דער "שורת הדין" ביים מקוה איד!...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

דער "שורת הדין" ביים מקוה איד!...

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיט דעם וועל איך אנפאנגען שרייבן מיין ערשטן אשכול אין 'קאווע שטיבל', און כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן.


- א -

יאנקל איז אויפגעשטאנען א צופרידענעם יענעם מיטוואך פרשת וישב, וויסנדיג אז 'עוד מעט' גייט ער ענדליך ענדליך איינקויפן דעם לאנג ערווארטעטער שפאגל נייעם קאמפיוטער. ווייל יאנקל - אדער ווי מען רופט אים אין די ארבעט: יעקי - איז א גרויסע קאפשטיק אינעם געביט פון טעכנאלאגיע, אלס בחור איז ער שוין געווען באוואוסט מיט זיינע רצונות און כשרונות אין דעם פעלד, און אלס יונגערמאנטשיק האט ער זיך גאנץ שנעל ארויפגעדראפעט אויפן לייטער פון סוקסעס, ווערנדיג אנערקענט אלס געלונגענער פראוגרעמער פאר פארשידענע ערליי זאכן בעולם האינטערנעט והמסתעף.

מטבע הדברים האט ער כסדר ליב געהאט איבערפרישן זיין קאמפיוטער, איינקויפן די לעצטע ווערסיע, די שענסטע און דאס בעסטע, ברייטסטע סקרין, א.א.וו. און טאקע צוליב דעם איז ער געווען מלא שמחה יענעם מיטוואך וישב ווען ער האט מחליט געווען אריינצופארן קיין מאנהעטן איינקויפן ערשט האנטיג דעם ברענד-ניו קאמפיוטער.

אריינקומענדיג אין גוי'אישן הערליכן געשעפט, נתמלא הבית כולה אורה ושמחה, ס'טייטש 'יאנקל מחותן קומט קויפן א נייע קאמפיוטער, און טאקע דאס שענסטע און דאס בעסטע'. יאנקל האט ארומגעקוקט אפאר מינוט, און צום סוף האט זיין קאפ זיך א לאז געטון אינעם ריכטונג פון דעם שפאגל נייעם כלי מפואר. ווי א סוחר ממולח האט יאנקל געפרעגט אויף אפאר אנדערע קאמפיוטערס וויפיל זיי קאסטן, און דער מוכר ווייזט אים "דאס איז $600", "דאס איז $749", און "דא האב איך אביסל א שוואכערע כלי פאר א מציאה פרייז פון $400". צום סוף - פארשטייט זיך - קומט מען צום נקודה, און יאנקל פרעגט אויף 'זיין' שמענדריק "וויפיל איז דאס?", און דער מוכר ענטפערט: "אה, דאס איז א טייער געשעפט, מיט אלע פיטשיווקעס וואס דו ווילסט וועט עס דיר קאסטן לא פחות פון אן אלף'ל".

האמת אגיד ולא אכחיש, ס'האט יאנקל א ציפ געטאן ביים הארץ, 'אזויפיל געלט?' - טראכט ער צו זיך, 'ווען איך ווייס ווען פון פריער וואלט איך איינגעקויפט ביים קאנקורענץ. דארט איז עס אודאי סאך ביליגער'. אבער ווי דער אידישער סימן פון 'ביישנים' האט יענקל נישט געקענט זאגן פארן מוכר אין פנים אריין רגשות לבו, און 'ס'פאסט נישט' זיך צו דינגען מיטן היי קלעס גוי מיטן שיינעם סוט און פריש פארקעמטע האר אין א זייט. יאנקל נעמט ארויס דעם טויזענטער פון טאש, און מעשה סוחר געט ער עס איבער מיט אזא פארטעמפטן בליק ווי צו זאגן 'אן אלף'ל ארויף אן אלף'ל אראפ, דאס איז קליינגעלט ביי מיר'...


- ב -

שמערל שמש, זה שמו וזה זכרו שוין די לעצטע דרייסיג יאר זיכער. פון ווען ער האט נאך געהאט א פעך שווארצן בארד, און גלייכע ביינער. די יונגעלייטלעך געדענקן אבער נאר א גרויער בערדל, און אן עטוואס געבויגענעם איינגעהויקערטן רוקן. מן הסתם פון צרות ישראל, כלומר, אייגענע צרות. דאס וועלטל שמייכעלט נישט צו שטארק אין זיין ריכטונג. והא ראי', ער איז שוין שמש [שאמעעס בלע"ז] יאאאאאאאאארן לאנג, פון מתושלח'ס צייטן זיכער. אן עני ואביון מגוזלו, ארבעט שווער פאר זיין ביסן ברויט.

קהל דראגמירעשט קען זיך נישט ערלויבן אים צו צאלן א שיינעם געהאלט, אבער אלס שמש דינט ער אויך ווי דער מקוה איד, וויין פארקויפער, טלית בייטל פעדלער, אלעס אינערהאלב מוסדות דראגמירעשט והגלילות. דער שמש זיפצט שוין נישט איבער זיין ביטער גורל, ער איז שוין ליידער צוגעוואוינט צו דעם. ער האפט נאר צו מאכן אפאר גרייצער פארקויפנדיג קליינע פושקעלעך 'שעמפו' פאר 50 צענט, קעמלעך פאר 75 צענט, און נעגלעך שניידערס פאר א דאללער. א ציצית/גארטל איז שוין א גרעסערע מציאה פאר אים. ער קען דארט לייזן דריי דאללער אויפאמאל.

שמערל שמש איז נישט בייז אויף גאט, ער האפט נאר אויפן בעסטן, און לעבט מיטן 'ברוך ה' יום יום'. און ווי נישט ווי שוויצט ער אדורך זיינע טעג אלס דראגמירעשטער שמש. טעג? יארן! שוין איבער דרייסיג יאר, ווי קען מען פארגעסן!


- ג -

דאנערשטיג אינדערפרי, פרשת וישב. אונזער וואויל בארימטער יונגערמאן יעקי [אין ביהמ"ד רופט מען אים מפני הכבוד: רבי יענקב. ער איז פארט פון די גרויסע שטיצער'ס פונעם דראגמירעשטער קהילה] גייט אין מקוה, ס'הייסט! א חסיד'ישע איד כאפט א ווארימע מקוה פארן דאווענען. צייט האט ער ב"ה, ער ארבעט נישט פאר קיין באסס, קען מען שטיין אין שויער א האלבע שעה, שרייען 'אוי טאטע' א זיבן אכט מאל אינעם בור המקוה וואס הייסע פארע שמייסט דיר אין פנים, און צום לעצט - דערציילן פאר זיינע חברים ו[כלומר'שטע] ידידים איבער זיין נעכטיגע געלונגענע איינקויף אין מאנהעטן.

נאכן זיך אנטון זיינע קליידער, וויל ער קרייזלן זיינע פיאות מיטן קעמל זיינעם, ווען פלוצים שפירט ער אז זיין טאש איז לער. קיין קעמל איז נישט דארט פארהאנען. א צושפילטער לויפט ער ארויס פון מקוה און קלאפט אן אינעם גרויען שמערל שמש, און פרעגט אים צו ער פארקויפט אפשר קעמלעך, "כ'דארף נייטיג א קעמל" - זאגט ער. 'זה קלי ואנוהו' - קלאפט ער זיך אין געוויסן.

שמערל שמש זאגט אים: "א קעמל קאסט 75 צענט". און ערעב יאנקל הייבט אן מאכן א חשבון: 'ער קויפט איין צוואנציג קעמלעך פאר 5 דאללער, קומט אויס אז ס'קאסט אים נאר א קוואדער א קעמל, און דער חזיר שעמט זיך נישט מיר צו בעטן דריי מאל אזויפיל געלט, גאנצע פ-י-נ-ף א-ו-ן ז-י-ב-ע-צ-י-ג צענט. גנב איינער'. א בייזער געט זיך יאנקל א דריי אוועק פונעם שמש'ס ריכטונג, 'יעבור עלי מה - פון דעם רויבער וועל איך קיין קעמל נישט קויפן'.


- ד -

דוד המלך שרייבט זייער א שארפע פסוק אין תהילים (צד, ו): אלמנה וגר יהרוגו ויתומים ירצחו. זיינע ווערטער זענען זייער שווער אויבערפלעכליכערהייט. חוץ פון אזעלכע רשעים ווי נאציס און אייסיס, ווער האט אן אגענדע פון הרג'ענען? פון פסוק איז משמע אז מען רעדט פון סתם שלעכטע מענטשן, אבער הרג'ענען? מאן דכר שמיה. זאת ועוד, אז מען רעדט שוין יא פון א מערדערע, פארוואס זאל ער פונקט הרג'ענען דעם אלמנה ויתום, דארט וואו א נארמאלע מענטש אנטוויקלט א רחמנות געפיל מער ווי אויף אנדערע.

מיר קומט אויס אז זיין לשון איז א מליצה, און ער רעדט פון סתם 'רחמנות'ן', 'נעבעך'ס', איינזאמע פארלאזטע מענטשן וואס שוויצן שווערליך אדורך זייערע טעג [א בפירוש'ע ראי' האב איך פונעם פסוק (שמות כב, כא): כל אלמנה ויתום לא תענון. און רש"י איז מפרש: הוא הדין לכל אדם, אלא שדיבר הכתוב בהווה, לפי שהם תשושי כח, ודבר מצוי לענותם, עכ"ל. ממש כדברינו]. דארט איז שייך א מענטש זאל פארוואנדעלט ווערן אין א רוצח, א רשע, א שלעכטער עגאאיסט וואס זעט ווי דער ארימאן זוכט אים צו באראבעווען.

אט דער יאנקל, מחמת חיבת הגוי וחיבת השיינע סוט און שיינע האר, וועט זאגן "הונדערט דאללער ארויף, הונדערט דאללער אראפ, ס'פאסט זיך נישט ביליג צו מאכן פארן גוי". דער זעלבער שיינער איד, ווען ער זעט אז דער ארימער נעבעכדיגער שמש זוכט צו לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש דורכן בעט פון אים "75 צענט" פאר א קעמל, וועט זיין שוים ארויפקומען, זיין בלוט וועט זידן, זיינע נאזלעכער וועלן זיך פארברייטערן באלד אזוי גרויס ווי דער בור פונעם מקוה, זיינע אדערן וועלן זיך ארויסשטעקן דראענדיג דאס צו נוצן פאר א תליה, און כל עצמותיו תאמרנה 'גנב און רויבער'.

קלאגט דער אלטער דענקער, קרעכצט דער פאעטישער מתבודד: "אלמנה וגר יהרוגו ויתומים ירצחו. ויאמרו לא יראה י-ה וגו'". דער שיינער איד מיינט אז גאט געדענקט נישט וואס האט פאסירט נעכטן ביים איינקויפן דעם קאמפיוטער vs. דעם היינטיגן 'קעמל'. און ווי א בת קול יוצאת מהר חורב, טראגט זיך אדורך ווי א שטורמווינט דער המשך הפסוקים, דער שארפער וויי געשריי: "בינו בוערים בעם, וכסילים מתי תשכילו?!".
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

כ'זעה אז מ'רעדט נישט דא פון א כפול כ''ד נאר פון א כפול כ''ח. דער גאלדענער פעדים ליגט דא אויך צזאמען געפלאכטן! כה לחי. :like
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

הערליך געשריבן. לאמיר מליץ טוב זיין אז דער קוואדער און נאך צענדליגער קוואדערס דארף יענקי צו טיילן אויבן אין ביהמ"ד און טאקע משמח צו זיין עטליכע אלמנות און יתומים.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

האמת אגיד, אז די אלע רייסער'ס וואס איך קען זענען ברייטהארציג צום שמש אויך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער גוט און אמת געזאגט. און בכלל קומט זיך אן הכרת הטוב פארן שמש וואס נעמט קער פון א שול און מקוה, כאטש וואס ער באקומט באצאלט דערפאר, איז עס נאכאלץ נישט אזא בא'טעמ'טע ארבעט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

שיין באשריבן. ובזה אפשר לפרש, חונן דל וגמלו ישלם לו. ער זאל אים באצאלן פאר די קעמלען.
באניצער אוואטאר
מה הוא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך מה הוא »

זייער זייער שיין און גוט ארויסגעברענגט
און די עיקר דערפון איז עס איז גאר שטארק אמת ווי מען רופט עס "מעשים בכל יום"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אט, לזה התכוונתי.
דאס אנכאפן דעם שמש מיטן קעמל, איז נאר א דוגמה אחת מני אלף פון אופנים וויאזוי א מענטש כאפט אפילו נישט ווי ער ווייזט ארויס זיינע אמת'ע קאלירן.

דאס זעלביגע שפילט זיך אפ תמידין כסדרן, מדי יום ביומו, אויף יעדן אנדערן פראנט. פונעם גראסערי מאן וואס מאכט נאך דריי סענט, ביז דער ארימער בוכארישער שוסטער וואס האט ניטאמאל פון ווי אויסצוצאלן מינימאלע הוצאות. פונעם יונגערמאנטשיק וואס דארף אוועקגעבן זיינע טייערע פאר אייגענע שעה כדי צו לערנען מיט אייער זון פריוואט - כדי צו דעקן זיין רענט, ביזן שמש און מקוה איד...

אסאך מאל מיינט מען אז אויף זיי קען מען טרעטן, און ס'איז א מצוה זיך מתווכח צו זיין מיט זיי אראפצונידערן דעם פרייז. אבער לעומת זה, ווען ער מאכט אזא [קאמפיוטער] געשעפט ווי יאנקי מיטן גוי פון מאנהעטן, דאן וועט ער פארוואנדעלט ווערן אין א דזשענדטל-מען. און אויף דעם באציט זיך מיין מאמר/מעשה'לע...
דאכצעך אז לזה התכוין גם [tag]מה הוא[/tag] אין זיין לעצטן שורה.
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: דער "שורת הדין" ביים מקוה איד!...

שליחה דורך אויסגערוט »

אולי איז דער בעסטער עצה פאר אזעלכע מקוה אידן צו הייערן א גוי מיט א שיינעם אנצוג (אפשר א נעקטיי אויכעט ליתר שאת) און שיין געקעמטע האר צו שטיין אין זיין געוועלבעכל און דינען די קאסטומערס. עס וועט זיך אים זייער שנעל אויסצאלן און ער וועט נאך ארויסנעמען אסאך גרעסערע רווחים סיי דורך די יעניגע וואס מען דערמאנט דא, און סיי דורך זיינע "בעסט פרענדס" וואס קומען מיטן גרויסען שמייכעל "גוט מארגען שמערל קוועטש מיר דער מקוה קנעפל".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפוזרי האט געשריבן:האמת אגיד, אז די אלע רייסער'ס וואס איך קען זענען ברייטהארציג צום שמש אויך.

מפוזרי: ...ביז דער שמש פארגעסט צו לייגן עקסטרע טישוס פאר דריי טעג יו"ט אדער גענוג טוילעט פעיפער פאר די שבת נאכמיטאג'דיגע קאסטומערס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עדיאל האט געשריבן:שיין באשריבן. ובזה אפשר לפרש, חונן דל וגמלו ישלם לו. ער זאל אים באצאלן פאר די קעמלען.

עדיאל: ייש"כ. איך האף אז דער עולם האט געכאפט די מליצה פון "וגמלו"...די קעמלען/קעמלעך... :lol:
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

Re: דער "שורת הדין" ביים מקוה איד!...

שליחה דורך עדיאל »

מיינסט דער עולם איז נישט אזוי שארף ווי דו?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:
עדיאל האט געשריבן:שיין באשריבן. ובזה אפשר לפרש, חונן דל וגמלו ישלם לו. ער זאל אים באצאלן פאר די קעמלען.

עדיאל: ייש"כ. איך האף אז דער עולם האט געכאפט די מליצה פון "וגמלו"...די קעמלען/קעמלעך... :lol:

נעוואדע, קוק אויף די מספר לייקס וואס [tag]עדיאל[/tag] האט באקומען, וועסטו זען אז דער עולם האט הנאה געהאט פונעם וויץ.

------
עדיאל האקט.
צוגעטראפן. אבער עדיאל, זיי נישט אזוי שארף צו בערל'ן...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויסגערוט האט געשריבן:אולי איז דער בעסטער עצה פאר אזעלכע מקוה אידן צו הייערן א גוי מיט א שיינעם אנצוג (אפשר א נעקטיי אויכעט ליתר שאת) און שיין געקעמטע האר צו שטיין אין זיין געוועלבעכל און דינען די קאסטומערס. עס וועט זיך אים זייער שנעל אויסצאלן און ער וועט נאך ארויסנעמען אסאך גרעסערע רווחים סיי דורך די יעניגע וואס מען דערמאנט דא, און סיי דורך זיינע "בעסט פרענדס" וואס קומען מיטן גרויסען שמייכעל "גוט מארגען שמערל קוועטש מיר דער מקוה קנעפל".

אויסגערוט: דיין געדאנק (פון אויפנעמען א גוי'אישן מקוה איד/גוי מיט א סוט און נעקטיי.) דערמאנט מיך א מעשה. מיט עטליכע יארן צוריק (בערך 43) האט די קאמפעני וואו איך האב געארבעט געהאט א קאנטראקט צו טון ארבעט אין א פענסי בילדינג אויף פארק עוו. אין מאנהעטן. איין טאג האב איך געדארפט רעדן צום סופער פון יענעם בילדינג. האביך געפרעגט איינעם וואו דער סופער געפינט זיך. ענטפערט ער מיר אז דער סופער איז יעצט דא אין די לאבי פון בילדינג. איך באטראכט די אלע מענטשן וועלכע דרייען זיך יעצט דארט. אבער איך האב נישט געזעהן דעם סופער. ווען איך בין צוריקגעגאנגען זאגן אז איך האב נישט געזעהן דעם סופער, ענטפערט מיר יענער..."דער סופער איז יענער מענטש מיט די גרעיע סוט און נעקטיי"...און איך האב געמיינט אז ער וועט ארומגיין מיט א בלויע ארבעט העמד און גרעיע הויזן... :lol: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עדיאל האט געשריבן:מיינסט דער עולם איז נישט אזוי שארף ווי דו?

עדיאל: ס'האט אזוי משמע געווען פון די קאמענטס אז דער עולם האט (נאכנישט) געכאפט די מליצה...!
בד"וו. איך האב זייער שטארק ליעב מליצות און ...puns...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויסגערוט האט געשריבן:אולי איז דער בעסטער עצה פאר אזעלכע מקוה אידן צו הייערן א גוי מיט א שיינעם אנצוג (אפשר א נעקטיי אויכעט ליתר שאת) און שיין געקעמטע האר צו שטיין אין זיין געוועלבעכל און דינען די קאסטומערס. עס וועט זיך אים זייער שנעל אויסצאלן און ער וועט נאך ארויסנעמען אסאך גרעסערע רווחים סיי דורך די יעניגע וואס מען דערמאנט דא, און סיי דורך זיינע "בעסט פרענדס" וואס קומען מיטן גרויסען שמייכעל "גוט מארגען שמערל קוועטש מיר דער מקוה קנעפל".

דערמאנסט מיר פון א ווערטל:

ביי די באן סטאנציעס שטייען אסאך מאל גוים און שנארען פאר געלט, יעדער פאר זיין וויכטיגע צוועק. איין טאג איז יענקל געווען אין באן סטאנציע, וואו ער האט געזען א מענטש פארשטעלט אין א רויטע 'סענטא קלאוס', שנארעט געלט פארן קירכע. פארשטייט זיך אז גוים האבן נישט דעם מושג פון טיילן צדקה מיט א ברייטהארציגקייט, און מ'האט אים קוים צוגעוואפן ניקלס מיט קוואדער'ס.

יענקל טראכט אבער ווי א איד, ער זעט גלייך א גאלד מינע פון פרנסה קלה ונקיה, און איז מחליט צו טון דאס זעלביגע. ער שטעלט זיך אוועק לעבן דעם גוי, לייגט אראפ א פושקע מיט א מגן דוד דערויף, און שרייבט אויף דעם אז די געלט גייט פאר ארימע קינדער אין ארץ ישראל...

ווי נאר יענקל האט דאס געטון, האט א יעדער גוי וואס איז דורכגעגאנגען לעבן זיי, געגעבן א דאללער צו אפילו א פינפער צום גוי, און מיט א רשעות'דיגן בליק ארויסגעזידט צווישן די ציין צום איד, אז פאר א שמוציגן איד געבט ער נישט! אזוי איז פלוצים געווארן א גאנצע געווירבל לעבן זיי, דער גוי מאכט גרויס געלט און יענקל באקומט קללות.

שטייט דארט א איד, ר' משה, אין א זייט. ער זעט וואס דא גייט פאר, קומט ער צו יענקל'ן און זאגט אים, אז נישט נאר ער מאכט נישט קיין געלט נאר ער איז גאר גורם אז די גוי'אישע קירכע שארט מעלאנעס. "דו מאכסט דיך נאר בושות" - שרייט ר' משה מיט ווייטאג.

דרייט זיך יענקל אויס צום פארשטעלטן 'סענטא קלאוס' און זאגט אים: "ברוך, דו הערסט? 'ער' גייט אונז קומען אויסלערנען וויאזוי צו מאכן ביזנעס!..." .
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

דו האסט מסתם געליינט די מעשה אין 'דאס יודישע חכמות און פקחות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ערשט יעצט כאפ איך מיך, אז דער ראשי תיבות פונעם לעגענדארן שמערל שמש פון דעם אשכול, איז גאר 'שש' [משזר]...

אבער נישט גע'דאגה'ט אידן, כ'בין נישט קיין שמש, כ'הייס נישט [tag]שמערל[/tag] [אגב, וואו איז ער פארשוואונדן געווארן?], כ'האב נישט קיין הויקער, און כ'מאך ב"ה מער געלט פון א 'שאמעס'...
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

א דאנק שש פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול. האסט זייער שיין געשריבן און כ'האב עס נישט געזען ביז יעצט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פלאוויוס האט געשריבן:א דאנק שש פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול. האסט זייער שיין געשריבן און כ'האב עס נישט געזען ביז יעצט.

אילו לא הוצאנו את האשכול הלז מן הגניזה אלא בשביל '[tag]פלאוויוס[/tag]' היקר, דיינו!!!
פארשפארט