אמת דער איז סתם א האסער און איז בשמחה אז ער האט געטראפן דער כפרה הינדל דער חסיד פון סטעמפארד היל און אצינד האט ער א היתר פארוואס צו באשרייען "אלע Jews". די האס שרייט ארויס פונעם ארטיקל, ווי די פאלגענדע שטיקלעך ספעציעל, קענען מעיד זיין:
? and the second is, have thse actors dressed in police uniforms been vetted to ensure they have no connections to foreign intelligence agencies? Yes it’s quite feasible that their ranks are full of Mossad agents sent to penetrate the British Police force.
It’s not just Stamford Hill though, the same is repeated across the country in all of our major towns and cities. The Jews have established themselves as a force within the establishment, the hand that rules all – and all this time, we’ve been completely blind to it.
איך בין אבער נישט אחריות אויף וואס Joshua Bonehill שרייבט... און נישט יעדע מאל איך ברענג אן ארטיקל דארף איך מסביר זיין וואס מיין שיטה איז אדער צושרייבן, "מיר טראגן נישט אחריות אויף די..." יעדער פארשטייט די אומשטענדן און סיבות אונטער און צוליב וואס די ארטיקל איז געשריבן געווארן. ווי זאגט מען, "אנדרלמוסיה באה לעולם והורגת רעים וטובים". ליידער געט מען אים שטאף אין מויל פון וואס צו רעדן. ס'איז נישט קיין סוד אז די שומרים אין לאנדאן שטעלט פאר די עולם וועם זי פארטיידיגט און איז פארמירט פון אפאר ראצערס, ליידיגע קעפ, וואס נישט אזוי לאנג צוריק האבן זיי געראומט די גאסן, זוכענדיג עקשן, נישט קענענדיג ווארטן "אנצורייסן א גוי." היינט זענען זיי נאך א ארעם אין די הענט פון די רבנים. גיב עס נאך אפאר יאר און זיי וועלן ווערן די אפיציעלע ווארטזאגער פון די סיקריקים.
פארוואס איז דא אזויפיהל העיט קריים אקעגן חסידים? איז יש היכי תמצא לומר, אז דו גייסט אנדערש אנגעטוהן, נאך מאדנע אויכעט, און איך ווייס אז דו קענסט זיך שוואך באשיצן וועל איך האבן א גאו אויף דיר. אמת, גארנישט געט נישט קיין תירוץ עמיצן צו אטאקירן. און געווענליך איז ער נאך א טראבל מעיקער מקודם. אבער וועט דען נישט אביסל עדיוקעישן און פיזיקעל אקטיוועטיס בעסער טעקלען דעם פראבלעם? שומרים געט נאר א בעסערע תירוץ פאר די שכנים אונז פיינט צו האבן. זיי זענען אומפראפעשענאל, העלפן צומאל פארדעקן אויף אביוז און אינערליכע קרימינאלן און שרייען מיט זייערע מעשים, "מיר טראסטן נישט איר מאיאסטעטס'ס פאליציי קראפט און ענפארסמענט אגענטורן"
EXCLUSIVE: Orthodox Jewish wife who claims she was 'raped, beaten and starved' by husband who refused divorce tells U.S. court he 'let her daughter play with his genitals'
שבת אחים האט געשריבן:EXCLUSIVE: Orthodox Jewish wife who claims she was 'raped, beaten and starved' by husband who refused divorce tells U.S. court he 'let her daughter play with his genitals'