ערעב איד! איינער זיצט דא! ("פה-סח" #5)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

ערעב איד! איינער זיצט דא! ("פה-סח" #5)

שליחה דורך סמבטיון »

מיט גרויס הכנעה און בושה לייג איך ארויס מיינע ארימע ווערק פארן עולם דא, ווען איך ווייס אז איך שרייב דא צווישן אזעכע לייבן אין מעכטיגע שריפטגיסער וואלט איך עס ליבערשט געלאזט ביי מיר, נאר אז כוכב הייסט ארויסשטעלן, פאלגט מען!


עס איז דעם ערשטן טאג יום טוב אינדערפרי. דער זייגער קלאפט שוין א פערטל פאר צען, יוישששש... מעשיגע שפעט! קוים געשלאפן א קארגע 5 שעה, די וויין שפירט זיך נאך אין קאפ, דער טעם פון אפיקומן קומט נאך ארויף פון צייט צו צייט, ספילט ווי מ'שלינגט רעפטלעך זייף... מ'כאפט ס׳מחזור מיט'ן טלית, און מ'לויפט אין בית מדרש אריין.

א יום טוב׳דיגע שטימונג שפירט זיך אינעם ברייטן חלל פון היכל הבית מדרש. ריינע נייע ציכטיגע ווייסע טישטוכער באדעקן די טישן, די פאדלאגע איז הערליך איבערגעגלאנצט געווארן, עס טראגט זיך ארויף א ריח פון מינט קאמבאנירט בענאזאם מיט אויסגעוועפטע אלקאהאל.

אין פאליש שטייען זרח און פייוויש און ווייזן פאר נחום זייער נארוואס געקויפטע מיללער שטריימל. די שול פולט זיך פאוואליע אן, די מתפללים פארנעמען די פלעצער. טליתים פאנגען אן צו טיילן ציפעדיגע פראסקעס רעכטס און לינקס, אפגעשינדעטע ביבערס הענגען על כל קוץ ותג, (אפשר וואלט אויך כדי געווען צו הערן זייער שמועס לאחר הריגתם על קידוש שם שטריימל). די שול ווערט געדעכטער און די לופט ווערט ענגער. פארנעפעלט און פארדעמפט. דער עולם יאגט זיך אריין, כאטש זיין פארוויקלט אינעם טלית פאר הא-ל. ווער וויל דען פארפאסן די ערשטע געזאנג פונעם ערשטן טאג יום טוב. יעדער וויל דאך הערן די חידושים וואס די בעלי תפילה וועלן מיטטיילן מיט'ן ציבור היי יאר פסח.

בין הבאים, צווישן דעם גאנצן עולם, מאך איך דורך מיין וועג אין איילעניש צו מיין מקום קבוע. ב״ה אז נישט אן אייגן הויז, כאטש א אייגן פלאץ אין בעסמעדריש פארמאג איך. האבן עפעס א ד׳ על ד׳ אין בארא פארק איז דאך אויך נישט קיין קלייניקייט, גראדע הערשט נישט לאנג האב איך געענדיגט אפצוצאלן די אבנארמאלע אסטראנאמישע דמי התחייבות, אבער, וואס טוט מען נישט פאר די קינדער... (און פאר זיך...).

אלנפאלס, שפאן איך זיך צו מיט קליינע אבער זיכערע טריט צו מיין אויסגעבעטענע קארנער פלאץ וואס איך האב אויסגע'פועל'ט מיט גרויס פראטעקציע. והנה און אט, א ברייט געשטאלט זיצט געמיטלעך אויף מיין פלאץ, שאקלט זיך מיט א געמאסטענעם ריטעם, און זאגט ארויס מילה במילה הויך אויפ'ן קול, ווארט ביי ווארט, פון א מחזור המפורש גאר, מיט גרויס באקוועמליכקייט, ווי ער וואלט ווען גע'ירשנ'ט ס׳פלאץ פון זיין נארוואס פארשטארבענעם טאטן...

אינסטינקטיוו האט זיך מיין האנט געוואנדן צום אורח׳ס פלייצע, ווי אים צו אויפמערקזאם מאכן אויף זיין פארדריסליכן טעות: "אנטשולדיגט רעב איד, אבער דאס פלאץ האט א בעל בית." אבער א רגע פאר'ן זיך באווייזן פאר אים האט זיך די רחמנות/גוטהארציקייט ווידער אמאל משתלט געווען, און שנעלערהייט האב איך זיך אויסגעדרייט און צוגעגאנגען צום דערנעבענדיגע ספרים שראנק, אריינגעקריפעלט מיין סידור צווישן א קובץ מפרשים און א תורה ברורה, פאר גלייכגעוויכט... און אזוי אפגעשטאנען נאך א לאנגען דאווענען פלאס קריאת התורה אויף מיינע אויסגעמאטערטע אויסגעהארעוועטע מידע פוס, וואס איז קוים ארויסגעשלעפט געווארן פון אונטער די קאלדערע נאכ'ן אפרעכטן א סדר נאכט ביז דריי אזייגער.

אט דער עפיזאד, קען זיך ביי מיר און ביי אסאך אנדערע חברים איבער'חזר'ן יום טוב און שבת. ס'קומען געסט, רבנים און פשוטי עם צוגלייך, ס'קומען יונגעלייט צו זיין א סדר ביים טאטן, נישטא שענער פון דעם, א נחת צוצוקוקן. ס'קומען צו פארן טאטעס וואס האבן שוין פארווארפן אלע קינדער ארום די וועלט צו פראווען סדרים ביי די קינדער, זאלט איר אלע וויסן, איר זענט אלע העכסט וועלקאם! און איר מאכט א ספעציעלע אטמאספערע מיט אייער אנוועזנהייט.

אבער געדענקט! איידער איר מאכט אייך באקוועם אין אייער מושב, מאכט זיכער אז די פלאץ וואס געפעלט אייך אזוי שטארק, האט נישט קיין אייגנטומער וואס איז דאהי אויף יום טוב. עס איז זייער פארשטענדליך און נארמאל זיך צו אינטערעסירן ביי די שכנים אויב דער פלאץ איז פריי. געדענקט, נישט יעדער האט די הארץ אייך אויפצוהייבן.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

זייער שיין, סמבטיון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער גוט געזאגט, סמבטיון. כאטש איך פיר זיך נישט צו דאווענען אין א שול וואו עס איז פארהאן אזא מאנגעל אין זיצן, אבער פאר די גרעסערע שולן איז דאס זייער נייטיג, און אויך פאר מיר ווען איך גיי דאווענען אין א צווייטע שול צו א שמחה.
נאך א סגולה, בדוק ומנוסה, אז קיינער זאל נישט צוכאפן דיין פלאץ, איז צו קומען צייטליך צום דאווענען..
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

סמבטיון זייער הערליכע ארטיקל איך האב מיך דערקוויקט מיט דעם
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

איך פלאן צי מאכן דערפין א צאל קאפיס אין האלטן אין א אפגעהיטן ווינקל אין די שוהל ווי איך דאווען, פרייטאג צי נאכטס נאכן דאווענען לייג איך אראפ איינס אויפן טיש ביי מיין מקום קבוע אין נאכדעם קען איך רואיג שלאפן שבת צופרי.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

במחילת כבוד הרבנים החשובים זעהט מיר אויס דער טענה פון דער ארטיל גאר עגאיסטיש און קליינקעפיג. פון הכנסת אורחים האט איר אמאל געהערט? עס גייט אייך ממש אין לעבן דער מקום קבוע אין בית מדרש? וואס זענען מיר דא א באנדע בייזע בעלי בתים עמארצים פון הודו-נאנאש וואס זייער שפיץ אידישקייט און לעבן איז דער מקום קבוע אין בית מדרש און מען זאל חלילה נישט פארטוישען זאגן אב הרחמים דער נישט ריכטיגע שבת? איז דא א גרעסערע און פשוט'ע הכנסת אורחים ווי לאזן די געסט זיין באקוועם און זיך אוועקזעצן ווי זיי איז באקוועם? ממה נפשך, איז דא נאך פלעצער איז גיי דו זיץ דארט היינט, איז נישטא נו אוודאי איז רעכט אוועקגעבן דיין פלאץ פאר דער גאסט. סארי, אבער איך ווער נישט איבערגענומען פון דיינע ייסורים אריינשטעקעדיג דער מחזור צווישען חומש און קובץ מפרשים. אסאך דערהויבענע תפילות האב איך שוין געדאווענט אזוי. דער אומבאקוועמליכקייט פון דער גאסט וואס ווייסט נישט ווי זיך צו זעצן איז פיל מער פון דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

גוט וועסטו פילן ווען איך וועל נוצן דיין בעדרום אלס גאסט, אן פרעגן שטייטזעך...
מורא׳דיג שיין צו מאכן הכנסת אורחים, אבער נישט ווען די אורח נעמט זיך אליין. ספעציעל אין געוויסע בתי מדרשים וואס א זיץ קאסט אפאר הונדרעט דאללאר א יאר.

ער זאגט סך הכל אז מען זאל פרעגן פארדעם אויב עס איז איינעמס מקום קבוע.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אוודאי ווען דו ביסט א גאסט איז שיין זיך צו רעכענען, אבער דער וועג ווי דער ארטיקל איז געשריבען פון דער זייט פון דער באלעבאס איז גאר נישט שיין. נישט אזוי רעדט א בעל הבית. אוודאי מצד דער גאסט פאסט זיך פירען מענטשליך, און רוב פירען טאקע אזוי.
איך מיין מען פארגעסט דא וויאזוי עס פילט צו זיין דער גאסט, ווי מען דרייט זיך אזוי מען קוקט ווי איז דא א ליידיגע פלאץ מען שעמט זיך צו פרעגן אויב איינער זיצט דא וכו'. עס איז גענוג אקווארד אזוי. עס איז נישט דער פלאץ פון דער באלעבאס צו שרייען אויף דער גאסט ווי כאילו ווער ווייסט וואס. בסך הכל רעדט מען דאך דא פון א נארישקייט. און אוודאי איז פיל גרינגער אוועקצוגעבן דער פלאץ אין בית מדרש ווי דער בעדרום. אויף דעם רעדט מען דאך.
בקיצור נישט דער דרשה פעלט אויס. וואס פעלט אויס איז אז אין אזא שוהל ווי עס טוהט זיך מקומות קבועים וכו דארף זיין קלאר א צעטל צו וואס ווי עס איז דא פלאץ פאר אורחים, אדער א גבאי וכדומה ממונה צו גריסען אורחים זיי באקוועם מאכן און טרעפן א פלאץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

אין א בית המדרש ווי עס איז דא א יעדע וואך א קידוש אדער צוויי האסטו קיינמאל נישט דיין זיץ,
איז קודם קענסטו נישט מקיים זיין הכנסת אורחים מיט א זאך וואס איז נישט דיין אין די אורח האט די זעלבע מצוה צי מיר מכניס זיין
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לעיקוואד, די ארטיקל איז האלב סארקאסטיש און האלב הומאריסטיש, טשיל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

כרויטע וקאסטנער ועוד לקרא, נעמט עס נישט אהן אזוי ערענסט.

גלייב מיר אז איך געב אוועק מיין פלאץ הארצן גערן, אדרבה, קום אריבער אין פרוביר מיר אויס.. אבער טראכט אריין א רגע, ווען דאס שפילט זיך אפ 1 מאל א חודש, החרשתי, מקען מהנה זיין אן אורח, פארוואס נישט, אבע היות איך דאווען אין א גרויס בעסמדריש מיט אסאך מתפללים, ווי עס ווערט וועכענטליך סערווירט קדישים,אויפריףס,וכדו' און סע נישט דא נאך ליידיג זיץ פלעצער, איז זייער נישט בעטאמט צו צאלען א הון תועפות מיט געלט פאר אפלאץ וואס דיין גאנצע בעלות אויף דעם איז נאר צו איבערגעבן פאר אורחים.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]לעיקוואד[/tag], הכנסת אורחים ברויך דער רב מאכן. ער זאל טאקע זיכער מאכן אז געסט האבן ליידיגע זיך ערטער ווי זיך אהינצוטאן, און קבועים זאלן אנהאלטען זייערע ערטער.
(- - -)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האב רעדאגירט דעם ארטיקל, דאס איז א ליטערארישע פעליטאן און גארנישט מער. אלע מענטשן רעכט אקטיוויסטן זאלן זיך בארואיגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון, געוואלדיג. איך פיל ווי ענדליך האט שוין איינער רחמנות אויף מיר. איך קען טאקע נישט ליידען ווען יענער מיינט אז די פלאץ איז פשוט באשאפן געווארען פאר עם, און דער וואס זאגט עם א ווארט איז ממש א שלעכטער.
פארשפארט