ליבשאפט און פרידן: "פה-סח" תשע"ה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

ליבשאפט און פרידן: "פה-סח" תשע"ה

שליחה דורך פישלע העררינג »

[justify]ליינענדיג דעם הערליכע און תוכן'דיגע פה-סח פון [tag]כוכב[/tag]'ן, קען איך זיך נישט העלפן פון אריינטראכטן ווער בכלל וועיסט זיינע פאר מינוט צו לייענען מיין שלום און פרידן ארטיק'ל, כ'מיין, צווישן לאווי'ס דראמא, ראובן'ס דיינעסארס, פלאוויוס'ס לומדות, ונבנתה'ס ארכיעאלאגיע, געפילטע'ס אבק חומרא, און סאו וואט'ס בדיחותא'ס, וועמען אינטרעסירט אפאר געדאנקען אויף שלום? א חתם סופר מעשה'לע? א פסק פון ר' יענקעלע? א בריוול'ע פון חזון איש? און באמת, צווישן אונז גערעדט, הער איך ווי מען זאגט מיך שוין צוריק, העי פישלע, ביזט זיך אליינס שולדיג, מ'האט געבעטן ארטיקלען, נישט שאלעשידעס דרשות! גערעכט גערעכט, ואת הנעשה אין להשיב. פאר ווער עס האט עפעס איבערצופרעגן... שטעל איך דא דעם אשכול, און האטס מיך אלע א גוטן מועד.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פישלע העררינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(- - -)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

סאיז א וואונדערליכער ארטיקל און האט צוגעגעבן א סאך חן צום פה סח.
ישר כח נאכאמאל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער א שיינע ארטיקל. ווען מ'זאל מקיים זיין דעם תוכן דערפון, וואלט עס זיכער איבערגעשטיגן אלע אנדערע ארטיקלן אינעם פה-סח, יעדער האט נאך פלאץ זיך צו פארבעסערן אין דעם געביט. א גרויסן דאנק.
אגב, דער קעפל אינעם אויסגאבע ליינט זיך "ליבשאפט און פרידן", און נישט "שלום און פרידן".
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווען פישעלע הערינג'ס ארטיקל מצד החתן, און ראש הישיבה'ס ארטיקל מצד הכלה, העטן געבוירן א קינד, וואלט מען געקענט ממליץ זיין "אל הנער הזה התפללתי". ודו"ק.

פישעלע איך האב געקוואלן ביי יעדן שורה.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

Re: ליבשאפט און פרידן: "פה-סח" תשע"ה

שליחה דורך [NAMELESS] »

געליינט און זייער הנאה געהאט. שיינע ווערטער און געדאנקען
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

ליבשאפט און פרידן

שליחה דורך פישלע העררינג »

[justify]מאת: פישלע העררינג

[center]ליבשאפט און פרידן[/center]


אונז אלע ווייסן וואס הלל הזקן זאגט אין פרקי אבות, הוי מתלמידיו של אהרן הכהן: אוהב שלום, ורודף שלום, אוהב את הבריות, ומקרבן לתורה.

דער ברטנורא ברענגט פון "אבות דרבי נתן", אז אהרן הכהן פלעגט לויפן פון איין שונא צו דער אנדערע און זיי איבערעדן אז דער אנדערע וויל שלום מאכן, און אזוי האט ער שלום געמאכט צווישן די אידן. - דער ירושלמי זאגט, אז ווען אהרן הכהן איז נפטר געווארן זענען 80,000 בחורים מיט דער נאמען "אהרן" נאכגעגאנגן זיין לוי'. דאס זענען געוועהן קינדער וואס זענען געבוירן געווארן צו עלטערן וואס אהרן הכהן האט ביי זיי שלום געמאכט, און די עלטערן האבן זיי א נאמען געגעבן "אהרן" אלץ הכרת הטוב פאר אהרן הכהן.

אין מאה שערים האט ביז לעצטענס געוואוינט א איד א מקובל, רבי דניאל פריש. ער האט געשריבן א ריזיגע פירוש אויף גאנץ זוהר הקדוש און זיך גוט אויסגעקענט אין די כתבי האר"י הקדוש. ער איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן יונגערהייט נאך א לענגערע קראנקהייט לא עלינו. רבי דניאל דערציילט, אז ער איז אמאהל געוועהן אין אנטווערפן ביי רבי איציק'ל פון פשעווארסק זכר צדיק לברכה, און זיין איידעם דער שפעטערדיגע רבי יענקל'ע פון פשעווארסק זצ"ל האט זיך געדרייט צעווישן דעם עולם וואס איז אנגעקומען טעגלעך, און געפרעגט יעדעם איינעם ווער עס דארף א אכסניא, ווער עס דארף עסן, און אזוי ווייטער.

פאר רבי דניאל האט עס זייער געבאדערט, ער האט דאך געקענט אלע געהויבענע עניינים און כוונות פון תפילת שחרית, און עס האט איהם געשטערט אז רבי יענקל'ע פארנעמט זיך מיט די גשמיות'דיגע זאכן פאר'ן דאווענען. אין א געלעגענהייט, האט ער אפירגעהאלטן רבי יענקעל'ע דערוועגן. דערציילט רבי דניאל, אז רבי יענקעלע האט איהם אנגעשטעלט צוויי שארפע אויגן, און איהם געזאגט בזה הלשון: "יונגערמאן, דו מיינסט אז דאס וואס די פוסקים ברענגען בשם דער אר"י הקדוש אז מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען 'הריני מקבל עלי מצוות ואהבת לרעך כמוך' איז א לחש?! דאס איז פשוטו כמשמעו!"

רבי דניאל זאגט אז די ווערטער האבן ביי איהם געטוישט זיין גאנצע פערספעקטיוו וויאזוי מען דארף לערנען איבער די גוטע מידות וואס ווערן געברענגט אין ספרים, אז עס איז נישט דא קיין חשוב'ער זאך ווי טוהן למעשה.

דער רשב"ם זאגט, אז פון די משנה אין אבות אז הלל הזקן האט געזאגט אז אהרן הכהן איז געוועהן א אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, לערנט מען ארויס אויף גאנץ מסכת אבות אז יעדער תנא וואס האט געזאגט זיין מאמר, האט עס געזאגט לויט זיין אייגענע תכונת הנפש, ווייל מיר ווייסן אז הלל הזקן איז געוועהן א שטארקע אוהב את הבריות און ער האט זיי מקרב געוועהן צו די תורה, ווי די באקאנטע מעשה אין די גמרא מסכת שבת אז הלל האט מקרב געוועהן א גר על מנת שתלמדנו כל התורה כולה על רגל אחת, און ער האט מגייר געוועהן א גר וואס האט זיך געוואלט מגייר זיין נאר כדי צו ווערן א כהן גדול, און ער האט מגייר געוועהן א גר וואס האט נאר געוואלט מקבל זיין אויף זיך תורה שבכתב, און ער האט זיך נישט גערעגט אויף דער איד וואס האט זיך געוועט אויב מען קען אויפרעגן הלל ערב שבת.

פון דעם זעהט מען אז הלל הזקן איז געוועהן א נאה דורש און אויך א נאה מקיים.


[center]אוהב שלום / רודף שלום[/center]

עס שטייט אין תהילים "בקש שלום ורדפהו", זאגט די גמרא, אסאך מצוות ווארט דער מענטש ביז די מצוה קומט אן און דעמאלטס איז מען עס מקיים, אבער ווען עס קומט צו שלום, זאל מען נישט ציווארטן, נאר מען זאל פון זיך אליינס ארויסגיין און נאכיאגן דעם שלום. די גמרא זאגט, אז דער באשעפער אליינס האט נאכגעיאגט שלום אויבן אין הימל נאך איידער עס מאכט זיך דארט א מחלוקות. וויאזוי? ער האט א נאמען געגעבן נאר איין מלאך גבריאל, נאר איין מלאך מיכאל, נאר איין מלאך רפאל, און אזוי ווייטער, און פאר יעדן איינעם האט ער געגעבן נאר איין תפקיד, אזוי וועט נישט זיין קיין מחלוקות, קיינער וועט נישט טרעטן אויף די געהירן פון דער אנדערע. אזוי האט דער באשעפער נאכגעיאגט שלום און נישט געווארט ביז עס ווערט א פראבלעם.

חסידים דערציילן, אז דער רבי פון לובלין האט אמאהל געזאגט אז אלע מעשים וואס א מענטש טוהט דארף מען טוהן לשם שמים. דער פראבלעם איז נאר אז א מענטש ווייסט נישט אויב דאס וואס ער וויל יעצט טוהן איז דער רצון השם אדער זיין אייגענע רצון. אסאך מאהל איז דער מענטש אליינס נישט קלאר. האט דער רבי פון לובלין געגעבן א סימן, אויב נאכ'ן טוהן דער זאך איז ארויסגעקומען דערפון עפעס גוטס, איז דאך א סימן אז מצוה גוררת מצוה ושכר מצוה מצוה, און עס איז זיכער געוועהן א ריינע מצוה לשמה.

שלום איז א גוטע זאך, וואס אפילו דער גוף וויל עס אויך האבן. קיינער זוכט נישט צו לעבן מיט מחלוקות ווייל עס מאכט דאס לעבן אומבאטעם'ט. דאס מיינט "אוהב שלום" יעדער איינער האט עס ליב. א רודף שלום אבער איז איינער וואס יאגט נאך שלום אפילו דארט ווי עס איז איהם פערזענליך נישט נוגע, בלויז רצון השם. לויט דער רבי פון לובלין דארף ארויסקומען עפעס גוטס פון א מצוה לשמה, איז וואס איז דער סימן צו וויסן אויב דער רודף שלום איז מקיים דעם רצון השם לשמה? אויב דורך זיין רודף שלום קומט עס צו אז אן אנדערע איד ווערט נענטער צו די תורה, "אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" איז א סימן אויף א ריכטיגע אוהב שלום ורודף שלום.

ווען דער חתם סופר האט קאנדידאטירט צו ווערן רב אין דער שטאט פרעשבורג אויף דער פלאץ פון דער גרויסע גאון רבי משולם איגרא, זענען געוועהן נאך אנדערע וואס האבן געוואלט ווערן רב אויף דער חשוב'ער ארט. עס איז געוועהן א משפחה אין פרעשבורג פון גרויסע עשירים וועלכע האבן געוואלט אז זייערס א שוואגער זאל ווערן רב דארט, און זיי האבן אפגעשיקט א בריוו צו דער חתם סופר אז זיי עצה'נען איהם אפצוזאגן זיין קאנדיטאטור, ווייל עס לוינט זיך נישט צו קומען קיין פרעשבורג, ווייל זיי וועלן איהם אנטוהן ציפקע צרות אויף טריט און שריט. דער חתם סופר האט עס געליינט, און ער האט גארנישט רעאגירט. צום סוף האט מען אויסגעוועהלט דעם חתם סופר אלץ רב, און ער האט געלאזט וויסן אז ער וועט אנקומען אין שטאט אויף דעם און דעם שבת, ווען ער וועט אויך האלטן זיין איינצוגס דרשה פאר די לומדים פון שטאט. דערביי האט ער צוגעשריבן די מראה מקומות און ראשי פרקים פון זיין דרשה כדי אז די לומדים זאלן זיין גוט פארגעקוקט צו קענען מיטהאלטן די טיפע חידושים. ווען עס איז געקומען נענטער צו די צייט וואס דער חתם סופר האט געדארפט אנקומען, האט עס יענע משפחה נישט אויסגעהאלטן, און זיי האבן געזוכט אלע מיטלען און וועגן וויאזוי צו פארשעמען דעם חתם סופר און איהם מאכן צו שאנד און צו שפאט אין דער שטאט כדי ער זאל זיך מוזן אפזאגן. וואס האבן זיי געטוהן? זיי האבן אונטערגעקויפט דעם הויז-בחור וואס האט זיך געדרייט ביים חתם סופר אין שטוב אז ער זאל מעתיק זיין די חידושים וואס דער חתם סופר פלאנט צו זאגן ביי זיין דרשה, אזוי וועלן זיי קענען אנגרייטן שווערע קשיות דערויף און איהם פארשעמען ברבים.

פרייטאג צו נאכטס, א נאכט פאר דער דרשה, איז א איד, פון די לומדים אין שטאט, געקומען צום חתם סופר, און איהם מגלה סוד געוועהן אז זיינע חידושים זענען שוין ארויסגערינען און דער עולם קוקט זיך פאר שווערע קשיות אויף איהם, און ער האט איבערגעגעבן פאר דער חתם סופר אלע קשיות וואס די לומדים גרייטן זיך צו פרעגן, כדי אז דער חתם סופר זאל עס קענען אפענטפערן. דער חתם סופר האט איהם שיין באדאנקט, אבער אנגעזאגט אז ער זאל חלילה נישט מאכן קיין עסק, און ער זאל גארנישט טוהן צו גיסן אויל אויף דער פייער פון מחלוקות.

דער חתם סופר האט מחליט געוועהן אז גדול השלום, און ער זוכט נישט איבערציווייזן די לומדים אז ער איז א גרעסערע למדן און גרעסער מאכן די פייער, ווען דער איד איז ארויס, האט דער חתם סופר צושפאצירט צו זיין ספרים שאנק און ארויסגעשלעפט דער ערשטע גמרא וואס איז איהם אונטערגעקומען, א גמרא מסכת עדיות, און פון הימל האט מען דאך געוואלט אז ער זאל זיין פרעשבורגער רב, האט מען איהם פון הימל חונן דעת געוועהן מיט הערליכע טיפזיניגע חידושים.

צומארגענס, האט דער חתם סופר געדרשענט איבער גאר אן אנדערע סוגיא וואס קיינער האט נישט געהאט צוגעגרייט קיין קשיות אויף עס, און דער עולם איז שטארק נתפעל געווארן. ווען יענער שוואגער פון די רייכע משפחה האט געהערט די הפלא'דיגע חידושים פון דער חתם סופר, און ער האט זיך דערוואוסט ווי שנעל דער חתם סופר האט עס מחדש געוועהן, איז ער אריבערגעקומען צום חתם סופר איהם איבערבעטן, צעזאמען מיט זיין משפחה. דער חתם סופר האט געזאגט פאר דעם איד: איך זעה פון די קשיות מיט וואס דו האסט מיך געוואלט אפפרעגען אז דו ביזט א ריזיגע תלמיד חכם, דעריבער וועל איך פערזענליך שתד'לען ביי א גרויסע חשוב'ער שטאט אז זיי זאלן דיך אויפנעמען אלס רב. און מיט דער חתם סופר'ס השתדלות איז דער איד אויפגענומען געווארן אין סעדראהעל אלץ רב און זוכה געוועהן אויפצושטעלן דארט א גרויסע ישיבה מיט אסאך תורה.

דער חתם סופר האט קלאר געקענט זעהן אז זיין רודף שלום, ער האט שווער געארבעט אגאנץ פרייטאג צו נאכטס מחדש צו זיין פרישע חידושים כדי אז עס זאל זיין שלום אין שטאט, האט טאקע צוגעברענגט צו נאך תורה, ומקרבן לתורה, סיי וואס יענער איד איז געווארן א גרויסע רב און ראש ישיבה, און סיי דורך די ריזיגע ישיבה וואס דער חתם סופר האט אויפגעשטעלט אין פרעשבורג, ווי אלע רבנים פון די קומענדיגע דור זענען נתחנך געווארן.

אסאך מאהל, ווען איינער יאגט עפעס נאך, איז ער זיך מבזה בשעת מעשה. א רודף שלום נעמט אויף זיך אפילו בושה כדי אנצוקומען צו די ציהל פון שלום. ווען די תלמידים האבן געדרוקט די בריוון פון דער חזון איש, איגרות החזון איש, האבן זיי ביי איין בריוו, מכתב קנ"ג, צוגעלייגט א קאפי פון דער אריגענעלע בריוו, ווייל זיי האבן געפילט אז אויב מען לייגט נישט צו א קאפי וועט קיינער נישט גלייבן אז דער חזון איש האט באמת געשריבן דעם בריוו. דארט אין דער בריוו, שרייבט דער חזון איש צו איינער א ראש ישיבה פון בני ברק וואס האט אנגעהויבן אנדרייען א מחלוקת מיט דער חזון איש. שרייבט איהם דער חזון איש: טייערע ראש ישיבה, עס איז מיך זייער אומבאקוועם דיך צו שרייבן א בריוו ווי איך טוה מיך אויס נאקעט פאר דיך, אבער למען השלום האט דער אייבערשטער באפוילן אז מען דארף אויסמעקן זיין הייליגע נאמען, דארפאר וועל אין מוותר זיין אויף מיין כבוד און דיך שרייבן די פאלגענדע ווערטער: וויסן זאלסטו, אז פון ווען איך בין געבוירן האב איך נישט זוכה געוועהן נהנה צו זיין פון דער עולם הזה. איך בין פון אלץ קינד שוואך און קראנק, מיין ווייב איז נישט אינגאנצן נארמאל און זי איז זייער קראנק, און איך האב נישט קיין קינדער און איך האב נישט קיין געלט. איין איינציגע זאך מאכט מיך אביסעל הנאה אויף די עולם הזה - צו טוהן דער רצון השם. איך קען אבער נישט מקיים זיין דער רצון השם און דינען דעם אויבערשטן ווען איך ווייס אז איינער איז נישט אינגאנצן בשלום מיט מיך. און דער חזון איש דרוקט זיך דארטן אויס "קש נדף של קטטות יכבד עלי כקורת בית הבד!" (א דינע שטיקל שטרוי פון קריגעריי וועגט שווער אויף מיך ווי א באלקן פון א פרעס). דער חזון איש וואלט אזא בריוו קיינמאהל נישט געשריבן, צו שרייבן אויף זיך אלע זיינע צרות און אז רצון השם געבט איהם הנאה אויף די וועלט, אבער זייענדיג א רודף שלום, האט ער נישט געקוקט אויף דעם און ער איז נאכגעלאפן מיט אלע מיטלען יענעם ראש ישיבה כדי צו פארזיכערן אז עס איז שלום.

עס ווערט געפסק'ענט, פון די גמרא און אין רמב"ם, אז ווען מען וויל איינעם געבן "סמיכה" אז ער קען פסק'ענען און ווערן אנגערופן "רבי", מוז ער זיין אויסגעצייכענט אין תורה, מוז האבן אסאך געלט, מוז אויסזעהן שיין, מוז זיין באקאנט אין וועלטליכע עניינים און ער מוז זיין הויעך געבויעט. סמיכה האט מען נאר געקענט געבן איש מפי איש ביז משה רבינו, א רבי צו זיין תלמיד. רבינו הקדוש, רבי יהודה הנשיא, דער מחבר פון משניות, האט געהאט סמיכה איש מפי איש, און ער האט געטיילט סמיכה פאר זיינע תלמידים וועלכע זענען געוועהן ראוי פאר דעם. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געוועהן א לייכטע זאך צו באקומען, און אפילו דער גרויסע אמורא "שמואל" האט געדארפט צו באקומען סמיכה פון רבי יהודה הנשיא אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט לבסוף. פארציילט די גמרא, רבינו הקדוש איז אנגעקומען איינמאהל צו די שטאט פון רבי אלעזר בן רבי שמעון בר יוחאי, האט ער זיך נאכגעפרעגט "יש לו בן לאותו צדיק?" האבן די שטאטס לייט איהם געזאגט אז יא, ער האט איבערגעלאזט א בחור וואס טוהט נעבעך געפערליכע עבירות און פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף. עס האט זייער געשטערט פאר רבינו הקדוש, וויאזוי קען מען דאס צולאזן אז אן אייניקל פון דער הייליגע תנא רבי שמעון בר יוחאי, א זוהן פון רבי אלעזר ברבי שמעון, זאל ארויסגיין לתרבות רעה?! רבי יהודה הנשיא האט באפוילן פאר זיינע משרתים אז זיי זאלן אהערברענגן דעם בחור'ל. ווען ער איז אנגעקומען, האט רבינו הקדוש איהם מסמיך געוועהן להוראה בסמיכת חכמים, און באפוילן יעדעם איינעם אז מען זאל רופן דעם בחור'ל מיט דער טיטול "רבי" - רבי יוסי בן רבי אלעזר!

רבינו הקדוש האט איהם צוגעשטעלט א תלמיד וועלכער זאל מיט איהם לערנען תורה, דער יוסי האט נישט געהאלטן דערביי, און ער פלעגט זיך בעטן יעדן טאג אז ער וויל אהיימגיין צו זיין שטאט, אבער דער תלמיד האט איהם נישט געלאזט. איין טאג האט רבינו הקדוש געהערט וויאזוי ער בעט זיך אהיימצוגיין, האט רבינו הקדוש איהם ליבליך געזאגט: "א גאלדענע קרוין האב איך דיך אנגעטוהן אויף דיין קאפ, און דיך געגעבן דער גרויסע טיטול 'רבי', און דו זאגט אז דו ווילסט אהיימגיין פארברענגן דיינע יארן מיט גארנישט? זעץ דיך לערנען און וואקס אויס עפעס גרויס!". דער יוסי האט טאקע צוגעזאגט פאר רבינו הקדוש אז ער וועט מער נישט בעטן אהיימצוגיין און ער האט זיך געזעצט לערנען תורה.

לימים, ווען ער איז עלטער געווארן, האט יוסי ברבי אלעזר זיך אריינגעזעצט לערנען אין די ישיבה פון רבינו הקדוש. איין טאג, ווען רבינו הקדוש האט זיך געדרייט צוושען די תלמידים און צוגעהערט וויאזוי זיי לערנען, האט ער געהערט ווי דער רבי יוסי זיצט און לערענט, האט רבינו הקדוש געזאגט "וועמענס קול הער איך דא? דאס איז דאך די שטימע פון רבי אלעזר ברבי שמעון!" האט מען איהם געזאגט אז דאס איז דער בחור'ל וואס ער האט געראטעוועט און צוריקגעברענגט צו אידישקייט!

דאס מיינט אוהב את הבריות ומקרבן לתורה! אסאך תלמידים זענען זיכער געוועהן בייז אויף רבינו הקדוש ווען ער האט געגעבן סמיכה פאר א אויסווארף און א אפגעפארענע בחור בשעת ווען זיי אליינס האבן געמוזט ארבעטן זייער שווער צו באקומען די סמיכה, אבער רבינו הקדוש איז געוועהן א עכטע רודף שלום, ער האט געוואוסט אז אפילו אויב יעצט זענען זיי אויפגערעגט, איז אבער דאס וואס עס איז ארויסגעקומען דערפון א ריכטיגע ומקרבן לתורה א סימן אז ער האט ריכטיג אינזינען געהאט.


[center]הוי מתלמידיו של אהרן[/center]

די משנה באפעלט "הוי מתלמידיו של אהרן" אז מען זאל זיין א תלמיד פון אהרן הכהן. עס איז א אינטרעסאנטע לשון, ווייל זייט ווען באפעלט מען איינעם צו זיין יענעם'ס א תלמיד? אויב וויל הלל הזקן אז מען זאל טוהן די מידה פון שלום, זאל ער זאגן הוי כאהרן אוהב שלום ורודף שלום, פארוואס שטייט אז מען מוז זיין א תלמיד? - נאכמער פרעגט דער בעל החרדים, פון די תלמידים פון דער אר"י הקדוש אין צפת, פארוואס שטייט בכלל אז אזוי האט אהרן הכהן זיך געפירט? וועמען גייט עס אן? די משנה אין אבות איז דאך געמאכט נאר צו לערנען גוטע מידות, וואלט געדארפט שטיין פשוט הלל הזקן אומר הוי אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה?

אפאר טעמים זענען געזאגט געווארן אויף דעם.

דער בעל החרדים זאגט, אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן אייביג א תירוץ אויף זייערע שלעכטע מידות: "נו, אזוי בין איך". אזוי בין איך געבוירן און אזוי וועל איך שוין שטארבן. א איד דארף אבער וויסן אז ער דארף זיך אייביג לערנען נייע דרכים אין עבודת השם, און פונקט ווי א תלמיד גייט צו א רבי לערנען ווייל ער קען נישט אליינס, אזוי אויך גוטע מידות וואס מען האט נאך נישט דארף מען זיך לערנען פון א רבי, און נישט זיין צופרידן מיט זיך און זאגן שוין, פארפאלן, אזוי בין איך. דעריבער שטייט הוי מתלמידיו של אהרן הכהן, אז מען זאל זיך לערנען און אויסארבעטן די מידת השלום אזוי ווי א תלמיד וואס לערנט זיך נייע זאכן.

דער "מדרש שמואל", איינער פון די גרעסטע און בעסטע ספרים אויף פרקי אבות, ענטפערט, אז ביי מחלוקות איז יעדער פארזיכערט אז זיין צד זוכט באמת שלום נאר דער אנדערע צד איז דער וואס זוכט זיך צו קריגן. דערפאר זאגט די משנה, אז מען איז נישט יוצא צו זיין א רודף שלום דורף זיך איינרעדן, נו, איך בין אן אוהב שלום, איך קריג מיך נישט, יענער קריגט זיך, נאר מען דארף זיין א תלמיד פון אהרן הכהן, און טוהן וויאזוי ער האט געטוהן, גיין צו ביידע צדדים, און מאכן אז ביידע זאלן איינזעהן אז זיי דארפן טוהן מער צוריקצוברענגן דער שלום.

אין אנדערע ספרים שטייט געשריבן, אז אזוי ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט, זענען נאכגעגאנגן נאך אהרן הכהן'ס לוי' 80 טויזענט בחורים, וואס האבן זיך געהאלטן פאר זיין "מופת", אבער חוץ פון זיי שטייט אין פסוק אז "ויבכו אותו כל ישראל", גאנץ כלל ישראל האט איהם באוויינט, און די גמרא דרש'ענט אויף די ווארט "כל" אז דאס מיינט אויכעט די פרויען און די קינדער. יעדער איינער האט געוויינט. יעדער איינער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון אהרן הכהן, און יעדער איינער האט פארשטאנען די פארלוסט פון אזא מענטש וואס האט אזויפיהל געטוהן פאר שלום. דעריבער זאגט הלל הזקן אז מיר דארפן אויך זיך האלטן אזוי ווי די דאזיגע תלמידים פון אהרן הכהן, און ווען מען זעהט אז עס פעלט אויס שלום צו מאכן זאל מען פארשטיין דעם פארלוסט אויב מען טוהט עס נישט, און אנשטאטס באוויינען אז עס איז נישט דא ווער צו טוהן אין שלום, זאל מען אליינס זיין א רודף שלום.

עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי צו מאכן בעלי תשובות. איינס, איז צו ברענגן די תורה אויף זייער לעוועל, און זיי איבערעדן צו מקיים זיין די תורה. נאך א וועג איז צו מאכן אז דער מענטש זאל זיך אליינס גענענען צו די תורה. הלל הזקן זאגט, אז אויב מען פירט זיך צו זיין א אוהב את "הבריות", מען האט ליב א מענטש נאר ווייל ער איז א באשעפעניש, עס שטייט נישט אוהב את בני ישראל, עס שטייט נישט אוהב את בן אדם, נאר סתם דאס נידעריגסטע, אוהב את הבריות, דעמאלטס איז מען זוכה אז די ארבעט געלונגט און דער מענטש איז זיך אליינס מקרב צו די תורה, ומקר"בן" לתורה![/justify]
(- - -)
פארשפארט