די עבודה זרה וואס הייסט "פרייהייט"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 3:30 pm
- האט שוין געלייקט: 79 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
די עבודה זרה וואס הייסט "פרייהייט"
בעזהשי"ת
אין פרשת בלק וואו די תורה רעדט וואס האט פאסירט ווען אידישע קינדער האבן אנגעהויבן נאכגעשלעפט ווערן נאך די בנות מואב, פארציילט דער פסוק "ויצמד ישראל לבעל פעור", אידישע קינדער האבן זיך באהאפטן אין די עבודה זרה "פעור". וואס איז דאס געווען דער פעור? זאגט רש"י אויפן ארט "פעור": על שם שפוערין לפניו פי הטבעת ומוציאן רעי וזו היא עבודתו.
לכאורה איז דאס א שטארקער וואונדער. פאר אלעם איז בכלל שווער צו פארשטיין דער מאדנער סדר פון דינען אט די עבודה זרה, אן אפגאט איז מען געווענליך מכבד, מען איז פאר איר מקריב קרבנות און מען טוט פאר איר פארשידענע מכובד'יגע עבודות. וואס איז דא דער פשט פון דינען אן אפגאט אויף אזא מיאוסן אופן? אבער אויף די אידישע קינדער איז נאך פיל שווערער, מילא אז מען ווערט ווען נאכגעשלעפט נאך א שיינעם עבודה זרה, א פאלשע הייליגקייט, קען מען נאך פארשטיין ווי דער טעות ליגט, אבער ווי קומט כלל ישראל צו אזא נידעריגקייט צו ווערן צוגעצויגן צו גיין דינען אזא עבודה זרה מכוער?
רבי חיים שמואלביץ האט אמאל אין א מוסר שמועס מסביר געווען דעם ענין מיט א געוואלדיגן געדאנק. אז אין דעם סדר פון דינען דעם בעל פעור איז געלעגן א טיפערער רעיון. דער פשט פונעם פעור און דער וועג פון איר דינען איז געווען צו דערקלערן אז "יעדער קען טון וואס ער וויל", פרייהייט! ווי אזוי איך וויל טו איך, און אז שמעקט מיר צו גיין אזוי ווייט ווי צו טון אזא אומפארשעמטן אקט פארנט פונעם פנים פונעם אפגאט אליינס, קען איך דאס אויך טון. און אדרבא, ווי מער מיאוס און ווי מער עקלהאפטיג אלץ חשובער בין איך און אלץ מער קוקט מען אויף מיר ארויף, ווי די גמרא ברענגט אין סנהדרין.
און צו דעם זענען די אידן צוגעצויגן געווארן. פריקת עול איז א געוואלדיגע תאווה.
היינט צוטאגס איז גראדע היבש גרינג צו פארשטיין די עבודה פונעם פעור לויט דעם הסבר, רוב וועלט דינט איר אייגנטליך למחצה לשליש לרביע. עס איז א פרייע וועלט, אין אמעריקא פרעדיגט מען "פרידאם", די ליבעראלן זענען פארנומען מיט "ליוו ענד לעט ליוו", און יעדן טאג נעמט מען דעם פרייהייט א שטאפל ווייטער, און ווי נידעריגער עמיצער גרייכט אלץ א גרעסערער העראו איז יענער ביי די ליבעראלן. איין באקאנטע ביישפיל קען מען זען אויף די גאס. נישט אזוי לאנג צוריק איז יעדע פרוי אין אמעריקא ארויס אויף די גאס מיט א געוויסע מאס צניעות, עטוואס מאראל. היינט צוטאגס דרייען זיך די בנות אמעריקא ערומות אויף די גאסן מיט א לאטע דא און א לאטע דארט יוצא צו זיין, און עס וועבט זיך שוין א מערכה בקצה המחנה צו ערלויבן די אייניגע חצי בגדים אויך אראפצונעמען. אין אן אמעריקאנע שולע איז לעצטנס געוען א פראטעסט מצד די סטודענטקעס אז מען פארלאנגט פון זיי א צי עקסטרעמע לבוש. און זארגט אייך נישט, מען האט נישט פארלאנגט פון זיי קיין לאנגע ארבל און דיקע זאקן.
וואס איז יא אינטערעסאנט ארויסצוברענגען, און דער מענטש כאפט זיך דאס אמאל נישט, איז אז "פרייהייט" איז אן עבודה זרה ווי יעדע עבודה זרה, און איז בעצם א רעליגיע פאר זיך. מען קען זען בחוש ווי מענטשן זענען גרייט זיך אוועקצוגעבן און זיך צו פארפליכטן פאר דעם מכלומרשטן 'פרייהייט' מיט א שעבוד גמור. מען איז אן עבד פארן חירות.
מען דארף נישט גיין צו ווייט, אז מען קוקט זיך ארום זעט מען דאס כסדר אין די היימישע קרייזן, ווען מענטשן זענען גרייט אויפצוגעבן די רואיגקייט פונעם איינגעגלידערטן געזעלשאפטליכער לעבן, זענען גרייט אוועקציווארפן מאן אדער ווייב, און זענען גרייט אריינציווארפן די קינדער אין א צומישטן און צעטומלטן לעבן פון צעטיילטע עלטערן, אלץ צו דערגרייכן די אזויגערופענע "פרייהייט".
איך בין נישט דא צו נעמען א שטעלונג אין וויאזוי א מאן אדער ווייב, עלטערן, משפחה, און גוטע פריינד דארפן רעאגירן ווען א מיטגליד וויל איסקלויבן אן אנדער סארט מהלך החיים ווי דאס אין וועלכן זיי זענען געווארן אויפגעצויגן. דאס איז נישט דא די נקודה. אבער למעשה נאך וואס מענטשן ווייסן וואס די רעאקציע וועט זיין, זענען זיי נאך אלץ גרייט צו נעמען אויף זיך די ליידן און מיטמאכענישן אלעס פאר "די פרייהייט צו זיין און טון וואס איך וויל".
א פרוי וואס האט באשלאסן איבערצולאזן אלעס אונטער זיך און גיין אין א נייעם דרך קען ברעטשען איבער וויאזוי איר מאן איז געווען גרייט איר צו פארלירן און איר אפ'גט'ן אלעס פאר זיין רעליגיע, און זי וויינט פארוואס ער איז נישט געווען גרייט צו לייגן איר, זיין טייערע ווייב, זיין אשת נעוריו, העכער ווי זיינע רעליגיעזע אנשויאינגען. זי טראכט אבער נישט, אדער וויל זי נישט טראכטן, אז אויך זי איז נישט גרייט געווען צו טון דאס זעלביגע און אייגנטליך ווייניגער פאר איר מאן. זי איז אויך נישט גרייט געווען צו בסך הכל בלייבן אין די זעלבע געמיינדע ווי ביידע זענען אויפגעוואקסן און אין וועלכן זיי האבן אנגעהויבן זייער געמיינזאמן לעבן. און אלץ פארוואס? פאר איר רעליגיע, די עבודה זרה וואס רופט זיך "פרייהייט".
אז מען הערט מזמן לזמן אז א אינגערמאן איז גרייט צו מוותר זיין אויף ווייב און קינדער, משפחה, חברים, און מסודר'דיגע לעבנסשטייגער, אלץ צו זיין פריי, צו קענען טון מה שלבו חפץ. ער איז גרייט איינצוטוישן רואיגקייט פאר פרייהייט, מנוחה פאר פריקת עול. דאס איז באמת א שעבוד, מען איז אראפגעבינדן צו די עבודה זרה פון פרייהייט, מען איז צמיד לבעל פעור.
און אויב שוין שעבוד, און אויב שוין רעליגיע, איז נישט ענדערש צו זיין משעבוד פאר הקב"ה און פאר זיין תורה?
מודה אני לפניך ה' אלוהי ששמת חלקי מיושבי בית המדרש, ולא שמת חלקי מיושבי קרנות. שאני משכים והם משכימים, אני משכים לדברי תורה, והם משכימים לדברים בטלים. אני עמל והם עמלים, אני עמל ומקבל שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר. אני רץ והם רצים, אני רץ לחיי העולם הבא, והם רצים לבאר שחת (תלמוד בבלי, מסכת ברכות, דף כח, עמוד ב).

- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
מוראדיגע פוינט, און גאר גוט אראפגעלייגט.
ווי באקאנט איז דאס געווען די טענה פון די רבי'ס וואס האבן נישט געוואלט אז נאפאליען זאל געווינען די מלחמה קעגן די רוסן. אפילו ער האט צוגעזאגט גענצליכע פרייהייט.
און טאקע נאכדעם וואס מען האט באקומען פרייהייט האט זיך אנגעפאנגען אלע עכטע צרות ביי אידן. משכילים, ציונים וכו'. און די זאך ציט זיך ווייטער עד היום הזה ביי היימישע אינגעלייט [איך גיי מיך דא אפשטעלן....].
און די אראבישע לענדער טענה'ן אז דאס איז די חורבן מיט דעמאקראטיע. די מענטשן ווילן פארדארבענע זאכן, און מען לאזט טוען וואס מען וויל טויג נישט.
איך האלט אז זיי האבן א פוינט, אבער גיי פארשטיי וואס דאס האט מיט הרגע'נען אומשולדיגע מענטשן, על לא עוול בכפם. און בשעת מעשה זיך אליינס הרגענען, אויפן סמך וואס דער אימאם האט זיך צוגעזאגט א דאזען נקיבות אין עולם הבא.

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קורץ און שארף האט געשריבן:מוראדיגע פוינט, און גאר גוט אראפגעלייגט.
איך האלט אז זיי האבן א פוינט, אבער גיי פארשטיי וואס דאס האט מיט הרגע'נען אומשולדיגע מענטשן, על לא עוול בכפם. און בשעת מעשה זיך אליינס הרגענען, אויפן סמך וואס דער אימאם האט זיך צוגעזאגט א דאזען נקיבות אין עולם הבא.
פאר זיבעציג בתולות וואלסטו עס יא פארשטאנן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Re: די עבודה זרה וואס הייסט "פרייהייט"
קען זיין אז פרייהייט איז א שלעכטער זאך, אבער מיט איין תנאי, אז איך בין קעניג.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
די צויבער ווארט "פרייהייט" ברענגט ארויס ביי א מענטש זאכן וואס ער וואלט ווען קיינמאל נישט געטוהן.
גיב א קוק אויף די לעצטיגע אויפשטאנדן, אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס א נארמאלער מענטש וואס האט א משפחה מיט קינדער, טאטע און מאמע, פארוואס זאל ער זיך גיין איינשטעלן דאס לעבן און ריזיקירן דאס לעבן פון זיינע קינדער, ווייל אפשר גייט ער האבן א ביסעלע מער פרייהייט? וואס פעלט איהם יעצט?
איך רעד נישט פון די וואס האבן נישט קיין לעבן - פרנסה - פאמיליע, אויף זיי קענסטו אפשר זאגן: נו זיי האבן גארנישט פונעם לעבן, פארוואס זאלן זיי נישט דאס טוהן?, הגם ס'איז נישט ממש אזוי, ווייל נישט יעדער וואס האט נישט קיין פאמיליע איז גרייט זיך צו נעמען דאס לעבן אז אפשר וועלן זיינע שכנים קענען לעבן רוהיגער. אבער איך וועל נישט רעדן דערפון.
די ווארט פרייהייט טוט וואונדער פאר א מענטש, ס'מאכט איהם טוהן זאכן וואס ער וואלט ווען קיינמאל נישט געטוהן.
די זעלבע זאך איך מיט די אלע וואס ווארפן אוועק די משפחה - פרנסה - חברים, פאר אביסעלע פרייהייט, צו קענען טראכן וויאזוי מ'וויל און נישט זיין אים באקס.
איך פלעג האבן די זעלבע פראגע אויף עטליכע פון מיינע באקאנטע וואס האבן אפגעפעקלט צו די אנדערע זייט, איך האב נישט געקענט פארשטיין, דו האסט א ווייב מיט קינדער, דו האסט פרנסה, דו האסט חברים, דו ביסט געסעטלט, וואס גייט דיך אן צו קומען אין שול און אנטון די תפילין פאר אפאר מינוט, ס'טוט דען אזוי וויי צו זאגן די פאר ווערטער פון שמו"ע? אדער ענטפערן אמן? בסך הכל רעדט מען דא פון איין זאך וואס דו ביסט נישט באקוועם, ווערסוס אלע אנדערע זאכן וואס גייט דיר יא גוט. און ווען דו וועסט יא גיין פון דאנעט, וועסטו האבן סאך מער פראבלעמען, וועסט דארפן טרעפן א נייער דזשאב, וועסט זיך דארפן אריינגלידערן אין א נייע סביבה, וואס איז גאר ווייט פון די וועג וויאזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, אונטערשטע שורה: וועסט האבן סאך מער פראבלעמען וואו זיך דארפן אנטוהן די תפילין איינמאל א טאג, אפי' דו האלטסט נישט דערביי. מאטעמאטיש שטימט נישט די חשבון...
און איך האב עס קיינמאל נישט געקענט פארשטיין, אבער לעצטנס האב איך עס אנגעהויבן צו פארשטיין, א מענטש וועט ענדערש אדורכגיין די אלע זאכן און זיך פלאגן מיט די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, נאר כדי צו שפירן דעם טעם פון אביסעלע פרייהייט, דער אויבערשטער האט געמאכט אז ווען דער מענטש הערט דעם צויבער ווארט "פרייהייט" זאל ער שפרינגען און טוהן זאכן וואס ער וואלט קיינמאל נישט געטוהן אויב מאכט ער א געהעריגן קאלקולאציע.
פון וואו בין איך דאס געוואויר געווארן? ווייל איך דער גרויסער צולייגער וואס האב אייביג אזוי גוט פארשטאנען, איך פיל יעצט פונקט אזוי, הגם איך פיל דאס נישט לגבי אידישקייט (ב"ה) נאר כלפי חסידות און די וועג וויאזוי מ'לערנט מיינע קינדער, און וויאזוי מ'האלט מיך ביים שטריק דורך סטראשען מיט מיינע קינדער, און אויב טוה אביסל אנדער וואו סאסייעטי האט באשלאסן דאן בין איך שוין אפגעסטעמפלט.
איך וואלט מיך אויפגעהויבן פון דא און אוועקגעמופט, אריינגעגעבן די קינדער אין ליבעראלע מוסדות וואס האט גארנישט מיט חסידות איינגעלייגט.
און הגם איך פלאן עס נישט נישט צו טוהן, נאר פאר איין סיבה ווייל איך האב א ווייב און קינדער, אבער פון אלע אנדערע זייטן בין איך שוין מסכים אדורכגיין וואס ס'זאל מיר קאסטן, אין דעם איז שוין אריינגערעכנט, מיין טאטע-מאמע, שווער-שוויגער, מיינע פרומע געשוויסטער, אלע מיינע חברים. - וואס אויב איך ציה מיך אוועק פון די לייף-סטייל אין וואס איך געפין מיך יעצט וועל איך זיין גאר אפגעפרעגט און ביי מיינע עלטערן וועט עס זיין ממש ווי איך וואלט געטוישט גלויבן. (וואס דאס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך וואו די סאטמארע ווייסן נישט מבחין צו זיין, אויף וואס זיך שטעלן און אויף וואס נישט)
אצינדער הויב איך אן צו פארשטיין די אלע וואס פאקן זעק און פעק (אדער וואלט גלייכער געווען צו זאגן: לאזן איבער פעק און זעק) און גייען וואו די פיס טראגן זיי, נאר פארן צוזאג פון אביסעלע פרייהייט...
וואו נעמט מען אביסעלע פרייהייט!!!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קורץ און שארף האט געשריבן:מוראדיגע פוינט, און גאר גוט אראפגעלייגט.
ווי באקאנט איז דאס געווען די טענה פון די רבי'ס וואס האבן נישט געוואלט אז נאפאליען זאל געווינען די מלחמה קעגן די רוסן. אפילו ער האט צוגעזאגט גענצליכע פרייהייט.
און טאקע נאכדעם וואס מען האט באקומען פרייהייט האט זיך אנגעפאנגען אלע עכטע צרות ביי אידן. משכילים, ציונים וכו'. און די זאך ציט זיך ווייטער עד היום הזה ביי היימישע אינגעלייט [איך גיי מיך דא אפשטעלן....].
און די אראבישע לענדער טענה'ן אז דאס איז די חורבן מיט דעמאקראטיע. די מענטשן ווילן פארדארבענע זאכן, און מען לאזט טוען וואס מען וויל טויג נישט.
איך האלט אז זיי האבן א פוינט, אבער גיי פארשטיי וואס דאס האט מיט הרגע'נען אומשולדיגע מענטשן, על לא עוול בכפם. און בשעת מעשה זיך אליינס הרגענען, אויפן סמך וואס דער אימאם האט זיך צוגעזאגט א דאזען נקיבות אין עולם הבא.
איך וועל נאר רעאגירן אויף דיין לעצטע שורה. ס'איז אבער אינטערעסאנט אז ביי די אראבישע רוצחים, גייט נישט דער אימאם אליינס. נאר ער שיקט אן אנדערן. אויב ס'איז אזוי גוט אין זייער ג"ע פארוואס גייט ער נישט אליינס?!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Reply to No Name
איך ברענג נישט דיין ":קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג. דו האסט א פאר שטארקע פוינטס און איך דערהער וואו ס'דריקט. אבער פון מיין אבזערוואציע האב איך ארויסגעלערנט אז רוב פון די מענטשן וואס לאזן איבער משפחה און חברים צו טוישן זייער "לייפסטייל" זענען לכתחילה נישט געווען זייער פעסט געאנקערט (Anchored) אין זייער סביבה. נעם למשל ש.ד. איך האב געזען וויאזוי ער האט אויסגעזען אלס חסידישער אינגערמאן. איך ווייס נישט ווי גליקליך ער איז היינט. אבער ער האט לכתחילה נישט געפילט קיין טעם אין זיין רעליגיעזן לייפסטייל. ער האט נאך אלס אינגל און בחור זיך געפילט פרעמד, מכח כמה טעמים וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן ברבים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
reply to No Name Cont'd.
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ברענג נישט דיין ":קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג. דו האסט א פאר שטארקע פוינטס און איך דערהער וואו ס'דריקט. אבער פון מיין אבזערוואציע האב איך ארויסגעלערנט אז רוב פון די מענטשן וואס לאזן איבער משפחה און חברים צו טוישן זייער "לייפסטייל" זענען לכתחילה נישט געווען זייער פעסט געאנקערט (Anchored) אין זייער סביבה. נעם למשל ש.ד. איך האב געזען וויאזוי ער האט אויסגעזען אלס חסידישער אינגערמאן. איך ווייס נישט ווי גליקליך ער איז היינט. אבער ער האט לכתחילה נישט געפילט קיין טעם אין זיין רעליגיעזן לייפסטייל. ער האט נאך אלס אינגל און בחור זיך געפילט פרעמד, מכח כמה טעמים וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן ברבים.
היינט צו טאג האט ער א בלאג און ער שרייבט "פרי לענס" ארטיקלען. ווען ער איז אראפ פון דרך האט ער אויסגענוצט די צייט און זיך אויסגעלערנט צו שרייבן א גוטן ענגליש. איך בין זיכער אז טיף אין הארצן בענקט ער נאך זיין אלטע סביבה. ס'איז דא א קליפ וואו ער זיצט אין א היימישן רעסטאראנט און עסט א געשמאקע סעודה. ווען די אפטרינערין ד. פלדמאן האט געשריבן איר עקלדיגן בוך און איז ארומגעגאנגען צו די מידיא באשמוצן די אידן מיט איהרע באוואוסטע שקרים, האט ער זיך זייער שיין צוגעשטעלט ארויס צו ברענגען דעם אידישן צד.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ברענג נישט דיין ":קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג. דו האסט א פאר שטארקע פוינטס און איך דערהער וואו ס'דריקט. אבער פון מיין אבזערוואציע האב איך ארויסגעלערנט אז רוב פון די מענטשן וואס לאזן איבער משפחה און חברים צו טוישן זייער "לייפסטייל" זענען לכתחילה נישט געווען זייער פעסט געאנקערט (Anchored) אין זייער סביבה. נעם למשל ש.ד. איך האב געזען וויאזוי ער האט אויסגעזען אלס חסידישער אינגערמאן. איך ווייס נישט ווי גליקליך ער איז היינט. אבער ער האט לכתחילה נישט געפילט קיין טעם אין זיין רעליגיעזן לייפסטייל. ער האט נאך אלס אינגל און בחור זיך געפילט פרעמד, מכח כמה טעמים וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן ברבים.
איך ברענג יא דיין קוואויט, ווייל ס'איז נישט צו לאנג...
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע וואס זענען געגאנגען או טי די, און איך ווייס נישט ווער ש.ד. איז (אפשר קענסטו מיך אישי'ען) אבער די פאר וועמען איך קען האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם - אקעי איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך אפ ביי יענעם אין הארץ, אבער - זיי זענען געווען געהעריג אריינגעגלידערט אין די געזעלשאפט, געהאט חברים - געווען עוורידזש פאפולער א.א.וו.
און אפי' וועגן מיר, איך קאנסידער מיך אלס א נארמאלער אריינגעגלידערטער מענשט, און עם כל זה האב איך אין מיין מיינד זיך שוין געזעגנט פון יעדן איינעם, און איך בין שוין איינגעגאנגען אויף די קאנסעקווענצן פון מאכן פליטה.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
No_name האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איך ברענג נישט דיין ":קוואוט" ווייל ס'איז צו לאנג. דו האסט א פאר שטארקע פוינטס און איך דערהער וואו ס'דריקט. אבער פון מיין אבזערוואציע האב איך ארויסגעלערנט אז רוב פון די מענטשן וואס לאזן איבער משפחה און חברים צו טוישן זייער "לייפסטייל" זענען לכתחילה נישט געווען זייער פעסט געאנקערט (Anchored) אין זייער סביבה. נעם למשל ש.ד. איך האב געזען וויאזוי ער האט אויסגעזען אלס חסידישער אינגערמאן. איך ווייס נישט ווי גליקליך ער איז היינט. אבער ער האט לכתחילה נישט געפילט קיין טעם אין זיין רעליגיעזן לייפסטייל. ער האט נאך אלס אינגל און בחור זיך געפילט פרעמד, מכח כמה טעמים וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן ברבים.
איך ברענג יא דיין קוואויט, ווייל ס'איז נישט צו לאנג...
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע וואס זענען געגאנגען או טי די, און איך ווייס נישט ווער ש.ד. איז (אפשר קענסטו מיך אישי'ען) אבער די פאר וועמען איך קען האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם - אקעי איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך אפ ביי יענעם אין הארץ, אבער - זיי זענען געווען געהעריג אריינגעגלידערט אין די געזעלשאפט, געהאט חברים - געווען עוורידזש פאפולער א.א.וו.
און אפי' וועגן מיר, איך קאנסידער מיך אלס א נארמאלער אריינגעגלידערטער מענשט, און עם כל זה האב איך אין מיין מיינד זיך שוין געזעגנט פון יעדן איינעם, און איך בין שוין איינגעגאנגען אויף די קאנסעקווענצן פון מאכן פליטה.
אויב איך מעג פרעגן וואס איז די נומבער 1 סיבה פארוואס די ווילסט מאכן פליטה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואס איז די נומבער 1 סיבה פארוואס די ווילסט מאכן פליטה?
איך וועל אנהייבן מיט א ווארט וואס איינער האט מיר לעצטנס נאכגעזאגט, ער האט געהאט עפעס אן ארגומענט מיטן זיין טאטן וועגן א געוויסע חומרה,
האט ער געזאגט פארן טאטן, קוק אהער: דיין עלטער עלטער זיידע האט אמאל אנגעכאפט א היהור תשובה צו וואס ס'זאל נאר זיין, און ער האט גענומען אויף זיך א געוויסע חומרא, נאכדעם איז געקומען זיין זון און איהם האט אויך אמאל אנגעכאפט א הייליגע מינוט און ער האט מקבל געווען אנאנדער חומרא, נאכער איז געקומען דיין זיידע און האט אויך געוואלט טוען עפעס פארן באשעפער און וויבאלד דאס איז שוין געווען טעיקען האט ער גענומען אויף זיך עפעס אנדערש, און די זעלבע זאך איז אויך געווען מיט דיין טאטע, און יעצט האסטו מקבל געווען עפעס א שיינע זאך פארן באשעפער, למעשה וואו מ'האלט יעצט בין איך שוין דערשטיקט, איך האב שוין נישט וואו צו גיין, אלע חומרות זענען שוין אנגעסטאקט אויף מיין קאפ. איך וויל אנהייבן ביים שו"ע, לאזן אלע חומרות אין א זייט און אנפאנגען פון אלף, דאס וואס מען דארף טוען על פי הלכה.
איך זאג די זעלבע זאך, ס'זיצט אויף מיין קאפ די חומרא מיט יענע חומרא דער מנהג פונעם זיידן און יענער מנהג פונעם רבי'ן, און קווייט פרענקלי איך קען עס נישט דערהייבן, ווען ס'וואלט ווען געווען איינגעטיילט אין קאטאגאריעס: זאכן וואס מ'מוז טוהן - זאכן וואס מ'זאל טוהן - זאכן וואס ס'איז בעסער אז מ'טוט - און זאכן וואס ווער ס'טוט איז גוט, איז נאך איין זאך, איך ווייס אין וועלכע מצב איך בין, איך קען פרובירן צו טוהן די מערסטע וואס איך קען, איך ווייס וואס איך מוז טוהן און איך קען פרובירן צו טוהן נאך עפעס פארן באשעפער, אויב איך פאל אדורך אין אזא זאך ווייס איך, ס׳נישט געפערליך... אבער ס'נישט דא אזא זאך, אלעס איז איין גרויסער טשולנט, אלעס מוז מען! אויב ס'וועט זיין איין געוויסע מנהג וואס איך בין מחליט אז ס'איז נישט פאר מיר צו ס'איז מיר צו שווער איינצוהאלטן, ווער איך געטריטעד פונקט ווי דער וואס גייט ארומהאקן מיט ווייבער יעדע נאכט (אפי' אפשר נאך ערגער, יענער נו מילא ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן די תאוות, אבער דער שוטה, וואס מיינט ער, וואס איז ער, עפעס א בעסערע גאטשע?)
און ביטע! כאפט מיך יעצט נישט ביים ווארט מיטן טרעפן זאכן וואס ס'איז אפשאנעל און קיינער וועט דיר נישט דזשאדזשן דערויף, ווייל איך רעפער נישט צו מזאל שניידן די נעגל פאר די מקוה אדער נאך, נישט פון דעם איז די רעדע...
דא האסטו די נומ 1 סיבה פארוואס ס'איז מיר ענג, (ס'איז אין אמת'ן אריין 2 זאכן) איינס איז: מ'דארף וויסן וואס ס'איז וויכטיג און וואס נישט, אזא איינער ווי איך וואס די איינציגסטע צוויי פלעצער וואו איך באזוך דורכאויס דעם יאר איז "היים" און "ארבייט" (פארשטייט זיך איך רעד נישט פון די אקעיזשענעל וואקאציע) און ווען איך האב נישט קיין געדולד צו זיצן שבת אין שול און אויסהערן צו דער בעל קורא האט יא געזאגט דעם אתנחתא צו נישט, ווער איך באלד אפגעסטעמפלט וואו דער ליידיג גייער, דאס איז נישט רייט...
און די צווייטע זאך, וואס איז אביסל אנגעבינדן אין די ערשטע איז, וואס איז די זאך פון דזשאדזשן יענעם און רעדן פון יעדע ריר וואס יענער גיבט, האסט געזען יענעם? ער קומטצעך אריין אין שול מיט א בלויע העמעד, איך האב איהם געפרעגט, פאר די 7 דאלער א שעה וואס דו מאכסט האסטו זיך געמוזט אנטוהן א בלויע העמעד? כאכאכאכא.... אדער: האסט געזען גרונם'ס ווייב אינגאצן פענסי שמענסי, דו קענסט איר שוועסטער? האהא נעבעך זיי מיינט אז זי א גאנצע בעסערע שמעקער, און ווער רעדט נאך פון גרונם אליין, איך האב געהערט אז ער בעט איר זי זאל לייגן מעיק אפ, אויך מיר א פייין שמעקער... (דאס איז אלעס פיקטיוו, איך גיי נישט קיין בלויע העמעד און די זאכן איז נאר שמועסן וואס איך הער דא און דארט)
ווער האט דיך געפרעגט, און וואס איז דיר א חילוק וואס יענער טוט מיט זיין ווייב, און וואס גייט דיך אן וועלכע העמעד ער גייט? ביסט אזוי זיכער אז אויף יענע וועלט וועט מען אויסרופן "אלע וואס זענען געגאנגען מיט א דזשעקעט זאלן גיין די לינקע זייט, און אלע וואס זענען געגאנגען א רעקל זאלן גיין די רעכטע זייט?
איך האב נאך אסאך צו זאגן, אבער איך מוז לווווווויפן, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב א האלבע שעה צוריק אז איך בין אינדערהיים ביז דריי מינוט...
מ'העמער ממשיך זיין
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Reply to No Name
איינס פון די הויפט סיבות פארוואס א מענטש פיהלט זיך אפגעפרעמדט איז ווייל ער פיהלט אז דאס אידישקייט איז א לאסט. צוליב די אלע חומרות און קבלות וואס זיינע זיידעס און זיין קרייז האבן אנגענומען אלס הלכה למשה מסיני. און אויב ער האלט דאס נישט איין ווערט ער אראפגעקוקט. איך רעד דא נישט איבער אזעלכע מנהגים ווי האלטן דעם זמן פון מוצאי שבת לויט שיטת ר"ת, וואס איז גרינג איינצוהאלטן. נאר איבער אזעלכע אומזיניגע זאכן ווי למשל גיין אנגעטון מיט'ן הוט און רעקל אויפ'ן גאס (נישט אין ביהמ"ד). אין די היצן פון זומער.דאס איז נאר איין דוגמא פון צענדליגע זאכן וואס האבן זיך אריינגעכאפט צווישן היימישן עולם און ס'מאכט אינגאנצן נישט קיין סענס. מ'דארף קענען מבחין זיין וואס איז א הלכה און וואס איז נאר א פערזענליכע קבלה אדער מנהג. איבער דעם וואס דו האסט געפרעגט ווער איז "ש.ד"? וועל איך יא ארויסשרייבן זיין נאמען ווייל ער איז א פאבליק מענטש. ער הייסט שלום דיען, וואס איינס פון די הויפט סיבות וואס (ווי ער שרייבט אליין) האט איהם געברענגט איבערצולאזן דאס אידישקייט איז די אלע מנהגי שטות און עם הארצות פון זיין קרייז וואס האט געמאכט דאס לעבן זייער שווער און אומערטרעגליך. ער איז "אפגעפאהרן" בערך פינף יאר צוריק. צוערשט האט ער געשריבן אונטער א באהאלטענעם נאמען "חסידיק רעבעל" היינט האט ער א בלאג וואס הייסט "אנ-פייעס.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
No name ,
פין דיין תירוץ קוקט אויס אז די זוכסט נישט צי מאכן פליטה פין הלכהדיגע אידשקייט ,נאר פין 11211אידישקייט.
בין איך גערעכט? קודם רעדסטו עפעס יא פין otd.
פלאנסטו מיט צינעמען דיינע קונדער ?
איך ווארט שוין לאנג אז די מאמנים בשם זאלן מאכן פליטה ,אזוי ווען איינעם ווערט ענג דא מיז ער זיך נישט ערקלערן כופר כדי צו קענען מאכן פליטה.
פין דיין תירוץ קוקט אויס אז די זוכסט נישט צי מאכן פליטה פין הלכהדיגע אידשקייט ,נאר פין 11211אידישקייט.
בין איך גערעכט? קודם רעדסטו עפעס יא פין otd.
פלאנסטו מיט צינעמען דיינע קונדער ?
איך ווארט שוין לאנג אז די מאמנים בשם זאלן מאכן פליטה ,אזוי ווען איינעם ווערט ענג דא מיז ער זיך נישט ערקלערן כופר כדי צו קענען מאכן פליטה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
אויב דו וועסט איבערקוקן מיין ערשטע תגובה דא וועסטו זען אז איך האב טאקע דאס געשריבן, איך וואלט ווען געוואלט אוועקגיין פון די היימישע אידישקייט. אבער אין די אויגן פון אלע מיינע באקאנטע - פאמיליע, איז עס נישט קיין גרויסע חילוק, אויב דו לעבסט נישט דעם לייף סטייל ביסטו פונקט אזוי פסול ווי דער וואס האט אראפגעווארפן דעם גאנצן אידישקייט.
און אוודאי פלאן איך מיטצונעמען די קינדער, אויב נישט וואלט איך שוין לאנג נישטא געווען, די איינציגסטע סיבה פארוואס ס׳שלעפט זיך איז ווייל איך האב א עזר כנגדו, און זי איז נאכנישט אזוי קאנווינסט.
רעב בערל: גוט געזאגט...

- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
No_name האט געשריבן:אויב דו וועסט איבערקוקן מיין ערשטע תגובה דא וועסטו זען אז איך האב טאקע דאס געשריבן, איך וואלט ווען געוואלט אוועקגיין פון די היימישע אידישקייט. אבער אין די אויגן פון אלע מיינע באקאנטע - פאמיליע, איז עס נישט קיין גרויסע חילוק, אויב דו לעבסט נישט דעם לייף סטייל ביסטו פונקט אזוי פסול ווי דער וואס האט אראפגעווארפן דעם גאנצן אידישקייט.
און אוודאי פלאן איך מיטצונעמען די קינדער, אויב נישט וואלט איך שוין לאנג נישטא געווען, די איינציגסטע סיבה פארוואס ס׳שלעפט זיך איז ווייל איך האב א עזר כנגדו, און זי איז נאכנישט אזוי קאנווינסט.
רעב בערל: גוט געזאגט...
רוב מענטשן פארשטייען נישט אדער ווילןנישט פארשטיין. ווען איך וועל האבן צייט וועל איך שרייבן מער באריכות.
בנוגע דער עזר כנגדו, עמו אנכי בצרה, אבער עס מאכט א חילוק די עלטער..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Reply to No Name
ייש"כ פאר אנערקנען די פוינטס וואס איך האב ארויסגעברענגט. איך קען נישט זיין אזוי "דיירעקט און פערסאנאל" ווי נולד מאוחר. וואס האט קלאר געמאכט די הויפט סיבה פארוואס דו פילסט ענג אין דיין יעצטיגן קרייז. אויב ס'איז א שטיקל נחמה פאר דיר. דו ביסט נישט דער איינציגער וואס איז אין דעם מצב. איך האב א שטיקל קרוב (ממילא ווייס איך א סאך פערסאנאל אינפארמעישן) וואס זיין מצב איז א קארבאן קאפי פון דיר. ער איז געווען א חסידיש'ער יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט קינדער. סך הכל האט ער זיך געוואלט באפרייען פון דעם שטיקענדן מצב וואס זיין קרייז און זיין טאטע האט געשאפן. אבער ווייל מען האט איהם דערווייטערט איז ער געווארן א מחלל שבת און אוכל נבילות וטריפות און ער האט זיך צוזאמגעשלאסן מיט א נישט אידישע פרוי נאכדעם וואס ער איז אדורך געגאנגען שטארקע שלום בית פראבלעמען. זיין איצט געווארענע גרושה האט איהם כעלאזט ארעסטירן עטליכע מאהל. . על לא דבר..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ייש"כ פאר אנערקנען די פוינטס וואס איך האב ארויסגעברענגט. איך קען נישט זיין אזוי "דיירעקט און פערסאנאל" ווי נולד מאוחר. וואס האט קלאר געמאכט די הויפט סיבה פארוואס דו פילסט ענג אין דיין יעצטיגן קרייז. אויב ס'איז א שטיקל נחמה פאר דיר. דו ביסט נישט דער איינציגער וואס איז אין דעם מצב. איך האב א שטיקל קרוב (ממילא ווייס איך א סאך פערסאנאל אינפארמעישן) וואס זיין מצב איז א קארבאן קאפי פון דיר. ער איז געווען א חסידיש'ער יונגערמאן וואס האט א שטוב מיט קינדער. סך הכל האט ער זיך געוואלט באפרייען פון דעם שטיקענדן מצב וואס זיין קרייז און זיין טאטע האט געשאפן. אבער ווייל מען האט איהם דערווייטערט איז ער געווארן א מחלל שבת און אוכל נבילות וטריפות און ער האט זיך צוזאמגעשלאסן מיט א נישט אידישע פרוי נאכדעם וואס ער איז אדורך געגאנגען שטארקע שלום בית פראבלעמען. זיין איצט געווארענע גרושה האט איהם כעלאזט ארעסטירן עטליכע מאהל. . על לא דבר..
דו ווייסט נאר פון די דורכגעפאלענע. איך קען אזעלכע וואס זענען געווארן פריי צוואנציג יאר צוריק, און זיי בענקען זיך גארנישט צוריק.
berlbalaguleh האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:און די אראבישע לענדער טענה'ן אז דאס איז די חורבן מיט דעמאקראטיע. די מענטשן ווילן פארדארבענע זאכן, און מען לאזט טוען וואס מען וויל טויג נישט.
איך האלט אז זיי האבן א פוינט, אבער גיי פארשטיי וואס דאס האט מיט הרגע'נען אומשולדיגע מענטשן, על לא עוול בכפם. און בשעת מעשה זיך אליינס הרגענען, אויפן סמך וואס דער אימאם האט זיך צוגעזאגט א דאזען נקיבות אין עולם הבא.
איך וועל נאר רעאגירן אויף דיין לעצטע שורה. ס'איז אבער אינטערעסאנט אז ביי די אראבישע רוצחים, גייט נישט דער אימאם אליינס. נאר ער שיקט אן אנדערן. אויב ס'איז אזוי גוט אין זייער ג"ע פארוואס גייט ער נישט אליינס?!
לכאורה מוז מען פארענטפערן, אז דער אימאם קען זיך שוין ערלויבן 70 בתולות אויף דעם וועלט, סאו ער דארף זיך נישט הרג'ענען צו באקומען די צוגעזאגטע 70 בתולות פון מוחמד...