. מ'איז געזעסן און הנאה געהאט פון יעדע מינוט, דעריבער פארדינט עס - לויט מיין מיינונג - א ברייטע אונטערשטיצונג.

איך גיי נישט צעגלידערן און רעיטן יעדע זאך באזונדער, די פראפס, אקטיארן, דראמאטיזם, הומאריזם, נאר כ'וועל רעדן פונעם גאנצן גרויסן בילד וואס איז ביי מיר געווען.

די קינדער האבן אלע געקוואלן, אפגערעדט ס'איז נישט געווען לאנגווייליג, נאר ס'איז געווען פול, רייך מיט תוכן, געאייגנט סיי פאר קינדער און סיי פאר טאטעס און בחורים. איך קען נישט רעדן בשם אלע סארט טאטעס, אבער א נארמאלער, ערנסטער פאטער, וואס האט געזוכט צו גיין מיט די קינדער אויף א געשמאקן חול-המועד האלטן, איז ארויס מיט א טיפע הנאה פון דעם ווארשער שפיל.

ווי קען דען זיין בעסער פאר א טאטן צו ספענדן א גאנצן טאג חול המועד צוזאמען מיט די קינדער, און זען ווי זיי פארוויילן זיך מיט א הערליכן שפיל, און דערביי ווערן זיי באקענט מיט אלע אספעקטן פון דער ביטערער וועלט מלחמה, לויט וויפיל מ'קען אריינשטופן אין פיר-פינף שעה, פיל מער פון די השגות וואס היינטיגע חרדישע קינדער פארמאגן בכלל וועגן אוישוויץ, געטאס, בונקערס, קאפאס, די בהמה-וואגאנען א.א.וו.

נאר איין זאך מוז איך יא באווארענען, איידער כ'בין ממשיך ווייטער, אז צום באדויערן האבן נישט געשטימט עכטע היסטארישע פאקטן און מציאות'ער זענען געווען פארדרייט. ווי מ'האט שוין אויפגעמערקט האט מען פון ווארשא בכלל נישט אויסגעזידלט קיין אוישוויץ, נאר קיין טרעבלינקע. האט מיר עס א ציפ געגעבן פארוואס מ'זאל אריינפרעגן אין קינדער פאלשע דעטאלן איבער'ן גרויסן חורבן, גירסא דינקותא בלייבט דאך אויפ'ן גאנצן לעבן, פארוואס נישט מאכן קיין שלימותדיגע ארבעט?

נאך א נארישע דעטאל וואס האט מיך דענעווירט, איז געווען ווי די דייטשן האבן געשריגן אפאר מאל "גיכער, גיכער". ווער ווייסט דען נישט ווי די דייטשן פלעגן מיט די הויכע קולות "שנעלער, שנעלער, שנעלער", אראפטרייבן די שוצלאזע אידן פון די וואגאנען צו די גאז-קאמערן. טא, וואס דארף מען פארטוישן דעם אריגינעלן 'שנעלער' צו 'גיכער'?

און אז מ'רעדט שוין קריטיק, האט זיך בכלל נישט עכט פארשטאנען דער נאמען "די פינצטערע נאכט אין ווארשא". דער שפיל האט זיך דאך אנגעהויבן אין א שבת נאכמיטאג אין ווארשא, נאך כתר, טא ווען איז געווען די פעך-שווארצע פינצטערע נאכט?

אבער שוין. אזוי גייט עס ווילאנג ס'איז נישטא קיין עולם התיקון. קליינע בובוס פאלן אלץ און אומעטום אריין. און ס'איז העכסט נארמאל, ס'זאל זיין עפעס קריטיק. זיי ווערן אבער פארשאטנט און פארמינדערוויכטיגט ביים קוקן אויף דער הצלחה פונעם גאנצן שפיל. דירעקט פון רוב חסרונות וואס מ'האט געהאט אויסגערעכנט, האב איך געזען הויפנס מיט מעלות.

דאס וואס מ'האט גע'טענה'ט אז דער שפיל איז געווען צו ערנסט, איז ביי מיר א מוז. נאך אלעם איז מען דא געגאנגען אפשפילן א געשיכטע פון דעם גרויסן חורבן, ווען מ'האט אויסגעקוילעט און פארגאזט זעקס מיליאן אידישע קדושים, השם ינקום דמם. אזא געשיכטע מוז צוגיין מיט דער גרעסטער אנגעצויגנקייט וואס איז מעגליך, כ'וואלט מיך ערלויבט צו זאגן אז זאגאר דעפרעסיע מוז זיין, לויט וויפיל ס'איז נאר שייך. נאר אזא מעסער-שניידנדע ערנסטקייט, באגלייט מיט יללות פון קליינע קינדערלעך "טאטע, טאטע", בעת מ'צעטיילט זיי צווישן 'רעכטס' און 'לינקס', די קינדער זאלן בשעת-מעשה ציטערן וואס דא גייט פאסירן, קען עפענען א פענסטערל פאר אונזערע חרדישע קינדערלעך צום האלאקאוסט. זיי זאלן א ביסעלע בעסער באגרייפן דעם שרעקליכן חורבן וואס דעם פארשאלטענעם דייטשנס אריינקומען אין מזרח אייראפע האט געברענגט פאר אידישע קינדער.

מיר טארן נישט פארגעסן, אונזערע קינדער קוקן נישט קיין פילמס, לייענען כמעט נישט קיין היסטארישע פאקטן פון דער קריג, זעען די קריג פאר א גאר ווייטע פארלאפענע זאך, און זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין בעסערע געלעגנהייט ווי ביי דעם שפיל, וואו זיי האבן זיך באגעגנט פנים אל פנים מיט די ברוטאלע נאציס; די פארשאלטענע געסטאפא; די אויסזידלונג פון אידן; דער שרעקליכער פארראט פון די אזויגערופענע גוטע גויאישע שכנים; די פינסטערע וואגאנען אין וועלכע מ'האט געפירט די אידן; די אכזריות'דיגע צעטיילונג צווישן 'רעכטס' און 'לינקס'; די טויט לאגערן מיט די שטעך-דראטן אונטער די נאצישע שטיוול; די געשטרייפטע קליידער אויף די פליכטלונגען; דאס פרואוון ארויסצושווערצן א קארטאפעלע אונטער די שווערסטע אומשטענדן; די קאלטבלוטיגע שיסערייען קעגן אידן; די זאנדאר-קאמאנדא'ס ארויספירן די טויטע קערפער, די אידישע קאפאס וואס האבן זיך פארקויפט פאר'ן שטן; און נאך און נאך.

דאס אלעס מוז צוגיין מיט דעם גרעסטן דראמאטיזם וואס איז נאר שייך. איבעראנגעצויגן שאדט נישט. פארקערט, קליינע וויצלעך קענען אמאל פארטונקלען דעם גאנצן איינדרוק און השפעה פון דעם מעסעדזש פונעם שפיל. אזא שפיל מוז ארויסברענגען פינסטערקייט, טונקלקייט און נשמה'דיגע פאראומערטקייט. ווען אידן זענען בצער טאנצט זיך נישט און פריידט זיך נישט.

און דא פארדינט טאקע זיין קרעדיט דער מייסטער דירעקטאר, שלמה פערל, דער הויפט כאראקטער אינעם שפיל, טובי, ווי ער האט אזוי מין הארציג אויסגעקוועטשט יעדע איינציגע סצענע. געוויינט יאמערליך, נישט אויסגעזען ווי איינער קען אים טרייסטן, אבער אין דער זעלבער צייט נישט פארלוירן די אידישע אמונה. מ'זעט ווי ער איז א ריכטיגער פראפעסיאנאלער אקטיאר, וואס "פארשטייט" די "ארט" פון עקטן.

כ'האב געזען טאקע אויסצונוצן די צייט פונעם שפיל מסביר צו זיין פאר די קינדער וואס די קריג האט באדייט. ביי יעדע סינערי האב איך זיי דערציילט ווי עכט דאס קאפירט נאך דעם ווירקליכן מלחמה'דיגן לעבן. כאטש איך בין שוין מער ווי איינמאל געווען אין מלחמה מוזעאומס מיט די קינדער, געזען סליידס און בילדער, האט עס קיינמאל נישט געהאט דעם אימפאקט אויף זיי, ווי יעצט ביים זען די אקטיארן מיט די מעכטיגע פראפס, שפילן ווי קאצעטניקעס. ווען מ'האט אנגעהויבן זינגען אין טויט-לאגער "אני מאמין בביאת המשיח", און כ'האב זיי דערציילט, ווי מיט דעם ניגון האט מען זיך מחזק געווען אין יענע פינסטערע צייטן, איז א קאלטער שווייס זיי דורך אין די ביינער.

און אז מ'וויל וויסן דעם גאנצן אמת, האבן זיך אויך וויצן געגאסן לרחצה. סיי אנהייב, סיי אינמיטן און סיי ביי דער ענדע. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט די דזשאוקישע אטמאספערע שבת נאכמיטאג אין ווארשא, וואו א גרויסער טייל סצענע איז צוגעגאנגען שטארק וויצלנדיג; דעם וויינענדיגן הספד אויפ'ן אלטיטשקן קלונימוס ביי דער באן סטאנציע, בעת דער אלטיטשקער שטייט נעבן דעם מספיד, איז פאר די קינדער געווען כמוצא שלל רב, זיי האבן זיך בשעת מעשה געקוילערט דערפון. דער טאבאק-שמעקער מיט זיינע באמערקונגען, און אזוי נאך וואס איך געדענק נישט אויף דער מינוט.

מענטשן האבן נעכטן געחקרנט, צי דער שפיל איז ענדערש פאר קינדער אדער ענדערש פאר ערוואקסענע. לדעתי (איך ווייס נישט צי די פראדוצירער האבן אזוי געוואלט), איז עס זיכער בעיקר אהערגעשטעלט געווארן פאר קינדער. ווייל עלטערנ'ס הנאה איז געווענליך אלץ אן אנדער סארט ווי קינדער'ס. דערוואקסענע, "אדאלטס", קוקן עכטע סצענעס, האבן שוין א בליק געגעבן אין דאקומענטעריס צי נאכגעשפילטע פילמס און וועלן פארגלייכן דאס צו יענץ. די הנאה פון דערוואקסענע איז ווי גוט דער עקטער האט געעקט. בעת די הנאה ביי קינדער איז ווי גוט דער עקטער האט געעקט די מעשה. יחי ההבדל.

אז אן אינטעלעקטועלער ערוואקסענער וואס קען אוישוויץ, וואגאנען, געסטאפא וכו' דורך און דורך, וועט ער בעיקר וועלן פארגלייכן ווי גוט דער שפילער האט יענץ נאכגעמאכט, און אז ער וועט טרעפן א פינטעלע שוואכקייט, וועט ער זאפארט קריטיקירן; אבער ביי קינדער - און ביי רוב אומגעלערנטע בחורים און אפילו יונגעלייט - איז אזא שפיל א וועלט'ס איבערקערעניש. זיי האבן דא זיך דערלערנט נייע מלחמהדיקע-באגריפן וואס זיי האבן קיינמאל נישט פריער געוואוסט.

די נעכטיגע טענה, אז ווען דער טאטע טרעפט זיך מיט זיין זון אלי נאך דער קריג אין ווארשא זעט מען נישט די אבנארמאלע פרייד וואס דארף ווען דורכנעמען ווען א טאטע טרעפט זיך מיט'ן זון, איז לדעתי נישט קיין ריכטיגע. מ'זעט דאך דעם פאטער שוועבן צווישן לעבן און טויט, ער איז האלב אין א מעלאנכאליע, ער שרייט "אלי" און באמערקט בכלל נישט ווי דער זון שרייט צוריק "טאטע". ווען ער פאסט שוין יא אויף, קוקט ער אן זיין אייגן קינד מיט גרויסע פארחידושטע אויגן. ער ווערט אפנים אזוי צעווילדעוועט אויף דעם גויאישן בעטריגער, אז ס'רייסט אויף אין אים א הייסע דורשט צו דערלעבן א נקמה אין דעם פארשאלטענעם ערל, וואס האט אים אזוי ביטערליך בארויבט, באשווינדלט און אפגענארט.

און ווען כ'הער זיך יעצט צו אין דער היים, ווי די קינדער דערציילן איבער מיט שוים אויף די ליפן די מעכטיגע ענדע, ווי מ'האט דעם גויאישן שכן אנגעריסן מיט מכות רצח, יעדער האט אים געשטויסן און אריינגעהאקט אין אים שטיקער, זע איך, אז די שפיל האט געלאזט א רושם פון א גוטע פרייליכע ענדע. די קלעפ אינעם פארשאלטענעם פאלאק גיסט אויס זייערע צעבראכענע געפילן פון הארצן וואס האבן זיך דארטן אנגעזאמלט במשך די לעצטע פאר שעה פונעם שפיל וואטשנדיג די דייטשע רשעות און רציחות.

אין סך-הכל, זענען די קינדער אהיימגעקומען איבערגעזעטיגט ביז איבער'ן נאז. זיי זאגן אז ס'פארטונקלט די אלע ביז-איצטיגע "אונטערן" שפילן. איך וויל נאר באמערקן, אז צווישן מיינע קינדער געפינען זיך אזוינע וואס קענען נישט איינזיצן קיין האלבע שעה אויפ'ן פלאץ אן ווערן הייפער אינצווישן, און דא זענען זיי געזעסן אראפגענאגלט פינף שטונדן און געשעפט פארגעניגן.

דאס איז די סיבה פארוואס כ'האב גענומען די פאר מינוט אפצושרייבן די פאר ווערטער, אלס הכרת הטוב צו די אקטיארן און פראדוצירער, יישר כחכם וחילכם לאורייתא.

איך, אלס מיטלמעסיגער סארט טאטע, מיט קינדער פון עטליכע יארגענג, אריינגערעכנט א בחור, גרויסער אינגל, און קלענערע אינגלעך, בין ארויס העכסט צופרידן פון דעם ערנסטן, תוכנ'דיגן און היסטארישן שפיל. ס'איז געווען רייך מיט וויסנשאפט, אמונה און חיזוק. ס'האט אריינגעברענגט אין מיינע קינדער א סך וויכטיגע ידיעות, וואס כ'האב שוין יארן געהאט חשק זיי זאלן האבן דערין א שטיקל באגריף. און ס'האט זיך, ווי געזאגט, אויך געענדיגט מיט א שטאלצן געמיט, ווי די אידן זענען ארויס זיגער און נקמה גענומען אינעם שטן, ווי מיין אינגל זאגט מיר, "די בעסטע איז געווען צום סוף ווי מע רייסט צאם דעם שייגעץ"...

איך, כ'מיין בעיקר מיינע קינדער, קען שוין קוים ווארטן אויפ'ן קומענדיגן מייסטער שפיל פון עס-פי-עי-עף.
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

מקען קיין טענה נישט האבן אויב סאיז געווען צי ווייניג קאמעדיע, אין זיי אינטערוויא א שטיק צייט צוריק אינעם מאמענט האט ר' שלמה פערל שטארק ארויס געברענגט ווי ווייט ער איז אקעגן די וויצן אויף פלעיס, ווען איר קויפט א טיקעט צי זיינס א פלעי זאלט איר קלאר וויסן אז וויצן איז נישט אויף זיין אזשענדע אין עס איז נישט אזאך וואס ער פלאנט צי טוישן, עס איז בשיטה
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

1.jpg
[NAMELESS]

Re: "ווארשע" דראמאטישע שפיל חול המועד פסח תשע"ה

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאסטנער האט געשריבן:מקען קיין טענה נישט האבן אויב סאיז געווען צי ווייניג קאמעדיע, אין זיי אינטערוויא א שטיק צייט צוריק אינעם מאמענט האט ר' שלמה פערל שטארק ארויס געברענגט ווי ווייט ער איז אקעגן די וויצן אויף פלעיס, ווען איר קויפט א טיקעט צי זיינס א פלעי זאלט איר קלאר וויסן אז וויצן איז נישט אויף זיין אזשענדע אין עס איז נישט אזאך וואס ער פלאנט צי טוישן, עס איז בשיטה

סליחות נאכט אין קיעוו און יוסף שפיל האבן דען נישט געהאט קאמעדי???
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

געמאסטן אקעגן די אינטערן פלעיס איז עס גארנישט
[NAMELESS]

ווארשע

שליחה דורך [NAMELESS] »

די הארץ רייסענדע רירענדע צוואה פון יוסל ראקאווער (נאך וועמען אונזער ניק @יוסל ראקאווער רופט זיך) שטייענדיג אינעם שאטן פון טויט.
varsha.pdf
[NAMELESS]

ווארשע צווייטע חלק

שליחה דורך [NAMELESS] »

צווייטע חלק פונעם מאנאלאג
varsha 2.pdf
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כאן, חבל טבור הארץ.
[NAMELESS]

Re: "ווארשע" דראמאטישע שפיל חול המועד פסח תשע"ה

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:צווייטע חלק פונעם מאנאלאג
varsha 2.pdf

כ'קען עס נישט עפענען
פארשפארט