קלוג און יונג האט געשריבן:די ערשטע ליין אינעם פאסט ארטיקעל ממחרת הכינוס אין סיטי פיעלד איז געווען
Even the hot-sauce ads were too hot for the Hasids.
מיין ערשטע ריעקשאן, אזוי ווי ענקער. זיי קענען נישט דערליידן אונזער באשיידנקייט.
אבער נאך א מינוט טראכטען האב איך זיך געכאפט און געשעמט. אפשר זענען זיי גערעכט.
אפשר איז א בושה אז אונז האב מיר א פראבלעם מיט א קערעקטאר פון א נקבה אויף א קעטשאפ באטל!
נישט אפשר, נאר זיכער. איז נישט א בושה אז אונז זעמיר אזוי פארקראכען פון א יסודות'דיגע, פונדאמענטאלע, פארשטענדליכע, שיינע רעליגיע, וואס אין אירע פונדאמענטאלע פסוקים איז אינקלאדעד אזעלכע ווי "ויאהב יעקב את רחל" און "ורחל היתה יפת תואר ויפת מראה" צו א ביגאטיד קולטור וואס פילט פאר וויכטיג צו צודעקן א פיגור אויף א באטעל האט סאס?! און צוויי און פערציג טויזענט עדאלטס זיצען דארט און ס'באדערט קיינעם נישט?
איז נישט א בושה אז מיר האבען זיך אזוי פארקירעוועט פון פונדאמענטל אידישקייט אז 75 פערצענט וואס ליינען יעצט דעס קרינגען ווען איך האב געברענגט אויבענדערמאנטע פסוקים פון חומש בראשית און פילען אז ס'איז עפעס א ערנידערונג צו ברענגען סתם אזוי דע פסוק בשייכות צו יעקב אבינו אהן טייטשען אז "ורחל היתה יפת תואר" מיינט סאם האו תואר ב....מדות אדער מצוות?
אונז האלט מיר אז אונז זענען באשיידען און די גוי פארגינט אונד נישט.
בעיסד אויף וועלכע נאלעדזש האלט מיר אזוי? בעיסד אויף אונזער לימיטעד קוק פון מכם ובכם און אלע אנדערע שיינע תורות. אפשר האט דע געלערנטע ריפארטער א בעסערע קוק פונדרויסען פונעם קולטור? אפשר איז ער גערעכט אז סיינס אויף א סטאר וואס פארבאטען קונדען מיט נישט צניעות'דיגע מלבושים א ווייטער מהלך פון סתם גיין און זיך אויפפירען צניעותדיג.
אפשר מיינט נישט יעדער וואס קריטיק, אז ער איז מקנא און האט אונז פיינט. אפשר האלטן זיי אז די אינדיווידועל וויל נישט דעס, און די סיסטעם האט א ליעש וואס שלעפט יעדן ביים האלדז.
אפשר איז א צוגעדעקטע באטעל קעטשאפ א פארשעמענדע מעסטער ווי אונז האלט מיר...
כ'האב נישט קיין אנדערע ווארט ווי 'חוצפה יסגי'!
אויף ענגליש איז דא אן אויסדריק: Young and stupid. כ'מיין אז 'קלוג און יונג' איז טאקע יונג - אבער גארנישט אזוי קלוג. נאר Young and stupid.
לאמיר עס מאכן קליפ און קלאר: אויב קומט דיין געדעכעניש פון פייפן אויף חז"ל, זאל דיר וואויל באקומען. אבער זאג עס קלאר ארויס! ווארף נישט דיינע שמוציגע וועש אינעם ריכטונג פון 'היינטיגן' כלל ישראל. אז אונז האבן חומרות משונות אשר לא שערום אבותינו [א זאך וואס כ'בין פולשטענדיג איינשטימיג דערמיט, אבער
דא קומט עס נישט אריין].
אלזא, לאמיר ארויסברענגען אפאר נקודות, ולכו נא וניווכחה יאמר אדנירם:
א' - פרוביר זיך צו פאר'חלומ'ען א רגע, שטעל דיך פאר דו זעסט אביי ורבא צו זאגאר ר' שמעון בר יוחאי מאכן א גענעראל פארזאמלונג. האסטו א הוה אמינא שבהוה אמינא'ס אז זיי וואלטן געזעסן מיט א בעקראונד פיקטשער פון א נקבה [אפילו א צנועה/כשירה/קערעקטער/אידיש'קע]?! אם כן, לא עלינו תלונותיך כי על חכמינו שבכל דור ודור!
ב' - האק א טשייניק א צווייטן מיט דיין ראי' פון 'ויאהב יעקב את רחל' וכדו'. ליבע איז אפשר א שיינע זאך אין אידישקייט, אבער צניעות איז א הלכה אין אידישן לעבן! וויאזוי שעמט זיך נישט א מענטש אזוי ביליג צו מאכן חכמי אתרא הדין, מיטן פארקויפן קאשע אלס געשמאקע טשולענט?! וואס האט יעקב אבינו'ס אהבה מיט אי-צניעות? האבן מיר דען ערגעץ געזען אז מ'ברויך נישט נזהר זיין אפילו א כלשהי בעניני צניעות?! אתמהה.
ג' - און ווער רעדט נאך פון פרעמדע פרויען/מיידלעך?! צו איז דאס אויך א ראי' פון יעקב'ס ליב האבן זיין ווייב אז מ'מעג קוקן און ליבן פרעמדע פרויען?! דיין אפטייטש איז אזוי אבסורד, אז ס'איז האר אויפשטעלנד!
ד' - וכבר העיר החכם השלם מרן 'שמעקעדיג'
viewtopic.php?p=30622#p30622, אז אויב שוין - ברענג זשע דעם פסוק פון אברהם אבינו וואס איז מעיד 'הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את'. אן אלטע באבושקע געווען, וואס חז"ל זענען מעיד אז די גאנצע וועלט האט גערודערט מיט איר שיינקייט - זייענדיג איינע פון די שענסטע פרויען אין די היסטאריע, און אברהם אבינו האט ניטאמאל געוואוסט וויאזוי זי זעט אויס. אלענפאלס, צוריק צום נקודה דידן: פרעמדע פרויען לא כ"ש???
ה' - לאמיר גיין צום נעקסטן נקודה: דיר שטערט אזוי שטארק אז א איד בעט [נישט פאדערט, נאר בעט. ער טאר שוין אפילו נישט 'וועלן' - דעמאקראטיע נוסח יונג און סטופיד] פון די וואס באנוצן זיך מיט זיין סערוויס, אז זיי זאלן 'ביטע' אריינקומען אנגעטון צניעות'דיג. קענסט מיר מסביר זיין פארוואס? דו האסט א ספק אז ער גייט נישט באקומען קיין שכר פאר דעם? דו האלסט נישט אז מען זאל רעספעקטירן א מענטש'נס רצון אין זיין אייגן געשעפט? און נאכמער, אפילו אויב דו ווילסט זיך אריינפייפן אין אים, האלסטו נישט אז מען מעג לפחות רעספעקטירן זיין רצון 'אויסצודריקן' וואס זיין ווילן איז?!
ו' - א רעפארטער, וואס נישט ער איז א צדיק, נישט זיין ווייב [האט ער?] איז א צנועה, קיינמאל חרטה געהאט אויף א ראייה אסורה... האקט און בראקט מכל הבא בידו. 'ער' איז גאר דער וואס קען 'דיסיידן' און האבן דעם 'דרויסנדיגן בילד' אויב אונז זענען צו עקסטרעם צו נישט?! למען ה', פונקט ער?! א שטיק חזיר וואס דמיונ'ט און טוט מיט פרעמדע פרויען כאות נפשו המשוקצה, גייט זיין דער 'מחליט' אויב מיר זענען צו עקסטרעם מיט אונזער צניעות צו נישט?! שעם דיך! אזא וואולגארישע טענה האב איך שוין לאנג נישט באגעגנט.
ז' - כ'ווייס נישט צו דער רעפארטער וואס באריכטעט שלעכטס אויף פרומע אידן טוט דאס אלס שלעכטס אדער נישט. אבער 'משום מה' איז אונזער הארץ נוטה אז זיי זענען פוסטע שלעכטע באשמוצערס ותו לא. אפאר סיבות צו טראכטן אזוי: 1. צווישן די הונדערט און איין גוטע זאכן וואס מ'קען ווען ברענגען פון די פרומע, זעסטו כמעט גארנישט, אבער שלעכטס זעסטו כסדר. 2. ולא זו אף זו, האבן זיי עפעס א גאונ'ישקייט צו נעמען די נאבעלסטע ארגעניזאציעס, און דאס אויך באשמוצן. א שטייגער - הצלה. אויב דאס איז נישט שנאה, וואס איז יא? 3. די ארס וואס ליגט צווישן די שורות ווען זיי דערמאנען א פרומע איד [תזכורת: פרשת מנחם שטארק]. 4. און צום לעצט, רוף מיך גלות איד. אבער די דייטשע 'אוסט-יודע' וואס איז געווען א דייטש מדת בני משה, איז געוואויר געווארן אז אונטער דעם העכסט אינטיליגענטע גוי ליגט צונויפגעוויקלט א 'הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב'. פארפאלן, דאס באגלייט אונז פון אנדריינוס קיסר ביז איזאבעלא מלכת שפאניע, פון די 'אויפגעקלערטע' גרינדער פונעם פראטעסטאנטישן אפטייטש צום קריסטנטום - מארטין לוטהער, ביז די אויפגעקלערטע דייטשן. דאס וועט אונז באגלייטן ביז משיח'ס טאג "If you like it or not"!!!
ח' - און צום לעצט: גערעכט ביזטו אז ס'איז דא א 'ליעש' וואס שלעפט אונז ווי געבינדענע קנעכט נאך די דיקטאטן פון... און טאקע צוליב דעם זענען מיר דא אינעם קאווע שטיבל. אבער מכאן ועד לומר אז צניעות האט מיט א ליעש, איז פאלג מיר א גאנג! דער וואס רעדט אזוי איז גארנישט אנדערש פון OTD און אודאי דארף אונזער פרומע קאמיונעטי נישט דולדן זייערע שטיק.
ולקינוח סעודה: כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן דא, אז מצד הדין איז אסור צו האבן דעם נארישן בילד פונעם יונגן נקבה. אבער דאס איז קלאר אז משום צניעות אמרו 'הרחק מן הכיעור', און טאקע וואס ווייטער אלס בעסער. און כ"ש איז ראוי וחשוב דעם בקשה פונעם געשעפט אייגנטומער אז מען זאל אריינקומען איידל אנגעטון. און ק"ו בן בנו של ק"ו אז מ'זאל נישט מסלף זיין און ברענגען ראיות מן המקרא אז די תורה האלט שטארק פון זען שיינע נקבות!