מר. עד דעי, שטעל אפ די העצע און ראקלענד. (סיין די פעטיציע)
ווער האלט נישט דעם פלאץ בכבוד?
אז א קליין קינד מאכט א טעות דארף מען עס ארויף לייגן אויף א פראנט זייטל און לאזן אלע אנטעסעמיטן האקו שטיקער דארט, און ווען א איד פארענטפערט זיך דארט אז סאיז נאר א קינד ווערט עס אראפגענומען משא״כ ווען א גוי שרייבט אז מ׳דארף פארטרייבען די יודן פון אמעריקא ווערט עס דארט געלאזט, דאס איז וויסטע שנאה
און אנדערע נייעס איז די וואך באקאנט געווארן דורך די אלגעמיינע מידיע נישט דורך אידן אז די זייטל בלאק די בלאק וואוט איז געפירט געווארן דורך אן אנגעשטעלטער אין די קאונטי, איינער וואס ארבעט פאר עד דעי, און רוב תגובות דארטן איז ארויף געלייגט געווארן בשעת זיינע ארבעט שעות,
סאיז געווארן א גערידער צווישן די לעגיסלעיטער (נישט ווידער) אבער דאס האט דער עד דעי נישט געפילט וויכטיג צו פארדאמען

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן תמליון: איך האב נאר איין קליינע הערה אויף דיין מאמר איבער דעם חילוק פון וואוינען אין גרויסע שטעט און די באציאונגען פון די גויים צו די אידן אין אפסטעיט און די קליינע שטעטלעך. דו זאגסט דארט אז הלוואי דער פלאן פון דזשערסי סיטי ארבעט זיך אויס. איך ווייס נישט פונקטליך פון אזא מין פלאן. נאר להוי ידוע לך אז דזשערסי סיטי האט אויכעט די קליינשטעטלדיגע מענטאליטי, און זיי האבן פונקט אזא קעגנערשאפט אז מאסן אידן זאללן זיך דארט באזעצן. גארנישט אנדערש ווי די גויים אין ראקלענד,ארענדזש און סאליווען קאונטיס. נאכמער. אפילו אין בענסאנהוירסט, ברוקלין האבן די גויים אונטערגעשריבן א פעטיציע אקעיגן א ביהמ"ד וואס האט זיך געזאלט אויפמאכן דארט. א טשוירטש אויף כמעט א יעדן בלאק אין זייערע געגנטן, דאס באדערט זיי נישט. אבער להבדיל, א שול. דאס יא..!
ליפא פריעדמאן האט געטענהט פאר מ׳האט מייסד געווען קרית יואל אז ווילאנג מיר זענען אויסגעמישט מיט גוים זעהט מען נישט אז אין די איין געגענט איז פוד סטעמפס מעדיקעיד סעק אכט וכדומה אזא גרויסע פראצענט אין אז מזעהט יא קען מען נישט אנווייזען אז דאס איז א אידישע געגענט, משא״כ ווען מאיז אין איין שטעטעל נאר יודן ....
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל האט געשריבן:ליפא פריעדמאן האט געטענהט פאר מ׳האט מייסד געווען קרית יואל אז ווילאנג מיר זענען אויסגעמישט מיט גוים זעהט מען נישט אז אין די איין געגענט איז פוד סטעמפס מעדיקעיד סעק אכט וכדומה אזא גרויסע פראצענט אין אז מזעהט יא קען מען נישט אנווייזען אז דאס איז א אידישע געגענט, משא״כ ווען מאיז אין איין שטעטעל נאר יודן ....
עזריאל: ראשית כל. למען הדיוק איז נאך סעקשאן 8 און רוב פון די אנדערע סאושעל פראגרעמס נישט עקזיסטירט בחייו פון ר' ליפא פרידמאן. נאר, טעארעטיש איז ער גערעכט. ווייל מ'זעהט דאך היינט אז קרית יואל איז בולט אלס די אפיציעלע ארעמסטע שטעטל אין אמעריקע...אזוי איז אויך מיט די איבעריגע סאושל פראגראמס אין מאנסי/ספרינג וועלי, וואו זיי זענען א סאך שטרענגער ווי אין ניו יארק סיטי.!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
נישט אינגאנצן ריכטיג. כמעט אלע סאציאלע פראגראמען וואס זענען דא היינט זענען שוין אין עקזיסטענץ זינט די דעפרעשן יארן אין די 1930ס, שפעטסטענס פון 1965. נאר וואס דען, עס איז נישט געווען פונקטליך ווי היינט און עס איז דא וואס איז אויסגעוואקסן פון אלטע פראגראמען, אבער די יסוד איז נאך אלץ זייער אלט. למשל סעקשן אכט איז שוין דא פון די 1970ס און דאס איז געבויט אויף אלטע האוזינג פראגראמען. א גרויסע חילוק איז, אז ביז די לעצטערע יארן, סיי ביי יודן סיי ביי גוים איז געווען א סטיגמע צו האבן די פראגראמען און מען האט זיך צוריקגעהאלטן אדער פראבירט צו באהאלטן. היינט ציטאגס האט קיינער נישט קיין בושה, נישט נאר דאס, עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז קומט זיך. איך זעה דאס סיי ביי יודן און סיי ביי גוים טעגליך.
צום ענין, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז היינט מיט קאמפיוטערס ווייסט מען נישט אויף יעדן גאס וויפיל מענטשן האבן פראגראמען און וועלכע. אמאל האב איך געמיינט אז נאר אפסטעיט ווי יודן וואוינען ווייסט מען, בין איך געוואר געווארן ביי די לעצטע וואלן ווען קאלער איז געלאפן האט ער ארויסגעלייגט א גרעף וואס האט געוויזן פונקטליך וויפיל סערוויסעס מען באניצט זיך אין וויליאמסבורג און בארא פארק. ממילא קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז אין די סיטי איז מען באהאלטן און אויסגעמישט. בעיקר וואס מען טאר נישט פארגעסן אז רוב פון די סטאטיסטיקס וואס די גוים באניצן זיך קעגן די יודן זענען באמת נישט ריכטיג נאר געבויט אויף האלבע זאכן און קיינער פון די גוים האט נישט קיין אינטערעסע דאס צו נאכזוכן.
צום ענין, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז היינט מיט קאמפיוטערס ווייסט מען נישט אויף יעדן גאס וויפיל מענטשן האבן פראגראמען און וועלכע. אמאל האב איך געמיינט אז נאר אפסטעיט ווי יודן וואוינען ווייסט מען, בין איך געוואר געווארן ביי די לעצטע וואלן ווען קאלער איז געלאפן האט ער ארויסגעלייגט א גרעף וואס האט געוויזן פונקטליך וויפיל סערוויסעס מען באניצט זיך אין וויליאמסבורג און בארא פארק. ממילא קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז אין די סיטי איז מען באהאלטן און אויסגעמישט. בעיקר וואס מען טאר נישט פארגעסן אז רוב פון די סטאטיסטיקס וואס די גוים באניצן זיך קעגן די יודן זענען באמת נישט ריכטיג נאר געבויט אויף האלבע זאכן און קיינער פון די גוים האט נישט קיין אינטערעסע דאס צו נאכזוכן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יצמח פ.: בעצם ביסטו גערעכט אז רוב פון די סאציאלע פראגרעמס האבן שוין עקזיסטירט (מסתמא) זייט די דעפרעשאן יארן. אבער די נקודה פון מיין קאמענט איז געווען אז בחייו פון ר' ליפא פרידמאן האבן זיי נישט עקזיסטירט אין זייער איצטיגע פארם. ממילא האט ער זיי נישט געקענט אנרופן מיט זייערע איצטיגע נעמען.
די צווייטע פוינט האסטו נישט גוט פארשטאנען. ס'נישט אז די רעגירונג האט נישט די פונקטליכע סטאטיסטיקס איבער די מענטשן וועלכע נעמען די סאציאלע פראגראמס. ס'נאר אז אין די שטאט זענען זיי נישט אזוי שטארק מקפיד, און קוקן נישט אזוי שטארק נאך ווי אין די קלענערע שטעטלעך ווי ראקלענד קאונטי...!

- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
לידיעה, דער עד דעי האט קאמפיינט און איז ארויף אויפען בענקעל מיטען ציהל און מיטען סלאגאן אז ער גייט אונטערדריקען די יודישע כוח, ער איז א שוטה און א שונא ישראל, אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד, אבער נישט זיך איינרעדען אז מיט זיידענע הענטשקעס גייט ער ווערען איבערנאכט דיין פריינט, נישט יעדער כאפט די מצב, ס'גארנישט קיין וויצען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Kool man האט געשריבן:לידיעה, דער עד דעי האט קאמפיינט און איז ארויף אויפען בענקעל מיטען ציהל און מיטען סלאגאן אז ער גייט אונטערדריקען די יודישע כוח, ער איז א שוטה און א שונא ישראל, אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד, אבער נישט זיך איינרעדען אז מיט זיידענע הענטשקעס גייט ער ווערען איבערנאכט דיין פריינט, נישט יעדער כאפט די מצב, ס'גארנישט קיין וויצען
קאאל מען: איך האב שוין געשריבן דא אין ק"ש פריער, און אויף אן אנדערע וועבסייט (ווי"נ) אז עד דעי ימ"ש קענמען פארגלייכן צו הענרי פארד ימ"ש, דער אויטא פאבריקאנט, וועלכער האט זיך אויך אהערגעשטעלט אלס אן אמעריקאנער פאטריאט, און ער האט אייביג געהאט סיכסוכים און קאנפליקטן מיט אידן. און אין די זעלבע צייט האט ער ארויסגעגעבן א שמוץ בלעטל פול מיט חירופים וגידופים אויף דעם אידישן פאלק.
נאר לגבי דעם רשע אין ראקלענד קאונטי, האביך א פיעלינג אז אונז וועלן נאך א סאך הערן פון איהם. און נישט אלעס וועט זיין לטובתינו. ווייל ער האלט נאך אין אנהייב פון זיין פאליטישע קאריערע. ע"כ דארפן מיר אידן אומגיין בזהירות אין אונזערע רעאקציעס צו זיינע מעשים רעים...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זייענדיג נאנט באקאנט וואס דארט טוט זיך וויל איך פשוט דער עולם זאל וויסן אז סאיז נישט ווי בערל זאגט אז מגייט נאך האבן צו הערן, ליידער הערט מען שוין און גרויסן, צענדליגער יודן האבן שוין געצאלט גרויסע געלטער און קנסות פאר סאושעל סערוויסעס, אנדערע זענען געווארן אראפגעווארפן פונעם פראגראם לעולמי עד, און איך רעד נישט פון אזעלעכע וואס גנבענען ממש, מרעדט פון אזעלעכע וואס האבן געמאכט טעותים מיט אויף סיינען און איינמעלדען זאכן באצייטענס, די זענען געסטראשעט געווארן אז אדער צאלן זיי קנס אדער גייען זיי פאר טרייעל, מאנסי איז די איינציגסטער סיטי ווי אזא זאך ווערט געטאן און דירעקט דורך א קאונטי עקזעקעטיוו אפיס.
דאס איז איין זאך וואס איז מפורסם, ליידער איז דא נאך אסאך זאכן וואס קאכן זיך אונטערן טישש מיט יחודים, יעדער מיט זיין פעקל.
ווי אויך זיין ערשטע זאך וואס ער האט געטאהן ווען ער האט באקומען זיין בענקעל איז געוועהן צו פארדאבלען די אינוועסטיגעיטערס און די סאושל סערויסעס אפיס.
די האר קען זיך אויף שטעלן פון הערן אים רעדן, יעדעס מאל ווען ער רעדט איז עס פון די יודן, ער העצט שעלט און באשולדיגט אונז מיט יעדע זאך וואס גייט נאר פאר, יעדע נייעס ווערט אויס גענוצט צו העצן אויף די יודן, איך גלייב אז קיינער דא וועט עס נישט גלייבן ביז מוועט עס הערן, ער רעדט אויף די ראדיו כסדר אלץ א קאונטי עקזעקעטיוו, אלעס וואס ער זאגט האט צו טוהן מיט די יודן און נאך קיינמאל נישט געוועהן פאזעטיו, און לאמיר נישט פארגעסען אז די יודישע געגענט איז א שפיי פון די קאונטי, סאיז דא יעדען טאג גענוג פראבלעימען צו זיין פארנומען אבער ביי אים פארנעמט דאס נישט קיין ארט, אזוי ווייט אז גוים וואס קאמאנטירן אויף זיין סאושעל מידיע טענה'ן אז ער פארנאכלעסיגט די קאונטי און ס'אונטערעסירט אום נישט ווייל ער איז נאר ביזי מיט די יודן.
זאגן נאצי אויף אזא מענטש איז שיין גערעדט, איינער וואס איז א קאונטי עקזעקעטיוו און האט נישט קיין עול פון קיין קאונטי ער האט נאט איין דאגה "די יודן פראגע" איז א נאצי.
דאס איז איין זאך וואס איז מפורסם, ליידער איז דא נאך אסאך זאכן וואס קאכן זיך אונטערן טישש מיט יחודים, יעדער מיט זיין פעקל.
ווי אויך זיין ערשטע זאך וואס ער האט געטאהן ווען ער האט באקומען זיין בענקעל איז געוועהן צו פארדאבלען די אינוועסטיגעיטערס און די סאושל סערויסעס אפיס.
די האר קען זיך אויף שטעלן פון הערן אים רעדן, יעדעס מאל ווען ער רעדט איז עס פון די יודן, ער העצט שעלט און באשולדיגט אונז מיט יעדע זאך וואס גייט נאר פאר, יעדע נייעס ווערט אויס גענוצט צו העצן אויף די יודן, איך גלייב אז קיינער דא וועט עס נישט גלייבן ביז מוועט עס הערן, ער רעדט אויף די ראדיו כסדר אלץ א קאונטי עקזעקעטיוו, אלעס וואס ער זאגט האט צו טוהן מיט די יודן און נאך קיינמאל נישט געוועהן פאזעטיו, און לאמיר נישט פארגעסען אז די יודישע געגענט איז א שפיי פון די קאונטי, סאיז דא יעדען טאג גענוג פראבלעימען צו זיין פארנומען אבער ביי אים פארנעמט דאס נישט קיין ארט, אזוי ווייט אז גוים וואס קאמאנטירן אויף זיין סאושעל מידיע טענה'ן אז ער פארנאכלעסיגט די קאונטי און ס'אונטערעסירט אום נישט ווייל ער איז נאר ביזי מיט די יודן.
זאגן נאצי אויף אזא מענטש איז שיין גערעדט, איינער וואס איז א קאונטי עקזעקעטיוו און האט נישט קיין עול פון קיין קאונטי ער האט נאט איין דאגה "די יודן פראגע" איז א נאצי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל: איך הער. דער מצב איז זייער ביטער כמו שהוא. נו. אדרבה. געב אן עצה וואס מ'טוט. חוץ זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים אז דער רשע זאל האבן א מפלה בקרוב. וואספארא השתדלות קענמען טון...?
דאס אז די גויים באקלאגן זיך אז ער פארנאכלעסיגט די ארבעט פון די גאנצע קאונטי איז פאר אונז א קנאפע נחמה. ווייל רוב גויים האבן אונז פיינט שנאת מוות. גארנישט ווייניגער ווי די נאציס, ימ"ש...!

- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
אלץ לאנג יעריגער מאנסי איינוואינער קען איך אייך מעיד זיין אז דאס איז אלעס אויסגעדראשענע בלאף מיט הויל פראפאגאנדע פון די פאר אומערפארענע מאנסי משוגעים. נישטא קיין איין שטאט אין די גאנצע וועלט ווי מען בויט און מען בויט, שולן מיט ישיבות מיט צודרייטע גרויסע אפארטמענטס סטוט זיך און סלעבט זיך. יא אוודאי איז דא רעגולעישאנס אבער ח"ו מען זאל עס אינפארסען דאס גרעניצט זיך שוין מיט ריין אנטיסעמיטיזם. איך האב בודק געווען דעם עד דעי און איך קאן אייך זאגן ער איז א געפאר פאר מאנסי אזוי ווי ביל דעבלאזיאו פאר ניו יארק סיטי. אלעס איז ב"ה העכסט אין ארדענונג דא. יעדער בויט. יעדער נעמט פראגראמן. קיינער גייט נישט אין תפיסה. קיינער באצאלט נישט קיין מיליאנס. מען מאכט דיעלס אויפן טיש און אונטשערן טיש. יעדער ארלעדיגט וואס ער דארף. די מוסדות בליען די באסעס שמייסן. יא סדא איין פראבלעם עטליכע צוצאקלעך זענען אנעמפלויד. און דער עד דעי קוקט זיי ניטאמאל אן. משא"כ ביי די גרויסע צערעמאניס ווי ביי די סאטמארע און די סקווירא חתונה איז ער געקומען ווי א טאטעלע. קינדערלעך ווערט נישט פארפירט סאיז ביזנעס עזיושעאל
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
עזריאל האט געשריבן:הרב שם טוב דער שקרן (זעה און אנדערע אשכולות) וויל סך הכול נעמען אביסעל נקמה און מיר, מסכים איך גיי מיר מיט דיר נישט פארמעסטן. והאמת מפורסם.
א קלעסיק מאנסי עקזעמפעל איבער אלע זייערע בלוט שונאים סאיז ריין דמיונות מיט חלומות.. איר הערט איך קען דעם חכם פונקטלעך צוויי מינוט און איך וויל שוין נקמה נעמן אין אים. באלד בין איך שוין ווי עד דעי נאך שיין כבין אפגעקומען מיט בלויז שקרן און נישט נאצי אדער כומעיני.. סאיז אנבעליוועבעל וואס אפאר ראצערלעך פרובירן צו טאן דארטן מיטן צבור
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל האט געשריבן:הרב שם טוב דער שקרן (זעה און אנדערע אשכולות) וויל סך הכול נעמען אביסעל נקמה און מיר, מסכים איך גיי מיר מיט דיר נישט פארמעסטן. והאמת מפורסם.
ר' עזריאל: ביטע נישט אזוי שארף. נאר ס'קען זיין אז דער בעש"ט הק' (בדורינו) האט נישט געהערט פון די אלע כיטרע רשעות וואס מר. עד דעי האט אונטערגעשטעלט. און אונטער וועלכע אקציעס ער שטייט בעילום שם.
מ'טאר טאקע נישט זיין היסטעריש. אבע מ'קען דאך נישט איגנארירן די אלע "קליינע" אינצידענטן וואו מר. עד דעי דער קאונטי עקזעקוטיוו האט זיך בשוגג אדער בטעות פארטשעפעט מיט די אידישע געמיינדע.
אויף ענגליש איז דא אזא מין אויסדרוק...The preponderance of evidence....די איבערוויגנדע אנזאמלונג פון באווייזן. און דאס ווערט ליידער שטארקער מיט א יעדן פארבייגייענדיגן טאג. אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מר. עד דעי'ס באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
עסקנים........
איר האט שוין אמאהל אריין געטראכט? וואס איז דאס דער באדייט פון אן עסקן? וואס שטעלט א עסקן מיט זיך פאר? ווי אזוי ווערט מען אן עסקן?
עס טוהט זיך אצינד א שטורם אין מאנסי, א גאנצע שעריריה....א פאר שמאלע קליינע פיצי קעפ האבן ארויס געגבן א ווידיא, ווי זיי פארגלייכען דער אנטיסעמיטיזעם וואס בושעוועט אין ראקלאנד, צו די מצב אין דייטשלאנד ערב דער צווייטער וועלטס קריג......
קודם כל דאס חוצפה צו ניצן דעם שואה, ווי די פארגעשריטענע פארשאלטאנע דייטשען האבן ערמארדערט 6 מיליאן קדושים מיט די סאמע סארט מיתות משינות, איז א פארברעך שאין בדגמתו..... און א דירעקטער כבוד-פארשוועכינג פון די 6 מיליאן קדושים.... דער גוי וועט שוין באלד טראכטען אז דער גאנצע הויליקאסט איז בלויז געווען א פאר טוויטערליך פון פארשטויבטע ראציגע אפסטעיט כוליגאנעס.......
העט ווען געווען א נארמאלע סיבה החרשתי.... אבער ווען עס האנדעלט זיך פון א פאר ראצערלך, א פאר גארנישט'ליך וואס האבן באשלאסן זיך אריין צו לייגען אין די גרויסע שוך פון די בארימטע אידישע עסקנים און עוסקי בצרכי ציבור א שטייגער ווי השתדלן ר' שמשון ווערטיימער מווינא, אדער ווי סיר משה מונטיפירי, אדער גאר ווי דער רבינו גרשום מאור הגולה, און באמת זענען זיי ווערט א ביסל ווייניגער ווי א האלבע קדחת... ברענגט דאס ארויף בייז בלוט ביי יעדען זעלבס רעספעקטירטער טראכטענדער באשעפעניש....... ניצן דעם שואה אלס א מיטל זיך צו קענען פראקאלאמירן אלס א שוטה לעלו..... ווי איז דער שכל???? גיוואלד.....
דער אמאליגער עסקן איז באשטאנען פון א ערענסטע דירך געטראכטער מענטש, א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד, א בר אוריין מיט א איידעלע צירה, א מענטש וואס נגיעות אדער כבוד האט ביי אים נישט פארנומען קיין פלאטץ, א מענטש וואס איז געווען נכנה צו א דעת תורה, א מענטש וואס האט גענאסען רעספעקט און עהרע ביי די ארומיגע... דאס איז געווען דער אמאליגער עוסק בצרכי ציבור......
היינט? איז דאך ממש להיפך....
ווי אזוי זען אויס די היינטיגע עסקנים? קומט אפיר א ראצערעל מיט א פיצי פארקלאפטען מוח... מיט שיינע דיפעטודא פייקעלעך, שטינקט ווי א פרוי.... ס''ה וואס ער קען איז ארום שיקן טוויטערליך פאר זיינע פרענדס... און ארויף לייגען פיקשערס אויף פייסבוק ווע ער זיצט מיט גויטעס..... למען הכלל... יא מיי פוט.... און גארנישט עס איז דא א ביסל אנטיסעמיטיזעם יא עס קען אפשר זיין.... מסתמא גארנישט אויסערארענליך... און שוין ....ער זעט שוין נירעדבערג געזעצען.... ער זעט שוין ווי מען פלינדערט אידישע געשעפטן.... ער זעט שוין ווי גראבע שוויינען אבער מער רעכטן ווי דער שמוציגער יודע...... פערד וואס די ביסט......
וואס פארגלייכסטו דא? ווער האט דיר געפרעגט? מי שמך לאיש? שטינקען מיר נאך נישט גענוג ביי אונזער גויישע שכינים? וואס מאכסטו אונז קאפ ווייטאג...... רעד נישט צו די מידיא מיט דיין צוזעצטע ענגליש..... און זאג נאך אויסגעוועטשע פייסבורק קאמענטארן פון צידריקטע גוים, און עס ניצן פאר א סעמפל אז מיר זענען אין דייטשלאנד יארע 39.....
מר דיפעטידו פייקא..... מיר דארפן דיר נישט פאר אונזער ווארט זאגער....... הרה''ח ר' אלקנה ראטטענבערג זאל זיך מיהען איז געווען מער פון דיר......ניץ נישט דעם האלקאסט צו דערגרייכען דיינע קינדערישע תאוות......
או אפשר אביסל צו שארף..... אבער איך קאן מיך מער נישט איינהאלטן ואתכם הסליחה.......

בערל, כ'אב מיט דיר נישט געקריגט, איך שרייב "אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד", אבער די וואס ווילען דא אוועק מאכען כאילו ביזנעס עז יוזשועל, כגון דער ניק שם טוב, ווייזט ווי איגנאראנט זיי זענען, ס'גארנישט אזא אומשולדיג שפיעל,
ביי דער געלעגענהייט וויל איך ףפארדאמען די פילעם וואס איז ארויס צו פארגלייכען אין פאבליק די ראקלענד רעזשים צו נאציס, דאס איז גאר א אומפאראנטווארטליכע שפיעל

Kool man האט געשריבן:בערל, כ'אב מיט דיר נישט געקריגט, איך שרייב "אוודאי דארף מען האנדלען מיט שכל און מיט הכנעה ווי א גלות יוד", אבער די וואס ווילען דא אוועק מאכען כאילו ביזנעס עז יוזשועל, כגון דער ניק שם טוב, ווייזט ווי איגנאראנט זיי זענען, ס'גארנישט אזא אומשולדיג שפיעל,
ביי דער געלעגענהייט וויל איך ףפארדאמען די פילעם וואס איז ארויס צו פארגלייכען אין פאבליק די ראקלענד רעזשים צו נאציס, דאס איז גאר א אומפאראנטווארטליכע שפיעל
שם טוב איז נישט אינאראנט, סך הכול שקר, איך האב מגלה געוועהן א שקר פון אים און א צוווייטער אשכול וויל ער נקמה נעמען און מיר מיטן זיך טענהן מיט מיר, קומט ער נאכאמאל מיט הוילע שקרים, איך גלייב אז דא האט ער זיך מגלה געוועהן זיין פרצוף ועל הכלל כולו יצא
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:איר האט שוין אמאהל אריין געטראכט? וואס איז דאס דער באדייט פון אן עסקן? וואס שטעלט א עסקן מיט זיך פאר? ווי אזוי ווערט מען אן עסקן?
עס טוהט זיך אצינד א שטורם אין מאנסי, א גאנצע שעריריה....א פאר שמאלע קליינע פיצי קעפ האבן ארויס געגבן א ווידיא, ווי זיי פארגלייכען דער אנטיסעמיטיזעם וואס בושעוועט אין ראקלאנד, צו די מצב אין דייטשלאנד ערב דער צווייטער וועלטס קריג......
קודם כל דאס חוצפה צו ניצן דעם שואה, ווי די פארגעשריטענע פארשאלטאנע דייטשען האבן ערמארדערט 6 מיליאן קדושים מיט די סאמע סארט מיתות משינות, איז א פארברעך שאין בדגמתו..... און א דירעקטער כבוד-פארשוועכינג פון די 6 מיליאן קדושים.... דער גוי וועט שוין באלד טראכטען אז דער גאנצע הויליקאסט איז בלויז געווען א פאר טוויטערליך פון פארשטויבטע ראציגע אפסטעיט כוליגאנעס.......
העט ווען געווען א נארמאלע סיבה החרשתי.... אבער ווען עס האנדעלט זיך פון א פאר ראצערלך, א פאר גארנישט'ליך וואס האבן באשלאסן זיך אריין צו לייגען אין די גרויסע שוך פון די בארימטע אידישע עסקנים און עוסקי בצרכי ציבור א שטייגער ווי השתדלן ר' שמשון ווערטיימער מווינא, אדער ווי סיר משה מונטיפירי, אדער גאר ווי דער רבינו גרשום מאור הגולה, און באמת זענען זיי ווערט א ביסל ווייניגער ווי א האלבע קדחת... ברענגט דאס ארויף בייז בלוט ביי יעדען זעלבס רעספעקטירטער טראכטענדער באשעפעניש....... ניצן דעם שואה אלס א מיטל זיך צו קענען פראקאלאמירן אלס א שוטה לעלו..... ווי איז דער שכל???? גיוואלד.....
דער אמאליגער עסקן איז באשטאנען פון א ערענסטע דירך געטראכטער מענטש, א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד, א בר אוריין מיט א איידעלע צירה, א מענטש וואס נגיעות אדער כבוד האט ביי אים נישט פארנומען קיין פלאטץ, א מענטש וואס איז געווען נכנה צו א דעת תורה, א מענטש וואס האט גענאסען רעספעקט און עהרע ביי די ארומיגע... דאס איז געווען דער אמאליגער עוסק בצרכי ציבור......
היינט? איז דאך ממש להיפך....
ווי אזוי זען אויס די היינטיגע עסקנים? קומט אפיר א ראצערעל מיט א פיצי פארקלאפטען מוח... מיט שיינע דיפעטודא פייקעלעך, שטינקט ווי א פרוי.... ס''ה וואס ער קען איז ארום שיקן טוויטערליך פאר זיינע פרענדס... און ארויף לייגען פיקשערס אויף פייסבוק ווע ער זיצט מיט גויטעס..... למען הכלל... יא מיי פוט.... און גארנישט עס איז דא א ביסל אנטיסעמיטיזעם יא עס קען אפשר זיין.... מסתמא גארנישט אויסערארענליך... און שוין ....ער זעט שוין נירעדבערג געזעצען.... ער זעט שוין ווי מען פלינדערט אידישע געשעפטן.... ער זעט שוין ווי גראבע שוויינען אבער מער רעכטן ווי דער שמוציגער יודע...... פערד וואס די ביסט......
וואס פארגלייכסטו דא? ווער האט דיר געפרעגט? מי שמך לאיש? שטינקען מיר נאך נישט גענוג ביי אונזער גויישע שכינים? וואס מאכסטו אונז קאפ ווייטאג...... רעד נישט צו די מידיא מיט דיין צוזעצטע ענגליש..... און זאג נאך אויסגעוועטשע פייסבורק קאמענטארן פון צידריקטע גוים, און עס ניצן פאר א סעמפל אז מיר זענען אין דייטשלאנד יארע 39.....
מר דיפעטידו פייקא..... מיר דארפן דיר נישט פאר אונזער ווארט זאגער....... הרה''ח ר' אלקנה ראטטענבערג זאל זיך מיהען איז געווען מער פון דיר......ניץ נישט דעם האלקאסט צו דערגרייכען דיינע קינדערישע תאוות......
או אפשר אביסל צו שארף..... אבער איך קאן מיך מער נישט איינהאלטן ואתכם הסליחה.......
האסט גארנישט איבערגעטריבן און נאך מיט די נעכטיגע פאסירונג מיט עד דעי שטעלט זיך שיין ארויס אז ער איז ווייט פון א שונא ישראל ס"ה אומצופרידן פון עזריאל וחביריו צוווילדעוועטע שטיק
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים