אידן אין כלל ישראל אנגעשטעקט מיט עגא'איזם?
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
אידן אין כלל ישראל אנגעשטעקט מיט עגא'איזם?
אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער איז צוגעפארן צום ספעציעלע אפטיילונג פאר מענטשן וואס קימען צום באנק מיט די קאר און עס ווערט פאר זיי צוגעשטעלט א באזינדערע געלט מאשין צו קענען שנעל ארויסנעמען צו אריינלייגן געלט אהן דורכגיין די פראצעדור פון אריינגיין אין באנק וועלכע נעמט געוויס סאך לענגער.
ער שטעלט זיך אראפ דארט און ווי ער זאל ווען זיין א גרויסע נגיד נעמט ער זיך מאכן לענגערע חשבונות און מאסיווע קאלקולאציעס וועלכע'ס איז ווי גיין צום עקספרעס רעדזשיסטער מיט אן אנגעפולטער וואגן, א שיינע צאל אויטא'ס הייבן זיך אהן אראפשטעלן פון הונטער אים אהן פארשטיין פארוואס דער גרויסער חכם האט געמוזט פונקט יעצט פארלירן זיין קארטל און פארגעסן זיין פעסווארד, ער פארעט זיך מיט זיינע אכט טאשן, אלטע בילס, און לאטערי פאפירן, וועלכע ער האט געזיכט מיט א צייט צוריק פאלן ארויס פון זיינע טאשן אינאיינעם מיט קעמלעך און נאך פולע חפצים וועלכע נעסטיגן אין די אלטע רעקל איבערן גאנצן יאר, אלעס טרעפט ער אויסער די איין וויכטיגע ענוועלאופ ווי עס ליגט די סומע קעש... עס נעמט עטליכע מינוט'ן ווען די ערשטע פייף דערמאנט אים אז עס זענען שוין פארזאמלט א מזומן אויטא'ס און מיט גאר ווייניג נערוון וויל יעדער באקומען דאס עטליכע מינוט ביים מאשינקל, ער טרעפט ענדליך דעם ענוועלאופ און לייגט אריין אנשטאט א קארטל פון דעם גענויעם באנק א קארטל פון א קאנקורירנדע פירמע נישט כאפנדיג פארוואס די מאשין ווייזט סימנים פון שיכרות און צימישעניש בענעזאם, נאך עטליכע מאל אריינשטיפן מיט כח כאפט ער זיך אכככךךך...דאס איז דאך פון א צווייטע באנק! ער פרובירט איהר צו ארויסנעמען דרוקנדיג דעם קענסל באטן עטליכע צוואנציג מאל אין איין סאקונדע
דאסמאל איז שוין די מאשין קאליע געגאנגען אריינשלינגענדיג דעם בלויע'ן קארטל ערגעץ צווישן די געדערים גרעבצנדיג מיט אויפברויז מיט א רויט, דריי עקיגער, אנזאג אז דער מאשין ווערט פרוסטרירט ביז א ספעציעלע שטאב עקספערט וועט זיך דערמיט באפאסן און יעדע פרואוו צו רירן א קנעפל וועט עס מער אין דר'ערד לייגן...
ער מורמלט "גאם זי לטויבע" ער האט נישט געקענט כאפן פארוואס עטליכע פיפציג יעריגע טעגליגע באנק באניצער שטייען ביי זיין פענסטער און שעלטן מיט די מיטלסטע פינגער'ס אויסגעשטעלט ווי ראקעטן גרייט צו ארויספליען.
וואס וויל ער דא? דער גוי? שעפשעט ער מיט בייז וואונדער...יעדער מאכט אמאל א טעות.
די אינצידענט ביז אהער איז א פאסירונג וועלכע האט אויפגעוויקלט מיינע מחשבות אנהויבנדיג צו פרובירן דערגיין וואס עס איז די באדייט אז אידן האבן אויך אויסער א הויעכע מאס איי. קיו. א געוויסע באטריגערישע מיחוש וועלכע וואלט אין די עולם ה'סינדראם באקומען א רעצעפט מיט עטליכע בוכשטאבן ווערנדיג גערופן סעלפישנעס.
עס איז מיר אלעמאל געווען א וואונדער פארוואס מיין פעטער האט געמופט קיין סוואן לעיק פארן גאנצן יאר אויסשפילענדיג די אמעריקאנער געזעץ און אזוי ארום עפענען די קוואל פון סעקשן אכט, פרובירנדיג דערגיין פארוואס עס קימט אים ווען אינאמת'ן מאכט ער שיינע געלטער און איז נאר הינגעריג פאר "נאך".
איך האב רעאליזירט מיט די צייט אז עס איז נישט יעדער ממש אבער א גרויסער חלק פון אידן ווערן געפלאגט מיט דעם ליבשאפט צו זיך אליינ'ס.
דער אויבנדערמאנטן איד'ל וועלכע האט מיך פונקט געהאט אין זיין אויטא ביים צוברעכן א באנק מאשין מיט זיין פאצערישע לאך אין וויסנשאפט וויאזוי צו נוצן געדולד, זייענדיג פויל אויפציקלעבן זיין רעקל פונעם קאר זיץ, זייענדיג פארשמירט מיט זיין נאכטמאל, האט מיך געגעבן דעם אנהויב צו אבזערווירן דעם געדאנק אוועקגעבנדיג א אפטיילונג אין מח זיך צו אפגעבן מיט דעם סעריע פון אזאנע אנעקדאטן וועלכע מיין שארפע מח כאפט אויף.
איך זיץ מיט א צווייטע איד א שטיק צייט שפעטער איך רעד פון ריעל לייף (און נישט אז איך חלום אדער זיך צו העצן אויף זאכן וואס שטויגן נישט) ער כאט נישט פארמאגט קיין השגה אז ער פאלט דא א קרבן צו א ראפינירטע שפיאן פאר קאווע שטיבל... ער האט זיך אפגעשטעלט ביי א גאז סטאנציע אריינפארנדיג אינעם פארקיר ארט געווידמעט פאר אינוואלידן, אויף מיין אנפראגע דערויף ווען ער האט זיך צירוק אריינגעזעצט אינעם אויטא האט ער זיך געמאכט א מינוט מיך מסביר צו זיין אז דער אנגעשמירטער סימבאל איז היבש אומזע'עוודיג און ער מיז עס נישט באמערקן, ער האט שוין דאן גענימען אביסל וואש וואסער וואס עס ליגט "בחנם" ביי יעדע ווינקל און אפגערייניגט (לייען: שמוציג געמאכט...) זיין פארנט אויטא ווי ער האט דאן פארגעזעצט זיין ציל מיך ארויסשפייענדיג אויף א רוישיגן שאסיי איבערלאזנדיג מיין מח נישט ווייניגער רוישיג.
עס איז אמת? נישט אמת? מאכט זיך עס אפט? איז עס אזוי אויך ביי אומות העולם? פארוואס האבן אידן אזא ליבע צו אנפייפן אין די חוקות המדינה ווען עס מאכט א טראפעלע גרינגער און א גרויסער חילול השם.
צו מיין שטוינונג, איז אין די צייט וואס איך האב אסאך געקלערט דערוועגן פארגעקומען אז איך האב איבערגעלאזט רעשט אין א גוי'אישע געשעפט אין אנשטאט מאכן א שווייג דערפון איז דער נידריגע שייגעצל מיך נאכגעלאפן ביזן אויטא שרייענדיג אז איך האב איבערגעלאזט א פינעווער (מחמת התפעלות האב איך אים עס געגעבן אלץ א טיפ וועלכע ער האט גערן גענימען)
עס קען ווערן דעבאטירט אויף אלע מינע אופנים און די בארדיטשעווער וואלט זיכער געהאט א שווערע ארבעט צו אפרייניגן די קטרוג וואס אזא פענאמענען זייעט אהן.
מען קען עס פארשטילן מיט חסד וואס אידן טוען, מען קען עס בארוהיגן מיט יחידי עם וועלכע מאכן אהן אינטערנאציאנאלע נייעס ביים אויספירן גרויסע קידושי שם שמים (ווי דער איד וואס האט אומגעקערט הינדערט טויזנט דאלער צו א מענטש וואס האט אים פארקויפט א טיש און געטראפן דעם סומע ליגן דערינען!)
עס קרענקט מיט נאגעניש ווען מען הערט אפטמאל שאנדפולע סטעיטמענטס פון גוים וועלכע שילדערן מיט העץ, געשיכטעס פון אידן וועלכע האבן זיך אויפגעפירט דיסרעספעקטפול ביים זיך אריינכאפן אין די ליניע און אזוי ווייטער וועלכע לאזן מיך איבער מיט די הענט נעגל צווישן די ציינער שפעקולירנדיג פארוואס עס איז אזוי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
טייל מענטשן האבן אלעס ליב צו לייגן אין באקסעלעך. איין באקסעלע הייסט "היימישע איד", צווייטע באקסעלע הייסט "גוי" אא"וו. ס'איז אבער נישט אזוי, דער מענטשהייט איז איין גרויסע באקס, ס'דא אין דעם אלע סארט פירות.
למאי נפקא מינא?
ווען מ'פארשטייט אז דער מענטשהייט איז איין באקס, און יעדער מענטש איז א פירה פאר זיך, איז מען דן איבער פירות. איין פירה איז נישט שולדיג אדער נוגע צום צווייטן. אבער אז מען צוטיילט יעדע סארט מענטש אין א באזונדערע באקס, אן קוקן בפרטיות אויף יעדע פירה, ברענגט עס שנאה און מחלוקת צו דעם גאנצן באקס שלא ביושר. די מענטאלעטי ברענגט אינטער די וועלט.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:טייל מענטשן האבן אלעס ליב צו לייגן אין באקסעלעך. איין באקסעלע הייסט "היימישע איד", צווייטע באקסעלע הייסט "גוי" אא"וו. ס'איז אבער נישט אזוי, דער מענטשהייט איז איין גרויסע באקס, ס'דא אין דעם אלע סארט פירות.
למאי נפקא מינא?
ווען מ'פארשטייט אז דער מענטשהייט איז איין באקס, און יעדער מענטש איז א פירה פאר זיך, איז מען דן איבער פירות. איין פירה איז נישט שולדיג אדער נוגע צום צווייטן. אבער אז מען צוטיילט יעדע סארט מענטש אין א באזונדערע באקס, אן קוקן בפרטיות אויף יעדע פירה, ברענגט עס שנאה און מחלוקת צו דעם גאנצן באקס שלא ביושר. די מענטאלעטי ברענגט אינטער די וועלט.
רויטע וואנצעס: איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר איך האב געהאט א פארקערטע מעשה ווי דער בעל מידות ברענגט אראפ. איך בין אמאל אריינגעגאנגען אין א גוי'אישע (ספאניש) גראסערי קויפן א פושקאלע שוך פאליש. איך האב פאר די גוי'טע געגעבן א פינעווער. און זי האט מיר געגעבן טשענדזש א צען דאללאר ביל מיט נאך א פאר סינגלס. נאר אין סטאר האביך נישט באקוקט די טשענדזש. ווען איך בין ארויסגעגאנגען אויפ'ן גאס האביך באמערקט דעם טעות. ווען איך בין צוריקגעגאנגען אין סטאר אפגעבן די געלט, האטזיך די גוי'טע זייער שטארק באדאנקט און זי האטזיך אנגערופן אז נאר א איד ברענגט צוריק די געלט. איינער פון זיי וואלט דאס קיינמאל נישט צוריקגעברענגט...דאס איז געווען א שטיקל קידוש השם...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:07 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
ר' בערל און ר' בעל מדות
אלו ואלו דברי אלוקים חיים
דער איד איז א טיפ וואס איך וואלט נישט גערופן "עגואיסט" נאר ער לעבט פשוט אין זיין באקסל
ער מיינט אז די וועלט הייבט זיך אן ביים רעכטן אויער און ענדיגט זיך ביים לינקן לא נברא העולם אלא בשבילי
ער מיינט נישט קיין שלעכטס, קיינער האט אים פשוט נישט געלערנט אז די וועלט איז א טראפקעלע גרעסער פון זיינע אויערן
אויך איז דא אסאך וואס פראטעקצירן א לעבן פון "צייגן"
מען האט אים איבעראל אראפקגעקלאפט אין שטוב אלץ קינד, אדער אין חדר און אמאל אין ישיבה גאר
אדער ווערט ער נאך אראפגעשטופט עד היום דורכן ווייב (גאר א קליינע פראצענט ) אדער דורכן באס ביים ארבעט
און יעצט ווען ער איז א גרויסע טאטע וויל ער פשוט צייגן אז ער איז דא און ער האט שטארק הנאה ווען ער זעט ווי ער קען אויסמאכן א שטיקל מאכונג ארום אים
אויך האט דער איד א געפיל פון "צייגן" אז ער איז א גוטער און א ערליכער
כדי "מען זאל זאגן" אז ער האט געמאכט א קידוש השם
און דער זעלבער צדיק וואס וועט זיך דינגען אויפן פרייז ביי א אידישע סטאר און לאזן אויפגעשריבן ריזיגע חשבונות
דער זעלבער וועט צוריק טראגן 5 דאלער צו דער כינעזער אלץ קידוש השם אויס
די עיקר איז אז אונזערער מחנכים זאלן זען צו מאכן א בעסערע ארבעט אויף די קומענדיגע דור

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
טאביק האט געשריבן:אלו ואלו דברי אלוקים חיים ולא פליגי
דער איד איז א טיפ וואס איך וואלט נישט גערופן "עגואיסט" נאר ער לעבט פשוט אין זיין באקסל
ער מיינט אז די וועלט הייבט זיך אן ביים רעכטן אויער און ענדיגט זיך ביים לינקן לא נברא העולם אלא בשבילי
ער מיינט נישט קיין שלעכטס, קיינער האט אים פשוט נישט געלערנט אז די וועלט איז א טראפקעלע גרעסער פון זיינע אויערן
האסט גוט אפגעטייטשט אן עגאאיסט. ממילא דארפסטו אים יא רופן עגאאיסט וק"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
[tag]טאביק[/tag], אוי זאגסטו גוט!
אין איין ווארט: דער מה יאמרו הבריות פארנעמט דאס אויבנאן. אבער מיט אמת'ע גוטסקייט האט דאס א קנאפער שייכות.
ועכשיו שבאנו לכאן, וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין פארוואס מיר חסיד'ישע אידן לעבן כסדר נאר פאר 'יענעם', וכגלגל החוזר לעבט יענער נאר פאר דיך...
דיין שארפע אויפריכטיגע סוף:
איז א פאסיגע תגובה פאר מיין אשכול, דא: viewtopic.php?f=4&t=8655&view=unread#p266187

טאביק האט געשריבן:דער זעלבער צדיק וואס וועט זיך דינגען אויפן פרייז ביי א אידישע סטאר און לאזן אויפגעשריבן ריזיגע חשבונות
דער זעלבער וועט צוריק טראגן 5 דאלער צו דער כינעזער אלץ קידוש השם אויס
איז א פאסיגע תגובה פאר מיין אשכול, דא: viewtopic.php?f=4&t=8655&view=unread#p266187
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט א נישט-אידישע קאר-סערוויס דרייווער, א נאטיוו צענטראל אמעריקאנער. האט ער מיר פארציילט מסיח לפי תומו אז ס'מאכט זיך כסדר אז קליענטן פארמאגן נישט אויף זיך די געפאדערטע סומע און זיי בעטן א מינוט ארויסצוגיין ברענגן דאס געלט, זאגט ער אזוי; אז זיינע לאנדס-לייט לאזט ער נישט ארויס פונעם וויהאקל אנע געלט בשום אופן ווייל דאן איז דאס געלט 99% פארלוירן, משא"כ זיינע אידישע קליענטן טראכט ער נישט קיין צוויי איידער ער לאזט זיי ארויס. ער פארציילט אז אמאל האט זיך געמאכט א אידישער טיענעזדשער (בחור בלע"ז) וואס איז ארויסגעלאפן אומבאצאלט ווערענדיג פארשוואונדן אין א שול אריין , נאך עטליכע לאנגע מינוטן איז ער ארויסגעקומען און פרובירט אריינגיין אין שול זען וואס טוט זיך, ס'האט נישט גענומען לאנג און א לייטזעליגער אידישער מאן האט אים אויסגעצאלט די גאנצע רייזע ושלום על הגוים.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[tag]מאטי[/tag] טייערע, כאטש וואס די סוף פון דיין תגובה ווייזט נישט אויף קיין ספעציעלע פיינקייט פון די אידן אלס כלל, נאר ענדערש באקוועמליכקייט און חכמה. כ'מיין, קיינער איז נישט אינטרעסירט אז א גוי זאל אריינקומען אין שול מאכן געוואלדעס אז מ'האט אים נישט אויסגעצאלט [ומ"מ איז דאס א פיינקייט פון דעם יחיד וואס האט געטון צו די זאך און אפגעצאלט דעם חוב].
איז אבער ברור פונעם ערשטן נקודה, די פשוט'ע נפקא מינה פונעם איד און דעם גוי. דער איד איז קיין גנב, איז טראסטבאר, און מיטן גוי קענסטו זיך קיינמאל נישט אויסרעכענען.
אלזא, סוף כל סוף שרייט שוין ווייטער דער בארדיטשובער: מי כעמך ישראל!...
איז אבער ברור פונעם ערשטן נקודה, די פשוט'ע נפקא מינה פונעם איד און דעם גוי. דער איד איז קיין גנב, איז טראסטבאר, און מיטן גוי קענסטו זיך קיינמאל נישט אויסרעכענען.
אלזא, סוף כל סוף שרייט שוין ווייטער דער בארדיטשובער: מי כעמך ישראל!...
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך וואלט געזאגט אז די דיכאטעמיע צווישן היימישע אידן און די צענטראל אמעריקאנע פארשוינען איז א פאלשער. דאס ווייזט פשוט ארויס דאס אומערצויגנקייט פון אנדערן צד.
פעטי-גניבות קומט פון טיפשות געמישט מיט כראנישע אומערצויגנקייט, וואס מיט דעם איז דער היימישער ציבור נישט געשלאגן ראליטיוו צום ספאנישן ציבור. "מענטשליכקייט" ווייזט זיך אבער ארויס ווען ס'קומט צו א גרעסערע סומע, אדער ווען ס'איז אן אומדירעקטע שאדן פארן צד שכנגד (אמאזאן ו'וואל-מארט יוכיח).
פעטי-גניבות קומט פון טיפשות געמישט מיט כראנישע אומערצויגנקייט, וואס מיט דעם איז דער היימישער ציבור נישט געשלאגן ראליטיוו צום ספאנישן ציבור. "מענטשליכקייט" ווייזט זיך אבער ארויס ווען ס'קומט צו א גרעסערע סומע, אדער ווען ס'איז אן אומדירעקטע שאדן פארן צד שכנגד (אמאזאן ו'וואל-מארט יוכיח).
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:07 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
עם כל הכבוד פאר אלע אידן
איך בין קוים א גאסט דא
אבער איך האלט נישט אז מיר זאלן שרייבן אויף אידן א נישט איידעלער טיטול כאטש ער פארדינט דאס
די גויים טוען די ארבעט פאר אונז בחינם
מיר אידן האבן א מצוה פון הוכח תוכיח אויף א איידעלע רמז'פולע שפראך
מוסר ווערט בעסער אויפגענומען בדרך רמז ובדרך כבוד
אבער עס איז זיכער אז די ענין נוטיגט זיך א שטארקע תיקון ביים היימישן עולם

Re: פארוואס איז כלל ישראל אנגעשטעקט מיט עגא'איזם?
מאטי האט געשריבן:איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט א נישט-אידישע קאר-סערוויס דרייווער, א נאטיוו צענטראל אמעריקאנער. האט ער מיר פארציילט מסיח לפי תומו אז ס'מאכט זיך כסדר אז קליענטן פארמאגן נישט אויף זיך די געפאדערטע סומע און זיי בעטן א מינוט ארויסצוגיין ברענגן דאס געלט, זאגט ער אזוי; אז זיינע לאנדס-לייט לאזט ער נישט ארויס פונעם וויהאקל אנע געלט בשום אופן ווייל דאן איז דאס געלט 99% פארלוירן, משא"כ זיינע אידישע קליענטן טראכט ער נישט קיין צוויי איידער ער לאזט זיי ארויס. ער פארציילט אז אמאל האט זיך געמאכט א אידישער טיענעזדשער (בחור בלע"ז) וואס איז ארויסגעלאפן אומבאצאלט ווערענדיג פארשוואונדן אין א שול אריין , נאך עטליכע לאנגע מינוטן איז ער ארויסגעקומען און פרובירט אריינגיין אין שול זען וואס טוט זיך, ס'האט נישט גענומען לאנג און א לייטזעליגער אידישער מאן האט אים אויסגעצאלט די גאנצע רייזע ושלום על הגוים.
די מעשה איז נישט קיין ריאה להנידון כאן ווייל קיין שום עגאיזים קען נישט מסביר זיין אז מען זאל נישט דארפן צאלן, דאס איז פראסט גניבה,
איך האלט אבער אז @ בעל מידות טענה אז ביי אידן איז דא מער עגאיזים קימט פשוט פון צמצום 95% מענטשן וואס ער קען זענען אידן איז אוודאי אז א ריזיגע פראצענט עגאיסטן וואס ער קען זענען אידן,
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאטי האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די דיכאטעמיע צווישן היימישע אידן און די צענטראל אמעריקאנע פארשוינען איז א פאלשער. דאס ווייזט פשוט ארויס דאס אומערצויגנקייט פון אנדערן צד.
פעטי-גניבות קומט פון טיפשות געמישט מיט כראנישע אומערצויגנקייט, וואס מיט דעם איז דער היימישער ציבור נישט געשלאגן ראליטיוו צום ספאנישן ציבור. "מענטשליכקייט" ווייזט זיך אבער ארויס ווען ס'קומט צו א גרעסערע סומע, אדער ווען ס'איז אן אומדירעקטע שאדן פארן צד שכנגד (אמאזאן ו'וואל-מארט יוכיח).
מאטי: ייש"כ. דאס איז א געוואלדיגע נקודה. א איד וועט זיך נישט מאכן ביליג און פארשעמט פאר א פאר דאללער. ביי א פאטענציעלן מעגא שווינדל איז שוין אן אנדערע מעשה...אבער איך האב א דאזן מעשיות פון אידישע ישרות און מי כעמך ישראל...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
מען מעג שוין סטאפן צו זיין אזעלעכע סעלף העיטינג דזשוס.
במסתרים תבכה נפשי מפני גוה אמר רב שמואל בר איניא משמיה דרב מקום יש לו להקב''ה ומסתרים שמו מאי מפני גוה אמר רב שמואל בר יצחק מפני גאוותן של ישראל שניטלה מהם ונתנה לעובדי כוכבים. (חגיגה ה:).
יא עס זענען דא אידן וואס זענען אום מענטשן אדער אומבאלומפערט, אבער מאכן אזא קעפל כאילו אידן זענען עפעס אנגעשטעקט מיט עגאיזעם איז ריין אנטיסעמעטיזם, שטעלטס ענק פאר ווען די זעלבע אשכול איז אויף א גויאישע בלאג וויפיל מחאות וואלטן געווען,
גענוג זיך געקלאפט, עס זענען דא גענוג וואס זוכן אונזערע חסרונות אונז דארפן זיי נישט העלפן,
אוודאי מעג מען מעורר זיין אויף ענינים הצריכים תיקון אבער נישט אויף אזא וועג, עס איז זייער נישט מענטשליך זיך צו אזוי דערנידערן.
החותם בחרי אף
געוואלדיג

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געוואלדיג: דיין פוינט אז ווען די זעלבע סאבדזשעקט און העדליין וואלט געווען אויף א גוי'אישן בלאג וואלט שוין געווען מחאות איז א גוטער פוינט. אבער ס'איז דאך דא א גרויסער חילוק. ווייל אויף א גוי'אישן בלאג איז דאך די כוונה זיכער נישט לטובתינו. צוליעב חשבון הנפש. און די קאמענטס זענען דאך זיכער פול מיט אנטיסעמיטיזם. אזוי ווי מ'זעהט לעצטנס איבער די עניינים העומדים על הפרק. משא"כ ווען איין איד איז מעורר אנדערע אידן צו חשבון הנפש ותיקון המעשים איז דאך זיין כונה זיכער גוט...!