קדחת (פה-סח #6)
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
קדחת (פה-סח #6)
בן שלשה עשר,
א קטן הצריך,
געהערט פון פאטער,
שפטרני ברוך.
אויף א גרויסע באנד,
בישיבה של קטנים,
טעג נאכאנאנד,
ביי די ווערטער זיינעם.
איין טאג מלאך,
קצות און אורים,
איין טאג גלח,
חטאת נעורים.
פון ישיבה קטנה,
זיך גערוקט פאראויס,
דאס צומישעניש מיינע,
ווערט גאר גרויס.
רוח קדים,
מצפון מים,
יצרו של אדם,
רתיחת הדם.
פון איין זייט ניצוצות,
איתרעותא דלעילא,
אוחזת פלצות,
באריכות לילי.
א באמבע פלוצלינג,
פון ערגעץ וואו,
דו האסט היינט א מיטינג,
באקען זיך מיט זי.
איך זעץ מיך פריש,
מיט א פלעשל באר מים,
אויפ'ן דיינינג רום טיש,
שוין אנגעגרייט לחיים.
נאך פאר כ'האב עספיעט,
מיין אטעם צו כאפן,
מזל טוב מ'גריט,
קענסט א וואנט טאפן.
א שטריימל אפאר שטאק,
מיט אלע צוגעהערן,
א דירה אויפ'ן בלאק,
מ'קען צוקוועטשט ווערן.
אין כולל אריין ערליך,
אזוי איז די הלכה,
פרנסה אזוי שווערליך,
פוד סטעמפס איז א ברכה.
אויפ'ן הארטן באנק,
צוריק כבראשונה,
אלץ אויפ'ן געדאנק,
מאן יהיב מזוני.
באלד אלס פרישע פאר,
די מצוה פרו ורבו,
נאך איינס יעדעס יאר
די געלט עס קומט פון וואו.
פרעג איך דא במר,
וואס וועט פון מיר ווערן,
ראש השנה ביים גמר,
פאר מיר געטוהן באשערן?
די ווייב די שוויגער שווער,
אלע ווילן נחת,
איך האלט נישט אויס מער,
עס ברענגט מיר נאר קדחת.
א קטן הצריך,
געהערט פון פאטער,
שפטרני ברוך.
אויף א גרויסע באנד,
בישיבה של קטנים,
טעג נאכאנאנד,
ביי די ווערטער זיינעם.
איין טאג מלאך,
קצות און אורים,
איין טאג גלח,
חטאת נעורים.
פון ישיבה קטנה,
זיך גערוקט פאראויס,
דאס צומישעניש מיינע,
ווערט גאר גרויס.
רוח קדים,
מצפון מים,
יצרו של אדם,
רתיחת הדם.
פון איין זייט ניצוצות,
איתרעותא דלעילא,
אוחזת פלצות,
באריכות לילי.
א באמבע פלוצלינג,
פון ערגעץ וואו,
דו האסט היינט א מיטינג,
באקען זיך מיט זי.
איך זעץ מיך פריש,
מיט א פלעשל באר מים,
אויפ'ן דיינינג רום טיש,
שוין אנגעגרייט לחיים.
נאך פאר כ'האב עספיעט,
מיין אטעם צו כאפן,
מזל טוב מ'גריט,
קענסט א וואנט טאפן.
א שטריימל אפאר שטאק,
מיט אלע צוגעהערן,
א דירה אויפ'ן בלאק,
מ'קען צוקוועטשט ווערן.
אין כולל אריין ערליך,
אזוי איז די הלכה,
פרנסה אזוי שווערליך,
פוד סטעמפס איז א ברכה.
אויפ'ן הארטן באנק,
צוריק כבראשונה,
אלץ אויפ'ן געדאנק,
מאן יהיב מזוני.
באלד אלס פרישע פאר,
די מצוה פרו ורבו,
נאך איינס יעדעס יאר
די געלט עס קומט פון וואו.
פרעג איך דא במר,
וואס וועט פון מיר ווערן,
ראש השנה ביים גמר,
פאר מיר געטוהן באשערן?
די ווייב די שוויגער שווער,
אלע ווילן נחת,
איך האלט נישט אויס מער,
עס ברענגט מיר נאר קדחת.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: קדחת (פה-סח #6)
אין פה סח געשטעלט,
פעאזיע א קדחת,
פאר די גאנצע וועלט,
על הארץ מתחת.
א פי די עף פייל,
פאפירענע פארמאט,
דערנאך אויף ווירטואל,
ווער ס'איז נאכנישט זאט.
הערות ביטע לייגט,
אביסעלע פידבעק,
ס'איז גוט צו ס'זייגט,
בין איך בכלל אן טרעק.
פעאזיע א קדחת,
פאר די גאנצע וועלט,
על הארץ מתחת.
א פי די עף פייל,
פאפירענע פארמאט,
דערנאך אויף ווירטואל,
ווער ס'איז נאכנישט זאט.
הערות ביטע לייגט,
אביסעלע פידבעק,
ס'איז גוט צו ס'זייגט,
בין איך בכלל אן טרעק.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
נופת צופים, זייער שיין און גוט געזאגט, יישר כח.
זאל דער רבש"ע העלפן אז די אלע כולל אינגעלייט זאלן שוין קענען ארויסגיין מגלות לחירות ומשעבוד לגאולה.
זאל דער רבש"ע העלפן אז די אלע כולל אינגעלייט זאלן שוין קענען ארויסגיין מגלות לחירות ומשעבוד לגאולה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: קדחת (פה-סח #6)
די צווייטע טייל וועט אי"ה קומען אין @זייגער 'ס קראטש מי אויבגאבע
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: קדחת (פה-סח #6)
אויסדריקליך נישט. דער קדחת איז פונע'ם כללית'דיגע לעבן ביז אהער.
בד"וו ב"ה איך האלט שוין לאנג נאכ'ן קדחת מיט אלע דעי צרות.
בד"וו ב"ה איך האלט שוין לאנג נאכ'ן קדחת מיט אלע דעי צרות.
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: קדחת (פה-סח #6)
מפוזרי האט געשריבן: צי דו האסט סתם געוואלט ארויסברענגען פארשידענע זאכן וואס הייצן דיר אן?
.
פונקטליך וועלכע חלק הייצט דיך אן, עניוועי? [emoji1]
סענט פראם מיי קאושער פאון...
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
וועלכע חלק עס הייצט עם, ווארט ביז ער וועט קומען לכלל התגובות הנצרך למאחורי, און ער וועט דיר דארט ענטפערן.
נופת טייערע דיין ווערק איז מייסטערהאפטיג שיין, איך וועל נישט גיין ווי [tag]געוואלדיג[/tag] עד קצה האחרון אז אן די קדחת וואלט פה-סח געווען פעלערהאפטיג, אבער עס האט בלי שום ספק וגוזמה צוגעגעבן צום אויסגאבע, און א שמייכל צו מיינע לעפצן האט עס אויך צוגעגעבן.
נו לאמיר זעהן טייטש עס איבער אין פאעזיע.

נופת טייערע דיין ווערק איז מייסטערהאפטיג שיין, איך וועל נישט גיין ווי [tag]געוואלדיג[/tag] עד קצה האחרון אז אן די קדחת וואלט פה-סח געווען פעלערהאפטיג, אבער עס האט בלי שום ספק וגוזמה צוגעגעבן צום אויסגאבע, און א שמייכל צו מיינע לעפצן האט עס אויך צוגעגעבן.
נו לאמיר זעהן טייטש עס איבער אין פאעזיע.


מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל
Re: קדחת (פה-סח #6)
א קדחת מייסטערהאפט
א לייק איינגעשאפט
אן דעם אין פה-סח
ווי א שבת אן א וואך
צו אנדעם איז א מום
אדער עולה תמים
@געוואלדיג מיט @א איד
און איך בין אינדערמיט
כאטש געברענגט א שמייכל
ביי נאך @א איד אין היכל
צו הייצונג וואס דער גרמא
לכשיגיע שמה
א תשובה דארט פארקויף עס
פארענטפערן פאר נופת
א לייק איינגעשאפט
אן דעם אין פה-סח
ווי א שבת אן א וואך
צו אנדעם איז א מום
אדער עולה תמים
@געוואלדיג מיט @א איד
און איך בין אינדערמיט
כאטש געברענגט א שמייכל
ביי נאך @א איד אין היכל
צו הייצונג וואס דער גרמא
לכשיגיע שמה
א תשובה דארט פארקויף עס
פארענטפערן פאר נופת
סענט פראם מיי קאושער פאון...