הגאון הגדול רבינו זרח אפרים זלזניק זצ"ל (זרח אור פה-סח)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הגאון הגדול רבינו זרח אפרים זלזניק זצ"ל (זרח אור פה-סח)

שליחה דורך לית דין בר נש »

הגאון הגדול רבינו זרח אפרים זלזניק זצ"ל

רבי אפרים איז געבוירן געווארן י' אב תרצ"א צו זיין טאטע הרב שלמה זלמן ז"ל און זיין מאמע לאה ע"ה זלזניק. זיין טאטע איז געווען ראש ישיבה אין ישיבת עץ חיים. ר' אפרים האט אין זיינע יונגע יארן געלערנט אין ישיבת עץ חיים און ער איז געוועהן זייער נאנט מיט הגאון רבי איסר זלמן מלצר זצ"ל. אלץ יונגער בחור איז ער געווען א בן בית ביי רבי איסר זלמן, און ער פלעגט שלאפן ביי אים אין שטוב און האט אים משמש געווען. איין יאר איז ער געשלאפן סוכות ביי אים אין סוכה, האט ר' איסור זלמן זיך אנגערופן צו איינעם ביי זיך אין שטוב: "איך דארף נאכאמאל איבערלערנען הל' סוכה ווייל דער בחור איז כל כולו יראת שמים און ער שאקלט מיר אינגאנצן אויף"! דאס האט ער געזאגט אויף אים ביי די פופצן יאר.

שפעטער איז ער געגאנגען לערנען צום בריסקער רב זצ"ל, ווי ער האט זוכה געווען צו א מורא'דיגע חביבות ביים רב הגרי"ז זצ"ל, ווי הגאון ר' מענדל אטיק און הגאון רב"ד פרובוסקי זצ"ל פלעגן אלץ זאגן, "מיר האבן אויך גערעדט מיטן רב, אבער דאס חביבות וואס דער רב האט אים ארויסגעוויזן דאס זיינען אונז אים מקנא". אפילו ווען דער רב איז שוין געווען שוואך און מען פלעגט נישט אייביג אריינלאזן תלמידים, איז אבער ר' אפרים געווען אן אויסנאם, און אים האט מען שטענדיג אריין געלאזט.

זיינע קינדער דערציילן אז ער האט אמאל שפאצירט אין גאס און ער איז געווען זייער פארטראכט פון זיין מצב ברוחניות, אינמיטן וועג איז אים דער רב אנטקעגן געקומען, האט דער רב אים געפרעגט, "פארוואס ביסטו צובראכן? עס איז דאך גוט, דו ביסט גוט"! אמאל האט ער אריינגערופן זיין זוהן ר' יאשע בער און ער האט אים געפרעגט, פארוואס איז ר' אפרים געווען אנגעצויגן ווען ער איז אריינגעקומען רעדן אין לערנען מיט מיר? האט ר' יאשע בער געענטפערט אז ער איז געווען פארנומען מיטן זיך אריבערציען א דירה, האט זיך דער רב בארואיגט. אזוי האט זיך דער רב כסדר געזארגט פאר ר' אפרים.

ווען ער האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים, האט זיך אמאל געמאכט א חבורה בחורים וואס זענען געפארן צום חזו"א זצ"ל פאר א ברכה און צו רעדן און לערנען מיט אים. ר' אפרים איז מיטגעפארן, אבער ער האט גארנישט גערעדט. ער איז געשטאנען אין דער זייט און פשוט געקוקט אויפן חזו"א, באטראכטנדיג צורת קדשו. דער חזו"א האט דאס באמערקט, האט ער אים צוגערופען און געפרעגט זיין נאמען און זיין מאמע'ס נאמען, און האט אים אנגעווינטשן ער זאל האבן א אפענע הארץ אין תורה. און ר' אפרים האט אלץ געזאגט אז פון דעמאלס אן האט ער געשפירט בחוש ווי זיין קאפ האט זיך אויפגעמאכט אין לערנען. און ער האט טאקע א נאמען געגעבן זיין זוהן "אברהם ישעיה", נאכן הייליגן חזו"א פאר דער טובה וואס ער האט אים געטוהן.

תורתו ועבודתו

ר' אפרים איז געווען א מגי"ש אסאך יארן אין ישיבת מצוינים ווי ער האט פארגעלערנט שיעורים טעגליך. שפעטער ווען הגאון ר' מענדל אטיק האט געוואלט עפענען זיין ישיבה, האט ער געזאגט, איך עפן נאר א ישיבה אויב הגאון ר' אפרים איז גרייט צו קומען ווערן מגי"ש! און ר' אפרים איז טאקע דעמאלס אריבער צו ישיבת ארץ צבי ווי ער איז געווען דער מגי"ש ביז זיין פטירה כ"ה שבט תשס"ה.

ר' דוד אטיק פארציילט אז ווען ער איז געגאנגען לערנען אין ישיבת מצוינים ביי ר' אפרים (בדרך אגב האט ר' מענדל אים דעמאלס געזאגט, זאלסט וויסן איך שיק דיר לערנען ביי א קדוש וטהור און א רב הדומה למלאך ה' צבאות), איז אויך דעמאלס געקומען א בחור פון בני ברק דארט לערנען, עס איז יענע יארן נאכנישט געווען איינגעפירט אז בחורים פון איין שטאט זאלן פארן לערנען צו א צווייטע שטאט, האט ר' דוד אים געפרעגט, פארוואס ביסטו אהערגעקומען לערנען? האט אים דער בחור געענטפערט, איך בין אריין צום סטייפלער פרעגן וואו איך זאל גיין לערנען, האט אים דער סטייפלער געענטפערט בזה הלשון: "היינט איז שוין נישט דא קייין גוטע מגידי שיעורים וואס לערנען אויס גוט צו לערנען, דאס איז שוין בטל, אבער איך האב געהערט אז עס איז דא א חשובע'ר איד אין ירושלים וואס הייסט ר' אפרים זלזניק, און אויף אים זאגט מען אז ער איז נאך א גוטער מגיד שיעור".

ר' אפרים איז געווען א מגיד שיעור וואס מען זעהט נישט בכלל היינטיגע צייטן. זיין עבודה אז דער שיעור זאל געלונגען איז געווען אויסטערליש. קודם האט ער נישט נישט אנגענומען א מגיד שיעור פאסטן ווילאנג ער האט געענדיגט צוויי מאל גאנץ ש"ס, ער האט געזאגט אז ער קוקט זיך פאר פאר יעדע שיעור לכה"פ 18 שעה! ווילאנג ער איז נאך געווען בכח פלעגט ער פאסטן ביז נאכן שיעור. ער פלעגט נעמען א ברכה פארן אריינגיין צום שיעור פון א שואל ומשיב וואס פלעגט זיצן ביי זיין שיעור, צי פון דער וואס פלעגט אים משמש זיין, און ער פלעגט בעטן "ווינטש מיר אהן דער שיעור זאל זיין מיט הצלחה". ער פלעגט געבן צדקה בעפאר יעדע שיעור 50 צו 100 ש"ח אז דער שיעור זאל אדורכגיין מיט הצלחה.

איידער ער האט אנגעהויבן צו לערנען פלעגט ער קוקן אויף א בילד פון רי"ל דיסקין זצ"ל, דאס האט אויף אים ארויף געברענגט א יראה, און ער האט זיך גלייך דערויף געזעצט לערנען. ער פלעגט האבן א סדר פון לערנען 8 שעה ברצופות. איינמאל ער האט אנגעהויבן לערנען האט מען אים נישט געקענט מער מפסיק זיין. איינמאל האט ער געקוקט אויפן בילד אבער ער האט נאכנישט אנגעהויבן לערנען, און זיין ווייב איז אריינגעקומען, זי האט עפעס זייער וויכטיג געדארפט רעדן מיט אים, ער האט איר געוויזן אז ער קען נישט יעצט רעדן ווייל ער האט שוין אנגעהויבן לערנען, האט זי אים געזאגט: "דו ווייסט איך שטער דיר קיינמאל פון לערנען, אבער יעצט איז עס גאר וויכטיג, און אויב וועל איך נישט יעצט רעדן מיט דיר וועט עס דארפן ווארטן ביז דעם קומענדיגן טאג"! אבער הוא בשלו, ער האט בשום אופן נישט מפסיק געווען, און ער האט שפעטער מסביר געווען אז דאס קוקן אויפן בילד איז שוין אויך א חלק פונעם לערנען.

א געוויסע תקופה האט ער געלערנט מיט הגאון ר' אברהם אטיק בחברותא יעדע נאכט אין אחוה שוהל, און ער האט קיינמאל נישט צוגעמאכט די גמרא ערשט, ד.ה. ער האט נישט געוואלט זיין דער וואס איז מפסיק דאס לערנען, נאר ווען ר' אברהם האט זיך געוואלט גיין לייגן האט ר' אברהם ערשט פארמאכט זיין גמרא, און הערשט דערנאך האט ר' אפרים פארמאכט זיינס. אמאל האבן מענטשן געבעטן פון ר' אברהם ער זאל נישט צומאכן זיין גמרא, און לאמיר זעהן ווילאנג ר' אפרים וועט זיך האלטן... וכך הוה, ער האט טאקע אזוי געטוהן, און זיי זענען געבליבן לערנען ביז ר' אפרים'ס רביצין איז זיך געקומען בעטן ביי אים ער זאל צומאכן זיין גמרא, ווייל כידוע איז ר' אפרים געווען גאר א שוואכער מענטש, און זי האט געוואוסט אז דאס וועט אים שאטן.

ראחמיסטריבק'ער רבי פון ירושלים זצ"ל פלעגט אויך לערנען דארטן אין אחוה שוהל, האט ער אמאל זיך אויסגעדרוקט פאר זיין חברותא: "איך ווייס נישט ווען דער איד שלאפט, ער זיצט דא שפעט ביינאכט און 3:30 זעה איך אים שוין אין מקוה!" ער פלעגט גיין מער ווי איינמאל א טאג אין מקוה, פארן דאווענען איז ער נאכאמאל געגאנגען אין מקוה און ער האט אראפגעלייגט א מורא'דיגע עבודה ביים דאווענען.

מדותיו, קדושתו ופרישתו

איבער זיין קדושה און יראה קען מען גאר אסאך שרייבן. ער פלעגט זיך אלץ אויסדרוקן, "דער יצר הרע איז א מלאך, ווער קען זיך שלאגן מיט א מלאך?" אזוי האט ער געלעבט אלע יארן אז מען טאר זיך גארנישט נאכגעבן ווייל מיטן יצר הרע קען מען זיך נישט שלאגן. זיין שמירת עינים איז געווען אויסטערליש, אז עס זענען געווען נשים פארנט פון אים פלעגט ער לויפן פאראויס כדי נישט צו זיין אחורי אשה. ער פלעגט פארלערנען שבת א שיעור חומש רש"י אינדערהיים, אין די זומער טעג פלעגט זיין גאר הייס, קיין עיר קאנדישן האט נישט געארבעט, פלעגט ער לאזן עפענען די פענסטער. אבער אויב האט מען געהערט א קול פון א קליין מיידל זיך שפילן אינדרויסן האט ער אויפן רגע געהייסן פארמאכן די פענסטער און אזוי איז מען געזעצן ביז סוף שיעור.

נאך זיין חתונה האט ער געזאגט פאר זיין רביצין אז זי קען קאכן וואס זי וויל, אבער וואס זי קאכט זאל זי קאכן יעדע טאג (ד.ה. נישט טוישן מעניוס און מאכן יעדע נאכט עפעס אנדערש). ער האט איר נאר געלאזט טוישן יעדע תקופה יעדע פאר וואכן. זיין רביצין האט פארציילט אז נאכן חתונה האט ער איר געזאגט, "קען זיין דו וועסט האבן שוועריגקייטן פון מיין מהלך החיים, אבער איך האף אז די שוועריגקייטן וועלן אוועקנעמען אנדערע פראבלעמען וואס אנדערע מענטשן האבן". און זי האט אויסגעפירט אז אין אלע אירע יארן איז זי קיינמאל נישט געווען אין שפיטאל מיט א קינד!

נאך די פטירה פון הגה"צ ר' בנימין ראבינאוויטש ז"ל איז ר' אפרים געגאנגען מנחם אבל זיין זיינע קינדער. האבן זיי אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען מנחם אבל זיין, וואס האט ער געהאט מיט זייער טאטע? האט ער זיי געזאגט אז ער האט אמאל געהאט א טובה פון ר' בנימין זצ"ל און דערפאר איז ער געקומען, אבער ער האט נישט געוואלט פארציילן וואס די טובה איז געווען. הערשט שפעטער נאך אים אסאך מוטשען האט ער געזאגט אז ער האט זיך געוואלט מקבל זיין נאר צו עסן ברויט אהן קיין שום צושפייז, און ר' בנימין ז"ל האט אים געזאגט אז דאס איז נישט קיין מהלך ער וועט נישט קענען אנגיין אזוי, נאר ביים סוף פון יעדע סעודה זאל ער עסן אביסל ברויט.

יעדע זאך וואס איז גישעהן צו אים האט ער געהאט א סיבה פארוואס דאס האט פאסירט. איינמאל האט ער געכאפט א הארץ אטאקע אינמיטן די הקפות שמחת תורה, ר' מענדל אטיק איז אים געגאנגען באזוכן, האט ער געזאגט פאר ר' מענדל, איך ווייס פארוואס דאס האט פאסירט, איך האב געהאט אפגעמאכט אויף א געוויסע מאכל אז דאס דארף איך נישט האבן, עס איז סתם מותרות, און איך האב עס טאקע נישט געגעסן פאר א תקופה, אבער הושענא רבה האב איך עס גיגעסן, און דעריבער האב איך געכאפט די הארץ אטאקע שמחת תורה.

עס איז דא א איד אין ירושלים א נחבא אל הכלים וואס פארציילט אז ער איז געווען א חבר מיט ר' אפרים פון ישיבה עץ חיים, און זיי האבן געהאט א קביעות אז יעדן טאג נאך ישיבה זענען זיי געגאנגען צו מענדל ראנד'ס שוהל, און ר' אפרים פלעגט אים איבערזאגן זיין גאנצע טאג, א חשבון הנפש פון אלעס וואס ער האט געטוהן יענע טאג (כמבואר ברמב"ם). דארט האט זיך געדרייעט א איד מיט א מאדנע פנים און די קינדער פלעגן לאכן פון אים. איין טאג בשעת ר' אפרים איז דארט געזעצן האט ער ארויסגעלאזט א שמייכל. ער איז גלייך צוגעלאפן צו דער חבר אז ער איז נכשל געווארן און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן, און פאר א לאנגע תקופה דערנאך האט ער זיך טעגליך אויסגערעדט צו זיין חבר "וואס וועט זיין מיטן שמייכל וואס איך האב געלאכט פון יענעם"? ווען ר' אפרים איז שוין געווען נישט געזונט האט ער אים אמאל געלאזט רופן און געפרעגט, "דו געדענקסט נאך יענע מעשה? יענער איד לעבט שוין נישט היינט, איך גיב דיר א שיינעם סכום געלט און נעם א מנין צום בית החיים און בעהט אים מחילה בשמי ווייל איך האב נישט קיין מנוחה דערפון".

איינער פון זיינע מקורבים האבן זיך אמאל באקלאגט פאר אים אז זיינע חנוכה ליכט ברענען נישט שיין, און ר' אפרים זאל אים געבן א עצה דערויף. האט אים ר' אפרים געזאגט, דו ווייסט וויפיל תעניתים איך האב געפאסט אז די ליכט זאלן ברענען שיין.

זיין זוהן האט פארציילט ביי די שבעה, אז אפאר חדשים בעפאר זיין הסתלקות האט מען אים געקויפט א פלעסטיק בענקל מיט הענטלעך, אין אלגעמיין פלעגט ער שטענדיג זיצן אויף א בענקל דווקא אנע הענטלעך. נאך אפאר טעג האט אים דער זוהן געפרעגט צי ער שפירט זיך בעסער אין דעם נייעם בענקל, האט ער געענטפערט: "דאס איז דער כח פונעם יצר הרע, ער שיקט מיר אזעלכע עולם הזה זאכן מיר מכשיל צו זיין...", האט אים זיין זוהן געזאגט, אבער דיין ברודער ר' אברהם יעקב (ראש ישיבת עץ חיים, נסתלק תש"ע בגיל 98) האט אויך אזא בענקל! האט ער זיך אנגערופן: "אברהם יעקב האט נישט קיין יצר הרע, ער האט נאך קיינמאל געזינדיגט, אבער איך האב א גרויסע יצר הרע...!".

ביי זיין יונגסטע קינד האט די ישיבה געמאכט א שבע ברכות, און מען האט גערופן איינער פון ר' אפרים'ס ידידים זאל רעדן לכבודו. ווען ער האט באמערקט ווי יענער שטעלט זיך אויף רעדן האט ער פארשטאנען אז יענער גייט רעדן בשבחו, האט ער פארשטאפט זיינע אויערן כדי נישט צו הערן ווי מען רעדט פון אים.

א באזונדערע עבודה האט ער געהאט מיט שמות. וואו אימער ער האט נאר געזעהן א שטיקל שמות, אין גאס צי אין ביהמ"ד צי הויך אויף א שאנק, איז ער געקראכן עס אוועקלייגן אין א מקום משומר. אזוי אויך פלעגט ער פאררעכטן די פרוכת אויפן ארון הקודש אז עס זאל זיין אינגאנצן פארמאכט, נישט צוגעצויגן צו איין זייט. אויך פלעגט ער אויסרופן דעם מולד שבת מברכים אין אלע שטיבלעך אין זכרון משה, אלס א תשובת המשקל אז ער האט אמאל געזאגט אז אויסרופן די מולד איז נישט מעכב. איינמאל האט ער זיך טועה געווען און ער האט אויסגערופן א נישט ריכטיגע חלק און ער האט נאכדעם געזאגט אז ער איז יעדע מאל מתפלל אז ער זאל נישט מאכן קיין טעות, און דאס מאל האט ער פארגעסן מתפלל צו זיין.

איינמאל איז ער געגאנגען אויפן גאס שבת און ער האט געזעהן א שטיקל שמות אויף דער ערד. ער האט עס נישט געוואלט אויפהייבן (צי ווייל ער האט נישט געטראגן צי משום חשש מוקצה), איז ער געבליבן שטיין דערנעבן א לענגערע צייט און אכטונג געגעבן דערויף עס זאל ח"ו נישט צוקומען לידי בזיון. ווען עס איז געווארן זמן מנחה האט ער געבעטן א בחור אויב ער קען אים איבערנעמען פאר א וויילע און אכטונג געבן דערויף כדי ער זאל קענען גיין דאוונען מנחה, און גלייך נאך מנחה איז ער צריקגעקומען דארט שטיין ביז מוצ"ש.

ער פלעגט מתפלל זיין פאר גאר אסאך מענטשן, איך געדענק אין ישיבה פלעגן בחורים צוגיין צו אים בעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר זיי, פלעגט ער זיי ענטפערן, איך האב דיר אינזין דריי מאל א טאג, און ער פלעגט זיי זאגן זייער נאמען, ווי למשל אברהם בן שרה, כדי צו ווייזן אז ער געדענקט זיי. און נישט נאר בחורים פון ישיבה, אפילו סתם מענטשן פלעגן זיך ביי אים כסדר מזכיר זיין און ער האט געדענקט יעדעם'ס נאמען.

אמאל האט א בחור געדאוונט מנחה פארן עמוד און ער האט איבערגעזאגט דעם שם ביי איין ברכה צוויי מאל, און ר' אפרים איז בלאס געווארן, און ער האט זיך ממש געשאקלט אויף זיין בענקל פאר פחד, אז יענער האט מוציא געווען שם שמים לבטלה.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
בייגעלייגטע פיילס
באמצע הלימוד.jpg
באמצע הלימוד.jpg (170.05 KiB) געזען געווארן 6821 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לית דין בר נש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ר' אפרים איז געווען מפורסם מיט זיין צדקות און אלס א קלארער לערנער, אבער הגאון הגדול?? דער אמת איז אבער אז ס'ווענדט זיך ווער ס'ווערט באטיטולט אלס סתם גאון, און לויט דעם קען מען אפשר שרייבן אויף ר' אפרים הגאון הגדול.
באמת פאסט זיך מער א טיטול ווי חו"פ אדער ציס"ע.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

האסט ביי איהם געלערענט? וואלסט אנדערש גערעדט. זיינע שיעורים זענען געוועהן עמוק עמוק, מיט גדלות. ס'קלינגט נאך אין די אויערן. הוי מי יתן לנו וכו'.
(- - -)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@שמעון וואלף אפשר ביזטו מסביר די גיידליינס פון הגאון הגדול?
איך בין זיכער אז דו האסט נישט געליינט די הערכה פון לית דין בר נש,

אפי'ר'יצחק מוואודריטש וואס האט זיך בשעתו ווען תלמידיו האבן ארום געקאכט מיט הספידים, האט זיך ר' יצחק מוואודריטש זיך אוסגעדרוקט מיט דברי זלזול אויף עם מחמת חוסר ידיעתו און ער האט שפעטער טאקע חוזר געווען ברבים,
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

עמעזאן האט געשריבן:
אפי' ר'יצחק מוואודריטש וואס האט זיך בשעתו ווען תלמידיו האבן ארום געקאכט מיט הספידים, האט זיך ר' יצחק מוואודריטש זיך אוסגעדרוקט מיט דברי זלזול אויף עם מחמת חוסר ידיעתו און ער האט שפעטער טאקע חוזר געווען ברבים,

אפילו???!!!
Under influence
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

ס'שיינט אז בוגרי הישיבה הגדולה זענען פיין רעפרעזענטירט אין שטיבל דא. די ישיבה למצויינים האט פראדוצירט מער קאווע שרייבער ווי מגי"ש.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נאר די ניקס מיט שמוציגע וואלענע טלית קטן'ס זענען אטיק תלמידים.
Under influence
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

עדיאל האט געשריבן:ס'שיינט אז בוגרי הישיבה הגדולה זענען פיין רעפרעזענטירט אין שטיבל דא. די ישיבה למצויינים האט פראדוצירט מער קאווע שרייבער ווי מגי"ש.

אין די אלכסנדר צימעס אשכול זיצן זיי שטיל
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

חשובע חברים לאמיר נישט אריינגיין וויפיל ניקס ישיבה ארץ צבי האט אהער גישטעלט
לאמיר ענדעש הערן פון נאך אפאר תלמידים זייער הערכות אדער סתם זכרונות פון ר' אפרים זצ"ל
(מען קען עפענען א באזונדערע אשכול פאר זכרונות פון די ישיבה און איך וועל אי"ה אויך אריינרעדן)
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געהערט פון א תלמיד מובהק ומשמשו הרה"ג יעקב עקיבה שישא ווען זיין קינד איז געווארן 3 יאר האט ער עם געברענגט צו ר' אפרים אין שטוב מקבל זיין ברכת קדשו, האט ר' אפרים געזאגט אז א קליין קינד דארף מען נאך מקרב זיין צו תורה מיט זיסווארג, איז ער געגאנגען אין קיך ברענגען עפעס זיסווארג.... ער קומט צוריק וואס מיינט איר וואס האט ער געברענגט, א באנאנע!! דאס שוין געווען זיין השגה פון א זיסווארג וואס מען מעג נאך געבן פאר א קליין קינד...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

פישלע העררינג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:ר' אפרים איז געווען מפורסם מיט זיין צידקות און אלס א קלארע לערנער, אבער הגאון הגדול?? דער אמת איז אבער אז ס'ווענד זיך ווער ס'ווערט באטיטולט אלס סתם גאון און לויט דעם קען מען אפשר שרייבן אויף ר' אפרים הגאון הגדול.
באמת פאסט זיך מער א טיטול ווי חו"פ אדער ציס"ע.

האסט ביי איהם געלערענט? וואלסט אנדערש גערעדט. זיינע שיעורים זענען געוועהן עמוק עמוק, מיט גדלות. ס'קלינגט נאך אין די אויערן. הוי מי יתן לנו וכו'.


משום גילוי קען איך נישט זאגן אויב כ'האב געלערנט ביי אים... אבער אויף ר' מנדל אטיק וואלט איך בעסער פארדייט דעם טיטול הגאון הגדול. לאמיך דא גיבן א משל. ר' מנדל האט געקענט זאגן שיעורים אויף עטליכע סוגיות אינעם זעלבן טאג, ביי ר' אפרים איז דאס נישט געווען.

אדרבה,זאג מיר אין וועלכע מקצועות התורה ער איז געווען באקאנט חוץ פון די פאר ישיבה'שע מסכתות
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ער האט העפטעס (חידושי תורה, יעדע תלמוד גידענקט זיינע העפטעס) אויף גאנץ ש"ס די ישיבהשע מסכתות און קדשים דאס האט ער דויך גילערנט אין בריסק און ער האט אויף מועד אויך און אויף טהרות און ווער רעדט נאך פון ידים און חלה וכו'
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'האט געפעלט אינ'ם ארטיקעל אפאר ווערטער "ס'איז דא עפעס חוץ זיצען אין לערנען?!" ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז א תלמיד קען שרייבען א הערכה אויף איהם אן די ווערטער.
טאקע ס'איז אמאל געווען א הכנסת ספר תורה צום 'אמעריקאנער שול' אין שכונת אחוה און ר' אפרים האט באטייליגט. דערנאך האט ער זיך געזעצט אין אחוה שול זיך אפרוען אפאר מינוט. ער האט מיר געזען דארט און געבעטען איך זאל איהם אהיימנעמען, זייענדיג שוואך און אין געפאר פון פאלען. ער האט מיר געזאגט "אה, א געשמאק א הכנסת ספר תורה. אבער צו זיצען און לערנען קומט עס נישט!"
איך האב נישט געלערנט אין ישיבת ארץ הצבי, נאר אין בריסק, אבער מיין דירה איז געווען א תקופה קעגען איבער זיינס. פארשטייט זיך ווען אמעריקאנער בחורים האבען א דירה אין א געשטופטע געגענט, פארגעסט מען אמאל אז מ'לעבט צווישען אנדערע, און איינמאל האט זיין רעבעצין געבעטען איינער פון די בחורים אז מ'זאל זיך האלטען שטילער. זי האט געצייגט מיט'ן פינגער אויף איהר מאן "ער שטייט דאך אויף דרייער פארטאגס און ער דארף זיין שלאף". ר' אפרים האט געשאקעל'ט מיט'ן פינגער "נו רעד נישט פון מיר".
איך האב אויך זוכה געווען צו דאווענען אפאר יום כפור'ס מיט איהם און באטייליגען אין זיין חומש רש"י שיעור שבת נאכמיטאג אפאר מאל. מ'האט געוויסט אז מ'גייט קיין א"י און מ'וויל זען עפעס אנדעריש, וואס איז שווער צו זען אין חו"ל, אי כדאי צו כאפען א בליק.
יהי זכרו ברוך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ליטוואק הונדערט פראצענט גירעכט ביי יעדע איינציגע שיעור פלעגט ער דאס זאגן. ער פלעגט ענדיגן יעדע שיעור מיט מוסר און ער פלעגט אייביג אינמיטן אריין ווארפן אין לנו שיור רק התורה הזאת! ס'איז דא עפעס חוץ זיצן און לערנען?

אגב האב איך באקומען אין אישי פון א תלמיד וואס האט דוירט גילערנט שפעטער ווי מיר (אין די סמך'ס) אז מען האט אמאל גיוואלט פאהרן אויף א שבת קיין מירון און ר' מענדל האט זיך פארעקשנט אז מען דארף האבן רשות פון ר' אפרים איז ר' יעקב שישא אריין מיט צוויי בחורים פרעגן רשות צו מען קען פאהרן. פרעגט אים ר' אפרים עס איז דא דוירט גמרא'ת און זיי האבן זיך צושמייכלט האט ער זיי גיפרעגט פרייטאג דארף מען נישט לערנען? און ער האט בשום אופן נישט געוואלט לאזן פאהרן ווייל עס איז ביטול תורה.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

היינט נאכט איז די יארצייט
זאלן די תלמידים זיך אביסל דערמאנען די קדושה וואס האט געשיינט פון דער איד
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ארטיקל קאפיערט דורך אן אייוועלטניק

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=29392&sid=d71c21820710cbda3898aa14e1c4355f
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שמעון וואלף האט געשריבן:ארטיקל קאפיערט דורך אן אייוועלטניק

www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=29392&sid=d71c21820710cbda3898aa14e1c4355f

און, עס איז שוין נישט דוירט!
מען איז נאכגעגאנגען די מקור און גלייך פארמעקט!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז נישט פארמעקט, ס'איז אין זייער מאחורי. ווייל ס'שטיייט נישט אז ס'געפינט זיך זיך נישט. נאר אז מ'האט נישט קיין רשות עס צו ליינען.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

יארצייט כ"ה שבט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
טיאטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re:

שליחה דורך טיאטע »

לית דין בר נש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 03, 2016 5:22 pm היינט נאכט איז די יארצייט
זאלן די תלמידים זיך אביסל דערמאנען די קדושה וואס האט געשיינט פון דער איד
היינט נאכט
פארשפארט