דרך ארץ קדמה לתורה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3542
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5831 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3945 מאל

דרך ארץ קדמה לתורה

שליחה דורך שמעון וואלף »

ס'איז באקאנט דאס ווארט אז פארדעם לערנט מען פרקי אבות אין די וואכן בעפאר שבועות, ווייל שבועות איז דאך זמן מתן תורתנו און מסכת אבות לערנט מדות, וויל מען מרמז זיין אז דרך ארץ קדמה לתורה.

כלפי מה הדברים אמורים?

און די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו הערן דריי מעשיות וואס יעדע פון זיי פארלאנגט התבוננות, מ'זאל אריינקלערן ווי מ'שטיימיר און וואספארא געפיראכץ אונזער געזעלשאפט לעבט מיט.

לאמיר קודם איבערגעבן פרטי הדברים.

מעשה א'
מיט גרויס שוידער איז אויפגענומען געווארן די שרעקליכע נייעס איבער דאס אומקום פון צוויי יונגע נפשות, וועלכע זענען ציטרעטן געווארן צום טויט ביים לוי' פון רב וואזנר ז"ל. קיינער באשילדוגט נישט אז ס'איז געווען במזיד, אבער אן אונס איז עס אויך נישט געווען. ס'זענען דא געלערענטע מענטשן וואס ווייסן וויאזוי צו ארגענעזירן מאסן צאמקונפטן אז ס'זאל נישט צוקומען לידי סכנה. אן אומפאראנטפארליכע עסקן אן עקספיריענס וואס האלט זיך קלוגער און מאכט אפ וואס צו טון אן קיין חשבון איז ווייט פון זיין א שוגג.

מעשה ב'
די צווייטע עפיזאט איז געווען באריכטעט אויף ק"ש דורך ידידנו [tag]פליקער[/tag]


פליקער האט געשריבן:א געוואלדיגע חוצפה האט זיך אפגעשפילט פארענט פון די בראדוועי מצה בעקעריי ערב פסח, ווען עס זענען געוועין ליין'ס ארים די בלאק, און קיין מצה איז נישט געוועין צי באקריגן אינטער ווארטן דריי שעה אויפן ליין.

און נאכען ווארטן באקומט מען זעקס מצות וואס זענען ווייעך און נישט אין מויל צי נעמען, קוים כשר, אדער גאר חמץ.

א גרויסע שאנדע


מעשה ג'

דעם חוה"מ איז מיר אויסגעקומען צו זיין און א שול אין פענסילוועניע. הער איך ווי איינער פון די מתפללים דערציילט פאר זיין חבר אז ער איז געווען מיט זיין משפחה ביי diggerlabd און ער דערציילט בערך בזה הלשון:

There was a lot of Yiddish speaking there. We waited on line for over an hour and it just didn't move. Every few minutes a few other children came and said that their family is in line. Until my wife called the manager who stopped it and said that you cannot go ahead of the line even if your family is there. At the end we had to leave before we got our chance, because it was getting too late.
I also noticed that the only food rappers on the floor were from Kosher l'pesach food.


איך האב נאך צענדליגע מעשיות צוצולייגן אבער דאס האב איך געהערט אין די לעצטע צוויי-דריי טעג. הצד השוה וואס מ'נעמט ארויס פון די עפיזאטן איז אז אין אונזער געזעלשאפט שפירט מען נישט פאר קיין עוולה מזלזל צו זיין בכבוד הבריאות. איך רעדט שוין נישט פון די חילול השם און גניבה וואס איז אינוואלווד, נאר פשוט דרך ארץ! אונזער סיסטעם ווי טאמער ביסטי א קנאקער מיט פראטעקציע האסטי אלעס און טאמער נישט ביסטי א שמאטע, איז אן עקל.

יעצט, אין די וואכן פאר קבלת התורה, לאמיר פראבירן מתקן צו זיין דאס ביסול וואס מיר קענען.מ'דארף מגנה זיין ווען מ'זעהט א צווייטן זיך אויפפירן מיט זלזול כלפי אנדערע און מ'זאל לערנען די קינדער זיך אויפצופירן מענטשליך און רעספעקטירן א צווייטן.

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר