א ווארט פונעם גראפיקער [ק"ש פאראיינוגט כלל ישראל]/פה-סח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

א ווארט פונעם גראפיקער [ק"ש פאראיינוגט כלל ישראל]/פה-סח

שליחה דורך מה הוא »

פה-סח לנו שער בעת נעילת השער
דאס איז די ריכטיגע ווערטער דא אנצוהייבן האלטנדיג מיטוואך מיטאג שוין אין צייט וואס דער עולם ווארט שוין מיט שפאנונג אויף די מינוטן וואס די אינהאלטרייכע קאווע שטיבל אויסגאבע "פה-סח" זאל ארויסקומען.
אלץ גראפיקער האב איך איינגעזען אז נאכן אריינלייגן וואכן און אזויפיל שעות ארבעט איז נישט מער ווי גערעכט אריינצישטעלן מיינע פאר ווערטער אביסל א בליק פון אינעווייניג ווי גערופן אונטער די פארהאנג, און איך האף אז איך וועל עס קענען ענדיגן אין צייט אז עס זאל טאקע למעשה אריינגיין.
מיר געפונען זייער אן אינטערסאנטע זאך ביי די מכות אין מצרים ביי די ערשטע 8 מכות זעען מיר טאקע פון צייט צו צייט ווי פרעה וויל אז די מכות זאל זיך אויפהערן אבער ער קען עס אראפשלינגן זיין הארץ איז דאך הארט געווען ,
אבער נאך מכות חשך זעען מיר שוין גאנץ א נייע דערהער נאך די 6 טונקעלע טעג ביי די מצריים ווערט שוין א גאנצע יו"ט ביי כלל ישראל לויט די פסוקים אין די תורה זעט זיך אויס ווי מען פילט זיך דארט ווי מען איז שוין ארויס פון דעם גאנצן גלות מצרים עס זעט זיל עפעס אויס ווי די גאולה איז שוין דא, פאר חושך האבן די מצריים נאך פראבירט דא דארט צו פיינוגען די יודן זיי האבן דאך נישט געקענט אזוי שנעל אויפגעבן אויף זייערע קנעכט אבער נאך חושך איז שוין געווען ווי א נייע זאך די מצריים זענען געווען עפעס ווי יודן פריינד, ווי מיר געפונען טאקע אז השי"ת האט געהייסן דבר נא באזני העם וישאלו איש מאת רעהו ואשה מאת רעותה כלי כסף וכלי זהב און מיר זעען אז די מצריים האבן דאך געגעבן אזוי גערן ווי נאנטע בארגן איינער פארן אנדערן,
איז וואס איז באמת פשט וואס איז חושך געווען אנדערש ווי די פארגאנגענע 8 מכות אז אלעס האט זיך געטוישט?! נאר עס איז זייער פשוט ביי אלע מכות ווי ארג עס איז נאר געווען איז עס געווען פאר אלע מצריים צוזאמען יעדער האט צוזאמען געליטן און מען האט זיך מחזק געווען איינער דעם אנדערן יעדער האט געזען ווי דער צווייטער ליידט אויך שטייט מען דעך אינעם זעלבן מצב האט מען זיך געשטארט און מען איז ווייטער אנגעגאנגען,
אבער ביי חושך איז שוין געווען א פרישע מעשה דארט איז געווען פינסטער קיינער האט נישט געקענט זען דעם אנדערן און די צווייטע דריי טעג האט מען ניטאמאל געקענט רעדן איינער מיטן צווייטן דא האט שוין יעדער געהאט זיין אייגענע צרה זיינע אייגענע מיטמאכעניש דאס האט זיי צובראכן.. און דא איז שוין געווען די ישועה פאר די יודן זיי זענען שוין פריי געווען נאך די זעקס טעג פון מכות חושך האבן זיי געטראפן א גאנצע לאנד פון צוקלאפטע מצריים און דאן האבן זיי שוין געקענט טון וואס מען האט געוואלט אפי' זיי בעטן זייער האב און גוטס
(באמת קען מען אריינגיין אסאך טיפער נאר די צייט ערלויבט נישט, אדרבה שפינט עס ווייטער),
במה דברים אמורים עס מאכט זיך אייביג ביי יעדעם אמאל א מינוט וואס עס גייט נישט אזוי מען וויל איינער מער און איינער ווייניגער און נישט אלעס פירט זיך ווי פארגעשריבן און מען האט א שווערע מינוט איז א יוד איז קיינמאל נישט אליין אייביג האט ער מיט וועם דאס צו מיטטיילן און אמאל אז מען קען נישט מיטטיילן מיט אנדערע פאר וועלעכע סיבה אדער מען דארף איינער גלייכן וואס קען ארויסהעלפן ווייסט יעדער אז די ריכטיגע פלאץ דערפאר איז "קאווע שטיבל" פאר סיי וועלכע ענין צו וועלכע חלק מען וויל נאר אנקומען איז די ריכטיגע פלאץ פאר אלע אונזער קאווע שטיבל ווי מיר זעען די ווערטער "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" וואס איז שטארק אמת מיר האבן סיי די רואיגקייט און סיי די שמועסן און פארברענגען
און ווי עס איז באוויסט די ווארט פון אוהב ישראל אז פסח איז די ריכטיגע צייט וואס גייט אריין אסאך מער ווי א גאנץ יאר און וואס מען זאגט פסי בלייבט אסאך מער איינגעקריצט
איז אוודאי איז די פאסיגסטע יעצט אין די פסח טעג וואס די ישועה און גאולה איז געקומען דורך דעם ענין וואס עס ווערט דא אויסגעצייכענט, ארויסצוקומען מיט די גאר רייכע אויסגאבע וואס זאל קענען באשיינען יעדע יודישע הויז בזמן חירותינו און דאס זאל איינגעקריצט ווערן די ריכטיגע שיינקייט און אויסגערופנקייט פון קאווע שטיבל.
יעצט צום פינטל: יעדער האט מיטגעהאלטן ווי אונזער טייערע און אלעמען באליבטן "כוכב" האט פאר אריבער דריי וואכן צוריק געגעבן דעם לעצטן ווארענונג אז אויב עס איז נישטא קיין גרעפיקער וועט צום סוף קיין אויסגאבע אויף פסח נישט ארויסקומען איך האב דאן געפילט ווי די ווערטער רעדט צו מיר און אין מיר ווענדט זיך דער טובת הרבים און איך טאר עס נישט דורך לאזן אלץ גאסט דא האב איך מיר תיכף איינגעשריבן אלץ מעמבער און זיך געמאלדן אז איך קען נעמען אויף מיר די ארבעט.. און עס איז געמאלדן געווארן אז "מה הוא" וועט מאכן די גרעפיקס און עס וועט אויף יו"ט אי"ה ארויסקומען אן הערליכע ארבעט
און דאן האט זיך אנגעהויבן די פילע ארבעט ווי עס האט אנגעהויבן אריינצופליסן רייכע ארטיקלעך ווי מען האט נישט געקענט נאכקומען די פילע פארלאנג און מיר האבן טאקע אויסגעוועלט נאר די עדית שבעדית אז עס זאל נאר זיין די גאר געלונגענע ארבעט צווישן אונז, און איך וועל זאגן דעם אמת אז איך האב מיר נישט גערעכנט אויף אזויפיל ארבעט און ווי כוכב האט מיר לעצטנס געפרעגט צו איך ווייס וויפל שעה איך האב אריינגעלייגט דערין די ענטפער איז ניין ווייל איך האב ניטאמאל געהאט קיין צייט אריינצוטראכטן און אויסרעכענען מיינע שעות צוליב די יאגעניש אבער עס ליגט אסאך אסאך מער ווי מען קלערט עס איז גאנצע דריי וואכן ארבעט ווי עס איז און די הויעכע צענדלגע שעות צו נישט מער און איך ווייס נישט צו איך מעג זאגן אבער ווען איך וואלט געוויסט וויפל ארבעט עס ליגט אין אזא אויסגאבע בין איך נישט זיכער צו איך וואלט עס געטון..אבער ב"ה עס איז ארויסגעקומען אן הערליכע דבר השלום ומפואר האב איך זייער הנאה אז איך האב א שטיקל חלק דערין און אין די חלק פון צושטעלן א שמחת יום טוב פאר אזויפיל יודישע קינדער.
פאר איך ענדיג פיל איך אז איך דארף ארויסברענגען די חלק פון כוכב איך האב אריינגעלייגט אומציילבארע שעות אין דעם פלאץ אבער איך קען ניטאמאל אריינקלערן וויפל צייט כוחות און וואס נישט אונזער הרב כוכב האט דא אריינגעלייגט, איך בין נאר איין זייט איך האב אויסגעשטעלט אבער אונזער כוכב איז געווען פון ביידע זייטן סיי די חלק פון פארשאפן די ווערק און עס געדארפט באגלייטן ביז עס איז שיין מסודר געווארן וואס טראכט אריין נאר פאר איין מינוט וויאזוי עס פילט זיך צו ארבעטן מיט אזויפיל חברה וואס ניטאמאל ווייסט מען ווער עס איז.. וואס חוץ די פילע ארבעט איז עס אויך גאר אסאך קאפ וויי, און ער האט נאך חוץ די פילע ארבעט געדארפט שטענדיג האלטן געשפאנט אויפן שטיבל און אויסהערן יעדעם באזונדער דאס איז אן העלדישקיייט כוכב.
איך וועל מסיים זיין מיט אן אנטשולדיגונג פאר אלע שרייבער וואס יעדער פארשטייט אז קיינער איז נישט געווען קיין בן יחיד און יעדער וויל אז זיין זאל זיין די שענסטע און די צייט האט נישט ערלויבט מיט יעדעם זיך צו שפילן און איך האב פראבירט מיין בעסט אבער איך בין נאר א בשר ודם, און איך אנטשולדיג מיך אויך פאר די טעותים וואס זענען אריינגעפאלן דוד המלך זאגט שוין אין תהלים ושגיאות מי יבין.
השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן ווייטער קענען סערווירן דעם ציבור מיט אלעס וואס מען דארף
א כשר'ן און פרייליכן פסח מיט א רואיגקייט
מה הוא
a1yiddishpoems@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר