נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
נייע פאטענט - אנצינדן א לעקטער אום שבת בהיתר?
א נייע פאטענט וואס על פי הלכה קען מען צינדען און לעשן לייטס אום שבת קודש.
די היימישע רבנים גייען עס מתיר זיין?
פאר מעות קדימה דריקט דא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NdbkvJznmwU[/youtube]
די היימישע רבנים גייען עס מתיר זיין?
פאר מעות קדימה דריקט דא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NdbkvJznmwU[/youtube]
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
סאשי פיש: ייש"כ פאר ברענגען אונז די גוטע בשורה אז ס'איז שוין פארהאן א "כשר סוויטש" וואס ערלויבט אונז צו אקטיוויזירן אדער דע-אקטיוויזירן א לייט אדער אן עיר קאנדישאנער אום שב"ק ויו"ט.
איך פארשטיי א ביסל אין עלעקטראניקס טעכנאלאגיע. און א קליין פיצינקע ביסל אין הלכה. נאר דער חשוב'ער אינווענטאר האט מיך נאכנישט קאנווינס'ד (איבערצייגט)
אז די אקציעס פון דעם סוויטש זענען נישט בגדר "גרמא".
דער חזון אי"ש זצ"ל האלט אז ביי פארגענצן אן עלעקטרישן קרייז...Closing an electric circuit...אפילו איך בין נישט מפעיל קיין עלעקטרישן שטראם, איז אויך אסור אום שבת. משום "בונה"...ווייל מ'טוט דערגענצן א גאנצע מערכת...!

- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נופת צופים האט געשריבן:מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')
נופת צופים: על ראשון ראשון. יא. ס'איז דא אזא ווארט. משלים זיין הייסט אין אידיש "דערגענצט" עפשער האסטו נישט געהערט פון דעם ווארט...?!
די צווייטע קשיא איז געווען. (מיט'ן ניגון פון מה נשתנה)...אז ער טוט דא גארנישט קיין פעולה. ער נעמט נאר אוועק דעם בלאקידזש אז די ליכטיגקייט פולסעס (פולסין דנהורא) זאללן קענען אריבערגיין און זיי זאללן גורם זיין אז די עלעקטריציטעט זאל צוקומען צו די לייט.
אזוי ווי כ'האב פריער געזאגט אז דער חזון אי"ש האלט אז אפילו אין א פאלל וואו די עלעקטריק ארבעט נישט אויף די מאמענט. טאר מען אויך נישט אנצינדן אן עלעקטריק סוויטש אום שבת (אפילו איך בין נישט מפעיל דעם עלעקטרישן שטראם) ווייל דאס הייסט בונה. ער בויעט אויף די מערכת אז ווען די עלעקטריציטיעט וועט צוריקקומען וועט זיך די לייט קענען אנצונדן...! אנדערע פוסקים, ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך האלטן נישט אזוי. איז עס אפשר יא מותר...אבער איך וויל עס נאכאלץ נישט נוצן אום שב"ק ויו"ט...!
נ.ב.: איך האב געשריבן "פולסין דנהורא"... וועט זיך אפשר טרעפן א "תלמיד חכם" וואס וועט וועלן אויפווייזן אז דער בעל עגלה איז אן עם הארץ. אפשר טאקע יא. אבער דער בעל עגלה ווייסט א חילוק פון "נורא" ביז "נהורא". די ערשטע איז טייטש פייער. און די צווייטע איז טייטש ליכטיגקייט...!
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
אלץ פיין און וואויל. אבער זיין חידוש איז אז ס'איז א ספק ספיקא. נאכאמאל, ספק אז ס'וועט ארויסקומען א פולס און ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה
דער חילוק פון עלעקטריק מיט וואסער איז זייער פשוט. די עלעקטראנס זענען א כח האש. כאטש א טייל פוסקים, ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד מ'סעמיהאי, אונגארן) האלט אז עלעקטריציטעט איז נישט קיין פייער ממש און ס'איז בכלל נישט דא קיין איסור דאורייתא צו אנצינדן אדער אויסלעשן א לייט אום שבת. פארשטייטזיך אז ער איז עס נישט מתיר. אבער ער האלט אז קיין איסור הבערה האט מען נישט עובר געווען...! ע"כ. אין פלעצער, אזוי ווי אין אפארטמענט בילדינגס אויף הויכע שטאקן וואו די וואסער פרעשור ארבעט מיט א פאמפ טאר מען עס טאקע נישט נוצן אום שבת. חוץ אויב ס'גייט צוערשט אריין אין א טענק פאר ס'קומט אן אין שטוב...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה
ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור, נאר די רבנימ'ס פילינגס האט עפעס נישט געוואלט מתיר זיין , ס'טייטשט אנצונדען א לייט שבת??!!, האבן זיי ערפינדן א פראבלעם פון בונה וואס בעצם לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער דאך כדי נישט צו האבן גילטי קאנטשעס פארן אסרן אין די וועלט אריין האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף בונה און יאללה! ! שישו מעי! !!
וויזויגייטעס?! אנצונדען א פלארעסענט לייט דארף מען זוכן אן איסור, גיין אין א הייסע מקווה בצפרא דשבתא דארף מען זוכן א היתר, וראו מי נדחה בפני מי.
עד כאן דברי התלמיד הפחות שבפחותים, והוא רחום יכפר עוון.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
נופת צופים האט געשריבן:ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.
איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
אןיב רעט מען פון א ספק ספיקא , ווער דארף דען א סוויטש וואס איז נישט זוכער אז סגייט אנצינדען די לייט. פארשטייטזוך אז סגייט בודאי אנצינדען די לייט. סאו די גאנצע ספק איז וויפיל סקונדעס סגייט געדויערן, צי ביים ערשטען שפריץ צי ביים צווייטען, איז דאך נאר א ספק פון צייט. נו וועלכע הלכה זאגט אז אויב סאיז נישט קלאר וועלכע רגע סגייט געשען הייסט עס א ספק?
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
הרי זה יסוד ההיתר של רוב פטנטי צומת שטוענים שהסכים להם הרשזא זל, להיות גרמא על ידי מניעת המניעה, ורבים סטמכים עליהן עכפ לחולים ושעת הדחק, ויש בזה אריכות שדנו בזה פוסקי זמננו, עכפ אין זה חידוש חדש.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים האט געשריבן:כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה
ווען פלארעסענט באלבס איז ארויסגעקומען איז בעצם נישט געוועהן קיין שום צד איסור, נאר די רבנימ'ס פילינגס האט עפעס נישט געוואלט מתיר זיין , ס'טייטשט אנצונדען א לייט שבת??!!, האבן זיי ערפינדן א פראבלעם פון בונה וואס בעצם לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער דאך כדי נישט צו האבן גילטי קאנטשעס פארן אסרן אין די וועלט אריין האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף בונה און יאללה! ! שישו מעי! !!
וויזויגייטעס?! אנצונדען א פלארעסענט לייט דארף מען זוכן אן איסור, גיין אין א הייסע מקווה בצפרא דשבתא דארף מען זוכן א היתר, וראו מי נדחה בפני מי.
עד כאן דברי התלמיד הפחות שבפחותים, והוא רחום יכפר עוון.
שושן פורים: איך מיין אז דו מישט אויס דא צוויי באזונדערע עניינים. ווער ס'האט ערפינדן דעם איסור פון בונה ביי אן עלעקטריק סירקויט איז געווען דער חזון אי"ש. און ער איז נישט געווען עפעס א רב'ל אין די שטאט הוידו נאנאש אדער שאראש פאטאק. ווייל א חוץ פון זיין א גאון בתורה איז ער אויך געווען א סייענטיסט. נאר אין דעם ענין האבן די אלע אנדערע פוסקים פון זיין צייט , ווי ר' שלמה זלמן אויערבאך, נישט מסכים געווען מיט זיין צד האיסור.
הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געווען א שטארקער בקי אין די עלעקטריקל דיסטריביושן סיסטעם. (וויאזוי עלעקטריק ווערט פראדוצירט. און וויאזוי ס'קומט אן צו די היימען און פאבריקן.). ער האט געשריבן אין זיין תשובה ספר א פונקטליכע הסבר וויאזוי דאס ארבעט.
אן אנדערער רב וועלכער האט געלעבט מיט בערך הונדערט יאר צוריק. ר' שמעון גרינפעלד האט אויך געשריבן זייער א סאך תשובות איבער עלעקטריק און די געציילטע עלעקטרישע אפלייענסעס וואס זענען דאמאלס געווען. אין זיין ספר שו"ת מהרש"ג רעדט ער אויך איבער דעם באנוץ פון שבת זייגערס, וועלכע זענען נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי היינט. ער איז פונקטליך מסביר וויאזוי ס'ארבעט. און ער פסק'נט אז מ'מעג זיך באנוצן מיט דעם ...!
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: אנצינדען א לייט אין שבת
כפתור האט געשריבן:נופת צופים האט געשריבן:ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.
איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות
@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
א פלא. דער זעלבער קאמפאני האט האט שוין פראבירט צו מארקעטן דער פאטענט פאר דריי פיר יאר צוריק און מפרסם געוון אז פארשידענע גדולי הרבנים והפוסקים זענען מתיר. עס איז דעמאלטס געווען א גרויס טומל דערוועגן און גדולי הפוסקים זענען ארויסגעקומען דערגעגן און געשריגען שמעולם לא התירו און אז די סארט היתרי גרמא זענען נאר גוט פאר שעת הדחק אדער חולים נישט פאר יעדער.
אז מען איז מעיין אין די הסכמות וואס זיי שטעלן דארט זעהט מען טאקע ווי עס איז כמעט נישטא איינער וואס איז טאקע דאס מתיר לכתחילה. למשל דער בריעף פון הרב שיינבערג זעהט מען קלאר איז נישט מער ווי א ברכה נישט קיין פסק. הגם עס איז טאקע מאדנע פארוואס ער האט געגעבן אזא צעטל. די שורות פון הרב נויבירט זענען אויך אומקלאר פון וואס זיי רעדן זיך און ער האט שפעטער קלאר געשריבען א צעטל אז ער איז עס נישט מתיר לכתחילה. מצד שני איז טאקע גאר מאדנע. למשל דער צעטל פון הרב נבנצאל זעהט אויס גאנץ גלייך אז ער איז מסכים דערצו, שפעטער ווען הרב רוזן האט עם געפרעגט האט ער געזאגט ער געדענקט גארנישט חתמ'נען אזא צעטל און אוודאי איז עס אסור. רוזן איז משער אז מען האט געזאגט פאר די רבנים עס איז נאר לשעת הדחק אדער פאר חולים און זיי האבען דאס פארגעסן צו שרייבען אין א צעטל. גאר מאדנע. הרב נח אייזיק אלבום, כאטש נישט אליינס געשריבן, זאגט גאנץ קלאר ער האלט עס איז מותר נאר למעשה זאל מען פרעגן א רב.. אויך איז מאדנע ווען רבנים ווי הרב שלום ארוש, וואס האבן גארנישט מיט פסק הלכה קיינמאל, שרייבען הסכמות אויף אזא זאך. אפשר איז די גאנצע זאך געפעלטשט?
נאך מער מאדנע איז ווי יעצט איז זיי איינגעפאלן צו מאכן תחיית המתים פאר דער געדאנק אויף אינדיגיגו און זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די גאנצע היסטאריע.
הרב ישראל רוזן ראש צומת אסר'ט
דער בריעף פון הרב נויבירט מח"ס שש"כ

הרב גיל סטודנט האט א שיינע שמועס
נאך איבער דער שערוריה

- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
כפתור האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קומט אריין בונה און א עלעקטריק סירקוט. ווען מ'צינדט און א לייט אדער מ'שטעקט אריין און א פלאג, די איינציגסטע זאך וואס מ'טוט איז אז מ'מאכט די עלעקראנס זאלן דורך פארן די לאמפ, אדער מאשין, און פון די כח פון אזויפיל עלעקראנס (אדער עלעקטריק פיעלד און א מאטאר) מאכט עס די ארבעט (פארשטייצעך דאס איז בקיצור). פארוואס ווען מ'מאכט אויף די קראן איז עס נישט בונה? אולי פארשטיי איך נישט וואס מיינט בונה
דאכט זיך מיר אז ר' שלמה זלמן דערמאנט די טענה אויפ'ן חזון איש.
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד האט געשריבן:איך פארשטיי אבער נישט פונקט די פסק אז חולה שאיב"ס איז עס מותר און נישט פאר יעדער. הייסט עס דאס איז אן איסור דרבנן בשינוי? און וואס פעלט אויס דער גרמא אויב אזוי? אויב לעקטער איז בכלל א דרבנן כהסכמת רוב הפוסקים דארף מען דאך נישט דער גאנצער פאטענט.
לעיקוואוד: דו ביסט 100% גערעכט. די גדולי הפוסקים האבן טאקע אזוי געפסק'נט נאך א סאך יארן פאר דער "קאושער סוויטש" איז ארויסגעקומען אז פאר א חולה שאין בו סכנה, אויב האט ער שוועריגקייטן צו איינשלאפן, מעג מען אויסלעשן די לייטס. אבער דער אינווענטאר האט דאך אן אייטעם צו פארקויפן...אבער למעשה איז נישט דא קיין איין פוסק הלכה סיי אין אמעריקע און אין ארץ ישראל וואס איז מתיר לכתחילה צו באנוצן מיט דעם קאושער סוויטש צו קאנטראלירן די לייטס אום שבת...!
אפילו הרב רוזן און רש"ז אויערבאך האבן נאר מתיר געווען פאר חולים אדער פאר ענייני ביטחון...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
נופת צופים האט געשריבן:כפתור האט געשריבן:נופת צופים האט געשריבן:ווען מ'צונדט אן די לייט אדער מ'שטעקט אריין א פלאג, מאכסטו קאמפלעט (אדער ווי בערעלע זאגט "ערגענצט דו" ) א צערקוט. אין אנדערע ווערטער דו האסט "געבויט" א צערקוט.
איך מאך גארנישט. די עלקראנס קומען און גייען שוין פון און צו די עלעקטריק קאמפאני ( AC) די איינציגסטע זאך וואס איך טו ווען איך פלאג אריין, איז אז איך מאך די עלעקראנס זאלן מאכן א אומוועג און דורכגיין מיין מאשין "אויך". מיין שאלה איז פארוואס מ'רופט עס בונה. רוף עס עני אנדערע פון די ל"ט מלכות
@כפתור סלאו דאון א סעקונדע. איך רעד נישט קיין איין ווארט וועגן די עלעקטראנס וכו'. ווען דו שטעקסט אריין די פלאג "בויסטו" א פיזישע צערקוט פון אייזן, פון ווייערס, נישט עלעקטראנס.
דאס האב איך קיינמאל נישט געהערט. לויט דעם טאר מען נישט צומאכן א "ברעיסלעט", ער בויעט א צערקוט