די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)

שליחה דורך לעיקוואד »

[justify]"דערצייל מיר א מעשה". א יוניווערסאלע בקשה וואס עלטען הערן כסדר פון זייערע קינדער, וואס מלמדים הערן פון די תלמידים, וואס עלטערע מענטשן בעטן איינער פון צווייטן – נישט ממש אויף דעם נוסח, אבער אין פארעם פון גיין אין בוך געשעפט אדער לייברערי און אויפזוכן א גוטן ביכל מיט א גוטע מעשה.

א מעשה האט א לעבן וואס גייט ווייטער ווי די מעשה וואס זי דערציילט. צו דערציילן א מעשה איז נישט בלויז איבערצוגעבן די טרוקענע פאקטן פון וואס האט פאסירט, נאר איבערצוגעבן דעם סיפור וואס האט פאסירט, עס צו מאכן לעבן פון פריש אין די ווערטער פונעם בעל מספר. יעדער איינער פון אונז ווייסט דעם חילוק פון א גוטער בעל מספר ביז א שוואכערע. די מעלה פון דעם גוטן איז לאו דווקא דער יכולת איבערצוגעבן באופן מדוייק וואס האט אייגנטליך פאסירט; אדרבה, דער וואס חזר'ט איין יעדע דעטאל טרוקן פונקט וואס איז געווען, וועט זיין מעשה זיין לאנגווייליג. דער גוטער בעל מספר ווייסט צוצולייגן דעטאלן, אראפצונעמען דעטאלן, אבער בשעת ער דערציילט שפירט מען ווי מען איז ממש דארט, די געשיכטע לעבט אין זיין דערציילונג.

דער אידישער מסורת, ווי אלע ווייסן, איז געבויעט אויף א סיפור. די מעשה וואס מען דערציילט דורכאויס די דורות פון יציאת מצרים, פון מתן תורה, פון די גאנצע געשיכטע פון כלל ישראל מאז היותו לגוי ועד היום. וואלט געווען א טעות טאמער מיינט איינער אז דער מעלה פון דער סיפור איז אז זי איז פונקט אזוי קראנט ווי זי איז פארגעקומען, מיט יעדע טרוקענע דעטאל, יעדע נאמען, יעדע דאטום ריכטיג. אזוינע היסטאריעס זענען דא פיל, און נאך בעסער פארשריבן פונקטליך מיט אלע פרטים. די מעלה פון די אידישע געשיכטע איז אז זי איז געבויט אויף דעם גוטן סארט בעל מספר, וואס ווען ער גיט איבער די מעשה לעבט די מעשה טאקע דעמאלטס. עס איז נישט א מעשה וואס שפיגלט נאר איבער וואס איז אמאל געשעהן, נאר עס שפילט זיך יעצט אפ פון פריש לעבעדיג לויט דער כשרון און יכולת פון דער מספר און זיינע צוהערער, ווי די בחינה אין רש"י "בכל יום יהיו בעיניך כחדשים כאילו קבלתם היום מהר סיני".

ווייסט יעדער גוטער בעל מספר, אז די ווערטער זענען נאר איין טייל פון דער סיפור. אויף צו מאכן די מעשה לעבעדיג פאדערט זיך פראפס, עס פאדערט זיך שפילן פעהיגקייטן, דראמא, אלעס וואס איז נכלל בשם הכולל טעאטער, וואס איז די מלאכה פון מאכן א מעשה קומען צום לעבן, צו קענען עושה רושם זיין ביי די צוקוקער און צוזעהער, און זיי ממש אריין טראנספארטירן אין דעם מצב פון די מעשה, אז זיי זאלן פארגעסן די פאקטישע מצב וואו זיי געפינען זיך און גענצליך אריינגיין אין די אטמאספערע פון די מעשה. א גוטער דראמאטיסט ווייסט צו מאכן זיין ציבור וויינען ווען די מעשה איז טרויעריג און לאכן ווען די מעשה ווערט פרייליך. הגם אז בשכלם ווייסן זיי אז די גאנצע מעשה מוז נישט האבן פאסירט, און איז הפנים נישט נוגע יעצט, לייגט דאס זיי אבער אריין אין א מצב ווי כאילו דער חולה גייט ממש עכט שטארבן, און דער הירא איז עכט מנצח. אין די וועלט איז אנגענומען אז די תפקיד פון א גוטער דראמאטיסט איז אז ער קען אריינברענגען דעם עולם אין א suspension of disbelief, ד.ה. אז די מעשה איז אזוי גוט געמאכט אז מען לאזט אפ א מינוט די ראציאנאלער באהאנדלונג צי איז דאס אמת אדער געשעהט דאס ממש, און מען שטעלט זיך פאר כאילו דער שפיל איז ממש עכט.

ווען די תורה האט אוועקגעשטעלט וויאזוי עס זאל צוגיין דאס איבערגעבן די מסורה און די מעשה פון יציאת מצרים, האט זי דאס מסדר געווען מיט אלע פיטשעווקעס פון טעאטער און דראמא. דער סדר פון ליל פסח איז די שאו (show) ווי מען דראמאטאזירט די מעשה פון יציאת מצרים. ווייט נישט קיין טרוקענע מסורה פון פאקטן, לייגן חז"ל אראפ אלע פרטים פון דעם וועג וויאזוי מען שפילט די שפיל. טוהט מען זיך אן מיט שיינע קליידער, מען לאנט זיך אן אויף א בעט כדרך בני חורין, מען טרינקט וויין וואס איז מגביר דעם כח הדמיון מען זאל זיך פארשטעלן ווי מען גייט ממש ארויס פון מצרים, און מען רי-ענעקט די יציאת מצרים. ווי די משנה שטעלט אוועק 'וכאן הבן שואל' ביי מה נשתנה. ווי יעדער גוטער דראמאטיסט ווייסט, א שפיל דארף האבען דיאלאג, א שאלה; א תשובה; א שמועס. סתם א דרשה א מאנאלאג איז נישט אינטרעסאנט. די קשיות און תירוצים זענען נישט ראציאנאל אז מען דארף א תירוץ אויף די שאלה, ווי יעדער פרעגט, געדענקט דען נישט דאס קינד פון פאריאר? האט ער דען נישט געלערנט אין חדר די תשובה? נאר דאס איז אלעס צו דראמאטאזירן און אריינברענגען דעם עולם אין דעם מצב. טאמער איינער שפילט דאס גוט, איז די שינויים וואס מען מאכט כדי שישאלו התינוקות, די קשיות די תירוצים, ברענגט אריין ממש מען זאל זיך וואונדערן וואס אזי טאקע פשט, מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות. דער הארץ שפילט מיט, און פרעגט און ענטפערט, הגם אז אין מח ווייסט ער בעצם די תירוץ.

זאגט די הגדה, ואפילו כולנו חכמים כולנו נבונים מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח. אפילו דו ווייסט שוין די מעשה, דו ווייסט אלעס, איז די מצוה דאס איבער דערציילן, איבערצולעבן דער יציאת מצרים. און ווי מער איינער קען בעסער דערציילן, מער דראמאטאזירן, מער זיך פארשטעלן מיט פרטים וויאזוי די מעשה גייט, איז אלץ בעסער. אן דעם איז דאך דער 'מרבה לספר' ממש נישט מובן, וואס איז דען שייך צוצולייגן צו די מעשה, וואס איז געווען איז געווען, לא תוסיפו ולא תגרעו ממנו! אבער טאמער פארשטייט מען אז דא רעדט מען פון אזא אופן, איז פשוט אז ווי א בעסערער בעל מספר מען איז, ווי מער איימיצער לייגט צו פרטים, ער דמיונ'ט מער ווי די מכות האבן אויסגעזעהן, ווי דער פרעה לויפט ארום מיט פידזשאמאס, וועלכע קאליר פידזשאמאס האט ער געהאט, וכו' וכו', הרי זה משובח. הגם אוודאי ער ווייסט נישט אויב די מעשה איז טאקע פונקט אזוי געווען, איז דאס דער חיוב מרבה זיין בסיפור יציאת מצרים, עס אראפצומאלן מיט אלע פארבן. און די הגדה דעמאנסטרירט דאס מיט א מעשה (!) ווי די חכמים זענען געזעצן א גאנצע נאכט און דערציילט נייע זאכן וועגן יציאת מצרים. א חלק פון די זאכן וואס זיי האבן דערציילט איז מסתמא די מדרשים און אגדות פון חז"ל, וואס זענען די וועגן ווי אזוי זיי האבן זיך פארגעשטעלט און פארגעלייגט די מעשה.

"בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים". דאס איז א ציווי וואס נאר דער הארץ וואס הערט דראמא קען פארשטיין. אדער ווי דער רמב"ם איז בפירוש גורס "להראות את עצמו", צו שפילן דעם שפיל כאילו הוא יצא ממצרים. און די משנה גיט כללים וויאזוי מאכט מען א גוטע מעשה. מתחיל בגנות ומסיים בשבח, מיט א גוטע דיאלאג, מיט פארשידענע פראפס, מצה זו, מרור זו, בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, מען ווייזט מיטן פינגער, מען בויעט אויף דעם סוספענס, מתחילה עובדי עבודה זרה היו, מען דערציילט די גאנצע מעשה, ביז מען קומט צום קלימאקס, ונאמר לפניו שירה חדשה הללוי-ה.[/justify]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אויב איינער וויל זעהן די ווערזיע מט מיינע טייפאוס קען ער עס ליינען אויף מיין וועבסייט http://www.yitzchoklowy.com/moadim/seder-drama/, איך האב מיך נישט מתבונן געווען וואס פונקט דער שמעקעדיג האט צוגעלייגט..
ווי אויך האב איך געשריבען בערך די זעלבע זאך דארט אויף ענגליש (פאר א צווייטע אויסגאבע..) http://www.yitzchoklowy.com/moadim/stor ... -hagaddah/
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער עיקר יסוד פון דער געדאנק אז דער סדר איז א טעאטער שפיל האב איך געהערט פון פרופ' הרה"ג שלום רוזנברג שליט"א. איך האב עס אבער צונומען על פי דרכי און נישט נאכגעקוקט ווי ער שרייבט דאס האב איך אויסעלאזט דער מקור, אבער דא זאג איך אויס דער סוד להביא גאולה לעולם..
I have a dream
Martin Luther King ~
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אזא זאכליכע און פראקטישע ביאור אויף דעם חייב אדם לראות את עצמו האב איך נאך קיינמאל געהערט
לולא דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דאס איז אמת לאמיתה, דער געזעץ פון א סיפור איז מחייב עס זאך זיין כאילו הוא עצמו יצא, אז נישט איז דאס קיין סיפור נישט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דאס איז אגב אויך דער תירוץ אויף ראובן'ס דינאזואר סומאטאכע. וכבר נתבאר בזה כמדומה.
I have a dream
Martin Luther King ~
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איז דאס נישט כפירה? דארפן מיר נישט גלייבן אז יעדע ווארט אין די תורה איז אמת און נישט קיין גוזמאות?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ניין עס איז נישט כפירה. און עס איז נישט מדויק אז עס איז נישט אמת נאר גוזמאות, נאר ענדערש עס איז געשריבען אויף אן אופן מען זאל עס קענען פארשטיין און אידענטיפיצירען דערמיט, נישט אויף אן אופן וואס איז רחוק מן השכל והלב. שוין אבער דאס צונעמען דארף מען נאך אן ארטיקל.. אפשר שבועות, אדער חול המועד..
I have a dream
Martin Luther King ~
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

גאר געשמאקע תורה תבלין כנגדה. יישר כוח!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב באמת זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, איך האב נאכנישט געענדיגט ליינען דעם גאנצן פה-סח, כ'האב באפורצוגט די ארטיקלן וואס זענען נוגע מער צו פסח, און דיין ארטיקל בתוכם.
דיין ארטיקל איז מיר זייער צוניץ געקומען ביים סדר, די סיפור יציאת מצרים האט געהאט גאר אן אנדער געשמאק און טעם מיט דיינע אנווייזונגען. אגב, זענען מיינע קינדער דאס יאר צום ערשטן מאל געוואויר געווארן די קאליר פון פרעה'ס פיזשאמעס...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עס, זענען דא וואס זארגן זיך אז ס'איז כפירה. איך בין מער באזארגט אז עס איז שקר, אדער נישט גענצליך אמת. מילא אז מ'איז ממחיש א מעשה מיט משלים וכדומה, אבער צולייגן פאקטן און דראמאטעזירן א מעשה עד כדי כך אז מ'זאל מיינען אז אזוי איז עס טאקע געשעהן? I'm a bit troubled by this idea. דו נישט [tag]לעיקוואד[/tag]?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הוגה
שקר ווענדט זיך אין די כוונה. אוודאי אז איינער וועט נוצען די סארט דראמאטישע טריקס איינצורעדן דער באנק טעלער אז זיי קומען עם מער געלט ווי ער האט אמתדיג איז דאס א פראבלעם פון שקר. אבער אז מען גייט צו א פלעי אדער פילם צו זעהן א נישט געשטויגענע מעשה כאילו עס איז עכט וואס איז שקר דא. דער פראבלעם פון שקר איז נישט אין דעם וואס די ווערטער שטימען נישט מיט די מציאות נאר מיט דער כוונה און מטרה פון נארן און אויסנארן מענטשען. דא ווערט קיינער נישט גענארט יעדער ווייסט אז פרעה האט נישט עכט געהאט רויטע פיזשאמעס.
I have a dream
Martin Luther King ~
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

און לעיקוואוד'ס תורה דא איז אויכט נישט שקר ווייל יעדער ווייסט ער מיינט עס נישט
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

כיהודה ועוד ללעיקוואד, דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב אמאל געהערט בשם רעביצין תמר רוס אז ביים וואטשן א פילם, אויב וועט זיצן איינער אין טעאטער אין כסדר אנווייזן אויף די קינאמאטישע טריקס וואס מען האט גענוצט צו עררייכן די פארשידנארטיגע אפעקטן וועט מען יענעם ארויספירן פון זאל. יעדע ווייסט אז דאס זענען נאר אקטיארן און אז דער מענטש ווערט נישט באמת געשטאכן און דער באמבע רייסט נישט באמת אויף. אבער אז מען איז כסדר ביזי אנצווייזן וועלכע חלקים פון דער פילם איז נישט "עכט" פארלירט דער פילם דעם טעם. און די זעלבע איז בנידון דידן. אוודאי איז הוגה גערעכט אז דאס קינד דארף פארשטיין צווישן די שורות אז די פיטשיווקעס וואס מ'פארציילט אים איז נאר לרווחא שמעתתא, מען טאר אבער נישט פארגעסן אז פיקציע איז נישט אינטערעסאנט נאר אויב מ'קען זיך פארלירן דערין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

די פראבלעם איז נישט כפירה אדער שקר, נאר די מעסידזש, אויב די תורה ווערסיע איז נישט ליטערעל וואלט איך עס נישט פארציילט פאר מיינע קינדער און אוודאי נישט גענוצט אלס א סעמפל זיך צו אידענטיפיצירן, עס האט אסאך ווייאלענס אימאראליטי, ראסיזם, ווי האט דוקינס געשריבן, The God of the Old Testament is arguably the most unpleasant character in all fiction
אויב ס'איז אבער ליטערעל דעמאלט איז דא די תירוץ רצון השם און וואס פארשטיי מיר אונז נסתרים דרכי השם.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אוממאראלישע זאכען טאר מען נישט פארציילען אדער אידענטיפיצירען נישט קיין חילוק וואס די תירוץ איז.
דוקינס האט געזאגט, נו מסתמא האסטו נישט געטראפען קיין גרעסערע מומחה אויף מפרש זיין די חומש ווי עם ברענגסטו זיין פשט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ביבער, פארוואס קען די "נסתרים דרכי השם" תירוץ נישט ארבייטען ביים טון די רצון ה' צו פארציילען אזעלכע מעשיות? נאר ביים אקטועלע טון איז עס פארשטענדליך?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ס'אפשר פונקט אזוי פארשטענדליך אבער איך וואלט נאכאלס גענומען א צווייטע טשיילד פריענדלי בוק ווען ס'קומט צו לערנען מאראל און אידענטיטי.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל. ס'ברענגט אויס א וויכטיגע פוינט, אז דער מעשה קען נישט אנדערש אריין אין קאפ, נאר אויף אזא אויפן פון צולייגען אביסל אינטערעסאטע זאכן. און אפילו פאר זיך אויף צו איבער פארציילן די סיפור, אזוי ווי מ'זאגט "חייב אדם לראות את עצמו". אבער נישט חלילה אז די פסוק אדער די מדרש האט צוגעלייגט די פיטשיווקעס ח"ו. אין די תוה"ק איז נאר דא טריקענע פאקטען, און די פסוק, און אזוי אויך די מדרש, איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די מעשה זאל קנאקען. נאר דער דזשאב האט שוין די תורה געלאזט פאר אונז אז מיר זאלען עס געדענקען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האב געטראפען ר' צדוק הכהן אין קונטרס עמלה של תורה הנדפס בסוף פרי צדיק לשמות רעדט איבער המרבה לספר ענליך צו דער גאנג.
כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח. משמע מזה שצריך לחדש איזה דבר בענין יציאת מצרים, דזולת זה מגוף הסיפור אין אנו יודעין אלא הכתוב בתורה ומקובל מחז"ל. ולא מצינו שתיקנו לסדר כל הסיפורים אף למצוה מן המובחר ולמהדרין מן המהדרין. ועל כרחך הך המרבה דמשובח המכוון שיכול לחדש ולהוסיף בענין הסיפור מדנפשיה איזה שבחים למקום על הטוב שהיטיב עמנו ביציאת מצרים מלבד המסופר וידוע.
וכן המעשה שסיפרו כל הלילה מסתמא גם כן הוא מה שחידשו לדרוש בזה כל אחד. וממה שלא נמצא מסיפוריהם דבר במדרשות ובמכילתא וכדומה בדברי חז"ל נראה דלפי שלא היו תלמידיהם עמהם נראה דהיו עוסקים בסודות ונסתרות שאין לגלות לתלמידים ועל כן לא נתגלו דבריהם לנו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

בן אדם האט געשריבן:איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם ארטיקל. ס'ברענגט אויס א וויכטיגע פוינט, אז דער מעשה קען נישט אנדערש אריין אין קאפ, נאר אויף אזא אויפן פון צולייגען אביסל אינטערעסאטע זאכן. און אפילו פאר זיך אויף צו איבער פארציילן די סיפור, אזוי ווי מ'זאגט "חייב אדם לראות את עצמו". אבער נישט חלילה אז די פסוק אדער די מדרש האט צוגעלייגט די פיטשיווקעס ח"ו. אין די תוה"ק איז נאר דא טריקענע פאקטען, און די פסוק, און אזוי אויך די מדרש, איז בכלל נישט אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די מעשה זאל קנאקען. נאר דער דזשאב האט שוין די תורה געלאזט פאר אונז אז מיר זאלען עס געדענקען.

וועגן דער פסוק, איך ווייס נישט אויב ער האט צוגעלייגט פרטים צו מאכן אינטרעסאנט די מעשה, אבער אראפגענומען, און באופן כללי געשריבען אויף אן אופן וואס די מעשה זאל זיין געשמאק, האט ער זיכער. עס קען קיינער נישט צושטעלן דער סגנון הסיפור פון חומש צו א טריקענע היסטאריש ביכל. עס ליינט זיך פיל ענדערש ווי א נאוועל אדער ליטעראטורישע באשרייבונג. און עס איז פשוט אז אין דער כתיבת התורה גופא ליגט שוין די כוונה פון למען תספר, און עס ברענגט ארויס די חלקים וואס זענען וויכטיג לענין הסיפור נישט סתם טרוקענע פאקטן.
מדרשי חז"ל איז פשוט על פי הפשט ומדברי הראשונים אז אסאך פון זיי זענען נישט אז זיי האבען עפעס געהאט מקובל די מעשה אזוי פונקט איז געשעהן נאר אז זיי דמיונ'ען די מעשה לויט ווי זיי האבען פארשטאנען עס צו מאכען מער אינטרעסנט און לקרב אל האוזן מה שהיא יכולה לשמוע.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי זענען די מקורות אז די מדרשים זענען ענדערש דמיונות ווי קבלה? און פארוואס זענען זיי אנדערש פון די דברי הלכה אז מ'טאר נישט משנה זיין כקיצו של יו"ד?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

דו כאפסט באמת נישט דער נפק"מ צווישן א נאראטיוו און געזעץ?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: די ארט פון דראמאטאזירן סיפור יציאת מצרים (פה-סח #2)

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיס פשוט אז די מדרשי חזל אויף סיפור יציאות מצרים איז נישט ממש געשען. סאיז דא סתירה'דיגע סיפרים, סקען נישט זיין אז ביידע זענען געווען בפעול.
וויפיל מכות איז געווען 50 אדער 200?
פארשפארט