ווען באגייט מען זעלבסמארד אין קושטאופיע ("פה-סח" #4)

מחשבה, השקפה ועיון
[NAMELESS]

ווען באגייט מען זעלבסמארד אין קושטאופיע ("פה-סח" #4)

שליחה דורך [NAMELESS] »

איין מינוט, פאר איך גיי ווייטער. חלילה אז איינעם זאל זיך דוכטן ווי איך קום דא בארעכטיגן, פארטיידיגען אדער פארשלאגן זעלבסמארד. אויב שפירט איר ביי זיך זעלבסמארד געדאנקן דאן לייגט אראפ וואס איר ליינט היצטערט און הייבט אויף א טעלעפאון צום נאציאנאלעם זעלבסמארד הילף האט-ליין, דארט וועלן זיי אייך לאזן ווארטן אויף האלד אזוי לאנג אז ס'וועט אייך פארגיין די אפעטיט פון נאכאמאל וועלן קלערן פון באגיין אזא שריט ואני את נפשי הצלתי.

וואס יא? קודם פאר אלעמען לאמיר אייך פארשטעלן אין קורצע ווערטער וואס איז דאס בכלל "קושטאופיע". אין קורצן איז זי א נאמען פון א שטאט, צוזאמענגעשמאלצן פונעם חז"ל'ישע "קושטא", דער אמת שטאט, און די אלגעמיין בקאנטע "יוטאופיע" די פערפעקטע געזעלשאפט. מיר רעדן פון א שטאט, מער ווייניגער א שטעטל וואס אלע אירע איינוואוינער לעבן זייער לעבן מיט אט די צוויי ווירטען, אויפריכטיג און פערפעקט. און ווען מיר זאגן אויפריכטיג דארף מען באטאנען אז דארטן אין קושטאופיע גייט אלעס ביזן עקסטרעם, נישטא קיינע מעשיות, אלעס און אלע האלטן דערביי מיט אן אמת. יעדער מאכט זיך זייערע אייגענע החלטות ווייל יעדען קען מען געטרויען און יעדער טראסט יעדעם מיט אלעס. און דאך, למסקנא קומט יעדער אלעמאל אן צו די סאמע זעלבע החלטות. ווייל אז יעדער איז פערפעקט און קלוג און יעדער טראגט די פולסטע אחריות פאר זיינע מעשים מוז דאך ממילא יעדער אנקומען צו די זעלבע מסקנה, אז ס'איז גוט פאר איינעם, און יעדער איז פונקטליך אייניג ווי דער צווייטער איז בהכרח וואס ס'איז גוט פאר דיר איז גוט פאר מיר און וואס איז גוט פאר מיר איז גוט פאר דיר.

דערצו קומט אבער צו נאך א זאך. ווי איר ווייסט דאך, און קושטאופיע זאגט מען נאר דאס אמת, קיינער זאגט קיינמאל נישט קיין ליגענט זאל זיין וואס ס'זאל נאר זיין, און ס'איז אפילו נישטא פארוואס צו וועלן זאגן ליגענט. און דארטן ווי שקר עקזעסטירט נישט האט דער מלאך המוות קיין שליטה. איז נאטורליכערהייט לעבט יעדער אויף אייביג. פשוט, פון זיך אליינס שטארבט מען נישט. אויב איינער וויל שטארבן מחמת איזה סבה שיהיה האט ער נאר פאר זיך איין בריריה, באגיין זעלבסמארד. קיין אנדערע וועג איז נישט דא, פון זיך אליינס וועט דאס נישט געשען. אזוי גייט דאס לעבן דארט.

יעצט אפגעזען פון די פיזיאלאגישע מעכעניזם פון אזא געשעפט, למעשה ארבייט עס, ס'איז דא. שטעלט זיך דא פאר איין זייער וויכטיגע דילעמע, נעמליך עד מתי? קען מען דען לעבן אויף אייביג? גלאט אזוי אנגיין אן קיין ענדע ביז ביז ביז און אויך נאכדעם אויף ווייטער? כ'מיין ווען ענדיגט זיך דאס געשעפט, ווען גייט מען. נו זאל איינער פרעגן און אפשר טאקע אזוי, ווער זאגט אז מ'מוז אמאל בכלל גיין פון דאנעט? זאל מען פארבלייבן פאר די רעשט פון די צייט און פטור אן עסק. וואס איז שלעכט אזוי.

נו מיינט נישט אז די שטאט טאטעס האבן פון דעם אפציע נישט געטראכט. און ווער אין קושטאופיע זענען זיי די שטאט טאטעס קענט איר זיך אליינס פארשטעלן, אין אזא שטאט ווי יעדער איינער איז די בעסטע, די קלוגסטע, די עהרליכסטע איז נישטא קיין מי בראש. יעדער איז א ווארט צום טיש און באמת פעלט עס אפילו נישט אויס צו מאכן אן אסיפה און צוזאמרופן אלע שטאט'ס טאטעס, דאס הייסט די גאנצע שטאט אנשים נשים וטף. ווייל אז יעדעם'ס מיינונג איז גוט פאר יעדעם איז דאך פונקט אזוי גוט אז איינעם פאלט עפעס ביי און גלייך אויפן ארט אנערקענט יעדער אז דער האט רעכט און ביי דעם בלייבט עס. איצטערט אז א קושטאופיער ליגט זיך רואיג אויפן פאטעל און פארטראכט זיך אין די ברענעדיגע מה יהא בסופו קשיא טראגן זיינע מחשבות גאר א שטארקע געוויכט. איז די שאלה געווען אזוי, אפשר טאקע, פארוואס נישט בלייבן לעבן ווי לאנג ס'לאזט זיך, ווער טרייבט. איז די מעשה אבער אז ס'גייט נישט אזוי. נישט פלאץ און אויך נישט עסן איז די פראבלעם, אין א שטאט וואס אלעס איז דארט דאס מערסטע פערפעקט ווי ס'קען נאר זיין זענען די אלגעמיינע קורצדענקיגע מינדערוויכטיגע פראבלעמען קיינע דאגות נישט. מאס וואג און צאל טראגט דארט א גאר אנדערע מהות פון וואס סתם שני וחמישי'ניקעס פון די וועלט ארויס משל'ן זיך אפ. וואס איז יא זייער זארג איז אזוי. ווי איר פארשטייט האט יעדע געזעלשאפט א נאטורליכע מאקסימום נומער פון מיטגלידער וויפיל זי קען פארטראגן און נאכאלץ פארבלייבן מיט איר ארגינעלע צורה. אויב זאל זי איבערשטייגן די צאל פון וויפיל זי קען פארנעמען דאן איז שוין פנים חדשות באו לכאן ס'איז שוין א נייע זאך ס'איז שוין נישט דאס וואס ס'איז געווען. ס'קען זיין אז צומאל לוינט זיך עס אפילו, אמאל איז גאר נאך בעסער פון פריער, אדער על כל פנים בעסער פאר טייל פון זיי, אבער אין קושטאופיע איז דאס קיין רעדע נישט ווייל קושטאופיע איז דאך שוין פערפעקט צום מאקסימום, בעסער קען נישט זיין. אויב זאל זיי זיך טוישן, און אויף וועלעכע וועג זיי זאל זיך נאר נישט טוישן וועלן זיי קיין קושטאופיע מער נישט זיין.

נאך א שטארקע דאגה וואס לאזט נישט אפען דעם נישט-שטארבן אפציע, איז א מהלך מחשבה וואס אליבא דאמת קען דאס נאר א קושטאופיער ריכטיג תופס זיין, דאס איז די סיסטעם פון העכסטן אידילאגישע סאציאל. זיי דארטן ווייסן גאנץ גוט די געזעץ פון נאטור וואס זאגט אז קיין יש מאין איז נישט פארהאנען. זיי וויסן אויך דאס אז אלע מאסע און ענערגיע אויף דער וועלט האט א מאס וואס קען קיינמאל נישט ווערן מער אדער ווייניגער. איז ווען א נייע מענטש ווערט געבוירן, וואקסט אויף און שטעלט אהער פרישע דורות דאס איז נישט עפעס וואס ער האט באשאפען, בסך הכל האט ער דאס טראנספארמירט פון איין פלאץ צו א צווייטע פלאץ. גארנישט מער פון משנה צורה געווען פון די פארעם צו אן אנדערע פארעם אבער פון ערגעץ קומט עס. וואס דאס מיינט פאר א קושטאופיער איז אז אמאל דארף מען מקיים זיין והשיב, ס'מוז קומען א צייט פון אל האדמה כי ממנה לוקחת און צוריק אריינשטעלן זיין בלוט און פלייש און ביין אין די סיסטעם אריין פאר אנדערע מחותנים אינעם געשעפט. אן אויפריכטיגער מענטש קען נישט אפווארפן און אפשטופן זיינס א חוב אויף שטענדיג מיט לך ושוב אן קיין חשבון. יעצט איז די שאלה נאר ווען, ווען איז דער צייט צו מאכן פריי דאס פלאץ פאר אנדערע. היינט? יעדער איינער צוזאמען? ווען איינעם כאפט אן א רוח? נאכן ערשטען פלו אדער מייגערען אטאקע? אזעלעכע געדאנקן קומט זיי אפילו נישט אויפן מחשבה ארויף ווייל דאס ווייסן זיי אז א פשוט'ע זעלבסמארד ווי די וואס פארסירט פון מאל צו מאל ביי די אומפערפעקטע אומ'יושר'דיגע דאס איז אן עוולה, אן עוול פאר קרובים און גוטע פריינט, א שלעכטע השפעה טרייב פאר אנדערע, און לויט א געוויסע פיליזאפיע גאר אן עוולה פאר זיך אליינס, פארן זיך פון מארגן און איבערמארגן אדער גאר פארן זיך פון יעצט, דער זיך וואס איז נישט בעל הבית אויפן מענטש'ס מעשים אבער ווערט דאך אפעקטירט פון איר. ממילא דאס קומט זיכער נישט אין חשבון אריין. אויב זעלבסמארד מוז דאס זיין דעמאלס אין די ריכטיגע מינוט ווען דער מענטש ענדיגט זיין צייט וואס אים קומט זיך צו לעבן און ס'הויבט זיך אן א נייע תקופה וואס מ'לעבט שוין אויף יענעם'ס חשבון, און לעבן אויף יענעם'ס אקאונט איז דאך בכלל נישט קושטאופעאיש געשטימט, דעמאלס איז די צייט וואס מ'נעמט זיך אין די הענט אריין און מ'טראגט זיך אפ צום גארנישט פאר אייביג.

אבער ווען, דאס איז דער דילעמע וואס לאזט זיי די קושטאופיער נישט שלאפן ביינאכט און נישט אויפזיין בייטאג. אזא באשעפעניש וואס ווערט קיינמאל נישט אנגעלייגט אויף יענעם, יעדער באדינט זיך אליינס און יעדער לייגט צו א האנט פאר יעדעם, ווען ווערט א מציאות וואס דיין זיך אליינס באגיין און דיין ארויסהעלפן דעם ציבור איז שוין באמת אן אנלייגענישט אויפן קאלעקטיוו כאטשיג ס'קוקט בכלל נישט אזוי אויס פארן נאקעטן אויג. דאס איז שוין איינמאל א שווערע חקירה און אויף דעם מוטשעט מען זיך דארט טאג און נאכט און ס'לאזט נישט קיין מנוחה.



נאך א שווערע פעקל וואס די קושטאופיער שלעפן אויף די פלייצע. א פראבלעם וואס איז באמת פארבונדן מיט די ערשטע און ווארפט א ליכט אויפן זעלבסמארד דילעמע מיט א פרישע הבנה. ס'איז א פראבלעם וואס מיר וואלטן זיך קיינמאל נישט גע'חלום'ט אז זי עקזעסטירט אינגנצן, אבער דאך אז מ'קוק אביסל אויף דער וועלט מיט קושטאופיער ברילן זעהט מען זאכן וואס אזוי עקזעסטירט זי ווען באמת נישט אבער יעצט איז זי דא צי מ'וויל צי מ'וויל נישט.

צו פארשטיין מוז מען מקדים זיין מיט א דוגמא פון אלוועלטליכען לעבנס שטייגער צו פארשטיין וואס דארט ביי זיי איז א פאראדאקס וואס ביי אונז איז נישט. שטעלט אייך פאר איינער מאכט זיך א קאווע אינדערפרי, פולט זיך אן דאס גלעזעל כמעט ביזן הימל און נעמט זיך גיין צום פלאץ זיך אוועקזעצן אויסטרינקן זיין פארדינטע גלאז קאווע. ווי יעדער ווייסט פארסירט אפט מאל אז א שאקל דא א שאקל דארט, אומגעראכטן און אומערווארטערט גיסט זיך אויס א קליין ביסל אויף דער ערד. טאקע נישט צו פיל, נאר א ביסל, אבער דאך גענוג אנצושמירן די פאדלאגע שלא לפי הכבוד. יעצט וואס טוט א נארמאלע מענטש? נישטא באמת אזא זאך ווי א נארמאלע מענטש, נארמאל איז רעלעטיוו. וואס טוען אבער רוב עמך עולם, מ'גיבט ניטאמאל א בליק, גארנישט שטעלט זיך נישט אפ און מ'גייט ווייטער. זאל עס יענער אויפווישן נישט מיינע דאגות. זענען אבער פארט פארהאנען דא און דארט אזעלעכע אחריות'דיגע ברואים וואס לעבן זיך אנדערש פונעם טיפישן עיר פרא אדם יולד און מאכן זיך זייערע חשבונות אויף אנדערע רעכן-מאשינדלעך. אזא איינער קען מען זעהן ווי אימער וועט אלעמאל אין אזא פאל זיך אפשטעלן, אפירזוכן עפעס מיט וואס אפצווישן וואס ער האט אויסגעגאסן און מאכן זיכער אז ער על כל פנים לאזט נישט נאך קיין שמוץ נאך זיך. יעדער פון אונז קען איינס אדער צוויי אזעלעכע גראדע יושר'דיגע מענטשן, אויב איז ער נישט אליינס אזאנס. וואס מענטשן טראכטן ווען מ'זעהט אזא איינעם איז דא פארשידעס, דאס איז א שמועס פאר זיך. אבער וואס טראכט דער מענטש אליינס, ער איז אן אדם ישר, אן עהרליכער וואס גראדקייט און עהרליכקייט איז זיינס א זאך. ער טוט דאס ווען קיינער זעהט נישט פונקט אזוי ווי ווען מ'זעהט אים יא. איי קען ער טראכטן ביי זיך מה לי לכל זאת, אז רוב רובם זענען ממילא נישט דאס זעלבע. די פלאר וועט דאך ממילא נישט זיין ריין, צו איך רייניג נאך נאך מיר צי נישט וועלן אנדערע שוין זיכער מאכן אנצוהאלטן די רוטין פון לאזן שמוץ אויף יענעמס חשבון און שמוציג וועט ממילא זיין. דער טראכט אבער נישט אזוי, ער קען אפילו נישט קלערן אזא מהלך ווייל ער איז דאך אן איינשטענדיגער מענטש, דאס איז זיין מהות, זייו עצם. אויב נישט פראקטעצירן זיין אויפריכטיגקייט אפגעזעהן צו ער טוט עפעס אויף צי נישט איז ער שוין נישט ער. און וויבאלד ער האט זיך געקליבן צו זיין וואס ער איז מוז ער אזוי זיין אויב וויל ער אנהאלטן דעם זיך אן קיין זייטיגע חשבונות.

וואס טראכט אבער יא אזא מענטש. אויבן אויף פאלט אים אויפן געדאנק הלוואי, הלוואי ווען יעדער דא וואלט געווען ווי איך וואלט דאך דא געווען אן עולם התיקון. און לכאורה וואס קען מען דען זאגן, סברא חיצונה זאגט אז ער האט רעכט. אבער דאס איז אלץ במושכל ראשון, אז מ'גיבט א טראכט אריין א משהו טיפער צופאלט דער גאנצע בנין.

פארוואס? הערט נאר אויס. שטעלט אייך פאר אז דעם מענטש'ס וואונטש ווערט פארפולקאמט און איין שיינעם טאג דערזעהט זיך אט דער אליינס אין זיין געזעלשאפט ווי אלע זענען ער. יעדער פארשטייט וואס ער פארשטייט און אלע לעבן זיינע ווירטען און ווען איינער גיסט אויס א קורטוב של קאווע גייט ער גלייך און ווישט אויף נאך זיך. דאס פלאץ איז ריין ווי נאר, יעדער שטעלט זיך צו. יעצט איין טאג מאכט זיך עס פאסירט אז ביי אים געשעהט עס ווידעראמאל און זיין קאווע לאזט נאך נאך זיך א שנירל פון שיריים אראפ אויף דער ערד. דער יענער שטעלט זיך אפ, ווי צו ערווארטן, און הויבט אן אויפווישן כהרגילו. אזוי אינמיטן די ארבעט גיבט ער זיך א כאפ עפעס גייט דא פאר, עפעס איז נישט דאס זעלבע ווי פריער. ס'געדויערט א מינוט צוויי פון טראכטן, אבער דאן כאפט ער זיך אאופס!, ס'שוין נייע צייטן. היינט רייניגט ער שוין מער נישט אפ ווייל "ער" איז איינשטענדיג, ווייל "ער" וויל זיין אויפריכטיג מיט זיך. היינט איז שוין אן אנדערע מעשה, היינט 'מוז' מען שוין. נישט מ'מוז ווייל איינער שטייט מיט א שטעקן חלילה, ציווישן עהרליכע אמת'דיגע מענטשן דארף מען נישט קיין שטעקן, יעדער פארשטייט אליינס וואס ער האט צו טוהן. אבער עם כל זה טוט יעדער, און ער בכלל דאס וואס יעדער טוט, און אז יעדער טוט עפעס איז דאס שוין נישט קיין אויפריכטיגקייט, ס'איז שוין א מציאות. דאס אז איינס מיט איינס איז צוויי איז נישט א טובה וואס איינס מיט איינס טוט פאר דיר, אזוי איז עס, פשוט ווייל ס'איז אזוי, און דאס איז שוין גאר עפעס אנדערש. פון אונזער אמאליגע געוועזענע גראדע עהרליכע מענטש וואס מיר האבן אים אלע געקענט איז געווארן א פשוט'ע מענטש. מער נישט גראד, שוין נישט עהרליך, א מענטש ווי א מענטש קומט צו זיין און דאס איז עס. אויף איין מאל פארלוירן זיין גאנצע מהות, זיין וועזן, זיין ער, זיין זיך. ס'איז שוין נישט ער ס'איז שוין מענטש וזהו. און וואס פאר א ווערט האט שוין אזא מענטש אין זיינע אייגענע אויגן.

צוריק צו אונזער קושטאופיע. אמת, קיין לעהזונג איז דערווייל אויף די מינוט נישטא, קיינער איז נאך דערווייל נישט אויפגעקומען מיט א קלארע ליניע ווען ס'ענדיגט זיך די צייט און מ'דארף גיין צום אויס. ס'מוטשעט זיי טאקע זייער, אבער נאך שטערקעט פייניגט זיי דעם געדאנק אז איין שיינעם נאכמיטאג גייט מען דאך עווענטואל אויפקומען מיט א תשובה למעשה, און דעמאלס גייט זיין שוין איינמאל צרות. זעלבסמארד פאר נישט אויפריכטיגע סיבות איז א זינד, אן אומרעכט, דאס איז קיין פראגע נישט און אין קושטאופיע וועט דאס קיינער נישט טוהן. און ווען קען דען זעלבסמארד יא זיין ריכטיג איז דאך נאר ווען עס ווערט געטוען הונדערט פארצענט פארן תכלית פון אנשטענדיגקייט ווי פאר א קושטאופיער פאסט זיך. יעצט אויב חלילה זאלן זיי ענדליך אויפקומען מיט א לעהזונג "ווען" מ'באגייט זעלבסמארד גייט דאך יעדער דארט זיך צושטעלן צום החלטה און מקבל זיין את המציאות כמו שהוא, און דא ליגט דער בראך. אמער אז "מ'גייט" אזוי טוהן גייט מען דאך דאס טוהן ווייל אזוי טוט מען און אזוי דארף מען צו טוהן. קען דאס נאך הייסן אז מ'טוט עס פאר אנשטענדיגקייט? זיכער נישט. איז אראפ מיט די מעשה, זעלבסמארד פאר אן אנדערע סיבה ווי ריין אויפריכטיגקייט דאס איז נישטא אזאנס און קושטאופיע. און בלייבן לעבן אויף אייביג איז דאך אויך נישט, איז וואס טוט מען יא?

זיצט מען אין שטאט און מ'ברעכט זיך קאפ, יא טרעפן א לעהזונג? נישט טרעפן א לעהזונג? ס'קוקט נישט אויס ווי ס'איז דא א וועג ארויס פונעם פלאנטער. מ'זיצט און מ'טראכט און מ'ווערט צוקראכט ועל זה אנו דנין. גייט מען אין קושטאופיע אויפקומען מיט א לעהזונג ווען ס'איז צייט פאר זעלבסמארד? גייען זיי בכלל שאפן אן החלטה צו אויפקומען מיט א מהלך ווען מען באגייט זעלבסמארד? אפשר זאלן זיי טאקע ענדערש בלייבן ביים ספק און זיך נישט אריינלאזן אין א געווירבל פון אן אייביג אנגייעגדיגע פאראדאקס. אבער דאס איז אויך נישט קיין וועג. אין א שטאט ווי אלעס איז פערפעקט און אויפריכטיג איז נישטא אזא זאך ווי לאזן א ספק אומגעלעזט ווען מ'ווייסט אז ווען מ'וויל קען מען ווען יא האבן א פתרון צום דילעמע. איז וואס גייט זיך דארט אויסלאזן? לאמיר ווארטן מיט שפאנונג פאר אנטוויקלונגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אריינגעשטעלט דעם ארטיקל
באניצער אוואטאר
ר' שלמה אבן גבירול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

שליחה דורך ר' שלמה אבן גבירול »

[tag]כעלעם'ר מגיד[/tag], גאר גאר גוט געשריבן
און א טיפע ציפעדיגע געדאנק

--
בעצם איז דאס א בכלליותידע פראבלעם אויף קאווע שטיבל,
איך האב מורא אז איין טאג, וועט ווערן אין סטייל צו זיין 'קלוג'
סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך סדרן »

אריינגעשטעלט דעם ארטיקל אין ערשטער תגובה, אויפ'ן פארלאנג פונעם שרייבער.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א דאנק כעלעמער מגיד פארן ארטיקל, איך האב הנאה געהאט פונעם סגנון און שריפט, אבער איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן דעם נמשל אויך, בעניי האב איך נישט געכאפט וואו אהין דו צילסט מיטן ארטיקל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז דא משלים וואס ווערן לכתחילה פארשריבן אן קיין נמשל און זענען קיינמאל נישט געשריבן געווארן מיטן געדאנק אמאל צו באקומען א נמשל. זי אליינס איז איר אייגענע נמשל, דאס וואס איר זעהט אין איר דאס מיינט זי. זי דארף אלעמאל בלייבן פארוואגלט אלץ א פאר'יתום'ט משל וואס קען און מוז אדאפטירט ווערן דורך יעדע נמשל שבעולם און דאך אלעמאל פארבלייבן א שטיף קינד ביים גאסט-געבער מיטן רוק-זאק אויף די פלייצע גרייט צו גיין ווייטער, צום קומענדיגע סטאנציע.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך דארף דיר זאגן אז דיין ארטיקל איז געווען כמעט די סאמע בעסטע ארטיקל אין מיינע אויגן,
די ארט פון מאכן א כאראקטער און אויפבויען אויף דעם גאנצע הקדמות און יסודות און חקירות מיט א ריכטיגע טיפקייט און ריכטיגע שאלות אזש עס האט זיך געדאכט אז דאס איז א ריכטיגער קושטאופיע'ר וואס רעדט זיך דא אויס, נאר דאס קען נישט זיין ווייל אויב איז רכטיג דאס צו טוהן וואלטן דאך אלע קושטאופיע'רס דאס געטוהן און דעמאלטס וואלט מען דאך נישט געקענט הערן וואס זיי רעדן ווייל תרי קלא לא משתמעי, אבער אויב אזוי וואלט טאקע נאר איינער גערעדט ווייל דאס איז ריכטיג צו טוהן וכו' וכו' כה לחי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט