ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)
[center]ילפינן יציאה ממציאה[/center]
[center]יציאת מצרים אין ליכט פון ארכעאלאגישע געפונסן[/center]
עס האט אייך שוין זיכער פיהל מאהל גע'נייגער'ט וואס די ארכאלאגישע וועלט האט צו זאגן אויף שיעבוד ויציאת מצרים, גיין אין מדבר פערציג יאהר און דערנאך אייננעמען דאס כנעניש לאנד אין א מיליטערישן קאמפיין.
בכלל איז יעדער מענטש פארזיכערט צו האבן אן ארכעאלאגישער פונק ערגעצוואו אין זיין זעהל, פילייכט דארף ער איהר אביסל אנרייצן, איך פארדעכטיג אז ווער עס איז נאר אמאהל געווען ביי אן ארכעאלאגיש-אויסגעגראבענעם ארט מיט וועמענ'ס היסטאריע ער איז באקאנט פון זיין יוגענט, האט נישט געקענט האלטן די כנפי הדמיון – און אין תוצאה: התפעלות - איינגעשפארט, אט דאס זענען די אייגענטליכע שטיינער וועלכע דוד המלך האט באטראטן... דאס איז דער פאקטישע גאס וואו אידן האבן זיך געשטופט מיטן קרבן פסח...
אבער די תקופה וואס אינטערעסירט אונז אין די יעצטיגע מינוט איז אנגעלאדענט מיט פראבלעמען פון אן ארכעלאגישן קוק-ווינקל, אנדערש ווי פון דוד המלך אנגעהויבן וואס גאר אסאך איז באשטעטיגט און אויסגעקלארט אין ארכעאלאגישע געפינסן, איז אבער די תקופה ביז אהין כמעט ליידיג פון פון דעם אלעם, לעת עתה קען ארכעאלאגיע נישט פארשטעלן צופיהל קלארע אנקערונגען צו די היסטאריע וואס תורתינו, תורת חיים, פארציילט.
דער אמת איז אז ארכעאלאגיע בכלל, ווי א מסודר'דיגע חכמה מיט שטרענגע כללים, איז בסך הכל בערך הונדערט יאהר אלט, אלזא איז עס קיין גרויסער וואונדער אז צופיהל איז דערווייל נישט געפונען געווארן, בנוסף, צו דעם וואס פיהלע ארטיקלן זענען ווארשיינדליך קאליע געגאנגען אין די דורות פון אומאחריות'דיגע גראבונגען, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן.
אין פאקט האבן געוויסע חוקרים שוין אנגעפאנגן צו שטופן א שיטה אז דוד המלך לא היה ולא נברא, עס האט קיינמאהל קיין פאראייניגטע אידישע קעניגרייך עקזעסטירט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ביי מלכות יהודה וישראל, למעשה האט מען דערנאך געפונען די ארכעאלאגישע באווייזן דאס צו באשטעטיגן.
איינע פון די הויפט פראבלעמען ווען עס קומט אויסצוקלארן די היסטאריע פון א פריע כלל ישראל – די Israelites, איז די שרעקליכע צומישעניש וואס הערשט לגבי די יאהרן, צעהנדליגע מהלכים, השערות און השוואות זענען שוין פארגעשטעלט געווארן ווי אזוי מען דארף פארגלייכן די אידישע היסטאריע מיט די וועלטליכע יאהרן, וועלכער פרעה איז דער פון די תורה וכו' וכו', ניתן להיאמר אז יעדע אפציע האט א מאן דאמר.
בכל אופן, מחמת די אלע סיבות ועוד, איז מיט די יאהרן – צום פארלוסט פונעם נייגעריגען עמך איד – עס געווארן אוועקגעשטעלט לכמו שני מחנות, די מאמינים [בעיקר קריסטליכע] קעגן די נישט גלויביגע, און כנהוג בלייבט עס שוין נישט ביים טרוקענעם אמת - ביידע זייטן זענען חשוד אויף מפתה און מאנס זיין די געפונסן צו זייערע הנחות קדומות, א זאך וואס לאזט זיך ממילא גאר לייכט טוהן אין אזא פעלד ווי ארכעאלאגיע.
יהי' איך שיהי', קלער איך אז עס וועט זיין העכסט אינטערעסאנט צו כאפן א בליק אויף א טייל פון די געפונסן וואס די מאדערנע טעכניקן דאטירן זיי צו יענע תקופה, און קערן זיך אהן אין אונזער היסטאריע פון ווען אידן זענען אראפ קיין מצרים ביז נאך די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ, א טייל פון זיי זענען אנגענומען ביי רוב חוקרים, און א טייל זענען שנוי במחלוקת.
וועלן מיר פראבירן זיך צו האלטן מיט די סדר המאורעות – איינגעטיילט אין דריי תקופות: דאס זיך אויפהאלטן פון אידן אין מצרים און זיין פארשקלאפטעט ביי איהר, יציאת מצרים און זיך אויפהאלטן אין מדבר, און די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ וכיבושה.
------------------
[center]תקופה א'[/center]
דער איזראעלייט הויז
אין 2003 האט דער עסטרייכישער פראפעסאר און עגיפטילאג, מאנפרעד ביעטאק, געמאכט אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג, אינעם חצר פון א טעמפל אין עגיפטן האט מען געהאט אויפגעגראבן אן ארבעטער-הייזקע, און עס איז געלונגען פאר די ארכעאלאגן אויסצומאהלן דעם בוי-פלאן אויף וועלכע מהלך די הייזקע איז געווען געבויעט.
דער פראפעסאר האט באמערקט אז זי איז נישט געווען געבויעט אזוי ווי אלע אנדערע עגיפטישע הייזער, זי האט דוקא נאכגעפאלגט דעם בוי-פלאן פון דעם 'איזראעלייט הויז'.
דער 'איזראעלייט הויז', אדער 'פיהר צימער הויז', איז אן אויסדרוק אנגענומען ביי די חוקרים צו באצייכענען א ספעציפישע וועג פון אויסשטעלן א הויז וואס איז געווען אייגענארטיג פאר די פריע אידן, מען געפונט זיי כמעט נאר אין די אור-אלטע געגענטער פון כנען ווען די אידן האבן זיך דארט באזעצט, פאר א לאנגע תקופה איז זי געווען די מערסט-פאפולערע הויז אויסשטעל אין ארץ ישראל, און פונעם חורבן בית ראשון און ווייטער איז זי מער נישט צום געפונען.
איז דאס אן אנדייטונג אויף די הייזקע פון א אידישן שקלאף? פראפעסאר ביעטאק קלערט אז גאנץ מעגליך יא.
אן איזראעלייט הויז אין שומרון:
דער איזראעלייט הויז אינעם חצר פונעם עגיפטישן טעמפל:
די קנעכט ליסטע
אין ברוקלין מוזעאום געפונט זיך א מצרי'שע קנעכט-ליסטע פון יענע תקופה, צווישן זיי איז אויסגערעכענט 'שפרה', איז דאס אונזער שפרה, אדער מעגליך אן אנדערע אידישע.
די קנעכט-ליסטע:
אידישע קנעכט ארבעט
דאס איז שוין אן אלטע און איבערגעקייעטע ויכוח צו די פיראמידן זענען מעגליך געבויעט געווארן דורך די אידישע שקלאפן, דאס פארציילט אונז די תורה אז די אידישע קנעכט זענען באשעפטיגט געווארן אין מאכן ציגל פון ליים/מאראסט אין וועלכן מען האט אריינגעמישט שטרוי, אין פאקט וואלט אזא ארבעט'ס קראפט געדארפט ארויסגעבען אן אומבאגרייפבארער מאס פון ציגל.
אויב זאל יעדער פון די 600,000 מענטשן נאר מאכן 'איין' ציגל א טאג פאר 200 יאהר (לאמיר עס געבן 200 ארבעט'ס טעג פער יאהר), קומט עס אויס צו א סך הכל פון 24,000,000,000 ציגל! אלזא איז עס נישט ווייט אנצונעמען אז אזא מאסיווע ארבעט'ס קראפט איז איינגעשפאנט געווארן טאקע פאר א מאסיווע בוי פראיעקט.
דא האט איהר א נאנטע בילד פון איינע פון די פיראמידן וואס זענען געבויעט געווארן מיט ציגל פון ליים, מען קען קלאר דערקענען די אריינגעמישטע שטרוי, זענען דאס די ציגל וואס אונזערע זיידעס האבן געהאלטן אין די הענט?
די ליימענע ציגל געמישט מיט שטרוי:
דער ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון'
נישט ווייט פון איינע פון די פיראמידן ליגט אן ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון' וואס איז געווען באוואוינט דורך די שקלאפן וועלכע האבן געבויעט דעם פיראמיד.
דער פלאץ איז אויסגעגראבן געווארן אינעם סוף פונעם נייצעטן יאהר-הונדערט דורך סיר פלינדערס פעטריע, בשעת'ן אויסגראבן זענען פילע פון די ליימענע הייזקעס נאך געשטאנען גאנץ ביז'ן דאך, נאר אזוי ווי די דיציפלין פון ארכעאלאגיע איז נאכנישט געווען פעסט אוועקגעשטעלט בימיו איז נישט געבליבן קיין סאך צו זעהן היינט.
געפונען האט מען אבער דארט עטליכע גאר אינטערעסאנטע זאכן, קודם כל זענען די הייזער געווען פול מיט חפצים, פארשידענע בוי געצייג, אבער אויך טעגליך-באנוצטע הויז כלים, צו דעם זענען אלע מסכים אז מען זעהט קלאר ווי דער שטעטל איז איבערגעלאזט געווארן פלוצלינג, געוויסע טענה'ען אבער אז עס איז נישט נאר ווייל די ארבעט האט זיך פשוט גענדיגט, פון די פילפארביגע חפצים וואס זענען איבערגעלאזט געווארן ווי עס שטייט און גייט צייגט זיך ארויס א פלוצלינג'דיגע, אומפארגעגרייטע, ווארשיינדליך א בחפזון'דיגע, אויסוואנדערונג.
נאך אן אינטערעסאנטע זאך האט מען דארט געפונען, אונטער די פאדלאגע פון גאר אסאך הייזער זענען געווען קליינע הילצערנע קעסטלעך וואו עס זענען געלעגן פיצלעך קינדער נישט מער ווי דריי חדשים אלט, מעגליך א תוצאה פון פרעה'ס גזירה, און נאך מער, דער ספעציפישער אופן פון באגראבן איז א פרעמדער אין עגיפטן.
והשלישית, די גאנצע שטעטל באשטייט פון קליינע ליימענע הייזקעס, אבער אויף איין פלאץ איז פארהאן א קעניגליכער פאלאץ, ווארשיינדליך גרייט פאר די קעניגליכע באזוכן – לפי השערת החוקרים, אבער אינטערעסאנט איז אז דער פאלאץ איז פארלאזט געווארן פריער ווי דאס גאנצע שטעטל, אפשר איז דאס אן איבערבלייבעניש פון פרעה'ס מיטארבעטן פון אנפאנג.
די מאפע פון קאהון:

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
די אידענטיפיקאציע פון בתיה און משה רבינו
איז מעגליך מברר צו זיין ווער אין די עגיפטישע היסטאריע זענען די פיגורן מיט וועלכע מיר זענען אזוי באקאנט? קענען מיר זיך טרויען צו קלערן אז אפשר איז אויך משה רבינו בכבודו איינער פון די דמויות וואס מיר טרעפן אין די עגיפטישע היסטאריע? נאך אלעם איז ער אויפגעוואקסן פערציג יאהר אין פרעה'ס שטוב אלס אן אדאפטירטער זוהן פון די פרינצעסין בתיה.
געוויסע קריסטן ווילן זאגן אז יא.
אט הערט:
סוף פון די עגיפטישע צוועלעפטע דינאסטיע איז געווען א פרעה מיט'ן נאמען Amenemhet III, ער האט געקעניגט איבער גאנץ מצרים פאר 46 יאהר, זיין טאכטער Sobeknefru האט אדאפטירט א קינד מיט'ן נאמען Amenemhet IV וועמענ'ס יחוס איז נישט אויף די רעקארדס, אזוי אז עס זאל זיין ווער עס וועט ממשיך זיין די גאלדענע קייט.
למעשה זעהט מען אן אינטערעסאנטע זאך, די לעצטע ניין יאהר פון איהר טאטע'ס מלוכה האט איהר זוהן געקעניגט פאראלעל מיטן זיידן, אבער דערנאך זעהט עפעס אויס ווי ער ווערט פארשוואונדן פונעם רעקארד – מער הערט מען נישט פון איהם, נאכ'ן אלטנ'ס טויט האט די טאכטער אליינס איבערגענומען די מלוכה פאר אכט יאהר, דערנאך איז זי געשטארבן ברעגענדיג דערמיט די ענדע פון די צוועלעפטע דינאסטיע.
איז די טאכטער בתיה? איז דער אדאפטירט קינד משה וועלכער האט זיך דארט געהאדעוועט פאר פערציג יאהר? איז דאס פשט אין דעם אייניקל'ס פארשוואונדען ווערן?
אויב יא, לעידיס ענד דזענטעלמען, האב איך די כבוד אייך פארצושטעלן דמות דיוקנם פון בתיה בת פרעה און משה רבינו:
בתיה בת פרעה:
משה רבינו:
איז דאס טאקע רבינו משה? מן הסתם נישט, אבער בלויז די רעדע דערפון טרייבט ארויף מיין הארץ ראטע.
[center]תקופה ב'[/center]
דער איפיור פאפירוס
דאס איז א פאפירוס וועלכע געפונט זיך היינט אין א מוזעאום אין די נעדערלענדס, עס אנטהאלט א פאעמע מיטן נאמען The Admonitions of Ipuwer, וועלכע לייגט אראפ א מצב אין מצרים ווי זי איז אין כאאוס, באטראפן פון נאטורליכע חורבנות, די ארימע ווערן רייך און די רייכע ארים, מלחמה, הונגער און טויט איז איבעראל, די טייך איז בלוט און מען טרונקט פון איהר, קנעכט פארלאזן זייערע הארן און ווידערשפעניגען אין זייער בעלות.
דער איפיור פאפירוס:
די 'על-אריש' שטיין
די על-אריש שטיין:
אין יאהר 1887 האט מען געפונען אין מצרים א קליינע גראניט שטיין וואס וועגט צוויי טאן, אויף וועלכע עס זענען אויסגעקריצט פארשידענע פאסירונגען אין העריאוגליפיק [א שפראך פון בילדער וואס מען האט גענוצט אין די מצרים פון יענע תקופות].
עס באציהט זיך צו 'דער פרינץ פונעם מדבר' [משה], און זיינע נאכפאלגער 'די שלעכטע', עס דערמאנט א פארצויגענע טונקעלקייט און ווילדע שטורעם-ווינטן, 'פי החירות' וואו די אידן האבן גערוהט פאר קריעת ים סוף ווערט אויך דערמאנט, אויך איז דא דערויף א בילד פון דריי כוואליעס און צוויי מעסערס דערנעבן, וועלכע געוויסע עגיפטילאגן ווילן פארטייטשן אלס די טיילונג פונעם ים.
קריעת ים סוף:

מנורה אויסקריצונג אינעם סאודי אראביע'ן מדבר
איין טעאריע לויטעט אז הר סיני געפונט זיך אינעם היינטיגן סאודי אראביע, די ארטיגע רעגירונג לאזט נישט צו קיין ארכעאלאגישע ארבעט און היסטאריע שטייט נאך דארט אומבארירט [צום ביישפיל, דורך סעטעלייטס האט מען געטראפן וואס עס זעהט אויס צו זיין גאר אסאך קברים אינעם ארטיגן מדבר, עס זענען דא קריסטן וואס פראבירן עס צו פארבינדן מיט די אידישע פערציג-יאהריגע רייזע].
עכ"פ, איז דא איינער, א קריסט, מיט'ן נאמען Dr. Sung Hak Kim, וועלכער איז געווען דער פריוואטער דאקטער פונעם גאווענאר פון מעכא, און ער האט געכאפט פארשידענע בילדער, אין איינע פון זיי זעהט מען אן אויסקריצונג פון א אידישע מנורה, פון יענע תקופה – לדבריו, בערך הונדערט קילאמעטער פון הר סיני.
די מנורה אינעם מדבר:
א פארצייכענונג פון בלעם בן בעור'ס א נבואה
דאס איז א צייכענונג אויפן וואנט פון גאר א שווארצע נבואה וואס בלעם בן בעור האט געזאגט פון גאט.
עס רופט זיך די Deir 'Alla Inscription, און איז געשריבן אין אראמיש אויסגעמישט מיט כנעניש, אט זענען עטליכע אויסצוגן:
"די אומגליקליכקייטן פון די בוך פון בלעם זוהן פון בעור א הייליגער זעהער איז ער געווען.
די גאטן זענען געקומען צו איהם ביינאכט.
און ער האט דערהאלטן א זעהונג לויט א-ל'ס זאגונג.
זיי האבן געזאגט צו בלעם זוהן פון בעור
........
בלעם איז אויפגעשטאנען אויף צומארגענס
ער האט גערופען די הויפטן פון דעם [פאראייניגונג] צו איהם
.......
דעמאלטס האט ער געזאגט צו זיי: זעצט אייך און איך וועל איבערגעבן צו אייך וואס די ש-די גאטן פלאנירן
און גייט זעהט די אקטן פון דעם גאט".
די נבואה פון בלעם בן בעור:
[center]תקופה ג'[/center]
מצבת ישראל
אין די מוזעאום פון קאירא געפונט זיך א שטיין – באוואוסט אלס Merneptah Stele - וואס דער אויבנדערמאנטער סיר פלינדערס פעטריע האט געטראפן אין 1896.
רוב פונעם שטיין גיבט זיך אפ מיט פרעה מרנפתח'ס נצחונות איבער ליביע און איהרע אליאירטע, אבער די לעצטע דריי שורות רעדן איבער א מיליטערישן קאמפיין אין כנען, וואו די אידישע פאלק ווערט דאס ערשטע און איינציגסטע מאהל בפירוש דערמאנט אין די אור-אלט עגיפטישע רעקארדס.
אזוי ליינט זיך עס:
"דער כנען איז בארויבט געווארן אין יעדע סארט צרה,
אשקלון איז מען בייגעקומען,
גזר איז פארכאפט געווארן,
ינועם איז אומעקזעסטירענד
ישראל איז פארוויסטעט און זיינע זוימען זענען נישט".
עס איז כדאי אנצומערקן אז די כנעניש שטעט זענען פארצייכענט מיט סימבאלן געאייגענט פאר שטעט/שטאטן, ישראל איז אבער פארצייכענט ווי א גרופע מענטשן, ווארשיינדליך רעדט זיך דא נאך פאר'ן ענדגילטיגן כיבוש, ווען די אידן זענען נאך געווען א פאלק אהן א שטאט.
די Merneptah Stele:
אין מצרים געפונט זיך אויך א וואנט אויף וועלכע עס איז אויסגעמאהלן עטליכע סצענעס פון זיינע נצחונות, געוויסע חוקרים ווילן אויפווייזן אז די פאלגענדיגע סצענע איז דער קאמפיין אנטקעגן די אידן, אויב איז דאס ריכטיג, איז עס א בילד פון אידן פון 3,200 יאהר צוריק.
די מלחמה מיט די אידן:

בקשה פאר מיליטערישע הילף פון מצרים
אין יענע תקופה איז דער הערשער פון ירושלים געווען עבדיחפה, צווישן די Amarna Tablets איז פארבליבן פארשידענע בריוו וואס ער האט געשיקט קיין מצרים, אין איינע פון זיי רעדט ער זיך אפ איבער אנדערע שטעט וואס ארבעטן מיט מיט די Hapiru [היברו], און ער בעט זיך אז פרעה זאל שיקן מיליטערישע הילף אפצוראטעווען ירושלים פון די אידן [הגם עס זענען דא חילוקי דיעות אויב זיין כוונה איז טאקע אויף די אידן].
אט איז א טיילווייזע איבערזעצונג:
"זאגט צו דעם קעניג, מיין האר: שליחות פון עבדיחפה דיין באדינער, איך פאל צו די פיס פון מיין האר זיבן מאהל און זיבן מאהל ...
... נעם אין באטראכט די שטאטן גזר, אשקלון און לכיש, זיי האבן זיי געגעבן עסן, אויל און אלע אנדערע פארלאנגען, זאל דער קעניג צושטעלן בויגן-שיסער ...
... נעם אין באטראכט ירושלים! דאס האט נישט מיין פאטער און נישט מיין מוטער מיר געגעבן, די שטארקע האנט פון דעם קעניג האט עס מיר געגעבן ...".
דער בריוו:
אשרה
און צום שלוס נאך איין אינטערעסאנטע אנטדעקונג – הגם פון עטוואס שפעטער, די תורה איז כסדר באזארגט אז די אידן זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די עבודה זרה'ס – אשרה בפרט – וואס די פעלקער אין כנען דינען.
וואס מען דארף אנצייכענען איז אז דינען די ע"ז האט לאו דוקא געמיינט פארלאזן דעם אויבערשטן, עס זענען געווען כל מיני טעאלאגיעס און פלפולים – די פאפולערע ווערסיע איז געווען זכר ונקבה, קוב"ה ושכינתי' – להבדיל.
אין 1968 האט פראפעסאר וויליאם דעווער פון אריזאונע אנטדעקט אין חברון א מצבה פון די ערשטע תקופה אין ארץ ישראל, שטייט אויף דעם בזה הלשון:
"[שם הנפטר] געבענטשט זאל ער זיין פון י-ה-ו-ה און זיין אשרה".
די מצבה:

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
Re: ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)
זייער אינפארמאטיווער אשכול. אנטשולדיגט פארן אריינהאקן, אבער לא יכלתי להתמהמה. זאלסט לעבן אויף הונדערט אכציג!
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
געואלדיגע ארטיקל! אזוי ליינענדיג דערמאן איך מיר פון די ווערטל וואס מ'זאגט נאך פון יענקל מילער וועגן די די געפינסן אויף סעליולאר טעלעפאן טעכענעלאגיע. אז מ'האט געטראפן אין קארליפאניע טעלעפאן דראטן פון 200 יאר צוריק, אבער אין צפת האט מען גארנישט געטראפן - אן ארכעלאגישע באווייז אויף ווייערלעס טעכענלאגיע. (כאטש ראדיא וועיווס האט שטענדיג עקזעסטירט)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
זייער א שיינע ארבייט, הערליך צוזאמגענומען די געפינסן. פאר נאך אינטערעסאנטע ארכעאלאגישע געפינסן פון יענע תקופה, זעה דער העכסט אינטערעסאנטע ארטיקל פון יהושע בערמאן.
.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
את חטאי אני מזכיר, ווי באלד איך האב דערזעהן א ס'איז דא אן ארטיקל פון "ונבנתה העיר" האב איך זיך אנגעגארטעלט מיט חשק און דורשט און ארויס אויף די מיסיע מיט אפענע אויערן מקבל צו זיין תורה פון ידידינו היקר שיחי'. וואס זאל איך דיר אבער זאגן, ווי נאר איך האב עספיעט אפצוליינען דלתות שתיים ושלוש און זיך אנגעשטויסן אין דיין אומצוויידייטענטן סטעיטמענט זאגענדיג אז...
איך ווייס אויך און בין אויך באקאנט מיט די געציילטע בלאסע ארכעלאגישע געפינסן וואס קענען לכאורה האבן באלאנגט צו עפעס א מלוכה אויף עפעס א שטח וואס מיט גרויסע כח הפלפול קען מען עס פארטייטשן אלס מלכות דוד ושלמה אין ירושלים. אבער פון דארט, ביז פעסטשטעלן אז דוד המלך איז באשטעטיגט אין די מאדערענע ארכעלאגיע עפעס מער ווי די עשר מכות אין די עגיפטישע פאפיראסן איז פאלג מיר א גאנג.
דאס ערשטע מאל וואס דוד'ס נאמען ווערט בכלל דערמאנט אויף אן ארכעלאגישע געפינס איז דאכטזיך אויפן תל דן שטיין וואס חזאל מלך ארם שרייבט (לויט טייל) איבער א ניצחון וואס ער האט געהאט איבער "בית דוד" (bytdwd), אדער א מלך פון "בית דוד". און דאס איז שוין פון א הונדערט און פופציג יאר נאכן תנ"ך'ישן דוד המלך. (די מצבת מישע מלך מואב, אויך פון בערך די זעלבע צייט, איז שוין גאר שוואכע מעשיות)
אלענספאל, אין אוטענטישע ארכעלאגיע צו טרעפן עפעס איבער אונזער היסטאריע פון תקופת בית ראשון איז ווי א בלינדער טאפט א שווארצע וואנט אינמיטן א שטאק פינסטערע נאכט.
מוז איך דיר זאגן בבושת פנים אז דא האסטו מיך פארלוירן. איך שפיר זיך זייער שלעכט דאס צו זאגן אבער איך שטארק מסופק צו איך זאל אפילו גיין ווייטער.אנדערש ווי פון דוד המלך אנגעהויבן וואס גאר אסאך איז באשטעטיגט און אויסגעקלארט אין ארכעאלאגישע געפינסן
איך ווייס אויך און בין אויך באקאנט מיט די געציילטע בלאסע ארכעלאגישע געפינסן וואס קענען לכאורה האבן באלאנגט צו עפעס א מלוכה אויף עפעס א שטח וואס מיט גרויסע כח הפלפול קען מען עס פארטייטשן אלס מלכות דוד ושלמה אין ירושלים. אבער פון דארט, ביז פעסטשטעלן אז דוד המלך איז באשטעטיגט אין די מאדערענע ארכעלאגיע עפעס מער ווי די עשר מכות אין די עגיפטישע פאפיראסן איז פאלג מיר א גאנג.
דאס ערשטע מאל וואס דוד'ס נאמען ווערט בכלל דערמאנט אויף אן ארכעלאגישע געפינס איז דאכטזיך אויפן תל דן שטיין וואס חזאל מלך ארם שרייבט (לויט טייל) איבער א ניצחון וואס ער האט געהאט איבער "בית דוד" (bytdwd), אדער א מלך פון "בית דוד". און דאס איז שוין פון א הונדערט און פופציג יאר נאכן תנ"ך'ישן דוד המלך. (די מצבת מישע מלך מואב, אויך פון בערך די זעלבע צייט, איז שוין גאר שוואכע מעשיות)
אלענספאל, אין אוטענטישע ארכעלאגיע צו טרעפן עפעס איבער אונזער היסטאריע פון תקופת בית ראשון איז ווי א בלינדער טאפט א שווארצע וואנט אינמיטן א שטאק פינסטערע נאכט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דאס ערשטע מאל וואס דוד'ס נאמען ווערט בכלל דערמאנט אויף אן ארכעלאגישע געפינס איז דאכטזיך אויפן תל דן שטיין וואס חזאל מלך ארם שרייבט (לויט טייל) איבער א ניצחון וואס ער האט געהאט איבער "בית דוד" (bytdwd), אדער א מלך פון "בית דוד". און דאס איז שוין פון א הונדערט און פופציג יאר נאכן תנ"ך'ישן דוד המלך. (די מצבת מישע מלך מואב, אויך פון בערך די זעלבע צייט, איז שוין גאר שוואכע מעשיות)
דאס לשון גאר אסאך איז אפשר צי שטארק, היות קיין ראיות אז א ממלכה מאוחדת זאל האבן עקזעסטירט איז נאך נישט געווארן אויפגעוויזן . אבער דאס אז ס'האט עקזעסטירט א דוד וואס די ארכיעלאגן האבן יארן פראבירט אפצילייקענען איז יא געווארן אפגעפרעגט דורכ'ן כתובת תל דן און מציבת מישע. אז אפילו אזאנע ווי פינקלשטיין וכדומה מיזן דאס בע"כ אראפשלינגען.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
בנוגע מה שארכילוגים משתמשים בהעדר מציאות דברים כראיה שהמעשה לא היה, ברצוני להעתיק מה שכתב ריטשארד עליאט פרידמן נגד טענה זו.
"I respect Professor Sperling and Rabbi Wolpe. They were understandably following the claims of some of our archaeologists. Those archaeologists’ claims that the Exodus never happened are not based on evidence, but largely on its absence. They assert that we’ve combed the Sinai and not found any evidence of the mass of millions of people whom the Bible says were there for 40 years. That assertion is just not true. There have not been many major excavations in the Sinai, and we most certainly have not combed it. Moreover, uncovering objects buried 3,200 years ago is a daunting endeavor. An Israeli colleague laughingly told me that a vehicle that had been lost in the 1973 Yom Kippur War was recently uncovered under 16 meters—that’s 52 feet—of sand. Fifty-two feet in 40 years!" z
.
"I respect Professor Sperling and Rabbi Wolpe. They were understandably following the claims of some of our archaeologists. Those archaeologists’ claims that the Exodus never happened are not based on evidence, but largely on its absence. They assert that we’ve combed the Sinai and not found any evidence of the mass of millions of people whom the Bible says were there for 40 years. That assertion is just not true. There have not been many major excavations in the Sinai, and we most certainly have not combed it. Moreover, uncovering objects buried 3,200 years ago is a daunting endeavor. An Israeli colleague laughingly told me that a vehicle that had been lost in the 1973 Yom Kippur War was recently uncovered under 16 meters—that’s 52 feet—of sand. Fifty-two feet in 40 years!" z
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בעריש האט געשריבן:כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דאס ערשטע מאל וואס דוד'ס נאמען ווערט בכלל דערמאנט אויף אן ארכעלאגישע געפינס איז דאכטזיך אויפן תל דן שטיין וואס חזאל מלך ארם שרייבט (לויט טייל) איבער א ניצחון וואס ער האט געהאט איבער "בית דוד" (bytdwd), אדער א מלך פון "בית דוד". און דאס איז שוין פון א הונדערט און פופציג יאר נאכן תנ"ך'ישן דוד המלך. (די מצבת מישע מלך מואב, אויך פון בערך די זעלבע צייט, איז שוין גאר שוואכע מעשיות)
דאס לשון גאר אסאך איז אפשר צי שטארק, היות קיין ראיות אז א ממלכה מאוחדת זאל האבן עקזעסטירט איז נאך נישט געווארן אויפגעוויזן . אבער דאס אז ס'האט עקזעסטירט א דוד וואס די ארכיעלאגן האבן יארן פראבירט אפצילייקענען איז יא געווארן אפגעפרעגט דורכ'ן כתובת תל דן און מציבת מישע. אז אפילו אזאנע ווי פינקלשטיין וכדומה מיזן דאס בע"כ אראפשלינגען.
דאס גאנצע וואס מ'זעהט אויפן תל דן שטיין איז נישט מער ווי אז ביי די יידן יענע צייטן איז שוין געווען מסורות מיט אגדות איבער איינעם מיטן נאמען דוד אלץ די זיידע פון די דעמאלסדיגע שושלת המלוכה (אויב דאס איז וואס bytdwd מיינט באמת), דאס איז נישט צופיל מער ווי די מעשיות אין די כתבי קודש פון אפאר הונדערט יאר שפעטער. קיין ראיה פון יענע צייטן איז בכלל נישטא און אוודאי נישט אויף די אקטועלע מלוכה זיינעם, אדער פארוועם די ערשטע בית המקדש איז געבויעט געווארן. (מצבת מישע איז סתם דמיונות אז ס'זאל מיינען דוד המלך, אלענספאל איז עס נישט עלטער אדער מער דעטאלירט ווי די תל דן שטייין)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
כ'זעה אז פנחס גלויבער שרייבט איבער די סוגיא אין די נייע שפאקטיוו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
Re: ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
Re: ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
האביך זוכה געווען אז לוח הציבור האט מיר בא'גנב'ט. נו נו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- עוקר הרים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: ילפינן יציאה ממציאה ("פה-סח" - #1)
ונבנתה העיר האט געשריבן:מנורה אויסקריצונג אינעם סאודי אראביע'ן מדבר
איין טעאריע לויטעט אז הר סיני געפונט זיך אינעם היינטיגן סאודי אראביע, די ארטיגע רעגירונג לאזט נישט צו קיין ארכעאלאגישע ארבעט און היסטאריע שטייט נאך דארט אומבארירט [צום ביישפיל, דורך סעטעלייטס האט מען געטראפן וואס עס זעהט אויס צו זיין גאר אסאך קברים אינעם ארטיגן מדבר, עס זענען דא קריסטן וואס פראבירן עס צו פארבינדן מיט די אידישע פערציג-יאהריגע רייזע].
עכ"פ, איז דא איינער, א קריסט, מיט'ן נאמען Dr. Sung Hak Kim, וועלכער איז געווען דער פריוואטער דאקטער פונעם גאווענאר פון מעכא, און ער האט געכאפט פארשידענע בילדער, אין איינע פון זיי זעהט מען אן אויסקריצונג פון א אידישע מנורה, פון יענע תקופה – לדבריו, בערך הונדערט קילאמעטער פון הר סיני.
די מנורה אינעם מדבר:
[
וואס האט א מנורה יענע צייטן געהאט מיט יודושקייט צוטוהן??
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
זע exodus 25 31.