טור ארום וויליאמסבורג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עזריאל האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווער איז די רעבעצין ? א כינעזער?

קוקטס גוט... דארט קוקט מען אן ווען מלאזט דא איבער.... מער א אומגליק ווי א גליק...
אפילו אויב ער גלייבט נישט און עולם הבא אבער עולם הזה האט ער דאך אויך נישט....
אשאד די עלעקטריק פארן שעיר מאשינדעל וואס האט פארשניטען די פיאות


קודם כל אפשר איז דעס איז שיין פאר אים אין זיינע אויגן ??? און על טעם וריח אין להתווכח , צווייטענס ווי נעמסטו אז א יעדער אפּגעפארנער מוז זיין א בר מצליח ? פונקט ווי נישט יעדער אין די סיסטעם איז מצליח מיינט נאך נישט אז יעדער וואס טרעט ארויס פונעם תחום ווארט אים אָפּ ע״ב בתולות און ס׳האט גארנישט מיט זיינע פיאות אדער זיין preferences און choices אין לעבן

נישט יעדער איז מצליח אין לעבן אפגעזעהן צו ער איז פרום אדער פריי איך קען דיר אויסרעכענען גענוג און נאך מענטשען וואס זענען פרום און ערליך און זיי גייען דורך שבעה מדורי גיהונים ווידער קען מען טרעפן פארקערט פרייע אידן וואס האבן אפגעלאזט די רעליגיע און זיי האבן גאר שטארק מצליח געוועהן , סאיז נעריש צו זאגן אז יעדער וואס גייט אוועק פון די קאמיונטי גייט אָטאמאַטיש ווערן איבער נאכט א גאנצע בר הכי מיט א שיינע גירל פרענד ס׳איז נישט הא בהא תליא
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גערעכט שבת ,כ'מיין זאלסט דאס גיין פארציילן פאר די אומוויסענדע ביי די פיסטריט אורגאניזאציע און וועסט ראטעווען נארישע יונגן פון אפפארן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין ס'פעלט נישט אויס מער הסבר, איך זעה דער עולם פארשטייט מיר, אויך די דארפסט שרייבן בערך 7 שורות מסביר זיין דיינע טענות מיט בערך'דיגע מהלכים אויף מיין 1 שורה'לע, קוקט אויס אז די פארשטייסט אויך מילא ענטפער איך נישט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גנדי האט געשריבן:ס'איז שוין צייט אז חסידים אליינס מיט די לבוש זאלן געבן טורס און האבן שיין פרנסה. אזוי ווי די אמיש אין פענסעלוועניא.


מי יתן והיה. איינער האט אמאל דא געשריבן אז מ'האט אפגעהאלטן אינגעלייט פון עפענען געשעפטן צו פראפיטן פון די טוריסטס וואס קומען ממילא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עזריאל האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווער איז די רעבעצין ? א כינעזער?

קוקטס גוט... דארט קוקט מען אן ווען מלאזט דא איבער.... מער א אומגליק ווי א גליק...
אפילו אויב ער גלייבט נישט און עולם הבא אבער עולם הזה האט ער דאך אויך נישט....
אשאד די עלעקטריק פארן שעיר מאשינדעל וואס האט פארשניטען די פיאות

די ווייסט בכלל ווי איטעליגיענט זי איז ? די ווייסט בכלל וואספארא קוואליפיקאציעס/טאלאנט זי פארמאגט ? אז די פסל'סט איר אזוי אוועק כלאחר יד , אז די ביסט נאך חתונה געהאט מיט דיין ווייב מיטן בלויזן סיבה ווייל זי איז שענער ווי דעם דאן ביסטו אין א בעד שעיפ ! (נישט אז עס אינטערסירט מיר איבערהויפט די מצב פון דעם פאטריקאנער שיקסע , אבער איר האט גערעדט דעם שפראך ווי א בחור.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פאני דו קענסט אפילו נישט מבחין זיין צווישן א כינעזע און פאטריקאנער אבער דו פסל'סט עם אזוי אפ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
זייגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:16 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

שליחה דורך זייגער »

איך אויך האט געשריבן:פאני דו קענסט אפילו נישט מבחין זיין צווישן א כינעזע און פאטריקאנער אבער דו פסל'סט עם אזוי אפ.


אזוי אפגעהיטן איז ער . :mrgreen:
אוהב ישראל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך אויך האט געשריבן:גערעכט שבת ,כ'מיין זאלסט דאס גיין פארציילן פאר די אומוויסענדע ביי די פיסטריט אורגאניזאציע און וועסט ראטעווען נארישע יונגן פון אפפארן.


איך הער וואס דו זאגסט אבער היות איך האב אַדאַפּטירט די ליבעראלע אידעאָלאָגיע פון לעב און לאָז לעבן LIVE AND LET LIVE וועל איך לאזן יעדעם בוחר זיין זיינע אייגענע וועג פון לעבן און פונקט ווי איך וויל נישט אנדערע זאלן מיר זאגן וואס צו טוהן אין מיין פריוואטע לעבן וועל איך אויך נישט זאגן יענעם וואס צו טוהן מיט זיין פריוואטע לעבן , איך JUDGE נישט קיינעם און איך קוק שטארק ארויף אויף די וואס האבן די דרייסט צו טוישען זייער לעבן און טוהן וואס זיי שמעקט און זיך נישט צו טוהן מאכן פון סאַסיייטאַל דרוק,

אבער נישט דאס איז בכלל געוועהן מיין פוינט פון די פריערדיגע תגובה, מיין פוינט איז געוועהן אז מ׳הערט אייביג אין אונזער קאמיונטי אפלאכן פון די אָפגעפאָרנע, פארדעם האט ער געדארפט אָפּפארן פון וועג ? פאר אזא מיאוסקייט ? כאילו יעדער פארט אפּ פאר די איינצייגסטע סיבה , די קינדערישע מענטעלטי מעג זיך שוין טוישן ווייל נישט נאר וועגן דעם טוישן מענטשען זייער רעליגיע און פאר דעם קען מען בלייבן א אויבן־אָן איד אויך ...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ער רעדט דאך שטותים און לאקשן וועגן ארטאדאקסן און סאבורבס. עס איז אלץ דער נאטור פון אימיגראנטן זיך צו באזעצן אין גרויסע שטעט והיינו טעמא דאידן אראבער וכינעזער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איצטערט אדורכגעקוקט. גאנץ אינטרעסאנט.
ביי די סיבה פארוואס מען גייט טעגליך אין מקוה האב איך אויסגעפלאצט.... "יעדן טאג טוען זיי עס?"...
אשפ"ג
וירח ה' את ריח הניחוח
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך ווייס נישט פינקליך ווער די צוויי זענען, אבער זיי מאכן זיייער א גוטן איינדרוק, זיי זענען היפש אביעקטיוו און אויפריכטיג, און זייער אינפארמאציע איז היפש קראנט, זיי זעהן נישט אויס העסליך..... עכ''פ אויף די קליפ....
אלענפאלס זיי האבן פול מער שכל ווי די ראצערליך דיפעדיטו טוויטער-שיקער (עסקנים בלע''ז) יעך בין היפש באיינדרוקט געווארן פון זייער בליק אויף אונזער באדאפעסט-דאמעריטשקע.....
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פשיהא אויב איך ווער א שגץ גייסטו ווערן אויסער זיך פון מיין הויכגעשפריצטע מיינונג אויף דיך? און מאנכע ווילן זיך נאך איינרעדן אז דא הערשט נישט קיין סעלף העיטינג אטמאספערע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך מיין אז דאס הייבט זיך אן פארקערט,

ער שטייט אינדרויסן און רעדט דיך איין אז ער מאכט א חיים טובים און גייט אין קאלעדזש צו עררייכן נאך אפאר ווערטלאזע דעגריס (וואס רוב פון זיי וועלן דיר פארשאפן א דזשאב וואס צאלט בערך אזוי סאך ווי b&h צאלט פאר אן ארבעטער) און איז א 'פרייע' מענטש,

און דער רעבעליוס אינגערמאן וואס האט א שטוב מיט קינדערלאך קעניינא הארע, קוקט זיך צו מיט קנאה און שעלט אנליין אויפן 'סיסטעם', און קוקט ארויף אויף דעם פורק עול ווי ער איז א גאנצער מאן דאמר,
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

עזריאל האט געשריבן:
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווער איז די רעבעצין ? א כינעזער?

קוקטס גוט... דארט קוקט מען אן ווען מלאזט דא איבער.... מער א אומגליק ווי א גליק...
אפילו אויב ער גלייבט נישט און עולם הבא אבער עולם הזה האט ער דאך אויך נישט....
אשאד די עלעקטריק פארן שעיר מאשינדעל וואס האט פארשניטען די פיאות


איך וועל נישט אריינגיין אין דער סוגיא פון געמישטע חתונות, וואס פארדינט א שמועס פאר זיך, אבער דיין קאמענטאר איז בכל אופן נישט אין פלאץ. ס'איז א בושה ווען מיר פילן אז גרויסע פראגעס פונעם לעבן דארפן ווערן רעדוצירט צו אזעלכע קלייניגקייטן. אין א זייטיגן נאטיץ קען מען צולייגן אז די כינעזישע פרוי האט דוקא א אידישליכן חן, אן דעם מאטעריאליזם וואס דערקענט זיך אויף אסאך פון אונזערע ווייבער אויף בעדפארד און לי עוועניו...

נאכאמאל, איך באצי מיך בכלל נישט צו דעם אויסוואל וואס מר. גליק האט גענומען אין לעבן, ווייל אסימילאציע פאדערט א באזונדערע באהאנדלונג. מיין רעאקציע איז נאר צו דעם בפירוש-אומאידישליכן קאמענטאר וואס איז געקומען אויפ'ן חשבון פון א פרוי וועמענס אומשולדיגע אויגן ס'קוקן אראפ פון יענעם בילד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פלאוויוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

געב א קליינע טויש פון כינעזע צו דייטשע און דיין תגובה פאסט זיך פערפעקט אריין אין דייטשלאנד פון יארע תק''ע ואילך.

אינאיינוועגס רוף זיך 'אמריקאי מבני דת משה' ,שנייד אויס דעם ומפני חטאינו גלינו מארצינו און אויך אלע 'ראסיסטישע' חלקים פונעם סדר התפלה און די תלמוד.

''איך וועל נישט אריינגיין אין דער סוגיא פון געמישטע חתונות'' ,וואי באמת שיין פון דיר. די אינטערמערדש האלאקאסט שניידט 90 פראצענט פונעם אמעריקאנער אידנטום! אבער עס איז אזוי שיין אז דו ווילסט נישט אריינגיין דערין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@פלאוויוס
'אידישליכן' חן?
איי מין קאמ'אן, א טראפ שכל און סענסיטיוויטעט.

שיין האבן מיר דערלעבט אז @פלאוויוס ערלויבט זיך צו מאכן א פאראורטיילליכן קאמענטאר אויף אונזערע ווייבלעך.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

כ'וואלט אפשר נישט געדארפט ניצן אזא אויסדרוק, אבער מיין כוונה איז געווען אנצודייטן אז רוחניות איז צומאל העכער ראסע. דאס ווארט "אידישליך" וואס איך האב גענוצט אין דעם קאנטעקסט (און פארשטייט זיך אז מ'קען עס ניצן אין פארשידענע קאנטעקסטן) האט זיך באצויגן צו דער פעמינינער אידעע וואס ווערט באצייכנט אין אונזערע ספרים ווי א סימן פון א "בת ישראל". לויט מיין אפשאצונג גיט דאס בילד פון דער דערמאנטער פרוי דעם איינדרוק פון דער טראדיציאנעלער פרוי וואס די אידישע מסורה שעצט למעשה.

וואו האסטו געזען אז כ'האב פאראורטיילט אונזערע ווייבער "ווי א כלל"? כ'האב מיך באצויגן צו א חלק, און איך גלייב נישט אז מ'קען מחולק זיין מיט דעם פרט אז גענוג ווייבער צווישן אונז האבן אויפגעגעבן דעם טראדיציאנעלן מאדעל פאר'ן אמעריקאנער מאדעל.

איך האב חרטה פאר'ן ניצן אן אויסדרוק וואס פארקירעוועט מיין כוונה צו אן אנדער שמועס, אבער דאס איז בכל אופן וואס איך האב אינזין געהאט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

איך אויך האט געשריבן:געב א קליינע טויש פון כינעזע צו דייטשע און דיין תגובה פאסט זיך פערפעקט אריין אין דייטשלאנד פון יארע תק''ע ואילך.

אינאיינוועגס רוף זיך 'אמריקאי מבני דת משה' ,שנייד אויס דעם ומפני חטאינו גלינו מארצינו און אויך אלע 'ראסיסטישע' חלקים פונעם סדר התפלה און די תלמוד.

''איך וועל נישט אריינגיין אין דער סוגיא פון געמישטע חתונות'' ,וואי באמת שיין פון דיר. די אינטערמערדש האלאקאסט שניידט 90 פראצענט פונעם אמעריקאנער אידנטום! אבער עס איז אזוי שיין אז דו ווילסט נישט אריינגיין דערין.


מיין סיבה פאר'ן נישט וועלן אריינגיין איז וויבאלד איך האב געוואלט אז ס'זאל זיין קלאר צו וועלכן פרט מיין רעאקציע איז געוואנדן, און כ'האב נישט געוואלט צוזאממישן צוויי ענינים. כ'מיין אז כ'האב עס גענוג קלאר געמאכט אין מיינע ווערטער. איז וואס מישסטו אריין דייטשלאנד, ומפני חטאינו, א.א.וו.? איך זע דיר אויס ווי עמיצער וואס שליסט אויס אידישע פאלקשאפט? איך בין דער לעצטער מענטש דאס צו טון.

איך בין גרייט צו רעדן וועגן אסימילאציע, אבער ביי אן אנדער געלעגנהייט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@פלאוויוס
'אידישליכן' חן?
איי מין קאמ'אן, א טראפ שכל און סענסיטיוויטעט.

שיין האבן מיר דערלעבט אז @פלאוויוס ערלויבט זיך צו מאכן א פאראורטיילליכן קאמענטאר אויף אונזערע ווייבלעך.

ישראל קאפקע: וועלכער חלק געפעלט דיר נישט...? אז די כינעזערין האט א אידישן חן. אדער אז די אידישע פרויען אויף לי און בעדפארד עוו. זענען פארלוקסוס'ט...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:@פלאוויוס
'אידישליכן' חן?
איי מין קאמ'אן, א טראפ שכל און סענסיטיוויטעט.

שיין האבן מיר דערלעבט אז @פלאוויוס ערלויבט זיך צו מאכן א פאראורטיילליכן קאמענטאר אויף אונזערע ווייבלעך.

ישראל קאפקע: וועלכער חלק געפעלט דיר נישט...? אז די כינעזערין האט א אידישן חן. אדער אז די אידישע פרויען אויף לי און בעדפארד עוו. זענען פארלוקסוס'ט...!

ביידע.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

.
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: טור ארום וויליאמסבורג

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

עי׳ ברש״י בפ׳ היפת תאר ״כדי שתהא בת ישראל שמחה וזו עצבה, בת ישראל מתקשטת וזו מתנולת: ועוד בדברי רז״ל תיתי להו שמצילות אותנו מן החטא, ובהא דדביתהו דא׳ מרבותינו איני זוכר את השם שיצאה מקושטת ואמר שעושה כן שלא אתן עיני באשת חבירו וכידוע טענת הרבי מלובלין להרמ״מ מרימנוב מתקנת עזרא הסופר , ובכן אין חסרון שבנות ישראל מתקשטות כ״ז שאינו יוצא מגדרי הצניעות והלכה, והמבין יבין בדברים שהשתיקה יפה להן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'ווייס נישט צו עס איז שוין געלינקט געווארן אין שטיבל, אפשר ברויך עס א באזונדערע אשכול, נאר איך האב נישט קיין צייט איצט לייג איך עס דא.

זייער גוט לדעתי. דאס איז בארא פארק, קומענדיגע עפיזאד איז וויליאמסבורג.

https://youtu.be/4YTmrCLeidc
פארשפארט