עס טוט זיך ווידער אויף טישן און בענק. א חסידישער אינגעלע איז געקראכן אויף א מעמאריעל שטיין, אן אנדענק פאר די 9/11 אומגעקומענע, אין עפעס א פארק אין העווערסטראו, א 15-20 מינוט אוועק פון מאנסי. דער קאונטי עקזעקוטיוו דער שונא ישראל עד דעי האט ארויסגעשטעלט א בילד דערפון אויף זיין פעיסבוק פעידזש, כאילו מען האט דא געטון די חמורה שבחמורות. די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און עס האבן אנגעהויבן שטראמען דערויף העסליכע קאמענטס מלא וגדוש מיט שנאת ישראל, א גרויל צו ליינען.
מצד שני האבן אסאך קאמענטירער באשייגעצט דעם עד דעי פארן אנזייען קנאה ושנאה.
shem-tov האט געשריבן:נו שוין א מחי. נאר פשוט א שאד א שאד אז די קלוגע מאנסי עסקנים זענען נישט געווען אוועילעבעל מיט זייערער ווידיאוס די לעצטע צוויי טויזענט יאר. פרעה. המן. ת"ח ות"ט. היטלער וכו. אזויפיל גזירות רעות און הריגות און אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס זיי וואלטן אונז צאמגעשפארט. שוין. בעסער לעיט דען נעווער. אשרי לנו וואויל פאר אונזער דור אז מיר האבן זוכה געווען צו די קלוגע אפגעריסענע פערדן קליינקעפיגע היץ קעפ וואס פארשטייען צו עסקנות און צו היסטאריע ווי איך צו א ספעיס שאטעל. מאכן חורבנות פארן גאנצן שטאט. זעץ דיך לערנען א דף גמרא דיין קאפ וועט זיך דיר עפענען די קענסט דעם גוי נישט פייטן. שלא אחד בלבד עמד עלינו. השכים והערב והן כלין מעליהן. דאס איז דאך בדוק ומנוסה. איך בין א מיליאן פערצענט זעכער אז די חברה האבן נאך פון די חז"ל ניטאמאל געהערט. דער יוד טוט וואס ער דארף צו טאן.
שם טוב: איך בין מחולק מיט דיר. דער פסוק השכם והערב עליהן לבית המדרש איז געזאגט געווארן אויף אידישע שונאים. די גוי'אישע אנטיסעמיטן דארף מען אמאל ווייזן אז אונז אידן באהאלטן זיך נישט אין די מייזן לעכער איעדעס מאל אן אנטיסעמיט מאכט אויף זיין טמא'נעם פיסק. התגרות באומות טאקע נישט. אבער אפענטפערן די שונאי ישראל איז אמאל יא א נוצליכע מעטאד...!
For if you remain silent at this time, relief and deliverance for the Jews will arise from another place,’ but your party’s success will perish and your power to influence will be diminished.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves