משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער

שליחה דורך א איד »

געבוירן געווארן איז ער אין דייטשלאנד, צו זיין טאטע ר' יצחק אייזיק פיילשוס, און צו זיין מאמע מרת גרונא. לויט די יארן וואס ער האט אנגעגעבן דעמאלטס ווי אלט ער איז, איז ער געבוירן געווארן בשנת תרע"ו. נאך זיין חתונה האט ער געהאט געהאט צוויי קינדער. ביי די קריסטאל נאכט איז ער אנטלאפן פון די בלוטיגע אייראפע קיין אמעריקע.
זייענדיג אין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין די איסט-סייד, וואס דארט איז דעמאלס געווען קאנצענטרירט דאס היימישע אידנטום. אביסל שפעטער האט זיין ווייב זיך באקלאגט צו די רבנים אין די איסט-סייד, אז איר מאן איז זייער אן ערליכער, אבער זי קען נישט אויסהאלטן זיין קדושה ופרישות, און זיי האבן זיך גע'גט. ר' משה איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודה שטילערהייט אן קיין פירסום, ווייניג האבן געוואוסט ווער ער איז. בלויז געציילטע אידן האבן אים געקענט אויף אן אמת, צווישן זיי דער באיאנער רבי זצ"ל, און דער קאפישניצער רבי זצ"ל.
מיר ברענגען אייך אפאר אינטרעסאנטע עפיזאדן און עובדות, בעיקר געהערט פון הרה"ח רבי משה חיים שטיינבערג שליט"א, וועלכער האט זוכה געווען צו א קירבות יתירה פון רבי משה זצ"ל.

[center]*[/center]

אויף מיין פראגע ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן זיין קשר צו רבי משה זצ"ל, דערציילט ער ווי פאלגענד: עס איז געווען אין א תקופה וואס דער נאמען "רבי משה ניו יארקער" איז ארויף געקומען אויפן אויבערפלאך אלס א משוגענער, און ווער אימער עס האט זיך אידענטיפיצירט מיט אים האט מען אנגעקוקט מאדנע. איינער האט מיך דאן אנגעפרעגט איבער רבי משה, און מיט א תשוקה זיך דערוויסן דער ווירקליכן ווארהייט איבער דעם פערזענליכקייט, האב איך באשלאסן אליינס אריבערצופארן צו אים, צו קענען פון דער-נאנט דעם איד, און זיך איבערצוצייגן אויב עס איז טאקע "אזא" גרויסער משוגעת, זיך צו האלטן נאנט צו אים.
איין טאג גאנץ פרי בין איך - צוזאמען מיט נאך עטליכע חברים - אריבערגעפארן צו די איסט-סייד. איך האב נאך געהאלטן פארן דאווענען, און כ'האב געטראכט אפשר וועט זיך אין ביהמ"ד שטעלן א מנין וועל איך קענען מיטדאווענען.
אריינקומענדיג טרעף איך אן אלטן איד, וועלכער זאגט מיר "גיי דארט אין יענעם און יענעם ביהמ"ד, דארט גייט מען איצט דאווענען שחרית". איך האב צו דעם מענטש בעפאר דעם קיינמאל נישט גערעדט, און קיינער האט פון מיין מויל נישט געהערט אז איך האלט נאך פאר שחרית. דער אלטער איד איז געווען נישט קיין אנדערער ווי "רבי משה ניו יארקער" און דאס איז געווען מיין ערשטער קבלת פנים; אן אפענעם רוח הקודש!
איך האב אים דערנאך געפרעגט ווי אזוי ער האט געוואוסט אז איך האב נאכנישט געדאווענט. זאגט ער מיר מיט זיין אייגענארטיגן פשטות און ענוות חן: "אה, נאכן דאווענען האט מען שוין אן אנדערן פנים". דאס איז געווען די קבלת פנים...

[center]*[/center]

מיינס א חבר האט זיך געהאט עפעס צוגעגרייט צו פרעגן איבער אן ענין פלא פון ספר יצירה. ווי נאר ער האט ארויסגעזאגט געציילטע ווערטער פארצושטעלן דעם ענין, רופט זיך רבי משה אן: "אה, דער ספר יצירה?"...
דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ווען אן אנדערער חבר האט זיך געהאט אנגעגרייט צו פרעגן עפעס אן ענין וואס ווערט געברענגט אין "רבינו בחיי". ווי נאר ער האט אנגעהויבן פארצולייגן דעם ענין, נאך איידער ער האט אפילו געקענט ארויסזאגן דעם ספר וואו מען רעדט פון דעם ענין, האט רבי משה זיך גלייך אנגערופן: "אה, דער בחיי?"...

[center]*[/center]

מיינס א חבר וואס איז שוין געווען נאנט מיט אים פון פריער האט מיר געזאגט, אויב מען וויל פארשטיין די ענינים וואס ער רעדט, דארף מען אדורכגיין דעם "זוהר" אויף די פרשה פון די וואך. אין זיינע אינטרעסאנטע רמזים זענען אלץ געווען פארווארפן פארשידענע שטיקלעך פונעם זוה"ק און פון מדרשים וואס א פשוט'ער מענטש וואס איז נישט רגיל דערין, האט דאס נישט געקענט פארשטיין.
איינמאל בעפאר איך בין געפארן צו רבי משה מיט א נייעם חבר וואס איז נאכנישט געווען ביי אים, האב איך אים געזאגט אז איידער מ'פארט איז כדאי דורכצולערנען כאטש א שטיקל זוהר פון די פרשה, אפשר וועט מען עפעס פארשטיין פון זיינע ענינים. און מיר האבן דורכגעלערנט א שטיקל זוהר אויף די פרשה.
מיר קומען אריין און איך האב אויפגעמישט דעם זוהר צו אנהייב פרשה דארט צו לערנען, און רבי משה רופט זיך אן "ניין, ניין", און ער מישט אויף פונקט צו יענעם בלאט אין זוהר וואס מיר האבן יענעם אינדערפרי געהאט געלערנט! דעם זעלבן שטיקל האט ער איצט געלערנט מיט אונז, און אונז געזאגט רמזים אויף א וואונדערליכן אופן. מיין חבר איז ארויס פון די כלים! ער האט נאך אזא אפענע זאך נאכנישט געהאט געזען אין זיין לעבן.

[center]*[/center]

מען האט אים אמאל געפרעגט צי ער ליינט די צייטונגען, האט ער געענטפערט "יא יא, אמאל קוק איך אויף די העדליינס און פון דעם ווייס איך שוין אלעס"... ער האט געזען אז מ'כאפט נישט דעם רמז, האט ער מסביר געווען, ער קוקט אויף די "שרטוטי המצח", די שטריכן אויפן שטערן, וואס בלשון צחות האט ער דאס אנגערופן די "העד-ליינס"... און דארט זעהט ער שוין אלעס.

[center]*[/center]

ס'איז געווען אין די זומער חדשים פון שנת תשמ"ו, איז א איד אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד שארית ישראל (99) און האט זיך געוואלט זעצן אויף דעם פלאץ וואו רבי משה איז געזעסן. אזוי האט מען דאך אים נישט געקענט, און מ'האט נישט געהעריג נוהג כבוד געווען אין אים. האט יענער געבעטן אז רבי משה זאל זיך רוקן אבער רבי משה האט נישט געוואלט. האט ער געגעבן א שטופ אוועק רבי משה'ן, און האט זיך געזעצט אויף דעם פלאץ.
רבי משה האט עם אנגעקוקט בייזערהייט. פרעגט עם איינער "וואס זענט איר אזוי בייז?" רופט ער זיך אן בל"ק: "מ'שלאגט זיך נישט מיט מיר. מ'שלאגט למעלה", און האט געוויזן מיט די פינגער אויף ארויף. קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער מיינט דערמיט, ויהי כמצחק בעיניהם.
צומארגענס אינדערפרי האט מען ליידער געהערט אז דער איד וואס האט אים געשטופט איז ל"ע נישט אויפגעשטאנען, ושבק חיים לכל חי. דאן האט מען געכאפט וואס ער געמיינט מיטן ווייזן אויף "למעלה", אבער ס'איז שוין ליידער געווען צו שפעט.
די אידן וואס זענען א טאג בעפאר געווען אין ביהמ"ד האבן גלייך צוזאמגעשטעלט וואס דא איז פארגעקומען, זיי האבן אים געפרעגט "וואס האט איר געטון דא?" האט ער נאר געוויזן מיטן פינגער אויף ארויף און זיך אנגערופן "למעלה למעלה", ווי צו זאגן עס האט נישט קיין שייכות מיט אים.
מער האט זיך קיינער נישט געוואגט אים צו טשעפן. מ'האט אים געלאזט זיצן און שטיין וואו ער האט געוואלט.

[center]*[/center]

נאכן דאווענען פלעגט ער אנהייבן זיין סדר היום, וואס אויסערליך האט מען געקענט מיינען אז ער דרייט זיך ליידיג, אבער ווער עס האט נאכגעקוקט האט געזען אז ער איז געזעסן און געלערנט יומם ולילה, און איז געווען א גאון עצום. ער האט יעדעס יאר געענדיגט גאנץ ש"ס, בבלי וירושלמי! ער האט יעדן טאג געלערנט זיבן בלאט גמרא מיט מרדכי, און עקסטער א שיעור אין ירושלמי, וואס אזוי האט ער דאס מסיים געווען יאר-יערליך.
דאס אליינס איז א פלא פאר זיך, ווי אזוי ער האט זיך געדרייט צווישן מענטשן און דאך האט מען נישט געכאפט זיין געוואלדיגן גדלות. מענטשן וואס האבן פארברענגט מיט אים צוזאמען צענדליגער יאר נאכאנאנד, אבער האבן ניטאמאל געוואוסט ווי אזוי ער הייסט. עס האט מיר פארציילט איינער וואס האט געדאווענט נעבן אים ממש פערציג יאר נאכאנאנד, סך הכל וואס ער האט געוואוסט אז ער הייסט "משה בן ר' יצחק אייזיק" ווייל אזוי האט מען אים אויסגערופן צו די תורה. מער פון דעם האט יענער נישט געוואוסט.

[center]*[/center]

ער פלעגט כמעט נישט עסן גארנישט א גאנצע וואך, חוץ ביי די לחיים'ס אין ביהמ"ד א יעדן טאג. איין זאך וואס איז געווען אביסל מער, אז שבת ויום טוב ביי די סעודות האט ער געטרונקען אסאך וויין. אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער פלעגט ער אלץ זאגן אז וויפיל וויין ער טרונקט איז עס אלץ צו "ווייניג" (לשון נופל על לשון, מלשון וויין). אבער טראץ דעם וואס ער האט געטרונקען אסאך וויין, האט דאס אים נישט מיד געמאכט. נאך די סעודה פלעגט ער גיין אין ביהמ"ד וואו ער האט געלערנט ביז מנחה.

[center]*[/center]

א שטיק צייט פאר חצות היום איז ער ארויס פון ביהמ"ד, צו די בעקעריי וואס האט זיך געפונען אויף די זעלבע גאס. ער איז גלייך צוגעגאנגען צום ברויט-מאשין מיט וועלכע מען שניידט די ברויטן, ער האט ארויסגענומען פון אונטער די מאשין די "טרעי" אויף וואס עס פאלט ארויף די ברעקלעך, ער האט אריינגעגאסן די ברעקלעך אין א בעג, און איז גלייך ארויסגעגאנגען אין "פארק".
גלייך ווי ער האט איבערגעטרעטן דעם שוועל פון די פארק, זענען געקומען צו פליען אקעגן אים הונדערטער פייגלעך, בלי גוזמא. ער האט גארנישט געדארפט טון, בלויז אריינקומען אין פארק און שוין זענען זיי געקומען צו פליען פון אלע זייטן.
ער האט אנגעהויבן צו גיסן פון די ברעקלעך, און די פייגלעך האבן זיך צוגעכאפט דערצו. ער האט פארטריבן די פייגלעך און זיי זענען צוריקגעקומען. ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, און זיי האבן זיך ארויפגעווארפן אויף זיין האנט, און אזוי האט ער געטון פארשידענע אינטרעסאנטע ענינים. אמאל האט ער מיר געזאגט "איך געב זיי א טיפ"... ווי צו זאגן איך באצאל פאר די פייגלעך וואס זענען מעלה די תפלות.
איינמאל האט ער זיך מיר ארויסגעכאפט, אז די פייגלעך זאגן אים אלעס וואס עס גייט פאר. פארשידענע ענינים וואס ס'איז געווען א וואונדער פון וואו ער ווייסט עס, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט פון די פייגלעך.
איך האב א פילם פון זיין עבודה מיט די פייגלעך. עס איז הפלא'דיג צו זען ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען, ער האלט די ברעקלעך אויף זיינע הענט, און איין פייגל אויף אמאל קומט ארויף און עסט אביסל, און דערנאך קומט נאך א פייגל, אינמיטן זעהט מען ווי ער נעמט נאך ברעקעלעך אין זיין צווייטע הענט, און ער נעמט ארויף צוויי פייגעלעך אויף זיינע הענט, מען זעהט ווי ער שיקט אוועק א פייגל, מען זעהט ווי עטליכע פייגלעך נעמט ער אריבער פון איין הענט צו די אנדערע א.א.וו.
איינמאל האט אויסגעבראכן א סכסוך צווישן צוויי לענדער. אין די גוי'שע פרעסע האט מען דאן געשריבן פארשידענע באריכטן זה בכה וזה בכה. איך בין דעמאלטס געזעסן ביי אים, גיט ער זיך א רוף אן א פלא'דיג לשון. "מ'וועט זאגן אז די גוים שלאגן זיך מיט יענע גוים. איך זאג אז דאס זענען נישט די רוסן און נישט קיינער. דאס זענען די "נאציס". ווי שטענדיג, האט מען געמיינט אז ער שפאסט נאר. עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע טעג און אלע צייטונגען האבן געשריבן גענוי דאס וואס ער האט שוין פאראויס-געזאגט. אויף די פראגע פון וואו ער האט עס געוואוסט, האט ער מיר געזאגט, די פייגלעך האבן אים געזאגט.

[center]*[/center]

נאכדעם פלעגט ער גיין "שפאצירן". דאס איז נישט געווען סתם א שפאציר. ער איז געווען פאר'דביקות'ט און פארטיפט אין זיינע געדאנקען. ער האט קיינמאל נישט געלאזט אז מ'זאל גיין צוזאמען מיט אים. אלץ האט ער געהייסן אז מען זאל גיין עטליכע טריט פאראויס, כדי עס זאל נישט אויסקוקן אז מ'גיט אים עפעס כבוד, א זאך פון וואס ער איז אנטלאפן ווי פון פייער.
ווען ער איז געגאנגען האט מען נישט געקענט רעדן צו אים. עס איז אפילו נישט שייך געווען אז ער זאל ענטפערן אדער אז ער זאל עפעס רעאגירן. אויב האט ער געהאט עפעס צו רעאגירן האט ער זיך אפגעשטעלט און אזוי געענטפערט. אבער גייענדיג צופיס האט ער נישט גערעדט קיין ווארט.
ער האט מיר אמאל געזאגט "ווען איך גיי שפאצירן וויין איך מיך אויס אויפן גלות. הלך ילך ובכה."
איך געדענק ביי זיין לוי' האט איינער פון די מספידים דערמאנט: כ'האב אים געבעטן אז ער זאל קומען צו מיין חתונה, האט ער געזאגט "איך קען נישט גיין. איך בין פון די גלות אידן, און איך קען נישט גיין אויף קיין שמחה". אזוי האט ער מקבל געווען אויף זיך יסורים פאר גאנץ כלל ישראל.

[center]*[/center]

שפעט ביינאכט ממש נאך חצות לילה איז ער צוריק צו זיין "דירה", וואס למען האמת איז אומפארשטענדליך ווי אזוי א בשר ודם האט געקענט לעבן אין דעם צימער... די מיסט האט ער קיינמאל נישט ארויסגעטראגן, און עס איז געווען א קליין לעכל, פארלאזט און שמוציג, און דאך איז ער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש אומגעשטערט. אין זיין "דירה" האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט. אין די שפעטערע יארן ווען עס איז עפ"י סיבה אויסגעקומען דארט אריינצוגיין, האט מען געזען וואס דארט טוט זיך.
דארט אין זיין צימער האט געהאט דעם זוהר הק' מיטן פירוש אור יקר פונעם רמ"ק; א "ספר יצירה"; א "סידור האריז"ל רבי קאפיל"; א "נועם אלימלך", און נאך ספרי קבלה אין וואס ער האט כסדר עוסק געווען. אין טאש האט ער זיך שטענדיג געטראגן מיטן ספר "רזיאל המלאך". (דער "סידור רבי קאפיל" איז פארבליבן ביי רבי אהרן פריעדמאן פון מאנסי, ביי וועמען רבי משה זצ"ל האט זיך אויפגעהאלטן אין די לעצטערע יארן. דער סידור איז פול מיט הגהות וואס רבי משה זצ"ל האט געשריבן בשעה שבני אדם ישנים על מטתם...)
ארום אים איז אלעמאל געווען פאררויכערט און פארשטיקט. איינס פון זיינע געהויבענע עבודות איז געווען דאס וואס ער פלעגט צוזאמנעמען די אפגעטריפטע "חלב" פון די ליכט וואס מען האט אנגעצינדן אין ביהמ"ד. ער האט דאס גענומען און פראדוצירט פרישע ליכט דערפון, און דערביי געזאגט תהלים ביז די ליכט האבן גענצליך אויסגעברענט, און די חלב האט זיך אויסגענוצט. ער פלעגט מיר אלעמאל זאגן אז די נשמות בעטן זיך אז מען זאל אינגאנצן אויסברענען די ליכט. אזוי אז ווען מען איז אריינגעקומען אינעם צימער אין ביהמ"ד וואו ער איז געזעצן, האט מען דארט געזען ליכט ברענען און מ'האט געשפירט א ריח פון אפגעברענטע חלב. (כידוע אויף הרה"ק מריבניץ, ווי ער פלעגט אויך אלעמאל זיין ארומגענומען מיט ליכט).
אויסער דעם פלעגט ער אלץ רייכערן ציגארן, ער האט אנגעצינדן די ציגארן, און טאמער איינער האט געקלאפט אויפן טיר אדער טאמער ער האט געהערט אז מען קומט צו אים, האט ער עס גלייך אויסגעלאשן. כ'האב אים אמאל געפרעגט פארוואס לאזט ער נישט זען ווי אזוי ער רייכערט, האט ער זיך ארויסגעכאפט אז די "מעשה הקטורת" האט געדארפט זיין "בחשאי"...

[center]*[/center]

איינמאל בין איך געווען ביי אים מיט הרה"ג רבי שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א דער זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א. האב איך מיך אנגערופן פאר רבי משה זצ"ל אז ער זאל געבן א ברכה פארן פאטער פון דעם אינגערמאן. האט רבי משה זיך אנגערופן "שלום על ישראל" א רמז אויפן נאמען פון יבלחט"א דער סקולענער רבי שליט"א וועמענס נאמען ער האט פאר דעם נישט געקענט!
גאר א וואונדערליכע זאך האב איך אליינס מיטגעמאכט. עס איז געווען היבש א פאר יאר נאך מיין חתונה וואס איך האב נישט געהאט קיין אינגלעך. כ'האב געהאט נאר מיידלעך. בין איך אמאל געווען מיט מיין שוואגער צוזאמען ביי רבי משה זצ"ל, און מיין שוואגער האט אים געבעטן אז ער זאל געבן א ברכה פאר א בן זכר. האט רבי משה זצ"ל זיך אנגערופן בל"ק: "ער האט נאך א לאנגע צייט". וכך הוה, מיין ערשטע אינגל איז מיר געבוירן געווארן ערשט נאנט צו צוואנציג יאר נאך די חתונה!

[center]*[/center]

עס איז געווען אנהייב יאר תשל"ט, און מען האט גערעדט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. האט רבי משה זצ"ל זיך אנגערופן מיט קלארע ווערטער "מ'לאזט אים נאך דורכגיין דאס יאר". וכך הוה, ווען ביום כ"ו אב אין יענעם יאר איז דער סאטמאר רבי זי"ע נסתלק געווארן לגנזי מרומים.

[center]*[/center]

ווען ער האט געגעסן א "מאראנץ" האט ער אלץ אזוי ארומגעארבעט מיט די שאלאכץ, צו מאכן פארשידענע אינטרעסאנטע זאכן. ער פלעגט מאכן אזא לעכל פון אויבן, פון דעם האט ער ארויסגעגראבן אביסל פונעם מאראנץ, און די איבעריגע האט ער אויסגעפארעמט אויף פארשידענע סייזעס באטעלעך. ער האט גענומען א באטל בערך לויט די גרויס פון די שאלאכץ פונעם מאראנץ, ער האט אריינגעשטופט די באטל, און עס אויסגעפארעמט ארום דעם באטל, ביז דער שאלעכץ האט באקומען דעם פארעם פונעם באטל. אזוי האט ער פון די אלע מאראנצן-שאלעכטץ פראדוצירט "אש-טרעיס". ער פלעגט אלץ מאכן א ווערטל אז יעדע אזא באטעלע איז ווערד אסאך געלט, מען דארף נאר קודם אריינלייגן דערין א דימאנט...
ער האט מיר אמאל געזאגט אז אויף רבי מאיר זאגן חז"ל "קליפתו זרק ותוכו אכל" און איך טוה פארקערט... האב איך אזא פרעג געטון "ווי מעג מען האלטן די קליפה", זאגט ער מיר: "אה, ווי לאנג עס האט נאך א ריח, עס שמעקט נאך פון א מאכל, האט עס נאך ניצוצין קדישין און מ'טאר עס נישט אוועקווארפן". אן אנדערע מאל האט ער מיר געזאגט אז מיטן ארומארבעטן מיט די שאלעכץ "מיט דעם בין איך מכניע די קליפה".
דאס זעלבע האב איך געהערט פון רבי אהרן פריעדמאן ווי ער האט מיט די עבודה אנגעהאלטן עד סוף ימיו. ער פלעגט אים צייגן די אויסשניצן פון די שאלעכץ און ער פלעגט אים כסדר זאגן "קוק ווי מ'קען פון א קליפה מאכן א כלי"...

[center]*[/center]

ער פלעגט מיר אסאך מאל זאגן אינטרעסאנטע אויסדרוקן. איינמאל צייגט ער מיר אויף די "Fluorescent Bulbs" און ער זאגט מיר "זעסט, דאס איז מיין פאטענט"... און ער הייבט מיר אן צו דערציילן, אז קודם האט מען דאס געמאכט אלס א רינדעכיגע באלב, אבער ס'האט נישט געטויגט, און ער האט באפוילן אז מ'זאל מאכן די לאנגע. אזוי האט ער זיך "משוגע געמאכט" און מיר האבן נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס ער רעדט צו אונז. פלוצים געט ער זיך א רוף אן "די שבירה איז געווען אין די עגולים. נאכדעם האט מען דאס געמאכט ביושר און דאס איז געווען דער תיקון פון די עגולים". סתם ולא פירש.
ביי אן אנדערע געלעגענהייט האט ער מיר געזאגט "זעסט דעם בריק, דאס איז מיין פאטענט". האט ער מיר שפעטער מסביר געווען. "דאס אז א מענטש זאל קענען אריבערגיין אסאך צרות ווי אויף א בריק און ס'זאל אים גארנישט שטערן זיין לעבן, דאס איז מיין פאטענט..." ווער עס האט אים געקענט האט פארשטאנען אז עס איז טאקע אזוי. דער איד האט דאך נעבעך גארנישט געהאט. אין די צייטן וואס מיר האבן אים געקענט האט מען ניטאמאל געוואוסט זיין משפחה-נאמען. מ'האט זיך שפעטער דערוואוסט דורך א צופאל אז ער האט געהייסן "פיילשוס". ער האט נישט פארמאגט גארנישט, קיין לייב און קיין לעבן, קיין משפחה קיין גואל, אבער דאך איז ער אלץ געווען בשמחה, און ער האט רואיג שפאצירט אויפן בריק פון שמחה און צופרידנהייט. "דאס" איז געווען זיין פאטענט.

[center]*[/center]

ער איז געווען א חכם מחוכם, א געלערנטער און פארשטענדליכער. ער האט געקענט אלע "שבעים לשון", און נישט איינמאל האט ער געשריבן ווערטער אויף פארשידענע סארט שפראכן. ווען עס איז אמאל אויסגעקומען האט ער גערעדט צו כינעזער ערלים אויף זייער שפראך. א חבר מיינער וואס האט געקענט די פראנצויזישע שפראך, האט אמאל פארפירט מיט אים א שמועס אויף פראנצויזיש. אבער ער האט געזאגט אז ער האט נישט ליב צו רעדן די אנדערע שפראכן ווייל דאס קומט מכח הטומאה.
ווען ער איז ל"ע נישט געזונט געווארן, און ער האט געהאט צו טון מיט די פיס האט מען אים אריינגפירט אין שפיטאל מיט שטארקע יסורים. ער האט זיך מיר דאן אויסגעדרוקט, אז ער האט פרובירט אריינצוטראכטן פארוואס עס קומט אים צו ליידן יסורים ל"ע. האט ער מיר געזאגט אז ער טראכט אז דאס איז אפשר ווייל אין די יונגע יארן האט ער עוסק געווען אין חכמת חיצונית, און ער האט געלערנט אלע שפראכן. נאכדעם האט ער געזאגט עס קען נישט זיין, ווייל מ'זעט מרדכי הצדיק פון די מגילה האט אויך געקענט אלע זיבעציג שפראכן, און דורכדעם האט ער געברענגט א הצלה פאר כלל ישראל. האט ער זיך אויסגעדרוקט, אז ביי די וועלט קריג האט ער דורך זיין קענטעניס אויך זוכה געווען ארויסצוהעלפן פאר הצלת ישראל.

[center]*[/center]

אמאל ווען מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, האט ער זיך נישט געלאזט פון די פארשידענע פראצעדורן וואס די דאקטוירים האבן געוואלט דורכפירן, און די שפיטאל-באאמטע האבן זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיט אים. מ'האט אים געוואלט בינדן הענט און פיס ווייל ער האט נישט געוואלט ליגן פרקדן. ער האט זיך אנגערופן מיט אזא ווערטל "איך בין נישט קיין ליג'נער"...
איינמאל פרעגט מיך א דאקטאר אויב איך טראכט אז דער מענטש איז משוגע. זאג איך אים אז ניין. איך האלט אז ער ווייס פונקטליך וואס עס טוט זיך מיט אים. ער האט צוגעשטימט דערצו מיט התפעלות זאגנדיג, נישט סתם ער ווייסט נאר ער איז א "דזשיניעס"! דערציילט מיר דער דאקטאר, אז ווען מען האט געזען אין שפיטאל אז עס קומט אריין אביסל אן אינטרעסאנטער מענטש האבן זיי באשלאסן דורכצופירן פארשידענע שטודיעס אויף אים, און מ'האט אים געוואלט באהאנדלען אויף פארשידענע זאכן וואס האט נישט דייקא געהאט מיט זיין רפואה. מיט זיין חכמה האט ער דאס גלייך פארשטאנען, און ער האט זיך בשום אופן נישט געלאזט.
איינמאל איז געווען, פארציילט דער דאקטאר ווייטער, ווען מען האט אים געוואלט געבן אינטערווינעס, האט ער דאס נישט געלאזט אריינלייגן, און ער האט קודם געוואלט ליינען וואס עס שטייט אויף די באטל. איך האב קודם געלאכט ביי מיר. וואס קען ער שוין דארט ליינען פון די גרויסע שווערע ווערטער. ס'איז דא ווערטער פון פופצן אותיות און מער... אבער ער וויל עס ליינען. אזוי אינמיטן געט ער זיך א שטעל אפ און פרעגט מיך אויף איין זאך "דאס איז דען נישט קיין חזיר"? ער זאגט מיר אזוי מיט א שמייכל. אפילו דער דאקטאר ווייסט נישט וואס דאס איז. און ער איז געווען גערעכט ס'איז טאקע געווען טריפה.
דאס איז אבער נאר געווען דעמאלס. אזוי א גאנץ לעבן איז ער קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין דאקטאר. ער האט ניטאמאל פארמאגט קיין סאשעל סעקיוריטי נומער... ער האט נישט געהאט קיין פייל אין שפיטאל, און ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין מעדעצינען. און ער האט קיינמאל נישט געוואלט חתמ'ן זיין נאמען אויף קיין שום צעטלעך פון די רעגירונג, ווען ער האט געדארפט נעמען א מעדעצין פלעגט ער א זאג טון "כי אני ה' רופאיך" און דאס איז געווען זיין גאנצע מעדעצין.
טראץ דעם אלעם האט ער זוכה געווען צו אריכת ימים ושנים, און ער האט דערגרייכט צו א הויכן עלטער ביז צו זיין פטירה בשנת הצדי"ק לימי חייו י' ניסן שנת תשס"ג.
זיין לוי' איז ארויס געגאנגען פון די ניקלשבורגע ביהמ"ד אין מאנסי ווי עס האט עם מספיד געווען כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א בבכי תמרורים, און מען האט עם מטמין געווען אין די מאנסי בית החיים.

יהא זכרו ברוך, און זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

הגהות והערות אויב עס איז דא איז וועלקאם
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך זייגער »

זייער שיין באשריבן!

קען איינער אפשר ארויפלייגן א בילד פון ר' משה?

אנהייב ארטיקל שטייט אז ער איז געבוירן בשנת תרע'ו, אויב אזוי איז ער נישט געווען בשנת הצדי'ק לחייו בשנת תשס'ג.
אוהב ישראל
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

זיין בילד וואס איז אינעם פה סח אויסגאבע ענדלט זייער אין דעם עלטערן הויעכן איד שארר וואס זיצט נאך יעצט אין אשל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווי האט ער געוואוינט אין די עלטערע יארן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א איד האט געשריבן:הגהות והערות אויב עס איז דא איז וועלקאם

א איד: ייש"כ. ס'איז א הערליכע באשרייבונג. ואני שותה בצמא את דבריך...אבער. אפשר פארשטיי איך נישט. ס'איז דאך געווען באשריבן אין די "פה-סח" קאלעקציע....די רעדאקציע פון קאווע שטיבל האט עס ארויפגעלייגט אויף ביידע פלעצער...?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

[tag]זייגער[/tag] איך האב א בילד אבער פאר סאם ריזען קען איך נישט ריסייזען גענוג אז עס זאל קענען ארויפגיין אויף קאווע שטיבל.

[tag]ישמעאל הכהן[/tag] עס איז א טעות הדפו"ם ער איז געבוירן בשנת תרע"ג אדער ד' - ובכלל ער איז געווען אן אינטרעסאנטע פאני מענטש, און ווען ער האט געזאגט ווי אלט ער איז האט מען זיך נישט געקענט פארלאזן אויף זיינע מומבערס, ווי למשל ער האט מיר אמאל געקענט זאגן אין א שמועס בנוגע פריערדיגע צדיקים זאגט ער מיר די צאנזע רב האב איך נישט געקענט, אבער איך האב עם שוין באגעגנט, איז לויט די יארן וואס ער האט איינמאל אנגעגבן אז ער איז, לוט דעם חשבון האט ער געדארפט זיין בשנת הצ'.

[tag]קאצקע ציקער[/tag] פון די צווייטע האלב מ' יארן, האט ער געוואוינט אין מאנסי.

[tag]berlbalaguleh[/tag] איך האב עס דא ארויפגעלייגט פארן עולם, כדי מען זאל קענען מגיה זיין דערויף
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אויב איך געדענק גיט האבן די לויפערס אין "מתי שוא" געטריבן ליצי ליצנות פון משה ניו יארקער, אז מכלומר'שט האט ניקולשבורגע רבי מיכל לעבאוויטש אויפגעפיקט א שיכור פון גאס און אים געזעצט אויבנאן מיט א שטענדער און זיי פלעגן זעך אויסטוישן ווערטער, איינער האט געזאגט עפעל און דער צווייטער לבנה, און די חסידים האבן געשפירט אז זיי הערן רזין דאורייתא און תיקון רחל.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

נו טאקע ווייל די מתי שוא האט עס דיאגנאזירט אויך די צד, ווייס מיר די אמתע חלק דערין.
איך האב געהאט א שמועס מיט איינעם וואס איז שוין נישט היינט ביים ניקלשבורגע רבין, אין איך האב עם געפרעגט, נו יעצט קענסטו שוין דערציילן די אמת מיט ר' משה ניו יארקער, וואס דארט איז געווען, אבער יענער זאגט מיר, ניין דער איז געווען א איש פלא וקדוש מאוד.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זייער אינטרעסאנט
קיינמאל פון אים נישט גיהערט פארדעם
אין די ארטיקל לאזט ער איבער זייער א שטארקע רושם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואליש האט געשריבן:אויב איך געדענק גיט האבן די לויפערס אין "מתי שוא" געטריבן ליצי ליצנות פון משה ניו יארקער, אז מכלומר'שט האט ניקולשבורגע רבי מיכל לעבאוויטש אויפגעפיקט א שיכור פון גאס און אים געזעצט אויבנאן מיט א שטענדער און זיי פלעגן זעך אויסטוישן ווערטער, איינער האט געזאגט עפעל און דער צווייטער לבנה, און די חסידים האבן געשפירט אז זיי הערן רזין דאורייתא און תיקון רחל.

יואליש: דו דארפסט פארשטיין אז וויבאלד ר' משה איז געווען מקורב צו הרה"צ מ'ניקלשבורג שליט"א איז ער אויטאמאטיש געווארן פסול ביי די----- ---- לויפערס...!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מימי לא שמעתי מהיהודי הזה. וואס איז דאס ניו יארקער? איינער קען באשטעטיגען אויב די אלע מעשיות זענען געשעהן?
נעה, לעולם האט עס געקענט געשעהן, עס איז דאך סתם אזוינע האלבע מופתים אדער סתם קוריאזע הנהגות וואס מען דארף צולייגען אפאר ווער האט א השגה צו מאכן פאר עפעס העכערס.

נישט יעדער מאדנע פארשוין וואס איז פארצופאל אן ערליכער איד האט טאקע גילוי אליהו. קען זיין ער איז סתם מאדנע.. דאס נעמט נישט אוועק פון זיין ערליכקייט, עס מאכט עם אבער אויך נישט גרעסער.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אין די צייטונג האט איינער געשריבן אז ווען סאטמארער רבי האט אים געפרעגט זיין לעצטן נאמען האט ער נישט געוואלט ענטפערן, נאר געזאגט אז ער איז משה פון ניו יארק, האט דער רבי געזאגט אה משה ניו יארקער. און פון דעמאלטס האט ער זיך אזוי גערופן.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:אין די צייטונג האט איינער געשריבן אז ווען סאטמארער רבי האט אים געפרעגט זיין לעצטן נאמען האט ער נישט געוואלט ענטפערן, נאר געזאגט אז ער איז משה פון ניו יארק, האט דער רבי געזאגט אה משה ניו יארקער. און פון דעמאלטס האט ער זיך אזוי גערופן.

ישמעאל הכהן: דאס אליינס איז אויך א לעגענדע...!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נו נאר וואס איז די מעשה?
I have a dream
Martin Luther King ~
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

זאל מען זיך רישן אויף אן ארטיקל אין די פה-סח אויסגאבע פון תשפ"ז איבער דער צדיק נסתר פון בארא פארק מענדל ווייס?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער

שליחה דורך א איד »

על טעם וריח אין להתווכח, די אידן וואס האבן געהאט א גוטן שמעק, דער באיאנער רבי, דער קאפישניצער רבי, ר׳ יחזקאלע מערץ, ניקלשבורגע רבי, און נאך אסאך עמך אידן, וואס האבן נישט אנגעכאפט א יעדע מענטש אין די גאס, אין געטאנצט מיט עם קדוש, דאס אליינס זאגט שוין עפעס.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

א איד האט געשריבן:צומארגענס אינדערפרי האט מען ליידער געהערט אז דער איד וואס האט אים געשטופט איז ל"ע נישט אויפגעשטאנען, ושבק חיים לכל חי


כ'האב געהערט אז מ'האט אים צוגענעמען א טעיזער און ער האט זיך געשפירט באדראעט.
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

א איד האט געשריבן:צומארגענס אינדערפרי האט מען ליידער געהערט אז דער איד וואס האט אים געשטופט איז ל"ע נישט אויפגעשטאנען, ושבק חיים לכל חי

וואו האט זיך ר' מוישה געדרייט יענע נאכט? כ'האף אז ער האט געהאט א גוטע אליביי.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

עטץ גלייבטס נישט אז פאר טשעפענען א איד ווערט מען נענש?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

לית דין בר נש האט געשריבן:עטץ גלייבטס נישט אז פאר טשעפענען א איד ווערט מען נענש?

אודאי. איך גלייב ר' משה וואלט געדארפט נענש ווערן פארן אוועקלייגן א איד. אפשר אפילו לעבנסלענגליכע טורמע.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ר' משה האט קיינעם אוועקגעלייגט קוב"ה האט אים אוועקגעלייגט און איך ווייס נישט פארוואס אבער עס קען זיין ווייל ער האט מבזה גיוועהן א איד א טאג פריער אין ביהמ"ד ווייל ער האט אויסגיזעהן ווי א מאדנע מענטש קען מען טוהן מיט אים וואס מען וויל
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: משה איש האלקים (פה-סח תשע"ה) - ר' משה ניו יארקער

שליחה דורך petergrifin »

לאמיר זאגן אז די מעשה איז געשעהן איז א הימלישע זאך קען מען דען מעניש זיין? אזוי ווי אסאך אינשורענס פאליסיס שטייט ארויס געשריבן an act of G-d is not covered.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
פארשפארט